ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1
  • 2

טעמע: באנאכט אין בעט 1776 באזוכער

ענטפער: באנאכט אין בעט כ"ו אלול התשע"ח 18:55 #250711

  • כי בשמחה תצאו
  • איצטיגע שטרעקע: 163 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 258
  • האט שוין געלייקט: 604 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 609 מאל

איך קען זאגן מיינע צוויי סענט.
איך האב געזעהן ביי מיר, אז אפילו ס'קומען אריין מחשבות לרחצה, נישט אייביג שטעלט זיך עס אפ און בלייבט הויערן אין מיין דמיון. און ווער מאכט ס'זאל יא קונה שביתה זיין און פארבלייבן?
איך אליינס!
דהיינו, אז ווען ס'הייבט זיך אן אויפצושפילן א דמיון, הייב איך אריינצולייגן אויל אינעם פייער, און איך לייג צו שטאפ, עס צו מאכן הייסער און הייסער, איך טראכט טיפער און טיפער, אודאי לויפט ער נישט אוועק. עס ווערט נאר גרעסער און שעדליכער.
אבער אויב איך לאז מיך לויז, איך הייץ נישט אן מיין תאוה, איך בלייב קאלט צו די זאך, כאילו איך זעה יעצט א בוים מיט שיינע עפלעך, בדרך כלל וועט עס צוביסלעך אוועקגיין פון זיך אליין אן זיך דארפן שלאגן.
איך פיל אז ס'ארבעט ביי מיר.

ענטפער: באנאכט אין בעט ד' תשרי התשע"ט 17:07 #250754

  • kosher
  • איצטיגע שטרעקע: 54 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 439
  • האט שוין געלייקט: 472 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 699 מאל

כי בשמחה זייער ריכטיג 
די זאגסט אז א מחשבה פיין 
אבער פארוואס אליין גיי אין זיך אליין נעמען שווערקייטען 
ישר 

ענטפער: באנאכט אין בעט י"ז תשרי התשע"ט 16:40 #250830

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 49 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 373
  • האט שוין געלייקט: 183 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 320 מאל

דער מעזריטשער מגיד האט געהאט א תלמיד וואס האט געהייסן דר גאדינער, איך דענק נישט יעצט זיין ערשטן נאמען אבער דאכט זיך ער האט געהייסן ר' אליעזר.
הכלל דער דר גאדינער איז געווען א דאקטער וואס איז ל''ע אראפ פון דרך, און באופן פלא איז ער אמאל אנגעקומען צום מעזריטשער מגיד, און ער האט בייגעוואוינט א מעשה פלא און דאס האט אים צוריקגעברענגט צו אידישקייט עד כדי כך אז ער איז געווארן א תלמיד פונעם הייליגן מעזריטשער מגיד.

איינמאל האט דר גאדינער אנגעפרעגט דעם מעזריטשער מגיד, אז עס קומען ארויף אויפן געדאנק זייער אסאך מאל זיינע אלטע מעשים און עס ברענגט אים שטארקע מחשבות זרות וואס ער זאל טוהן.

זאגט אים די מעזריטשער מגיד, הער זיך איין, איך וועל דיר דערציילן א מעשה.

געווען אמאל אן ארענדער וואס האט געהאט א קרעטשמע און ער פלעגט פארקויפן וויין מיט ברוינפן, און אלע שיכורים פלעגן זיך דרייען ביי אים אין געשעפט, מען האט געטרינקן און זיך אנגעשיכורט און פון דעם האט ער געמאכט פרנסה, מאכט זיך אמאל אז דער ארענדער טראכט צו זיך ער וואלט ווען געוואלט האבן א מער בכבוד'יגע פרנסה, און ער וויל אויפגעבן די קרעטשמע, ווי איידער זיך אפגעבן מיט שיכורים א גאנצן טאג איז אים מער ליבערשט צו האבן א שיין בכבודיגע פרנסה, איז ער געגאנגען און ער האט פארשפארט די קרעטשמע, די שיכורים קומען אן די נעקסטע טאג, זיי זעהן נישט מער און נישט ווייניגער די קרעטשמע איז פארשפארט, זענען זיי געגאנגען צום ארענדער אינדערהיים, זיי קלאפן אריין אין טיר, און זיי בעטן מיר דארפן פון די ביטערן טראפ, זאגט זיי דער ארענדער, אנטשולדיגט אבער איך פארקויף מער נישט די סחורה!

ווי שאקירט זענען זיי געווען דאס צוהערן, אבער זיי האבן באשלאסן צוריקצוקומען די אנדערע טאג, מן הסתם איז אים אריין עפעס א רוח היינט, און מארגן וועט ער זיך בארוהיגן.

זיי קומען די אנדערע טאג, קלאפן נאכאמאל אריין אין די טיר, ר' איד מיר ברויכן פון די ביטערע טראפ, זאגט זיי די ארענדער אנטשולדיגט, אבער איך פארקויף מער נישט די סחורה!

אזוי איז א דורך נאך עטליכע וואכן ווען פון צייט צו צייט רוקט זיך אן נאך א שיכור ביים טיר, און דער אנטווארט בלייבט דאס זעלביגע, אנטשולדיגט! איך פארקויף מער נישט די סחורה!
נאך עטליכע חדשים האבן שוין אלע שיכורים אין שטאט געוואוסט אז דער ארענדער פארקויפט שוין נישט די סחורה און זיי האבן נישט וואס צו זוכן ביים אים, און צוביסעלעך האבן זיי זיך אפגעלאזט פון אים, און מער האט מען שוין נישט געקלאפט אויף זיין טיר.

פירט אויס דער מעזריטשער מגיד, דער בעל דבר גלייבט דיר נאך נישט אז דו האסט דיך ערנסט אפגעלאזט פון אים, קומט ער דיר מוטשענען ביים טיר יעדע שטיק צייט זאלסט אים געבן סחורה, ענטפער אים פשוט און גראד, אנטשולדיגט, אבער איך פארקויף שוין מער נישט די סחורה, גייט זוכט אייך א צווייטן!
ער וועט קומען די נעקסטע טאג נאכאמאל די קאפ פארדרייען, און זאג אים נאכאמאל, "אנטשולדיגט, אבער איך פארקויף שוין מער נישט די סחורה, גייט צו א צווייטן!"
מיט די צייט וועט ער זעהן אז דו מיינסט עס גאר ערענסט, וועט ער אויפהערן קלאפן ביי דיר אין טיר.

דאס איז וואס דער הייליגער מעזריטשער מגיד האט גענטפערט פאר זיין תלמיד.

א גוטן מועד אלע אידן,
משה'לע

משה'לע.

goo.gl/qRFlmr

ענטפער: באנאכט אין בעט י"ז תשרי התשע"ט 19:50 #250834

  • נטע
  • איצטיגע שטרעקע: 240 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 1100
  • האט שוין געלייקט: 1149 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1400 מאל

מ׳דארף זען ווי אזוי מ׳קען דאס ניצן אין פראקטיק.
אבער ס׳איז א שטארקע מעשה.
א גרויסן שכח, א גוטן מועד

וזאת למודעי!

היות איך בין נישט אזוי אקטיוו דא אויפן פארום כסדר. און אפי׳ ווען יא, אויך נישט מיט ביידע פיס.
אויב איינער וויל מיך ריטשען פאר א ספעסיפיק זאך (נישט סתם שמועסן...), ביטע שיקן א פריוואטער מעסעדש, (נישט קיין טשעט) דארט באקום איך אין אימעיל א נאטיפיקעישן, ווי אויך טאנצט עס ארויף ווען איך קום אריין אינעם סייט משא״כ טשעט וואס איך דארף דארט זיין בשעת מעשה. 

נטע׳לע

ענטפער: באנאכט אין בעט י"ח תשרי התשע"ט 19:32 #250839

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 4 טעג
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • מעלדונגען: 559
  • האט שוין געלייקט: 1168 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 952 מאל

זייער א שיינע סיפור, מ'דארף עס ארויסווייזן למעשה פארן שטן

אונזער געשיכטע איז אזוי אנדערש, אבער אזוי די זעלבע.

טוֹבִים הַשְּׁנַיִם מִן הָאֶחָד... כִּ֣י אִם־יִפֹּ֔לוּ, הָאֶחָ֖ד יָקִ֣ים אֶת־חֲבֵר֑וֹ. וְאִ֣יל֗וֹ הָֽאֶחָד֙ שֶׁיִּפּ֔וֹל וְאֵ֥ין שֵׁנִ֖י לַהֲקִימֽוֹ׃

מיין 123 רייזע

ענטפער: באנאכט אין בעט י"ט כסלו התשע"ט 14:26 #252088

  • שמע-תפלתי
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 253
  • האט שוין געלייקט: 248 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 610 מאל

שלום וברכה און וועלקאם בעק דז703 שיחי'

יישר כח פארן צוריק קומען צו אונז. יישר כח פארן שרייבן וואס יאר מושטעט זיך. איך קען רילעיטן צו וואס דו שרייבסט. פאר מיר מיין בעט איז די מקום ווי איך האב די מערסטע מוז"ל געווען. איך פלעג צום סוף כמעט יעדע נאכט מעסטערבעיטן. וויפיל איך האב נישט געוואלט האב איך עס נאך אלס געדארפט טוהן. ווען איך בין נישט געווען מיעד האט עס מיר געהאלפן איינשלאפן. ווען איך בין מיעד מוז איך עס טוהן צו זיין באקוועם. ווען איך בין צו פריילעך אדער אהנגעצויגן, דארף זיך באראויגען, ווען איך בין אנגעזעצט מוז מעסטערבעיטן זיך צו הייבן.

דאס איז געווען אזוי ווי איין רפואה וואס העלפט מיר פאר אלע פראבלעמן.


WoW
איך זעה מיך אין שפיגעל, דאס איז מיין גרעסטע שוואכקייט



ב"ה אז היינט בין איך שוין קרוב צו דריי הונדערט טעג וואס איך האב עס נישט געטוהן. ועוד אז היינט כאפט מיר כמעט נישט קיין רייץ צו דעם און אוודאי נישט מיט די זעלבע שטארקקייט ווי איך פלעג עס האבן.


ווי אזוי זעיט מען זיך ארויס דערפין??????

להטות לבבנו אליו ללכת בכל דרכיו ולשמר מצותיו וחקיו ומשפטיו אשר צוה את אבתינו
כי עיקר מציאות האדם בעה"ז הוא רק לקיים מצות ולעמד בניסיון,  והנאות העולם אין ראוי שיהו לו אלא לעזר ולסיוע בלבד לשיהיה לו נחת רוח ויישוב הדעת למען יוכל לפנות לבו אל העבודה הזאת מסילת ישרים

ענטפער: באנאכט אין בעט י"ט כסלו התשע"ט 15:43 #252089

  • moshe11
  • איצטיגע שטרעקע: 9 טעג
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 174
  • האט שוין געלייקט: 30 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 432 מאל

א שטאקע עצה וואס עס העלפט פאר מיר ביזן קרעטשמע
איך פראביר מיט אלע כוחות אויפצישטיין פארטאגס דאס הייסט ווען איך גיי שלאפען באנאכט שלאף גלייך איין, כאטש עס קען זיך מאכען אז איך שטיי אויף אימטן נאכט אין קען נישט צירוק איינשלאפען, דעמאלטס איז מלחמה צירוק אבער א שטיקעל עצה איז עס

  • בלאט:
  • 1
  • 2
צייט צו מאכן א בלאט: 0.36 סעקונדעס