אוי, טייערע ברודער, איך גיי שרייבן ווייטער. אבער נאך אזוי לאנג נישט שרייבן האב איך געמוזט איבער לייענען וואס איך האב געשריבן ביז אהער, פשוט צו זעהן ווי איך דארף ממשיך זיין. און איך וויל פשוט ארויסברענגען צוויי זאכן. איינס איז א קליינע נקודה וואס איך האב נישט געשריבן, וואס כאטש עס איז א קליינע נקודה, פיל איך אז עס איז וויכטיג. און דאס איז אז ווען איך בין געפארן אויף ארץ ישראל לערנען אין ישיבה און מיין טאטע האט מיך כמעט ארויפגעשיקט אויפן פליגער אן קיין פעני, אבער צום סוף האט ער מיר געגעבן א צוואנציגער, וויל איך פשוט צולייגן, אז אפילו דאס האט ער נישט געטון אליינס. אליינס איז אים נישט בייגעפאלן אז ער דארף מיר עפעס געבן. איך געדענק נאך וויאזוי מיין מאמע האט זיך עפעס געוואונקען מיט אים ווען איך האב אנגעהויבן צו גיין צום פליגער, און דעמאלס האט ער מיך צוריק גערופן און געגעבן דעם צוואנציגער. אפילו פאר אזא נארישקייט האט מען אים געדארפט מעורר זיין.
און די צווייטע זאך איז, אז יעצט ביים איבערלייענען די מעשה, ווען איך האב געליינט ווי אזוי איך בין פארשעמט געווארן פאר געבן מיינע קינדער נאר פופציג סענט חנוכה געלט, איז די גאנצע מעשה מיר ווידער ארויפגעשווימען פאר די אויגן און איך האב זיך פשוט צואוויינט פון ווייטאג. אזוי לעבעדיג איז נאך די ווייטאג ביי מיר יעצט.
אקעי. עמער גיין ווייטער אביסל.
בקיצור, שלמה האט מיך געלאזט טון מיט אים וואס איך האב געוואלט און וויפיל איך האב געוואלט. און איך האב געוואלט אסאך. איך געדענק ווי איך האב אים אסאך משוגע געמאכט, היינט ווען איך טראכט צוריק איבער דעם האב איך פלעין רחמנות אויף דעם אומשולדיגן בחור וואס איז געפאלן א קרבן צו מיינע שגעונות און קראנקהייט. אבער נאכ'ן אנגיין אזוי פאר א שטיק צייט האב איך ווידער געפילט אז איך קען נישט אזוי אנגיין. כאטש וואס איך האב דעמאלס נישט פארשטאנען אז וואס עס פעלט מיר באמת איז קאנעקשאן און ליבשאפט, האט עס אבער מיין גוף, מיין קערפער און מיין קאנשענס, יא געוואוסט. מיין מח האבן עס יא געשפירט. איך האב געפילט אז איך מוז האבן א צווייטן, איינער וואס האט אליינס אן אינטערעסע דערין.
בין איך אלזא ווידער צוריק צו פראבלעם נומער איינס. וויאזוי קלויב איך אויס דעם איינעם וואס וועט מסכים זיין אן געכאפט צו ווערן?
נאכ'ן טראכטן גענוג לאנג האב איך זיך ענדליך דערשלאגן צו אן עצה. אין ישיבה איז געווען א בחור וועלכער האט געהייסן דער ערגסטער בחור פון ישיבה. כמעט אויפן גרעניץ פון א משוגע'נער. נישט געלערנט קיין ווארט, געווען ווילד און צולאזט. בקיצור, עפעס אין מיר האט מיר געזאגט אז איך זאל טרייען מיט אים.
אבער ער איז נישט געווען גענוג א גרויסער למך אז איך זאל אים קענען פארקויפן דעם מעשה וואס איך האב פארקויפט פאר שלמה'ן. האב איך אלזא גענומען דעם סטראטעגיע וואס איציק האט גענומען מיט מיר, נעמליך, איך האב אנגעהויבן רעדן מיט אים איבער אנדערע. אנדערע בחורים וואס טוען אזעלכע זאכן. און, עס האט ווידער געארבעט. עס האט נישט געדויערט לאנג און מיר האבן זיך געטראפן פארשפארט ערגעץ וואו און זיך גענומען צו די ארבעט.
און יעצט האב איך שוין איינמאל צוגעטראפן. דער נייער שותף מיינער, ער איז שוין געווען אן עקספערט. ער האט מיך שוין אויסגעלערנט וואס מיינט מעסטורבעישאן (נישט די ווארט, דאס האב איך זיך ערשט אויסגעלערנט פילע יארן שפעטער, לאנג נאך מיין חתונה. ער האט גערעדט פון מוציא זרע זיין), וויאזוי מען טוט דאס, ער האט מיר אפילו דערציילט דעם סוד אז דאס איז דוקא גאר א גוטע זאך און עס שפירט זיך אזוי גוט, מען שטארבט נישט פון דעם, פארקערט, מען לעבט פאר דעם. און ער איז נישט געבליבן ביים אויסלערנען, ער האט מיר געגעבן שימוש אויך. גלייבט מיר אז עס איז אים נישט גרינג געווען. ביז איך האב זיך דערלערנט, ער האט שווער געארבעט.
אבער איינמאל איך האב זיך דאס דערלערנט. אוי אוי...
אבער נישט אזוי שנעל. נאך וואס דאס איז ס'ערשטע מאל געשעהן בין איך געווען אזוי דערשלאגן און דעמאראליזירט, אז איך האב נישט געוואוסט וואס צו טון מיט מיר. רבונו של עולם. ווי ווייט און ווי טיעף בין איך געפאלן, איך האב נישט גע'חלומ'ט אז איך קען אזוי טיעף פאלן. איך מוז תשובה טון און טרעפן הילף. איך וויל דאך זיין אן ערליכער איד, און דא בין איך דורכגעפאלן מיט אזא שרעקליכע זאך. כאטש איך האב נאך נישט געוואוסט קיין סאך. איך האב נאך דעמאלס נישט געוואוסט פון קיין חטא הידוע, פון קיין כף הקלע און פון קיין צואה רותחת, איך בין נאך געווען זייער נאאיוו, אבער מיין אינסטינקט האט מיר געזאגט ווי שרעקליך דאס איז. און אפשר גאר די פעטש וואס איך האב געכאפט אין די פארגאנגענהייט האט עס אויפגעבלאזן נאכמער. אזוי צו אזוי, בין איך געווען שטארק צובראכן.
אזויפיל האב איך געוואוסט אז אין צעטיל קטן שטייט אז מען דארף זיך אויסרעדן פאר חבר. בין איך געגאנגען צום בעסטן בחור פון ישיבה, וואס איך האב אזוי שטארק געטרייט צו זיין גוט מיט אים, און איך האב אים אלעס דערציילט. ער האט מיר געזאגט מוסר און איך האב צוגעזאגט אז איך גיי עס קיינמאל מער נישט טון און...
האהא, קיינמאל מער נישט טון... וואס נאך עפעס. קיינמאל, פאר עטליכע וואכן (אדער גאר עטליכע טעג. איך געדענק שוין נישט יעצט). קורצליך דערנאך האב איך זיך נאכאמאל געטראפן איינגעשפארט מיט יענעם חברה'מאן און דעם אנדערן צופרי בין איך ווידער געווען ביי מיין בעסטער בחור פון ישיבה זיך מתוודה זיין. ווען עס האט שוין פאסירט דעם דריטן מאל האט יענער מיר געזאגט אז ס'זעהט אויס איך בין א שווערער קעיס און ער מוז עס אריבערפירן צום משגיח פון ישיבה, און יענער איז א גרויסער מומחה אין די זאכן, האפענטליך וועט יענער מיר קענען העלפן תשובה טאן.
מומחה, לאל. יענער האט מיך אריבערגערופן צו זיך אין שטוב און פלעין געזאגט אז ער גייט מיך אהיים שיקן, און ביז איך קום אן אהיים גייט ער דערווייל דערציילן מיין טאטן. ער האט נאך צוגעלייגט אז ער איז זיכער אז יעצט אויף די מינוט וויל איך ענדערש אומקומען פון א קאר עקסידענט אויפן וועג אהיים, אבער ער מיינט אז ער מוז עס טון...
איך געדענק שוין נישט פונקטליך אלע פרטים, אבער דאס געדענק איך אז איך האב ביטערליך געוויינט און איך געדענק אויך אז צום סוף האט ער מיך נישט אהיים געשיקט. צו ער האט געזאגט פאר מיין טאטן ווייס איך נישט עד היום, כאטש איך שטעל מיך פאר אז נישט ווייל איך קען נישט גלייבן אז מיין טאטע זאל האבן געהערט אזא זאך און עס לאזן ביי דעם.
וויזוי ס'זאל נאר זיין האט דאס אלעס נישט אנגעהאלטן פאר צו לאנג. איך האב זיך גאנץ שנעל צוגעוואוינט צום נייעם מציאות אז דאס איז עס, איך קען זיך נישט איינהאלטן. איך האב אויפגעהערט נאכלויפן דעם בעסטן בחור אדער דעם משגיח פאר תשובה. איך האב פשוט מקבל געווען דעם מציאות. אנשטאט האב איך אנגעהויבן זוכן נאך שותפים. און איך האב געטראפן. יעדע שטיק צייט נאך איינעם. זה בכה וזה בכה. אבער אלס האט זיך עפעס געמאכט און איך האב געטראפן נאך א שותף.
איינער פון די נייע שותפים, וועלכער איז לכאורה געווען נאך מער צודרודלט פון מיר, האט מיר דערציילט אז דאס פונקטליך איז דער חטא הידוע און אז איבער דעם רעדן אלע ספרים. אין אנדערע ווערטער, וויפיל איך האב זיך אויסגעפּראקט ביז אהין, האט דער שותף מיינער עס נאך אריינגעלייגט אין א פרעים. דאס מיינט שומר הברית, דאס מיינט ענייני קדושה, פון דעם רעדן אלע ספרים, פער דעם איז שובבים געמאכט וגו' וכו'.
איז אנשטאט נאכלויפן דעם משגיח, וואס איך האב שוין געוואוסט אז עס לוינט נישט, האב איך אנגעהויבן לערנען. וואס עס איז מיר נאר געקומען אונטער די הענט. כ'געדענק שוין נישט ווער, אבער איינער האט מיר גע'עצה'ט צו לערנען ראשית חכמה און איך האב אים געפאלגט. בקיצור, וויפיל איך בין געווען צוריסן ביז אהין, בין איך יעצט געווארן נאך מער צוריסן אין מיר. איך האב אנגעהויבן זעהן אין די ספרים ווי שרעקליך דאס איז, נקרא רע, נקרא רשע, ווען משיח וועט קומען וועל איך זיין בלינד, איך וועל נישט קענען נהנה זיין מזיו השכינה, איך וועל נישט זוכה זיין צו זעהן משיח'ן. ועוד כהנה וכהנה. איך האב געגלייבט יעדעס ווארט וואס איך האב געזעהן און איך בין נאך אלץ געווען איבערצייגט אז נאר רשעים און שקצים טוען דאס. נאך מער, נאר רשעים און שקצים האבן דעם נסיון.
קיינער האט זיך נישט גענומען די מיה מיר צו דערציילן אז יעדער פלאגט זיך מיט דעם, און אז איך בין נישט קיין רשע און אז ס"ה בין איך א נארמאלער, געזונטער זכר אא"וו (אזוי ווי איך האב געטון מיט מיינע קינדער, ווי איך וועל נאך דערציילן בעז"ה בהמשך). דערווייל בין איך געבליבן מיט די שלעכטע געפיהלן. און איך בין אלס געווען זיכער אז איך האב נאך נישט גענוג געלערנט. נאך נישט גענוג געטרייט. איך האב געזאגט תהלים און תפילות און געטרייט אלעס וואס איך האב געקענט.
אין יענע יארן האט א געוויסער ערוואקסענער מענטש געטרייט עס צו טון מיט מיר אין מקוה, און איך בין געלאפן דערציילן מיין טאטן, איך האב פשוט געוואלט נושא חן זיין ביי אים. עס האט גראדע געהאלפן אביסל, אבער נישט צופיל. איך האב אבער געהאפט אז דאס וועט מיר העלפן זיך שטארקן אין מיין נסיון. און... איך האב ווייטער געזוכט אין די ספרים וואס צו טאן.
אבער וויפיל איך האב נאר געלערנט האט עס גארנישט געהאלפן. אין יענע ישיבה האב איך געהאט א טעגליכן שיעור (געווענליך מער א נאכטליכן...) צו מיט דעם צו מיט יענעם, און גאר אפט מיט דעם און מיט יענעם.
פארשטייט זיך אז מען האט מיר כסדר חושד געווען, אבער איך האב ב"ה מצליח געווען זיך אויסצובאהאלטן. און איך בין נישט נאכאמאל געכאפט געווארן ווילאנג איך האב דארט געלערנט...
איין מינוט, וואס האב איך געזאגט? נישט געכאפט געווארן? אקעי, אמת, אבער נישט ממש.
המשך יבא