איך האב מיך געוואנדן צו הרב גארד איבער די מצב דא אויפן פארום, באטאנענדיג אז איך בון נישט קעפעבעל דאס צו באהאנדלן אליינס אויף מיין בארד (איך האב צו א קליינע) האט ער מיר געהייסן קאפי פעסטן
די תקנות און פון דארט וועט ער עס נעמען.
2.) די ה.ד.א. פארום טוט באגריסן איעדע מין מיינונג און פרעספעקטיוו, בתנאי אז ס'איז אין איינקלאנג מיט (אדער כאטש נישט אנטקעגן) די דת של תורה.
3.) אזעלכע טעמעס וואס ס'דא דערויף שטארקע מיינונגס פארשידענהייטן און קען גרינג פירן צו מחלוקת זאל מען פראבירן גענצליך אויסצומיידן, ספעציעל אויב זיי האבן נישט קיין שייכות צו דעם ענין פון אונזער פארום (ווי למשל וועלטליכע ענינים, אדער פאליטיק, וכדו'...).
7.) קיינער איז נישט בארעכטיגט צו שרייבן עפעס וואס קען פארשעמען, וויי טון, אדער מאכן אומבאקוועם אן אנדערן מעמבער אויפן פארום, אויב איז עס געשען בטעות, דארף דער אנגרייפער זיך שנעל פארענטפערן.
10.) מיר טוען אפעלירן צו יעדן מיטצוטיילן וואס עס האט עם די מערסטע געהאלפן, אדער וויאזוי עס זעהט עם אויס די בעסטע מיטלען אויסגעהיילט צו ווערן. מיט דעם אלעם, בעטן מיר, אז קיין שום מעמבער זאל נישט "אוועקמאכן" אדער "אויפווייזן אומריכטיג" אדער "אוועקנעמען אויפמערקזאמקייט" פון יעדע עצה פון הילף וואס קען מעגליך העלפן פאר אנדערע.
11.) ה.ד.א. נעמט אינטערנעט זיכערקייט זייער ערנסט. ווייל די געברויך צו זיין געווארנעט איז איבעראל אויף די אינטערנעט נישט קיין חילוק ווי איר גייט, איז עס נאך אסאך מער וויכטיג ווען מען רעדט פון א פארום וואס פארנעמט זיך מיט תאוו-ה אדיקשאן. די ה.ד.א פארום איז אינגאנצן אנאנים, און עס דארף אזוי בלייבן. ענטפערס זאלן נישט אנטהאלטן קיין שום פערזענליכע אינפארמאציע ווי עכטע לעצטע נעמען (גראדע ניצן עכטע ערשטע נעמען איז געזונט פאר ערהוילונג),
אימעיל אדרעסן, טעלעפאן נאמבערס אדער פערזענליכע וועב זייטליך. פראביר צו פארמיידן יעדע אינפארמאציע וואס א צווייטער קען ניצן אייך צו טרעפן – אייער ישיבה אדער ביהמ"ד נאמען, אא"וו. דאס זענען דגמאות פון זאכן וואס זאלן נישט אויסגעשמועסט ווערן אויפן פארום.