כבוד הרב מלחמת חיים
קודם מזל טוב צו דיין דערגרייכונג, זאל דיר דער גרויסער באשעפער געבן נאך און נאך און נאך אגאנץ לעבן זאלסטו זיין ריין און ערליך, אויפריכטיג און צופרידן. זאלסט האבן פיל נחת פון אלע דיינע קינדער, פון דיין ארבייטן און פון אלע ארום דיר. סך הכל, זאלסט זיין גליקלעך און צופרידן.
איך זעה אז דו האסט געשריבן מיין נאמען אלץ א חשובע מעמבער, איך זאג דיר דעם אמת, עס האט מיר זייער געשמעקט דעם טיטול... נאר אזוי ווי האסט מיר דערמאנט וועל איך טאקע שרייבן את אשר בלבבי.
1. איך בין ב"ה פארנומען אין מיין ארבייט, איך קען נישט אפגעבן צופיל צייט צו שרייבן און דורכטוהן, מיר איז גרינגער צו רעדען אויפ'ן טעלעפאון וואס נעמט נישט אזויפיל צייט און טוט זיך גרינגער ווי שרייבן.
2. איך שפיר אז איך בין זייער איינזייטיג ווען עס קומט צו א געוויסע נושא. איך בין למעשה נישט ראוי צו מייעץ זיין וכו', איך קען נאר איבערגעבן וואס מיט "מיר" פאסירט אן אריינגיין אין וואס איז ריכטיג אדער נישט. במילא ווילאנג עס גייט די רעדע דא פון דעם "געוויסע נושא" שפיר איך אז איך קען נישט זיין א חלק דא.
3. רוב נושאים באלאנגן פריוואט אויסגעשמועסט צו ווערן, נישט אין א פארום. למשל אויב איינער האט געוויסע פראבלעמן איז עס דען א נחלת הכלל? דארף יעדער מיטהאלטן? דארף יעדער אים מייעץ זיין? נו וועלכע עצה וועט ער אנעמען, די וואס געפעלט אים די מערסטע? איז דאס ריכטיג? איך בין גרייט פאר יעדען פריוואט צו ענטפער, שמועסן, געבן פון מיין עקספיערענס און האפענונג אויף ווייטער, אבער ברבים? איך האלט ס'איז נישט ריכטיג!
4. איך פאר מיר גלייב אז ווען איינער וויל אמת'ע הילף קומט ער אן, אזוי ווי מיט מיר האט פאסירט, איך האב ב"ה היינט הילף, איך וואלט נישט איבערגעלעבט דעם טאג אן דעם, און טאקע יעצט בשעת איך שרייב גיי איך דורך א שווערע פעקל, און ווען נישט וואס איך האב דעם הילף אין די ענינים וואלט איך געווען חרוב ונחרב, און די הילף האב איך באקומען אומדירעקט דורך דעם זייטל, אבער נישט דירעקט, נישט פון שרייבן דא איז עס געקומען. פאר דעם איז מיין מיינונג, עס מוז נישט זיין אז איך בין גערעכט, אז פאר אמת'ע הילף דארף מען נישט דא שרייבן, נאר דא דארף זיין פאר די וואס ווילן אנהייבן אנצוקומען צו עפעס, דא קען מען אסאך טרעפן צו גיין ווייטער.
ועוד ועוד וואס איך קען ווען שרייבן, נאר יכלה הזמן והם לא יכלו, איך האב זיך יעצט ארויפגעשריבן דא צו ליינען נאך פיר טאג נישט זעהן דעם זייטל, און איך וואונטש אייך אלע כל טוב וטוב.
ווער עס וויל זיך פארבינדן מיט מיר איז מיין אימעיל אדרעס
This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it
.
זייט אלע געבענטשט און סאבער