ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1

טעמע: היום לעשותם -- היינט הויב איך אן 1284 באזוכער

היום לעשותם -- היינט הויב איך אן כ' תמוז התשע"ז 11:15 #245714

  • טעוויע
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 9
  • האט שוין געלייקט: 11 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 15 מאל
  • קאָרמא: 1

שלום וברכה, איך בין ניי, מיינע בעקעלעך פלאקערן אין רויט פאר בושה און איבערראשונג, אבער חבר אני, כ'בין אויך א חבר אין דער הייליגער חבורה.
היום לעשותם, היינט הויב איך אן מיין נייע רייזע צו באקעמפן דעם נחש, די רייזע וואס כ'האב מיך שוין ארויסגעלאזט אומצאליגע מאל, אבער היום לעשותם, היינט שפיר איך אז איך האב האפענונג מיט דער באגלייטונג און סימפאטיע פון אחים לצרה.
כ'בין נאכנישט באקוועם מיט דעם גייסט פון דאס פלאץ, פאר מיינע אויגן שטייען די ווערטער אשרי נשוי פשע כסוי חטאה, זינד דארפן בלייבן פארדעקט, פון דער אנדערער זייט זאגט דער הייליגער רבי אלימלך אין צעטיל קטן, לספר בכל פעם לפני המורה לו דרך השם, ואפילו לפני חבר נאמן, כל המחשבות והרהורים רעים אשר הם נגד תורתינו הקדושה אשר היצר הרע מעלה אותן על מוחו ולבו, הן בשעת תורה ותפילה, הן בשכבו על מטתו, והן באמצע היום, ולא יעלים שום דבר מחמת הבושה, ונמצא על ידי סיפור הדברים שמוציא מכח אל הפועל, משבר את כח היצר הרע שלא יוכל להתגבר עליו כל כך בפעם אחרת, חוץ עצה הטובה אשר יוכל לקבל מחבירו שהוא דרך השם, והוא סגולה נפלאה, דארף מען וויסן די ריכטיגע גאנג און דרך הממוצא.
תכלית גערעדט טו איך מיך אנשליסן אין דער סגל חבורה פון גיין העכער און בעסער איין טריט אויפאמאל, ויהי בואי לברכה ולשלום ולהרמת קרן נשמתי.    
איין שאלה וואס איך האב, מיך האט מען אלץ געלערנט טראכט נישט, רעדט נישט, זיי דיך אינגאנצן מסלק, דא זע איך אן אנדערער צוגאנג, אז דוקא מיטגלידערשאפט מיט חברים און דיסקוסיעס איבער דער נושא, ברענגט דער ישועה, וואס איז דער אמת?

ענטפער: היום לעשותם -- היינט הויב איך אן כ' תמוז התשע"ז 12:20 #245716

  • קטן שנולד
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 644
  • האט שוין געלייקט: 681 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 704 מאל
  • קאָרמא: 10

ברוכים הבאים לכבוד חבירנו היקר 'טעוויע' שיחי'

איך מיין אז די תשובה איז אזוי.
ביסט גערעכט אז די וועג איז 'נישט צו טראכטן' און מסיח דעת זיין. אבער אויב אזוי וואס איז דיין פראבלעם? פארוואס האסטו נאכנישט מצליח געווען ביז יעצט? פארוואס האט 'היסח הדעת' נישט געארבייט ביי דיר ביז יעצט?

שטארק מעגליך אז עס איז דא געוויסע זאכן וואס שטערן דיר פון מסיח דעת זיין. 

דאס איז די ציל פון די פארום. מיר זאלן אפירזיכן די זאכן וואס מאכט אונז 'יא טראכטן', און קעיר נעמען פון דעם, אזוי ארום וועלן מיר זיין פולקאם גרייט צו מסיח דעת זיין פון די שטותים. 

אסאך חברים וואס זענען געווען זייער אקטיוו דא אויפן פארום קומען כמעט מער נישט אריין דא. ווייל זיי האבן זיך געלערנט די וועג פון לעבן. זיי האבן פארענטפערט אלעס וואס עס האט זיי געשטערט פון מסיח דעת זיין. זיי דארפן מער נישט דורכטון די נושא אויף די פארום.

.
.

רבותי, איך גיב אויף! איך האב איינגעזעהן אז איך קען נישט. דאס איז די מציאות. איך מוז מודה זיין על האמת. 

מיין אימעיל אדרעס: This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it

ענטפער: היום לעשותם -- היינט הויב איך אן כ' תמוז התשע"ז 16:12 #245717

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 1333 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1028
  • האט שוין געלייקט: 4374 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1483 מאל
  • קאָרמא: 12
טעוויע געשריבן on כ' תמוז התשע"ז 11:15:

שלום וברכה, איך בין ניי, מיינע בעקעלעך פלאקערן אין רויט פאר בושה און איבערראשונג, אבער חבר אני, כ'בין אויך א חבר אין דער הייליגער חבורה.
היום לעשותם, היינט הויב איך אן מיין נייע רייזע צו באקעמפן דעם נחש, די רייזע וואס כ'האב מיך שוין ארויסגעלאזט אומצאליגע מאל, אבער היום לעשותם, היינט שפיר איך אז איך האב האפענונג מיט דער באגלייטונג און סימפאטיע פון אחים לצרה.
כ'בין נאכנישט באקוועם מיט דעם גייסט פון דאס פלאץ, פאר מיינע אויגן שטייען די ווערטער אשרי נשוי פשע כסוי חטאה, זינד דארפן בלייבן פארדעקט, פון דער אנדערער זייט זאגט דער הייליגער רבי אלימלך אין צעטיל קטן, לספר בכל פעם לפני המורה לו דרך השם, ואפילו לפני חבר נאמן, כל המחשבות והרהורים רעים אשר הם נגד תורתינו הקדושה אשר היצר הרע מעלה אותן על מוחו ולבו, הן בשעת תורה ותפילה, הן בשכבו על מטתו, והן באמצע היום, ולא יעלים שום דבר מחמת הבושה, ונמצא על ידי סיפור הדברים שמוציא מכח אל הפועל, משבר את כח היצר הרע שלא יוכל להתגבר עליו כל כך בפעם אחרת, חוץ עצה הטובה אשר יוכל לקבל מחבירו שהוא דרך השם, והוא סגולה נפלאה, דארף מען וויסן די ריכטיגע גאנג און דרך הממוצא.
תכלית גערעדט טו איך מיך אנשליסן אין דער סגל חבורה פון גיין העכער און בעסער איין טריט אויפאמאל, ויהי בואי לברכה ולשלום ולהרמת קרן נשמתי.    
איין שאלה וואס איך האב, מיך האט מען אלץ געלערנט טראכט נישט, רעדט נישט, זיי דיך אינגאנצן מסלק, דא זע איך אן אנדערער צוגאנג, אז דוקא מיטגלידערשאפט מיט חברים און דיסקוסיעס איבער דער נושא, ברענגט דער ישועה, וואס איז דער אמת?


שלום וברכה ידידנו הנכבד ר' טעוויע שיחי'
קודם א ברוכים הבאים פאר אהער קומען צו אונזער סייט. דא אויף דעם סייט (בצירוף די ענגלישע און העברעאישע סייט) זענען שוין טויזנעטער מענטשן געהלאפן געווארן. באמת, האב איך שוין באגעגנט אפילו גוים וואס זענען געקומען אויף די ענגלישע סייט זיך צו העלפן אויף אונזער שוועריגקייט. דאס אהער קומען איז א גרויסע שריט פאר אסאך מענטשן און עס קאסט גרויסע כוחות זיך צו נעמן און זיך שטארקן אויף דעם נסיון. ממילא וויל איך דיר קענגראטועלירון פאר נעמן דעם שריט און דיר ווינטשען גרויס הצלחה אויף דיין נסיעה צו ריינקייט שיהי' בקרוב ממש.

דו האסט ארויס געברענגט עטליכע נקודות:


  1. אז דו שעמסט דיך זיך צו עפענען.
  2. די סתירה פון כיסוי פשע און דער ר"ר אלימלך זי"ע אין צעטיל קטן צו מען זאל יא מגלה זיין אדער נישט מגלה זיין שלעכטע ענינים פון זיך.
  3. דאס אז מען האט דיר געזאגט אז עס בעסער ווי ווייניגער צו רעדן און טראכטן וועגן, ווי דא אז מען רעדן און איז עוסק אין דעם דוקא דיע וואס מוטשען זיך אין די ענינים.

אויב איך מעג ענטפערן וועל איך פראבירן צו ענטפער על ראשון ראשון.
  1. דאס אז איינער שעמט זיך צו רעדן פון אזעלכע שוועריגקייטן איז נארמאל. דעריבער וועלן רוב מענטשן זיך מוטשען סאך מעהר יאהרן ווי לגבי אן אנדערע שוועריגקייט, ווייל אנדערע זאכן שעמט מען זיך נישט אזויווי דאס. און נאר נאך זיך מוטשען מיט דעם א לענגערע תקופה און דער מענטש דערזעהט זיך ביי שאך מאט, ער ווערט נענטער צו א קאטיסטראפיע, וועט ער באמת זוכן זיך צו העלפן.
  2. לגבי דיין סתירה, קען זיין כיסוי פשע גייט ארויף אויף מפרסם זיין ברבים, דאס טאהר מען נישט. אבער לספר לפני חבר נאמן, גייט ארויף אז מען רעדט צו א חבר-בלשון יחיד. איין חבר בצינעא און דאס טוהט מען אויף די מטרה אז די מחשבה רעה זאל נישט בלייבן ביי אים, ולכן איז האט ער זי"ע געשריבן אז מען זאל עס יא טוהן.
  3. אויב איינער וועט פרעגן צו אנטיביאטיק איז גוט צו עסן? ניין, עס קען זיין סם המות טייל מאהל. אויב איינער פרעגט אויב אנטיביאטיק איז גוט פאר איינער וואס האט אן אינפיעקציע? יא, דאס וועט בעזרת השם אויסהיילן די מענטש. די זעלבע איז מיט דעם. פאר א מענטש וואס האט נארמאלע נסיונות און על פי רוב פאלט ער נישט, איז די הוראה, רעד נישט דערפון טראכט נישט דערפון און ליג נישט דערין און דורך מסיח דעת פון דעם,וועט עס אים ווערן לייכטער. אבער ווען איינער האלט אין איין פאלן אין די זעלבע זאך, זאל ער טוהן און נעמען די מעדעצינען וואס אזעלעכע מענטשן נעמען און בעזרת השם וועט עס אים היילן.

יישר כח פארן אויפברענגן די נושא.

מיר ווינטשען אייך הצלחה אויף דיין נסיעה צו ריינקייט.

א גוטן שבת

ענטפער: היום לעשותם -- היינט הויב איך אן כ"ד תמוז התשע"ז 02:54 #245725

  • גבאי
  • איצטיגע שטרעקע: 1539 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 423
  • האט שוין געלייקט: 882 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 725 מאל
  • קאָרמא: 14

ברוכים הבאים ר' טעוויע מילכיגער.

מיר זענען באמת צופרידן און פרייליך מיט אייער אנקום צו אונזער ארט און אייער ווערן א חבר אין אונזער הייליגער חבורה. איך בין געווען אמאל אין א נוירסינג האום באזוכן א איד וועמען איך האב געזעהן פריער אין שפיטאל, האב איך אים געזאגט, איך פריי זיך אז איר זענט דא. נישט ווייל עס איז גוט צו זיין דא, נאר ווייל דא איז בעסער ווי דארט ווי איר זענט געווען ביז יעצט.

פארוואס פארצייל איך דאס? ווייל דו קענסט זיך דאך קלערן, פארוואס פריי איך זיך אז ר' טעוויע איז אנגעקומען דא אהער, וואלט דען נישט געווען פיל בעסער ווען ער דארף ווען נישט אנצוקומען צו דעם ארט און זיין א חבר אין אונזער חבורה.

קענט איר דאך אוודאי קלערן אז די סיבה פון דעם ברוכים הבאים איז ווי פאר יענעם אין נוירסינג האום, ווייל אז מען פלאגט זיך מיט דעם פראבלעם, איז דאך א שמחה אז מען קומט ענדליך אן דא. וויל איך אייך לאזן וויסן אז עס איז נישט ריכטיג.

טעות טעות טעות.

נישט דאס בכלל איז די כוונה פון מיין שמחה. ניין, איך בין פרייליך באמת, אינגאנצן, אויף דעם וואס דו ביסט אנגעקומען דא אהער. דאס מיינט אזוי. איך פריי זיך אז דו האסט דעם פראבלעם און אז דו ביסט אנגעקומען. יא, אזוי ווי איר הערט.

איי פארוואס? וועל איך דיר מסביר זיין.

ווייל פאר טעוויע'ן וואלט ווען געווען גרינגער ווען ער קומט ווען אינגאנצן נישט אראפ אויף דעם וועלט, אין דעם עולם השפל, דערצו נאך אין אזא תקופה, אין אזא דור פון עיקבתא דמשיחא, ווען יעדע טאג דארף מען זיך דראפען אויף גראדע ווענט זיך צו האלטן ביים אויבערשטן. זיכער וואלט געווען גרינגער פאר טעוויע'ן צו בלייבן דארט.

אבער נישט פאר דעם האט קודשא בריך הוא באשאפן טעוויע'ס נשמה. צו זיצן דארט אויבן און נהנה זיין מזיו השכינה האט אונזער ליבער באשעפער נישט געדארפט אים באשאפן, אויף דעם האט ער פיל מלאכים דארט אויבן. ער דארף נישט נאך נשמות דארט. די נשמות האט ער באשאפן אז זיי זאלן דא אראפקומען, זיך פלאגן און מוטשען מיט פארשידענע פראבלעמען, שוועריגקייטן און נסיונות, ארבעטן שווער זיי איבערצוקומען, און אזוי ארום זיך אויסארבעטן און נאענט ווערן מיט אים, מיט קודשא בריך הוא'ן.

דאס איז געווען זיין ציהל מיט'ן באשאפן די מענטשליכע נשמות. טאקע דאס, אז מען זאל זיך פלאגן און מוטשען, פאלן און נאכאמאל פאלן, זיך אבער אויפהייבן נאך יעדע פאל און נישט אויפגעבן. פון די זאכן ווערט דער גרויסער גאט ברוך הוא אנגעפולט מיט אומגעהויערע שמחה, עס ווערט מקוים מיין רצון פון בריאת העולם.

אבער נישט יעדענ'ס נסיונות זענען אייניג. יעדער באקומט זיך זיין פארציע פראבלעמען און נסיונות צוגעשטעלט פונקטליך לויט זיין יכולת.

אבער אט דער נסיון מיט וואס מיר פלאגן זיך, דער ביטערער פראבלעם, דאס טוט מען נישט אנפארטרויען פאר סיי וועמען. דאס קען מען נישט געבן אזוי פאר יעדן טאם, דיק און הערי (עפעס אזוי ווי יענקל, מעכל און גרונם...). ניין, אין דעם היינטיגן דור ווי אויסגעלאסנקייט איז גאר געווארן א מאראל, ווי הפקר'דיגע סעקס איז גאר געווארן א לויבנסווערטליכע ציהל, ווי איינער וואס גלייבט נישט אז יענער איז באשאפן געווארן אויף זיך נאכצוגעבן יעדען חיה'שן אינסטיקט וואס קומט נאר ארויף אויף זיין קראנקע געדאנק איז גאר דער שלעכטער מענטש וועמען מען דארף מחנך זיין און אויסמענטשלען, אין אזא דור קען מען נישט אנפארטרויען דעם נסיון פאר סתם פלעינע מענטשן.

אין דעם דור טוט קודשא בריך הוא גאר פארזיכטיג אויסקלויבן די נשמות פאר וועמען ער גיט איבער דעם פעקל, און נאר די געקליבענע, די אויסגעצייכנטע, די באקומען דאס.

און טאקע דערפאר איז מיר א גרויסע שמחה אז ר' טעוויע'לע, וועמען דער באשעפער האט אויסגעקליבן אלס איינער פון די מעגליכע פאן טרעגער פון הייליגקייט, אלס איינער פון זיין פערזענליכער גווארדיע, האט ענדליך געטראפן דעם פתח, דעם טויער און דעם אריינגאנג צו דעם וועג וועלכער פירט ארויף צו דעם קעניגליכן טראן, אויפן וועג זוכה צו זיין צו קרבת אלוקים, צו דביקות באלוקים חיים, צו דעם גן עדן דא אויף די וועלט.

טעוויע האט עס נישט געטראפן לייכט, ער האט זיך אסאך געמוטשעט און אסאך געפלאגט ביז ער איז אנגעקומען צו טרעפן דעם טויער. פון ווי ווייס איך, ווייל איך אליינס קום אויך פון דארט און איך האב שוין גערעדט מיט פילע אנדערע. קיינער האט נאך דעם וועג נישט געטראפן פון זיך אליינס, קיינער האט עס נישט געטראפן אזוי בטעות, אדער אזוי בדרך אגב. דעם טויער טרעפט מען נאר נאך גאר שווערע עבודה.

אלזא, קומט אריין ר' טעוויע, מאכט אייך באקוועם דא. זייט וויסן אז די שווערע ארבעט וואס איר האט אריינגעלייגט האט אייך געהאלפן. יעדע מאל וואס איר האט זיך אויפגעהויבן נאך א פאל, האט אנגעפולט דעם פמליא של מעלה מיט א שמחה עצומה און דאס האט געהאט א גרויסן השפעה פון אויבן אז איר זאלט ענדליך אנקומען דא אהער.

מיר האפן אז פון דא וועט איר שוין גיין גלייך ארויף אויף דעם וועג, אבער אפילו אויב  עס וועלן זיך מאכן באמפס, שטרויכלונגען, עקסידענטס און טראפיק זאלט איר זיך נישט אפשרעקן. אז איר וועט גיין ווייטער אויף דעם וועג מיט עקשנות, זענט איר גאראנטירט אנצוקומען.

ענטפער: היום לעשותם -- היינט הויב איך אן ג' אב התשע"ז 12:57 #245738

  • nevergiveup
  • איצטיגע שטרעקע: 16 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 107
  • האט שוין געלייקט: 29 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 119 מאל
taveya 
how is ur way to sobirty going?
if its going good so come up plz and share with us ur hatsluchas
and if it doesnt go and u struggling
come up and let us know we will be on ur side to help u stay and keep sober

best wishes

ענטפער: היום לעשותם -- היינט הויב איך אן ג' אב התשע"ז 16:59 #245739

  • גבאי
  • איצטיגע שטרעקע: 1539 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 423
  • האט שוין געלייקט: 882 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 725 מאל
  • קאָרמא: 14

נו ר' טעוויע, דער עולם אינטערעסירט זיך אויף אייך, לאז אונז נישט ווארטן.

ענטפער: היום לעשותם -- היינט הויב איך אן ל' אב התשע"ז 14:07 #245775

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 1333 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1028
  • האט שוין געלייקט: 4374 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1483 מאל
  • קאָרמא: 12

שלום וברכה כבוד ר' טעוויע שיחי'

א זיס יאהר אויף דיר און א פרייליכער חודש אלול. מיר האבן שוין לאנג נישט געהערט פון דיר און קוקן ארויס צו הערן וואס טוהט זיך.

לעת עתה א כתיבה וחתימה טובה

ענטפער: היום לעשותם -- היינט הויב איך אן כ"ז אב התש"פ 17:34 #268057

  • טעוויע
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 9
  • האט שוין געלייקט: 11 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 15 מאל
  • קאָרמא: 1
מיט דריי יאר צוריק האב איך באזוכט דעם ארט און געעפנט דא צום ערשטן מאל אן אשכול. זינט דאן האב איך דא קיינמאל נישט באזוכט אז כמעט וואס כ'האב פארגעסן פון דעם פלאץ. מיט א צייט צוריק האט מיר א חבר געזאגט אז ער באזוכט דא פון צייט צו צייט און ער נעמט פון דא חיזוק. עס האט מיר געגעבן א קיצל פון אונטער'ן באוואוסטזיין אבער נישט מער. פארוואס איך בין קיינמאל נישט דא געקומען באזוכן איז לכאורה ווייל כ'האב אלעמאל געוואלט אנטלויפן פון מיין רעאליטעט און זיך נישט דארפן ספראווען מיט'ן מיך אליין.  

ווי סוקסעספול מיין רייזע איז געווען במשך די לעצטע דריי יאר קענט איר זיך אליין אויס'משל'ען. דאך פיל איך ווי א פרעמדער דא פאר טעמים וואס איך וועל באלד ערקלערן.

דאס עצם שרייבן קומט מיר אן מיט ציטערדיגע הענט. מיין הארץ פלאטערט און איז צעריסן. פון איין זייט שפירט זיך א שטאלץ זיך ווידער אנצושליסן אין אזא הייליגער חבורה. היינט איז א גוטער טאג פאר מיר, א טאג וואס איך נעם א טריט אין גוטער ריכטונג.

פון דער אנדערער זייט שטעכט עס און רייסט עס. ס'איז א געוויסע אנערקענונג. איך באגעגן מיין רעאליטעט. די מציאות פאטשט אין פנים. אז איך בין דא איז געדרינגען אז איך באלאנג דא. ועל זה דווה לבי ונפשי ולבבי. 

למעשה ווייס איך מיך נישט וויאזוי צו ערשידן. וועמען זע איך אין שפיגל? וואס בין איך? איך ליין דא געשיכטעס פון מענטשן און איך טייל עס נישט מיט. 

כ'בין קיינמאל נישט געגאנגען צו א פלאץ וואו איך זאל נישט גיין. כ'האב קיינמאל נישט צוגערירט א מענטש וועמען איך זאל נישט צורירן און ניטאמאל געהאט אן אומאויסגעהאלטענע ווירטועלע שייכות מיט סיי וועלכן מאן אדער פרוי. פון דער אנדערער זייט געפין איך זיך פארבינדן ווי אין קייטן. וויפיל מאל איך זאג מיר צו אז דאס איז עס, טרעף איך מיך נאכאמאל ביים זעלבן דיוטא התחתונה.

ווער זאגט איך דארף הילף? דארף איך סופארט נישט צו רעדן לשון הרע? ווער זאגט אז איך בין קראנק אפשר בין איך נאר א מענטש מיט געברויכן און איך דארף מיך שטארקן? בין איך אן אדיקט אדער נישט? על צד אז יא אדער נישט למאי נפקא מינה? אפשר איז דיין פראבלעם אז דו ווילסט נישט אנערקענען אז דו ביזט אן אדיקט? אפשר איז די ערשטע טריט אין ריכטונג פון א רפואה אז מ'ווייסט אז מ'איז קראנק? אפשר בלאזטו איבער דיין פראבלעם און דו ליידטסט נישט אויף גארנישט? 

די אלע ספיקות ווירבלען מיר אין קאפ און כמעט וויל מיך צווינגען נישט צו שרייבן דא ווייל "דו באלאנגס דאך נישטא" איז אבער דער ווירטואלער פאפיר א געדולדיגער, נו, לאמיך אים מיטטיילן מיינע צווייפלענישן, כ'האב ממילא נישט וואס צו דערלייגן. 
לעצט פארראכטן: כ"ז אב התש"פ 17:45 דורך טעוויע.

ענטפער: היום לעשותם -- היינט הויב איך אן כ"ז אב התש"פ 18:00 #268058

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 2 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1659
  • האט שוין געלייקט: 3846 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2999 מאל
  • קאָרמא: 55

פשיהא!
האמיר אן אלט-נייעם חבר דא!
מאך דיך באקוועם, מ'האט נאך פאר קיינעם נישט אוועקגעגעבן דיין זיץ דארט אויפן מזרח זייט, דיין בענקל איז אביסל פארשטויבט אבער איך רוף שוין מאריאו ער גייט עס אפשטויבן ווי שפאגל-ניי.
אויך אוזע האט קיין שייכות מיט קיין לעבעדיגן נפש קיינמאל געהעריג געהאט (אויסער קינדערישע שפילערייען וואס האבן פאקטיש נישט געטראגן צו ווייט) אבער ער ווייסט שוין היינט אז מיט דעם אלעם איז ער אין קייטן געבינדן צו אדיקשן און דארף זיך העלפן (כאטש ער האלט נאכנישט געהעריג דערביי).
עכ"פ, טעוויע וועט א וועג-ווייזער פאר אונז אלעמען זיין מיט א ריינעם טאג אויף היינט!
הצלחה וברכה!

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

ענטפער: היום לעשותם -- היינט הויב איך אן כ"ח אב התש"פ 11:31 #268066

  • חיים חייקל
  • איצטיגע שטרעקע: 9 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 165
  • האט שוין געלייקט: 972 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 368 מאל
  • קאָרמא: 16

שלום וברכה הרב טעוויע

איך פארשטיי זייער גוט דיינע ספיקות. איך וועל דיר פורבירן צו ענטפערן לויט ווי איך זעה עס ביי מיר. איך האב ב"ה אויך קיינמאל נישט געהאט קיין קשר מיט אנדערע אויף א נישט אויסגעהאלטענע וועג, אפילו נישט בדיבור.

פרעגט דאך טעוויע נו ווער זאגט איך דארף הילף?  ווער זאגט אז איך בין קראנק אפשר בין איך נאר א מענטש מיט געברויכן און איך דארף מיך שטארקן? אמת קען טאקע זיין אז איך בין נישט קראנק, אבער אויב אזוי פארוואס קען איך מיך נישט שטארקן אפילו איך שריי חי וקים אז איך גיי עס מער נישט טוהן???!!!! פארוואס ווער איך צעשאסן נאך יעדע מאל איך פאל אדורוך?!!! אויב בין איך נישט מער ווי יעדע צווייטע מענטש מיט אביסל נסיונות פארוואס ווער איך אזוי צעבראכן.

איז ביי מיר האב איך געזעהן אז נאכדעם וואס איך בין אנגעקומען דא און אנגעהויבן צו ארבעטן בדיבוק חבירים, האב איך מיר געפילט אסאך מער געזינטער, יא אפילו איך בין נאך אדורוכגעפאלן האב מיר עס נישט אזוי וויי געטוהן ווייל איך האב געוויסט אז איך ארבעט נאך אויף מיר און צום סוף וועט מען אנקומען.

יעצט צו דיר טייערע טעוויע, אויב איז דיר גוט אזויווי ביז יעצט, ספעלט דיר גארנישט, איז פארוואס ביסטו בכלל דא, אלא מאי דו ביסט יא אריינגעקומען דא זעהט אויס אז דו ביסט נישט צופרידן אין דיין יעצטיגע מצב. אויב אזוי לייג אוועק אלע ספיקות אויף דערווייל, הייב אן צו ציילן ריינע טעג, און מיט די צייט וועלן שוין די ספיקות פון זיך אליין אוועקפאלן. הנראה לעניות דעתי הקצר כתבתי.

(ביינוז פלעגט מען זאגן, א קראנקער ווי לאנג סטוט אים נאך עפעס וויי, שטייט ער נאך גוט. אבער אויב פילט ער שוין גארנישט דעמאלטס איז שוין ביטער)

די עיקר נישט פארגעסן צו בעטן א תפלה לקל חי זאל דיר באלייכטן דיין וועג.

עלה והצלח

לעשות נחת רוח להבורא יתברך שמו

זיך צו לאזן היילן איז טאקע שווער. אבער צו בלייבן קראנק איז נאך שווערער

לעצט פארראכטן: כ"ח אב התש"פ 11:33 דורך חיים חייקל.

ענטפער: היום לעשותם -- היינט הויב איך אן כ"ח אב התש"פ 13:07 #268070

  • טעוויע
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 9
  • האט שוין געלייקט: 11 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 15 מאל
  • קאָרמא: 1

וואס מיינט קארמא און וויאזוי שרייבט מען זיך איין צו ציילן די שטרעקעס?

ענטפער: היום לעשותם -- היינט הויב איך אן ל' אב התש"פ 11:36 #268087

  • טעוויע
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 9
  • האט שוין געלייקט: 11 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 15 מאל
  • קאָרמא: 1

היינט איז מיין פערטער טאג. היום לעשותם. מיט'ן אויבערשטנס הילף גייט מען אנקומען א ריינער א געזונטער ביז ביינאכט.

ענטפער: היום לעשותם -- היינט הויב איך אן ל' אב התש"פ 12:20 #268089

  • אפהיטן
  • איצטיגע שטרעקע: 159 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 240
  • האט שוין געלייקט: 66 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל
  • קאָרמא: 11
טעוויע געשריבן on ל' אב התש"פ 11:36:

היינט איז מיין פערטער טאג. היום לעשותם. מיט'ן אויבערשטנס הילף גייט מען אנקומען א ריינער א געזונטער ביז ביינאכט.


טעוויע טייערער, גיי אן מיט דיין ארבעט, ווייל אז מען ארבעט קומט מען אן,

גדלי', וואס ארבעט זיך צו האלטן הייליג און ווערן נענטער צום טאטען
This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it


ביג בוק קאפיטאל 7

לעבן וועט באקומען א נייע באדייט. מיטצוהאלטן ווי מענטשן ערהוילן זיך, צו זעהן ווי אזוי זיי העלפן אנדערע, מיטצוהאלטן ווי אזוי איינזאמקייט ווערט פארשווינדן, צו זעהן ווי אזוי א חברותא'שאפט וואקסט אויף ארום דיר, צו האבן א גרויסע קבוצה פון חברים - דאס איז אן איבערלעבעניש וואס דו טארסט נישט פארפאסן. מיר ווייסן אז דו וועסט עס נישט ווילן פארפאסן. א שטענדיגע פארבינדונג מיט נייע-צוקומער און מיט אנדערע איז די ליכטיגע ווינקל פון אונזער לעבן.

ענטפער: היום לעשותם -- היינט הויב איך אן ה' אלול התש"פ 11:07 #268143

  • Helpmeasap
  • איצטיגע שטרעקע: 3 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 722
  • האט שוין געלייקט: 969 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 795 מאל
  • קאָרמא: 16

איך מיין אז דו דארפסט טוישן די נוסח....
היינט איז מיין פערטער טאג. היום לעשותם. מיט'ן אויבערשטנס הילף "האף איך" צו אנקומען א ריינער א געזונטער ביז ביינאכט.

הק' העלפמי

ענטפער: היום לעשותם -- היינט הויב איך אן כ"ו אלול התש"פ 12:58 #268548

  • טעוויע
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 9
  • האט שוין געלייקט: 11 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 15 מאל
  • קאָרמא: 1

טויג נישט די מצב.

  • בלאט:
  • 1
אחראים: GYE YIDDISH
צייט צו מאכן א בלאט: 0.90 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא