שלום עליכם מיינע ידידים, ברוכים הבאים פאר די נייע צוגעקומענע צו מיין משפחה, און מזל טוב פאר די נייע אחראים
קודם אן אנטשולדיגונג פארן נישט דא זיין אזא לאאאאאאנגע צייט, מיין געזונדל איז פשוט געווען שטארק פארנומען, און ב''ה פאר גוטע זאכן.
צום ערשט א תשובה צו לומד איבער זיין שאלה וואס איך טוה פאר ריקאווערי
קודם תשובה ראשונה ואמיתית, איך האלט נישט אז דיין אדער א צווייטענס ריקאווערי איז בינדענד אין מיין ריקאווערי, און וואס איך טוה מיינט נישט אז דאס קען זיין גוט פאר דיר.
אבער איך וואלט געוואלט ניצן דיין שאלה אויף אן אנדערע פארנעם, ובזה החלי
א איד איז אריינגעקומען דאכציך ביים חפץ חיים, און דער חפץ חיים פרעגט אים וואס מאכט איר עפעס?
ענטפערט אים די איד, ב''ה איך האב פרנסה, געזונד, פיינע קינדער וכו'
און דער חפץ חיים פרעגט אים נאכאמאל ר' איד וואס מאכט איר עפעס?
רבי איך האב אייך געזאגט, איך האב ב''ה פרנסה, די קינדער זענען געזונט, ב''ה אלעס זייער פיין
יא יא זאגט דער חפץ חיים, דאס מאכט דער אייבערשטער, נישט דו! איך האב אייך געפרעגט וואס איר מאכט, נישט וואס דער אייבערשטער מאכט,
נו איז וואס מאכט משה'לע?
משה'לע פרובירט זיך צו האלטן נאנט צום אייבערשטן, טראכטן בכל עת ובכל זמן ובכל רגע שהכל מאתו יתברך, מבלעדי עזך ועזרתך אין עזרה
וישועה,
מען שטייט אויף צופרי זאגט מען מודה אני לפניך, נישט יעדער שטייט אויף צופרי, טאטע איך דאנק דיר איך קען נאך זיין אויף די וועלט.
מען לייגט אנידער די צוויי אויסגערוהטע הענטעלעך ארונטער די נעגל וואסער טעפל, אה טאטע, איך האב צוויי גאנצע הענט, איך קען זיך באוועגן מיט זיי, עס איז נישט געלעמט, אלע מיינע פינגער'ס זענען דא, מודה אני לפניך ה' אלוקי
איך מאך מיינע ערשטע טריט אראפ פון בעט, געוואלדיג, איך קען ב''ה שפאצירן אויף מיינע איייגענע פוס, זיי זענען גאנץ ב''ה, איך קען מיך באוועגן דערמיט, טאטע איך קען מיר נישט גענוג באדאנקען פאר דיר
איך האב א געזונטע ווייב, געזונטע קינדער, איך קען גיין צו די ארבייט, בוזט דאך אזא גוטער באשעפער, פותך ידך ומשביע לכל חי רצון.
משה'לע האט מסיים געווען נעכטן א מסכת, און ביים סיום נישט מער און נישט ווייניגער הייבט מען אן נאכאמאל די משנה פון אנהייב, געוואלד איך האב דאך שוין גענדיגט די מסכת, פארוואס אנהייבן נאכאמאל?
א איד ענדיגט קיינמאל נישט, נאר נאך די 120, דאמאלטס ענדיגט מען דעם ענדגילטיגן סיום אויף די וועלט, נו אויב אזוי וואס איז דאס די סיום מסכת? עס איז דאך בכלל נישט קיין סיום? די תירוץ איז אז דאס מסיים זיין א מסכת איז פשוט אן הכרה אז מען גייט אויפן ריכטיגן וועג, מען דערגרייכט דעם ציל, אבער מען האט עס נאכנישט גענדיגט, דאס ענדיגט מען ביי די 120
משה'לע האט נישט מסיים געווען ריקאווערי און עס איז נישט אין פלאן צו מסיים זיין פאר מיין שטארבן, איינמאל מיין נשמה וועט ווערן צוריקגעגעבן צו מיין טאטן אין הימל, וועט זיין מיין ענדגילטיגע סיום צו מיין ריקאווערי.
משה'לע ווען עס באפאלט אים א שווערע מינוט, הייבט מען אויף די אויסגעדארטע קליינטשיגע הענטעלעך צום גרויסן טאטן אין הימל, און מען בעט זיך צו אים, טאטי העלף מיר, דו ווייסט איך קען נישט אליין, איך האב איבערגעלאזט היינט אינדערפרי א פרוי אין שטוב, זי איז נישט ווערט איר מאן זאל ווידערשפעניגן אין איר, זי טוט דאך אזויפיל פאר מיר, און רבוש''ע דו ווייסט דאך ווי ערליך זי איז, אם לא למעני עשה למען אשתי, איך האב דאך אזא געלונגענע ווייב, זי צופליקט זיך פאר מיר, טאטע אין הימל איך וויל איר נישט בא'עוולענען, רצוני לעשות רצונך, איך קען נישט אליין, עמוד לימיני וסמכני, איך האב אזוינע טייערע קינדערלעך, רבוש''ע איך דאנק דיר פאר דעם, אבער זיי דארפן א ערליכע טאטע, א געזונטע טאטע, רפאנו השם ונרפא, זייערע טרערעלעך וואלט דאך זיכער געשפאלטן די הימל'ן, נאר זיי ווייסן נעבעך נישט וואס איך גיי אדורך, טאטע אין הימל וויין דו אנשטאט זיי, זיי מאכן מיר א נחת רוח יעדן טאג ווען איך קום אהיים און איך זעה ווי ערליך זיי פירן זיך אויף, איך הער די גריסן פון די מלמדים, מחנכות און אפילו פון סתם מענטשן אויף די גאס וואס באגעגענען זיך מיט זיי, רבוש''ע דו ווייסט דאך יא, עס האט זיראו מיט מיר, עס איז אלעס דו, דיין גוטהארציגקייט צו מיר, אפילו איך בין נישט ווערד דערצו, אבער מיינע קינדערלעך זענען יא ווערט א ערליכע טאטע, א אפגעהיטענע טאטע, עשה למען בני, ובנותי שנתת לי בזה, מיינע קליינטשיגע עופה'לעך האבן דאך נאך זיכער נישט געזינדיגט, עשה למען תשב''ר שלא טעמו, וויפיל טרערן האט מיין טאטע און מאמע פארגאסן אויף מיר איך זאל זיין ערליך, טאטע אין הימל, נעם ארויס די טרערן פון די באהעלטעניש, און גיס מיר אן דערמיט, וזרקתי עליכם מים טהורים, העלף מיר איך זאל זיין נאנט צו דיר מיט אן אמתדיגקייט, וטהר לבנו לעבדך באמת, דו בוזט מיין טערעפיסט, און דו בוזט אין מיין גרופע, דו בוזט מיין חיזוק פארום, און איך שרייב צו דיר, און איך בעט דיר שרייב צוריק צו מיר, כתבינו בספר גאולה וישועה, העלף מיר קענען אויספירן דיינע צען געבאטן פון דיין תורה, לשמור ולעשות ולקיים את כל דברי תלמוד תורתך, אבער באהבה!