ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1
  • 2
  • 3

טעמע: דער גבאי דערציילט 7784 באזוכער

ענטפער: דער גבאי דערציילט י' ניסן התשע"ח 05:33 #248118

  • 5050
  • איצטיגע שטרעקע: 509 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 251
  • האט שוין געלייקט: 582 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 528 מאל
  • קאָרמא: 7
גבאי געשריבן on י' ניסן התשע"ח 03:21:
איך אנטשולדיג זיך פאר'ן נאך נישט שרייבן. איך האב נישט פארגעסן, איך בין פשוט טרוד און איך קום נישט אן. איך האף ממש בקרוב צו גיין ווייטער אביסל דא און אין נאך ערטער. זיך צו ווידערזעהן בקרוב ממש.

פאר א גיטע סאך לוינט זיך צע ווארטין

ענטפער: דער גבאי דערציילט י' ניסן התשע"ח 19:18 #248153

  • גבאי
  • איצטיגע שטרעקע: 1897 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 426
  • האט שוין געלייקט: 889 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 748 מאל
  • קאָרמא: 14

אוי, טייערע ברודער, איך גיי שרייבן ווייטער. אבער נאך אזוי לאנג נישט שרייבן האב איך געמוזט איבער לייענען וואס איך האב געשריבן ביז אהער, פשוט צו זעהן ווי איך דארף ממשיך זיין. און איך וויל פשוט ארויסברענגען צוויי זאכן. איינס איז א קליינע נקודה וואס איך האב נישט געשריבן, וואס כאטש עס איז א קליינע נקודה, פיל איך אז עס איז וויכטיג. און דאס איז אז ווען איך בין געפארן אויף ארץ ישראל לערנען אין ישיבה און מיין טאטע האט מיך כמעט ארויפגעשיקט אויפן פליגער אן קיין פעני, אבער צום סוף האט ער מיר געגעבן א צוואנציגער, וויל איך פשוט צולייגן, אז אפילו דאס האט ער נישט געטון אליינס. אליינס איז אים נישט בייגעפאלן אז ער דארף מיר עפעס געבן. איך געדענק נאך וויאזוי מיין מאמע האט זיך עפעס געוואונקען מיט אים ווען איך האב אנגעהויבן צו גיין צום פליגער, און דעמאלס האט ער מיך צוריק גערופן און געגעבן דעם צוואנציגער. אפילו פאר אזא נארישקייט האט מען אים געדארפט מעורר זיין.

און די צווייטע זאך איז, אז יעצט ביים איבערלייענען די מעשה, ווען איך האב געליינט ווי אזוי איך בין פארשעמט געווארן פאר געבן מיינע קינדער נאר פופציג סענט חנוכה געלט, איז די גאנצע מעשה מיר ווידער ארויפגעשווימען פאר די אויגן און איך האב זיך פשוט צואוויינט פון ווייטאג. אזוי לעבעדיג איז נאך די ווייטאג ביי מיר יעצט.

אקעי. עמער גיין ווייטער אביסל.

בקיצור, שלמה האט מיך געלאזט טון מיט אים וואס איך האב געוואלט און וויפיל איך האב געוואלט. און איך האב געוואלט אסאך. איך געדענק ווי איך האב אים אסאך משוגע געמאכט, היינט ווען איך טראכט צוריק איבער דעם האב איך פלעין רחמנות אויף דעם אומשולדיגן בחור וואס איז געפאלן א קרבן צו מיינע שגעונות און קראנקהייט. אבער נאכ'ן אנגיין אזוי פאר א שטיק צייט האב איך ווידער געפילט אז איך קען נישט אזוי אנגיין. כאטש וואס איך האב דעמאלס נישט פארשטאנען אז וואס עס פעלט מיר באמת איז קאנעקשאן און ליבשאפט, האט עס אבער מיין גוף, מיין קערפער און מיין קאנשענס, יא געוואוסט. מיין מח האבן עס יא געשפירט. איך האב געפילט אז איך מוז האבן א צווייטן, איינער וואס האט אליינס אן אינטערעסע דערין.

בין איך אלזא ווידער צוריק צו פראבלעם נומער איינס. וויאזוי קלויב איך אויס דעם איינעם וואס וועט מסכים זיין אן געכאפט צו ווערן?

נאכ'ן טראכטן גענוג לאנג האב איך זיך ענדליך דערשלאגן צו אן עצה. אין ישיבה איז געווען א בחור וועלכער האט געהייסן דער ערגסטער בחור פון ישיבה. כמעט אויפן גרעניץ פון א משוגע'נער. נישט געלערנט קיין ווארט, געווען ווילד און צולאזט. בקיצור, עפעס אין מיר האט מיר געזאגט אז איך זאל טרייען מיט אים.

אבער ער איז נישט געווען גענוג א גרויסער למך אז איך זאל אים קענען פארקויפן דעם מעשה וואס איך האב פארקויפט פאר שלמה'ן. האב איך אלזא גענומען דעם סטראטעגיע וואס איציק האט גענומען מיט מיר, נעמליך, איך האב אנגעהויבן רעדן מיט אים איבער אנדערע. אנדערע בחורים וואס טוען אזעלכע זאכן. און, עס האט ווידער געארבעט. עס האט נישט געדויערט לאנג און מיר האבן זיך געטראפן פארשפארט ערגעץ וואו און זיך גענומען צו די ארבעט.

און יעצט האב איך שוין איינמאל צוגעטראפן. דער נייער שותף מיינער, ער איז שוין געווען אן עקספערט. ער האט מיך שוין אויסגעלערנט וואס מיינט מעסטורבעישאן (נישט די ווארט, דאס האב איך זיך ערשט אויסגעלערנט פילע יארן שפעטער, לאנג נאך מיין חתונה. ער האט גערעדט פון מוציא זרע זיין), וויאזוי מען טוט דאס, ער האט מיר אפילו דערציילט דעם סוד אז דאס איז דוקא גאר א גוטע זאך און עס שפירט זיך אזוי גוט, מען שטארבט נישט פון דעם, פארקערט, מען לעבט פאר דעם. און ער איז נישט געבליבן ביים אויסלערנען, ער האט מיר געגעבן שימוש אויך. גלייבט מיר אז עס איז אים נישט גרינג געווען. ביז איך האב זיך דערלערנט, ער האט שווער געארבעט.

אבער איינמאל איך האב זיך דאס דערלערנט. אוי אוי...

אבער נישט אזוי שנעל. נאך וואס דאס איז ס'ערשטע מאל געשעהן בין איך געווען אזוי דערשלאגן און דעמאראליזירט, אז איך האב נישט געוואוסט וואס צו טון מיט מיר. רבונו של עולם. ווי ווייט און ווי טיעף בין איך געפאלן, איך האב נישט גע'חלומ'ט אז איך קען אזוי טיעף פאלן. איך מוז תשובה טון און טרעפן הילף. איך וויל דאך זיין אן ערליכער איד, און דא בין איך דורכגעפאלן מיט אזא שרעקליכע זאך. כאטש איך האב נאך נישט געוואוסט קיין סאך. איך האב נאך דעמאלס נישט געוואוסט פון קיין חטא הידוע, פון קיין כף הקלע און פון קיין צואה רותחת, איך בין נאך געווען זייער נאאיוו, אבער מיין אינסטינקט האט מיר געזאגט ווי שרעקליך דאס איז. און אפשר גאר די פעטש וואס איך האב געכאפט אין די פארגאנגענהייט האט עס אויפגעבלאזן נאכמער. אזוי צו אזוי, בין איך געווען שטארק צובראכן.

אזויפיל האב איך געוואוסט אז אין צעטיל קטן שטייט אז מען דארף זיך אויסרעדן פאר חבר. בין איך געגאנגען צום בעסטן בחור פון ישיבה, וואס איך האב אזוי שטארק געטרייט צו זיין גוט מיט אים, און איך האב אים אלעס דערציילט. ער האט מיר געזאגט מוסר און איך האב צוגעזאגט אז איך גיי עס קיינמאל מער נישט טון און...

האהא, קיינמאל מער נישט טון... וואס נאך עפעס. קיינמאל, פאר עטליכע וואכן (אדער גאר עטליכע טעג. איך געדענק שוין נישט יעצט). קורצליך דערנאך האב איך זיך נאכאמאל געטראפן איינגעשפארט מיט יענעם חברה'מאן און דעם אנדערן צופרי בין איך ווידער געווען ביי מיין בעסטער בחור פון ישיבה זיך מתוודה זיין. ווען עס האט שוין פאסירט דעם דריטן מאל האט יענער מיר געזאגט אז ס'זעהט אויס איך בין א שווערער קעיס און ער מוז עס אריבערפירן צום משגיח פון ישיבה, און יענער איז א גרויסער מומחה אין די זאכן, האפענטליך וועט יענער מיר קענען העלפן תשובה טאן.

מומחה, לאל. יענער האט מיך אריבערגערופן צו זיך אין שטוב און פלעין געזאגט אז ער גייט מיך אהיים שיקן, און ביז איך קום אן אהיים גייט ער דערווייל דערציילן מיין טאטן. ער האט נאך צוגעלייגט אז ער איז זיכער אז יעצט אויף די מינוט וויל איך ענדערש אומקומען פון א קאר עקסידענט אויפן וועג אהיים, אבער ער מיינט אז ער מוז עס טון...

איך געדענק שוין נישט פונקטליך אלע פרטים, אבער דאס געדענק איך אז איך האב ביטערליך געוויינט און איך געדענק אויך אז צום סוף האט ער מיך נישט אהיים געשיקט. צו ער האט געזאגט פאר מיין טאטן ווייס איך נישט עד היום, כאטש איך שטעל מיך פאר אז נישט ווייל איך קען נישט גלייבן אז מיין טאטע זאל האבן געהערט אזא זאך און עס לאזן ביי דעם.

וויזוי ס'זאל נאר זיין האט דאס אלעס נישט אנגעהאלטן פאר צו לאנג. איך האב זיך גאנץ שנעל צוגעוואוינט צום נייעם מציאות אז דאס איז עס, איך קען זיך נישט איינהאלטן. איך האב אויפגעהערט נאכלויפן דעם בעסטן בחור אדער דעם משגיח פאר תשובה. איך האב פשוט מקבל געווען דעם מציאות. אנשטאט האב איך אנגעהויבן זוכן נאך שותפים. און איך האב געטראפן. יעדע שטיק צייט נאך איינעם. זה בכה וזה בכה. אבער אלס האט זיך עפעס געמאכט און איך האב געטראפן נאך א שותף.

איינער פון די נייע שותפים, וועלכער איז לכאורה געווען נאך מער צודרודלט פון מיר, האט מיר דערציילט אז דאס פונקטליך איז דער חטא הידוע און אז איבער דעם רעדן אלע ספרים. אין אנדערע ווערטער, וויפיל איך האב זיך אויסגעפּראקט ביז אהין, האט דער שותף מיינער עס נאך אריינגעלייגט אין א פרעים. דאס מיינט שומר הברית, דאס מיינט ענייני קדושה, פון דעם רעדן אלע ספרים, פער דעם איז שובבים געמאכט וגו' וכו'.

איז אנשטאט נאכלויפן דעם משגיח, וואס איך האב שוין געוואוסט אז עס לוינט נישט, האב איך אנגעהויבן לערנען. וואס עס איז מיר נאר געקומען אונטער די הענט. כ'געדענק שוין נישט ווער, אבער איינער האט מיר גע'עצה'ט צו לערנען ראשית חכמה און איך האב אים געפאלגט. בקיצור, וויפיל איך בין געווען צוריסן ביז אהין, בין איך יעצט געווארן נאך מער צוריסן אין מיר. איך האב אנגעהויבן זעהן אין די ספרים ווי שרעקליך דאס איז, נקרא רע, נקרא רשע, ווען משיח וועט קומען וועל איך זיין בלינד, איך וועל נישט קענען נהנה זיין מזיו השכינה, איך וועל נישט זוכה זיין צו זעהן משיח'ן. ועוד כהנה וכהנה. איך האב געגלייבט יעדעס ווארט וואס איך האב געזעהן און איך בין נאך אלץ געווען איבערצייגט אז נאר רשעים און שקצים טוען דאס. נאך מער, נאר רשעים און שקצים האבן דעם נסיון.

קיינער האט זיך נישט גענומען די מיה מיר צו דערציילן אז יעדער פלאגט זיך מיט דעם, און אז איך בין נישט קיין רשע און אז ס"ה בין איך א נארמאלער, געזונטער זכר אא"וו (אזוי ווי איך האב געטון מיט מיינע קינדער, ווי איך וועל נאך דערציילן בעז"ה בהמשך). דערווייל בין איך געבליבן מיט די שלעכטע געפיהלן. און איך בין אלס געווען זיכער אז איך האב נאך נישט גענוג געלערנט. נאך נישט גענוג געטרייט. איך האב געזאגט תהלים און תפילות און געטרייט אלעס וואס איך האב געקענט.

אין יענע יארן האט א געוויסער ערוואקסענער מענטש געטרייט עס צו טון מיט מיר אין מקוה, און איך בין געלאפן דערציילן מיין טאטן, איך האב פשוט געוואלט נושא חן זיין ביי אים. עס האט גראדע געהאלפן אביסל, אבער נישט צופיל. איך האב אבער געהאפט אז דאס וועט מיר העלפן זיך שטארקן אין מיין נסיון. און... איך האב ווייטער געזוכט אין די ספרים וואס צו טאן.

אבער וויפיל איך האב נאר געלערנט האט עס גארנישט געהאלפן. אין יענע ישיבה האב איך געהאט א טעגליכן שיעור (געווענליך מער א נאכטליכן...) צו מיט דעם צו מיט יענעם, און גאר אפט מיט דעם און מיט יענעם.

פארשטייט זיך אז מען האט מיר כסדר חושד געווען, אבער איך האב ב"ה מצליח געווען זיך אויסצובאהאלטן. און איך בין נישט נאכאמאל געכאפט געווארן ווילאנג איך האב דארט געלערנט...

איין מינוט, וואס האב איך געזאגט? נישט געכאפט געווארן? אקעי, אמת, אבער נישט ממש.

המשך יבא

ענטפער: דער גבאי דערציילט י' ניסן התשע"ח 21:16 #248156

  • כרעמזל
  • איצטיגע שטרעקע: 298 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • חזקו ואמצו!
  • מעלדונגען: 1937
  • האט שוין געלייקט: 1087 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 3607 מאל
  • קאָרמא: 67
WOW 

שאקירנד, און דערפון איז ארויסגעוואקסן אונזער באליבטע גבאי!

באמת א שכח

אויב ווילסטו מיר דאנקען ⇔ דאן דאווען אז איך זאל זיך האלטן ריין
 ביטע האלט מיט די טעגליכע תהילים 
 ענטפער פרעג קאמענטיר און באדאנק זיך אויפן פארעם כדי עס צו האלטן אקטיוו 

ענטפער: דער גבאי דערציילט י"א ניסן התשע"ח 09:59 #248172

  • פּרובירט
  • איצטיגע שטרעקע: 16 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 878
  • האט שוין געלייקט: 2012 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1058 מאל
  • קאָרמא: 28
WOW איז נישט די ווארט צי זאגן פארדעם

איך בין שפארכלאז 
יעצט דורך געליינט די גאנצע ביז אהער נישטא קיין ווערטער צי זאגן
איך ווייס באמת נישט וואס צי שרייבן
וועל איך עס לאזן ליידיג 

צי דיר געטרייע גבאי
















































































החותם פרובירט

סאיז נישט דא קיין נעכטען,  סאיז נישט דא קיין  מארגען,
סאיז נאר דא א ביסעלע יעצט, וואז'שע  דארף מען זארגען,
https://drive.google.com/file/d/1kbjaMu9xqZlt14NUut00rZl4v8_MDp7d/preview

ענטפער: דער גבאי דערציילט י"א ניסן התשע"ח 10:18 #248175

  • אברהם העברי
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 249
  • האט שוין געלייקט: 564 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 743 מאל
  • קאָרמא: 4

כ'האב פיל ציענדע שפאנענדע געשיכטעס געליינט דורכאויס די יארן, ביי זייער אסאך האב איך זיך געפילט אלץ א טייל פון די מעשה, אבער דא אין דיין געשיכטע טוסטו מיך ממש מיטנעמען האנט ביי האנט, מיט אלע דעטאלן און געפילן ארום אזוי קלאר אויפגעשפילט, מאסיו!!

גבאי לעבן, דיין געשיכטע איז פאר מיר א געוואלדיגע חיזוק, מילד גערעדט, און דרוקן די ריכטיגע קנעפלעך ביי מיר אויף מיך צו שטיפן צו עפענען מיין פעקל...

ווי א טריט ווייטער דו נעמסט אונז, אלץ מער וואקסט די שפאנונג צו זעהן וואו די געשיכטע האט דיך עווענטועל געפירט, און וואו פונקטליך ס'איז אויסגעפאלן דעם ובקשתם 'משם' את ה' אלקיך, און דערנאך דעם אומגלויבליכער 'ומצאת'...

מיט נאך אפאר אזוינע נעכט וואס דו האסט דעם נאכט אפגעראכטן, איז דא גרויס האפענונג אויף א פרישע פארזעצונג בקרוב...

לעצט פארראכטן: י"א ניסן התשע"ח 10:19 דורך אברהם העברי.

ענטפער: דער גבאי דערציילט י"א ניסן התשע"ח 10:33 #248176

  • kosher
  • איצטיגע שטרעקע: 413 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 479
  • האט שוין געלייקט: 525 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 756 מאל
  • קאָרמא: 3

גבאי איך ליין מיט שפאנונג אין איך ווארט צו זעהן ווי אזוי פין אזא מצב האלט מען יעצט ביי 880 ריינע טעג אבער איך גלייב אז פארדעם דארף מען נאך ווארטן פאר אפאר  פארזעצןנגן 

גבאי דערצייל נאך איך בין ממש געשפאנט 

אברהם העברי שרייבט
גבאי לעבן, דיין געשיכטע איז פאר מיר א געוואלדיגע חיזוק, מילד גערעדט, און דרוקן די ריכטיגע קנעפלעך ביי מיר אויף מיך צו שטיפן צו עפענען מיין פעקל...

