ברוכים הבאים, גאסט

טעמע: משה'לע'ס ערגרייכונגען 3702 באזוכער

ענטפער: משה'לע'ס ערגרייכונגען כ"א תמוז התשע"ט 20:32 #257379

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 90 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 528
  • האט שוין געלייקט: 443 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 663 מאל
  • קאָרמא: 8

איך זעה דערוילעם שטעלט נישט ארויס קיין אפציעס, איך האב מורא אז משה'לע וועט דארפן לייגן די אפציעס, אבער אויב זאל משה'לע לייגן די אפציעס קען עס זיין זייער שטארק קאנטריווערסיעל.

מיר נעמען נישט אחריות אויף די מיינונגען און שטעלונגען וואס ווערט געשריבן דורך משה'לע, איר ליינט דאס אויף אייער אייגענע אחריות.

נאך א ווארענונג, גיבט אכט עס קען זיין זייער געפארפול וואס איר וועט ליינען, נישט איר זאלט זאגן מען האט אייך נישט געווארענט!

האלט!!!! קינדער העכער 18 יאר זענען נישט ערלויבט צו לייענען ווייטער!

אויב זענט איר נישט געווען אין מקוה היינט, מעגט איר צורירן צום תגובה.

און איצטערט זענט איר אריינגעקומען אינעם געפארפולן זאנע, זייט וויסן עס איז אויף אייער אייגענע אחריות!

איין אפציע איז אפשר צו גיין צום ליבאוויטשער רבי'ס ציון!!!!


WE WANT MOSHIACH NOW

ענטפער: משה'לע'ס ערגרייכונגען כ"ב תמוז התשע"ט 08:42 #257380

  • כרעמזל
  • איצטיגע שטרעקע: 593 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • חזקו ואמצו!
  • מעלדונגען: 891
  • האט שוין געלייקט: 724 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1496 מאל
  • קאָרמא: 35

אויסגעשאסן...

אויב ווילסטו מיר דאנקען ⇔ דאן דאווען אז איך זאל זיך האלטן ריין
רבונו של עולם בראת גן עדן, בראת גהינום, בראת צדיקים, בראת רשעים, יהי רצון מלפניך שיהא מורא שמים עלי כמורא בשר ודם ולא יכשלו בי בני אדם ויפסידו חלקם בגן עדן וירשו גיהנום ואפסיד אני שלא אזכה חס ושלום להיכנס במחיצתו של הקדוש ברוך הוא. יהי רצון שתתקן ברחמיך כל דבר שאינו כשורה שנעשה ונתקלקל על ידִי או שנגרם בסיבתי, הפוֹך רצונך לטובה ותמחול ותסלח ותכפר לאמתך. הצילני מעזי פנים ומעזות פנים וסייע בידי להיות כרצונך צנועה בכל דרכי, ותגדור פרצות כל עמך בית ישראל ברחמים אנא אלוקי.

 ענטפער פרעג קאמענטיר און באדאנק זיך אויפן פארעם כדי עס צו האלטן אקטיוו 

ענטפער: משה'לע'ס ערגרייכונגען כ"ב תמוז התשע"ט 09:45 #257383

  • אויגן גלעזער
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 183
  • האט שוין געלייקט: 385 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 226 מאל
  • קאָרמא: 1
לעכטיגער עד כּאן,

כּהאב דיר אן איידיע
נעם א תהלים זאג אויס האלב צו גאנץ אויפאיינמאל 
נאכדעם קויף דיר א גיטע דעניש מיט א הייסע קאפי אין א אייס קריעם
ובּזה יצאתָ..

ענטפער: משה'לע'ס ערגרייכונגען כ"ב תמוז התשע"ט 10:12 #257385

  • פּרובירט
  • איצטיגע שטרעקע: 385 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 530
  • האט שוין געלייקט: 1173 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 723 מאל
  • קאָרמא: 5
wink11.gif
סאיז נישט דא קיין נעכטען,  סאיז נישט דא קיין  מארגען,
סאיז נאר דא א ביסעלע יעצט, וואז'שע  דארף מען זארגען,
https://drive.google.com/file/d/1kbjaMu9xqZlt14NUut00rZl4v8_MDp7d/preview

ענטפער: משה'לע'ס ערגרייכונגען כ"ב תמוז התשע"ט 11:51 #257392

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 91 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 1008
  • האט שוין געלייקט: 2020 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1778 מאל
  • קאָרמא: 22

איין מינוט איין מינוט......
ס'איז נישט די ערשטע מאל וואס דו קומסט אן צו צוויי חדשים! וואס האסטו געטוהן ביז יעצט?

Acceptance is the answer to all my problems today - The big book, Page 417

ענטפער: משה'לע'ס ערגרייכונגען כ"ב תמוז התשע"ט 13:04 #257404

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 90 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 528
  • האט שוין געלייקט: 443 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 663 מאל
  • קאָרמא: 8
אויגן גלעזער געשריבן on כ"ב תמוז התשע"ט 09:45:
לעכטיגער עד כּאן,

כּהאב דיר אן איידיע
נעם א תהלים זאג אויס האלב צו גאנץ אויפאיינמאל 
נאכדעם קויף דיר א גיטע דעניש מיט א הייסע קאפי אין א אייס קריעם
ובּזה יצאתָ..

תהילים דערווייל איז נישט עפעס וואס שטעלט משה'לע צופרידן, ליידער איז נאך משה'לע נישט צוריקגעקומען, אוי משה'לע ווען קומסטו שוין צוריק?

דעיניש, אייז קריעם, נע אפשר פאר מיין ווייב, רעדט בכלל נישט צו מיר.




ich vil zan ehrlich געשריבן on כ"ב תמוז התשע"ט 11:51:

איין מינוט איין מינוט......
ס'איז נישט די ערשטע מאל וואס דו קומסט אן צו צוויי חדשים! וואס האסטו געטוהן ביז יעצט?


קודם מזל טוב צו דיין 60 טעג זיין סויבער, השי''ת זאל דיר געבן לאנגע געזונטע ריינע יארן.

יעצט צו דיין פראגע וואס האב איך געטוהן אמאל, איז אזוי, אמאל אין די גוטע צייטן האב איך עס געפייערט מיטן שרייבן עפעס אויפן פארום, מיין וועג צו ריינקייט חלק כא האב איך געשריבן ביי מיין 60סטע טעג, עטליכע יאר שפעטער האב איך עס געפייערט אויף א טעלעפאן מיטינג און יעדער האט געזאגט יעי און איך האב מיר געשפירט ווי א קליינע כיתה א יונגל, מער האב איך שוין נישט סעלעברעיטעט אויף א טעלעפאן מיטינג, איך פלעג שיקן א סקרינשאט פון א עפפ וואס איך האב גענוצט צו טרעקן מיין סאברייעטי פאר מעמבערס און מיין ספאנסער.

אין מיין איצטיגע רייזע האב איך יא געטוהן אביסל מער צו סעלעברעיטן, ווי געשריבן פריערט, איך בין געגאנגען צום ציון פון רב הכולל צו פייערן מיין 30 טאג סאברייעטי.

ענטפער: משה'לע'ס ערגרייכונגען כ"ג תמוז התשע"ט 10:14 #257430

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 90 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 528
  • האט שוין געלייקט: 443 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 663 מאל
  • קאָרמא: 8
60 טעג!

הייליגע באשעפער, דו האסט מיר געהאלפן זיין 2 חדשים זויבער, העלף מיר פייער'ן דעם היינטיגן טאג ריין, דו מאך די פייערונג פאר מיר, דו וועסט זיין די יושב ראש, די נועם הכבוד, אורח הכבוד, אלעס געב איך פאר דיר, דו פיר אן די גאנצע מסיבה.

הייליגע טאטע אין הימל שיק מיר עפעס א מתנה לכבוד די יובל הששים, וואס? איך ווייס נישט, וואס דו ווילסט.

ישר כח.
משה'לע
א סעקס עדיקט.
60 טעג ריין מיט די הילף פון גאט ב''ה.

ענטפער: משה'לע'ס ערגרייכונגען כ"ג תמוז התשע"ט 10:21 #257432

  • אין שום יאוש
  • איצטיגע שטרעקע: 194 טעג
  • יעצט אנליין
  • אחראי
  • מעלדונגען: 377
  • האט שוין געלייקט: 786 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 749 מאל
  • קאָרמא: 9
עד כאן געשריבן on כ"ג תמוז התשע"ט 10:14:
60 טעג!

הייליגע באשעפער, דו האסט מיר געהאלפן זיין 2 חדשים זויבער, העלף מיר פייער'ן דעם היינטיגן טאג ריין, דו מאך די פייערונג פאר מיר, דו וועסט זיין די יושב ראש, די נועם הכבוד, אורח הכבוד, אלעס געב איך פאר דיר, דו פיר אן די גאנצע מסיבה.

הייליגע טאטע אין הימל שיק מיר עפעס א מתנה לכבוד די יובל הששים, וואס? איך ווייס נישט, וואס דו ווילסט.

ישר כח.
משה'לע
א סעקס עדיקט.
60 טעג ריין מיט די הילף פון גאט ב''ה.

מזל טוב משה'לע אה אזא דעגרייכונג ממש א נס 

keep it up

ענטפער: משה'לע'ס ערגרייכונגען כ"ג תמוז התשע"ט 10:37 #257435

  • סאלדאט
  • איצטיגע שטרעקע: 31 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 30
  • האט שוין געלייקט: 135 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 60 מאל
  • קאָרמא: 3
מזל טוב!!!


אי"ה ביי מיר אויף שמחות!!!

ענטפער: משה'לע'ס ערגרייכונגען כ"ג תמוז התשע"ט 10:46 #257436

  • מיט א שמייכל
  • איצטיגע שטרעקע: 42 טעג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 1
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל
  • קאָרמא: 0
מזל טוב משה!! גאט זאל דיר באגלייטן אויף ווייטער!!

טראכט פין די צייטן ווען די פלעגסט טראכטן, 60 טעג?? איי קענט דא איט...

We are much stronger then we think we are, we just need to trust ourselves to try
כה לחי!!

ענטפער: משה'לע'ס ערגרייכונגען כ"ו תמוז התשע"ט 11:55 #257494

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 90 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 528
  • האט שוין געלייקט: 443 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 663 מאל
  • קאָרמא: 8

געהאט א פאריקטע טאג נעכטן, געווען עמאציאנאל צודרייט, געשפירט די גאנצע טאג צובראכן און צוקלאפט, אלטע עמאצינאלע ווייטאגן זענען ארויפגעקומען, ענדע פון טאג האב איך עס אויסגעשמועסט מיט מיין טערעפיסט, ב''ה מיר האבן געמאכט א גוטע סטעפ 4 - 5 - 6 - 7 - 8 - 9.

איך קען מיר נישט ערלויבן קיין ווייטאגן און צובראכנקייט, זיי קענען אפשר זיין א לוקסעריעזע מיטל פאר די איינפאכיגע פערזאן, אבער פאר מיר אלס עדיקט איז דאס סם.

אה פאר איך פארגעס, משה'לע האט געפייערט דעם יובל הששים ביים ציון פון רב הכולל לכבוד די יארצייט, און ''אויך'' ביים ציון פון ליבאוויטש.

#איךביןגוטמשוגע.
סא חילוק, עסן בארביקיו אויף א קרוז אינמיטן ים איז יא נארמאל? 
איינער האט ליעב בארביקיו א צווייטער גלייכט מציבות.


ענטפער: משה'לע'ס ערגרייכונגען כ"ו תמוז התשע"ט 12:02 #257495

  • צדיק12
  • איצטיגע שטרעקע: 225 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 156
  • האט שוין געלייקט: 429 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 539 מאל
  • קאָרמא: 3
עד כאן געשריבן on כ"ו תמוז התשע"ט 11:55:

געהאט א פאריקטע טאג נעכטן, געווען עמאציאנאל צודרייט, געשפירט די גאנצע טאג צובראכן און צוקלאפט, אלטע עמאצינאלע ווייטאגן זענען ארויפגעקומען, ענדע פון טאג האב איך עס אויסגעשמועסט מיט מיין טערעפיסט, ב''ה מיר האבן געמאכט א גוטע סטעפ 4 - 5 - 6 - 7 - 8 - 9.

איך קען מיר נישט ערלויבן קיין ווייטאגן און צובראכנקייט, זיי קענען אפשר זיין א לוקסעריעזע מיטל פאר די איינפאכיגע פערזאן, אבער פאר מיר אלס עדיקט איז דאס סם.

אה פאר איך פארגעס, משה'לע האט געפייערט דעם יובל הששים ביים ציון פון רב הכולל לכבוד די יארצייט, און ''אויך'' ביים ציון פון ליבאוויטש.

#איךביןגוטמשוגע.
סא חילוק, עסן בארביקיו אויף א קרוז אינמיטן ים איז יא נארמאל? 
איינער האט ליעב בארביקיו א צווייטער גלייכט מציבות.



אז מ'רעדט שוין יא ווען מציבות, האב איך געקלערט אמאל, פארוואס עס איז אזא מסוגל'דיגע פלאץ מתפלל צו זיין אין א בית החיים.

האב איך געטראכט, אז ווען מען שטייט אין בית החיים, און מען קוקט זיך ארום אויף אלע מציבות, און מען איז זיך מתבונן פאר א מינוט, כאפט מען אז אונטער יעדער שטיין, ליגט א גוף, און דער גוף האט אמאל געלעבט, און האט געהאט פראבלעמען, מיט געזונט, פרנסה, נחת, שלום בית, נסיונות, וכדו'.

אבער האנט ליגט ער אזוי קאלט און טינקל אונטער א שטיין, און די אלע פראבלעמען זענען כחלום יעיף. עס מאכט שוין נישט קיין שום נפקא מינא די פרנסה, די מוסדות, די געזונט, די נסיונות...

איין זאך מאכט אבער א גרויסע נפקא מינא, וויפיל האט ער עומד געווען בנסיון, וויפיל האט ער געדאווענט, וויפיל האט ער געלערנט, וויפיל האט ער מחיה געווען אנדערע אידן.

עס איז גוט בשעת'ן דאווענען אזוי אריין צו לייגן זאכן אין פערספעקטיוו.

ה' אֱלֹקי - שִׁוַּעְתִּי אֵלֶיךָ, וַתִּרְפָּאֵנִי... ה' הֶעֱלִיתָ מִן שְׁאוֹל נַפְשִׁי חִיִּיתַנִי מִיָּרְדִי בוֹר... הִסְתַּרְתָּ פָנֶיךָ הָיִיתִי נִבְהָל... אֵלֶיךָ ה' אֶקְרָא וְאֶל ה' אֶתְחַנָּן... מַה-בֶּצַע בְּדָמִי בְּרִדְתִּי אֶל-שָׁחַת...  שְׁמַע-ה' וְחָנֵּנִי ה' הֱיֵה-עֹזֵר לִי...

ענטפער: משה'לע'ס ערגרייכונגען כ"ז תמוז התשע"ט 11:52 #257521

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 90 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 528
  • האט שוין געלייקט: 443 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 663 מאל
  • קאָרמא: 8

איש בשורה אנכי היום.
מיר גייען אויף עבסענענס פאר 3 חדשים!

נאר דו השי''ת קען און וועט מיר העלפן צו בלייבן זויבער!

עטליכע שטארקע נקודות.
1) אויסעקטן איז א זאך וואס מען וויל, נישט א זאך וואס מען מוז!
2) מיין קאפ גייט נישט עקספלאדירן אויב וועל איך נישט אויסעקטן אפילו בהיתר.
3) איך גיי נישט שטארבן מיטן בלייבן זויבער אן ארויסגעבן סיי וואס פון מיר פאר 3 חדשים.
4) ווען איך האב מיר איבערגעגעבן פאר גאט, האב איך אים אויך איבערגעגעבן מיין תאות המשגל, עס איז בכלל נישט א זאך וואס אנבלאנגט צו מיר, עס באלאנגט היינט צו אים.
5) איך ארבייט נישט פאר דריי חדשים, איך ארבייט פאר היינט!

היינט בעט איך דעם אייבערשטן צו בלייבן זויבער.

צו מיינע טייערע חברים כל אחד בשמו הטוב יבורך.
דאווענטס פאר מיר!!!

משה'לע
א סעקס עדיקט.
64 טעג זויבער מיט די הילף פון השי''ת.

ענטפער: משה'לע'ס ערגרייכונגען כ"ז תמוז התשע"ט 12:14 #257523

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 91 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 1008
  • האט שוין געלייקט: 2020 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1778 מאל
  • קאָרמא: 22

ה' זאל דיך העלפן אז דו זאלסט קענען לעבן מיט די 5 פוינט'ס וואס דו האסט אפגעשריבן.
איך וואונטש די אסאך הצלחה, דו ביסט אין מיינע תפילות.

Acceptance is the answer to all my problems today - The big book, Page 417

ענטפער: משה'לע'ס ערגרייכונגען א' אב התשע"ט 12:50 #257597

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 90 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 528
  • האט שוין געלייקט: 443 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 663 מאל
  • קאָרמא: 8

יעצט געהאט א שטיקל ביזנעס'דיגע כעס'יגע ריזענטמענט, איך בעט דעם אייבערשטן ער זאל מיר העלפן אוועקנעמען מיינע אייגענע שלעכטע כארקטער'ס, און מיין סעלפישקייט און איגאואיזם זאל ווערן כאטשיג רעדוצירט, ווייל איך ווייס זייער גוט, אז איך בין א סעלפיש און איגאואיסטיק פערזאן, און דאס טוט אפעקטירן מיינע ארומיגע, אבער איך קען ווערן בעסער, מיט דיין הילף און נאר מיט דיין הילף וועל איך גיין צו בעסערונג.

משה'לע
א סעקס עדיקט
67 טעג זויבער מיט די הילף פון גאט.

ענטפער: משה'לע'ס ערגרייכונגען ד' אב התשע"ט 08:32 #257646

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 90 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 528
  • האט שוין געלייקט: 443 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 663 מאל
  • קאָרמא: 8

זייער א שווערע טאג געהאט נעכטן, שבת איז געווען ביי מיר ל''ע א מקרה בלתי טהור(קרי בלע''ז), זעהט אויס איך בין נאך געווען אונטער די השפעה, אינמיטן טאג האב איך געהאט בערך אזא 2 שעה וואס די דראנג פאר לאסט האט זיך געוואלט אריינכאפן אין מיר, ער האט מיר געוואלט איינרעדן אז איך ''מוז'' אויסעקטן, למעשה האב איך באשלאסן צו ערלעדיגן דאמאלטס א געוויסע זאך וואס האט מיר געמאכט פארנומען פאר די קומענדיגע זעקס שעה ב''ה, און זאכן זענען געגאנגען צו בעסערונג מיט די הילף פון השי''ת.

ביינאכט האב איך זיך געלייגט אין בעט שלאפן, געשפירט גראדע אביסל אזא קליינע דראנג פון אפשר דאך, דער אייבערשטער האט מיר אבער זייער שטארק ליעב, און מיין ווייב האט מיר געהייסן גיין קויפן עפעס וואס זי מוז שוין האבן, איך האב איר געבעטן אפשר קען דאס ווארטן אןיף מארגן, אבער זי האט נישט געוואלט ווארטן און מיר מסביר געווען זי מוז עס יעצט האבן, גוט אזוי 12 אזייגער ביינאכט איך שלעפ מיר ארויס פון בעט, און איך דארף יעצט אריינגיין אין א געשעפט וואס איז נישט אזוי איידל שיין גערעדט, מיין מח האט שוין אנגעהויבן פיבערן אביסל ווער ווייסט צו איך וועל אנהייבן יעצט לאסטן, און דערנאך ווייס איך דאך וואס וועט זיין, אבער דער אייבערשטער האט מיר דאך אזוי שטארק ליעב, אז ממש אין יענע מינוט שיקט ער מיר אונטער אוז''ע, איך באקום א טשעט פון אים אויף הענגאויטס.
ביסטע נאך אויף?
ביסטע נאך ריין?

און איך האב אים גענטפערט וואס עס האט איצטערט פאסירט, און אז ער זאל מתפלל זיין פאר מיר, און ב''ה נסים ונפלאות, איך בין אריין אין געשעפט, געקויפט די זאכן און ארויס אן לאסטן אפילו איין רגע.
ישר כח באשעפער.
ישר כח אוז''ע פאר'ן זיין די שליח פון גאט.

משה'לע
א סעקס עדיקט
70 טעג זויבער מיט די הילף פון גאט.

נ.ב. דאווענטס פאר מיר איך זאל קענען בלייבן ריין היינט.

לעצט פארראכטן: ד' אב התשע"ט 08:34 דורך עד כאן.

ענטפער: משה'לע'ס ערגרייכונגען ד' אב התשע"ט 10:34 #257655

  • סאלדאט
  • איצטיגע שטרעקע: 31 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 30
  • האט שוין געלייקט: 135 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 60 מאל
  • קאָרמא: 3
עד כאן געשריבן on ד' אב התשע"ט 08:32:

זייער א שווערע טאג געהאט נעכטן, שבת איז געווען ביי מיר ל''ע א מקרה בלתי טהור(קרי בלע''ז), זעהט אויס איך בין נאך געווען אונטער די השפעה, אינמיטן טאג האב איך געהאט בערך אזא 2 שעה וואס די דראנג פאר לאסט האט זיך געוואלט אריינכאפן אין מיר, 




קוק מיין post דא
https://hitdanoigen.com/forum/index/3-%D7%A6%D7%A2%D7%A0%D7%98%D7%A8%D7%90%D7%9C%D7%A2-%D7%A4%D7%9C%D7%90%D7%98%D7%A4%D7%90%D7%A8%D7%9E%D7%A2/257297-%D7%A0%D7%99%D7%99%D7%A2%D7%A1-%D7%A4%D7%95%D7%A0%D7%9D-%D7%A4%D7%A8%D7%90%D7%A0%D7%98#257654

ענטפער: משה'לע'ס ערגרייכונגען ד' אב התשע"ט 11:37 #257659

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 91 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 1008
  • האט שוין געלייקט: 2020 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1778 מאל
  • קאָרמא: 22

פשיהא, גארנישט געוואוסט וואס איך האב געטוהן דא........
מזל טוב משה'לע פאר דיין פרישע ריינע טאג.

Acceptance is the answer to all my problems today - The big book, Page 417

ענטפער: משה'לע'ס ערגרייכונגען ד' אב התשע"ט 11:42 #257662

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 90 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 528
  • האט שוין געלייקט: 443 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 663 מאל
  • קאָרמא: 8
ich vil zan ehrlich געשריבן on ד' אב התשע"ט 11:37:

פשיהא, גארנישט געוואוסט וואס איך האב געטוהן דא........
מזל טוב משה'לע פאר דיין פרישע ריינע טאג.


אבער יעצט זאג דעם אמת, וואס איז טאקע געווען די פשט פון מיר שיקן א מעסעדזש פונקט דאמאלטס נאך חצות הלילה?

ענטפער: משה'לע'ס ערגרייכונגען ד' אב התשע"ט 11:46 #257664

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 91 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 1008
  • האט שוין געלייקט: 2020 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1778 מאל
  • קאָרמא: 22
עד כאן געשריבן on ד' אב התשע"ט 11:42:

ich vil zan ehrlich געשריבן on ד' אב התשע"ט 11:37:

פשיהא, גארנישט געוואוסט וואס איך האב געטוהן דא........
מזל טוב משה'לע פאר דיין פרישע ריינע טאג.


אבער יעצט זאג דעם אמת, וואס איז טאקע געווען די פשט פון מיר שיקן א מעסעדזש פונקט דאמאלטס נאך חצות הלילה?


פונקט באמערקט די גרינע באלי ביי דיין נאמען אויף הענגאוטס, ושלחתי...........

Acceptance is the answer to all my problems today - The big book, Page 417

ענטפער: משה'לע'ס ערגרייכונגען ד' אב התשע"ט 11:49 #257666

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 167 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 522
  • האט שוין געלייקט: 198 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1097 מאל
  • קאָרמא: 13
עד כאן געשריבן on ד' אב התשע"ט 11:42:

ich vil zan ehrlich געשריבן on ד' אב התשע"ט 11:37:

פשיהא, גארנישט געוואוסט וואס איך האב געטוהן דא........
מזל טוב משה'לע פאר דיין פרישע ריינע טאג.


אבער יעצט זאג דעם אמת, וואס איז טאקע געווען די פשט פון מיר שיקן א מעסעדזש פונקט דאמאלטס נאך חצות הלילה?


אויב כ'מעג אריינרעדן.... ווייל א הארץ שפירט א הארץ.... ענק זענען ביידע אויפן זעלבן וואגן, ביידע ביי 70 טעג.... ביידע אינעם זעלבן "טיעם" אויפן פראנט"...



אחכה לו: מיר האפן אלע צו אונזער טאטע אין הימל!
אחכה לו: אונזער טאטע האפט אזוי שטארק צו אונז!
אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם!
אחכה לו: ווייל עס איז דא האפענונג!

ענטפער: משה'לע'ס ערגרייכונגען ד' אב התשע"ט 11:55 #257667

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 90 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 528
  • האט שוין געלייקט: 443 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 663 מאל
  • קאָרמא: 8
ich vil zan ehrlich געשריבן on ד' אב התשע"ט 11:46:

עד כאן געשריבן on ד' אב התשע"ט 11:42:

ich vil zan ehrlich געשריבן on ד' אב התשע"ט 11:37:

פשיהא, גארנישט געוואוסט וואס איך האב געטוהן דא........
מזל טוב משה'לע פאר דיין פרישע ריינע טאג.


אבער יעצט זאג דעם אמת, וואס איז טאקע געווען די פשט פון מיר שיקן א מעסעדזש פונקט דאמאלטס נאך חצות הלילה?


פונקט באמערקט די גרינע באלי ביי דיין נאמען אויף הענגאוטס, ושלחתי...........


ביי א איד איז נישטא אזא זאך ווי פונקט, דער אייבערשטער האט צוגעפירט אז דו זאלסט זיין אויף הענגאוטס נאך חצות הלילה, און ער האט אויך געמאכט אז דו זאלסט באמערקן א גרינע באלי ביי מיין נאמען, און ער האט אריינגעשיקט אין דיין מח אזא בליץ פאסט אז דו זאלסט מיר שיקן א מעסעדזש, און אלעס ווייל?????? ער האט מיר זייער זייער שטארק ליעב!!

ענטפער: משה'לע'ס ערגרייכונגען ה' אב התשע"ט 08:42 #257702

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 90 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 528
  • האט שוין געלייקט: 443 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 663 מאל
  • קאָרמא: 8

ישר כח הייליגער באשעפער פאר'ן מיר האלטן זויבער נעכטן, ממש איך פארשטיי נישט וויאזוי דאס האט פאסירט, עס איז אוממעגליך נאר אז דו האסט געוואלט איך זאל בלייבן ריין, און איך בעט דיר טאטע העלף מיר היינט אויך איך זאל בלייבן ריין.

ישר כח פאר ................... פאר'ן מיר העלפן צוריקלייגן מיין ליווידזשענט פילטער, יא איך האב עס דיסעבלט ביי מיין לעצטע דורכפאל און איך האב עס נאכנישט געהאט צוריקגעלייגט, ליידער בין איך אזוי פאריקט אז פאר מיר העלפט נישט קיין פילטער'ס, ביז 38 סעקונדעס אויפן זייגער איז עס דיסעבלד די שטערקסטע פילטער'ס, מיט דעם אלעם האט דער אייבערשטער ממש רחמנות געהאט אויף מיר, און ער האט מיר געשאנקן 71 ריינע טעג.

צוריקגעלייגט נעכטן די פילטער פשוט ווייל עס האט מיר שוין נערוועז געמאכט אז עס איז נאכאלץ דיסעבלד, נישט אז איך קען עס נישט צוריק דיסעבלן אויב זאל געשעהן א אויסברויך, אבער איך ווייס דער אייבערשטער האט מיר ליעב און ער גייט מיר נישט לאזן פאלן.

משה'לע
א סעקס עדיקט
71 טעג זויבער מיט די הילף פון גאט.

ענטפער: משה'לע'ס ערגרייכונגען ה' אב התשע"ט 13:35 #257732

  • אין שום יאוש
  • איצטיגע שטרעקע: 194 טעג
  • יעצט אנליין
  • אחראי
  • מעלדונגען: 377
  • האט שוין געלייקט: 786 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 749 מאל
  • קאָרמא: 9
עד כאן געשריבן on ה' אב התשע"ט 08:42:

ישר כח הייליגער באשעפער פאר'ן מיר האלטן זויבער נעכטן, ממש איך פארשטיי נישט וויאזוי דאס האט פאסירט, עס איז אוממעגליך נאר אז דו האסט געוואלט איך זאל בלייבן ריין, און איך בעט דיר טאטע העלף מיר היינט אויך איך זאל בלייבן ריין.

ישר כח פאר ................... פאר'ן מיר העלפן צוריקלייגן מיין ליווידזשענט פילטער, יא איך האב עס דיסעבלט ביי מיין לעצטע דורכפאל און איך האב עס נאכנישט געהאט צוריקגעלייגט, ליידער בין איך אזוי פאריקט אז פאר מיר העלפט נישט קיין פילטער'ס, ביז 38 סעקונדעס אויפן זייגער איז עס דיסעבלד די שטערקסטע פילטער'ס, מיט דעם אלעם האט דער אייבערשטער ממש רחמנות געהאט אויף מיר, און ער האט מיר געשאנקן 71 ריינע טעג.

צוריקגעלייגט נעכטן די פילטער פשוט ווייל עס האט מיר שוין נערוועז געמאכט אז עס איז נאכאלץ דיסעבלד, נישט אז איך קען עס נישט צוריק דיסעבלן אויב זאל געשעהן א אויסברויך, אבער איך ווייס דער אייבערשטער האט מיר ליעב און ער גייט מיר נישט לאזן פאלן.

משה'לע
א סעקס עדיקט
71 טעג זויבער מיט די הילף פון גאט.


wow keep it up

ענטפער: משה'לע'ס ערגרייכונגען ו' אב התשע"ט 19:24 #257794

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 90 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 528
  • האט שוין געלייקט: 443 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 663 מאל
  • קאָרמא: 8
עד כאן געשריבן on י"ד כסלו התשע"ט 14:06:

מיין מיידל האט היינט געדאווענט די ערשטע מאל שמונה עשרה, זי איז געווען אין זיבעטן הימל, זי האט שוין געדאווענט איין מאל שמונה עשרה, די שמחה וואס זי האט געהאט איז געווען נישט צו באשרייבן, איך טראכט צו מיר, ווי איז מיין שמחה? איך דאווען יעדן טאג 3 מאל שמונה עשרה'ס, ביי וויפיל שמונה עשרה'ס האלט איך שוין? וואס א חילוק, וויפיל!!! היינט האב איך געדאווענט שמונה עשרה, איך האב געהאט די זכי'ה, און יא איך בין גליקליך ביז'ן הימל, ווייל "היינט" האב איך געדאווענט שמונה עשרה!!!!

מיין טאטע זאל געזונט זיין האט שוין געדאווענט אסאך מער שמונה עשרה'ס ווי מיר אין זיין לעבן, הכלל? זאל איך יעצט נישט טאנצן פאר שמחה? איך האב "היינט" געדאווענט! נישט יעדער האט די זכי'ה יעדן טאג צו דאווענען!! איך האב יא געהאט די זכי'ה, און איך טאנץ!!!!! דו זעהסט נישט? איך טאנץ!!!!

איך בין פרייליך ווייל היינט בין איך "ריין", און איך טאנץ פאר "היינט" און איך בעט דעם אייבערשטן פאר "היינט" פאר נעכטן האב איך שוין נעכטן געטאנצן, און פאר מארגן טראכט איך נאך אפילו נישט, ווער זאגט איך וועל בכלל דא זיין? וואס איז מיר א חילוק וויפיל טעג א צווייטער האט, יענער דארף פונקט אזוי טאנצן יעדן טאג עקסטער אז ער איז ריין, פונקט ווי מיר!!!!!

אוי הייליגער באשעפער, דו האסט געבעטן דאווענען, אוי אוי אוי דאווענען פאר דיר, גרויסער באשעפער וועל איך יעצט דאווענען, אוי דאווענען פאר דיר!!!!

ענטפער: משה'לע'ס ערגרייכונגען ו' אב התשע"ט 20:06 #257795

  • שמע-תפלתי
  • איצטיגע שטרעקע: 100 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 422
  • האט שוין געלייקט: 417 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1076 מאל
  • קאָרמא: 4
עד כאן געשריבן on ו' אב התשע"ט 19:24:

עד כאן געשריבן on י"ד כסלו התשע"ט 14:06:

מיין מיידל האט היינט געדאווענט די ערשטע מאל שמונה עשרה, זי איז געווען אין זיבעטן הימל, זי האט שוין געדאווענט איין מאל שמונה עשרה, די שמחה וואס זי האט געהאט איז געווען נישט צו באשרייבן, איך טראכט צו מיר, ווי איז מיין שמחה? איך דאווען יעדן טאג 3 מאל שמונה עשרה'ס, ביי וויפיל שמונה עשרה'ס האלט איך שוין? וואס א חילוק, וויפיל!!! היינט האב איך געדאווענט שמונה עשרה, איך האב געהאט די זכי'ה, און יא איך בין גליקליך ביז'ן הימל, ווייל "היינט" האב איך געדאווענט שמונה עשרה!!!!

מיין טאטע זאל געזונט זיין האט שוין געדאווענט אסאך מער שמונה עשרה'ס ווי מיר אין זיין לעבן, הכלל? זאל איך יעצט נישט טאנצן פאר שמחה? איך האב "היינט" געדאווענט! נישט יעדער האט די זכי'ה יעדן טאג צו דאווענען!! איך האב יא געהאט די זכי'ה, און איך טאנץ!!!!! דו זעהסט נישט? איך טאנץ!!!!

איך בין פרייליך ווייל היינט בין איך "ריין", און איך טאנץ פאר "היינט" און איך בעט דעם אייבערשטן פאר "היינט" פאר נעכטן האב איך שוין נעכטן געטאנצן, און פאר מארגן טראכט איך נאך אפילו נישט, ווער זאגט איך וועל בכלל דא זיין? וואס איז מיר א חילוק וויפיל טעג א צווייטער האט, יענער דארף פונקט אזוי טאנצן יעדן טאג עקסטער אז ער איז ריין, פונקט ווי מיר!!!!!

אוי הייליגער באשעפער, דו האסט געבעטן דאווענען, אוי אוי אוי דאווענען פאר דיר, גרויסער באשעפער וועל איך יעצט דאווענען, אוי דאווענען פאר דיר!!!!



???
להטות לבבנו אליו ללכת בכל דרכיו ולשמר מצותיו וחקיו ומשפטיו אשר צוה את אבתינו
כי עיקר מציאות האדם בעה"ז הוא רק לקיים מצות ולעמד בניסיון,  והנאות העולם אין ראוי שיהו לו אלא לעזר ולסיוע בלבד לשיהיה לו נחת רוח ויישוב הדעת למען יוכל לפנות לבו אל העבודה הזאת מסילת ישרים

ענטפער: משה'לע'ס ערגרייכונגען ו' אב התשע"ט 20:48 #257797

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 90 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 528
  • האט שוין געלייקט: 443 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 663 מאל
  • קאָרמא: 8

וואס איז דיין שאלה שמע?
איך בין געווען היינט ריין, זאל איך נישט טאנצן?

ענטפער: משה'לע'ס ערגרייכונגען י' אב התשע"ט 22:14 #257876

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 90 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 528
  • האט שוין געלייקט: 443 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 663 מאל
  • קאָרמא: 8

ס'איז תשעה באב תשע''ט, אידן זעצן זיך אויף דער ערד זאגן איכה, מען קלאגט און מען פארגיסט טרערן אלעס פארוואס? ווייל די בית המקדש איז חרוב געווארן, און עס איז נאך אלץ חרוב.
אבער פאמעליך, פארוואס איז טאקע די צער אזוי גרויס?

אידן זענען געווען פארקנעכט אין מצרים מען האט געארבייט אן עבודת הפרך, קיין גשמיות איז בכלל נישט געווען, און צוגאב צו דעם איז מצרים געווען די מקור הזוהמא והטומאה, איז קיין רוחניות האט מען אויך נישט פארדינט דארטן, קומט צו גיין משה רבינו און ער טרייסט די אידן, דער גרויסער טאטע אין הימל וויל ענק אלס אן אייגענע פאלק, והייתם לי סגולה מכל העמים, און ער גייט ענק אויסלייזן און געס וואט, מען גייט ענק פירן קיין ארץ ישראל, א הייליג לאנד, די מקור הקדושה, מלא רוחני, און נישט נאר דאס, מען וועט אויפבויען א בית המקדש ווי מען וועט זיך קענען האלטן נאנט צום אייבערשטן, א איד ברויך געזונט, פרנסה, נחת וואס עס זאל נאר נישט זיין, ער דארף בלויז מאכן זיינע פיס טריט צום בית המקדש און ער איז א געהאלפענער, א איד וויל א התעוררות, דערוועקן זיין חלק אלוקי, ער דארף גארנישט טוהן מער ווי זיך צוהערן צו די שיר שהלוים אומרים, די אינסטרומענטן וואס די לוים האבן געשפיעלט האט צונומען דאס הארץ פונעם שוואכסטן איד, ער איז ארויסגעקומען דורכגעווייקט נאס פון טרערן, און אז אידן אין מצרים האבן געהערט אזא בשורה טובה האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א טאנץ, די שמחה איז געווען עד לב השמים, מען האט געציילט די טעג, די וואכן, נו ווען? ווען? און משה רבינו זאגט האט געדולד, כאפט נישט פאר די צייט, די ישועה איז דא אט אט, די רגש של שמחה וואס די אידן האבן געשפירט, אט אט און מיר האבן א מקום מקדש ווי מיר וועלן קענען דינען דעם אייבערשטן, ווי מיר וועלן קענען ווערן נתעלה אל הקדושה,.

האט זיך אבער געמאכט שוועריגקייטן אויפן וועג, די ערב רב זענען געווארן צוהיצט, און מען האט געברויכט אפשטופן דאס אריינגיין אין ארץ ישראל עד תום כל הדור ההוא, די צער און צובראכענקייט וואס די אידן האבן דאמאלטס געהאט איז געווען אומבאשרייבליך, מען האט דאך אזוי שטארק ארויסגעקוקט דערויף, געציילט די טעג, וואכן, חדשים און טראך, אזא זעץ, מיר גייען עס נישט דערלעבן, אבער מען האט זיך געטרייסט אז סוף כל סוף וועלן די קינדער און אייניקלעך זוכה זיין דערצו, און מיר וועלן זיך קענען מיטפרייען פון אויבן ווי אונזערע קינדער און אייניקלעך זענען מקריב קרבנות, וויאזוי זיי שטייגן אין עבודת השם, עס וועט כאטש ברענגן א נחת רוח אין גן עדן.

די יארן זענען פארביי, ענדליך האט מען אויפגעבויעט את מחמד לבבינו, דאס הייליג הויז שטייט גרייט, די שמחה איז געווען אויף אזא פארנעם וואס מיר קענען ניטאמאל באגרייפן, א טאטע האט געקענט צו ווייזן פאר זיין אינגל אט דארטן איז דאס הייליג הויז, אט דארטן איז מקום השראת השכינה, די הייליגע באשעפער איז דארטן, נאר פון טראכטן דערפון איז דער מענטש באנומען געווארן צו טרערן, ווער רעדט נאך ווען מען האט געהאט די זכיה און געברענגט א קרבן אין ביהמ''ק, מען האט ארויפגעלייגט די הענט אויפן קרבן און געזאגט ווידוי, אוי אוי די הימל'ן האבן מיטגעוויינט, עס האט זיך נישט געגלוסט ווייטער צו זינדיגן.

גייט דורך עטליכע הונדערט יאר, קומט תשעה באב ביינאכט, מען שלאגט זיך אינעם בית המקדש, די רומיים ברעכן זיך אריין, די כהנים פרובירן מיט זייערע לעצטע כוחות אפצושלאגן די אטאקע, און פלוצלינג טראסקעט איינער אריין א ברענעדיגע פאקל אינעם קדשי קדשים, דאס הייליגסטע פלאץ ביי אידן, בליץ שנעל איז עס געווארן איין שטיק פייער, דאס בית המקדש ברענט!!! שרייען די כהנים, געוואלד עס ברענט, איך גלייב עס נישט! וועלעכע איד עס האט געזעהן פון דערווייטענס ווי די בית המקדש ברענט האט אים אנגעכאפט אזא שאק, ער איז דערציטערט געווארן, מען איז געפאלן חלשות, געוואלד דאס טייערסטע וואס מיר האבן פארמאגט איז אין פלאמען, מיר האבן אזויפיל געטוהן צו קענען האבן א בית המקדש, יארן וואס מען האט ארויסגעקוקט דערויף, און דא ס'ברענט! די צער איז שרעקליך!
דער אייבערשטער זאגט קראו למקוננות, דער רשע איז אריינגעקומען און פארברענט דעם בית המקדש, געהארגעט און פארטיליגט אינג און אלט, בחורים ובתולות, זקנים עם נערים, נישט פארקוקט אויף קיינעם! אוי וויי זאגט דער אייבערשטער, ירמי' גיי צו די אבות און שלעפ זיי ארויס פון קבר זיי זאלן זעהן וואס מען טוט מיט די אידן, ירמי' איז מקיים פסק, רופט די זיידע אברהם, ער זאגט אים קוק וואס גייט פאר מיט דיינע אייניקלעך, אברהם טראכט נישט קיין צוויי און שטעלט זיך פארן אייבערשטן פרעגן וואס גייט פאר? מי מעיד בם פרעגט ער, זאגט מען אים די כב אותיות פון די תורה, אברהם שטעלט זיי אויף און מאכט שטיל איין אות נאכן צווייטן, און אזוי חזרט זיך איבער מיט די אנדערע אבות, ירמי רופט משה רבינו, בן עמרם בן עמרם, גיי קוק וואס מען טוט מיט דיינע קינדער, און אזוי לויפט ירמי ארום צו אלע אבות ואמהות ביז דער אייבערשטער טרייסט רחל אמינו, ושבו בנים לגבולם.

ווען מען זעהט די אלע זאכן, און מען קוקט זיך אום אז פון ווען דער אייבערשטער האט געגעבן די הבטחה ושבו בנים לגבולם ביז היינטיגן טאג איז שוין דא באלד 2000 יאר, און ועדיין לא נושענו, ס'רייסט ביים הארץ, לן יאית למבכי, יעדע איד לויפט דורך א סקרוך אין די ביינער, ס'איז שוין תשע''ט! מען איז נאך אלץ אין גלות.


משה'לע האט אויך געוויינט די יאר, עס טוט שטארק וויי אז מען איז אין גלות, און אז דער ביהמ''ק איז חרוב געווארן ביד זדים ומשחיתים, אבער משה'לע האט די יאר געוויינט אויף נאך א חורבן ביהמ''ק, וואס נישט יעדע איד נעמט אין אכט אז עס קומט פאר, וואסערע חורבן? נעמט א תשעה באב בענקל און זעצט אייך אנידער.

א יעדע איד איז א מקדש מעט, דאס ווייסן אפילו די קליינע קינדער אין חדר, נו, א בית המקדש פארמאגט אויך א קדשי קדשים ווי די אייבערשטער איז משרה שכינתו, עס שטייט אין די ספרים אז די אות ברית קודש איז שמו של הקדוש ברוך הוא, זיצט א בחור און ער האלט פאר זיין חתונה, ער וויינט זיך אויס ביים אייבערשטן, געב מיר ערליכע קינדער, ער גייט אונטער די חופה און פארגיסט טייכן טרערן ער זאל געהאלפן ווערן, אידן וואונטשן אים אן מיט דורות ישרים ומבורכים, דאס הארץ קוועלט פאר שמחה, מתי יבוא לידי, מען ציילט די טעג די וואכן, די חדשים, צומאל רוקט זיך חלילה אונטער שוועריגקייטן, מען ברויך צו ווארטן נאך לענגער, מען קוקט ארויס אויף דעם טאג ווען מען וועט זעהן זרעא חיא וקיימא, זרעא די לי יבטול מפתגמי אורייתא בכל עידן ועידן, ענדליך די ישועה איז דא! געבוירן געווארן א אינגעלע למזל טוב! דער אייבערשטער זאגט פארן טאטן, איך בעט דיר, נעם מיר אריין אין דעם מקדש מעט, שנייד א ברית, צייכן אויף דארטן מיין נאמען, און האלט דאס פלאץ זויבער און ריין, ער זאל זיין א נוטר ברית קודש, און אויב וועט ער זיין פון די נוטרי ברית, וועט ער קענען בעטן פרנסה, ווי באקאנט איז די עבירה מעכב די פרנסה, ער וועט קענען בעטן כל מיני ישועות אינעם זכות פונעם אות ברית קודש, ער וועט נתעלה ווערן לקדושה, ער וועט האבן א חיי רוחני, אלעס וואס ער דארף, און די שמחה פונעם טאטן איז פארשטייט זיך דערהויבן ביז גאר, מען מאכט א ברית צום אכטן טאג, און די טאטע געבט א נאמען דאס קינד משה'לע, דער עולם איז מלא רגש, מלא שמחה, יעדער וואונטש כשם שנכנס, די טאטע שטראלט פאר שמחה.

גייט דורך עטליכע יאר, און משה'לע איז אונטערגעוואקסן, די טאטע ווייזט פאר'ן קינד אט דארט איז דאס הייליג פלאץ, די קדשי קדשים, נאר א כהן גדול מעג אריינגיין און אויך נאר אינעם הייליגן טאג, האלט עס הייליג, וזר לא יקרב בו, די זדים ומשחיתים האבן אבער אנגעהויבן לאקערן אויף משה'לע, זיי ווילן חרוב מאכן דעם מקדש מעט, די רבי'ס מיט די מנהלים שטייען אויף די וואך מען פרובירט אפצושלאגן די אטאקע, די טאטע העלפט אויך צו פון די זייט, פלוצלונג קומט איינער און טראסקעט אריין א שמוציגע תועבה בילד אריין אין משה'לע'ס הענט, טראך!!!! די קדשי קדשים ברענט!! אוי וויי טאטע, ס'ברענט!!! געוואלד, דאס טייערסטע זאך וואס מיר פארמאגן, ס'גלייבט זיך נישט, די קדשי קדשים ברענט!! אוי וויי דאס מקדש מעט ווערט חרוב! דאס בית המקדש וואס די טאטעס און זיידעס האבן געלעכטצט צו זעהן מלא חפניים נחת, ס'ברענט!!! 

הייליגע טאטע אין הימל, נישט נאר איין משה'לע האט מען אונטערגעצינדן דאס קדשי קדשים, ליידער האט די רשע פארטיליגט שווערע טויזענטער משה'לעך, זקנים עם נערים, בחורים וגם בתולות, מנער ועד זקן, ס'גיסט זיך אידיש בלוט אין די גאסן, אוי וויי טאטע, די הערצער זענען צובראכן אויף שברי שברים, האסט אונז אראפגעשיקט צו אזא דור מיט נסיונות אז מיר זאלן ברויכן צוקוקן ווי אזויפיל קדשי קדשים'ס ברענען, הייליגע טאטע מיר האלטן עס מער נישט אויס! אוי הייליגע באשעפער קוק ווי די ביהמ''ק ברענט! דער אינטערנעט המשחית געבט אויס זיין גאנצע כעס אויף אונז אלע, טאטע אין הימל ער האט אונז באזיגט! מיר האבן אמאל געהאט צדיקים וואס האבן געקענט זעהן פון איין עק וועלט ביז די צווייטע, זיי האבן מחזיר בתשובה געווען און אויסגעוואשן א מענטש מיט בלויז געבן א בליק אויף אים, זיי האבן געהיטן אויפן דור, הייליגע באשעפער האסט עס צוגענומען פון אונז, אוי אוי אוי איכה ישבה בדד, איי וויי טאטע אין הימל מיר זענען געבליבן אליינס! כל שעריה שוממין! מיר זענען געבליבן עלענד קעגן דעם שונא, מיר קענען נישט זיך קריגן קעגן אים, און מיר זענען געפאלן אין קריג וילכו בלא כח לפני רודף! אוי ראה השם את עניי כי הגדיל אויב, ער צומזיק'ט אינג און אלט, מיר קענען נישט מער, מיר האבן אויפגעגעבן דעם קריג, מיר קענען איין זאך טוהן, אויפהייבן אונזער קליינטשיגע הענטעלעך צו דיר טאטע אין הימל און דיר בעטן, אוי הייליגע טאטע וויין מיט אונז! אוי הייליגע באשעפער קראו למקוננות!! רוף דעם זיידן אברהם און זאג אים וואס די שטן מאכט מיט אונז, ווייז אים אלע צובלוטיגטע משה'לעך, אוי זיידע אברהם נעם דיך אן פאר אונז! דו האסט אונז אויסגעלערנט צו מאכן א ברית, דו בוזט געווען דער ערשטער און עס ווערט טאקע גערופן אויף דיין נאמען, אוי הייליגע זיידע די קדשי קדשים ברענט!!! מען מאכט אונז חרוב!!! קליינע קינדערלעך, אוי אוי אוי, ס'ברענט! אינגע בחורים קוים בר מצוה געהאט אוי זיידע ס'ברענט!!! הייליגע באשעפער רוף אונזערע אבות ואמהות זיי זאלן וויינען פאר אונז, זיי ווייסן וויאזוי צו וויינען, אוי בן עמרם בן עמרם עמוד וראה צאנך שבלעום אויבים! און אויב ווילסטו גיין אויף די וועגן, אי אפשר לילך בדרך מפני ההרוגים! אוי בן עמרם אונזערע זיידע'ס האסטו איבערגעלאזט ביים טייך פון בבל מיט א ברכה המקום יחזיר אתכם במהרה, אוי הייליגע רבי, לאז אונז יעצט נישט איבער!!! אוי רבי רבי, בעט פאר אונז!!! מיר דראפן זיך אויף די גראדע ווענט זיך צו קענען האלטן, אוי רבי בעט פאר אונז!!! אוי הייליגע באשעפער רוף די מאמע רחל, ווייז איר וואס מען טוט מיט אירע אייניקלעך!!! 
אוי טייערע מאמע רחל......... איך קען נישט מער.................. אוי ואבוי מאמע..... קוק אריין אין מיין הארץ............ א מאמע פארשטייט גוט א קינד, מאמע........... טייערע מאמע רחל, אוי וויין מיט מיר....... קוק וואס מען האט געטוהן צו מיין קדשי קדשים......... די רשעים מאכן פון אונז א גל של עצמות....... אוי מאמע דו קענסט גוט וויינען, מיר זענען שוין אויסגעטרוקענט, מאמע וויין פאר אונז!!!! אוי אוי....... ס'איז שוין מער נישט אויסצוהאלטן........ מאמע רייס איין פאר אונז......זייט די הבטחה פון ושבו בנים לגבולם האט עס אונז שוין געקאסט אזויפיל קרבנות......... מאמע בעט דעם אייבערשטן ער זאל זאגן פארן משחית הרף!! גענוג געווען!!. 

אוי הייליגע באשעפער, כי אם מאוס מאסתנו, מיר זענען אודאי געווען שולדיג פארוואס דו האסט געלאזט דעם יצר ברענגען נסיונות, אבער פארוואס קצפת עלינו עד מאוד?? עס איז דאך אומדערטרעגליך!!! אוי השיבנו השם אליך, נעם אונז צוריק צו דיר, מיר ווילן זיין דיינע קינדער, מיר ווילן דיר האבן פאר א טאטע, העלף אונז ארויס, אוי חדש ימינו כקדם.


דיין קינד וואס פרובירט זיך צו טרייסטן, און קלאגט אויפן חורבן בתי מקדשים פון אזויפיל משה'לעך.

דיין קינד 
משה'לע
א סעקס עדיקט.
76 טעג זויבער.


נ.ב. מיר נעמען נישט קיין אחריות אויף די טרערן וואס איר וועט לאזן רינען, איר לייענט עס אויף אייער אייגענע אחריות.

לעצט פארראכטן: י"א אב התשע"ט 11:28 דורך עד כאן.

ענטפער: משה'לע'ס ערגרייכונגען י' אב התשע"ט 23:26 #257878

  • holychaim
  • איצטיגע שטרעקע: 985 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 354
  • האט שוין געלייקט: 391 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 905 מאל
  • קאָרמא: 7

ענטפער: משה'לע'ס ערגרייכונגען י' אב התשע"ט 23:48 #257879

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 167 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 522
  • האט שוין געלייקט: 198 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1097 מאל
  • קאָרמא: 13

איך האב געגעבן מיין לייק נאך פארן ליינען, ווייל כ'ווייס אז ווען משה'לע שרייבט וועט ער אונז נישט אנטוישן, כבר אמתחי גברא.

קאנטראל פי, אי"ה ליינען אין קומענדיגן געלעגענהייט.

ייש"כ משה'לע - און נישט נאר פאר דעם!

אחכה לו: מיר האפן אלע צו אונזער טאטע אין הימל!
אחכה לו: אונזער טאטע האפט אזוי שטארק צו אונז!
אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם!
אחכה לו: ווייל עס איז דא האפענונג!

ענטפער: משה'לע'ס ערגרייכונגען י"א אב התשע"ט 00:45 #257881

  • צדיק12
  • איצטיגע שטרעקע: 225 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 156
  • האט שוין געלייקט: 429 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 539 מאל
  • קאָרמא: 3

משה'לע יעדע ווארט יקרים מפנינים...

ה' אֱלֹקי - שִׁוַּעְתִּי אֵלֶיךָ, וַתִּרְפָּאֵנִי... ה' הֶעֱלִיתָ מִן שְׁאוֹל נַפְשִׁי חִיִּיתַנִי מִיָּרְדִי בוֹר... הִסְתַּרְתָּ פָנֶיךָ הָיִיתִי נִבְהָל... אֵלֶיךָ ה' אֶקְרָא וְאֶל ה' אֶתְחַנָּן... מַה-בֶּצַע בְּדָמִי בְּרִדְתִּי אֶל-שָׁחַת...  שְׁמַע-ה' וְחָנֵּנִי ה' הֱיֵה-עֹזֵר לִי...

ענטפער: משה'לע'ס ערגרייכונגען י"א אב התשע"ט 10:50 #257889

  • פּרובירט
  • איצטיגע שטרעקע: 385 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 530
  • האט שוין געלייקט: 1173 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 723 מאל
  • קאָרמא: 5
images_2019-08-12.jpg
וואלסט געדארפט שרייבן די לעצטע שירה פארדעם
סאיז נישט דא קיין נעכטען,  סאיז נישט דא קיין  מארגען,
סאיז נאר דא א ביסעלע יעצט, וואז'שע  דארף מען זארגען,
https://drive.google.com/file/d/1kbjaMu9xqZlt14NUut00rZl4v8_MDp7d/preview

ענטפער: משה'לע'ס ערגרייכונגען י"ב אב התשע"ט 15:58 #257917

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 90 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 528
  • האט שוין געלייקט: 443 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 663 מאל
  • קאָרמא: 8

נעכטן האב איך געהאט זייער זייער א שווערע טאג, עס האט ממש געפעלט א האר איך זאל אויסעקטן, די טאג האט זיך אנגעהויבן ווען איך בין אריינגעקומען צו די ארבייט און צו מיין שאק איז איינער פון די גויטעס וואס טריגערט מיר בכלל יעדע מאל איך זעה איר, איז געגאנגען אנגעטוהן מורא'דיג שטארק חצופה'דיג, און משה'לע האט זיך פארגעסן פאר אפאר סעקונדעס און די לאסט איז אריינגעקומען אין משה'לעס קעפעלע, אבער זאפארט האט מען באשלאסן ניין! איך קען נישט לאסטן, איים סארי, ס'נישט פאר מיר, קען זיין פאר א נארמאלע מענטש איז עס א לוקסעריעזע זאך, אבער פאר מיר משה'לע אן עדיקט איז דאס סם, און משה'לע איז געגאנגען ארבייטן, אבער נאך אפאר מינוט איז דער בחור ווידער געקומען אין קאפ ''כאפ נאך איין קוק'' אזוי זאגט ער מיר, און יעדע מאל איך בין איר אריבערגעגאנגען האט ער זיך צו'לאסט'ט!

למעשה האט משה'לע זייער שווער געארבייט נעכטן, און איז אהיימגעקומען זייער אפגעמוטשעט, איך האב באשלאסן צו כאפן א שפאציר אין א פארק, גראדע איז שוין געווען טונקל קיינער האט זיך נישט געדרייט דארטן, און אזוי שפאצירענדיג שפרינגט אריין אין מיר א שרעקליכע דראנג אויסצועקטן, און איך בין געווען ממש אויפן שוועל פון אויסעקטן, אבער איר ווייסט דאך דער אייבערשטער האט מיר זייער שטארק ליעב, און ער האט מיר געראטעוועט, איך האב שפעטער גערעדט מיט מיין ספאנסער און איך האב אויך געשערט מיט נאך איינעם, ב''ה די מצב האט זיך בארואיגט ביינאכט, און היינט האבן מיר געטוהן די היימארבייט וואס איך בין געווען היבש נאכגעלאזט די לעצטע פאר טעג, און דערווייל האב איך געהאט א פיינע טאג מיט די הילף פון השם, די טאג איז נאכנישט פארטיג, אבער איך דאנק דעם אייבערשטן פאר ביז יעצט, אמאליגע צייטן וואלט אזוינס נישט פאסירט.

ברוך אתה השם אלוקינו מלך העולם, הגומל לחייבים טובות, שגמלנו כל טוב!!!!

משה'לע
א סעקס עדיקט
78 טעג זויבער

ענטפער: משה'לע'ס ערגרייכונגען י"ב אב התשע"ט 16:02 #257918

  • יחיאל
  • איצטיגע שטרעקע: 7 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • זוך שטארקען
  • מעלדונגען: 303
  • האט שוין געלייקט: 1088 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 301 מאל
  • קאָרמא: 2
איין ווארט ...wow!!!!!
אז מען האט זוך ג'שטארקט

זוך שטארקען און נאכאמאל זוך שטארקען בוז מען וועט ווערן 
א גיבור  [הכובש את יצרו]

לעצט פארראכטן: י"ב אב התשע"ט 16:04 דורך יחיאל.

ענטפער: משה'לע'ס ערגרייכונגען י"ב אב התשע"ט 18:25 #257931

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 91 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 1008
  • האט שוין געלייקט: 2020 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1778 מאל
  • קאָרמא: 22

יעצט געליינט די תשעה באב ארטיקל.
אוי! זייער הארציג!
שכח

Acceptance is the answer to all my problems today - The big book, Page 417

ענטפער: משה'לע'ס ערגרייכונגען י"ג אב התשע"ט 16:47 #257957

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 90 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 528
  • האט שוין געלייקט: 443 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 663 מאל
  • קאָרמא: 8

געווען נעכטן ביי א לייוו מיטינג, און איך האב גערעדט דארטן מיט איינעם, בין הדברים האב איך עפעס געזאגט אז מיין קינד קומט יעצט צוריק פון ערגעץ, פרעגט מיר יענער און ווען קומט משה'לע צוריק?
יענער דרייט זיך נישט אויף די סייט, ער האט ניטאמאל א וועג אנצוקומען דערצו, און איך הייב אויף מיינע אויגן ברעמען, וואאאאאאאס? פון וואו ווייסטו? און ער קוקט מיר אן ווי פון די לבנה, און איך פרעג אים ווער האט דיר געזאגט דערוועגן? און ער פרעגט וועגן וואס?
איך ווייס שוין נישט ווער מאכט חוזק פון וועם, פרעג איך אים דו האסט געלייענט וואס איך האב געשריבן אין מיין טרעד אויף הד''א ווען קומט משה'לע צוריק?
און ער זאגט ניין ער האט נישט קיין אהנונג, ער האט פשוט געטראכט איך רעד פון מיין קינד וואס קומט צוריק איז אים אריין די געדאנק אין קאפ, נו ווען קומט משה'לע צוריק?

באשעפער איך ווייס דו האסט מיר זייער ליעב, און איך ווייס אז דו ווילסט איך זאל צוריקומען, און דא שטיי איך פאר דיר, איך בין צוריק מיט 79 טעג זויבער.

משה'לע איז שוין צוריק!!!

איך האב עפעס געשפירט דערפון א מוראדיגע השגחה פרטית, האב איך עס באשלאסן צו שעיר'ן.

ענטפער: משה'לע'ס ערגרייכונגען י"ד אב התשע"ט 22:43 #258018

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 90 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 528
  • האט שוין געלייקט: 443 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 663 מאל
  • קאָרמא: 8

גיי מיר יעצט איבער דעם טאג, א שטיקל חשבון הנפש, ב''ה געהאט א פיינע ריינע טאג היינט, איך דאנק דיר רבונו של עולם על כל החסד שעשית עמדי, ואשר עתה עתיד לעשות עמי.

80 טאג, א שיינע מספר.

ישר כח טאטע.
משה'לע
א סעקס עדיקט.

ענטפער: משה'לע'ס ערגרייכונגען ט"ו אב התשע"ט 00:59 #258020

  • holychaim
  • איצטיגע שטרעקע: 985 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 354
  • האט שוין געלייקט: 391 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 905 מאל
  • קאָרמא: 7

משה, עד כאן איך קען מיר נישט אנהאלטען פון מיין שמחה אז ב״ה די האלטסט שוין ביי די שמונים.
עס ליגט מיר נאך אין די ביינער די ווייטוג ווען די ביסט דורכגעפאלען און אנקומען פונדאסניי האט אויסגעזעהן ווי א חלום משש.

איך פריי זיך באמת מיט דיר
הקדוש חיים

לעצט פארראכטן: ט"ו אב התשע"ט 06:59 דורך אין שום יאוש.

ענטפער: משה'לע'ס ערגרייכונגען י"ח אב התשע"ט 03:05 #258132

  • friend
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • כי ימינך פשוטה לקבל שבים
  • מעלדונגען: 830
  • האט שוין געלייקט: 306 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 897 מאל
  • קאָרמא: 14
Strong story

ענטפער: משה'לע'ס ערגרייכונגען י"ח אב התשע"ט 14:06 #258152

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 90 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 528
  • האט שוין געלייקט: 443 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 663 מאל
  • קאָרמא: 8

געווען נעכטן אין מאנהעטן, צום ערשטן מאל אין א גאר לאנגע צייט וואס איך געדענק, אז איך זאל קענען זיין אין מאנהעטן אינמיטן זוממער, א ברענענדיגע הייסע טאג, און לייג צו איך בין יעצט 3 וואכן עבסטענענס, און איך האב מיר נישט אנגעשיכור'ט אויפן גאס מיט לאסט, איך בין אהיימגעקומען א נארמאלע מענטש, וואף, אזא רואיגקייט, די צוגעבינדענקייט איך מוז קוקן, איך מוז לאסטן, איך מוז נישט! הייבט זיך נישט אן, א פאלנע שקר, איך "מוז" נישט!

סוף וואך איז דא א מעגליכקייט אז מען גייט גרייכן 90 טעג זויבער, עס מוז נישט זיין, עס איז דא אזא מעגליכקייט נאר אויב גאט וועט ערלויבן און מיר צוהעלפן, איז אויב וועט די מעגליכקייט פארווירקליכט ווערן, טוהן מיר אנגרייטן פלענער פאר א נסיעה צו פייער'ן דעם חגיגת יום התשעים, דערוילעם ווערט געבעטן אריינצוקומען מיט געדאנקן פאר די גרויסע מאורע, ביטע לאזט מיר נישט מיט די צונג אינדערויסן אזוי ווי די פאריגע מאל.

משה'לע
א סעקס עדיקט
84 טעג זויבער מיט די הילף???...... יא, גוט צוגעטראפן, מיט די הילף פונעם אייבערשטן.
3 וואכן עבסטענענט.

צייט צו מאכן א בלאט: 1.39 סעקונדעס

Are you sure?

יא