סטעפ 4 - חלק ג
יעצט ווען איך האב גענדיגט מיין ריזענטמענט ליסט, בין איך געווען זיכער איך בין שוין פארטיג, איך רוף אן מיין ספאנסער און איך זאג אים איך בין שוין פארטיג, איך האלט שוין ביי סטעפ 5, זאגט ער מיר בארואיג דיר, נאך ווייט פון פארטיג!
אמת ריזענטמענטס איז פון די גרעסטע אורזאכן און פון די שעדליכסטע נאטורן וואס מיר פארמאגן, אבער מיר מוזן נאך אסאך בודק חמץ זיין. ער שיקט מיר אריבער א אנדערע עקסעל שיעט, דאס מאל זאגט ער גייט מען זיך נעמען איבער די פחדים. מה זה פחדים? איך בין נישט קיין נערוון קראנקע מענטש, איך האב נישט קיין פחדים, לאז געמאכט! איך קען גיין ווייטער!
ער זאגט בארואיג דיר! נעם דיר א שעה אין טאג מיט א רואיגקייט, און הייב אן טראכטן פון וואס דו האסט אלץ א פחד, אדער וואס דו טוהסט אין דיין לעבן צוליב פחד, אדער וואס דו טוהסט נישט אין דיין לעבן צוליב פחד.
א שטייגער, דו רופסט דיך אויף הד''א מיט א ניקנאמען, ווייל דו האסט ''מורא''!
דיין ווייב ווייסט נישט אז דו בוזט אן עדיקט, ווייל דו האסט ''מורא''!
גייסט נישט אויף א דאך פון א גאר הויכע בנין, ווייל דו האסט ''מורא''!
בעהט'ס נישט קיין רעיס פון דיין בעל הבית, ווייל דו האסט ''מורא''!
קויפסט נישט א דירה, ווייל דו האסט ''מורא''!
קויפסט יא א דירה, ווייל דו האסט ''מורא''!
די ליסטע קען גיין אן אויפהער!!!
אקעי, יעצט קומט מיין ארבייט, איך הייב אן מיין ליסטע! אט איז א ביישפיל!
איך האב מורא פון
מיין ווייב.
וואס האב איך מורא?
אז זי גייט וויסן אז איך בין א עדיקט.
פארוואס האב איך די פחד?
1) איך גיי פארלירן עפעס וואס איך האב (שלום בית, פרעסטיזש)
2) איך גיי נישט באקומען עפעס וואס איך וויל (כבוד, שלום בית)
3) איך האב געטוהן עפעס וואס איך וואלט נישט געדארפט (אה יע, ביג טיים)
4) וואס וועלן זיי טוהן אויב וועלן זיי מיר כאפן (אוי, פליז נאר דעס נישט!)
אפעקטירט מיין?
1) סעלף עסטיעם (די פחד אז מיין ווייב קען געוואויר ווערן, מאכט מיר אנידערגעשלאגן)
2) פערזענליכע רילעישאנשיעפ (איך קען נישט רעדן מיט איר וועגן מיין עדיקשאן, ווען איך רעד יא מיט איר ברויך איך אלץ פארדעקן געוויסע מעשים זי זאל נישט וויסן וואס גייט פאר, א שטייגער פון ווי קומסטו יעצט? מיט וועם האסטו יעצט גערעדט?)
3) פינאנציעלע זיכערקייט (ווייל אז איך האב פחד, קען איך נישט ארבייטן געהעריג, מיין קאפ איז מיר נישט דא, קען עס שאדן מיין פרנסה)
4) אימאצינאלע זיכערקייט (ווייל אז איך האב פחד, בין איך עמאציענאל אפעקטירט)
5) סעקס רילעישאנס (אויב האב איך פחד, קען איך אויסעקטן)
6) אמביציע'ס (איך וויל האבן די בעסטע שלום בית, פרנסה, רואיגקייט, אבער מיט אזעלעכע פחדים איבער'ן טאג שאדט עס פאר מיינע גאויל'ס)
וואס איז מיין חלק וואס האט אנגעהויבן די פחד, אדער מאכט עס ווייטער אנהאלטן?
איך האב אויסגעקט, און איך זאג איר נישט אויס.
פונקטליכע נאטור פון מיינע שלעכטע מידות?
סעלפיש, דיסאנאסט, סעלף סיקינג, אינקאנסידערעט.
אזוי האב איך אנגעפילט א גאנצע ליסטע מיט פחדים, אסאך מער ווי איך האב געטראכט אז איך האב, אוי איז דאס שווער אנצוקוקן, עס פאטשט אזוי אין פנים!! עס פלאמט!!! אבער עס איז נישטא קיין וועג צוריק, די אנדערע וועג מיינט אויסעקטן! און דאס קען איך מיר מער נישט ערלויבן!