אברהם אינז ווארטן שוין פאר נאך א פארזעצונג לאז אינז נישט לאנג ווארטן

ענטפער: דער גבאי דערציילט י"א ניסן התשע"ח 10:58 #248177

  • כי בשמחה תצאו
  • איצטיגע שטרעקע: 191 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 267
  • האט שוין געלייקט: 613 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 641 מאל
  • קאָרמא: 1

אויפוועקנדיג זיך ווי פון א חלום, נאכן ליינען די שילדערונג פון אונזער הייליגן גבאי,
פיהל איך ווי עס בלאזט אריין אין מיר זעק מיט חיזוק און חיות,
יא: גם אני יכול!  ס'אלץ דא א וועג ארויס!
מיר ווארטן אויף די המשך.

ענטפער: דער גבאי דערציילט י"א ניסן התשע"ח 19:21 #248197

  • גבאי
  • איצטיגע שטרעקע: 1897 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 426
  • האט שוין געלייקט: 889 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 748 מאל
  • קאָרמא: 14

יישר כח אלע טייערע אידן, אייערע ווערטער פון חיזוק און עידוד געבן א שטופ צו גיין ווייטער, בעז"ה בקרוב. איך בעט נאר פון באשעפער כח צו קענען גיין ווייטער.

ענטפער: דער גבאי דערציילט י"א ניסן התשע"ח 23:44 #248201

  • כרעמזל
  • איצטיגע שטרעקע: 298 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • חזקו ואמצו!
  • מעלדונגען: 1937
  • האט שוין געלייקט: 1087 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 3607 מאל
  • קאָרמא: 67

כ'קען קוים ווארטן

ביידעוועי כבוד גבאי איר האט שוין געליינט מיינע?
אה! פיינע פרישע כרעמזלעך, כאפט א שמעק.

אויב ווילסטו מיר דאנקען ⇔ דאן דאווען אז איך זאל זיך האלטן ריין
 ביטע האלט מיט די טעגליכע תהילים 
 ענטפער פרעג קאמענטיר און באדאנק זיך אויפן פארעם כדי עס צו האלטן אקטיוו 

ענטפער: דער גבאי דערציילט כ"ד ניסן התשע"ח 22:13 #248280

  • ארץ
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 16
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל
  • קאָרמא: 1

א גוטן איך זע אז די שרייבסט וועגען ווי אזוי צורעדען צו קינדער איך האב געזען פון הרב גמליאל רבינוויץ אז ער איז געווען נאנט מיט א גאר חושבע רב און ירושלים אלץ בוחר און ער האט געלערנט מיט אים שו''ע אבן העזר סימן כ''ג מיט אזא יראת שמים אז אלע בוחרישע יארן איז אים געגאנגען פיין מיטן אדורך לערנען די סימנים= איך האב געפרגט א חושב רב דערוועגען האט ער מיר געזאגט אז די הייליגע חפץ חיים האט עס געלערנט מיט זיינע קינדער ער האט מיר געזגט אז איך זאל מיר גוט צוגרייטען השכל ודעת האט אינער עקספייענס און דעים?

ענטפער: דער גבאי דערציילט ל' ניסן התשע"ח 19:27 #248364

  • כי בשמחה תצאו
  • איצטיגע שטרעקע: 191 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 267
  • האט שוין געלייקט: 613 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 641 מאל
  • קאָרמא: 1

לאמיר באגריסן דעם גבאי'ן מיט א העפליכן מזל טוב!
פארן גרייכן דעם ציפער פון 900
פאר אונז אלע געוואונטשן.
כן ה' אלקינו יגיעהו למועדים ולמספרים אחרים, ונאכל שם מן הזבחים ומן הפסחים, און הנאה האבן פון אלע סערוויסעס וואס הרב גבאי שטעלט אונז צו כיד ה' הטובה עליו.

ענטפער: דער גבאי דערציילט א' סיון התשע"ח 09:27 #248811

  • כרעמזל
  • איצטיגע שטרעקע: 298 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • חזקו ואמצו!
  • מעלדונגען: 1937
  • האט שוין געלייקט: 1087 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 3607 מאל
  • קאָרמא: 67
גבאי גבאי ווי ביזטו? הדא הדא וויפיל חיזוק ברויכסטו, וואלד דער גבאי דא געווען וואלט מער חיזוק הדא געזעהן

כ'מיין מען זאל זיכן א נייע גבאי

אגב ווי איז לוי?

אויב ווילסטו מיר דאנקען ⇔ דאן דאווען אז איך זאל זיך האלטן ריין
 ביטע האלט מיט די טעגליכע תהילים 
 ענטפער פרעג קאמענטיר און באדאנק זיך אויפן פארעם כדי עס צו האלטן אקטיוו 

ענטפער: דער גבאי דערציילט א' סיון התשע"ח 14:58 #248819

  • החפץ חיים
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 30
  • האט שוין געלייקט: 18 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל
  • קאָרמא: -1

איך זוך אויך די גבאי איך דארף וויכטיג הדרכה אין א ענין מסויים, אויב איינער טרעפט עם זאל ער עם אהער ברענגען.

יישר כח

ענטפער: דער גבאי דערציילט א' סיון התשע"ח 15:54 #248820

  • כרעמזל
  • איצטיגע שטרעקע: 298 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • חזקו ואמצו!
  • מעלדונגען: 1937
  • האט שוין געלייקט: 1087 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 3607 מאל
  • קאָרמא: 67

א פריוואטע מעסעדזש האסטו פראבירט?

אויב ווילסטו מיר דאנקען ⇔ דאן דאווען אז איך זאל זיך האלטן ריין
 ביטע האלט מיט די טעגליכע תהילים 
 ענטפער פרעג קאמענטיר און באדאנק זיך אויפן פארעם כדי עס צו האלטן אקטיוו 

לעצט פארראכטן: א' סיון התשע"ח 15:54 דורך כרעמזל.

ענטפער: דער גבאי דערציילט א' סיון התשע"ח 21:45 #248823

  • לוי
  • OFFLINE
  • אדמיניסטראטאר
  • מעלדונגען: 42
  • האט שוין געלייקט: 11 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 98 מאל
  • קאָרמא: 0
החפץ חיים געשריבן on א' סיון התשע"ח 14:58:

איך זוך אויך די גבאי איך דארף וויכטיג הדרכה אין א ענין מסויים, אויב איינער טרעפט עם זאל ער עם אהער ברענגען.

יישר כח


מען קען מיר שיקן פריוואטע הודעות און איך וועל פראבירן צו העלפן וועמען מען קען.

א דאנק 

ענטפער: דער גבאי דערציילט ב' סיון התשע"ח 17:53 #248835

  • גבאי
  • איצטיגע שטרעקע: 1897 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 426
  • האט שוין געלייקט: 889 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 748 מאל
  • קאָרמא: 14
איך בין דא, נישט געגאנגען אין ערגעץ. פשוט שטארק פארנומען געווען די לעצטע צייטן. א גרויסער טייל דערפון איז מיט די ארבעט פאר דעם סייט וואס איר וועט אי"ה בקרוב זעהן מיט אייגענע אויגן, ממש ממש, למטה מעשרה טפחים, דא אויפן וועבסייט פון ה'יט ד'יינע א'ויגן.

פרעגט ברודערלעך פרעגט...

ענטפער: דער גבאי דערציילט ד' תמוז התשע"ח 19:51 #249262

  • כרעמזל
  • איצטיגע שטרעקע: 298 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • חזקו ואמצו!
  • מעלדונגען: 1937
  • האט שוין געלייקט: 1087 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 3607 מאל
  • קאָרמא: 67

שכח גבאי פאר די איצטיגע אימעיל

אויב ווילסטו מיר דאנקען ⇔ דאן דאווען אז איך זאל זיך האלטן ריין
 ביטע האלט מיט די טעגליכע תהילים 
 ענטפער פרעג קאמענטיר און באדאנק זיך אויפן פארעם כדי עס צו האלטן אקטיוו 

ענטפער: דער גבאי דערציילט י"ד תמוז התשע"ח 17:28 #249340

  • נטע׳לע
  • איצטיגע שטרעקע: 973 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1493
  • האט שוין געלייקט: 2548 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2253 מאל
  • קאָרמא: 16
געטראכט צו שרייבן אן אישי (אדער וויאזוי הייסט עס דא?) ווייל איך בין נאך ניי ווי שעמסט טעך נישט צו אריין שרייען דא אזוי.

אבער בין איך צו נתפעל פון דעם גבאי אזוי פיל מיטגעמאכט ברוחניות ובגשמיות.

א גרויסן ישר כח פארן מיט טיילן
און יעצט אז דו האלסט ביי 951 געט עס א מורא׳דיגן חיזוק!

מיין אימעיל אדער הענגאוטס (בעסער הענגאוטס) איז אייביג אפן צו העלפן מיט וואס איך קען, צו  This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it

מיין פאון נאמבער צו טעקסטן איז +1 (802) 359-7167 (בעסטע אפשען)

איך וועל פרובירן און מיך פרייען צו העלפן.

נטע׳לע

ניגון; דו ביסט א גוטער מענטש

ענטפער: דער גבאי דערציילט י"ד תמוז התשע"ח 17:32 #249342

  • kosher
  • איצטיגע שטרעקע: 413 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 479
  • האט שוין געלייקט: 525 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 756 מאל
  • קאָרמא: 3
  • נטע זאגט שטארק אז מליינט פין א צווייטען וואס איז געווען אין מיין מצב אדער ערגער אין מזעט אזוי סאך טעג צו זיין זייט גיט עס די מערסטע חזיק וואס סאיז שייך אז יא מיר קענען אין מיר וועלן

ענטפער: דער גבאי דערציילט י"ב אב התשע"ח 10:58 #249654

  • פּרובירט
  • איצטיגע שטרעקע: 16 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 878
  • האט שוין געלייקט: 2012 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1058 מאל
  • קאָרמא: 28

טייערע גבאי איך האב נישט וואס צי שרייבן אויף דיין לאנגע פאסט 
אזוי ווי נטע האט געשריבן שפראך לאז איז שרייב איך נישט 

נאר דא קומט די בקשה אפשר לכבוד 1000 טאג זאל קומען נאך א קאפיטל?
אפשר דאך ??

סאיז נישט דא קיין נעכטען,  סאיז נישט דא קיין  מארגען,
סאיז נאר דא א ביסעלע יעצט, וואז'שע  דארף מען זארגען,
https://drive.google.com/file/d/1kbjaMu9xqZlt14NUut00rZl4v8_MDp7d/preview

ענטפער: דער גבאי דערציילט כ"ד אב התשע"ח 23:12 #249855

  • גבאי
  • איצטיגע שטרעקע: 1897 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 426
  • האט שוין געלייקט: 889 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 748 מאל
  • קאָרמא: 14
איך קום נישט אן לעצטענס צו שרייבן דא, אבער אפשר טאקע. איך האב אפגעשריבן עפעס לכבוד די טויזענט, אבער אפשר איז שוין צייט זיך צו געבן א ריק ווייטער. עמער פרובירן. כאטש עס איז זייער שווער.

ענטפער: דער גבאי דערציילט כ"ד אב התשע"ח 23:23 #249857

  • כי בשמחה תצאו
  • איצטיגע שטרעקע: 191 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 267
  • האט שוין געלייקט: 613 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 641 מאל
  • קאָרמא: 1

אדרבה, מיר וועלן זייער עפרישיעיטן אז דו וועסט שרייבן, מיר באלעקן זיך מיט דיינע ווערק.
ווייסמער-דעך א שול אנע גבאי, הערש א כאאס!...

ענטפער: דער גבאי דערציילט כ"ה אב התשע"ח 00:49 #249860

  • אברהם העברי
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 249
  • האט שוין געלייקט: 564 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 743 מאל
  • קאָרמא: 4
כי בשמחה תצאו געשריבן on כ"ד אב התשע"ח 23:23:

אדרבה, מיר וועלן זייער עפרישיעיטן אז דו וועסט שרייבן, מיר באלעקן זיך מיט דיינע ווערק.
ווייסמער-דעך א שול אנע גבאי, הערש א כאאס!...


גם אני מצטרף להנ"ל.

ענטפער: דער גבאי דערציילט כ"ה אב התשע"ח 00:55 #249862

  • נטע׳לע
  • איצטיגע שטרעקע: 973 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1493
  • האט שוין געלייקט: 2548 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2253 מאל
  • קאָרמא: 16

מיר קיקען ארויס!

מיין אימעיל אדער הענגאוטס (בעסער הענגאוטס) איז אייביג אפן צו העלפן מיט וואס איך קען, צו  This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it

מיין פאון נאמבער צו טעקסטן איז +1 (802) 359-7167 (בעסטע אפשען)

איך וועל פרובירן און מיך פרייען צו העלפן.

נטע׳לע

ניגון; דו ביסט א גוטער מענטש

ענטפער: דער גבאי דערציילט כ"ה אב התשע"ח 09:30 #249870

  • פּרובירט
  • איצטיגע שטרעקע: 16 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 878
  • האט שוין געלייקט: 2012 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1058 מאל
  • קאָרמא: 28

אבער ווען וועט דאס זיין
אבער ווען וועט דאס זיין

די מיקאהר לעסעג מאר? די מיקאהר לעסעג מאר? ...................................... אהקאהר לעסעג מאר

שקויעך פאר'ן אריין קומען

סאיז נישט דא קיין נעכטען,  סאיז נישט דא קיין  מארגען,
סאיז נאר דא א ביסעלע יעצט, וואז'שע  דארף מען זארגען,
https://drive.google.com/file/d/1kbjaMu9xqZlt14NUut00rZl4v8_MDp7d/preview
לעצט פארראכטן: כ"ה אב התשע"ח 09:31 דורך פּרובירט.

ענטפער: דער גבאי דערציילט כ"ה אב התשע"ח 11:18 #249881

  • נטע׳לע
  • איצטיגע שטרעקע: 973 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1493
  • האט שוין געלייקט: 2548 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2253 מאל
  • קאָרמא: 16
פּרובירט געשריבן on כ"ה אב התשע"ח 09:30:

אבער ווען וועט דאס זיין
אבער ווען וועט דאס זיין

די מיקאהר לעסעג מאר? די מיקאהר לעסעג מאר? ...................................... אהקאהר לעסעג מאר

שקויעך פאר'ן אריין קומען


געמומען א מינוט צו כאפן.
זייער זיס!!!

מיין אימעיל אדער הענגאוטס (בעסער הענגאוטס) איז אייביג אפן צו העלפן מיט וואס איך קען, צו  This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it

מיין פאון נאמבער צו טעקסטן איז +1 (802) 359-7167 (בעסטע אפשען)

איך וועל פרובירן און מיך פרייען צו העלפן.

נטע׳לע

ניגון; דו ביסט א גוטער מענטש

ענטפער: דער גבאי דערציילט כ"ה תשרי התשע"ט 20:48 #250882

  • נטע׳לע
  • איצטיגע שטרעקע: 973 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1493
  • האט שוין געלייקט: 2548 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2253 מאל
  • קאָרמא: 16

טייערע גבאי, יעצט אז מיר האבן זיך שוין באגעגענט און פארברענגט ביים פארגאנגענעם שמחת בית השואבה בסוכה הגדולה של קהלות הדא. האבעך איבער געליינט דיינע מיטמאכענישן, ממש טרערן זענען מיר גערינען. 


איין זאך קען איך ענק זאגן, אויף  דעם גבאי׳ן, זעט זיך בכלל נישט אן זיין שווערן עבר, ער איז א באטעמטער מענטש, א געשמאקער פארברענגער.
יעצט נאכן איבער ליינען קומט מיר ווידער ארויף זיינע ווערטער ביים צוזאם טרעף הנ״ל, מיינע קינדער האבן בעסערע קינדער-יארן ווי איך האב געהאט!


אבער; דו לאזט אונז מיטן צינג אינדערויסן... מיר ווארטן! ווי ניד מור!!!

מיין אימעיל אדער הענגאוטס (בעסער הענגאוטס) איז אייביג אפן צו העלפן מיט וואס איך קען, צו  This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it

מיין פאון נאמבער צו טעקסטן איז +1 (802) 359-7167 (בעסטע אפשען)

איך וועל פרובירן און מיך פרייען צו העלפן.

נטע׳לע

ניגון; דו ביסט א גוטער מענטש

ענטפער: דער גבאי דערציילט כ"ו תשרי התשע"ט 00:15 #250887

  • 5050
  • איצטיגע שטרעקע: 509 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 251
  • האט שוין געלייקט: 582 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 528 מאל
  • קאָרמא: 7

גם אני מצטרף לבקשת נטע מיר בעקען זיך ווען די גבאי איז געווען אקטיב

ענטפער: דער גבאי דערציילט י' חשון התשפ"א 11:04 #268995

  • אין שום יאוש
  • איצטיגע שטרעקע: 728 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 528
  • האט שוין געלייקט: 974 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1059 מאל
  • קאָרמא: 23

מזל טוב גבאי פאר 5 יאר

ענטפער: דער גבאי דערציילט י' חשון התשפ"א 16:03 #269000

  • כרעמזל
  • איצטיגע שטרעקע: 298 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • חזקו ואמצו!
  • מעלדונגען: 1937
  • האט שוין געלייקט: 1087 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 3607 מאל
  • קאָרמא: 67

קאנגראטולאציע!

אויב ווילסטו מיר דאנקען ⇔ דאן דאווען אז איך זאל זיך האלטן ריין
 ביטע האלט מיט די טעגליכע תהילים 
 ענטפער פרעג קאמענטיר און באדאנק זיך אויפן פארעם כדי עס צו האלטן אקטיוו 

ענטפער: דער גבאי דערציילט י"א חשון התשפ"א 19:45 #269015

  • גבאי
  • איצטיגע שטרעקע: 1897 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 426
  • האט שוין געלייקט: 889 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 748 מאל
  • קאָרמא: 14

טייערע, הייליגער ברידער,

איך בין שפעט מיט א טאג, באמת האב איך געוואלט נעכטן שרייבן אבער עס איז פשוט נישט מעגליך געווען. אבער עס איז אקעי. זעהט אויס אז דער באשעפער וויל נישט אז אלעס זאל זיין פערפעקט.

איז אזוי, נעכטן, אויפן גוי'אישן קאלענדער יאר, איז געווען אקטאבער 28, דאס מיינט אז אויף דעם סדר פון רעכענען יארן, איז נעכטן געווען פינף יאר וואס איך בין ריין. איך וויל זייער באדאנקען אין שום יאוש און כרעמזל פאר'ן עס אינזין האבן און מיך קאנגראטולירן אויף דעם.

איך ווייס נישט ווי אנצוהייבן, וואס קען איך זאגן אין אזא צייט. אפשר ביז דעם אידישן יארטאג (קומענדיגן מאנטאג), וועט דער באשעפער העלפן און איך וועל קענען עפעס אפשרייבן מער צו דער זאך. אבער דערווייל, פטור בלא כלום אי אפשר, איך מוז דאך עפעס זאגן.

וויל איך אפגעבן א שבח והודאה פאר'ן גרויסן באשעפער, אויף די ריזיגע, גרויסע, אומגעהויערע, מאסיווע און געוואלדיגע (און נאך אפאר ווערטער) חסד וואס ער האט מיט מיר געטון און מיר געגעבן פינף ריינע יארן.

איך וויל זאגן אז די ריינע יארן זענען נישט הונדערט פראצענט ריין. איך פלאג זיך נאך מיט לאסט אויף פארשידענע אופנים. און במשך די פינף יאר האט פאסירט צוויי מאל וואס איך האב געזוכט סחורה אויפן געוועב. איין מאל (בערך דריי אהאלב יאר צוריק) האב איך טאקע געפונען, אבער נאכ'ן זיך איינקוקן פאר בערך איין מינוט, האב איך זיך שנעל געכאפט און אויסגעלאשן, עס געשעירט מיט אנדערע און געלאפן צו מיטינגען און איך האב זיך ב"ה ארויסגעזעהן דערפון.

א צווייט מאל, בערך א יאר צוריק, האב איך ווידער געזוכט, פארשטייט זיך איך האב נישט געזוכט גאר געפערליכע סחורה, נאר פלעין געפערליך (וואס פירט אלעמאל צו די גאר געפערליכע, אין גאר א קורצע צייט), איך האב פארשטייט זיך געפונען וואס איך האב געזוכט. אבער ווידער, דער באשעפער האט מיך געראטעוועט, און איך האב זיך אפגעשטעלט גלייך ביים אנהייב, איידער עס האט זיך דערקייקלט צו עפעס ווייטער פון דעם.

די אלע זאכן דערמאנען מיך וואס איך בין און ווי איך שטיי און אז איך דארף כסדר ארבעטן אויף מיין ריקאווערי און זיין נאנט צום באשעפער, איך מוז אנהאלטן מיט אים א לעבעדיגן קשר און ווען דער קשר ווערט אביסל צוהאקט, הייבט אן מיין לעבן צו ווערן צוהאקט.

פונדעסטוועגן, אזוי ווי איך בין אין א פראגראם גיי איך לויט דעם און איך צייל מיין ריינקייט לויט ווי מען צייטלט דארט. הגם, איך מוז עס זאגן, אז דאס גאנצע ציילן און דאס ווארט 'ריינקייט', פארנעמט נישט ביי מיר היינט אזא גרויסן מקום ווי עס האט פארנומען אמאל. היינט איך ביי מיר חשוב דעם היינטיגן טאג. בין איך היינט ריין? וויאזוי זעהט אויס מיין היינטיגע ריינקייט. שטיי איך אוועק פון לאסט? בין איך עוסק אין מיין ריקאווערי? האלט איך זיך נאנט צום טאטן אין הימל? רעד איך צו אים? האב איך א קשר מיט אים? ווי אזוי זעהט אויס מיין עמאושענאל ריינקייט? וגו' וכו'.

נאכאמאל, אין דעם יעצטיגן טאג, איז עס בס"ה א צייט פאר מיר צו געדענקען וואו איך בין געווען, וויאזוי מיין לעבן (אדער טויט) האט אויסגעזעהן און וואו איך געפין זיך היינט. וויפיל האט דער באשעפער מיך דערהויבן מאשפות און מיך געברענגט נענטער צו אים. איך קען אים קיינמאל נישט גענוג אפדאנקען אויף דעם. עס איז אלעס בלויז חסדים, בלויז חסדים ורחמים גמורים. איך בין עס נישט ווערט, איך האב עס נישט פארדינט, איך האב נישט באצאלט דערפאר. ער טוט עס נאר פאר דעם ווייל ער האט מיך ליב און ער איז א חפץ חסד, ער וויל עס זאל מיר אויך גוט זיין.

יישר כח טאטי, איך האב דיך ליב, איך האב נישט קיין ווערטער, איך קען עס נישט זאגן ווייל איך ווייס נישט וואס און וויאזוי. אבער טאטי, דו זעהסט מיין הארץ, נעם עס אן מיט גאנצקייט, מיט מער גאנצקייט ווי איך קען עס טראכטן און פילן, ווייל נאך אלעם בין איך דאך א בשר ודם, מיט נטיות שפלות און מידות מגונות, אבער דו ביסט דאך באמת שלם בתכלית השלמות, קענסטו דאך עס אננעמען פון מיר אויף דיין לעוול.

נאכאמאל, שקויעך טייערע, זיסע, לעכטיגע טאטי.

ענטפער: דער גבאי דערציילט י"ב חשון התשפ"א 00:56 #269021

  • איין קוק ווינציגער
  • איצטיגע שטרעקע: 2 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 299
  • האט שוין געלייקט: 35 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 387 מאל
  • קאָרמא: 13

ייש"כ גבאי פאר די ווארימע דיבורים פאר די שרעקידיגע עבר און פארן מיטטיילן די פרייליכן הוה
איך האב אסאך געדארפט אקסעזשין אינמיטן ליינען, עס איז אזוי שרעקעדיג דיין די מעשה, אז ממש ווען נישט איך ווייס אז די ביזט א אמתדיג מיט דיין טשארט, וואלט איך עס נישט געגלייבט, א מענטש מיט אזוי פיל מיטמאכענעשן מיט אזויפיל תירוצים צו בארעכטיקן זיינע מעשים איז זיכער נישט ריין וכו' וכו' וד"ל
אבער עס איז נישט אזוי, נאר גאר ער איז אזא טייערע אינגערמאן מיט אזוי פיל הארעוואניע און זויבערקייט? יא אומגלויבליך!!!! 

ייש"כ גבאי
און בלייב שיקן טאקע דא כסדר, מיר דארפן חיזוק

ענטפער: דער גבאי דערציילט י"ב חשון התשפ"א 11:54 #269028

  • שיע
  • איצטיגע שטרעקע: 134 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 99
  • האט שוין געלייקט: 191 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 186 מאל
  • קאָרמא: 8

שכח גבאי זייער פאערפיל מוירעדיג שטארק גיי אן ביסט אונזער וועג ווייזער
דיין פריינט: שיע

ענטפער: דער גבאי דערציילט י"ב חשון התשפ"א 14:39 #269030

  • גבאי
  • איצטיגע שטרעקע: 1897 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 426
  • האט שוין געלייקט: 889 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 748 מאל
  • קאָרמא: 14

יישר כח פאר אלע מגיבים, דא און פריוואט, איך האף בעז"ה צו קומען אהער אביסל מער אפט. אויף דערווייל האטס אלע א גוטן שבת

ענטפער: דער גבאי דערציילט י"ד חשון התשפ"א 04:00 #269032

  • אפהיטן
  • איצטיגע שטרעקע: 38 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 320
  • האט שוין געלייקט: 85 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 421 מאל
  • קאָרמא: 14

מזל טוב גבאי נאמן,
און עקסטער פאר די זכי' אז דער אייבערשטער האט דיך דערוועלט צו זיין א ריכטיגע שליח ארויסצוברענגן ברבים א ריכטיגע קידוש השם,
כה יוסיף צו זיין נאנט מיטן אייבערשטען. 

גדלי', וואס ארבעט זיך צו האלטן הייליג און ווערן נענטער צום טאטען
גרייט זיך צו העלפן, מיטן דיר ארויסהעלפן, איך ווארט אויף דיר פריוואט, 

ביג בוק קאפיטאל 7

לעבן וועט באקומען א נייע באדייט. מיטצוהאלטן ווי מענטשן ערהוילן זיך, צו זעהן ווי אזוי זיי העלפן  אנדערע, מיטצוהאלטן ווי אזוי איינזאמקייט ווערט פארשווינדן, צו זעהן ווי אזוי א חברותא'שאפט וואקסט  אויף ארום דיר, צו האבן א גרויסע קבוצה פון חברים - דאס איז אן איבערלעבעניש וואס דו טארסט נישט  פארפאסן. מיר ווייסן אז דו וועסט עס נישט ווילן פארפאסן.

ענטפער: דער גבאי דערציילט י"ד חשון התשפ"א 20:57 #269040

  • חפץ בטוב
  • איצטיגע שטרעקע: 169 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 38
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 65 מאל
  • קאָרמא: 2

איך האב יעצט דורך געליינט דעם גאנצן פרשה ביז אהער און איך בין ממש געשטוינט, איך האב אויף עטליכע שטיקלעך געדארפט בודק זיין צו נישט איך האב עס געשריבן, איך רילעיט זייער אסאך צו דעם דאזיגן מעשה.

א גרויסן ייש כח חשוב'ע גבאי פאר עס אראפ לייגן מיט ווערטער, סהאט מיך ממש אויף געשוידערט אבער אויך געגעבן א געוואלד חיזוק.

איך וועל בעזהשי"ת אויך מצליח זיין

ענטפער: דער גבאי דערציילט כ' כסלו התשפ"א 19:48 #269464

  • א הייליגער איד
  • איצטיגע שטרעקע: 54 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 90
  • האט שוין געלייקט: 5 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 66 מאל
  • קאָרמא: 2

א גוטן גבאי איך ווארט צוהערן ווייטער

ענטפער: דער גבאי דערציילט כ"א כסלו התשפ"א 16:25 #269478

  • Helpmeasap
  • איצטיגע שטרעקע: 56 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 941
  • האט שוין געלייקט: 1015 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל
  • קאָרמא: 18

דער גבאי איז אונז אלע מחייב!!!

הק' העלפמי

ענטפער: דער גבאי דערציילט כ"א כסלו התשפ"א 18:23 #269489

  • א הייליגער איד
  • איצטיגע שטרעקע: 54 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 90
  • האט שוין געלייקט: 5 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 66 מאל
  • קאָרמא: 2

נא ווי ביזטו פארלוירן געגאנגען גבאי:relieved:

ענטפער: דער גבאי דערציילט כ"א כסלו התשפ"א 21:25 #269500

  • נטע׳לע
  • איצטיגע שטרעקע: 973 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1493
  • האט שוין געלייקט: 2548 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2253 מאל
  • קאָרמא: 16

נא ווי ביזטו פארלוירן געגאנגען גבאי:relieved:



דיר צו פארציילן אז גבאי איז גארנישט פארלוירן געגאנגען. ער איז פעסט סאבער מיט פעסטע ריקאווערי.

מיין אימעיל אדער הענגאוטס (בעסער הענגאוטס) איז אייביג אפן צו העלפן מיט וואס איך קען, צו  This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it

מיין פאון נאמבער צו טעקסטן איז +1 (802) 359-7167 (בעסטע אפשען)

איך וועל פרובירן און מיך פרייען צו העלפן.

נטע׳לע

ניגון; דו ביסט א גוטער מענטש

  • בלאט:
  • 1
  • 2
  • 3
אחראים: GYE YIDDISH
צייט צו מאכן א בלאט: 1.91 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא