ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1
  • 2
  • 3

טעמע: אין די תורה איז דא די עצה פאר אלע פראבלמען ? 8235 באזוכער

ענטפער: אין די תורה איז דא די עצה פאר אלע פראבלמען ? י"ח שבט התשע"ו 14:55 #243668

  • דרך ממוצע
  • איצטיגע שטרעקע: 1385 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 119
  • האט שוין געלייקט: 50 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 216 מאל
  • קאָרמא: 0
דוב האט גענטפערט צי דע זאך ווי געווענדליך
אזוי ווי איך קען נישט ענטפערן א קלארע ענטפער צי דע 3טע קשיא, וועל איך פאלגען זיין עצה און שטיין אין דע זייט און האבן הנאה.
בל"נ גיי איך מער נישט אריין רעדן אין דע נושא.
דער אייבישטער שיקט אריין אין SA איעדע מענטש ווען עס איז זיין צייט, GYE איז סל הכל א בריק, אויב דע בריק ווערט ציביסלעך ציבראכען וועט זיין א אנדערע וועג, הרבה שלוחים למקום, איך בין אריין אין SA נאך פאר איך האב געוויסט פון GYE.
איך וואונטש אייך אסאך הצלחה און ברכה און סייעתא דשמיא אין אלע אייערע וועגן.
צום שליס וואלט איך געראטען (א מעמבער האט עס מציע געווען) מען זאל אפטיילען דע בלאג מיט 2 קאטאגאריעס, איינס פאר מענטשען וואס זענען שוין אין SA און מען זאל דארט באהאנדלען נאר ריקאווערי נושאים און נישט זאכן וואס איז נישט SA אפראווד און איינס פאר מעמבערס וואס מיטשענען זיך סתם מיט שמירת עינים און זיי זענען נישט קיין אדיקטס (אדער ווילן זיי נישט מודה זיין), אזוי וועט זיין א אפענע פלאטפארמע פאר נייע מעמבערס צי קענען אליין אפמאכען ווי זיי באלאנגען. ירא הקהל וישפוט

ענטפער: אין די תורה איז דא די עצה פאר אלע פראבלמען ? י"ח שבט התשע"ו 15:34 #243669

  • נפש שוקקה
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 39
  • האט שוין געלייקט: 1 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 43 מאל
  • קאָרמא: 1
איך האב נישט אזוי גיט פארשטאנען דוב'ס ענטפער נישט צוליב די ענגליש נאר אפשר צוליב די צופיל פרטים אפשר וועל איך עס נאכאמאל דארעך ליינען וואס דרך הממוצע איז מציע קען זיין גאנץ א גיטע געדאנק מען מוז עס נישט אפטיילען מיט א גרעניץ און א וועכטער מיט א ריוואלווער נאר פשוט מען זעל קענען רעדען פון ביידע נושאים און יעדער זאל פילען זיין פלאץ דא ייש''כ

ענטפער: אין די תורה איז דא די עצה פאר אלע פראבלמען ? י"ח שבט התשע"ו 15:57 #243670

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 1134 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 1022
  • האט שוין געלייקט: 4344 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1459 מאל
  • קאָרמא: 13
אלע מעמבערס וואס זענען אויף SA דארפן על פי רוב נישט קיין פארום. דער סיבה וואס זיי זענען דא איז צוליב דעם וואס זיי זענען געווען דא פון פאר זיי גייען צו SA, און זיי ווילן ווייטער אהנהאלטן די קשר.

די טובה וואס אנדערע האבן פון דעם אז זיי דרייען זיך דא איז, אז אויב איינער איז פארלוירן און ער באלאנגט אין SA, זאל ער קענען באקומען די שמעק פון SA און זיך באקענען מיט SA מעמבערס, כדי סוף כל סוף זאל ער אליינס אהנקומען צו SA. מיט אפטיילן די צוויי ווערט די עיקר תועלת נישט געשעהן. איך גלייב אז איך וואלט קיינמאל נישט אהנגעקומען צו SA ווען נישט אז די מעמבערס דרייען זיך דא.

ענטפער: אין די תורה איז דא די עצה פאר אלע פראבלמען ? י"ח שבט התשע"ו 16:49 #243672

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 1134 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 1022
  • האט שוין געלייקט: 4344 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1459 מאל
  • קאָרמא: 13
דוב האט מיר געשיקט נאך א אימעיל אויף דעם נושא צו לייגן אויף די פארום:

And you can add this please:

The main object here is to reduce the arguing instead of finally agreeing on one truth. How can we come to one truth when so many people are talking about different things? This one doesn't actually believe addiction really exists; this one uses the word addiction but means something very different than the 12 step people mean; this one thinks SA is the only way anyone can recover; this one is afraid because the first person he ever met in recovery became less frum so he thinks it is the way all recovery is; this one thinks that the 12 steps are actually Torah themselves; this one believes addiction has little if anything to do with the yetzer hora; this one believes that alcoholism is totally different because the drug itself is not a sin; and others believe even alcohol addiction is purely and only the yetzer hora...and each will have a different thing they are trying to prove against someone else probably because they are each talking about different problems to begin with.

I would be happy to join in the discussion, but there are a few questions anyone needs to answer before they debate:

(and this is where the fruyerdigeh email comes in...)

ענטפער: אין די תורה איז דא די עצה פאר אלע פראבלמען ? י"ח שבט התשע"ו 17:06 #243674

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 1134 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 1022
  • האט שוין געלייקט: 4344 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1459 מאל
  • קאָרמא: 13
איך גיי פראבירן איבעזעצן זיינע ווערטער אויף אידיש לתועלת הקוראים:

איז וויאזוי קען איך ווערן אינוואלווד אין דעם וויכוח? איז דא א וועג פאר מענטשן פון איינער פון די זייטן וואס קענען מיך רופן און עס איבעררעדן? איך בין גרייט און צופרידן צו רעדן (אויף ענגליש) מיט ווער עס וויל.

איך בין טרויעריג אויף דאס, אז עס זעהט אויס ווי א מחלוקה צווישן SA מעמבערס און מעמבערס פון נישט SA. פשטות זענען ביידע נישט גערעכט.

די שאלות וואס וועט געווענטליך קלארשטעלן און אפשפארן די וויכיחם זענען:

א. דו חבר מיט די מיינונגען:

1. ביסטו ריין אדער נישט?
2. ווייסטו אליינס צו דו ביסט אן עדיקט?
3. אויב די פראבלעם וואס מען איז זיך מתווכח דא וואלט געווען אלקאהאל, וולסטו זיך אריין געלייגט אין די וויכוח פונקט אזוי?

ב. אויב דו האסט געענטפערט אויף אלע דריי 'ניין' דעמאלס איז עס זייער מעגליך אז דו ביסט א פשוטער מתווכח מיט גוטע אינטערעסן.פארוואס ביסטו זיך מתווכח מיט מענטשן? ביטע טראכט וועגן שפארן דיינס און יעדנס צייט. איך טראכט נישט אז עס איז א שיינע זאך צו שפילן מיט יענעםס לעבן אין א פראבלעם וואס דו פארשטייסט נישט. ווער ריין און בלייב ריין ערשט, און דערנאך טייל מיט אונז וואס דו האסט דיך געלערנט.

ג. אויב דו האסט געענטפערט יא נאר צו שאלה 1, דעמאלס פערזענליך טראכט איך אז עס קלוגער צו טוהן די הכנעה'דיגע זאך, און זיץ אוף די זייט און האב הנאה פון דעם וויכוח. קלויב אויס דיין זייט ערשט דערנאך וואס דו זעהסט אלע צדדים. צו אנטייל נעמען אין דעם אויף דעם שטאפל, אהן וויסן דיין תשובה אויף שאלה 2 און 3 וועט פשטות שטערקער מאכן א טעות. אונז אלע מאכן טעותים און מיר אלע האבן אגענדעס. עס איז ביטער ווען מענטשען קומען צו ריקעווערי צו עפעס אויפווייזן אז זיי זענען גערעכט. אפט, זאכן וואס דו און איך מאכן אפ, פאר האבן עקספירענס אין די נושא אליינס זענען געפירט דורך קנאה און תאוה און אונזער כבוד. און די זעלבע איז מיט די רעליגיעז נושא. מיין הצעה.

ד. אויב דו האסט געענטפער 'יא' צו אלע שאלות, דעמאלס איז עס א גוטע נושא צו רעדן און הצלחה אויף דעם... אבער א רובא פון די מענטשן וואס זענען זיך מתווכח הייסער הייט, האבן נישט אמת'דיג געענטפערט אן אמת'ע 'יא'.

האבן זיי יא?

דוב
לעצט פארראכטן: י"ח שבט התשע"ו 18:37 דורך לומד.

ענטפער: אין די תורה איז דא די עצה פאר אלע פראבלמען ? י"ח שבט התשע"ו 17:14 #243675

  • קטן שנולד
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 638
  • האט שוין געלייקט: 676 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 689 מאל
  • קאָרמא: 10
א יישר כח לומד פאר די איבערזעצונג.

כדי די עולם זאל קענען ענטפערן שאלה 2, ביטע ערקלער אין 'איין ווארט', וואס איז דאס א 'עדיקט', כדי יעדער זאל קענען זעהן צו ער איז איינס. שכח.
.
.

רבותי, איך גיב אויף! איך האב איינגעזעהן אז איך קען נישט. דאס איז די מציאות. איך מוז מודה זיין על האמת. 

מיין אימעיל אדרעס: This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it

ענטפער: אין די תורה איז דא די עצה פאר אלע פראבלמען ? י"ח שבט התשע"ו 17:16 #243676

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 1134 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 1022
  • האט שוין געלייקט: 4344 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1459 מאל
  • קאָרמא: 13
יעצט באקומען אן אימעיל פון דוב און פון די גארד בנוגע דעם נושא.

דוב זאגט אז ער איז גרייט צו מאכן א קאנפערענס קאל צו באהאנדלן דעם נושא. דוב קען נישט קיין אידיש נאר געציילטע ווערטער. אבער ער איז א ערליכער איד וואס האט זיך געמוטשעט מיט דעם נושא וואס מיר אלע מושען זיך, און איז 18 יאהר סאבער אין די SA פראגראם. איך אליינס האב נהנה געווען פון אים פערזענליך א געוואלד, בנוסף צו דעם אז איך האלט מיט זיינע קענפערנעס קאלס צוויי מאהל א וואך, נאך פאר איך בין אריין אין SA.

אויב עס איז דא א ציבור וואס קען פארשטיין ענגליש וועט ער מאכן א ספיציעלע קאל ווי ער וועט דאס דיסקאסירן. דאס דארף דויערן א צוויי שעה. פאר דער וואס איז אינטרעסירט, זאל מיר שיקן א פריוואטע הודאה און וועלכע צייט אין טאג איז די בעסטע פאר אים.

איך בין מייעץ ביידע צדדים זאלן עס מיטהאלטן.

ענטפער: אין די תורה איז דא די עצה פאר אלע פראבלמען ? י"ח שבט התשע"ו 20:44 #243678

  • שטיי אויף
  • איצטיגע שטרעקע: 1326 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 127
  • האט שוין געלייקט: 23 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 126 מאל
  • קאָרמא: 1
נפש שוקקה געשריבן on ט"ז שבט התשע"ו 22:09:
הרב שטיי אויף יש''כ פארען עפענען דעם פתח איך זאל דיר קענען ענטפערען, די זאגסט אז רוב מבקשים זענען די וואס פאלען אריין אין תאוות קודם כל דער ערשטער וואס האט געגבען דעם צונאמען צו א איד איז געווען פרעה ער האט געזאגט לכו נא הגברים ועבדו את ה' כי ''אותה'' אתם ''מבקשים'' וד''ל אדרבה דוד המלך רופט זיי אן ''ישמח לב מבקשי ה''' זיי האבען א ריינע הארץ און ווילען נאנטקייט צום אייבירשטען די עצה איז נישט זיי אויסצוטריקענען די עצה איז זיי צו געבען די ריכטיגע הדרכה אז די אורות זאלען זיין אין כלים נישט פארקערט חלילה און די גאנצע זאך וואס איך האב געשריבען פון אמאליגע אידען זיי זענען בהחלט נישט געווען פון די טיפ מבקשים דאס איז א נייע נאמען צו קעטאגארירען א צומישטע נפש נישט דאס האב איך בכלל געמיינט עס איז נישט תורה מן השמים נאר אויב די ווילסט טאקע פארשטיין די פוינט כהאב עס זייער גרונטליך ארויסגעשריבען ייש''כ

עס איז געווען א מיספארשטענדעניש פון מיינע ווערטער, איך האב געשריבן אז רוב פון די עדיקט'ס זענען פון די סארט וואס רופט זיך היינט צו טאג "מבקשים", און נישט אז רוב מבקשים זענען עדיקט'ס ח"ו.
מתוך דבריך ניכר א געוויסע נעגאטיווע בליק קעגן "מבקשים", איך בין בכלל נישט געקומען דא קאטעגאריזירן אידישע נשמות מיט הגדרות און כינויים, נאר געוואלט ארויסברענגן א נקודה.
בנידון פון די נייע ערשיינונג, האב איך שוין געזעהן לענגערע ארטיקלען לכאן ולכאן, ולא לזה הי' כוונתי צו זאגן א מיינונג צו זיי זענען צומישטע נפשות.
די פאקט האט אבער זיך ארויסגעשטעלט, סיי פון די עדיקט'ס וואס איך קען, און סיי פון רוב שרייבער'ס דא אויפ'ן פארום זעהט מען קלאר אז זיי זענען גאר ווארעמע נשמות מער ווי די רעגולארע המון עם (יתכן אז צוליב דעם זענען זיי צומישט), פון זייערע ווערטער לייענט זיך ארויס קלאר אז צווישן איין מכשול און א צווייטע טוען זיי קייכן מיט געוויין, און דערנאך לויפן צו מקומות הק', צדיקים פון עלמא הדין און עלמא דאתי, זאגן אויס תהלים צענדליגע מאל, פייערן מיט אויסטערלישע התלהבות ביים דאווענען, טבילות תמידין כסדרן, וכהנה רבות. קלאר און דייטליכע סימפטאמען פון די תכונות הנפש פון א "מבקש".
מיט דעם וועסטו פארשטיין מיין כוונה אז רובא דרובא פון די חברים דאהי האבן אזעלכע סארט נשמות.
יעצט, לאז איך אפן פאר סיי ווער עס וויל דעבאטירן צאיבער דעם נושא, נעמטס איבער דאס ווארט.

ענטפער: אין די תורה איז דא די עצה פאר אלע פראבלמען ? כ"א שבט התשע"ו 20:40 #243716

  • אפילו בהסתרה
  • איצטיגע שטרעקע: 664 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 77
  • האט שוין געלייקט: 1 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל
  • קאָרמא: 0
נאכן נעמען דוב'ס בחינה זעהט אויס איך בין די איינציגסטע וואס קען אריינרעדן אין די נושא... לאל
לעצט פארראכטן: כ"א שבט התשע"ו 22:13 דורך אפילו בהסתרה.

ענטפער: אין די תורה איז דא די עצה פאר אלע פראבלמען ? כ"ב שבט התשע"ו 17:39 #243746

  • מלחמת חיים
  • איצטיגע שטרעקע: 257 טעג
  • OFFLINE
  • פארבאטן
  • מעלדונגען: 96
  • האט שוין געלייקט: 46 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 97 מאל
  • קאָרמא: 2
הודו לה' איך האב היינט דערגרייכט צו 180 טעג, וואס דא באקומט מען דעמאלט דער טיטול צדיק גמור.

דרך אגב איך פיל אז פון הימל האב איך שוין געהאט דעם טיטל צדיק גמור די ערשטע טאג פון מיין ריינקייט.

השי"ת זאל מיר העלפן ווייטער זיך צו האלטן ריין ע"פ תורה אן זיך דארפן אוועקרירן פון די דרך התורה והצדיקים אפילו זיז כל שהוא.
לעצט פארראכטן: כ"ב שבט התשע"ו 18:32 דורך לומד.

ענטפער: אין די תורה איז דא די עצה פאר אלע פראבלמען ? כ"ג שבט התשע"ו 03:43 #243759

  • מיט א פרישקייט
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 185
  • האט שוין געלייקט: 117 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 87 מאל
  • קאָרמא: 4
מלחמת חיים געשריבן on כ"ב שבט התשע"ו 17:39:
הודו לה' איך האב היינט דערגרייכט צו 180 טעג, וואס דא באקומט מען דעמאלט דער טיטול צדיק גמור.

דרך אגב איך פיל אז פון הימל האב איך שוין געהאט דעם טיטל צדיק גמור די ערשטע טאג פון מיין ריינקייט.

השי"ת זאל מיר העלפן ווייטער זיך צו האלטן ריין ע"פ תורה אן זיך דארפן אוועקרירן פון די דרך התורה והצדיקים אפילו זיז כל שהוא.

הודו להשם!!!
ווער האט זיך דאס געגלייבט??
נאר מיט די הילף פון אונזער ליכטיגן טאטען!!!
לעצט פארראכטן: כ"ג שבט התשע"ו 03:44 דורך מיט א פרישקייט.

ענטפער: אין די תורה איז דא די עצה פאר אלע פראבלמען ? כ"ג שבט התשע"ו 14:19 #243768

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 1134 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 1022
  • האט שוין געלייקט: 4344 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1459 מאל
  • קאָרמא: 13
מלחמת מזל טוב אויף די עשר פעמים ח"י טעג וואס דו האסט זוכה געווען פון הימל צו באקומען. דער רבונו של עולם זאל דיר ווייטער באגליקן מיט ריינע טעג און שמחת החיים ומנוחת הנפש וואס מיר אלע ווילן אזוי שטארק צוקומען דערצו.

הצלחה

ענטפער: אין די תורה איז דא די עצה פאר אלע פראבלמען ? כ"ג שבט התשע"ו 14:26 #243770

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 1134 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 1022
  • האט שוין געלייקט: 4344 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1459 מאל
  • קאָרמא: 13
איך האב באקומען עטליכע תשובות בנוגע די קאנפערענץ קאלל פון דוב. איך טראכט אז די בעסטע צייט עס צו מאכן איז ביינאכט פון 8:30 ביז 10:30. ביטע מיר ענטפערן אויב עס וועט ארבעטן.

יישר כח

ענטפער: אין די תורה איז דא די עצה פאר אלע פראבלמען ? כ"ג שבט התשע"ו 20:14 #243779

  • בשמחה תמיד
  • איצטיגע שטרעקע: 277 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 3797
  • האט שוין געלייקט: 7 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 239 מאל
  • קאָרמא: 17
לומד געשריבן on י"ח שבט התשע"ו 17:06:
איך גיי פראבירן איבעזעצן זיינע ווערטער אויף אידיש לתועלת הקוראים:

איז וויאזוי קען איך ווערן אינוואלווד אין דעם וויכוח? איז דא א וועג פאר מענטשן פון איינער פון די זייטן וואס קענען מיך רופן און עס איבעררעדן? איך בין גרייט און צופרידן צו רעדן (אויף ענגליש) מיט ווער עס וויל.

איך בין טרויעריג אויף דאס, אז עס זעהט אויס ווי א מחלוקה צווישן SA מעמבערס און מעמבערס פון נישט SA. פשטות זענען ביידע נישט גערעכט.

די שאלות וואס וועט געווענטליך קלארשטעלן און אפשפארן די וויכיחם זענען:

א. דו חבר מיט די מיינונגען:

1. ביסטו ריין אדער נישט?
2. ווייסטו אליינס צו דו ביסט אן עדיקט?
3. אויב די פראבלעם וואס מען איז זיך מתווכח דא וואלט געווען אלקאהאל, וולסטו זיך אריין געלייגט אין די וויכוח פונקט אזוי?

ב. אויב דו האסט געענטפערט אויף אלע דריי 'ניין' דעמאלס איז עס זייער מעגליך אז דו ביסט א פשוטער מתווכח מיט גוטע אינטערעסן.פארוואס ביסטו זיך מתווכח מיט מענטשן? ביטע טראכט וועגן שפארן דיינס און יעדנס צייט. איך טראכט נישט אז עס איז א שיינע זאך צו שפילן מיט יענעםס לעבן אין א פראבלעם וואס דו פארשטייסט נישט. ווער ריין און בלייב ריין ערשט, און דערנאך טייל מיט אונז וואס דו האסט דיך געלערנט.

ג. אויב דו האסט געענטפערט יא נאר צו שאלה 1, דעמאלס פערזענליך טראכט איך אז עס קלוגער צו טוהן די הכנעה'דיגע זאך, און זיץ אוף די זייט און האב הנאה פון דעם וויכוח. קלויב אויס דיין זייט ערשט דערנאך וואס דו זעהסט אלע צדדים. צו אנטייל נעמען אין דעם אויף דעם שטאפל, אהן וויסן דיין תשובה אויף שאלה 2 און 3 וועט פשטות שטערקער מאכן א טעות. אונז אלע מאכן טעותים און מיר אלע האבן אגענדעס. עס איז ביטער ווען מענטשען קומען צו ריקעווערי צו עפעס אויפווייזן אז זיי זענען גערעכט. אפט, זאכן וואס דו און איך מאכן אפ, פאר האבן עקספירענס אין די נושא אליינס זענען געפירט דורך קנאה און תאוה און אונזער כבוד. און די זעלבע איז מיט די רעליגיעז נושא. מיין הצעה.

ד. אויב דו האסט געענטפער 'יא' צו אלע שאלות, דעמאלס איז עס א גוטע נושא צו רעדן און הצלחה אויף דעם... אבער א רובא פון די מענטשן וואס זענען זיך מתווכח הייסער הייט, האבן נישט אמת'דיג געענטפערט אן אמת'ע 'יא'.

האבן זיי יא?

דוב

אפילו בהסתרה געשריבן on כ"א שבט התשע"ו 20:40:
נאכן נעמען דוב'ס בחינה זעהט אויס איך בין די איינציגסטע וואס קען אריינרעדן אין די נושא... לאל

אנטשולדיגט....
אבער עס איז מעגליך אז איך קען אויך ענטפערן אויף אלע 3 יא
די שאלה איז.... וואס מיינט 1. ביסטו ריין אדער נישט?
ווילאנג? און ריין פון וואס???
איך בין ריין פון לאסט פאר צוויי וואכן
און ריין פון שמוץ אדער עקטן באלד איבער א יאר

ענטפער: אין די תורה איז דא די עצה פאר אלע פראבלמען ? כ"ג שבט התשע"ו 20:21 #243780

  • בשמחה תמיד
  • איצטיגע שטרעקע: 277 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 3797
  • האט שוין געלייקט: 7 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 239 מאל
  • קאָרמא: 17
דרך ממוצע געשריבן on י"ח שבט התשע"ו 14:55:
דוב האט גענטפערט צי דע זאך ווי געווענדליך
אזוי ווי איך קען נישט ענטפערן א קלארע ענטפער צי דע 3טע קשיא, וועל איך פאלגען זיין עצה און שטיין אין דע זייט און האבן הנאה.
בל"נ גיי איך מער נישט אריין רעדן אין דע נושא.
דער אייבישטער שיקט אריין אין SA איעדע מענטש ווען עס איז זיין צייט, GYE איז סל הכל א בריק, אויב דע בריק ווערט ציביסלעך ציבראכען וועט זיין א אנדערע וועג, הרבה שלוחים למקום, איך בין אריין אין SA נאך פאר איך האב געוויסט פון GYE.
איך וואונטש אייך אסאך הצלחה און ברכה און סייעתא דשמיא אין אלע אייערע וועגן.
צום שליס וואלט איך געראטען (א מעמבער האט עס מציע געווען) מען זאל אפטיילען דע בלאג מיט 2 קאטאגאריעס, איינס פאר מענטשען וואס זענען שוין אין SA און מען זאל דארט באהאנדלען נאר ריקאווערי נושאים און נישט זאכן וואס איז נישט SA אפראווד און איינס פאר מעמבערס וואס מיטשענען זיך סתם מיט שמירת עינים און זיי זענען נישט קיין אדיקטס (אדער ווילן זיי נישט מודה זיין), אזוי וועט זיין א אפענע פלאטפארמע פאר נייע מעמבערס צי קענען אליין אפמאכען ווי זיי באלאנגען. ירא הקהל וישפוט

GYE איז נישט נאר א בריק
מיר האט עס געהאלפן צו רעדוצירן מיינע שוועריגקייטן מיט 80% און בעז"ה וועל איך זיין אינגאנצן געהיילט, ווי שוין ערווענט אין מיין אייגענע טרעד

ענטפער: אין די תורה איז דא די עצה פאר אלע פראבלמען ? כ"ד שבט התשע"ו 01:35 #243781

  • דרך ממוצע
  • איצטיגע שטרעקע: 1385 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 119
  • האט שוין געלייקט: 50 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 216 מאל
  • קאָרמא: 0
איך האב געמיינט צי שרייבען אז פאר עדיקטס איז gye א בריק.
פאר דע נישט עדיקטס איז עס גאר א געלינגענע זאך.
(דאס איז סך הכל מיין מיינונג, איך וויל נישט פריבירען ארויף צי צווינגען מיין מיינונג אויף איינעם)

ענטפער: אין די תורה איז דא די עצה פאר אלע פראבלמען ? כ"ד שבט התשע"ו 17:29 #243799

  • מלחמת חיים
  • איצטיגע שטרעקע: 257 טעג
  • OFFLINE
  • פארבאטן
  • מעלדונגען: 96
  • האט שוין געלייקט: 46 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 97 מאל
  • קאָרמא: 2
דרך ממוצע געשריבן on נישט באוואוסט:
 צום שליס וואלט איך געראטען (א מעמבער האט עס מציע געווען) מען זאל אפטיילען דע בלאג מיט 2 קאטאגאריעס, איינס פאר מענטשען וואס זענען שוין אין SA און מען זאל דארט באהאנדלען נאר ריקאווערי נושאים און נישט זאכן וואס איז נישט SA אפראווד און איינס פאר מעמבערס וואס מיטשענען זיך סתם מיט שמירת עינים און זיי זענען נישט קיין אדיקטס (אדער ווילן זיי נישט מודה זיין), אזוי וועט זיין א אפענע פלאטפארמע פאר נייע מעמבערס צי קענען אליין אפמאכען ווי זיי באלאנגען. ירא הקהל וישפוט

עס איז  זייער א גוטע פארשלאג, איך האלט זייער שטארק דערפון. איך האב געוואלט צולייגן אבער נאך א זאך פארשטייט זיך אז דאס איז נאר מיין פריוואטע מיינונג און אויב דער עולם האלט אז איך בין נישט גערעכט בין איך שוין מבטל מיין מיינונג למפרע, 
דהיינו לעצטנס טוט זיך דא א גרויסע געמעקעכץ, יעדע צווייטע ווארט ווערט געמעקט און מען קען נישט ארויסזאגן דעם אמת'ן מיינונג וואס מען האלט, און וואס איז ריכטיג, איך פיל אז אין די צייטן וואס איז געווען זייער הייס דא אויפן פארום איז ריכטיג ארויסגעקומען די אמת'ע מציאות יעדער וואס האט דאס געליינט האט געקענט כאפן פונקטליך וואס עס גייט פאר, און עס איז ממש א שאד אז מען האט געמעקט, אפשר זאל מען מאכן איין אפטיילונג וואס דארט גייט מען גארנישט מעקן, און ווער עס שרייבט דארט דארף זיין גרייט אז מען קען אים גוט באוואשן, (פארשטייט זיך נישט מיאוסע ווערטער), און אזוי וועט דער ליינער קענען זעהן דעם אמת וואס עס גייט פאר און וואס זיך אויסצווועלן.
לעצט פארראכטן: כ"ד שבט התשע"ו 17:37 דורך מלחמת חיים.

ענטפער: אין די תורה איז דא די עצה פאר אלע פראבלמען ? כ"ד שבט התשע"ו 22:01 #243801

  • חלקאלוקי
  • איצטיגע שטרעקע: 711 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 382
  • האט שוין געלייקט: 428 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 266 מאל
  • קאָרמא: 18
איך וויל פרעגן אויב איינער ווייסט פון א ערענסטע רב וואס האלט אז די 12 סטעפס מיטונגס איז גיט עס איז מיר זייער וויכטיג צו וויסן. א דאנק 

ענטפער: אין די תורה איז דא די עצה פאר אלע פראבלמען ? כ"ה שבט התשע"ו 07:52 #243804

  • tatahelfmich
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 253
  • האט שוין געלייקט: 20 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 144 מאל
  • קאָרמא: 1
פאר די ריכטיגע מענטש וואס דארף עס איז דא הסכמות פון גאר אסאך 
איך ווייס פון ראביי טווערסקי 
אויך ווייס איך איינער וואס איז געגאנגען צום טשערנאבלע רבי פון א''י און ער האט איהם געגעבן זיין פולע הסכמה
גאר א גרויסע רבי פון טויזענטער חסידים האט מיר געזאגט אז אויב נאר דעס האסטו געשפירט אז עס העלפט דיר איז עלה והצלח גיי אהן מיט זיי
און עס איז זיכער דא נאך

ענטפער: אין די תורה איז דא די עצה פאר אלע פראבלמען ? כ"ה שבט התשע"ו 12:04 #243807

  • חלקאלוקי
  • איצטיגע שטרעקע: 711 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 382
  • האט שוין געלייקט: 428 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 266 מאל
  • קאָרמא: 18
ווער עס ווייסט, איז דא ביי די לייף מיטיגס א לייעסענס טערפיסט?

ענטפער: אין די תורה איז דא די עצה פאר אלע פראבלמען ? כ"ה שבט התשע"ו 13:02 #243816

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 1134 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 1022
  • האט שוין געלייקט: 4344 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1459 מאל
  • קאָרמא: 13
עס איז נישטא קיין טעראפיסט ביי קיין שום עס עי פונקציעס. עס עי איז א מהלך וואס ארבעט אהן קיין פראפעשינאלס. די איינציגסטע זאך איז, אז טייל מאהל וועט א מעמבער גיין צו העלף פון א טעראפיסט צוליב דעם וואס ער ליידט פן נאך פראבלעמן וואס שטערן אים אין זיין לעבן. למעשה איז דא גאר אסאך וואס וואלטן געדארפט א טעראפיסט און דורך עס עי האט ער געלערנט וויאזוי זיך אן עצה געבן אהן דעם. עס עי נעמט אויך נישט קיין געלט פון איינער וואס איז נישט קיין עס עי מעמבער. נאר נדבות פון אייגענע מעמבערס וואס ווילן מנדב זיין מרצונם הטוב ווערט אהענגענומען. עס עי איז אז מעמבערס העלפן מעמבערס.
לעצט פארראכטן: כ"ה שבט התשע"ו 13:03 דורך לומד.

ענטפער: אין די תורה איז דא די עצה פאר אלע פראבלמען ? כ"ה שבט התשע"ו 17:48 #243846

  • חלקאלוקי
  • איצטיגע שטרעקע: 711 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 382
  • האט שוין געלייקט: 428 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 266 מאל
  • קאָרמא: 18
יש"כ
לעצט פארראכטן: כ"ה שבט התשע"ו 19:23 דורך חלקאלוקי.

ענטפער: אין די תורה איז דא די עצה פאר אלע פראבלמען כ"ז שבט התשע"ו 21:33 #243870

  • יעקב
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 78
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 29 מאל
  • קאָרמא: 0
חלקאלוקי געשריבן on נישט באוואוסט:
איך וויל פרעגן אויב איינער ווייסט פון א ערענסטע רב וואס האלט אז די 12 סטעפס מיטונגס איז גיט עס איז מיר זייער וויכטיג צו וויסן. א דאנק 

איך ווייס נישט וואס איז ביי דיר פארעכנט אלס א ערענסע רב, אבער איך קען דיר מיטטיילן וויפיל איך ווייס
ר' יצחק אלעזר מאסקאוויטש
סקוועערער רבי
ר' גבריאל צינננער בעמ"ס נטעי גבריאל
ר' חיים קלמן גוטמאן
קוסובער רבי
ועוד הרבה 
לעצט פארראכטן: כ"ז שבט התשע"ו 21:56 דורך יעקב.

ענטפער: אין די תורה איז דא די עצה פאר אלע פראבלמען כ"ז שבט התשע"ו 21:54 #243871

  • יעקב
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 78
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 29 מאל
  • קאָרמא: 0
איך בין נישט דא געווען א לאנגע צייט, כהאב געהערט מאחורי הפרגוד אז עס טוט זיך דא אויף טישן און בענק,
ע"כ בין איך אהערגעקומען.
לענ"ד איז א גרויסע טובה אז מענטשן פרובירן נאך אנדערע מהלכים, ווייל
1 אויב עס העלפט פאר איינעם פאר לאנג טורם איז דאך מה טוב ומה נעים,די 12 סטעפס האט נישט די מאנאפאל אויף טרעפן דעם אויבערשטען, עס שטייט קלאר אין די ביג בוק אז מענטשן טרעפן ג-ט דורך פארשידענע וועגן,

2 אויב וועט עס נישט העלפן, און יענער וועט נאכדעם אריינקומען צו עס עי, וועט ער האפענטליך ארבעטן די פראגראם בשלימות, וויסענדיג אז ער האט שוין אלעס געטון,און גארנישט האט אים געהאלפן, און דאס איז איינע פון די גרויסע מעלות פון גי"ע אז איינער וואס איז נישט א עדיקט בשלימות, זאל נישט אנקומען צום פראגראם וד"ל
אגב איך בין אין עס עי שוין פאר 3 און אהאלב יאר און ב"ה עס ארבעט פאר מיר, זאל ג-ט העלפן ווייטער
לעצט פארראכטן: כ"ז שבט התשע"ו 21:57 דורך יעקב.

ענטפער: אין די תורה איז דא די עצה פאר אלע פראבלמען כ"ז שבט התשע"ו 22:03 #243872

  • יעקב
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 78
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 29 מאל
  • קאָרמא: 0
אגב, עס איז גיט צו וויסן אז עס שטייט אין ביג בוק אז אויב איינער וויל וויסן אויב ער קען אליינס סטאפן אן דארפן ניצן די פראגראם זאל ער זעהן צו ער קען אויפהערן פאר 1 יאר, אויב איז ער מצליח פאר 1 יאר דאן זאל ער אנגיין ווייטער

ממילא סיי וועלכע עקספערימענט איינער מאכט איז לענ"ד אונטער א יאר נישט קיין סימן אז עס ארבעט.

ווי אויך אויב טיילט איר מיט אז עפעס ארבעט פאר אייך, ביטע זייט מסביר פון וואס איר זענט ריין,
ווייל מיין אדיקשאן איז "לאסט" ד.מ. טון פעולות מיר אויפצורייצן צו די תאוה,און נישט די פועל יוצא פון מעסטריבעטן אדער ערגער, ממילא אויב עפעס ארבעט וויל איך וויסן צו עס ארבעט אויך אויף "לאסט"
 
ענטפער: אין די תורה איז דא די עצה פאר אלע פראבלמען כ"ח שבט התשע"ו 13:54 #243875

  • בשמחה תמיד
  • איצטיגע שטרעקע: 277 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 3797
  • האט שוין געלייקט: 7 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 239 מאל
  • קאָרמא: 17
יעקב געשריבן on נישט באוואוסט:
אגב, עס איז גיט צו וויסן אז עס שטייט אין ביג בוק אז אויב איינער וויל וויסן אויב ער קען אליינס סטאפן אן דארפן ניצן די פראגראם זאל ער זעהן צו ער קען אויפהערן פאר 1 יאר, אויב איז ער מצליח פאר 1 יאר דאן זאל ער אנגיין ווייטער

ממילא סיי וועלכע עקספערימענט איינער מאכט איז לענ"ד אונטער א יאר נישט קיין סימן אז עס ארבעט.

ווי אויך אויב טיילט איר מיט אז עפעס ארבעט פאר אייך, ביטע זייט מסביר פון וואס איר זענט ריין,
ווייל מיין אדיקשאן איז "לאסט" ד.מ. טון פעולות מיר אויפצורייצן צו די תאוה,און נישט די פועל יוצא פון מעסטריבעטן אדער ערגער, ממילא אויב עפעס ארבעט וויל איך וויסן צו עס ארבעט אויך אויף "לאסט"

ווער איז די "ביג בוק" א ראשון? אדער אפשר גאר א תנא?? די תורה זאגט גאר אנדערש.... שבע פעמים יפול צדיק וקם

ענטפער: אין די תורה איז דא די עצה פאר אלע פראבלמען כ"ח שבט התשע"ו 14:39 #243877

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 1134 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 1022
  • האט שוין געלייקט: 4344 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1459 מאל
  • קאָרמא: 13
עס האט מיר היינט פארציילט א  סקווערער חסיד וואס איז אין עס עי, אז ער האט געפרעגט זיין רבי פאר ער איז אריין אין די פראגראם. און די רבי האט אים זייער שטארק געשטיפט אהין צו גיין. אזוי אויך האט ער געפרעגט א שאלה בנוגע דער יערליכער צוזאמקום וואס קומט פאר איין מאל א יאהר, פאר עס עי פרומע מעמבערס. זיין ווייב האט נישט געוואלט גיין, ווייל זי האט געפילט אז על פי רוב איז עס אהן מחיצות. זי האט געפרעגט דער רבי צו זיי זאלן גיין. דער רבי האט געענטפערט אז אויב עס איז דא אפילו א קליינע פראצענט אז עס וועט אים העלפן זאלן זיי גיין. עס האט מיר פאריגע וואך פארציילט א באבובער 45 חסיד אז כאטש ער איז אריין אין די פראגראם אהן פרעגן זיין רבי, האט ער עטליכע מאהל געשמועסט מיט זיין רבי דערוועגן און זיין רבי שטיצט עס זייער שטארק. ער האט אויך א חבר פון דעם חסידות וואס האט געפרעגט די רבי און ער האט זייער שטארק געהייסן אז ער זאל אריינגיין אין די פראגראם.
לעצט פארראכטן: כ"ח שבט התשע"ו 22:01 דורך GYE YIDDISH.

ענטפער: אין די תורה איז דא די עצה פאר אלע פראבלמען כ"ח שבט התשע"ו 15:21 #243878

  • נפש שוקקה
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 39
  • האט שוין געלייקט: 1 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 43 מאל
  • קאָרמא: 1
לדעתי העני' ווען א חסיד פרעגט א רבי צו וועם ער איז מקושר איז עס א פריוואטע שאלה געוואנדען אינעם שואל עס איז נישט קיין הוראה פאר א צוויטען און בכלל א רבי איז נישט קיין פוסק ער איז א מענטור פאר זיינע חסידים יעדער דארף אליינס פרעגען פון זיינע תורהדיגע און השקפהדיגע קוועלער

ענטפער: אין די תורה איז דא די עצה פאר אלע פראבלמען כ"ח שבט התשע"ו 17:09 #243885

  • מלחמת חיים
  • איצטיגע שטרעקע: 257 טעג
  • OFFLINE
  • פארבאטן
  • מעלדונגען: 96
  • האט שוין געלייקט: 46 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 97 מאל
  • קאָרמא: 2
יעקב" post=243870 date=1454808830

 איך ווייס נישט וואס איז ביי דיר פארעכנט אלס א ערענסע רב, אבער איך קען דיר מיטטיילן וויפיל איך ווייס
ר' יצחק אלעזר מאסקאוויטש
סקוועערער רבי
ר' גבריאל צינננער בעמ"ס נטעי גבריאל
ר' חיים קלמן גוטמאן
קוסובער רבי
ועוד הרבה 

א גרויסן יישר כח פאר די אינפארמאציע, אבער איך האב געוואלט פארעגן צו דו קענסט מיר קלאר מאכן אויף 2 שאלות,
 1) די רבנים שטיצן SA אויך, אדער דאס איז נאר די 12 סטעפס ?
2) די אלע רבנים ווייסן אז מען ווערט שוואך אין געוויסע זאכן אין אידישקייט, ווי למשל דאווענען, תפילין, וכדו', און דאך שטיפן זיי צו גיין, אדער זיי ווייסן נישט דעם אמת ?
לעצט פארראכטן: כ"ח שבט התשע"ו 17:12 דורך מלחמת חיים.

ענטפער: אין די תורה איז דא די עצה פאר אלע פראבלמען כ"ח שבט התשע"ו 17:30 #243886

  • בא לטהר
  • איצטיגע שטרעקע: 1484 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 335
  • האט שוין געלייקט: 69 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 423 מאל
  • קאָרמא: 8
מלחמת, איך וואלט דיר באמת געראטן אויפצוהייבן א טעלאפון און פרעגן. איך ווייס פאר זיכער אז עס זענען דא רבנים וואס זענען גוט באקאנט אין דעם ענין און זיי זאגן אזוי און אנדערע זאגן אנדערש. דאס איז זיכער אז ווער עס גייט אהין "יש לו על מי לסמוך" פון גדולי הרבנים גדולי תורה ויראה והשקפה וואס האלטן עולמות דערפון.

מען קען קיין שום מיינונג נישט ווארפן אונטערן קארפעט.

ענטפער: אין די תורה איז דא די עצה פאר אלע פראבלמען כ"ח שבט התשע"ו 17:34 #243887

  • דרך ממוצע
  • איצטיגע שטרעקע: 1385 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 119
  • האט שוין געלייקט: 50 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 216 מאל
  • קאָרמא: 0
עס איז דא הינדערטער חשובע אידן אין עס עי וואס האלטן תורה ומצות און זיי האבן א הערליך לעבן
יא עס איז דא וואס זענען געפאלען פאר א תקיפה עס איז אבער אויך דא די וואס זענען נישט געגאנגען צי עס עי און זיי טוהן אפ ......... מיטן חסידישען לבוש און זיי רעדן זיך נעבעך איין שבע יפול צדיק

לעצט פארראכטן: כ"ט שבט התשע"ו 12:45 דורך עבודת הבורא.

ענטפער: אין די תורה איז דא די עצה פאר אלע פראבלמען כ"ח שבט התשע"ו 18:13 #243888

  • יעקב
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 78
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 29 מאל
  • קאָרמא: 0
בשמחה תמיד געשריבן on נישט באוואוסט:

יעקב געשריבן on נישט באוואוסט:
אגב, עס איז גיט צו וויסן אז עס שטייט אין ביג בוק אז אויב איינער וויל וויסן אויב ער קען אליינס סטאפן אן דארפן ניצן די פראגראם זאל ער זעהן צו ער קען אויפהערן פאר 1 יאר, אויב איז ער מצליח פאר 1 יאר דאן זאל ער אנגיין ווייטער

ממילא סיי וועלכע עקספערימענט איינער מאכט איז לענ"ד אונטער א יאר נישט קיין סימן אז עס ארבעט.

ווי אויך אויב טיילט איר מיט אז עפעס ארבעט פאר אייך, ביטע זייט מסביר פון וואס איר זענט ריין,
ווייל מיין אדיקשאן איז "לאסט" ד.מ. טון פעולות מיר אויפצורייצן צו די תאוה,און נישט די פועל יוצא פון מעסטריבעטן אדער ערגער, ממילא אויב עפעס ארבעט וויל איך וויסן צו עס ארבעט אויך אויף "לאסט"

ווער איז די "ביג בוק" א ראשון? אדער אפשר גאר א תנא?? די תורה זאגט גאר אנדערש.... שבע פעמים יפול צדיק וקם

די ביג בוק האט נישט מחבר געווען א תנא אדער א ראשון, נאר א שכור א גוי, און עס איז די ערשטע בוק  אין די היסטאריע וואס איז געשריבן געווארן אויף צו היילן די מענטל קרענק וואס רופט זיך אדיקשאן, און ביז דעמאלטס איז נישט געווען קיין רפואה פאר דעם, און טויזענטער זענען געשטארבן פון אדיקשאן,

איינער וואס האט נסיונות אין שמירת ענים און אין עניני קדושה,
און ער דארף חיזוק, האט נישט וואס וואס צו נעמען פון דארט,
ער זאל לערנען די ספרים הקדושים פון מתן תורה ביז יעצט, און אויף אים איז געזאגט געווארן די פסוק שבע יפול צדיק ודי בזה.  

ענטפער: אין די תורה איז דא די עצה פאר אלע פראבלמען כ"ח שבט התשע"ו 19:51 #243891

  • בשמחה תמיד
  • איצטיגע שטרעקע: 277 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 3797
  • האט שוין געלייקט: 7 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 239 מאל
  • קאָרמא: 17
לויט מיין אינפארמאציע איז די שרייבער פון די בוך זעלבסט קיינמאל ריקאווערט געווארן

איז וואס איז די מיינונג פון א קראנקע שיכור'ע גוי ווערד אפילו צו דערמאנט ווערן

און דאס איז נאר בדרך אגב

עס איז דא א מחלה נוראה ומסוכנת וואס איז נאכמער מסוכן ווי אדיקשאן, און עס הייסט,"יאוש" און דער וואס פאלט דארט אריין, קען חלילה זיך נעמען דאס לעבן
און זיין איינציגסטע פלאץ צו געראטעוועט ווערן איז נאר אין SA
אדער איז דא נאך איין ברירה

עס זאל אוועקווארפן זיין יאוש און גלייבן אז ער קען יא פאררעכטן, און זיך ווענדן צו א רב זאל איהם ווייזן די ריכטיגע וועג

איז וואס טוט מען צו צווינגן מענטשן אריין אין SA מ'איז איהם מייאש די ערשטע סטעפ, און במילא בלייבט איבער בלויז 1 וועג ארויס...SA
אדער נעמען דאס לעבן

איך ווייס אז עס זענען דא וואס ווילן מיינען אז איך קום סתם אינטער רייסן SA
אבער הערט קודם וואס ביי מיר האט פאסירט ווער איר קלאר זעהן
אז דאס איז די מציאות הדברים

זינט איך בין געוואר געווארן אז איך בים אן אדיקט, האב איך מיר גענומען א ספאנסער און אנגעהויבן צו ארבעטן מיט די סטעפס, און איך האב זיך גאר שטארק אריינגענומען די ערשטע סטעפ אז איך בין POWERLESS און איך האב נישט באמערקט אז צוביסלעך האב איך פארלוירן מיין גאנצע SELF ESTEEM  און איך האב באקומען א געפיל אז איך בין א  VICTIM פון די אדיקשן, און מיין איינציגע וועג ארויס איז נאר אין SA
אבער אזוי ווי מיין רב האט מיך קלאר געמאכט אז לדעתו "דעת תורה" טאר איך נישט אהין גיין, האב איך כמעט יעדן טאג, געטראכט פון SUICIDE
ר"ל

ביז דער אויבערשטער האט געהאלפן און מיין רב האט געכאפט ווי איך בין פארפארן מיט די  POWERLESS
 און ער האט עס ארויסגעהאקט פון מיין קאפ, און ער זאגט מיר אז דא ליגט באהאלטן די גרויסע חורבן, פארוואס איבער 4 יאר בין איך סטאק אין מחשבות פון "מאבד עצמו לדעת" ה"י
און ב"ה זינט דאן שוין 2 וואכן וואס איך בין דערהויבן געווארן, און איך בין א ברי' חדשה, מיט  POWERFUL
כוחות און מיין גאנצע לאסט האט אויסגעוועפט און איך שטייג גאר שטארק אין עבודת השם
דער אויבערשטער זאל העלפן אויך אויף ווייטער
דערפאר ווען איינער שרייבט נאך די ווערטער פון די מקור טמא "ביג בוק" (מקור היאוש) אז אן א יאר סאברייעטי, איז גארנישט ווערד..... דאן טרינקט מען מיין און נאך הונדערטער אידן זייער בלוט

די תורה הקדושה די מקור הרפואות זאגט: שבע פעמים יפול צדיק וקם
א איד וואס פאלט, איז גארנישט שלעכט.... מ'הייבט זיך אויף און מ'גייט ווייטער
אין שום יאוש בעולם כלל!!!!!
געוואלד!!!!!!! זייט אייך נישט מייאש!!!!!!!!!!!!!!!!
 
לעצט פארראכטן: כ"ח שבט התשע"ו 20:10 דורך בשמחה תמיד.

ענטפער: אין די תורה איז דא די עצה פאר אלע פראבלמען ? כ"ט שבט התשע"ו 11:48 #243904

  • מגסבמס
  • איצטיגע שטרעקע: 90 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 266
  • האט שוין געלייקט: 98 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 176 מאל
  • קאָרמא: 5
עס איז מיר א חידוש צי הערען אז די מושג פין זיין פאערלעס האט דיר געברעהנגט צי יאוש, לויט וויפיל איך פארשטיי איז עס ממש די היפך פין יאוש. זיין פאערלעס מיינט אז אויב איך וועל נישט טוהן די ריכטיגע טריט דאן בין איך א פארטיגע, איך קען עס נישט דערשטיקען מיט נארמאלע אופנים, דעריבער מיז איך זיך מבטל זיין צידעת עליון סיי אין די מלחמה אין אויך אין אלע אנדערע חלקים פין מיין לעבען אזוי ווי אין יעדע ערענסטע זאך איז וויכטיג צי האבן א מורה דרך א רבי צי פארשטיין די מהלך פין 12 סטעפס, אז נישט איז מען עלול צי מאכען פאטאלע טעותים וואס אחריתה מי ישעירנו, אזוי ווי הרב בשמחה תמיד טוהט ארויסברענגען,

ענטפער: אין די תורה איז דא די עצה פאר אלע פראבלמען ? כ"ט שבט התשע"ו 12:36 #243908

  • בא לטהר
  • איצטיגע שטרעקע: 1484 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 335
  • האט שוין געלייקט: 69 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 423 מאל
  • קאָרמא: 8
נאר בקיצור נמרץ וועל איך מגיב זיין נאך וואס איך בין היינט פארנומען ב"ה

ביי מיר איז דער גרעסטער שמחה געווארן ווען איך בין געוואויר געווארן אז איך בין פאוערלעס און אז "איך" קען גארנישט. ווען איך האב צובראכן מיין זעלבסט זיכערקייט, דאס הייסט מיין גאות אז איך "דארף ווען קענען אליין" בין איך געווארן בשמחה, פארוואס?

ווייל יעצט בין איך אונטער מיין באשעפער דער הער פון די וועלט. יעצט ווייס איך אז איך בין גארנישט און ער איז אלעס. איך קליינער גארנישט בין אונטער זיין אויפזוכט.

ווילאנג איך האב פרובירט אליין מיט עצות ותחבולת בין איך נישט געווען אין ערגעץ, איינמאל איך האב אויפגעגעבן איז אלעס א מחייה. דאס איז דאך דער ניגון וואס מען זינגט לעצטנס:

רבון העולמים ידעתי כי הנני בידך לבד כחומר ביד היוצר ואם גם אתאמץ בעצות ותחבולת וכל יושבי תבל יעמדי לימיני להושיענו ולסמוך נפשי מבלעדי עוזך ועזרתך אין עזרה וישועה!
דאס איז דער יסוד פון זיין פאוערלעסס, "איך" בין נישט און "ער" איז יא.

דאס ברענגט מיר נישט קיין ייאוש, נאר אדרבה, דאס ברענגט מיר הכנעה פארן בורא כל עולמים. און ווי לויטעט נאר דאס חסידיש ווארט פון הייליגן רוזינער זי"ע: עד אנה אשית עצות בנפשי יגן בלבבי. ווילאנג איך וועל זוכן עצות וועט איך זיין טרויעריג, ווען איך וועל עס לאזן פאר הקב"ה וועל איך זיין פריילעך!

דאס לערנט אונז אויס סטעפ וואן!

סטעם טו זאגט דיר א שטאפל ווייטער, איך גלייב אז דער באשעפער האט "יא" אן עצה פאר מיר, "ער" קען יא. "איך" טאקע נישט אבער "ער" קען יא.

ווען איינער שטעלט זיך אפ ביי איך קען נישט פאלט ער אריין אין ייאוש ח"ו, פארדעם דארף מען גיין דערנאך און נעמען שטאפל צוויי, דער באשעפער קען יא.

איך זעה נישט ווי א ערליכער איד קען ווערן צוקלאפט פון אזא זאך.

אין די תורה איז דא די עצה פאר אלע פראבלמען ? כ"ט שבט התשע"ו 12:57 #243909

  • יעקב
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 78
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 29 מאל
  • קאָרמא: 0
בא לטהר געשריבן on נישט באוואוסט:

זייער קלאר און גיט ארויסגעברענגט

איינענ פון די זאכן וואס מ'ליינט און אנהייב פון א יעדע מיטונג ברענגט מען דארט קלאר ארויס די נקודה אזאין ריקאווערי ווערט מען געוואר אז מיר קענען יא סטאפן, און אז מיר גייען ניטש שטארבן דורכן נישט נאכגעבן,

עס איז אפי' איטערעסאנט וויאזוי מען קען מאכן אזא טעות אין אנשמירן א בלבול אז די ביג בוק איז די מקור היואוש, און די צייט וואס מ'האלט אין איין זאגן פונקט פארקערט אז מיטן אויבערשטן'ס הילף קענען מיר יא סטאפן נאר מיט די אייגענע כח זענען מיר פאערלאס,

און דאס ברענגט ארויס די וויכטיקייט פון האבן א ספאנסאר ווייל אליינס מיט די אייגענע קאפ קען מען מאכן אסאך טעותים.

און פארדעם איז זייער וויכטיג נישט צו מאכן קיין החלטות באזירט אויף די אייגענע עקספיריענס,און אודאי נישט עס ארויפשמירן אויף דעם פראגראם 
לעצט פארראכטן: כ"ט שבט התשע"ו 13:03 דורך יעקב.

ענטפער: אין די תורה איז דא די עצה פאר אלע פראבלמען כ"ט שבט התשע"ו 13:17 #243912

  • יעקב
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 78
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 29 מאל
  • קאָרמא: 0
 
נישט צו א יעדן האט איך גערעדט פערזענדליך אבער צו קאסובער רבי האב איך גערעדט פערזענדליך, עס טוט אים אפשר וויי געוויסע פרטים אבער ער האלט יא זייער קלאר און שארף אז איינער וואס דארף עס זאל גיין 
לעצט פארראכטן: א' אדר התשע"ו 10:19 דורך יעקב.

ענטפער: אין די תורה איז דא די עצה פאר אלע פראבלמען ? כ"ט שבט התשע"ו 13:59 #243919

  • מגסבמס
  • איצטיגע שטרעקע: 90 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 266
  • האט שוין געלייקט: 98 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 176 מאל
  • קאָרמא: 5
גם בלא כל הנ"ל סתם מתפלל זיין איז אויך עפעס געטוהן וואס דאס איז די יסוד פין די ערשטע דריי סטעפס.

איך מיין אז ווען איינער לערנט ריכטיג אהפ די סטעפס וועט ער זעהן אז עס איז נישטא קיין שום זאך דורט וואס איז קעגען א דבר אחד מן התורה

ענטפער: אין די תורה איז דא די עצה פאר אלע פראבלמען ? כ"ט שבט התשע"ו 14:07 #243920

  • בא לטהר
  • איצטיגע שטרעקע: 1484 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 335
  • האט שוין געלייקט: 69 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 423 מאל
  • קאָרמא: 8
איי עם סארי, פארוואס זאל סטעפ וואן ברענגן ייאוש? עס דארף ברענגן דעם מענטש צום "אמת" אז איך האב פרובירט און איך קען נישט.
איך האב פרובירט צו לערנען יעדען טאג נאך א שעה, אם פגע בך מנובל זה משכהו לביהמ"ד.
איך האב פרובירט צו וויינען ביים דאווענען, צו לערנען מוסר, צו מחזק זיין אידן, צו טוען חסד פאר אנדערע און נאך און נאך זאכן וואס איך האב אלץ געטוען צו זיך האלטן ריין.
ליידער האבן אלע זאכן נישט געהאלפן, און איך בין שוין ענדליך מודה אז איך, יא איך גרויסער איך, בין פאוערלעסס איבער דעם מחלה, איך קען נישט אליין,

יצרו של אדם מתגבר בכל יום ויום, און ווי איך האב געהערט פון א גרויסע רב, וואזנער פון לאנדאן, מיינט דעם מאמר חז"ל אלמלי הקב"ה עוזרו אינו יכול לו אויפ'ן יצר הרע וואס קומט מיט די צייט, וואס מען האט זיך אנגעמאכט, פון אזאליכע זאכן אויף וואס מיר ליידן. און מיר האלטן דארט ביים מודה זיין אז אלמלי הקב"ה עוזרו אינו יכול לו, אז איך קען נישט אן דעם באשעפער.

דאס איז סטעפ וואן און טו. מען דארף אנקומען צו א אויפכאפונג אז עס איז דא א גרויסער באשעפער וואס קען מיר "יא" העלפן, אפי' איך קען זיך נישט העלפן. דאס איז דאך פשוט א חז"ל. און צוריק צום נושא, ביטע זייט מסביר וויאזוי א סטעפ וואן מאכט אייך מייאוש?
לעצט פארראכטן: כ"ט שבט התשע"ו 21:22 דורך GYE YIDDISH.

אין די תורה איז דא די עצה פאר אלע פראבלמען? כ"ט שבט התשע"ו 17:46 #243944

  • מלחמת חיים
  • איצטיגע שטרעקע: 257 טעג
  • OFFLINE
  • פארבאטן
  • מעלדונגען: 96
  • האט שוין געלייקט: 46 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 97 מאל
  • קאָרמא: 2
נאכן איבערליינען וואס עס האט זיך געטוען דא, איבען ענין פון "פאוערלעס" און "פאוערפאל", וויל איך פשוט רעדן פון מיין עקספיריענס ווי אזוי עס גייט ביי מיר. אלע יארן האט מיר זייער געבאדערט די קשיא, פון איין זייט שטייט און אסאך ספרי קודש, (עיין המכתב הנורא בשפת אמת, ליקוטים לחודש אלול), אז א מענטש קען גאר נישט טוען אליין, נאר דער באשעפער קען, סיי ווי אזוי ער זאל דאווענען, און סיי ווי אפגעהיטן ער זאל זיין אלעס טוט דער אייבערשטער, פרעגט ער דארט און וואס דארף א מענטש טוען,
דער תירוץ איז 2 זאכן, 1) האבן א רצון צו זיין גוט, 2) מתפלל זיין, למעשה זאגט ער דארט אז מתפלל זיין אליין ווענדט זיך אין השי"ת אבער עכ"פ ער דארף האבן א רצון מתפלל צו זיין, עיי"ש כי קצרתי מאוד, און די נקודה שטייט און אסאך ספרי קודש. ווייטער פון די אנדער זייט איז דא זייער אסאך ספרי מוסר ויראה, אז א מענטש דארף וויסן אז ער האט כוחות למעלה מן הטבע, און עס איז נישט דא א זאך אויף די וועלט וואס ער קען נישט אויספירן אויב וויל ער באמת, און א מענטש דארף זיך שטארקן און יעדע מצב. וכו, איך וויל נישט יעצט מאריך זיין, אויב עס וועט אויספעלן וועט מען מער מאריך זיין. למעשה זעהט דאס אויס ווי א סתירה, (איך וויל שרייבן דא במאמר המוסגר, אז די סתירה האט נישט קיין שייכות מיט די קשיא פון די בחירה און די ידיעה, די סתירה וואס איך שרייב דא איז אין די נקודת הבחירה אליין ווי ווייט עס גייט די כח הבחירה פון א מענטש) .
ברם זכור אותו איש לטובה, הרב אברהם צבי קלוגער שליט"א ער האט זיך אריינגעלייגט אין די נושא לאורכה ולרחבה, און ארויסגעגעבן 2 בענדער מיט א ביאור נפלא איבער די ענין פון די כח הבחירה, הפלא ופלא, די ספר הייסט "ישראל בחירי", עס איז דא צו באקומען אין די געשעפטן. (דרך אגב, דארט האט ער 2 מאמרים איבער די נושא פון די 12 סטעפס, איין מאמר הייסט "שבע יפול צדיק וקם", די צווייטע מאמר הייסט "בין ישראל לעמים", ווי ער איז מבאר די גאנצע נושא בטוב טעם ודעת, איך וואלט געראטן פאר יעדן וואס איז מבקש דעם אמת לאמיתו, זאל קויפן די ספר און ער וועט זיכער נהנה זיין.)
למעשה לויט ווי איך האב פארשטאנען דארף א איד וויסן אז ביידע איז אמת, סיי ער קען זיך נישט געבן קיין ריר אן השי"ת און יעדע זאך וואס ער וויל זוכה זיין דארף ער בעטן און זיך פארלאזן אויפן אייבערשטן, און אן השי"ת קען א מענטש גארנישט טוען.ובחדא מחתא דארף ער אבער זיין שטארק ווי א לייב און וויסן אז ער טאר נישט עובר זיין אויף רצון השם, און ער האט די כח בייצוקומען די שווערסטע יצר הרע'ס. למעשה איז דאס אביסל שווער פאר יעדן צו כאפן די טיפקייט דערפון אבער דאס איז די עבודה פון א איד,
איך האף דער עולם האט פארשטאנען. היינט צוטאגס וואס השי"ת האט מיך געהאלפן איך האב מיך אויסגערעדט פאר אן ערליכער רב (הרב צא"ה), און ער האט מיך אנגעהויבן צו ווייזן די ריכטיגע דרך התורה זיך צו היילן, דעמאלט האב איך אנגעהויבן פילן גאר א נאנטע קשר מיט השי"ת איך האב געפילט ווי א בן למקום, אין פארשטאנען אז השי"ת וויל נישט פון מיר "סאברייעטי", השי"ת וויל פון מיר אז איך זאל זיין נכנע צו אים, און פאלגן אלעס וואס ער הייסט אן קיין חשבונות, און שמירת עינים איז א יסוד גדול און עבודת השם, מען טאר נישט קוקען אויפן גאס בכלל, מען טאר נישט קוקן אויף קיין שום פרוי, אפילו עס טריגערט נישט עס איז אן איסור דאורייתא, ממילא האב איך אנגעפאנגן זיך צו שטארקן קודם מיט שמירת עינים און נאכדעם מיט נאך און נאך ווויכטיגע יסודות. נישט וועגן דעם היט איך מיינע אויגן ווייל איך וויל זיין סאובער, איך היט מיינע אויגן ווייל דאס וויל השי"ת פון מיר, און איך וויל אים פאלגן, און אוזי מיט אלע אנדערע גדרים וסייגים, איך וויל זיין סאובער נישט ווייל דעמאלט בין איך חשוב איך האב א צאל פון סארייעטי טעג, איך וויל זיין זויבער ווייל השי"ת הייסט מיך (ביי קר"ש) 2 מאל א טאג, "והייתם קדושים לאלקיכם" און פון איין זייט ווייס איך אז איך האב די כוחות, און פון די אנדערע זייט וויין איך צו אים יעדן טאג אז אן אים קען איך גארנישט, און תיכף נאכן וויינען בין איך מיך מחזק אז איך האב כוחות שלא כדרך הטבע און מען גייט ווייטער אן.
רבותי וואס זאל איך ענק זאגן מיין לעבן איז מיר געווארן אויפגעראכטן, איך לעב ממש אין גן עדן מיט מיין זיסער טאטע, אני לדודי ודודי לי, איך רייס פון מיר שטיקער פאר שמירת עינים און שמירת הגדרים וסייגים בענעיני קדושה, און השי"ת שעפט דערפון נחת און איך האב הנאה דערפון. איך פיל מיך גוט פון מיר אליין. איך האף אז עס זענען דא מעמבער וואס מיין עקספיריענס קען זיי אביסל העלפן יישר כח.    
לעצט פארראכטן: כ"ט שבט התשע"ו 20:29 דורך GYE YIDDISH.

ענטפער: אין די תורה איז דא די עצה פאר אלע פראבלמען כ"ט שבט התשע"ו 19:24 #243958

  • יעקב
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 78
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 29 מאל
  • קאָרמא: 0
 דאס וואס דו שרייבסט וועגן דעם שכור, איז סתם געווארפן זאמד אין די אויגן. עס איז נישט קיין סוד אז טויזענטער מענטשן זענען געהיילט געווארן דורך די מהלך, און זיי זענען שוין ריין פאר צענדליגע יארן.

2 דער וועג וואס די רב זאגט, וועט אייביג ארבעטן, ווייל ווען מ'וועט האבן א נפילה וועט מען זאגן יא, דאס איז די דרך התורה אז מען דארף זיך שטארקן אפי' אויב מ'פאלט אדורך 100 מאל א טאג, מוועט קיינמאל נישט קענען איבערווייזן אז ס'ארבעט נישט. ממילא...... איך האב מער נישט וואס צו זאגן
לעצט פארראכטן: ל' שבט התשע"ו 13:53 דורך יעקב.

ענטפער: אין די תורה איז דא די עצה פאר אלע פראבלמען כ"ט שבט התשע"ו 19:25 #243959

  • יעקב
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 78
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 29 מאל
  • קאָרמא: 0
זייער גוט געשריבן. איך וועל בע"ה שוין אויך נישט ענטפערן אויף דעם נושא,  

מיין ציל פארן ארויפקומען איז געווען כדי צו געבן קלארקייט פאר איינער וואס וויל וויסן דעם אמת. אבער איך מיין אז עס איז שוין דא גענוג געשריבענע סחורה פאר איינער וואס האט שוין גענוג געליטן, און ער וויל שוין נישט נישט לעבן דעם דאפעלטן לעבן, און זיך לאזן נארן, אין דעם ליגענט פון שבע יפול צדיק וקם, און ביני לביני צווישן איין חיזוק און די אנדערע, עובר זיין די ערגסטע עבירות אין די תורה, און חרוב מאכן זיין ווייב און קינדער, וכו' וכו' אין די צייט וואס עס איז דא בע"ה א וועג ארויס אינגאנצן פון דעם זומפ. 

ובפרט אז די שמועס איז ארויס פון נארמאלע גדרים מיט שרייבן שארפע לשונות וכו'
 ממילא וועט בע"ה דאס זיין מיין לעצטע פאסט בנוגע די ענין
לעצט פארראכטן: ל' שבט התשע"ו 13:53 דורך יעקב.

ענטפער: אין די תורה איז דא די עצה פאר אלע פראבלמען ? ג' אב התשע"ט 17:30 #257624

  • אחי חזק
  • איצטיגע שטרעקע: 5 טעג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 8
  • האט שוין געלייקט: 37 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 9 מאל
  • קאָרמא: 1
מלחמת חיים געשריבן on ט"ו שבט התשע"ו 17:52:
לכבוד מיינע אלע טייערע חבירים וידידים חדשים גם ישנים. איך וויל דא אבסיל ארויסברענגען מיינע געפילן ברבים, און עס וועט זיכער זיין געוויסע מעמבער וואס דאס וועט זיי זייער ארויסהעלפן.

קודם וויל איך אויסדרוקן א געוואלדיגע שבח והודיה פארן אייבערשטן, אז ער האט מיך געהאלפן ארויסגיין מבירא עמיקתא לאיגרא רמה, מאפילה לאור גדול, איך האב זיך יארן לאנג געמוטשעט און נישט געטראפן קיין לעזונג פאר מיינע פראבלעמען, געוואלט זיין נאנט מיטן אייבערשטן, געוואלט זיין אן ערליכע איד, געטוען אלעס אויף די וועלט און עס האט נישט געהאלפן גארנישט, און פארשטייט זיך די פועל יוצא איז געווען לאסט מיט הוז"ל וואס האט איבערגענומען מיין קאנטראל אויף מיין לעבן, ביז איך האב געפילט אז מיין לעבן גייט זיך ענדיגן אויף א פאטאלע אופן.

למעשה האב איך פארשטאנען אז עס קען נישט זיין אז די תורה האט נישט פאר מיר א וועג, עס מוז זיין אז עפעס האט דא געפעלט, בס"ד האב איך מיך אנגעגארטעלט, און געגאנגען צו 2 עריכע אידן, וואס האבן אין זיך חכמה און דורכגערעדט די גאנצע ענין, וואס זאל איך טוען למעשה.

(דרך אגב במאמר המוסגר, וויל איך מודיע זיין פארן ציבור אז זייט קבלת התורה איז די עצה פון אלע פראבלעמען איבערגעגעבן געווארן פאר די תלמידי חכמים און ערליכע אידן וואס האבן זוכה געעוען צו זיין דבוק בהשם ובתורותו, זיי האבן די עצות פאר אלע פראבלעמען, כאטש מאנכע דא טענה'ן אז א דיין וואס קען זיך נישט אויס און ער פאסקענט אין עניני אדיקשאן איז א רוצח, דאס איז ממש שיטת הגוים, די תורה גיט ליכטיגקייט אין חכמה פאר אירע לערנערס, און די וואס זאגן אנדערשט זענען אין די בחינה פון מאי אהני לן רבנן, וואס דאס ווערט אנגערופן אין חז"ל, אפיקורסות).

למעשה אנהייב בין איך נאך געגאנגען צו א טעראפיסט, למעשה וויל איך דא באדאנקען די צוויי רבנים וואס איך אי"ה זיין מקושר צו זיי א גאנץ לעבן, וואס האבן מיך געשטעלט אויפן פלאץ, און היינט דארף איך נישט קיין שום טעראפיסט, עס האט מיר פשוט געפעלט פארשידענע יסודות, מיין קאפ האט געהאט פארשידענע קרומקייטן וואס מיינט בכלל עבודת השם, בעיקר איז מיין פראבלעם געווען אז מיין גאנצע עבודת השם איז געווען געבויעט אויף קראנקע יסודות אין איגו, ממילא האט דאס נישט געארבעט, אין די פועל יוצא איז געווען לאסט מיטט הוצאת ז"ל.

סך הכל.
היינט צוטאגס מיט די הדרכה פון ערליכע אידן פראביר איך צו דינען השי"ת מיט אן אמת, ב"ה עס איז צוריקגעקומען מיין ווארימקייט און אמאליגע ברען, צום דאווענען, צו א שבת קודש, צו א מצוה, איך דאווען ב"ה אלע דריי תפילות מיט מנין, איך לערן אפאר בלאט גמרא יעדן טאג, איך פיל מיך ממש אין גן עדן, און פארשטייט זיך אז אטאמאטיש גלוסט מיך מער נישט צו די אלע חאזעריי, ובפרט ע"פ הדרכת הרבנים איז די יסוד שמירת עינים, איך לערן יעדן טאג מוסר אויף שמירת עינים, אן דאס העלפט מיר זייער שטארק, און תיכף ווען עס כאפט מיר אן די מינדעסטע תאוה, לייג איך אריין מיין קאפ אין אמת'דיגע זאכן וואס ברענגען מיר סיפוק, (איך בין זייער מקצר), און ב"ה עס העלפט מיר זייער אסאך.

צום אויספיר.
די צוויי רבנים צו וועם איך בין מקושר זענען גרייט צו העלפן ווער עס וויל, איינער פון זיי בעהט געלט, און דער אנדערער איז פשוט מן הנימוס אז מען זאל אים באצאלן פאר די אלע שעות וואס ער גיט זיך אוועק, אבער איך זאג אייך עס לוינט זיך יעדע פעני. ווער עס וויל וויסן די נעמען אין די נומערן קען זיך פארבונדן מיט מיר פריוואט.

איינער ווייסט אויב די מענטש דריידט זיך נאך דא אויב נישט ווער זענען זיינע רבנים פין וועם ער רעדט ?

ענטפער: אין די תורה איז דא די עצה פאר אלע פראבלמען ? ג' אב התשע"ט 21:19 #257631

  • אין שום יאוש
  • איצטיגע שטרעקע: 374 טעג
  • OFFLINE
  • אדמיניסטראטאר
  • מעלדונגען: 508
  • האט שוין געלייקט: 940 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 994 מאל
  • קאָרמא: 21
אחי חזק געשריבן on ג' אב התשע"ט 17:30:

מן הסתם ר' צבי אלימלך הערשקאוויטש

ענטפער: אין די תורה איז דא די עצה פאר אלע פראבלמען ? ד' אב התשע"ט 16:31 #257679

  • אחי חזק
  • איצטיגע שטרעקע: 5 טעג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 8
  • האט שוין געלייקט: 37 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 9 מאל
  • קאָרמא: 1

ער טוט אויף ?

ענטפער: אין די תורה איז דא די עצה פאר אלע פראבלמען ? ד' אב התשע"ט 21:00 #257690

  • ber
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 151
  • האט שוין געלייקט: 837 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 394 מאל
  • קאָרמא: 2
אין שום יאוש געשריבן on ג' אב התשע"ט 21:19:

אחי חזק געשריבן on ג' אב התשע"ט 17:30:

מלחמת חיים געשריבן on ט"ו שבט התשע"ו 17:52:
לכבוד מיינע אלע טייערע חבירים וידידים חדשים גם ישנים. איך וויל דא אבסיל ארויסברענגען מיינע געפילן ברבים, און עס וועט זיכער זיין געוויסע מעמבער וואס דאס וועט זיי זייער ארויסהעלפן.

קודם וויל איך אויסדרוקן א געוואלדיגע שבח והודיה פארן אייבערשטן, אז ער האט מיך געהאלפן ארויסגיין מבירא עמיקתא לאיגרא רמה, מאפילה לאור גדול, איך האב זיך יארן לאנג געמוטשעט און נישט געטראפן קיין לעזונג פאר מיינע פראבלעמען, געוואלט זיין נאנט מיטן אייבערשטן, געוואלט זיין אן ערליכע איד, געטוען אלעס אויף די וועלט און עס האט נישט געהאלפן גארנישט, און פארשטייט זיך די פועל יוצא איז געווען לאסט מיט הוז"ל וואס האט איבערגענומען מיין קאנטראל אויף מיין לעבן, ביז איך האב געפילט אז מיין לעבן גייט זיך ענדיגן אויף א פאטאלע אופן.

למעשה האב איך פארשטאנען אז עס קען נישט זיין אז די תורה האט נישט פאר מיר א וועג, עס מוז זיין אז עפעס האט דא געפעלט, בס"ד האב איך מיך אנגעגארטעלט, און געגאנגען צו 2 עריכע אידן, וואס האבן אין זיך חכמה און דורכגערעדט די גאנצע ענין, וואס זאל איך טוען למעשה.

(דרך אגב במאמר המוסגר, וויל איך מודיע זיין פארן ציבור אז זייט קבלת התורה איז די עצה פון אלע פראבלעמען איבערגעגעבן געווארן פאר די תלמידי חכמים און ערליכע אידן וואס האבן זוכה געעוען צו זיין דבוק בהשם ובתורותו, זיי האבן די עצות פאר אלע פראבלעמען, כאטש מאנכע דא טענה'ן אז א דיין וואס קען זיך נישט אויס און ער פאסקענט אין עניני אדיקשאן איז א רוצח, דאס איז ממש שיטת הגוים, די תורה גיט ליכטיגקייט אין חכמה פאר אירע לערנערס, און די וואס זאגן אנדערשט זענען אין די בחינה פון מאי אהני לן רבנן, וואס דאס ווערט אנגערופן אין חז"ל, אפיקורסות).

למעשה אנהייב בין איך נאך געגאנגען צו א טעראפיסט, למעשה וויל איך דא באדאנקען די צוויי רבנים וואס איך אי"ה זיין מקושר צו זיי א גאנץ לעבן, וואס האבן מיך געשטעלט אויפן פלאץ, און היינט דארף איך נישט קיין שום טעראפיסט, עס האט מיר פשוט געפעלט פארשידענע יסודות, מיין קאפ האט געהאט פארשידענע קרומקייטן וואס מיינט בכלל עבודת השם, בעיקר איז מיין פראבלעם געווען אז מיין גאנצע עבודת השם איז געווען געבויעט אויף קראנקע יסודות אין איגו, ממילא האט דאס נישט געארבעט, אין די פועל יוצא איז געווען לאסט מיטט הוצאת ז"ל.

סך הכל.
היינט צוטאגס מיט די הדרכה פון ערליכע אידן פראביר איך צו דינען השי"ת מיט אן אמת, ב"ה עס איז צוריקגעקומען מיין ווארימקייט און אמאליגע ברען, צום דאווענען, צו א שבת קודש, צו א מצוה, איך דאווען ב"ה אלע דריי תפילות מיט מנין, איך לערן אפאר בלאט גמרא יעדן טאג, איך פיל מיך ממש אין גן עדן, און פארשטייט זיך אז אטאמאטיש גלוסט מיך מער נישט צו די אלע חאזעריי, ובפרט ע"פ הדרכת הרבנים איז די יסוד שמירת עינים, איך לערן יעדן טאג מוסר אויף שמירת עינים, אן דאס העלפט מיר זייער שטארק, און תיכף ווען עס כאפט מיר אן די מינדעסטע תאוה, לייג איך אריין מיין קאפ אין אמת'דיגע זאכן וואס ברענגען מיר סיפוק, (איך בין זייער מקצר), און ב"ה עס העלפט מיר זייער אסאך.

צום אויספיר.
די צוויי רבנים צו וועם איך בין מקושר זענען גרייט צו העלפן ווער עס וויל, איינער פון זיי בעהט געלט, און דער אנדערער איז פשוט מן הנימוס אז מען זאל אים באצאלן פאר די אלע שעות וואס ער גיט זיך אוועק, אבער איך זאג אייך עס לוינט זיך יעדע פעני. ווער עס וויל וויסן די נעמען אין די נומערן קען זיך פארבונדן מיט מיר פריוואט.

איינער ווייסט אויב די מענטש דריידט זיך נאך דא אויב נישט ווער זענען זיינע רבנים פין וועם ער רעדט ?

מן הסתם ר' צבי אלימלך הערשקאוויטש

יא ער גייט צו הרב הערשקאוויטש, ער איז פון זיינע גרויסע חסידים.

איך בעט דיך, האלט דיך רואיג.... בערל!!

ענטפער: אין די תורה איז דא די עצה פאר אלע פראבלמען ? ד' אב התשע"ט 21:01 #257691

  • ber
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 151
  • האט שוין געלייקט: 837 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 394 מאל
  • קאָרמא: 2
אחי חזק געשריבן on ד' אב התשע"ט 16:31:

ער טוט אויף ?

יא ואנכי בתוכם

איך בעט דיך, האלט דיך רואיג.... בערל!!

ענטפער: אין די תורה איז דא די עצה פאר אלע פראבלמען ? ד' אב התשע"ט 21:06 #257693

  • אין שום יאוש
  • איצטיגע שטרעקע: 374 טעג
  • OFFLINE
  • אדמיניסטראטאר
  • מעלדונגען: 508
  • האט שוין געלייקט: 940 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 994 מאל
  • קאָרמא: 21
ber געשריבן on ד' אב התשע"ט 21:00:

יא ער גייט צו הרב הערשקאוויטש, ער איז פון זיינע גרויסע חסידים.

בער די ציילסט טעג? נו

ענטפער: אין די תורה איז דא די עצה פאר אלע פראבלמען ? ד' אב התשע"ט 21:13 #257694

  • ber
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 151
  • האט שוין געלייקט: 837 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 394 מאל
  • קאָרמא: 2
אין שום יאוש געשריבן on ד' אב התשע"ט 21:06:

ber געשריבן on ד' אב התשע"ט 21:00:

יא ער גייט צו הרב הערשקאוויטש, ער איז פון זיינע גרויסע חסידים.

בער די ציילסט טעג? נו

דו ווייסט אז איך בין נישט גורס קיין טעג......

איך בעט דיך, האלט דיך רואיג.... בערל!!

ענטפער: אין די תורה איז דא די עצה פאר אלע פראבלמען ? ד' אב התשע"ט 21:59 #257695

  • אין שום יאוש
  • איצטיגע שטרעקע: 374 טעג
  • OFFLINE
  • אדמיניסטראטאר
  • מעלדונגען: 508
  • האט שוין געלייקט: 940 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 994 מאל
  • קאָרמא: 21
ber געשריבן on ד' אב התשע"ט 21:13:

אין שום יאוש געשריבן on ד' אב התשע"ט 21:06:

ber געשריבן on ד' אב התשע"ט 21:00:

יא ער גייט צו הרב הערשקאוויטש, ער איז פון זיינע גרויסע חסידים.

בער די ציילסט טעג? נו

דו ווייסט אז איך בין נישט גורס קיין טעג......

דאס פרעג איך וואס מיינט די 9 אויבן

  • בלאט:
  • 1
  • 2
  • 3
צייט צו מאכן א בלאט: 1.37 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא