ברוכים הבאים, גאסט

טעמע: משה'לע'ס ערגרייכונגען 4901 באזוכער

ענטפער: משה'לע'ס ערגרייכונגען ב' אלול התשע"ט 23:32 #258903

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 5 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 603
  • האט שוין געלייקט: 517 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 839 מאל
  • קאָרמא: 24

אויסגעקומען צו רעדן אויף אונזער הענגאויטס גרופע מיט איינער פון אונזערע חשובע חברים, זאגט ער מיר, יעדער האט נסיונות, דאס איז עס, מען מוז לעבן מיט די מציאות, יעדער לאסט! א האלבע ביהמ''ד לאסט! ס'איז זייער נארמאל, והא ראי'ה קוק איך קען מיר נישט איינהאלטן!

איך האב שוין די רעיון געהערט גראדע פריוואט פון נאך אנדערע, און וגם אני בחלומי איז נישט געווען אנדערשט, איך האב אלעמאל געטראכט נאכן אויסעקטן, אה! קיינער קען זיך נישט איינהאלטן! לאמיר אפ, איך האב שוין אזויפיל מאל פרובירט, עס איז אוממעגליך! און ווער עס זאגט אז מען קען, איז א פשוט'ער ליגענער! מען קען נישט! דאס איז עס!

די הייליגער רבי יושע'לע בעלז'ער האט אמאל געפרעגט, פארוואס שטייט אור לארבעה עשר ''בודקין את החמץ''? עס וואלט דאך באמת געדארפט שטיין ''בודקין את הבית''!?

איז דער הייליגער רבי ישכר בער זיין זוהן געזיצן און גענטפערט א תירוץ.

געווען אמאל צוויי סוחרים וואס זענען געגאנגען אין וועג, אינמיטן איז צוגעפאלן די נאכט און זיי האבן זיך געוואלט אראפלייגן שלאפן, זענען זיי אריין אין א דערנעבנדיגן פעלד, אבער זיי האבן דאך א זעקל געלט מיט זיך, איז וויאזוי קען מען זיכער מאכן אז קיינער לייגט נישט קיין יד דערויף? האבן זיי באשלאסן צו קוקן אויב עס דרייען זיך אין די פעלד מענטשן וואס קענען עס גנבענען, זיי זוכן אינעם פעלד און זיי זעהן נאר קוהן וואס פאשענען, פיין געוואלדיג פון קוהן ברויך מען דאך נישט מורא האבן, האבן זיי גענומען דעם זעקל געלט און אויפגעהאנגען אויף א צווייגעל אונטערן בוים, זיי לייגן זיך שלאפן רואיגערהייט.

וואס זיי האבן אבער נישט געטראכט איז געווען, אז קוהן האבן א בעל הבית, און אויב דרייען זיך דא קוה'ן איז דא איינער וואס היט אויף זיי, און דער איינער האט זיך דערוועקט, און ער באמערקט די צוויי סוחרים ליגן אויף דער ערד און שלאפן, איז פארשטייט זיך ער איז געגאנגען נעמען די זעקל געלט, אבער ער טראכט צו זיך, וואס טוה איך יעצט, זאל איך אנטלויפן מיט די קוה'ן אינמיטן נאכט? די קוה'ן מאכן דאך א גרודער, וועלן זיי דאך אויפוועקן די סוחרים, וועט דאך נישש טויגן! זאל איך אנטלויפן און איבערלאזן די קוה'ן וועט דאך ווייטער נישט זיין גוט, זיין פריץ וועט דאך פארלאנגען פון אים די קוה'ן, ער קען זיי נישט לאזן אויף הפקר!
איז אים איינגעפאלן א פלאן! ער וועט ארויסנעמען די געלט פונעם זעקל, און אריינלייגן אין זיין טאש, און ער וועט צוריק אנפולן דעם זעקל מיט די גללים פון די קוה'ן, ער וועט זיך צוריקלייגן אין זיין פלאץ וואו ער איז געליגן, און פונקט ווי זיי האבן אים פריער נישט געטראפן וועלן זיי אים יעצט אויך נישט טרעפן, ושלום עלי נפשי, אלס וועט זיין בסדר, זיי וועלן זיכער נישט באמערקן דעם גניבה.

עס קומט צופרי, די סוחרים דערוועקן זיך, און גייען צו צום זעקל, און דערשפירן שוין די ריח פון די גללים, זיי עפענען דעם זעקל און זעהן די גללים אינעווענדיג, געוואלד!! ווער האט גענומען די געלט?? די קוהן קענען דאך נישט נעמען קיין געלט! און זיי דארפן נישט קיין געלט! נו וויאזוי איז דאס נעלם געווארן? וואס טוט מען?

זיי האבן מחליט געווען, עס איז אמת, זייער שטארקע קשיות, אבער למעשה זעהן זיי קיינעם נישט אין פעלד, זיי נעמען אלע קוהן מיט די זעקל גללים, און שלעפן זיי צום בית דין פאר א דין תורה!!

