ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1

טעמע: "היום" אם בקולו תשמעו... "איין טאג" אויפאמאל 2558 באזוכער

"היום" אם בקולו תשמעו... "איין טאג" אויפאמאל ד' אב התשע"ה 19:50 #241466

  • בשמחה תמיד
  • איצטיגע שטרעקע: 277 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 3797
  • האט שוין געלייקט: 7 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 239 מאל
  • קאָרמא: 17
איך עפן דעם טרעד צוליב די וויכטיגקייט פון דעם געדאנק, פון ארבעטן "נאר איין טאג" אויפאמאל

איך בין געווען די וואך ביים טעראפיסט און מ'האט אדורךגענומען די גאנצע זאך, ""וואס שטופט מיך צו זינדיגן""??
און איינע פון די שטערקסטע זאכן איז, ווייל איך קוק א גאנצן צייט אויף פאראויס, און איך זעה שוין ווי איך גיי פאלן, מארגן אין די עירפארט, און דערפאר שפיר איך אז איך גיי קיינמאל "קיינמאל" נישט אנקומען צו זיין ריין.... ווייל ס'איז דאך נישט מעגליך צו זיין אייביג רין (די מציאות פון די עבר שרייט, אז אזוי וועט אויך זיין די עתיד) און דערפאר פאל איך אונטער יעצט... ווייל מארגן און ווייל איבער-מארגן

אבער אריינגייענדיג טיפער אין די געדאנק פון ארעבטן איין טאג אויפאמאל, האב איך מיך ווייטער אנגעשטויסן מיט פראבלעמען, ווייל די געדאנק אז איך האב נאר איין טאג, און מער נישט, ברענגט מיך ווייטער צו א מצב פון פארלוירנקייט-יאוש און דאס שטופט מיך ווייטער צו זינדיגן

דעפאר קום איך דא בעהטן יעדער וואס האט עפעס צוצולייגן צו דעם טרעד, אז איך זאל קענען איינזאפן דעם רעיון בעסער און שטערקער, און צוביסלעך ארויסקלעטערן פונעם שווערן פלאנטער

נו... ווער האט עפעס צוצולייגן?
לעצט פארראכטן: ו' אב התשע"ה 21:44 דורך בשמחה תמיד.

"היום" אם בקולו תשמעו... "איין טאג" אויפאמאל ד' אב התשע"ה 23:46 #241467

  • משכני אחריך
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 804
  • האט שוין געלייקט: 208 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 462 מאל
  • קאָרמא: 13
איך קען צולייגן:
טאקע ווייל ס'איז נאר איין טאג אויף אמאל, איז עס גורם טראכטן, עה, ס'איז נאר איין טאג, העמיר יעצט זינדיגן און מארגן וועט שוין זיין גוט... שטאטץ טראכטן פארקערט, יעצט זיין ריין און מארגן זינדיגן און מיט דעם אפשטופן די תאוה.
מיין טעגליכע תפילה: טאטע אין הימל, מיין טאטע וואס האט מיר ליב אין יעדע מצב. דו, און נאר דו, נאך בעסער פון מיר אליין, ווייסט ווי שוואך איך בין. מיין הארץ איז שוין פארשטאפט און קאלט, פארפרוירן, אן קיין שום געפיל. אבער טיף טיף איז דא א פארווייטאגט הארץ, א ברענעדיגע הארץ, וואס וויל זיין וואויל און ריין, ליכטיג און טייער. א הארץ וואס וויינט און בענקט כסדר זיין נאנט צו דיר. קיינער ווייסט דאס נישט, טאטע, נאר דו אליין דער בוחן כליות ולב.
טאטע, אויך היינט בין איך זייער שוואך ביי מיר. טאטע, איך ווייס ביי מיר קלאר אז איך אליין קען "גארנישט" טוהן. איך בעט דיר טאטע מיט טרערן וואס קיינער זעט נישט, "אנא ה' הושיעא נא", העלף מיר, איך בין דאך דיין באליבטער קינד, קיינער קען מיר נישט העלפן, נאר דו, בלתך אין להושיע. איך האב נישט קיין טראפ כח, האלט מיר דו ריין "נאר אויף היינט". טאטע, וואס בעט אין שוין, "איין ריינע טאג", העלף מיר...
לעצט פארראכטן: ו' אב התשע"ה 21:43 דורך בשמחה תמיד.

"היום" אם בקולו תשמעו... "איין טאג" אויפאמאל ה' אב התשע"ה 01:54 #241468

  • גרוינעם
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 13
  • האט שוין געלייקט: 3 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 10 מאל
  • קאָרמא: 0
א גיטן הרב. איז לאמיר איבער גיין דיינע ווערטער , דו ווילסט אייביג זיין גיט און אזוי ווי דו זעהסט אז דו קענסט נישט אייביג מאכסטו אפ נאר איין טאג, און אזוי ווי דו מאכסט אפ נאר איין טאג, מאכט עס דיך דעפרעסט... היתכן דו קענסט דיך נאר אפהיטן נאר איין טאג.. ממילה פאלסטו דארוך, קארעקט?

