ס'איז תשעה באב תשע''ט, אידן זעצן זיך אויף דער ערד זאגן איכה, מען קלאגט און מען פארגיסט טרערן אלעס פארוואס? ווייל די בית המקדש איז חרוב געווארן, און עס איז נאך אלץ חרוב.
אבער פאמעליך, פארוואס איז טאקע די צער אזוי גרויס?
אידן זענען געווען פארקנעכט אין מצרים מען האט געארבייט אן עבודת הפרך, קיין גשמיות איז בכלל נישט געווען, און צוגאב צו דעם איז מצרים געווען די מקור הזוהמא והטומאה, איז קיין רוחניות האט מען אויך נישט פארדינט דארטן, קומט צו גיין משה רבינו און ער טרייסט די אידן, דער גרויסער טאטע אין הימל וויל ענק אלס אן אייגענע פאלק, והייתם לי סגולה מכל העמים, און ער גייט ענק אויסלייזן און געס וואט, מען גייט ענק פירן קיין ארץ ישראל, א הייליג לאנד, די מקור הקדושה, מלא רוחני, און נישט נאר דאס, מען וועט אויפבויען א בית המקדש ווי מען וועט זיך קענען האלטן נאנט צום אייבערשטן, א איד ברויך געזונט, פרנסה, נחת וואס עס זאל נאר נישט זיין, ער דארף בלויז מאכן זיינע פיס טריט צום בית המקדש און ער איז א געהאלפענער, א איד וויל א התעוררות, דערוועקן זיין חלק אלוקי, ער דארף גארנישט טוהן מער ווי זיך צוהערן צו די שיר שהלוים אומרים, די אינסטרומענטן וואס די לוים האבן געשפיעלט האט צונומען דאס הארץ פונעם שוואכסטן איד, ער איז ארויסגעקומען דורכגעווייקט נאס פון טרערן, און אז אידן אין מצרים האבן געהערט אזא בשורה טובה האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א טאנץ, די שמחה איז געווען עד לב השמים, מען האט געציילט די טעג, די וואכן, נו ווען? ווען? און משה רבינו זאגט האט געדולד, כאפט נישט פאר די צייט, די ישועה איז דא אט אט, די רגש של שמחה וואס די אידן האבן געשפירט, אט אט און מיר האבן א מקום מקדש ווי מיר וועלן קענען דינען דעם אייבערשטן, ווי מיר וועלן קענען ווערן נתעלה אל הקדושה,.
האט זיך אבער געמאכט שוועריגקייטן אויפן וועג, די ערב רב זענען געווארן צוהיצט, און מען האט געברויכט אפשטופן דאס אריינגיין אין ארץ ישראל עד תום כל הדור ההוא, די צער און צובראכענקייט וואס די אידן האבן דאמאלטס געהאט איז געווען אומבאשרייבליך, מען האט דאך אזוי שטארק ארויסגעקוקט דערויף, געציילט די טעג, וואכן, חדשים און טראך, אזא זעץ, מיר גייען עס נישט דערלעבן, אבער מען האט זיך געטרייסט אז סוף כל סוף וועלן די קינדער און אייניקלעך זוכה זיין דערצו, און מיר וועלן זיך קענען מיטפרייען פון אויבן ווי אונזערע קינדער און אייניקלעך זענען מקריב קרבנות, וויאזוי זיי שטייגן אין עבודת השם, עס וועט כאטש ברענגן א נחת רוח אין גן עדן.
די יארן זענען פארביי, ענדליך האט מען אויפגעבויעט את מחמד לבבינו, דאס הייליג הויז שטייט גרייט, די שמחה איז געווען אויף אזא פארנעם וואס מיר קענען ניטאמאל באגרייפן, א טאטע האט געקענט צו ווייזן פאר זיין אינגל אט דארטן איז דאס הייליג הויז, אט דארטן איז מקום השראת השכינה, די הייליגע באשעפער איז דארטן, נאר פון טראכטן דערפון איז דער מענטש באנומען געווארן צו טרערן, ווער רעדט נאך ווען מען האט געהאט די זכיה און געברענגט א קרבן אין ביהמ''ק, מען האט ארויפגעלייגט די הענט אויפן קרבן און געזאגט ווידוי, אוי אוי די הימל'ן האבן מיטגעוויינט, עס האט זיך נישט געגלוסט ווייטער צו זינדיגן.
גייט דורך עטליכע הונדערט יאר, קומט תשעה באב ביינאכט, מען שלאגט זיך אינעם בית המקדש, די רומיים ברעכן זיך אריין, די כהנים פרובירן מיט זייערע לעצטע כוחות אפצושלאגן די אטאקע, און פלוצלינג טראסקעט איינער אריין א ברענעדיגע פאקל אינעם קדשי קדשים, דאס הייליגסטע פלאץ ביי אידן, בליץ שנעל איז עס געווארן איין שטיק פייער, דאס בית המקדש ברענט!!! שרייען די כהנים, געוואלד עס ברענט, איך גלייב עס נישט! וועלעכע איד עס האט געזעהן פון דערווייטענס ווי די בית המקדש ברענט האט אים אנגעכאפט אזא שאק, ער איז דערציטערט געווארן, מען איז געפאלן חלשות, געוואלד דאס טייערסטע וואס מיר האבן פארמאגט איז אין פלאמען, מיר האבן אזויפיל געטוהן צו קענען האבן א בית המקדש, יארן וואס מען האט ארויסגעקוקט דערויף, און דא ס'ברענט! די צער איז שרעקליך!
דער אייבערשטער זאגט קראו למקוננות, דער רשע איז אריינגעקומען און פארברענט דעם בית המקדש, געהארגעט און פארטיליגט אינג און אלט, בחורים ובתולות, זקנים עם נערים, נישט פארקוקט אויף קיינעם! אוי וויי זאגט דער אייבערשטער, ירמי' גיי צו די אבות און שלעפ זיי ארויס פון קבר זיי זאלן זעהן וואס מען טוט מיט די אידן, ירמי' איז מקיים פסק, רופט די זיידע אברהם, ער זאגט אים קוק וואס גייט פאר מיט דיינע אייניקלעך, אברהם טראכט נישט קיין צוויי און שטעלט זיך פארן אייבערשטן פרעגן וואס גייט פאר? מי מעיד בם פרעגט ער, זאגט מען אים די כב אותיות פון די תורה, אברהם שטעלט זיי אויף און מאכט שטיל איין אות נאכן צווייטן, און אזוי חזרט זיך איבער מיט די אנדערע אבות, ירמי רופט משה רבינו, בן עמרם בן עמרם, גיי קוק וואס מען טוט מיט דיינע קינדער, און אזוי לויפט ירמי ארום צו אלע אבות ואמהות ביז דער אייבערשטער טרייסט רחל אמינו, ושבו בנים לגבולם.
ווען מען זעהט די אלע זאכן, און מען קוקט זיך אום אז פון ווען דער אייבערשטער האט געגעבן די הבטחה ושבו בנים לגבולם ביז היינטיגן טאג איז שוין דא באלד 2000 יאר, און ועדיין לא נושענו, ס'רייסט ביים הארץ, לן יאית למבכי, יעדע איד לויפט דורך א סקרוך אין די ביינער, ס'איז שוין תשע''ט! מען איז נאך אלץ אין גלות.
משה'לע האט אויך געוויינט די יאר, עס טוט שטארק וויי אז מען איז אין גלות, און אז דער ביהמ''ק איז חרוב געווארן ביד זדים ומשחיתים, אבער משה'לע האט די יאר געוויינט אויף נאך א חורבן ביהמ''ק, וואס נישט יעדע איד נעמט אין אכט אז עס קומט פאר, וואסערע חורבן? נעמט א תשעה באב בענקל און זעצט אייך אנידער.
א יעדע איד איז א מקדש מעט, דאס ווייסן אפילו די קליינע קינדער אין חדר, נו, א בית המקדש פארמאגט אויך א קדשי קדשים ווי די אייבערשטער איז משרה שכינתו, עס שטייט אין די ספרים אז די אות ברית קודש איז שמו של הקדוש ברוך הוא, זיצט א בחור און ער האלט פאר זיין חתונה, ער וויינט זיך אויס ביים אייבערשטן, געב מיר ערליכע קינדער, ער גייט אונטער די חופה און פארגיסט טייכן טרערן ער זאל געהאלפן ווערן, אידן וואונטשן אים אן מיט דורות ישרים ומבורכים, דאס הארץ קוועלט פאר שמחה, מתי יבוא לידי, מען ציילט די טעג די וואכן, די חדשים, צומאל רוקט זיך חלילה אונטער שוועריגקייטן, מען ברויך צו ווארטן נאך לענגער, מען קוקט ארויס אויף דעם טאג ווען מען וועט זעהן זרעא חיא וקיימא, זרעא די לי יבטול מפתגמי אורייתא בכל עידן ועידן, ענדליך די ישועה איז דא! געבוירן געווארן א אינגעלע למזל טוב! דער אייבערשטער זאגט פארן טאטן, איך בעט דיר, נעם מיר אריין אין דעם מקדש מעט, שנייד א ברית, צייכן אויף דארטן מיין נאמען, און האלט דאס פלאץ זויבער און ריין, ער זאל זיין א נוטר ברית קודש, און אויב וועט ער זיין פון די נוטרי ברית, וועט ער קענען בעטן פרנסה, ווי באקאנט איז די עבירה מעכב די פרנסה, ער וועט קענען בעטן כל מיני ישועות אינעם זכות פונעם אות ברית קודש, ער וועט נתעלה ווערן לקדושה, ער וועט האבן א חיי רוחני, אלעס וואס ער דארף, און די שמחה פונעם טאטן איז פארשטייט זיך דערהויבן ביז גאר, מען מאכט א ברית צום אכטן טאג, און די טאטע געבט א נאמען דאס קינד משה'לע, דער עולם איז מלא רגש, מלא שמחה, יעדער וואונטש כשם שנכנס, די טאטע שטראלט פאר שמחה.
גייט דורך עטליכע יאר, און משה'לע איז אונטערגעוואקסן, די טאטע ווייזט פאר'ן קינד אט דארט איז דאס הייליג פלאץ, די קדשי קדשים, נאר א כהן גדול מעג אריינגיין און אויך נאר אינעם הייליגן טאג, האלט עס הייליג, וזר לא יקרב בו, די זדים ומשחיתים האבן אבער אנגעהויבן לאקערן אויף משה'לע, זיי ווילן חרוב מאכן דעם מקדש מעט, די רבי'ס מיט די מנהלים שטייען אויף די וואך מען פרובירט אפצושלאגן די אטאקע, די טאטע העלפט אויך צו פון די זייט, פלוצלונג קומט איינער און טראסקעט אריין א שמוציגע תועבה בילד אריין אין משה'לע'ס הענט, טראך!!!! די קדשי קדשים ברענט!! אוי וויי טאטע, ס'ברענט!!! געוואלד, דאס טייערסטע זאך וואס מיר פארמאגן, ס'גלייבט זיך נישט, די קדשי קדשים ברענט!! אוי וויי דאס מקדש מעט ווערט חרוב! דאס בית המקדש וואס די טאטעס און זיידעס האבן געלעכטצט צו זעהן מלא חפניים נחת, ס'ברענט!!!
הייליגע טאטע אין הימל, נישט נאר איין משה'לע האט מען אונטערגעצינדן דאס קדשי קדשים, ליידער האט די רשע פארטיליגט שווערע טויזענטער משה'לעך, זקנים עם נערים, בחורים וגם בתולות, מנער ועד זקן, ס'גיסט זיך אידיש בלוט אין די גאסן, אוי וויי טאטע, די הערצער זענען צובראכן אויף שברי שברים, האסט אונז אראפגעשיקט צו אזא דור מיט נסיונות אז מיר זאלן ברויכן צוקוקן ווי אזויפיל קדשי קדשים'ס ברענען, הייליגע טאטע מיר האלטן עס מער נישט אויס! אוי הייליגע באשעפער קוק ווי די ביהמ''ק ברענט! דער אינטערנעט המשחית געבט אויס זיין גאנצע כעס אויף אונז אלע, טאטע אין הימל ער האט אונז באזיגט! מיר האבן אמאל געהאט צדיקים וואס האבן געקענט זעהן פון איין עק וועלט ביז די צווייטע, זיי האבן מחזיר בתשובה געווען און אויסגעוואשן א מענטש מיט בלויז געבן א בליק אויף אים, זיי האבן געהיטן אויפן דור, הייליגע באשעפער האסט עס צוגענומען פון אונז, אוי אוי אוי איכה ישבה בדד, איי וויי טאטע אין הימל מיר זענען געבליבן אליינס! כל שעריה שוממין! מיר זענען געבליבן עלענד קעגן דעם שונא, מיר קענען נישט זיך קריגן קעגן אים, און מיר זענען געפאלן אין קריג וילכו בלא כח לפני רודף! אוי ראה השם את עניי כי הגדיל אויב, ער צומזיק'ט אינג און אלט, מיר קענען נישט מער, מיר האבן אויפגעגעבן דעם קריג, מיר קענען איין זאך טוהן, אויפהייבן אונזער קליינטשיגע הענטעלעך צו דיר טאטע אין הימל און דיר בעטן, אוי הייליגע טאטע וויין מיט אונז! אוי הייליגע באשעפער קראו למקוננות!! רוף דעם זיידן אברהם און זאג אים וואס די שטן מאכט מיט אונז, ווייז אים אלע צובלוטיגטע משה'לעך, אוי זיידע אברהם נעם דיך אן פאר אונז! דו האסט אונז אויסגעלערנט צו מאכן א ברית, דו בוזט געווען דער ערשטער און עס ווערט טאקע גערופן אויף דיין נאמען, אוי הייליגע זיידע די קדשי קדשים ברענט!!! מען מאכט אונז חרוב!!! קליינע קינדערלעך, אוי אוי אוי, ס'ברענט! אינגע בחורים קוים בר מצוה געהאט אוי זיידע ס'ברענט!!! הייליגע באשעפער רוף אונזערע אבות ואמהות זיי זאלן וויינען פאר אונז, זיי ווייסן וויאזוי צו וויינען, אוי בן עמרם בן עמרם עמוד וראה צאנך שבלעום אויבים! און אויב ווילסטו גיין אויף די וועגן, אי אפשר לילך בדרך מפני ההרוגים! אוי בן עמרם אונזערע זיידע'ס האסטו איבערגעלאזט ביים טייך פון בבל מיט א ברכה המקום יחזיר אתכם במהרה, אוי הייליגע רבי, לאז אונז יעצט נישט איבער!!! אוי רבי רבי, בעט פאר אונז!!! מיר דראפן זיך אויף די גראדע ווענט זיך צו קענען האלטן, אוי רבי בעט פאר אונז!!! אוי הייליגע באשעפער רוף די מאמע רחל, ווייז איר וואס מען טוט מיט אירע אייניקלעך!!!
אוי טייערע מאמע רחל......... איך קען נישט מער.................. אוי ואבוי מאמע..... קוק אריין אין מיין הארץ............ א מאמע פארשטייט גוט א קינד, מאמע........... טייערע מאמע רחל, אוי וויין מיט מיר....... קוק וואס מען האט געטוהן צו מיין קדשי קדשים......... די רשעים מאכן פון אונז א גל של עצמות....... אוי מאמע דו קענסט גוט וויינען, מיר זענען שוין אויסגעטרוקענט, מאמע וויין פאר אונז!!!! אוי אוי....... ס'איז שוין מער נישט אויסצוהאלטן........ מאמע רייס איין פאר אונז......זייט די הבטחה פון ושבו בנים לגבולם האט עס אונז שוין געקאסט אזויפיל קרבנות......... מאמע בעט דעם אייבערשטן ער זאל זאגן פארן משחית הרף!! גענוג געווען!!.
אוי הייליגע באשעפער, כי אם מאוס מאסתנו, מיר זענען אודאי געווען שולדיג פארוואס דו האסט געלאזט דעם יצר ברענגען נסיונות, אבער פארוואס קצפת עלינו עד מאוד?? עס איז דאך אומדערטרעגליך!!! אוי השיבנו השם אליך, נעם אונז צוריק צו דיר, מיר ווילן זיין דיינע קינדער, מיר ווילן דיר האבן פאר א טאטע, העלף אונז ארויס, אוי חדש ימינו כקדם.
דיין קינד וואס פרובירט זיך צו טרייסטן, און קלאגט אויפן חורבן בתי מקדשים פון אזויפיל משה'לעך.
דיין קינד
משה'לע
א סעקס עדיקט.
76 טעג זויבער.
נ.ב. מיר נעמען נישט קיין אחריות אויף די טרערן וואס איר וועט לאזן רינען, איר לייענט עס אויף אייער אייגענע אחריות.
ארויפגעברענגט לכבוד תשעה באב תש"פ.