די גאנצע עולם הערענדיג די מעשה פון ר' ישכר בער האט זיך צושמייכלט.

האט ר' אהר'לע בעלז'ער דערנאך מסביר געווען די משל, א מענטש איז דא אויף דער וועלט מיט א גאנצע זעקל מצות ומעשים טובים, ער פארנאכלעסיגט זיין זעקל, דער בעל דבר כאפט זיך אריין און פאקט אריין גללים דארטן, עס קומט פאר פסח ער וויל זיך צוגרייטן צום ליל התקדש, אבער געוואלד! ער דערזעהט זיך מיט א זעקל גללים! וויאזוי קען דאס זיין? ער האט דאך אזויפיל געלערנט, געטוהן מצות, וויאזוי האט דאס פאסירט אז ער דערזעהט זיך מיט גללים?

טאקע שטארקע קשיות, אבער שוין דאס איז די וועלט, אזוי גייט דאס, פארפאלן, מן הסתם גייט דאס אזוי, און ער שלעפט זיך מיט זיין זעקל גללים צום דיין!

ר' איד, נישט דיין הויז דארפסטו בודק זיין, דיין חמץ זיי בודק! האסט דאך א גוטע קשיא! וויאזוי קען דאס זיין? פארוואס בלייבסטו ביי די קשיא?! זוך אויף דעם תירוץ, אז דו וועסט זוכן וועסטו טרעפן!

איך האב געהאט זייער גוטע קשיות אמאל, וויאזוי קען דאס זיין אז איך פאל אדורך? אזויפיל געלערנט, אזויפיל מתפלל געווען, עס קען דאך נישט זיין! זייער גוטע קשיות, אבער אנשטאט צו זוכן דעם ריכטיגן תירוץ דערויף, האב איך באשלאסן צו נעמען מיין זעקל גללים מיט די קוהן צו דין תורה, מן הסתם עקט יעדער איינער אויס, מען קען נישט זיין ריין, זעהסט דאך וויפיל איך האב פרובירט.

אנטשולדיגט משה'לע, עס איז באמת גוטע קשיות, אבער עס איז דא א תירוץ דערויף, און די תירוץ איז, עפעס ליגט באהאלטן אונטער די לאסטן, אפשר בוזטו אן עדיקט, אפשר איז דא שטארקע ווייטאגן וואס ליגט דערונטער און מען דארף קער נעמען דערפון, לאמיר בודק זיין דעם חמץ! נישט די הויז! פאר א סיבה איז דא גללים אין מיין זעקל, עפעס מוז זיין איז נישט אין ארדענונג מיט מיר, שלעפ נישט די קוהן מיט די גללים, זוך אויף דעם רויבער!!!! וואס ליגט באגראבן אונטער דעם? אז איך טרעף נישט, אדער וויל נישט טרעפן דעם תירוץ, מיינט נאכנישט אז יעדער איינער עקט אויס, און אז א האלבע ביהמ''ד לאסט!

שוין, ס'שפעט, שיק דעם תגובה און גיי שלאפן.
גוטע נאכט.

ענטפער: משה'לע'ס ערגרייכונגען ב' אלול התשע"ט 23:50 #258905

  • friend
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • כי ימינך פשוטה לקבל שבים
  • מעלדונגען: 964
  • האט שוין געלייקט: 323 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 932 מאל
  • קאָרמא: 10
עד כאן געשריבן on ב' אלול התשע"ט 23:32:

אלס בחור האב איך אזוי געטראכט פאר א שטיק צייט, אבער שנעל איינגעזעהן אז איך דמיון

מען דארף זיין גוט צו יעדעם אבער נישט מיט יעדעם

ענטפער: משה'לע'ס ערגרייכונגען ג' אלול התשע"ט 00:55 #258907

  • שמע-תפלתי
  • איצטיגע שטרעקע: 142 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 456
  • האט שוין געלייקט: 440 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1109 מאל
  • קאָרמא: 5

יוש משהלע
ביזט דאך אזוי גיט, אייביג מיט די ריכטיגע מעשה אין פלאץ, קיפ איט אפ...
עס געפעלט מיר זייער די מעשה, אויס ריקען עטרה, נאר א פעקעלע קיען גללי.....

להטות לבבנו אליו ללכת בכל דרכיו ולשמר מצותיו וחקיו ומשפטיו אשר צוה את אבתינו
כי עיקר מציאות האדם בעה"ז הוא רק לקיים מצות ולעמד בניסיון,  והנאות העולם אין ראוי שיהו לו אלא לעזר ולסיוע בלבד לשיהיה לו נחת רוח ויישוב הדעת למען יוכל לפנות לבו אל העבודה הזאת מסילת ישרים

ענטפער: משה'לע'ס ערגרייכונגען ג' אלול התשע"ט 11:37 #258965

  • Helpmeasap
  • איצטיגע שטרעקע: 36 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 347
  • האט שוין געלייקט: 498 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 341 מאל
  • קאָרמא: 10

משה'לע, שטארק שטארק !!!

הק' העלפמי

ענטפער: משה'לע'ס ערגרייכונגען ד' אלול התשע"ט 17:02 #259120

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 5 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 603
  • האט שוין געלייקט: 517 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 839 מאל
  • קאָרמא: 24
100 ריינע טעג, ס'נישט פשוט, הייליגע ליבע באשעפער, עכט האט עס גארנישט מיט מיר, עס איז אינגאנצן דיינס, עס איז דיין כח, דיינע נסים וואס דו טוהסט מיט מיר יעדע רגע און יעדע מינוט, על נסיך שבכל יום עמנו, ערב ובוקר וצהרים! איך בעט דיר טאטע העלף מיר איך זאל קענען טוהן דיין רצון יעדן טאג, יעדע שעה, יעדע רגע, דיין רצון נישט מיין זאל ערפילט ווערן.

איך שטעל ביר צום טיש, יעדער קען נעמען א גלעזעל, נישט אנפילן ביז אויבן מען דארף איבערלאזן פאר אנדערע אויך.

ענטפער: משה'לע'ס ערגרייכונגען ד' אלול התשע"ט 17:21 #259121

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 114 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 1123
  • האט שוין געלייקט: 2148 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1938 מאל
  • קאָרמא: 23
עד כאן געשריבן on ד' אלול התשע"ט 17:02:
100 ריינע טעג, ס'נישט פשוט, הייליגע ליבע באשעפער, עכט האט עס גארנישט מיט מיר, עס איז אינגאנצן דיינס, עס איז דיין כח, דיינע נסים וואס דו טוהסט מיט מיר יעדע רגע און יעדע מינוט, על נסיך שבכל יום עמנו, ערב ובוקר וצהרים! איך בעט דיר טאטע העלף מיר איך זאל קענען טוהן דיין רצון יעדן טאג, יעדע שעה, יעדע רגע, דיין רצון נישט מיין זאל ערפילט ווערן.

איך שטעל ביר צום טיש, יעדער קען נעמען א גלעזעל, נישט אנפילן ביז אויבן מען דארף איבערלאזן פאר אנדערע אויך.

מזל טוב משה'לע!!!
געב אהער א גלעזל ביר. אבער לאמיר נישט מאכן קיין גרויסע שמוץ ביים טיש, ווייל משה'לע זיצט דאך ביים רבי'נס טיש, און די רבי קען ווערן ברוגז אז מ'ברענגט ביר אין חדר.

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

ענטפער: משה'לע'ס ערגרייכונגען ד' אלול התשע"ט 17:51 #259128

  • Helpmeasap
  • איצטיגע שטרעקע: 36 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 347
  • האט שוין געלייקט: 498 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 341 מאל
  • קאָרמא: 10

משה'לע, מזל טוב צו דיין ערשטע 100 ריינע טעג, זאל דער באשעפער העלפן ווייטער !!!

אצינד האסטו לכאורה א דעה אין הימל ווייל "ווער ס'האט די מאה, האט די דעה" זאלסטו פסק'נען אז משיח זאל שוין קומען !!!!!!!!!!!!!!!!!!

הק' העלפמי

לעצט פארראכטן: ד' אלול התשע"ט 17:52 דורך Helpmeasap.

ענטפער: משה'לע'ס ערגרייכונגען ה' אלול התשע"ט 09:20 #259157

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 5 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 603
  • האט שוין געלייקט: 517 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 839 מאל
  • קאָרמא: 24

היינט בין איך אויפגעשטאנען צופרי וואו א אנגעטרונקענע שיכור! מען האט ייר אנגעטרונקען מיט אלקאהאל די נאכט אומוועלנדיג, געהאט א מקרה לילה, איך בין אויפגעשטאנען שיכור ווי לוט, א קראנקע אנגעזויפענע סעקסאהאליק, נעבעך! איך האב אן עלערדזשיק ריעקשאן צו סעקס בכלליות, קיין חילוק אין וואסערע פארמאט, איך בין אלערזשיק דערצו, און משה'לע מוז זיך ארומדרייען מיט א עפי פען, מיין עפי פען איז דער אייבערשטער, אויב פארגעס איך מיין עפי פען בין איך אןיף געהאקטע צרות!

איך דאנק דעם אייבערשטן אז איך האב געקענט גלייך שעיר'ן אויף די הענגאויטס גרופ, דערנאך האב איך געמאכט א שטארקע סטעפ 11, געגאנגען אין מקוה, און זיך געשטעלט דאווענען, ממש א מחי'ה געווען די דאווענען, א גוטע סטעפ 11 געווען, ארויסגעקומען אן אנדערע מענטש! איך געדענק נישט ווען ס'איז געווען די לעצטע מאל נאך א מקרה לילה וואס די אלקאהאל זאל אזוי שנעל אויסוועפן, אלעס דורך די כח עליון, דער גרויסער און הייליגער באשעפער וואס האט מיר זייער שטארק ליעב!

