ברוכים הבאים, גאסט

טעמע: משה'לע'ס ערגרייכונגען 8824 באזוכער

ענטפער: משה'לע'ס ערגרייכונגען ט"ו טבת התש"פ 00:43 #263748

  • אשרי זקנותינו
  • איצטיגע שטרעקע: 46 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 116
  • האט שוין געלייקט: 281 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 208 מאל
  • קאָרמא: 5
 מזל טוב משה'לע פאר דיין 120 ריינע טעג. די ביזט אונזער וועג ווייזער.
איך וועל דיר אי''ה קויפן א עלייה פאר דיין שמחה. 

ענטפער: משה'לע'ס ערגרייכונגען ט"ו טבת התש"פ 01:22 #263753

  • יחיאל
  • איצטיגע שטרעקע: 4 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • זוך שטארקען
  • מעלדונגען: 858
  • האט שוין געלייקט: 4393 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 790 מאל
  • קאָרמא: 15

מזל טוב משה'לע פאר דיין בר מצוה
[ווי האסטו געקויפט די תפילן בייטל . רעקעל .היט ?]
זאל השם העלפן אז די זאלסט אויסוואקסן אן יוראת שמים אין א ריינע יוד ביזן הינדרעט אין צוואנציג יאר

לגבי די בר מצוה מתנה. דערמאן מיך נעקסטע וואך

שמייכל הק' יחיאל ביי ביי

זוך שטארקען און נאכאמאל זוך שטארקען בוז מען וועט ווערן 
א גיבור  [הכובש את יצרו]

לעצט פארראכטן: ט"ו טבת התש"פ 01:25 דורך יחיאל.

ענטפער: משה'לע'ס ערגרייכונגען ט"ו טבת התש"פ 09:34 #263760

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 312 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 918
  • האט שוין געלייקט: 584 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1805 מאל
  • קאָרמא: 36
עד כאן געשריבן on ט' טבת התש"פ 11:48:

אזוי ווי נעקסטע וואך איז דא א מעגליכקייט אז מיר גייען פייער'ן פיר חדשים זויבערקייט, האב איך געקלערט אז עס איז שוין געקומען די צייט אז משה'לע זאל בר מצוה ווערן! איך האב ביי מיר עטליכע בילדער וואס קען זיין פאסיג פאר אונזער בר מצוה בחור'ל, איך וואלט אבער געקענט באשטיין צו האבן אביסל א גרעסערן אויסוואל, איז מכאן הקריאה יוצאת לכל חברי וידידי, אויב האט איר א שיין בילד וואס פאסט ארויפצולייגן אויף משה'לעס אוועטאר אלץ בר מצוה בחור, ביטע עס שיקן צו מיין אימעיל כדלהלן
This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it

ובחדא מחתא וויל איך איינלאדענען דעם גאנצן ציבור צו די סעודת בר מצוה די אנדערע וואך, די בר מצוה בחור וועט אפנעמען די דרשה געשאנק פון יעדן, וביום שמחתכם ישמח לבי גם אני.

פאר איך פארגעס, וועל איך ארויפלייגן די איצטיגע אוועטאר פון משה'לע אלץ א אינגל, כדי עס זאל בלייבן לעד ולנצח נצחים.

avatar673_2019-08-20.jpg


מזל טוב משה'לע צו דיין בר מצוה! און צו דיינע 120 ריינע טעג!

אגב מען האט עפעס פארטיילט ביי די שמחה פאר אלע משתתפים??? ס'נאך פארבליבן??? אדער אפשר קען מען נאך יעצט עפעס מאכן???

אפשר זאל מען צוזאמנעמען אלע הארציגע ארטיקלען און מאמרים פונעם בר מצוה בחור'ל, און עס דרוקן מיט א שיינע דעקל, און מיט דעם פאראייביגן די שמחה... מ'וועט שרייבן אויפן דעקל אז דאס איז מעשה ידיו להתפאר פונעם בר מצוה בחור'ל אליינס....

איך בין נישט קיין פוסק, און נישט קיין מכריע. ווען איך שרייב עפעס איז עס בדרך כלל נאר מיטגעטיילט מיין ערפארונג און איך בין קיינעם נישט מחייב אנצונעמען מיין מיינונג, אויב מ'וויל קען מען עס פרובירן און זען צו ס'ארבעט, און איך האב נאכאלץ דער פולסטער רעספעקט און כבוד צו א צווייטנ'ס מיינונג אפי' עס איז אנדערש אדער מחולק מיט מיין מיינונג.

ענטפער: משה'לע'ס ערגרייכונגען ט"ו טבת התש"פ 11:05 #263762

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 125 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 862
  • האט שוין געלייקט: 758 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1608 מאל
  • קאָרמא: 41
אשרי זקנותינו געשריבן on ט"ו טבת התש"פ 00:43:
 מזל טוב משה'לע פאר דיין 120 ריינע טעג. די ביזט אונזער וועג ווייזער.
איך וועל דיר אי''ה קויפן א עלייה פאר דיין שמחה. 


דערווייל זעהט נישט אויס אז איך וועל דאווענען אין דעם גלגול אין דיין מנין, נאכאמאל אלעס קען פאסירן, אבער איך רעד טבעיות'דיג זעהט נישט אויס אזוי.

יחיאל געשריבן on ט"ו טבת התש"פ 01:22:

מזל טוב משה'לע פאר דיין בר מצוה
[ווי האסטו געקויפט די תפילן בייטל . רעקעל .היט ?]
זאל השם העלפן אז די זאלסט אויסוואקסן אן יוראת שמים אין א ריינע יוד ביזן הינדרעט אין צוואנציג יאר

לגבי די בר מצוה מתנה. דערמאן מיך נעקסטע וואך

שמייכל הק' יחיאל ביי ביי



קען נישט ארויסגעבן די דעטאלן וואו איך האב אלעס געקויפט, ס'איז געהעריג גילוי.......

כלפי די בר מצוה מתנה, די שענסטע מתנה וואס דו קענסט מיר געבן איז בלייב דא מיט אונז כסדר, בוזט א מוסטער פאר אונז אלע, דיינע כסדרדיגע חיזוק איז מים קרים על נפשות עייפות, איך בין נתפעל פון דיינע מידות.

אחכה לו געשריבן on ט"ו טבת התש"פ 09:34:

מזל טוב משה'לע צו דיין בר מצוה! און צו דיינע 120 ריינע טעג!

אגב מען האט עפעס פארטיילט ביי די שמחה פאר אלע משתתפים??? ס'נאך פארבליבן??? אדער אפשר קען מען נאך יעצט עפעס מאכן???

אפשר זאל מען צוזאמנעמען אלע הארציגע ארטיקלען און מאמרים פונעם בר מצוה בחור'ל, און עס דרוקן מיט א שיינע דעקל, און מיט דעם פאראייביגן די שמחה... מ'וועט שרייבן אויפן דעקל אז דאס איז מעשה ידיו להתפאר פונעם בר מצוה בחור'ל אליינס....[/dir]


אדרבה, חלק א' קען מען זיכער מאכן, אפשר צו די חתונה וועט מען ארויסגעבן חלק ב

ענטפער: משה'לע'ס ערגרייכונגען ט"ו טבת התש"פ 11:38 #263763

  • israelvkosher
  • איצטיגע שטרעקע: 17 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 74
  • האט שוין געלייקט: 214 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 143 מאל
  • קאָרמא: 4
WOW מזל טוב!!!!

ענטפער: משה'לע'ס ערגרייכונגען ט"ו טבת התש"פ 11:46 #263765

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 125 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 862
  • האט שוין געלייקט: 758 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1608 מאל
  • קאָרמא: 41

פאר איך פארגעס, ישר כח יחיאל מיט פרובירט פאר'ן מיר העלפן בר מצוה מאכן אונזער משה'לע מיט די ריכטיגע בגדים און ברענגען די צורה הראויה פאר משה'לע!

ענטפער: משה'לע'ס ערגרייכונגען ט"ו טבת התש"פ 19:30 #263786

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 125 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 862
  • האט שוין געלייקט: 758 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1608 מאל
  • קאָרמא: 41

סטעפ 8

האבענדיג געמאכט אין סטעפ פיר א ליסטע פון אלע מענטשן וועם איך האב געשעדיגט, האט מיין ספאנסער מיר געהייסן איבערגיין אלע מיינע סטעפ 4 ליסטעס, און קוקן אויב איז דא דארטן מענטשן וועם איך דארף ארויפלייגן אויף מיין שעדיגונג ליסטע, ווען איך האב געהאט א פארטיגע שעדיגונג ליסטע, בין איך אדורך יעדע איינציגע שורה און געקוקט דערויף, איך האב געפרעגט צו מיר אליין, בין איך גרייט צו פארעכטן די ברוכווארג וואס איך האב אנגעווערטשאפט? אויב האב איך געפילט איך קען עס נאכנישט טוהן, האב איך כסדר געזאגט די תפילה ''גאט, העלף מיר איך זאל האבן די רצון צו פארגוטיגן די וועלעכע איך האב געשעדיגט.'' יעדן טאג קוק איך איבער מיין שעדיגונג ליסט, און איך בין מתפלל אויף די אלע זאכן וואס איך האב נאכנישט מסדר געווען.

ווען איך בין גרייט צו פארעכטן די זאכן וואס איך האב געשעדיגט, האב איך גענדיגט סטעפ 8 וואס זאגט, '' געמאכט א ליסט פון אלע מענטשן וועם מיר האבן געשעדיגט, און געווארן וויליג זיי צו פארעכטן.''

ענטפער: משה'לע'ס ערגרייכונגען ט"ז טבת התש"פ 01:37 #263793

  • אשרי זקנותינו
  • איצטיגע שטרעקע: 46 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 116
  • האט שוין געלייקט: 281 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 208 מאל
  • קאָרמא: 5

צי איך וועל דאווענען מיט דיין מנין מן הסתם נישט. עס איז צי פרי פאר מיר. אבער א עלייה אי''ה יא.....

ענטפער: משה'לע'ס ערגרייכונגען ט"ז טבת התש"פ 16:06 #263816

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 125 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 862
  • האט שוין געלייקט: 758 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1608 מאל
  • קאָרמא: 41
אשרי זקנותינו געשריבן on ט"ז טבת התש"פ 01:37:

צי איך וועל דאווענען מיט דיין מנין מן הסתם נישט. עס איז צי פרי פאר מיר. אבער א עלייה אי''ה יא.....


הער, אויב אן עלייה דעמאלט'ס טוה עס ראש השנה! נישט אינמיטן יאר ווען עס קאסט א נישטיגע טאלער אדער צוויי, זאל כאטשיג זיין עטליכע מאות אדער מער, דער עולם זאל שטין אויף די פארענטשעס און קוקן אויף די מיליאנער וואס ציהט ארויף אזוי ברייטהארציג.

ענטפער: משה'לע'ס ערגרייכונגען ט"ז טבת התש"פ 23:40 #263838

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 125 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 862
  • האט שוין געלייקט: 758 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1608 מאל
  • קאָרמא: 41

סטעפ 9

האבענדיג א ליסטע מיט מענטשן פאר וועם איך בין שוין גרייט צו מאכן אמענד'ס (פארעכטן די פארגאנגענהייט) איז צייט צו מאכן פארשריט, די ערשטע זאך ברויך איך קוקן וועם גייט עס אפעקטירן? איז דא איינער וואס קען ווערן וויי געטוהן דערמיט? איך מעג נישט גיין מאכן אמענד'ס ווייל איך וויל מיר ראטעווען אויף די חשבון פון א צווייטן! איך האב נישט קיין שום רעכט צו טוהן אזא זאך אן יענעם'ס רשות.

אויב האב איך געזעהן אז עס קען אפעקטירן מיין ווייב, דעמאלטס האב איך געבעטן פארדעם רשות פון איר, איך האב איר געזאגט פונקטליך וואס איך פלאן צו טוהן און אויב זי איז אקעי דערמיט, נאכן באקומען רשות פון איר האב איך פארשטייט זיך זיכער געמאכט צו עס איז נישט דא נאך א מענטש וועם עס קען וויי טוהן.

האבענדיג באקומען רשות פון אלע וועם עס קען אפעקטירן, בין איך געגאנגען צו מיין ספאנסער און אים געזאגט וואס איך פלאן צו טוהן, ער האט מיר געוויזן אין די בוך פונקטליך וויאזוי איך זאל מאכן די אמענדס, וואס יא צו זאגן און וואס נישט, באקומענדיג זיין צושטימונג צו גיין ווייטער, בין איך געגאנגען צו גאט, איך האב געבעטן דעם אייבערשטן ער זאל מיר פירן אויפן ריכטיגן וועג, און ער זאל מיר ווייזן וואס צו טוהן.

נאכן טוהן אלע אויבנדערמאנטע זאכן, בין איך ענדליך געווארן גרייט צו מאכן די אמענד'ס, איך האב אנגערופן די באטרעפענדער מענטש פאר וועם איך וויל מאכן אמענד'ס, און איך האב אים געבעטן אויב איך קען זיך טרעפן מיט אים, איך האב אים געבעטן א זייגער, טייל מענטשן האבן מיר גלייך געפרעגט וואס ווילסטו? איך האב גענטפערט איך וויל עפעס אויסשמועסן, נישט אויפן טעלעפאן, איך וויל רעדן פערזענליך, רוב מאל האט די באטרעפענדער מיר געגעבן א זמן און איך האב מיר אנגעגרייט דערצו.

אט איז א ביישפיל פון איינע פון מיינע אמענד'ס וואס איך האב געמאכט.

מיין שאדן וואס איך האב געמאכט;
איך האב געדארפט באצאלן א געוויסע זאך וואס איז געווארן צובראכן, און איך האב ארומגעשלעפט דערמיט און זיך פרובירט ארויסצודרייען.

פאר איך האב אנגעהויבן מאכן די אמענדס;
איך האב גענומען רשות פון מיין ווייב, מיין ספאנסער, און פון השי''ת.

אנהייבענדיג די אמענד'ס;
אנגעקאלט דעם באטרעפענדער, געבעטן אויב איך קען אראפקומען צו אים, ער האט געוואלט וויסן וועגן וואס, און איך האב אים געזאגט איך וועל רעדן פערזענליך, איך האב נישט חשק צו רעדן דערפון אויפן טעלעפאן, ער האט מסכים געווען, און געזאגט איך קען קומען ביינאכט צו זיין הויז.

מאכענדיג די אמענד'ס;
איך בין געגאנגען צו אים, און געזאגט איך וויל אויפברענגען א אלטע זאך וואס איך האב מיר געהאט ארויסגעדרייט און דיר נישט באצאלט, קודם כל עס איז געקומען פון מיינע שלעכטע נאטורן וואס איך האב, איך בין געווען זייער סעלפיש און זיך בכלל נישט גערעכנט מיט דיר און מיט דיינע אינטערעסן, איך וויל דיר איבערבעטן אויף דעם וואס דו האסט געליטן אזוי לאנג פון מיין סעלפישקייט. און יעצט גיי איך רופן איינעם עס פארעכטן און איך באצאל אים די גאנצע געלט, און איך האב אים געפרעגט אויב ער וויל בדייקא איינעם אדער איך קען רופן סיי וועם, ער האט מיר געזאגט איך קען רופן וועם איך וויל, און איך האב תיכף גערופן איינעם און באצאלט די גאנצע געלט.

מיט דעם האב איך געמאכט סטעפ 9 וואס זאגט; געמאכט דירעקטע פארגיטונגען צו אזעלעכע מענטשן ווי ווייט מעגליך, אויסער אויב דאס קען שאטן פאר זיי אדער פאר אנדערע.

ענטפער: משה'לע'ס ערגרייכונגען י"ז טבת התש"פ 19:57 #263900

  • אשרי זקנותינו
  • איצטיגע שטרעקע: 46 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 116
  • האט שוין געלייקט: 281 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 208 מאל
  • קאָרמא: 5
עד כאן געשריבן on ט"ז טבת התש"פ 16:06:

אשרי זקנותינו געשריבן on ט"ז טבת התש"פ 01:37:

צי איך וועל דאווענען מיט דיין מנין מן הסתם נישט. עס איז צי פרי פאר מיר. אבער א עלייה אי''ה יא.....


הער, אויב אן עלייה דעמאלט'ס טוה עס ראש השנה! נישט אינמיטן יאר ווען עס קאסט א נישטיגע טאלער אדער צוויי, זאל כאטשיג זיין עטליכע מאות אדער מער, דער עולם זאל שטין אויף די פארענטשעס און קוקן אויף די מיליאנער וואס ציהט ארויף אזוי ברייטהארציג.


איך האב דיר וואס צי ענפערן.... איך וועל זיך יעצט איינהאלטן.

ענטפער: משה'לע'ס ערגרייכונגען י"ז טבת התש"פ 23:37 #263916

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 125 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 862
  • האט שוין געלייקט: 758 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1608 מאל
  • קאָרמא: 41
אשרי זקנותינו געשריבן on י"ז טבת התש"פ 19:57:

עד כאן געשריבן on ט"ז טבת התש"פ 16:06:

אשרי זקנותינו געשריבן on ט"ז טבת התש"פ 01:37:

צי איך וועל דאווענען מיט דיין מנין מן הסתם נישט. עס איז צי פרי פאר מיר. אבער א עלייה אי''ה יא.....


הער, אויב אן עלייה דעמאלט'ס טוה עס ראש השנה! נישט אינמיטן יאר ווען עס קאסט א נישטיגע טאלער אדער צוויי, זאל כאטשיג זיין עטליכע מאות אדער מער, דער עולם זאל שטין אויף די פארענטשעס און קוקן אויף די מיליאנער וואס ציהט ארויף אזוי ברייטהארציג.


איך האב דיר וואס צי ענפערן.... איך וועל זיך יעצט איינהאלטן.

מיר טוהן אויסמיידן נקמה און ארגומענטן. (ביג בוק קאפיטל פינעף)

ענטפער: משה'לע'ס ערגרייכונגען י"ח טבת התש"פ 12:12 #263935

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 125 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 862
  • האט שוין געלייקט: 758 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1608 מאל
  • קאָרמא: 41

געהאט נעכטן א גוט פעט שטיקל ריזענמענט, שוין לאאאאאנג נישט געהאט אזוינ'ס, איינער וואס איז גאר שטארק רוחניות'דיג קראנק האט מיר וויי געטוהן, און איך בין פאר עטליכע מינוט געווען אביסל פארלוירן, טיפיקל עדיקט. און איך האב מיר גלייך געכאפט, העי וואס איז דאס מיט דיר משה'לע, דו וועסט נאך באלד גיין אויסעקטן, שוין מאך דיין סטעפ 10, אבער שנעל!

אומר ועושה איך האב אנגערופן מיין ספאנסער, אויסגעשמועסט וואס האט פאסירט, מיר האבן זייער שנעל געטראפן מיין חלק אין די מעשה, מתפלל געווען אויף דעם קראנקן איד, און איך האב אויסגעגליכן די מצב מיט אים, און דערנאך מיר אריינגעווארפן צו העלפן אנדערע אידן, ב''ה די אייבערשטער האט מיר ליעב און ער האלט מיר ריין.

ענטפער: משה'לע'ס ערגרייכונגען י"ח טבת התש"פ 16:17 #263941

  • שלום גאנץ
  • איצטיגע שטרעקע: 154 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • יעדע התגברות איז א דימאנט אונעם אייבערשטענס קרוין!
  • מעלדונגען: 214
  • האט שוין געלייקט: 525 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 505 מאל
  • קאָרמא: 11

וואה דער משהלע טראקט אריין ברוך השם!!

מזל טוב צו דיינע 123 ריינע טעג(פון דעי רייזע)!!!!

קיפ איט אפ!!

אנא עבדא דקדשא בריך הוא דסגידנא קמה ומקמי דיקר אוריתה בכל עדן ועדן

הייליגע באשעפער העלף איך זאל מיר שטענדיג קענען אינגאנצן מבטל זיין צו דיר, איך זאל אייביג טון דיין רצון מיט מיין גאנצע הארץ  

ענטפער: משה'לע'ס ערגרייכונגען נעכטן 22:40 #263955

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 5 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 1350
  • האט שוין געלייקט: 2914 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2477 מאל
  • קאָרמא: 39

ווער קען רעכענען?
איינס פלאס צוויי פלאס דריי?
123!!!
יאפ משה'לע, איך געדענק נאך ווי איך בין געשטאנען אינדרויסן פון די ....... ......... חתונה זאל און איך האב גערעדט צו דיר און דו האסט מיך דערציילט אז דו האסט גערילעפסט....... אוטש! די שווערע געפילן פון דעמאלטס שטיקן מיך נאך אין בויך יעצט ביים זיך דערמאנען דערפון, אונזער ציילונג איז געלאפן איין טאג אפגעריקט וואס האט אונז געברענגט אזויפיל נענטער (און אונז פלעגן אפטער רעדן דעמאלטס אויך) איך קען נישט גלייבן אז גאנצע 123 טעג זענען שוין אדורך פון דעמאלט.
אבער דיין פאזיטיוועטי, דיין קוראזש און דיין אנטשלאסנקייט צו טוהן וואס דו דארפסט, דעיס ברענגט דיך צו דיינע נייע הערליכע ריינע טעג!
דו ביסט א עכטע אינספייערעשן! קיפ איט אפ!

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

ענטפער: משה'לע'ס ערגרייכונגען נעכטן 23:07 #263965

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 125 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 862
  • האט שוין געלייקט: 758 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1608 מאל
  • קאָרמא: 41

איך גיי יעצט אדורך זייער א שווערע מצב מיט מיין טערעפיסט, עס האט זיך געשאפן א גאר שטארקע ריס צווישן אונז בנוגע שרעק און טראמא וואס איך האב פון אנטי-סעמיטיזם, און עס איז געבליבן אז לכאורה וועל איך מוזן גיין צו א צווייטן, איך בין ממש צוזעצט, איך האב שוין א קשר מיט מיין יעצטיגע טערעפיסט פאר איבער 2 יאר, עס איז מיר א שרעקליכע דורכגאנג אזא זאך, איך פיל ווייטאג, דערביטערט, און זייער א שלעכטע גיסטע.

איך האב אנגעהויבן מיין סטעפ 10, מיין ספאנסער האט מיר דערווייל נישט צוריקגערופן, איך האף נאך היינט נאכט צו קענען אויפגעבן אלעס פאר גאט, און טוהן אלעס וואס ער וויל איך זאל טוהן, און איך זאל מיר לאזן פירן פון אים.

ענטפער: משה'לע'ס ערגרייכונגען נעכטן 23:12 #263966

  • אשרי זקנותינו
  • איצטיגע שטרעקע: 46 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 116
  • האט שוין געלייקט: 281 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 208 מאל
  • קאָרמא: 5
עד כאן געשריבן on נעכטן 23:07:

איך גיי יעצט אדורך זייער א שווערע מצב מיט מיין טערעפיסט, עס האט זיך געשאפן א גאר שטארקע ריס צווישן אונז בנוגע שרעק און טראמא וואס איך האב פון אנטי-סעמיטיזם, און עס איז געבליבן אז לכאורה וועל איך מוזן גיין צו א צווייטן, איך בין ממש צוזעצט, איך האב שוין א קשר מיט מיין יעצטיגע טערעפיסט פאר איבער 2 יאר, עס איז מיר א שרעקליכע דורכגאנג אזא זאך, איך פיל ווייטאג, דערביטערט, און זייער א שלעכטע גיסטע.

איך האב אנגעהויבן מיין סטעפ 10, מיין ספאנסער האט מיר דערווייל נישט צוריקגערופן, איך האף נאך היינט נאכט צו קענען אויפגעבן אלעס פאר גאט, און טוהן אלעס וואס ער וויל איך זאל טוהן, און איך זאל מיר לאזן פירן פון אים.


גיי גראד צי גאט אליין אן א פארמיטלער. דער באשעפער זאל דיר באגלייטן דיין וועג צי גוטן.

ענטפער: משה'לע'ס ערגרייכונגען נעכטן 23:16 #263968

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 5 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 1350
  • האט שוין געלייקט: 2914 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2477 מאל
  • קאָרמא: 39
עד כאן געשריבן on נעכטן 23:07:

איך גיי יעצט אדורך זייער א שווערע מצב מיט מיין טערעפיסט, עס האט זיך געשאפן א גאר שטארקע ריס צווישן אונז בנוגע שרעק און טראמא וואס איך האב פון אנטי-סעמיטיזם, און עס איז געבליבן אז לכאורה וועל איך מוזן גיין צו א צווייטן, איך בין ממש צוזעצט, איך האב שוין א קשר מיט מיין יעצטיגע טערעפיסט פאר איבער 2 יאר, עס איז מיר א שרעקליכע דורכגאנג אזא זאך, איך פיל ווייטאג, דערביטערט, און זייער א שלעכטע גיסטע.

איך האב אנגעהויבן מיין סטעפ 10, מיין ספאנסער האט מיר דערווייל נישט צוריקגערופן, איך האף נאך היינט נאכט צו קענען אויפגעבן אלעס פאר גאט, און טוהן אלעס וואס ער וויל איך זאל טוהן, און איך זאל מיר לאזן פירן פון אים.


שכח פארן שעירן.
ה' זאל זיין מיט דיר און דיך ווייזן די ריכטיגע וועג.

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

ענטפער: משה'לע'ס ערגרייכונגען נעכטן 01:36 #263971

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 42 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 174
  • האט שוין געלייקט: 117 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 431 מאל
  • קאָרמא: 15
עד כאן געשריבן on נעכטן 23:07:

איך גיי יעצט אדורך זייער א שווערע מצב מיט מיין טערעפיסט, עס האט זיך געשאפן א גאר שטארקע ריס צווישן אונז בנוגע שרעק און טראמא וואס איך האב פון אנטי-סעמיטיזם, און עס איז געבליבן אז לכאורה וועל איך מוזן גיין צו א צווייטן, איך בין ממש צוזעצט, איך האב שוין א קשר מיט מיין יעצטיגע טערעפיסט פאר איבער 2 יאר, עס איז מיר א שרעקליכע דורכגאנג אזא זאך, איך פיל ווייטאג, דערביטערט, און זייער א שלעכטע גיסטע.

איך האב אנגעהויבן מיין סטעפ 10, מיין ספאנסער האט מיר דערווייל נישט צוריקגערופן, איך האף נאך היינט נאכט צו קענען אויפגעבן אלעס פאר גאט, און טוהן אלעס וואס ער וויל איך זאל טוהן, און איך זאל מיר לאזן פירן פון אים.


איך געדענק פאר איך בין געגאנגען צו מיין טערעפיסט די ערשטע מאל, האב איך נישט געוואלט גיין, ווייל איך האב מורא געהאט פון אזוינע זאכן אז איך וועל דארפן טוישן, און איך האב נישט קיין כח צו לויפן פון איינעם צום צווייטן.
איך פארשטיי דיין שוועריגקייט און דיין צוריסנקייט, און איך וועל מתפלל זיין פאר דיר אז וואס דו וועסט דארפן טוהן זאל דיר אנקומען גרינג, מיט א אמת׳דיגע איבערגעגעבנקייט צום טאטו אין הימל, וואס ער וועט דיר באגלייטן ביז דו וועסט אנקומען צו דיין פולקאמע ריקאווערי

טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)

ענטפער: משה'לע'ס ערגרייכונגען נעכטן 10:40 #263981

  • יונה מצאה
  • איצטיגע שטרעקע: 28 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • יונה מצאה בו מנוח
  • מעלדונגען: 150
  • האט שוין געלייקט: 205 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 167 מאל
  • קאָרמא: 19

איך האב אמאל געהערט א  ווארט פון א טעראפיסט(קע).

טעראפי איז אזוי ווי שיך.

שיך דארף פיטן. ס'איז נישט דא איין סייז שיך פאר יעדן איינעם. יעדער האט א אנדערע סייז און סטייל, לא הרי זה כהרי זה. וואס ארבעט פאר איינעם ארבעט נישט פאר א צווייטן. און ס'מיינט נישט אז אויב ס'האט נישט געפיט פאר איינעם וועט עס נישט פיטן פאר א צווייטן.

די שיך קען אויסוואקסן און מען דארף א נייע. עס מיינט נישט אז ווען ס'איז אויסגעוואקסן גייט מען אן שיך. מען האנדלט איין נייע.

די שיך קען זיך צורייסן. און ווען עס צורייסט זיך איז זייער נישט באקוועם. עס מיינט נישט אז יעצט ווארפט מען אוועק די שיך און מען גייט בארפעס. מען האנדלט איין פרישע שיך.

ווען מען קויפט נייע שיך נעמט ביז ווי לאנג עס וואקסט אריין. עס קען אפילו אביסל ווי טוען. אבער מען וואקסט עס אריין. און מען גייט מיט שיך.

מיט פיל הארץ
יונה'לע
דאווענט פאר דיר...

ענטפער: משה'לע'ס ערגרייכונגען נעכטן 17:57 #264014

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 125 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 862
  • האט שוין געלייקט: 758 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1608 מאל
  • קאָרמא: 41

איך בין שאקירט!!!!!
יא, גוט שאקירט!!!!!!!!!!!

אויף וועם? אויף מיר אליינס!!!

מעשה שהיה כך היה, גאט האט מיר געגעבן די פריוויליגיע צו ארבייטן ב''ה מיט פיר ספאנסי'ס מיט וועם איך בין פארבינדן טעגליך ב''ה. 
היינט בין איך איבערגעגאנגען מיט איינע פון מיינע ספאנסי'ס א סטעפ 4 שעדיגונג ליסט, און איך גלייב ממש נישט וואס מיינע אויער'ן הערן, איינע פון מיינע מאלעסטער'ס זענען אויף זיין ליסט, און יענער האט מיר נישט סתם מאלעסטעד, נאר אינמיטן די נאכט ווען איך בין טיעף טיעף געשלאפן האט ער מיר ארויסגעשלעפט פון בעט מיט א רציחה, און מיר גערעיפט! נעבעך זייער זייער א קראנקע מענטש! זייער קראנק! אבער איך האב שוין אויפגעגעבן מיין ווייטאג אויף אים, און איך בין מתפלל פאר אים ער זאל אלץ זיין געזונט.

יעצט וואס איז מיין שאק? אז איך אלץ ספאנסער זאל קענען זיך שטעלן פארטיידיגן זיין צד, און ארויסברענגען פאר מיין ספאנסי די ווייטאג וואס ער האט פאראורזאכט פאר מיין מאלעסטער, דאס איז געווען א שאק פאר מיר! און למעשה האב איך עס געטוהן אן קיין ברעקל נגיעות אדער שנאה ב''ה.

דער באשעפער איז זייער זייער גרויס!

ענטפער: משה'לע'ס ערגרייכונגען נעכטן 18:58 #264021

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 42 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 174
  • האט שוין געלייקט: 117 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 431 מאל
  • קאָרמא: 15
עד כאן געשריבן on נעכטן 17:57:

איך בין שאקירט!!!!!
יא, גוט שאקירט!!!!!!!!!!!

אויף וועם? אויף מיר אליינס!!!

מעשה שהיה כך היה, גאט האט מיר געגעבן די פריוויליגיע צו ארבייטן ב''ה מיט פיר ספאנסי'ס מיט וועם איך בין פארבינדן טעגליך ב''ה. 
היינט בין איך איבערגעגאנגען מיט איינע פון מיינע ספאנסי'ס א סטעפ 4 שעדיגונג ליסט, און איך גלייב ממש נישט וואס מיינע אויער'ן הערן, איינע פון מיינע מאלעסטער'ס זענען אויף זיין ליסט, און יענער האט מיר נישט סתם מאלעסטעד, נאר אינמיטן די נאכט ווען איך בין טיעף טיעף געשלאפן האט ער מיר ארויסגעשלעפט פון בעט מיט א רציחה, און מיר גערעיפט! נעבעך זייער זייער א קראנקע מענטש! זייער קראנק! אבער איך האב שוין אויפגעגעבן מיין ווייטאג אויף אים, און איך בין מתפלל פאר אים ער זאל אלץ זיין געזונט.

יעצט וואס איז מיין שאק? אז איך אלץ ספאנסער זאל קענען זיך שטעלן פארטיידיגן זיין צד, און ארויסברענגען פאר מיין ספאנסי די ווייטאג וואס ער האט פאראורזאכט פאר מיין מאלעסטער, דאס איז געווען א שאק פאר מיר! און למעשה האב איך עס געטוהן אן קיין ברעקל נגיעות אדער שנאה ב''ה.

דער באשעפער איז זייער זייער גרויס!


איך בין ממש נתפעל פון דיר, די ביסט א אינספיראציע פאר מיר, עס איז נישט צום גלייבן ווי ווייט דו ביסט אנגעקומען

טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)
צייט צו מאכן א בלאט: 0.85 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא