אקעי, צוריק צום נושא.
נאך וואס איך האב געהאט א כמעט באגעגעניש מיט'ן טויט אין די תקופה ארום מיין בר מצוה, האט די שרעק מיך אפגעהאלטן פאר א וויילע פון נאכאמאל טאטשן ווי מען טאר נישט. אבער עס האט נישט אנגעהאלטן צו לאנג. איך געדענק נישט ווי לאנג, אבער נאך א שטיק צייט האב איך זיך פשוט נישט געקענט מער באהערשן און איך האב אנגעהויבן נאכאמאל. ווידער, נאר מיט מיר אליינס. אבער איינמאל איך האב ווידער אנגעהויבן, האב איך זיך מער נישט געקענט איינהאלטן און עס איז גאר שנעל נאכאמאל געווארן א טעגליכע זאך.
נאך א שטיק צייט האב איך ווידער געהאט דעם שרעקליכן עקספיריענס, וועלכע איך האב געמיינט איז דער אנהייב פון שטארבן. אבער ווידער בין איך בדרך נס געבליבן לעבן. אבער אט דער צווייטער מאל האט מיר געעפענט די אויגן. נישט צו וואס עס איז באמת געשעהן יעצט. נאר איך האב אידענטיפיצירט די פעולה וואס איז גורם דעם זאך, און איך האב זיך צוריק געהאלטן פון די ספעציפישע פעולה. אזוי ארום וועל איך נישט שטארבן.
שפעטער איז געקומען די מעשה וואס איך האב שוין אויבן דערציילט, אין מיין ערשטע יאר אין ישיבה קטנה, ווען א בחור האט מיר אנגעהויבן עפענען די אויגן. אבער איידער מיר האבן אפילו געהאט א געלעגענהייט עפעס ריכטיג אפצוטאן האט מיין טאטע מיר געטוישט ישיבות. אין די נייע ישיבה בין איך שוין נישט געשלאפן אינדערהיים, נאר אין ישיבה. איך האב גראדע הנאה געהאט אז איך שלאף נישט אינדערהיים, אז איך דארף נישט טרעפן מיין טאטן יעדן טאג.
אבער מיין אבר איז געווען הונגעריג (אזוי האט עס עכ"פ געשפירט צו מיר, איך האב דעמאלס נישט פארשטאנען אז עס איז עפעס פיל טיפער פון דעם) און איך האב זיך געבענקט נאך יענעם בחור פון דעם פריערדיגן ישיבה. עס איז אינטערעסאנט אנצומערקן, אז נאך וואס מיין טאטע האט מיך כמעט אומגעברענגט נאך וואס ער האט מיך געכאפט עס טון מיט מיינע קאזינס, האב איך עפעס אנגעהויבן לעבן מיט דעם גלויבונג אז קיינער אויף די וועלט טוט דאס נישט. נאר איך. און דערפאר האב איך געכאפט אזעלכע מכות, ווייל איך האב געטון עפעס וואס "קיינער" טוט נישט.
אזוי האב איך געלעבט פאר שיינע פאר יאר, גלייבנדיג אז איך בין "דער איינציגסטער רשע" וואס טוט אזעלכע חזיר'ישע עבירות. איך האב אפילו נישט געטרייט אנצוהייבן מיט א צווייטן, ווייל קיינער טוט עס דאך נישט. אבער דאס אלעס האט זיך געענדיגט סוף פון דעם ערשטן יאר אין ישיבה קטנה ווען יענער בחור (איך וועל אים אנרופן איציק) איציק האט מיר אויפגעעפענט די אויגן. כאטש איך האב נאך קיין סאך נישט געוואוסט, האב איך אבער אזויפיל געוואוסט, אז עס זענען דא נאך בחורים וואס האבן אן אינטערעסע אין דעם. "איך בין נישט דער איינציגסטער".
איך האב נאך אלץ געגלייבט אז נאר גאר געציילטע מענטשן, שלעכטע רשעים, אדער ממש געפערליכע משוגעים, זענען די וואס טוען עס, אבער דאך, עס זענען דא נאך און איך דארף זיי נאר טרעפן.
איך געדענק ווי איך פלעג זיך ארום דרייען אין די נעכט און וויינען (איך בין נישט מגזם, איך האב עכט געוויינט), איך פלעג שטיל כליפען: איציק, איציק, איך דארף דיך האבן, ווי ביסטו איציק. אזוי דעספרעט בין איך געווען. איך האב פשוט געפילט ווי איך גיי אראפ פון זינען אויב איך גיי נישט טרעפן איינעם מיט וועמען דאס צו קענען טון. איך האב פשוט גע'פגר'ט צו טרעפן יענעם איציק. אבער איציק איז נישט געווען אין מיין ישיבה און אין מיין ישיבה האב איך נישט געוואוסט צו וועמען איך קען זיך וואגן צוצוגיין און נישט געכאפט ווערן.
אזוי איז אריבער א שטיק צייט וואס איך האב נאר געטון מיט מיר אליינס (און אוועק געשטאנען פון "יענע" מסוכנ'דיגע פעולה וואס קען מיך חלילה אומברענגען) און נאר געלעכצט און געוויינט נאך איציק.
ויהי היום, און איך האב ענדליך דערגרייכט א דרגא פון כדי שגעון און איך האב מחליט געווען אז איך קען נישט ווייטער אנגיין אזוי. יעבור עלי מה, איך מוז טרעפן נאך איינעם. עס זענען זיכער דא נאך חברה און איך מוז איינעם טרעפן. אבער וועם, און וויאזוי טרעף איך אים. וויאזוי באווייז איך אנצוקומען צו יענעם אין די הויזן אן דעם וואס איך זאל געכאפט ווערן.
נו, יגעת ומצאת תאמין. איך האב אזויפיל געטראכט ביז איך האב זיך דערשלאגן צו אן עצה. אין ישיבה איז געווען א בחור, איינער וואס איז באמת געווען אביסל פאני (בלשון המעטה. איך קען יענעם ביז היינט, ער איז עד היום אנגענומען אפיציעל אלס מער ווי אביסל פאני). און איך האב מחליט געווען אז מיט יענעם גיי איך טרייען.
איי, כ'מיין, וואס הייסט טרייען, יענער גייט דאך גלייך לויפן און מיך אויסזאגן. בין איך אלזא אויפגעקומען מיט א טאפלטער מהלך. צוויי זאכן וועלכע וועלן אים אפהאלטן. איינס, איך גיי אים מסביר זיין אז ער העלפט מיר. און צווייטנס, איך גיי אים געבן געלט. איך גיי אים באצאלן זיך צו האלטן דאס מויל.
איז אזוי. דאס ערשטע האב איך נאך געקענט אויספירן. איך האב מחליט געווען אז איך גיי אים דערציילן אז איך האב געהערט אז געוויסע מענטשן, ווען מען מאכט זיי דעם ברית מאכט עס דער מוהל נישט גוט און זיי בלייבן מיט אן אייביגן פראבלעם, און איך מיין אז איך בין אזא איינער, און דערפאר מוז איך האבן איינעם וועמען איך קען בודק זיין פונקטליך וואס גייט ביי אים פאר, און דערנאך עס קענען משוה זיין צו מיר און אזוי ארום וועל איך אויסגעפונען צו איך בין געבליבן אקעי, אדער איך האב טאקע דעם פראבלעם.
דאס איז געווען חלק א' פון מיין געניאלן איינפאל, אבער וויאזוי געב איך זיך אן עצה מיט חלק ב'. איך וויל אים באצאלן, אבער איך פארמאג דאך נישט קיין איין פרוטה.
*
מיין טאטע און מאמע האבן מיר "קיינמאל" נישט געגעבן קיין פעני טאשן געלט. ווען איך בין געפארן לערנען קיין ארץ ישראל אביסל שפעטער, ביי די זעכצן יאר, האט מיין טאטע מיר כמעט ארויפגעשיקט צום עראפלאן אן קיין פעני. ממש פאר'ן גיין רופט ער מיך צוריק און ער געבט מיר א... צוואנציגער. א גאנצער צוואנציגער, און ער זאגט מיר נאך, איך זעה נישט פארוואס דו זאלסט ער דארפן, אבער אויב עס מאכט זיך אז דו דארפסט האבן געלט, געב איך דיר דא דאס. און דאס איז געווען מיט וואס איך האב זיך געדארפט אן עצה געבן פאר א גאנצן זמן.
איך ווייס אז איך גיי אוועק פון ענין, אבער איך מוז עס דערציילן דא. ווען איך בין שוין געווען א טאטע פון עטליכע קינדער און מיר האבן דאס ערשטע מאל געמאכט א חנוכה מסיבה ביי מיר אינדערהיים, איך, מיין פרוי און אונזערע קינדער. און נאך דעם מסיבה איז געקומען דער געהויבענער מינוט ווען דער טאטע גייט טיילן חנוכה געלט. איך האב ארויסגענומען פון מיין טאש קוואדערס און געגעבן יעדן קינד צוויי קוואדערס.
זיי זענען נישט געווען פרייליך און האבן עפעס געקוקט אויף מיר מיט עפעס אזא אינטערעסאנטן בליק. מיין אידענע האט געגעבן א שנעלן לויף ארויס פון צימער און מיר געוואונקען פון אנדערן צימער אז איך זאל שנעל ארויסקומען. איך לויף שנעל ארויס, קלערנדיג אז עפעס ערנסט איז מן הסתם געשעהן. און זי האלט מיך פאר מיט א פארווייטאגטע שטימע פארוואס איך מאך חוזק פון די קינדער.
גלייבט מיר טייערע ברודער אז איך האב נישט געהאט קיין השגה וואס זי וויל פון מיין לעבן האבן. ווען זי האט מיר געזאגט אז פופציג צענט חנוכה געלט איז חוזק געמאכט, בין איך געווען אמת'דיג פארשעמט. כאילו זי וואלט מיך יעצט געכאפט אינמיטן זיך אויסרייבן. איך געדענק ווי מיין האלז האט וויי געטאן פאר בושה. איך האב איר געזאגט אז איך פארשטיי באמת נישט פארוואס. איך האב אין מיין לעבן נישט באקומען מער פון דעם.
אבער זי האט מיר געזאגט אז איך מוז געבן פאר די עלטערע קינדער צען דאלער און פאר די אינגערע פינף. איך בין געווען פאר אן אמת שאקירט. איך האב גארנישט געמיינט קיין שלעכטס, איך האב עכט געמיינט אז אזוי טוען אלע טאטעס. אזויפיל געט מען פאר קינדער. 50 צענט.
*
בקיצור, איך בין דא פארפארן. אבער איך וויל צוריק קומען צום נושא. איך פארמאג נישט קיין ראסטיגן פעני און דא וויל איך יענעם באצאלן. וואס טוט מען?
איך געדענק שוין נישט וויאזוי איך האב עס פארשאפט, אבער דער פראבלעם האט אפגעשטופט מיין מיסיע מיט עטליכע וואכן. אבער נאכאמאל, יגעת ומצאת, נאך עטליכע וואכן געדענק איך ווי איך האב געהאט א גאנצן טאלער אין מיינע הענט. אן אוצר.
און איך האב זיך גענומען צו מיין פלאן. איך האב אפיר גערופן יענעם בחור. לאמיר אים אנרופן שלמה. און איך האב דערציילט שלמה פון מיין ערנסטן פראבלעם, אז איך ציטער אז איך בין געדעמעדזשט פאר לייף און איך מוז עס בודק זיין. איך בין אים אלזא גרייט צו באצאלן א ריזיגן פארמעגן, א גאנצן טאלער, אז ער זאל מיך לאזן אים נוצן אויסצופיגערן וואס גייט פאר דארט באותו מקום.
און וואס זאל איך אייך זאגן. איך קען נאר נאכאמאל באשטעטיגן: יגעת ומצאת תאמין. איך האב געקליבן דעם ריכטיגן למך. ער האט עס אפגעקויפט און איך האב אים באצאלט. געשעפט איז געשעפט. ער האט מיר געלאזט טון וואס איך האב געוואלט. ער איז געשטאנען דארט ווי א גולם. ווי א פלעינער דומם, או מיך געלאזט טון וואס איך האב געוואלט.
אקעי, עס איז טאקע נישט איציק, אבער דאך בעסער ווי גארנישט.
דאס איז געווען די אנהייב פון א לאנגע, ווייטאגליכע רייזע, וועלכע האט זיך געצויגן פאר פילע יארן און האט מיר כמעט געקאסט מיין לעבן.
המשך יבא בעז"ה