בס"ד
טייערע חברים וידידים החוסים בצל הקודש פה בק"ק גי"א המקום יהא בעוזרכם וימלא כל משאלות לבכם ברוחניות ובגשמיות
הנה נא הואלתי צו דערציילן אביסל וויאזוי איך בין סאבער פאר היינט, עס איז נישט קיין גרויס חכמה אדער איך ווייל אליין נישט וואס, אבער א מציאות וואס רעדט ווערטער אז היינט בין איך ב"ה סאבער און דאס דארף א הסבר.
פארוואס?
ווייל אמאל איז דאס נישט געווען! פרייטאג איז אלץ געווען א שווערע טאג, פרייטאג האב איך ליידער זייער אסאך מאל מוז"ל געווען אין אפיס, געקוקט שמוץ און וואס דען נישט? האטליינס, אה, דאס אויך, ווייל שמוץ אליין איז מיר קיינמאל נישט געניג געווען.
איך וועל דערציילן איין קליינע זאך, לקיים מה שנאמר בתוך רבים אהללנו, אז מען זאל וויסן וואס דער באשעפער האט מיט מיר געטוהן. עס איז געווען אפאר יאר צוריק, איך געדענק נישט צו 5-6-7 יאר, און מיין אידענע האט געדארפט גיין אין וואסער פרייטאג אויפדערנאכט זיך מטהר זיין, און פרייטאג נאכמיטא איז זי געווען דארט זיך גרייטן, און איך בין געבליבן אכט געבן אויף די קינדער.
בשעת מעשה האב איך אויף מיין פליף פאון געזוכט שמוץ, און נישט סתם שמוץ נאר איינעם מיט וועם וכו' רח"ל, איך האב אנגערופן א זונה רח"ל. עס איז גארנישט געווארן דערפון ב"ה און אזוי ווייטער האט מיר דער באשעפער אפגעהיטן פון טוהן אזא הארבע קראנקע זאך, אבער עס האט מיר געוויזן דאן און יעצט נאך מער ווי קראנק איך בין, אויב איך קען ערב שבת פאר די ווייב גייט וועלן טוהן אזא זאך.
פארוואס זאג איך עס אייך? ווייל איר זאלט וויסן ווי קראנק איך בין, און ווי ווייט מיין מחלה קען מיר פירן, און מיט דעם אלעם איז דער גרויסער באשעפער אזוי גוט צו מיר אז היינט טוה איך עס נישט, און נישט נאר איך טוה עס נישט נאר איך וויל עס נישט און איך קען באשטיין, נאר פאר היינט, אגאנץ לעבן מער נישט צו האבן קיין סעקס. איך גלייב מיר אליין נישט!
דאן וויאזוי האט עס פאסירט? וויאזוי איז א שיכור ווי מיר געקומען צו אזא מצב?
וועל איך אייך דערציילן וואס איך טוה טעגליך, און איך בין מוסר מודעה אז איך ארבייט א 12 סטעפ פראגראם, און איך בין בקשר מיט אנדערע מענטשן אין מיין מצב סיי לעבעדיג און סיי אויפ'ן טעלעפאון, אבער איך וועלן נישט רעדען פון יענע חלק וואס געוויס זענען אומבאקוועם דערמיט, אבער יענס איז א ריזיגער חלק פון מיין זיין סאבער היינט.
א - איך דאווען צום באשעפער גלייך אינדערפרי. נאכן זאגן מודה אני, ברכת התורה, קרי"ש, בעט איך א ספעצעיעל תפלה מיר צו האלטן סאבער, מיר צו באגלייטן אויפ'ן גאנצן טאג, אוועקצונעמען מיינע מדות רעות, מיר צו געבן כוח און מוח פארן טאג, און וואס איך שפיר אז איך דארף היינט ספעציעל וועל איך ארויסברענגען
ב - איך לייען יעדע טאג עפעס וועגן מיין מחלה, עס מאכט מיר געדענקען ווער איך בין און פון ווי איך קום
ג - איך קוק נישט דארט ווי עס וועט מיר ברענגן לאסט וכו' פשוט, איך קוק נישט
ד - איך נעם נישט קיין "עקשאן", דאס הייסט טוהן בפועל עפעס וואס קען מיר ברענגן צו לאסט
ה - אויב איך שפיר א שטארקע תשוקה צו לאסט וועל איך זיך נישט קריגן דערמיט, נאר עס לאזן לויפן, עס אנערקענען, יא, איך האב דעם געפיהל, באשעפער נעם עס פון מיר, און נאך בעסער ווען איך קען עס זאגן פאר א צווייטן אדער דא אויף גי"א, און עס גייט אוועק, אויב נישט נאך איינמאל זאגן זאגט מען עס נאכאמאל און אויב נישט נאכאמאל און נאכאמאל און נאכאמאל וכו', ביז עס וועפט אויס ב"ה
ו - איך טראכט פון באשעפער און איך טראכט וויאזוי איך קען טוהן עפעס פאר "יענעם" נישט דייקא פאר מיר, דאס איז א מציאות אז דאס העלפט גאר גאר שטארק
ז - איך האב געדולד צו די מענטשן וואס איך האב נישט קיין געדולט צו זיי. איך וועל דייקא יא רעדען צו יענע מענטשן, און זיין גוט צו זיי, און בעטן פאר זייער הצלחה
ח - און העולה על כולם, הבוטח בה' חסד יסובבני, אז מען פארלאזט זיך "אינגאנצן" אויפ'ן באשעפער נעמט ער ארום מיט רחמים וחסדים, און ווען מען האט רחמים וחסדים דארף מען נישט גארנישט מער אויף די וועלט.
זייט מיר אלע געזונט
א גוט שבת