איך טראכט אן עצה , שרייב אפ אויף א פאפיר אזוי: איך וויל אייביג זיין גיט , אבער זיין גיט אייביג איז צו סך פאר מיר ממילה וועל איך עס לימיטען צו איין טאג! אבער נאר איין טאג מאכט מיך דעפרעסט היתכן איך בין אזא שוואכע יוד וואס קען נאר זיין גיט פאר איין טאג?! ממילה וועל איך גיין זינדיגן!!

קיקסט מיך נישט אן אזוי... אזאלכע ווערטער צו שרייבן?? די מטרה דערפון איז , אז דו אליינס ווייסט דאך דעם ריכטיגן אמת אז ס' מאכט נישט קיין סענס דיין חשבון - ווייל ס' איין טאג איז עס א פראבלעם - ?? פונקט פארקערט, אדרבא! יא איך וועל עס מאכן פאר איין טאג היום!! וואס איז.. נאר דיינע פילינגס מיט דיין מיינד מאכן אזאלכע חשבונות , דערפאר איז די עצה אפצושרייבן די גאנטצע חשבון אויף א פאפיר און זעהן לייוו די סתירה... און קיקן אויפן צעטל אפאר מאל במשכ'ן טאג


איך האף איך בין קלאר און דו פארשטייסט וואס איך זאג
לעצט פארראכטן: ו' אב התשע"ה 21:43 דורך בשמחה תמיד.

"היום" אם בקולו תשמעו... "איין טאג" אויפאמאל ה' אב התשע"ה 12:42 #241472

  • בשמחה תמיד
  • איצטיגע שטרעקע: 277 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 3797
  • האט שוין געלייקט: 7 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 239 מאל
  • קאָרמא: 17
איך פארשטיי נישט ווי די סתירה איז...
לעצט פארראכטן: ו' אב התשע"ה 21:42 דורך בשמחה תמיד.

"היום" אם בקולו תשמעו... "איין טאג" אויפאמאל ה' אב התשע"ה 18:31 #241488

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 1265 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1027
  • האט שוין געלייקט: 4368 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1480 מאל
  • קאָרמא: 13
איך גיי נעמן די נושא צו א צווייטער ענין וואס איך האב יאהרן צוריק געהאט אן עקספיריענס, און פון דארט קען מען עס נעמן דא אהער.

איך בין ב"ה געבענטשט מיט רעלאטיוו בעסערע כשרונות. איך האב אויך גאנץ א קלארע הבנה אין לערנען. אבער די חשק איז געווען גאנץ שוואך. איך פלעג אפשמועסן גאנצעטע סדרים. כאטש איך האב באמת געוואלט לערנען בהתמדה איז עס נישט געגאנגן. וויפיל קבלות פון בלי נדר און מיט א נדר איך האב נאר געמאכט האט עס גארנישט געהאלפן. למעשה די געים האב איך גוט געשפילט, דהיינו אז אין ישיבה האב איך געהייסן גאנץ א גוטע בחור. אבער די מגידי שיעור ומשגיחים האבן עכט געוויסט אז איך פיסטעווע אפ דעם טאג.

ווען איך בין שוין געווען אן עלטערע בחור האב איך געטראכט מאי האי, וואס איז פשט אז וויפיל איך פראביר גייט עס נישט? נאך לאנגע טראכטונגען האב איך מיר געפרעגט אזא שאלה, אה"נ אז איך האב נישט קיין געדולד צו לערנען פאר 3 מיט א האלב שעה, אבער פאר צעהן מינוט האב איך יא געדולד, נו זאל איך כאטש לערנען די ערשטע צעהן מינוט פון סדר, און נאכדעם וואס איך פארליר די געדולד זאל איך דעמאלס שמועסן? איך טראכט און טראכט, ביז איך כאפ מיר אז לאמיתו של דבר האט פאר מיר צעהן מינוט לערנען קיין שום חשיבות נישט, און נאר אויב איך קען לערנען א גאנצע סדר וויל איך עס אויב נישט, נישט. האב איך געטראכט אז איך מוז טוהן זאכן צו שטארקן די ערך פון יעדר מינוט לערנען. נאך א מסקנה בין איך צוגעקומען אז איך טאר נישט לערנען מער ווי צעהן מינוט, ווייל היות איך בין צוגעבינדן (עדיקטעד בלע"ז) צו די פאקט אז לערנען מיינט נאר א סדר שלם, מוז איך טוהן פעילות אז איך זאל קענען מכיר זיין און האבן א געשמאק צו לערנען אויף פאר צעהן מינוט און אויך נישט אזא טיפע לימוד ווי גמרא בעיון נאר ווי נאר לימוד התורה איז גוט און חשוב.

האב איך מיר געמאכט אן אייגענען סדר היום. איך לערן די ערשטע פופצן מינוט פון סדר און דערנאך מאך איך א עמטליכע הפסקה פאר צעהן מינוט. דערנאך עודך צעהן מינוט לערנען און צעהן מינוט הפסקה, וחוזר חלילה.

אזויווי איך האב נאר אהנגעהויבן צו לערנען איז דער יצר הרע געקומען און מיר געזאגט עה, צעהן מינוט איז נישט גענוג, דו קענסט לערנען סאך מער. אבער איך האב זיך געהאלטן צו מיין סדר אז פאר מיר איז די לערנען נאר צעהן מינוט אין איין ציה. איך האב זיך געפילט באפרייט פון די פרעשור פון דארפן לערנען גאנצע שעות, אבער איך האב פלוצלינג געזעהן אז איך קען לערנען, איין מאל צעהן מינוט און נאכאמאל צעהן מינוט וכו'. נאך א צוויי וואכן בין איך ארויף צו צוואנציג מינוט און דערנאך צו דרייסיג מינוט, אז ביז א זעקס חדשים בין איך געווארן אן אנדערע מענטש. איך האב פלוצלינג געקענט לערנען שעות אהן דעם וואס איך זאל זיין געפרעשורט. איך האב מיך געפרייט די זעלבע סיי אויב איך האב געלערנט צעהן מינוט און סיי אויב איך האב געלערנט דריי שעה.

יעצט דא אהער, ביי גאר א סאך פון אונז (און אפשר ביי אלע) איז די פאקט פון זיך מתגבר זיין אויף אייביג אן אוממעגליכע זאך. אויב מיר גייען היינט דארפן זיין קאממיטעד אז מיר גייען מער קיינמאל נישט פאלן, וועלן מיר היינט פאלן, ווייל מיר קענען זיך נישט זעהן אפצורייסן זיך אויף אייביג. אויב אבער מיר סטראגלען נאר אויף היינט, קען זיין אז מיר האבן די כח זיך מתגבר זיין און זיך אפמאכן אז היום לא, היינט גייט עס נישט פאסירן. מארגן? איך טראכט נישט פון מארגן, מארגן איז מארגן און דעמאלס וועל איך טראכטן פון מארגן.

די יצר הרע (לאסט בלע"ז) גייט פראבירן אלעמאל אריינציקריכן פון אן אונטערטירל און אונז מאכן צוריק פאלן. ווען ער זעהט אז מיר גייען זיך נעמן אין די הענט אריין, קומט ער אויך מיט גוטע הצעות. ער זאגט אז עס איז א גוטע עצה מיר זאלן אויפהערן טוהן אין די שמוץ. אבער ער זאגט איך מוז זיך אונטערנעמן לעולמי עד, ווייל אז נישט גיי איך צוריקפאלן. ער קען אפילו קומען זאגן אז איך זאל זיך אפהאקן פון טעכנעלאגיע, אויס טעקסט אויס קאמפיוטער ווייל איך מוז זיין אינגאנצן אפגעהאקט און אויף אייביג אפילו מיט די בעסטע פילטער.

איך ענטפער אים לא מעוקצך ולא מדובשך, איך דארף נישט דיין הילף, איך קען נישט דערהייבן מער ווי איין טאג אויף איין מאהל, און דאס גיי איך האנדלן און מער נישט. נאו טענק יאו, איך דארף נישט דיינע עצות. ווען מיר האנדלן מיט שכל ומרמה אולי האי וכולי האי וועלן מיר בס"ד זיך קענען מתגבר זיין און ארויסקריכן פון אונזערע בלאטע.

דיסקלעימער: נישט אלעס וואס איך שרייב איז וואס איך טוה בפועל, בסך הכל רעפרעזענטירט עס, וואס איך וואלט געדארפט טוהן.
לעצט פארראכטן: ו' אב התשע"ה 21:42 דורך בשמחה תמיד.

"היום" אם בקולו תשמעו... "איין טאג" אויפאמאל ו' אב התשע"ה 02:40 #241491

  • משכני אחריך
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 804
  • האט שוין געלייקט: 208 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 462 מאל
  • קאָרמא: 13
לומד'ל
דו האסט נישט נאר א קלארע הבנה נאר אויך א קלארע הפלא'דיגע הסברה...
געוואלדיג שיין ווי דו ביסט מסביר די זאך.

איך געדענק ווען איך האב געלערנט אין ישיבה, ווען די משגיח האט גערעדט עפעס א מוסר שמועס, פלעג איך פרויבירן זיכן אין זיינע ווערטער וואו מ'קען עס אפטייטשן מיט 2 וועגן, אז ער האט נישט געמיינט ממש אזוי נאר אזוי וכדומה, און שטייצעך אז איך האב מיך אויסגעוועלט די הסבר וואס מיר איז געפאלן...
אבער אויב דו וואלסט געווען מיין משגיח [נאך א מזל אז נישט;) ;) ;) ] וואלט איך נישט געקענט אפשטייטשן גארנישט מיט 2 וועגן, ווייל אלעס איז אזוי שיין און קלאר ארויסגעברענגט.
כה לחי...
מיין טעגליכע תפילה: טאטע אין הימל, מיין טאטע וואס האט מיר ליב אין יעדע מצב. דו, און נאר דו, נאך בעסער פון מיר אליין, ווייסט ווי שוואך איך בין. מיין הארץ איז שוין פארשטאפט און קאלט, פארפרוירן, אן קיין שום געפיל. אבער טיף טיף איז דא א פארווייטאגט הארץ, א ברענעדיגע הארץ, וואס וויל זיין וואויל און ריין, ליכטיג און טייער. א הארץ וואס וויינט און בענקט כסדר זיין נאנט צו דיר. קיינער ווייסט דאס נישט, טאטע, נאר דו אליין דער בוחן כליות ולב.
טאטע, אויך היינט בין איך זייער שוואך ביי מיר. טאטע, איך ווייס ביי מיר קלאר אז איך אליין קען "גארנישט" טוהן. איך בעט דיר טאטע מיט טרערן וואס קיינער זעט נישט, "אנא ה' הושיעא נא", העלף מיר, איך בין דאך דיין באליבטער קינד, קיינער קען מיר נישט העלפן, נאר דו, בלתך אין להושיע. איך האב נישט קיין טראפ כח, האלט מיר דו ריין "נאר אויף היינט". טאטע, וואס בעט אין שוין, "איין ריינע טאג", העלף מיר...
לעצט פארראכטן: ו' אב התשע"ה 21:42 דורך בשמחה תמיד.

ענטפער: "היום" אם בקולו תשמעו... "איין טאג" אויפאמאל ו' אב התשע"ה 21:51 #241522

  • בשמחה תמיד
  • איצטיגע שטרעקע: 277 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 3797
  • האט שוין געלייקט: 7 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 239 מאל
  • קאָרמא: 17
לומד
די ביזט מתו קמדבש ונופת צופים
ריכטיג ריכטיג
די סיבה פארוואס מיר דעהייבן נישט צו ארבעטן אפילו נאר מיט איין טאג אויפאמאל ווייל מיר פארשטייען נישט די חשיבות פון איין איינצעלנעם טאג

איך קען טאקע אסאך מרחיב זיין אין די נושא, בפרט האב איך גאר שטארקע יסודות איבער דעם פון ספה"ק "עבודת בנימין" פון מרן הקדוש רבי בנימין ראינאוויטש זצוקללה"ה חבר הבד"ץ בירושלים עיה"ק וכ"ק אדמו"ר ממשכנות הרועים, ווי ער געבט לעכטיגע אנווייזונגען און שער הבחירה, וויאזוי מ'ארבעט מיט קליינע בעבי סטעפס, און וויאזוי דער יצר הרע איז להשמיד עס אונטערצורייסן, ווייל ער ווייסט גאנץ גוט אז דאס איז די וועג ארויס

אבער "היום" קצר והמלאכה מרובה, וועלן מיר בלייבן ביי דעם ועוד חזון למועד

ענטפער: י"א אב התשע"ה 17:59 #241561

  • חיים צבי
  • איצטיגע שטרעקע: 42 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 28
  • האט שוין געלייקט: 1 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 29 מאל
  • קאָרמא: 0
איך האב נעכטן תשעה באב געלערנט די מדרש אויף איכה אז די באלאגערינג אויף די שטאט ביתר האט אנגעהאלטן דריי און א האלב יאר, ווייל ס'געווען א צדיק ר' אלעזר המודעי וואס האט יעדן טאג געדאוונט, און די לשון וואס ער האט געזאגט באשעפער "היינט" זאלסטו דיך נישט זעצן צום משפט
און אזוי יעדן טאג האט ער געבעטן פאר נאך איין טאג, אזוי האט עס אנגעהאלטן ביז דריי און האלב יאר [ביז בר כוכבא האט איהם גע'הרג'עט], ס'האט מיר גלייך אויגבליצט די נקודה וואס מ'רעדט דא. די נקודה פון איין טאג אויף אמאל א יעדן טאג בעטן אין מלחמה האלטן נאר פאר איין טאג, באשעפער היינט לאמיר זיין ריין, היינט זאלסטו מיר ח"ו נישט איבערגעבן אין די הענט פון די סט"א וכו'
לעצט פארראכטן: י"א אב התשע"ה 20:12 דורך חיים צבי.

ענטפער: י"ד אב התשע"ה 20:38 #241613

  • חיים צבי
  • איצטיגע שטרעקע: 42 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 28
  • האט שוין געלייקט: 1 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 29 מאל
  • קאָרמא: 0
א גיטן אלע טייערע חברים. איך וואלט געוואלט אביסל אויסשמועסן, ווי אזוי איך קוק אהן די געדאנק פון איין טאג אויפאמאל, ווייל איך האב אויך ספיקות אזוי ווי בשמחה תמיד האט ארויסגעברענגט וואס איך פיל אז די עצה פון א טאג ברענגט אסאך מאל די פארקערטע, אין איך וויל הערן פון די חשוב'ע עולם דא וואס מ'זאגט צו דעם.
ס'איז זיכער אז די עצה פון היום אם בקולו תשמעו איז א עצה וואס שטייט שוין אין די ספה"ק, און ס'איז זיכער א עצה וואס ארבעט אזוי ווי לומד האט ארויסגעברענגט ווייל אסאך מאל אז א מענטש טראכט פון אסאך טעג טוט ער גארנישט, איז א ודאי אויב דער מענטש שפירט אז ער קען זיך שוין נישט מתגבר זיין דארף ער פרובירן די עצה פון פארדינען צייט נישט היינט קום צוריק מארגן אפשר מארגן, וועל איך דיר פאלגן, אבער אז דעם זאל זיין די מהלך המלחמה זיך צו שלאגן יעדן טאג אויפן היינטיגן טאג, האט א גרויסע חסרון און אסאך מאל קען עס ערגער מאכן.
יעדע מאל וואס א מענטש האט א מלחמה בפרט אין די תאוה און בפרט מענשטן וואס זענען אדיקטעט, כאטש די נשמה די רוחניות'דיגע חלק פונעם מענטש גייט ארויס צופרידן אבער דער גוף די חומר וואס גלוסט דערצו, בלייבט איבער מיט א לאך, למעשה האט ער געוואלט עס האבן זייער שטארק און די האסט עס איהם נישט נאכגעגעבן, נאר אזוי ווי עס איז נאר איין טאג שלונגט ער עס אראפ, שוין איין טאג וועל איך ווארטן, אבער אז ס'קומט די אנדערע טאג, און די זאגסט איהם נאכאמאל ניין איז עס שוין שווערער ווייל ער האלט שוין ביים צווייטן טאג, ס'איז אזוי ווי א ספרינג וואס מ'בייגט עס איין, ווי שטערקער די שלעפט עס אראפ ווערט עס שווערער, ביז ס'קומט איין טאג אין ס'פלאצט אין דעמאלטס שפרינג עס צוריק מיט א געוואלדיגע כח.
איך האט געהאט צייטן וואס איך פלעג זיך באנוצען מיט שבועות איך פלעג שווערן אז איך גיי נישט אריין גיין דא און דא, איך רעד נישט פון דעם וואס איינמאל האב איך דורך געבראכן א שבועה, אבער דעס האב איך געהאט עטליכע מאל, וואס ווען ס'האט זיך געענדיגט די חודש אין איך האט געהאלטן פארן מקבל זיין א צווייטע חודש, האט עס אויסגעפלאצט מיט א געוואלדיגע כח, ווייל איך האט איהם גענייט א גאנצע חודש מיט די כח פון א שבועה, איז אפילו ער ברעכט נישט די שבועה ס'איז צו א שטארקע כח, אבער ווען ער קען זיך באפרייען דערפון פלאץ עס, אדער זיכט ער אנדערע וועגן וואס איז נישט געווען אין די שבועה זיך צו קענען באפרידגן.
די זעלבע זאך איך זעה דא אסאך יונגעלייט וואס די איינציגע כח וואס האלט זיי איז דעס א ער האלט שוין ביי נאך א טאג און נאך א טאג, ס'איז אמת א ס'געט א שטופ אין חיזוק אז איך בין מצליח איך קען יא, אבער וועט די עקסייטמענט וועט ווערן אביסל שוואכער, אדער אויב ער זאל ח"ו דורך פאלן און ער וועט מער נישט קענען שפירן די הרגשה וועט ער זינדיגן אהן א שיעור, ווייל די איינציגסטע זאך וואס האט איהם געהאלטן איז נאר געווען ער האט אזוי זאך טעג.
איך וועל געבן א דוגמא וואס איז זייער ענדליך צו אונזער מצב, איז די זאך פון דייעט וואס ווערט ס'ווייסט ווי אזוי דאס גייט צו, מיט אהן א שיעור עליות און ירידות ווייניג וואס זענען באמת מצליח, נאר מיטן ווילן [איך רעד נישט א מ'בענד זיך וכדומה] פארוואס ארבעט עס נישט, ווייל די מענטש איז באמת הונגעריג, ער וויל עסן וואס ס'איז גוט, אבער ער וויל זייער שטארק פארלירן וואג מכח כמה סיבות וואס ער וויל באמת, מ'פאנג אהן איין טאג ס'גליסט זיך אבער ער זאגט ניין ער שלאגט זיך מיט זיין גוף, ער ציילט די טעג די פונטן וכו' וואס דעם געט איהם חיזוק אנצוהאלטן, ביז ס'קומט איין טאג וואס ער האלט שוין נישט אויס ער פאנגט אהן אביסל נאך צו לאזן און נאכדעם ער זעהט שוין איך בין דורך געפאלן, לאמיך שוין עסן אזוי ווי וכו'.
ווי איז אבער א מענטש וואס די דוקטור זאגט איהם אז ער ליידט פון צוקער, ער וועט קענען אויפהערן אויף איין מאל צו עסן צוקער און ס'טארטש, וואס איז די חילוק, ווייל דער מענטש וואס ליידט פון צוקער שלאגט זיך בכלל נישט מיט זיין גוף, איינמאל ער דערהערט אז דאס איז סם, ווייסט ער אז די אלע מאכלים האט מער נישט מיט איהם קיין שייכות אויף אייביג, ס'הערט אויף צו רעדן צו איהם, ס'איז טאקע שווער נישט צו עסן, אבער ס'איז נישט דא קיין מלחמה אויף דעם.
אזוי אויך מיט אונזער אדיקשן, די מהלך המלחמה דארף זיין, אז ס'זאל נישט זיין קיין מלחמה בכלל, וויסן אז דאס האט נישט מיט מיר ס'איז פאר מיר סם המות נישט היינט און נישט מארגן, גלייך ווען ס'פאנג אהן צו ציען, מ'זעהט א פרוי וכו' מ'טראכט צו עפענען געוויסע סייט'ס וואס מ'קען אפשר זעהן דארט פארשידענע זאכן, פאר מ'האלט ביי די צווייטע קוק, זאגן צו זיך אליינס, ס'איז נישט גוט פאר מיר ס'איז סם המות ס'לייגט מיר צוגרינד איך דארף דאס בכלל נישט, אנטלויף פון דעםץ. שריי צום באשעפער, שלאגט דיך נישט מיט כח, אז די וועסט איהם א גאנצע צייט זאגן נישט היינט, דאס מיינט אז די שלאגסט דיך מיט איהם, אין אויב די וועסט איהם שוין נישט קענען זאגן נישט היינט די האסט שוין היינט געקוקט וועסטו נישט האבן קיין כח צו זאגן ווייטער ניין.
די גרעסטע חלק וואס העלפט פאר א איד צו זיין א שומתו"מ איז די הרגל וואס ער האט, ער האט בכלל נישט קיין נסיון צו רייכערען שבת, צו עסן יו"כ, פאר א בעל תשובה איז דעי פשוטע זאכן אויך שווער, ביי רוב חברים דא אין די קהילה אפילו מ'איז דורך געפאלן, מיט הוז"ל אדער מיט ראיות אסורות, האט ער אבער נישט קיין נסיון צו גיין למעשה מיט א אשת איש אדער מיט א גויטע, נישט ווייל ס'איז אזוי פיל הארבער ווי מוז"ל, נאר ווייל ס'איז ביי איהם א וואנט וואס ער שפירט אז ער קען נישט דורך ברעכן, האט ער בעצם נישט קיין מלחמה דערויף, אזוי דארף זיין מיט די גאנצע ענין פון הוז"ל ראיות אסורות צו ארבעטן אז ס'זאל מוחלט ווערן ביי איהם, אז דעי זאכן זענען פאר איהם סם, ס'איז נישט קיין פלאץ ווי מ'לויפט ווען מ'האט א שווערע מינוט סוכ"ס העלף עס גארנישט ביז ס'וועט איהם אריין גיין אין קאפ אין ס'וועט עושה רושם זיין, זעהן צו פארמיידן א מלחמה מיט כח פאר יעדע פרייז.
איך וועל מסיים זיין מיט די ווערטער פון אבן עזרא, אין פרשת יתרו ביי די עשרת הדברות, ביי לא תחמוד, פרעג ער ווי קען די תורה זאגט גלוסט נישט, ס'איז דברים שבלב איך גלוסט יא, זאגט ער אז א כפרי וועט קיינמאל נישט גליסטן צו חתונה האבן מיט די בת מלך, ווייל ער ווייסט אז ס'איז נישט שייך א ס'זאל געשעהן, די זעלבע זאך דארף א מענטש וויסן אז יענעם ווייב געלט וכו' ביילאנגט נישט צו איהם וועט ער אויפהערן גלוסטן. איך מיין אז ער זאגט די געדאנקט וואס איך האב דא געשריבן, אדרבא אויף האלט איינער איך בין נישט גערעכט, זאל ער שרייבן דא איך וויל הערן.
לעצט פארראכטן: י"ד אב התשע"ה 20:39 דורך חיים צבי.

ענטפער: כ"א אב התשע"ה 08:35 #241666

  • בשמחה תמיד
  • איצטיגע שטרעקע: 277 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 3797
  • האט שוין געלייקט: 7 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 239 מאל
  • קאָרמא: 17
חיים צבי דיינע רייד זענען ריכטיג
אבער וויאזוי באקומט מען די זאך אז מ'זאל נישט האבן די מלחמה....
די רייץ צו מחלל שבת זיין איז נישט אזוי ווי די רייץ אויף די תאוה!!

ענטפער: כ"א אב התשע"ה 16:45 #241686

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 1265 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1027
  • האט שוין געלייקט: 4368 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1480 מאל
  • קאָרמא: 13
חיים צבי דו ברענגסט ארויס א שטארקע נקודה.

דער נושא איז א נושא וואס יעדער פאר זיך דארף זעהן וואס ארבעט פאר אים און וואס נישט.

באופן כללי איז די מהלך פון איין טאג אויף אמאל א מהלך וואס ארבעט פאר יעדן איינעם אויף יעדע סטראגל וואס ער האט נאר. עס איז נישט קיין סתירה צו האבן א ציל צו אהנקומען צו א הונדערט פראצענטיגע שלימות אין דעם ענין. ואף על פי כן בשעת העבודה ארבעט מען ביסלעך ווייז איין טאג אויף א מאל.

איך וויל בל"נ בע"ה צונעמן דיין תגובה לכשאפנה.

אבער באופן פרטי דארף יעדער פאר זיך ארבעטן נאר אויף א מהלך וואס ארבעט פאר אים.

ענטפער: כ"א אב התשע"ה 17:29 #241689

  • חיים צבי
  • איצטיגע שטרעקע: 42 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 28
  • האט שוין געלייקט: 1 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 29 מאל
  • קאָרמא: 0
בשמחה תמיד געשריבן:
חיים צבי דיינע רייד זענען ריכטיג
אבער וויאזוי באקומט מען די זאך אז מ'זאל נישט האבן די מלחמה....
די רייץ צו מחלל שבת זיין איז נישט אזוי ווי די רייץ אויף די תאוה!!

ווען ס'איז שוין איז א מלחמה האט מען נישט קיין ברירה נאר לוחם צו זיין מיט מסירות נפש, וואס ליידער האב איך נאך נישט זוכה געווען, צו קענען דעס טוהן און אנהאלטן פאר א לענגערע צייט, אבער די עיקר כוחות דארף מען אריין לייגן צו אנטלויפן פון זיך טרעפן פנים אל פנים, [וואס דרך אגב שטייט עס אין די האנד בוך] זיך שלאגן מיט די כוחות נישט צו גיין אויף א פלאץ וואו מ'קען נכשל ווערן, וכדומה אויף גדרים וואס מ'מאכט, וואס דארט ווערט מען נישט אפגעשוואכט ווען מ'שלאג זיך, אדער פרובירן זיך מסיח דעת זיין, אבער אז מ'שלאג זיך מיט די תאוה אליין אהין און צוריק, וועט מען אין רוב פעלער, סוכ"ס מער נישט קענען אויסהאלטן און זיך ברעכן, איך האב נאכנישט געטוהן אין די 12 סטעפס פראגראם, אבער ווי איך פארשטיי, איז עס אויף דעם אופן צו ארבעטן אז דער מענטש זאל נישט וועלן אהין לויפן, פאר עפעס א סיבה לויפט דער מענטש אהין, און זיי ארבעטן אויף די סיבה אז דער מענטש זאל נישט לויפן אהין, נישט זיך צו שלאגן מיט די תאוה אליינס

ענטפער: כ"ח אב התשע"ה 07:35 #241794

  • בשמחה תמיד
  • איצטיגע שטרעקע: 277 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 3797
  • האט שוין געלייקט: 7 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 239 מאל
  • קאָרמא: 17
למעשה?
ווער קען מיך העלפן צו ארבעטן אויף די מהלך פון איין טאג אויפאמאל....??
יעדן טאג פרעגן ווי האלט מען היינט? אולי וועט עס זיין די וועג?

ענטפער: כ"ט אב התשע"ה 08:12 #241814

  • סאלאמאן
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 211
  • האט שוין געלייקט: 29 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 126 מאל
  • קאָרמא: 0
אפשר דורכ'ן פרובירן שטארק צו קאנצעטרירן דעם קאפ אויף 'היינט' בלויז 'היינט', און אוועקשטופן די געדאנקען פון 'נעכטן'\'מארגן', באטיטל דאס גלייך אלץ א עצת היצר. טראכט נאר פון היינט!

אז דער יצה"ר שיקט אריין מחשבות אז מארגן וועסטו ממילא זינדיגן, און וועסט ממילא נישט קענען אנהאלטן, דאן קענסטן זיך שטארקן אז דער באשעפער וועלט דיר העלפן, און אז.. ס'גייט דיר באמת נישט אן וואס גייט זיין מארגן! דו כאפסט זיך אן 'פעסט' אינעם 'היינט'. פארשטייט זיך אז דורכסטרוגלען א טאג איז א סאך לייכטער ווי סטרוגלען מיט א ריזן לאנגע תקופה.

מיט אסאך הצלחה טייערער 'בשמחה תמיד'!

"ונפש השנית בישראל היא חלק אלוה ממעל ממש... כך כביכול נשמת כל איש ישראל נמשכה ממחשבתו וחכמתו ית'... שורש כל הנפש רוח ונשמה כולם מראש כל המדריגות עד סוף כל דרגין המלובש בגוף עמי הארץ וקל שבקלים נמשך ממוח העליון שהוא חכמה עילאה"... (ליקוטי אמרים תניא פ"ב).

לעצט פארראכטן: כ"ט אב התשע"ה 08:13 דורך סאלאמאן.

ענטפער: ו' אב התש"פ 09:39 #267827

  • אשרי המחכה
  • איצטיגע שטרעקע: 22 טעג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 4
  • האט שוין געלייקט: 1 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 10 מאל
  • קאָרמא: 1

ציטירט פון א חבר אין די SAAPP הענגאוט גרופע מיט רשות, דברים כדברונות:

טייערע ברידער! עס איז פארהאנען א  יסוד אין די פראגראם, וואס רופט זיך "איין טאג אויף אמאל". איך מיין אז דאס ווערט נישט גענוג אויסגעשמועסט, באמת איז דאס א לעבנסוויכטיגע מיטל, נישט דווקה צו זיין זויבער, נאר אויף יעדע טריט און שריט, אונעם טאג טעגליכען לעבן.

אויב לעבט מען נישט אזוי איז דאס לעבן א גהינום, אויב בויעט מען אויף דעם מהלך, איז אלעס רואיג און געשמאק, פאר מיר פרעזענדליך, האט עס געטוישט מיין לעבן כרחוק מזרח ממערב, יעדער מענשט האט דאגות, אנגעצויגענקייט, עס איז א חלק פון לעבן פון וואס מיר קענען זיך נישט ארויס דרייען, עס איז געזונט, און מען קען דאס פארנעמען. אבער נאר אויב מיר ארבעטן מיטן מהלך פון "נאר" איין טאג, עס גייט מיר נישט אן בכלל וואס וועט זיין מארגן, און איך דארף זיך אויף דעם נישט זארגן, אויב האב איך גענוג געלט צו לעבן פאר די נעקסטע 24 שעה איז אלעס מסודר על צד היותר טוב, איי, איך בין שילדוג געלט פאר דעם און פאר יענעם, און מען וועט אהיים שיקן מיינע קינדער פון חדר ווייל איך בין שילדוג שכ"ל, מען וועט מיר אויסשאלטערן די לעקטער. איז אלעמאל די שאלה? אויב דאס וועט געשעהן דעם היינטיגען טאג, אויב נישט איז אלעס גוט און אלעס פיין.

דאס זעלביגע איז מיט עקטן אוט, עס איז נישט מעגליך אויף קיין שום וועג אויף דער וועלט, פאר א עדיקט צו בלייבן זויבער, ווייל ער איז געצווינגען צו דאס טוהן, און מען האט אונז צוגענומען די בחירה (עיין אוה"ח הק סוף פרשת אחרי) אבער פאר בלויז 24 שעה איז אלעס מעגליך, א מענשט קען גיין אן עסן און אן שלאפן פאר 24 שעה, און א עדיקט קען גיין פאר 24 אן זיך אויסרייבן וכו', למשל אויב זענט איר אויפן הייוועי און איר ברויכט זייער שטארק ארויסגיין....אויב זעהט איר א שילד, אז די נעקסטע רעיס עריע איז אין איין מייל, וועט איר זיך איינהאלטן מיט אלע כחות נאך איין מינוט, אבער אויב די קומעדיגע בית הכבוד איז זעכציג מייל אוועק, וועט איר בשום אופן דאס נישט קענען דורכפירן.

אזוי איז אויך מיט יעדע זאך אין לעבן, אויב קוקען מיר אויפן עתיד, וואס גייט זיין? ווי אזוי גייט עס זיין? איז עס אוממעגליך, היינט ברויך איך קעיר נעמען אז אלעס זאל דורך גיין ווי עס ברויך צו זיין, עס איז נישט דאס קיין מארגן עס איז נישט דאס קיין נעכטן, אז איז נאר דא אביסל היינט וואס מיר דארפן פארעכטן......

ענטפער: ח' אב התש"פ 14:06 #267877

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 522 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1126
  • האט שוין געלייקט: 877 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2128 מאל
  • קאָרמא: 50
חיים צבי געשריבן on י"א אב התשע"ה 17:59:
איך האב נעכטן תשעה באב געלערנט די מדרש אויף איכה אז די באלאגערינג אויף די שטאט ביתר האט אנגעהאלטן דריי און א האלב יאר, ווייל ס'געווען א צדיק ר' אלעזר המודעי וואס האט יעדן טאג געדאוונט, און די לשון וואס ער האט געזאגט באשעפער "היינט" זאלסטו דיך נישט זעצן צום משפט
און אזוי יעדן טאג האט ער געבעטן פאר נאך איין טאג, אזוי האט עס אנגעהאלטן ביז דריי און האלב יאר [ביז בר כוכבא האט איהם גע'הרג'עט], ס'האט מיר גלייך אויגבליצט די נקודה וואס מ'רעדט דא. די נקודה פון איין טאג אויף אמאל א יעדן טאג בעטן אין מלחמה האלטן נאר פאר איין טאג, באשעפער היינט לאמיר זיין ריין, היינט זאלסטו מיר ח"ו נישט איבערגעבן אין די הענט פון די סט"א וכו'

ענינא דיומא

  • בלאט:
  • 1
אחראים: GYE YIDDISH
צייט צו מאכן א בלאט: 0.89 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא