ברוכים הבאים, גאסט

טעמע: משה'לע'ס ערגרייכונגען 6074 באזוכער

ענטפער: משה'לע'ס ערגרייכונגען כ"ה תשרי התש"פ 10:38 #260352

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 58 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 651
  • האט שוין געלייקט: 558 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 954 מאל
  • קאָרמא: 29

סטעפ 3 - המשך.

האלטענדיג ביי דעם באשלוס פון איבערגעבן מיין גאנץ לעבן פאר דעם אייבערשטן, האט מיר מיין ספאנסער געזאגט אז די בוך רעקאמענדירט עס צו דורכרעדן מיט די ווייב, אדער דיין רוחניות'דיגע מנהיג, אדער סתם א גוטע פריינט, די ערשטע רגע בין איך געווארן צוטומעלט, וואס הייסט, איך מוז יעצט אנטדעקן פאר זיי מיין סעקס עדיקשאן? וויאזוי טוה איך אזוינס?
אבער מיין ספאנסער האט מיר צוגעוויזן אינעם בוך אז עס שטייט נישט איך מוז זאגן סיי וואס איבער מיין עדיקשאן, עס שטייט אז די סטעפ 3 פון זיך איבערגעבן פאר'ן אייבערשטן אינגאנצן זאל איך אויסשמועסן מיט איינעם פאר איך טוה עס, אבער אויב יענער פארשטייט נישט די מושג פון זיך איבערגעבן פאר גאט דאמאלטס טוה עס אליינס ענדערש וואו רעדן מיט איינעם וואס האלט נישט דערביי.

אקעי, דאס האט זיך שוין געהערט גרינגער, איך האב אויסגעקליבן מיין ווייב, ווייל קענענדיג אירע נאטורן איז זי אלץ געווען א מענטש וואס האט ליעב געהאט צו רעדן איבער די געדאנק אז לאז דעם אייבערשטן פירן וויאזוי ער וויל.

ביי א שמועס וואס האט זיך געמאכט נישט לאנג שפעטער, האב איך אויפגעברענגט די געדאנק אז איך טראכט, אז איך בין צו שטארק פארנומען אליינס צו פירן מיין לעבן, און לכבוד דעם מאך איך די נישט ריכטיגע החלטות, איך מיין אז פון היינט אין ווייטער גיי איך פרובירן די מערסטע וואס איך קען, צו לאזן דעם אייבערשטן פירן מיין לעבן אין יעדן הינזיכט, אן קיין אויסנאם.

מיר האבן ארומגערעדט פון עטליכע ביישפילן אין אונזער לעבן, וואו איך וואלט געדארפט מער טראכטן איבער וואס דער אייבערשטער וויל נישט וואס איך וויל, עס איז געווען זייער א שטארקע שמועס, און עס האט איבערגעלאזט א שטארקע רושם אויף מיין ווייב, זייענדיג איינשטימיג אויף וואס איך טוה, בין איך צוריק צו מיין ספאנסער פרייליכערהייט.

יעצט בין איך פולקאם גרייט צו נעמען די סטעפ, דא האט ער מיר צוגעוויזן די דריטע סטעפ געבעהט, און ער זאגט אז ער נוצט עס יעדן טאג צופרי און ער קען אסאך מאל עס זאגן עטליכע מאל אין טאג, לייענענדיג די תפילה, האט עס מיר גלייך שטארק בארירט מיינע געפילן, און איך האב עס אנגעהויבן צו זאגן צוזאמען מיט אים, און עד היום נוץ איך די תפילה יעדן טאג און אפילו מערערע מאל אין טאג, אט דאס איז די תפילה.

גאט, איך געב מיר איבער פאר דיר, צו בויען מיט מיר, און טוהן מיט מיר וואס דו ווילסט. באפריי מיר פון קנעכטשאפט פון מיר אליין, אז איך זאל קענען בעסער טוהן דיין ווילן. נעם אוועק מיינע שוועריקייטן, כדי א זיג איבער זיי זאל קענען זיין עדות צו יענע וועם איך וועל העלפן ווייזן דיין מאכט, דיין ליבשאפט, דיין וועג פון לעבן. איך זאל קענען טוהן דיין רצון שטענדיג!

ענטפער: משה'לע'ס ערגרייכונגען כ"ה תשרי התש"פ 13:42 #260354

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 246 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 804
  • האט שוין געלייקט: 386 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1482 מאל
  • קאָרמא: 26
עד כאן געשריבן on כ"ה תשרי התש"פ 10:38:

מיר האבן ארומגערעדט פון עטליכע ביישפילן אין אונזער לעבן, וואו איך וואלט געדארפט מער טראכטן איבער וואס דער אייבערשטער וויל נישט וואס איך וויל, עס איז געווען זייער א שטארקע שמועס, און עס האט איבערגעלאזט א שטארקע רושם אויף מיין ווייב, זייענדיג איינשטימיג אויף וואס איך טוה, בין איך צוריק צו מיין ספאנסער פרייליכערהייט.

יעצט בין איך פולקאם גרייט צו נעמען די סטעפ, דא האט ער מיר צוגעוויזן די דריטע סטעפ געבעהט, און ער זאגט אז ער נוצט עס יעדן טאג צופרי און ער קען אסאך מאל עס זאגן עטליכע מאל אין טאג, לייענענדיג די תפילה, האט עס מיר גלייך שטארק בארירט מיינע געפילן, און איך האב עס אנגעהויבן צו זאגן צוזאמען מיט אים, און עד היום נוץ איך די תפילה יעדן טאג און אפילו מערערע מאל אין טאג, אט דאס איז די תפילה.

גאט, איך געב מיר איבער פאר דיר, צו בויען מיט מיר, און טוהן מיט מיר וואס דו ווילסט. באפריי מיר פון קנעכטשאפט פון מיר אליין, אז איך זאל קענען בעסער טוהן דיין ווילן. נעם אוועק מיינע שוועריקייטן, כדי א זיג איבער זיי זאל קענען זיין עדות צו יענע וועם איך וועל העלפן ווייזן דיין מאכט, דיין ליבשאפט, דיין וועג פון לעבן. איך זאל קענען טוהן דיין רצון שטענדיג!


דברים כדברונות!

יישר כח משה'לע פאר די שטארקע דיבורים, ס'מיינט פאר מיר זייער אסאך, און איך בין זיכער אז נישט נאר פאר מיר.

איך בין נישט קיין פוסק, און נישט קיין מכריע. ווען איך שרייב עפעס איז עס בדרך כלל נאר מיטגעטיילט מיין ערפארונג און איך בין קיינעם נישט מחייב אנצונעמען מיין מיינונג, אויב מ'וויל קען מען עס פרובירן און זען צו ס'ארבעט, און איך האב נאכאלץ דער פולסטער רעספעקט און כבוד צו א צווייטנ'ס מיינונג אפי' עס איז אנדערש אדער מחולק מיט מיין מיינונג.

ענטפער: משה'לע'ס ערגרייכונגען כ"ח תשרי התש"פ 08:15 #260445

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 58 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 651
  • האט שוין געלייקט: 558 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 954 מאל
  • קאָרמא: 29

סטעפ 4 - חלק א.

איצטערט אז איך האב מיר איבערגעגעבן פאר השי''ת אינגאנצן, און ער איז געווארן די דרייווער פון מיין קאר, מוז איך זיכער מאכן אז אלע שמוציגע וועש וואס ליגט אין מיין קאר פליעט ארויס פון דארטן, מען קען נישט האבן דעם הייליגן באשעפער אין אזא שמוציגע קאר, מען מוז אויפרוימען אביסל די קאר פון אינעווענדיג אז עס זאל קענען אריינעמען דעם גרויסן און הייליגן באשעפער.

מיין ספאנסער האט מיר געוויזן אויף אסאך פאראלעל'ס ביי יעדע פאל וואס איך האב אויסגעקט, יעדע'ס מאל האט עס געהאט שייכות מיט איינע פון די פאלגענדע.


  1. געווען אנגעווייטאגט אויף איינעם אדער עפעס וואס איז נישט געגאנגען מיין ריכטונג אזוי ווי איך האב געוואלט (ריזענטמענט).
  2. געהאט א פחד אז איינער גייט מיר שעדיגן מיין פרנסה, שלום בית, פרעסטיזש, געזונט. (פחד - ענקזייעטי).
  3. זיך געקריגט מיט איינעם און איך האב יענעם געלערנט בלק, אדער האב איך סתם געקענט באשטיין צו טרינקען איינעם'ס בלוט ווייל איך בין געווען אין א גוטע גוסטע.


אט די זאכן האט געברענגט אז איך זאל נאכדעם גיין אויסעקטן, אמאל האט דאס פאסירט גלייך דערנאך, און צומאל עטליכע שעה שפעטער און אפשר אפילו א טאג שפעטער, אבער געווענליך האב איך געקענט ציהן א שטריך דערצו.

איך האב אנערקענט אז איך באזיץ זייער שלעכטע נאטורן, און איך קען מער נישט לעבן דערמיט, און איך וויל ניטאמאל לעבן דערמיט, אבער וויאזוי ווערט מען פטור דערפון?

איצטערט האט מיין ספאנסער מיר געגעבן אן עקסעל שיעט, און ער האט מיר געזאגט אז ביי אים ווילאנג ער האט נישט אויפגעקערט אלע שמוץ מיט ברוכווארג וואס ער האט אלץ אנגעמאכט, האט ער זיך נישט געקענט האלטן זויבער, און דא הייבט זיך אן די שווערע ארבייט, ביז יעצט איז געווען גאנץ געשמאק ווען מען רעדט פון א באשעפער, מען געבט זיך איבער, איך בין קראנק, מאכטלאז, נישט גרינג געווען צו אנערקענען אבער נאך אלץ נישט קיין עכטע שווערע ארבייט, אבער איצטערט ברויך מען זיך אנהייבן צו קוקן אין שפיגל, און עס איז בכלל נישט בע'טעמ'ט, ווער וויל דען זעהן די אייגענע שלעכטע נאטור'ן און מידות? 

מיין ספאנסער האט מיר געזאגט אז איך זאל אראפשרייבן אלע זאכן וואס איך געדענק וואס טוט מיר וויי, מענטשן וואס האבן מיר וויי געטוהן, אדער מענטשן וועם איך קען נישט דילדן, מענטשן אויף וועם איך האב א שנאה, און ער האט מיר אנגעווארענט איך זאל נישט שרייבן קיין לאנגע מעשיות, בלויז די הויפט נקודה וואס איך בין אנגעווייטאגט, ער האט מיר געהייסן אויספילן די ערשטע 3 קאלומס פון די עקסעל, די איבעריגע זאל איך לאזן ליידיג פאר די נעקסטע סטעפ'ס.

די ערשטע 3 קאלומ'ס זענען באשטאנען די פאלגענדע.
  1. די נאמען פון די מענטש אדער ארגעניזאציע אויף וועם איך בין אנגעווייטאג.
  2. די קורצע סיבה פארוואס איך בין אנגעווייטאגט (נישט קיין לאנגע מעשיות, ממש אויפן שפיץ גאפל די סיבה).
  3. וואס אפעקטירט מיר, א שטייגער ווי. מיין סעלף עסטיעם, פינאנציעלע סעקיוריטי, רילעישאנשיפ, מיין אמביציע'ס, כבוד.

איך האב געמוזט אראפשרייבן אלעס וואס ליגט מיר אין זכרון ממש יעדע זאך וואס איך בין אנגעווייטאגט, עס אראפלייגן אויף פאפיר, דעס איז איינע פון מיינע ווייטאגן וואס איך האב געשריבן.

איך בין אנגעווייטאגט אויף.... 
מיין ווייב.

די סיבה איז..........
זי זעהט נישט אויס אזוי ווי איך וואלט געוואלט.

וואס אפעקטירט עס מיר?
כבוד, סעלף עסטיעם, רילעישאנשיעפ, אמביציע'ס.


אזוי האב איך אנגעפילט א שיינע צאל בלעטער מיט אלעס וואס באדערט מיר, אעך האב אליינס נישט גע'חלומ'ט וויפיל זאכן איך האב, עס איז שרעקליך, וויאזוי קען מען אויסהאלטן אזויפיל ווייטאג?!.

ענטפער: משה'לע'ס ערגרייכונגען כ"ח תשרי התש"פ 16:23 #260478

  • שמע-תפלתי
  • איצטיגע שטרעקע: 15 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 482
  • האט שוין געלייקט: 463 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1157 מאל
  • קאָרמא: 6

קימסט דאך אריין זייער קלאר משהלע...

להטות לבבנו אליו ללכת בכל דרכיו ולשמר מצותיו וחקיו ומשפטיו אשר צוה את אבתינו
כי עיקר מציאות האדם בעה"ז הוא רק לקיים מצות ולעמד בניסיון,  והנאות העולם אין ראוי שיהו לו אלא לעזר ולסיוע בלבד לשיהיה לו נחת רוח ויישוב הדעת למען יוכל לפנות לבו אל העבודה הזאת מסילת ישרים

ענטפער: משה'לע'ס ערגרייכונגען כ"ט תשרי התש"פ 11:16 #260535

  • friend
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • כי ימינך פשוטה לקבל שבים
  • מעלדונגען: 1059
  • האט שוין געלייקט: 342 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1012 מאל
  • קאָרמא: 12
עד כאן געשריבן on כ"ח תשרי התש"פ 08:15:

איך בין אנגעווייטאגט אויף.... 
מיין ווייב.

די סיבה איז..........
זי זעהט נישט אויס אזוי ווי איך וואלט געוואלט.

וואס אפעקטירט עס מיר?
כבוד, סעלף עסטיעם, רילעישאנשיעפ, אמביציע'ס.


וויאזוי וואלסטו געוואלט ?

ביזטו זיכער זיכער אז דעמאלס וועסטו זיין ציפרידען?

מען דארף זיין גוט צו יעדעם אבער נישט מיט יעדעם

ענטפער: משה'לע'ס ערגרייכונגען ט' חשון התש"פ 23:08 #261200

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 168 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 1238
  • האט שוין געלייקט: 2390 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2186 מאל
  • קאָרמא: 33
עד כאן געשריבן on כ' סיון התשע"ט 11:28:

לכבוד מיין טייערע באליבטע טאכטער'ל ............... שתחי' עד מאה ועשרים שנה.

האסט מיר געבעטן איך זאל דיר שרייבן אפאר ווערטער לכבוד דיין גראדואירן היינט, האב איך מיר אראפגעזעצט שרייבן, אויב זאל דיר גענוג זיין 2 ווערטער וואלט איך דיר געשריבן 'ס'איז שרעקעדיג!!'", אויב זאל איך דיר דארפן שרייבן אלעס וואס ליגט מיר אויפן הארצן, וואלט איך דיר אפגעשריבן די גאנצע ביג בוק, און גאנצע שטיקער חובת הלבבות, הקדמה פון מסילת ישרים, און נאך און נאך, אבער איה סופר, די פעדער וועט טריקענען אסאך פאר איך וועל זיין פארטיג.

איז פטור בלא כלום אי אפשר, וועל איך שרייבן פאר דיר מיינע געפילן ממש אויפן שפיץ גאפל, דו בוזט קיין עין הרע גאר א קלוג קינד, און איך ווייס אז דו בוזט אין א בחינה פון תן לחכם ויחכם עוד, איז דאס זענען מיינע שורות צו דיר.

אין געוויסער ערטער אין די וועלט איז דא קאטשקעס וואס נעסטעווען אויף גאר הויכע ביימער, טייל מאל וועלן זיי נעסטעווען אויף אזעלעכע הויכע שפיציגע פעלזן בערג, אז עס כאפט א פחד בלויז צו קוקן דערויף, ווען די קינדערלעך זענען נישט מער ווי עטליכע טאג אלט, זיי קענען נאך ניטאמאל פליען, שטייט די מאמע פאר א שווערע געלעגנהייט, אויב ברענגט זי נישט אראפ די קינדער שוין פונעם נעסט, קענען זיי אויסגיין פאר דארשט, זי מוז זיי פאר אלע געלטער זעהן אונטען אויף דער ערד ווי זי וועט קענען שפאנען מיט זיי צום וואסער און זיך דערקוויקן מיט די פרישע וואסער און גראזן, נו אבער וויאזוי דערזעהט מען זיי אונטן? די מאמע האט נישט קיין צוויי ברירות, זי טאנצט ארויס פון די נעסט, און אזוי פליענדיג אראפ קוויטשעט זי פאר די קינדער אז זיי זאלן נאכטאנצן, די מאמע לאנדעט אויף דער ערד אונטן, און קוויטשעט ארויף מיט די גרעסטע כוחות צו רופן די קינדער אז זיי זאלן אראפטאנצן, מען רעדט נישט דא פון טאנצן 5 פיס אדער 10, מען רעדט פון הונדערטער פיס הויעך, די קינדער קענען נאך ניטאמאל פליען!

דער אייבערשטער האט אבער אריינגעלייגט אין די נאטור, אז די קליינע קינדער טראכטן ניטאמאל וואסערע געפארפולע מיסיע זיי נעמען אונטער, און איינס ביי איינס טאנצן זיי אראפ פונעם נעסט, פאר טייל געלונגט די מיסיע, און פאר טייל איז דאס געווען די לעצטע ספארט פון זייער לעבן ווען זיי ווערן צושמעטערט ווי די שעיר לעזאזל אויפן וועג אראפ, אבער די מאמע קען בלויז צוקוקן פון אונטן הילפסלאז און ווארטן אויף דאס בעסטע.

מיין קינד טייערע, גלייב מיר שרייבענדיג די שורות איז מיין געזיכט דורכגעווייקט מיט טרערן, דו בוזט געווען א אויסגעצייכענטע תלמידה ברוך השם, מיר האבן געהערט גריסן פון דיר פון אלע זייטן, איצטערט איז געקומען די צייט אויסצוטוהן די קינדערישע שיך, און מען גייט דיר צוגרייטן פאר דיין קומענדיגע שטאפל אין לעבן, מיר קענען דיר מער נישט לאזן אינעם נעסט, איך שטיי אונטן אויף דער ערד מיט רחמנות'דיגע בליקן אויף דיר, אוי מאמעלע טייערע ''טאנץ אראפ'', דו בוזט נאך צו קליין צו פארשטיין די מיסיע וואס דו נעמסט יעצט אונטער, נישט יעדער קומט אן גאנץ אויף דער ערד, מיר לעבן אין א פאריקטע וועלט, די נסיונות זענען עד אין לשער, האסט מיר געפרעגט צו דו זאלסט גיין מיט דיין נייע טייטץ די סיעם אינדערויסן אדער אינעווענדיג, אוי וויי טייערקייט וויאזוי זאל איך דיר זאגן וואסערע סכנה'דיגע וועלט ס'איז אינדערויסן, אויב איז דא עפעס וואס וועט דיר קענען האלטן ווייטער פון די שעדליכקייט וואס די גאס טראגט אודאי וויל איך עס, אבער מיין טייערקייט דאס מאכט דיר נאך בכלל נישט פארזיכערט פון די גאס, אוי וויי באשעפער איך קען בלויז שטיין און קוקן פון אונטען מתפלל זיין פאר גאט, און האפן פאר די בעסטע, מיין טייערקייט געדענק גוט, אויב א חבר'תא וויל דיר עפעס זאגן בסוד סודות וואס קיינער טאר נישט וויסן, אנטלויף!!! זאג איר ניין!!! איך בין נישט נייגעריג!!!
ביז ממש געציילטע יאר ברויך איך זוכן פאר דיר דיין באשערטער, איך בעט דיר באשעפער זי זאל בלייבן גאנץ ביז דאמאלטס, נישט צושמעטערט ווערן אויפן וועג אראפ! ווען דו זאלסט וויסן וואסערע סכנה'דיגע מיסיע דו גייסט יעצט אריין, איך ווייס נישט צו דו וואלסט יעצט געטאנצן, אבער דאס איז די וועלט, נישטא קיין ברירה, מען מוז טאנצן, איך האב פרובירט אריינצולייגן אין דיר די מערסטע וואס איך האב געקענט, אבער לב יודע מרת נפשו וויפיל מאל איך בין געווען א טאטע פאר די אינטערנעט אנשטאט זיין א טאטע פאר מיין קינד, וויפיל מאל האט מיר מער אינטערסירט ווי איך קען יעצט זעהן שמוץ, אנשטאט אויסצוהערן וואס מיין קינד האט צו פארציילן בין איך געלאפן קוקן שמוץ, זיי מיר מוחל טייערקייט, מיין הארץ איז צובראכן אויף שברי שברים, אזא מיסיע אונטערצונעמען ברויך מען זיי גאר שטארק אויסגעבויעט מבית ומבחוץ, זיי מתפלל צום אייבערשטן יעדן טאג, רעדט צו אים ער זאל דיר אפהיטן, ער איז דער באשעפער וואס האט באשאפן אלע נאטורן פון די מענטש, ''הקל'', ער איז אסאך גרעסער פון אונזערע נידעריגע תאוות, ''הגדול'', ער איז דער שטארקער וואס קען איבערקומען אלע שוועריגקייטן, ''הגבור'', ער האט פון גארנישט מורא, ער איז די מורא אליינס, ''והנורא'', ער קען און וועט דיר פירן און באגלייטן אין דיין שווערע מיסיע וואס דו נעמסט יעצט אונטער.

איז מיין טייערע קינד, ''טאנץ אראפ!!!!''
איך פארמאך מיינע אויגן, איך רעד צום טאטן אין הימל, און איך ווארט אויף דאס בעסטע, טאנץ!!!!!!!

דיין צובראכענע טאטע וואס איז יעצט 27 טעג ריין מיט די הילף פון גאט.
משה'לע.


במקרה אנגעטראפן דעם פאוסט.
איך וויין..........
אוי באשעפער!
אתה ה' תשמרם תנצרנו מן הדור זו לעולם!

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

ענטפער: משה'לע'ס ערגרייכונגען י' חשון התש"פ 00:43 #261214

  • טשולענט
  • איצטיגע שטרעקע: 18 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 92
  • האט שוין געלייקט: 199 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 105 מאל
  • קאָרמא: 5

מש'לה? 
איפה מש'לה?
מושי מען הערט לעצטענס נישט פין דיר אפשר ווארפסטו עפעס אריין דא א גיט ווארט אדער א ווארעם שטיקל חיזוק

איך קום אהער צו פייטן מיין אדיקשאן און קוים וואס איך בין דא 4 טעג ... האב איך שוין א פרישן אדיקשאן... ס'רופט זיך הדא

ענטפער: משה'לע'ס ערגרייכונגען י' חשון התש"פ 09:40 #261223

  • יש בורא עולם
  • איצטיגע שטרעקע: 54 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 67
  • האט שוין געלייקט: 109 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 154 מאל
  • קאָרמא: 8
ich vil zan ehrlich

עד כאן

יא  די האסט ציריסן מיין הארץ ווען איך האב אנגעהויבן צי ליינען האב איך געמיינט אז איך האב שוין נישט קיין טרערען ווי פיל קען א מענטש וויינען
אבער ווען איך האב עס אנגהויבן צי ליינען האבן אנגעהויבן די טרערן צי פליסן ווי א קליין קינד 
און איך זאג פאר מיין קינד יא איך האב מיר זייער שטארק ציזעצט 
האלט דיך זייער שטארק ווייל עס טיט אזוי וויי פאל נישט אריין בעט צו גאט ער וועט דיר היטן ווייל נאר ער קען און ער איז מיט דיר אלעמאל
פון דיין טאטע וואס איז ריין  50 טעג

ענטפער: משה'לע'ס ערגרייכונגען י"ג חשון התש"פ 14:31 #261316

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 58 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 651
  • האט שוין געלייקט: 558 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 954 מאל
  • קאָרמא: 29

שוין לאנג נישט געשריבן דא, איך בין געווען זייער טרוד די לעצטע שטיק צייט צוליב גוטע זאכן, ממש געהאט קוים צייט צו אטעמען, למעשה האב איך געקלערט צו שרייבן די וואך, איך ווייס נישט אויב מיין גיסטע וועט מיר לאזן, איך גיי יעצט אדורך א שטיקל עגמת נפש אינדערהיים, איך האף אז איך וועל מיר קענען אינגאנצן איבערגעבן צו גאט, און לאזן אים פירן מיין לעבן, און איך בעט אים ער זאל אלעס פירן לטובה.

ענטפער: משה'לע'ס ערגרייכונגען י"ג חשון התש"פ 14:49 #261317

  • חיים חייקל
  • איצטיגע שטרעקע: 84 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 80
  • האט שוין געלייקט: 273 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 176 מאל
  • קאָרמא: 6
עד כאן געשריבן on כ"ו תמוז התשע"ט 11:55:


אה פאר איך פארגעס, משה'לע האט געפייערט דעם יובל הששים ביים ציון פון רב הכולל לכבוד די יארצייט, און ''אויך'' ביים ציון פון ליבאוויטש.

#איךביןגוטמשוגע.
סא חילוק, עסן בארביקיו אויף א קרוז אינמיטן ים איז יא נארמאל? 
איינער האט ליעב בארביקיו א צווייטער גלייכט מציבות.



משה'לע ווי אזוי גייט מען פראווענען די יעצטיגע יובל השישים?

לעשות נחת רוח להבורא יתברך שמו

זיך צו לאזן היילן איז טאקע שווער. אבער צו בלייבן קראנק איז נאך שווערער

ענטפער: משה'לע'ס ערגרייכונגען י"ג חשון התש"פ 18:52 #261323

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 58 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 651
  • האט שוין געלייקט: 558 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 954 מאל
  • קאָרמא: 29
חיים חייקל געשריבן on י"ג חשון התש"פ 14:49:

עד כאן געשריבן on כ"ו תמוז התשע"ט 11:55:


אה פאר איך פארגעס, משה'לע האט געפייערט דעם יובל הששים ביים ציון פון רב הכולל לכבוד די יארצייט, און ''אויך'' ביים ציון פון ליבאוויטש.

#איךביןגוטמשוגע.
סא חילוק, עסן בארביקיו אויף א קרוז אינמיטן ים איז יא נארמאל? 
איינער האט ליעב בארביקיו א צווייטער גלייכט מציבות.



משה'לע ווי אזוי גייט מען פראווענען די יעצטיגע יובל השישים?

איך זעה דו גייסט פראווען א יובל התשעים, אפשר מאכן מיר אינאיינעם די פייערונג? קום אויף מיט עפעס א אינטערסאנטע פלאץ שטייצעך.

ענטפער: משה'לע'ס ערגרייכונגען נעכטן 21:53 #261340

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 168 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 1238
  • האט שוין געלייקט: 2390 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2186 מאל
  • קאָרמא: 33
עד כאן געשריבן on י"ג חשון התש"פ 18:52:

חיים חייקל געשריבן on י"ג חשון התש"פ 14:49:

עד כאן געשריבן on כ"ו תמוז התשע"ט 11:55:


אה פאר איך פארגעס, משה'לע האט געפייערט דעם יובל הששים ביים ציון פון רב הכולל לכבוד די יארצייט, און ''אויך'' ביים ציון פון ליבאוויטש.

#איךביןגוטמשוגע.
סא חילוק, עסן בארביקיו אויף א קרוז אינמיטן ים איז יא נארמאל? 
איינער האט ליעב בארביקיו א צווייטער גלייכט מציבות.



משה'לע ווי אזוי גייט מען פראווענען די יעצטיגע יובל השישים?

איך זעה דו גייסט פראווען א יובל התשעים, אפשר מאכן מיר אינאיינעם די פייערונג? קום אויף מיט עפעס א אינטערסאנטע פלאץ שטייצעך.


חיים חייקל, מיר ליגט נאך די שלעכטע טעם אין מויל ווען איך האב גערעדט און גערעדט מיט משה'לע פאר אפאר וואכן אין א ציה וועגן פראווען אינאיינעם א יובל התשעים, און צום סוף...... בין איך געזעסן איינער אליין אין זאל ביז די קוגל איז קאלט געווארן.
איך ווייס נישט אויב ס'לוינט זיך צו טרייען.

:pinch: ווארנונג: ספוילער!

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

לעצט פארראכטן: נעכטן 21:54 דורך ich vil zan ehrlich.

ענטפער: משה'לע'ס ערגרייכונגען נעכטן 22:02 #261344

  • אשרי זקנותינו
  • איצטיגע שטרעקע: 2 טעג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 3
  • האט שוין געלייקט: 5 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל
  • קאָרמא: 0
איך בין ניי דא קוים איינגעשריבן. איך בין צישטורעמט אין איבערגענומען. עס שטארקע חיזוק וואס די שרייבט'ס.

ענטפער: משה'לע'ס ערגרייכונגען נעכטן 12:05 #261368

  • israelvkosher
  • איצטיגע שטרעקע: 13 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 36
  • האט שוין געלייקט: 31 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 54 מאל
  • קאָרמא: 2
 שלום עליכם אשרי זקנותינו

מאך זיך היימיש דא
צייט צו מאכן א בלאט: 0.66 סעקונדעס

Are you sure?

יא