איך בעט דעם אייבערשטן אז ער זאל מיר העלפן צו בלייבן ריין היינט, ווייל ער און נאר ער האלט מיר ריין.

ענטפער: משה'לע'ס ערגרייכונגען ה' אלול התשע"ט 14:19 #259181

  • Helpmeasap
  • איצטיגע שטרעקע: 36 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 347
  • האט שוין געלייקט: 498 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 341 מאל
  • קאָרמא: 10

גראדע פונקט פאסיג צו דיין היינטיגע טאג, מ'דארף דאס איבער'חזר'ן אז  נאר דער באשעפער טוט אלעס, עט ליסט 101 מאל ביז ס'קריכט גוט אריין אין די ביינער.....

הק' העלפמי

לעצט פארראכטן: ה' אלול התשע"ט 14:22 דורך Helpmeasap.

ענטפער: משה'לע'ס ערגרייכונגען ה' אלול התשע"ט 16:10 #259190

  • סאלדאט
  • איצטיגע שטרעקע: 57 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • I strive to become better
  • מעלדונגען: 61
  • האט שוין געלייקט: 204 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 87 מאל
  • קאָרמא: 4
101!!!

דער אויבערשטער זאל העלפן  ס'זאל ווערן 10101 ריין!!!

ענטפער: משה'לע'ס ערגרייכונגען ה' אלול התשע"ט 21:23 #259215

  • יחיאל
  • איצטיגע שטרעקע: 1 טאג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • זוך שטארקען
  • מעלדונגען: 423
  • האט שוין געלייקט: 1447 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 363 מאל
  • קאָרמא: 6

דאס איז דאך א בעלזער מיספר
זאלסט האבן אסאך הצלחה 

זוך שטארקען און נאכאמאל זוך שטארקען בוז מען וועט ווערן 
א גיבור  [הכובש את יצרו]

ענטפער: משה'לע'ס ערגרייכונגען י' אלול התשע"ט 14:00 #259466

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 5 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 603
  • האט שוין געלייקט: 517 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 839 מאל
  • קאָרמא: 24

געהאט נעכטן א זייער שטארקע טריגער, און איך בין ב''ה ארויס מיט גאנצע גלידער, אעך האב נישט קיין אהנונג וויאזוי איך בין געבליבן ריין, גארנישט מיט מיר באמת, בלויז מיין טאטע אין הימל האלט מיר ריין היינט, נעכטן, און אייער נעכטן.

ענטפער: משה'לע'ס ערגרייכונגען י' אלול התשע"ט 15:20 #259479

  • חיים חייקל
  • איצטיגע שטרעקע: 30 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 39
  • האט שוין געלייקט: 94 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 96 מאל
  • קאָרמא: 3
משה'לע דו געסט אונז אסאך חיזוק

איינע פון די זאכן וואס געבן מיר א שטיפ פאראויס איז ווען איך געב א בליק אויף דיר - און אפאר אנדערע חבירים - וואו עטס זענטס אנגעקומען, געט עס אסאך כחות ווייטער אנצוגיין.

אגב, איך גלייך זייער שטארק דיין שמייכל

לעשות נחת רוח להבורא יתברך שמו

זיך צו לאזן היילן איז טאקע שווער. אבער צו בלייבן קראנק איז נאך שווערער

לעצט פארראכטן: י' אלול התשע"ט 15:21 דורך חיים חייקל.

ענטפער: משה'לע'ס ערגרייכונגען י' אלול התשע"ט 16:12 #259483

  • Helpmeasap
  • איצטיגע שטרעקע: 36 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 347
  • האט שוין געלייקט: 498 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 341 מאל
  • קאָרמא: 10

גם אני מצטרף עם חיים חייקל

הק' העלפמי

ענטפער: משה'לע'ס ערגרייכונגען י' אלול התשע"ט 20:11 #259496

  • טשולענט
  • איצטיגע שטרעקע: 17 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 45
  • האט שוין געלייקט: 129 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 47 מאל
  • קאָרמא: 2
Helpmeasap געשריבן on י' אלול התשע"ט 16:12:

גם אני מצטרף עם חיים חייקל

גם אני

איך קום אהער צו פייטן מיין אדיקשאן און קוים וואס איך בין דא 4 טעג ... האב איך שוין א פרישן אדיקשאן... ס'רופט זיך הדא

ענטפער: משה'לע'ס ערגרייכונגען ט"ו אלול התשע"ט 09:37 #259677

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 5 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 603
  • האט שוין געלייקט: 517 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 839 מאל
  • קאָרמא: 24

נישט לאנג צוריק איז געווען א איד אין ארץ ישראל וואס איז געפארן אין זיין אויטא מיט זיין ווייב און קינדער, ווען פלוצים האט אן אראבער אנגעהויבן שיסן קוילן צו זייער ריכטונג, די מאמע האט שנעל געזאגט פאר די קינדער זאלן זיך לייגן אונטער די סיט צו ווערן באשיצט פון די נאכאנאנדע פליענדע קוילן, און די קינדער האבן אזוי געטוהן, ממש סעקונדן דערנאך האט די טאטע מיט די מאמע צוריקגעגעבן זייער נשמה פאר דעם יוצר כל היצורים, די שיסערייען שטעלן זיך שוין אפ עטליכע מינוט שפעטער, די קינדער מיט זייער הארץ קלאפענישן שרייען ארויס פון זייער באהעלטעניש, מאמע מען קען שוין ארויסקומען?? אבער אין קול ואין עונה! מאמע וואס גייט פאר, דו שלאפסט?? מאמע שטיי אויף! הערט זיך דאס קול פון א קליין בענקעדיגע אנגעשראקענע קינד, מאמע שטיי אויף!!! וועק דיר אויף!! אבער די מאמע שלאפט, און דאסמאל איז דאס אן אייביגע שלאף! דער אייבערשטער דער שוכן עפר וועט איר אי''ה אויפוועקן ווען עס וועט זיין ויקוצו שוכני עפר לעתיד.

מען בלאזט שוין 2 וואכן דעם שופר, ס'איז חודש אלול! פארוואס בלאזט מען? אויפצווועקן משה'לע! עורו ישנים משינתכם! עס קומט ראש השנה, געוואלד! משה'לע אויפשטיין!!! גענוג געשלאפן! אבער משה'לע שלאפט א טיעפע דרימל, יעדן טאג בלאזט אן אנדערער, איינער העכער און א צווייטער שטערקער, מען טוישט די שופרות, אבער וויאזוי גייט נאר די ניגון? אני ישנה, ולבי ער, אוי אני ישנה, ולבי ער.
קול דודי דופק פתחי לי, קול דודי דופק פתחי לי.

אוי הייליגע באשעפער, דו זעהסט דאך מען קען דעם משה'לע נישט דערוועקן פון שלאף, מען בלאזט יעדן טאג, תקיעה תרועה שברים, און משה'לע שלאפט נאכאלטץ, אבער דו קענסט יא אויפוועקן משה'לע! איז הייליגע טאטע אין הימל, נעם דעם שופר אין האנט, און געב איין בלאז!! נאר איינס, עס וועט זיין גענוג איין תקיעה! אבער א תקיעה גדולה! אוי תקע בשופר גדול לחירותינו!!!! משה'לע וועט דעמאלט'ס זיכער אויפשטיין! מען וועט קומען צום הייליגן הויז, ושם נעבדך ביראה כימי עולם, אה עס בענקט, עס ציהט, אוי הייליגע טאטע מיר ווילן דיר זעהן!! אוי ותחזינה עינינו בשובך לציון ברחמים! משה'לע וויל זיין אין ארץ ישראל אויף ראש השנה, מיר וועלן מקריב זיין קרבנות, די לוים וועלן נעמען זייערע אינסטרומענטן, מען וועט שפילן דעם שיר שהלוים היו אומרים, אוי הייליגע טאטע, די התרוממות, די התעלות וואס עס וועט דעמאלט'ס זיין, מען ווע זיין ממש דבוק אין דיר, א דביקות מיט געגועין, אוי הייליגע טאטע נו ווען?? מתי תמלוך בציון? ווילאנג וועט נאך די שלאף געדויערן?? עס בענקט, עס רייסט ביים הארץ, אוי אנא רחום ברחמיך הרבים, השב שכינתך לציון עירך, אין די גלות קען מען בלאזן און בלאזן, משה'לע בלייבט ליגן אין בעט! אבער טאטע אין הימל, ווען דו וועסט בלאזן, ותמלך אתה הוא ה' אלוקינו מהרה לבדיך, אוי וויי וויי, על כל מעשיך!!!!

ענטפער: משה'לע'ס ערגרייכונגען ט"ו אלול התשע"ט 10:32 #259678

  • סאלדאט
  • איצטיגע שטרעקע: 57 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • I strive to become better
  • מעלדונגען: 61
  • האט שוין געלייקט: 204 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 87 מאל
  • קאָרמא: 4

משה'לע דו מאכטס מיר וויינען,

יא דעם שטאלצן סאלדאט קענסטו מיט דיין פעדער צונעמען

ענטפער: משה'לע'ס ערגרייכונגען ט"ו אלול התשע"ט 10:51 #259680

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 192 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 626
  • האט שוין געלייקט: 271 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1223 מאל
  • קאָרמא: 22
WOW האסט מיך איבערגענומען אינגאנצן.

א יישר כח פאר די תגובה, א דאנק פארן רעיון, און א "אמן" פאר די ברכה!
איך בין נישט קיין פוסק, און נישט קיין מכריע. ווען איך שרייב עפעס איז עס בדרך כלל נאר מיטגעטיילט מיין ערפארונג און איך בין קיינעם נישט מחייב אנצונעמען מיין מיינונג, אויב מ'וויל קען מען עס פרובירן און זען צו ס'ארבעט, און איך האב נאכאלץ דער פולסטער רעספעקט און כבוד צו א צווייטנ'ס מיינונג אפי' עס איז אנדערש אדער מחולק מיט מיין מיינונג.

ענטפער: משה'לע'ס ערגרייכונגען ט"ו אלול התשע"ט 11:11 #259684

  • שמע-תפלתי
  • איצטיגע שטרעקע: 142 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 456
  • האט שוין געלייקט: 440 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1109 מאל
  • קאָרמא: 5

דאס איז ריכטיגע דברים היוצאים מו הלב, פין ווייס איך? ווייל עס איז נכנסין אל הלב.
ישר כח

להטות לבבנו אליו ללכת בכל דרכיו ולשמר מצותיו וחקיו ומשפטיו אשר צוה את אבתינו
כי עיקר מציאות האדם בעה"ז הוא רק לקיים מצות ולעמד בניסיון,  והנאות העולם אין ראוי שיהו לו אלא לעזר ולסיוע בלבד לשיהיה לו נחת רוח ויישוב הדעת למען יוכל לפנות לבו אל העבודה הזאת מסילת ישרים

ענטפער: משה'לע'ס ערגרייכונגען ט"ו אלול התשע"ט 13:14 #259688

  • wannabe
  • איצטיגע שטרעקע: 2 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 59
  • האט שוין געלייקט: 120 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 87 מאל
  • קאָרמא: 2

גרררר....
א סקרויך איז דורך די ביינער ביים ליינען משה'לעס פאסט
סיי ביים משל און סיי ביים נמשל

דו ביסט א צדיק... יא יא דו ביסט... דו הייסט א צדיק מיט יעדע זאך וואס דו טוסט... נקרא צדיק לאותו דבר... (נחמה)

ענטפער: משה'לע'ס ערגרייכונגען ט"ז אלול התשע"ט 22:25 #259758

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 5 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 603
  • האט שוין געלייקט: 517 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 839 מאל
  • קאָרמא: 24

איז אזוי, משה'לע האט געהאט א שמועס מיט זיין טערעפיסט היינט, און די החלטות פונעם פון די היינט נאכטיגע סעסיע איז ווי פאלגענד.

1) איך ברויך ריסעטן מיין זויבערקייט טאג.
2) איך ברויך אויפהערן צו נוצן משה'לע אלץ א כאראקטער פון א נעבעך.
3) מיין ווייב איז נאכנישט גרייט אז איך זאל דיסקלויזן איבער מיין עדיקשאן, און איך מוז זאפארט אויפהערן אלע פעולות וואס איך האב געטוהן אנצוגרייטן די באדן דערצו.
4) מיין ווייב איז נאכנישט גרייט איך זאל קענען דיסקלויזן איבער מיין טערעפיסט, אבער איך מעג רעדן מער איבער די געדאנק פון טערעפי און בעטן דעם אייבערשטן אז זי זאל ווערן מער גרייט דערצו.

יעצט צוריק צו מיין זויבערקייט, איך האב פאריגע שבת געהאט א רילעפ'ס וואו איך האב אינגעידשט אין סעקסואלע אקטיוויטעט וואס האט געפירט אז איך זאל רילעפסן, ניין איך האב נישט בידים עפעס געטוהן, און אויך נישט געקוקט שמוץ, אבער נאכאלץ געווען אין א מצב וואס מיין עדיקשאן האט מיר געפירט צו זיין פארנומען מיט סעקסואלע אקטיוויטעטן, און האנאסטי איז נומער 1 אין סאברייעטי.

איך האב מודיע געווען ביי די לייוו מיטינג אז איך זאג מיר אפ פון לידערשיפ, און מארגן וועט זיין א גרופ קאנטשעס מיטונג וואו מען וועט אריינוועלן א נייע ליעדער.

איך האב אנגערופן איינעם וואס איז אויף די קאל מיטונג און אים געבעטן ער זאל איבערנעמען ליעדערשיפ, און דאנערשטאג פאר די קאל, וועל איך מאכן א גרופ קאנטשעס און אויפגעבן מיין ליעדערשיפ, און איבערגעבן פאר די נייע ליעדער אזוי ווי די פראגראם פארלאנגט.

איך וויל דאנקן גאט פאר'ן מיר שענקן 109 זויבערע טעג, זויבער פון שמוץ, זויבער פון שפילן מיט זיך, זויבער פון אויסעקטן, זויבער פון לאסטן, עס האט גארנישט מיט מיר, נאר ממש א מתנת חנם פון מיין טייערע ליעבליכע באשעפער, עס האט זיך באמת געשפירט גאר גוט צו זיין זויבער, און איך בעט אים ער זאל מיר נאכאמאל געבן א מתנת חנם צו בלייבן זויבער ווייטער.

און יעצט גייט משה'לע דרוק'ן ריסעט אויף די קנעפל.
און משה'לע איז יעצט א נארמאלע אינגערמאן, מער נישט קיין נעבעך, יא ער איז זייער קראנק, א ריכטיגע עדיקט, אבער נישט קיין נעבעך.
ישר כח פאר'ן מיר לאזן מיטטיילן.

אה איין זאך פארגעסן, איך האב פארלוירן אוז''ע אלס שותף אין מיין רייזע, ער איז נאך זויבער, ברויך איך מיר יעצט זוכן נייע שותפים, ווער עס וויל ציילן צוזאמען מיט מיר, איך האב פלאץ אין מיין קאר.

ענטפער: משה'לע'ס ערגרייכונגען ט"ז אלול התשע"ט 22:29 #259759

  • שמע-תפלתי
  • איצטיגע שטרעקע: 142 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 456
  • האט שוין געלייקט: 440 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1109 מאל
  • קאָרמא: 5

יוש, די קאראזש אין כח ארויס צי קימען מיטען אמת, ווי נעמט מען דאס... די ביזט דאך א מוסטער פאר אינז אלע...
ווער נישט ציגעלייגט, גיי אן, די ביזט גיט, עס איז נישט די עכטע די, עס איז נאר דיין עדיקשען
חזק ואמץ

להטות לבבנו אליו ללכת בכל דרכיו ולשמר מצותיו וחקיו ומשפטיו אשר צוה את אבתינו
כי עיקר מציאות האדם בעה"ז הוא רק לקיים מצות ולעמד בניסיון,  והנאות העולם אין ראוי שיהו לו אלא לעזר ולסיוע בלבד לשיהיה לו נחת רוח ויישוב הדעת למען יוכל לפנות לבו אל העבודה הזאת מסילת ישרים

ענטפער: משה'לע'ס ערגרייכונגען ט"ז אלול התשע"ט 22:34 #259760

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 5 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 603
  • האט שוין געלייקט: 517 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 839 מאל
  • קאָרמא: 24

היות די סייט ארבעט נישט די טשארט, האב איך עס געלייגט אויף די ענגלישע טשארט.

2 גאנצע טעג זויבער ב''ה מיט די הילף פון גאט.

לעצט פארראכטן: ט"ז אלול התשע"ט 22:37 דורך עד כאן.

ענטפער: משה'לע'ס ערגרייכונגען ט"ז אלול התשע"ט 22:51 #259762

  • טשולענט
  • איצטיגע שטרעקע: 17 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 45
  • האט שוין געלייקט: 129 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 47 מאל
  • קאָרמא: 2

משה ס'באדערט מיך שטארק וואס דא איז געשעהן נאר אזויווי דו ניצט גאנץ פראפעסיאנאלע ווערטער אין דיין מעסעדזש וואס איך פארשטיי נישט פינקטלעך וועל איך עס מוזן מקבל זיין אזויווי ס'איז

איך קום אהער צו פייטן מיין אדיקשאן און קוים וואס איך בין דא 4 טעג ... האב איך שוין א פרישן אדיקשאן... ס'רופט זיך הדא
לעצט פארראכטן: י"ז אלול התשע"ט 00:15 דורך טשולענט.

ענטפער: משה'לע'ס ערגרייכונגען י"ז אלול התשע"ט 13:59 #259783

  • יא איך קען!
  • איצטיגע שטרעקע: 58 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 63
  • האט שוין געלייקט: 16 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 97 מאל
  • קאָרמא: 4
משה'לע וועסט מיזן טוישן די פיקטשער ווייל די אינגל איז אין מיין מוח שוין א שעמעדיגע און צוריק געשטאנען אינגל מיט אזא שעמעדיגע שמייכל.

איך קוק זייער ארויף אויף דיין שטארקייט צו אנהייבן פון פריש, איך ווייס נישט אויב איך וואלט געקענט אזוי גרינג געבן א מיש די בלעטל.

גיי אן ווייטער איך באלעק מיר די פינגערס מיט יעדע פאסט.

ענטפער: משה'לע'ס ערגרייכונגען י"ז אלול התשע"ט 16:40 #259794

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 114 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 1123
  • האט שוין געלייקט: 2148 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1938 מאל
  • קאָרמא: 23

יעצט בין איך איינער אליין......... אוי מיין הארץ עס בענקט............

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

ענטפער: משה'לע'ס ערגרייכונגען נעכטן 22:27 #259811

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 5 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 603
  • האט שוין געלייקט: 517 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 839 מאל
  • קאָרמא: 24

געהאט אביסל א פאריקטע טאג היינט, געארבייט אויף אסאך ריזענטמענט'ס, איך בין אריין אין א געשעפט און איך הער די בריוועלע ניגון, עס האט מיר אנגעהויבן שטיקן די טרערן, איך בין געווארן איבערגענומען ממש ביז טרערן, עס האט מיר דערמאנט פון מיינע שורות וואס איך האב אמאל דא געשריבן אויף די ניגון, אוי לייען מיר די הארציגע בריוועלעך לייען
עס דערמאנט מיר צוריק די שטימע פונעם שרייבערל אליין
די שורה'ליך, די זמירה'לעך, עס עפענט יעדע טיר

שוין, היינט האב איך פארפאסט מיין לייוו מיטונג, געהאט א שמחה היינט במילא זיך נישט געקענט משתתף זיין ביי די מיטונג, עס טוט מיר זייער זייער שטארק וויי, איך דארף עס אזוי שטארק, שוין איך געב עס אויך פאר דיר הייליגע באשעפער.

מיין טייערע טאטע אין הימל, דו בוזט אזוי גוט צו מיר, א דאנק דיין הילף האב איך נישט געזעהן גארנישט קיין שמוץ פאר די לעצטע 115 טעג, אפילו יעצט נאך מיין רילעפס בין איך נישט געלאפן קוקן שמוץ, על אף וואס איך האב צוטריט צו שמוץ אויב וויל איך שטארק, און מיין פארגאנגענהייט האט א רילעפס געמיינט געלאפן קוקן שנעל שמוץ און אויסעקטן דריי מאל יענע טאג ווייל איך האב דאך שוין במילא פארלוירן סאברייעטי, עס איז ממש נסים פון אייבערשטן אז עס האט מיר ניטאמאל געצויגן צו גיין קוקן שמוץ, איך קען עס ממש נישט פארשטיין, ממש קעגן מיין נאטור! עס איז נישט איך, כלל כלל לא! ממש דער אייבערשטער היט מיר, ער האט מיר אזוי שטארק ליעב, ער היט מיר יעדע רגע ממש.

באשעפער העלף מיר לעבן א אמת'דיגע לעבן וואו איך קען אויספירן דיין רצון בשלימות, איך זאל נישט וויי טוהן אן אנדערע איד חלילה, העלף מיר איבערקומען מיינע שלעכטע מידות, מיין גאוה זאל מיר נישט דיקטורן מיין לעבן, נעם אראפ פון מיר אלע מיינע שוועריגקייטן, איך זאל קענען זעהן מה חובתי בעולמי, וויאזוי קען איך זיין א הילף פאר א צווייטן, איך זאל זעהן נאר מיינע שלעכטע מידות נישט יענעם'ס, געב מיר קוראזש און כח צו קענען איבערבעטן יעדן וועם איך האב אמאל געשעדיגט, איך זאל קענען מתפלל זיין פאר דיר יעדע רגע אין טאג, אמן.

משה'לע.
איך בין א סעקס עדיקט.

ענטפער: משה'לע'ס ערגרייכונגען נעכטן 00:19 #259815

  • עומד בנסיון
  • יעצט אנליין
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 81
  • האט שוין געלייקט: 168 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 201 מאל
  • קאָרמא: 4
עד כאן געשריבן on ט"ז אלול התשע"ט 22:25:

אה איין זאך פארגעסן, איך האב פארלוירן אוז''ע אלס שותף אין מיין רייזע, ער איז נאך זויבער, ברויך איך מיר יעצט זוכן נייע שותפים, ווער עס וויל ציילן צוזאמען מיט מיר, איך האב פלאץ אין מיין קאר.

איך הייב יעצט אן, איך ווייס נישט וואו דיין קאר האלט, איך האב מורא איך האב עס שוין פארפאסט, אפשר אין טראנק איז נאך דא פלאץ, 
סאיז מיר ווערד צו זיצן אין טראנק צוקוועטשט אבי אינטער איין דאך מיט משה'לע

ענטפער: משה'לע'ס ערגרייכונגען נעכטן 09:22 #259817

  • חיים חייקל
  • איצטיגע שטרעקע: 30 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 39
  • האט שוין געלייקט: 94 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 96 מאל
  • קאָרמא: 3

משה'לע איך בין מוראדיג איבערגענומען פון דיינע ווערטער, ווי נעמט מען אזא גבורה.

אוי טאטע אין הימל געב א קוק אויף דיינע זיסע לעכטיגע קינדערלעך, קוק ווי מאיז מחזק אין דעם ביטערן גלות. לאמיר שוין הערן דאס געשריי "גענוג איז גענוג!"

לעשות נחת רוח להבורא יתברך שמו

זיך צו לאזן היילן איז טאקע שווער. אבער צו בלייבן קראנק איז נאך שווערער

צייט צו מאכן א בלאט: 1.11 סעקונדעס

Are you sure?

יא