ברוכים הבאים, גאסט

טעמע: מיין חשבן הנפש ביכל 5520 באזוכער

ענטפער: מיין חשבן הנפש ביכל כ"ב טבת התשע"ח 10:45 #247616

  • Hilega
  • איצטיגע שטרעקע: 106 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 356
  • האט שוין געלייקט: 524 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 752 מאל

פיפטי.

די שרייבסט צופיל זאכען אויפאיינמאל.

יעדע זאך באזינדער. איז ווערט עקסטער צו באהנדלען. זייער אסאך ליגט אין יעדע שורה.

די שטורמישע געפילן וואס טיט זיך אפ ביי קינדער וואס דרייען זיך אינטער אינזער פיס.

די עצם ענין ווי געפילן ווערן באגראבן. אין אויפגעגראבן.

די שייכות פין באגראבן געפילן צו די גאנצע נושא.

ווארימקייט צו קינדער.

טראסט.

וכו. וכו. די ליסט איז גרויס.

אבער מיר פילען אלע מיט דיר. אין לאמיר אלע מיטפילען מיט די אלע צובראכענע נשמות. וואס זענען נאך נישט געהאלפן. אין גייען ל''ע אדורך די פעין. ה''י. 

אוי א קרעכטץ אין די ליפטען

ענטפער: מיין חשבן הנפש ביכל כ"ב טבת התשע"ח 11:44 #247619

  • friend
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • כי ימינך פשוטה לקבל שבים
  • מעלדונגען: 628
  • האט שוין געלייקט: 281 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 665 מאל
5050 געשריבן on כ"ב טבת התשע"ח 10:24:

אוך בעט איבער פאר מיין שווערע אידש איך האב קייו מאל אין מיין לעבין געשרובעו אזוי פיל אידיש

דארפסט נישט איבער בעטן פאר דיין אידיש, ווייל עס איז גארנישט שלעכט,
עס ווייסט נאר דיינע כוחות און טאלאנטן וואס די קענסט.

ענטפער: מיין חשבן הנפש ביכל כ"ג טבת התשע"ח 11:55 #247635

  • 5050
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 241
  • האט שוין געלייקט: 384 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 481 מאל

איך האב נעכטין גהאט א געשמאקע שמוס דא אין די עפענטליך שמועס צימער מיט א פאר טייערע מעמעבערס

און מיטען האב איך אריין גשרובען א סטעטמענט אז איך צי גלייבען "אז מען קען נישט אליינס אין אז מען דארף זיך פארלוזין אויף השם דאס פלען ביטחון" מען דארף נישט ארבעטין אויף דעם (וי גיין צי לייו מיטאנגס/12סטעפס) , די חברים האבין מיך אן געקוקט וי איך קום יעצט אראף פין די לבנה, זיי האב מיך גע געבין צוי אפעשענס אדער בין זייער הויכער מדרגה איד אדער ספעלט מיך פשוט סעלף קאפדיענט, איך האב א סאך אריין גטראכט און די שמוס אין איך האב גוואלט פרשטיין וואס עס איז דא פארגעקומען,

איך האב צענומען ביידער אפשענס צי בין אוך זייער א הויכע מדרגה? נייו איך בין נישט לאוט מיין רעקערד ויפעל עבירת אין וועכלער עבירות איך האב שויו עובר געווען קען איך נישט זיין א הוכער מדריגער אפעשר גאר גאנץ א נירגער מדרגה, או קעי לאמיר גיין צי די צוויטער אפשען אפשער פעלט מיך פשוט סעלף קאפדיענט, נאף עס קען נישט זיין איך הער אסאך מאל חברים זאגין מיך וי אזוי האס די דאסט געקענט טיהען איך וואלט עס קיינמאל נישט  געטהון א זא זאך, אין יעדער מענטש וואס שטייט לעבין מיך ווייס אויב איך האב עפעס ציזאגעו וועל איך פארשטייט זייער שייו זאגען איך בין נישט דער מענשט וואס וועט זיך צריק האלטין צי טיהון זאכעו וועגין אנדרע מענשטען

סא וואס יא וואס איז דאס פאר וואס איך האלט אזוי?

קען  זיין ווייל איך בין פלען א  תמים? ניין עס קען נישט זיין איך הייס איינער פיר די אוף געלרטע מענשען צוישעו די מענטשען וואס איך דריי מיך ארום

סא וואס יא?

איך קען פשוט נישט פארשטיין פארקערט וי נערוועז וואלט איך גווען ווען איך בין אחראי אויף יעדער באשלוס וואס איך וואלט גענימען און מיין לעבין אוך וואלט קיין מאל נישט געקנט מאכען באשלוס, איך וואלט מיך אוף געגעסין יעדער נישט גוטע באשלוס וואס איך האב גענימען אין וואלט קיין ערגעץ נישט אן געקומעיןץ

וויס וואס, איך על בעטין דער עולם זאל מיל מסבר זיין וי אזוי זיי לעבין אויף די וועלט אונ זיי בלייבען נארמאל אן וויסען קלאר  "אז מען קען נישט אליינס אין אז מען דארף זיך פארלוזין אויף השם" איך וויס נישט נאר פין טראכטען ווער איך שוין משוגע
לעצט פארראכטן: כ"ג טבת התשע"ח 11:56 דורך 5050.

ענטפער: מיין חשבן הנפש ביכל כ"ג טבת התשע"ח 12:45 #247636

  • friend
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • כי ימינך פשוטה לקבל שבים
  • מעלדונגען: 628
  • האט שוין געלייקט: 281 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 665 מאל

נישט מיר נישט דיר 
5050
האלט שוין איבער 90 ריינע טעג,
וואס יעדן טאג רעכענט מעו פאר א עקסטערע טאג
מזל טוב

ענטפער: מיין חשבן הנפש ביכל כ"ג טבת התשע"ח 13:06 #247638

  • friend
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • כי ימינך פשוטה לקבל שבים
  • מעלדונגען: 628
  • האט שוין געלייקט: 281 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 665 מאל
5050 געשריבן on כ"ג טבת התשע"ח 11:55:

איך האב צענומען ביידער אפשענס צי בין אוך זייער א הויכע מדרגה? נייו איך בין נישט לאוט מיין רעקערד ויפעל עבירת אין וועכלער עבירות איך האב שויו עובר געווען קען איך נישט זיין א הוכער מדריגער אפעשר גאר גאנץ א נירגער מדרגה,

פון וועם רעדסטו דא פון דיין גוישע ארבעטער ?

ענטפער: מיין חשבן הנפש ביכל כ"ג טבת התשע"ח 13:08 #247639

  • friend
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • כי ימינך פשוטה לקבל שבים
  • מעלדונגען: 628
  • האט שוין געלייקט: 281 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 665 מאל
5050 געשריבן on כ"ג טבת התשע"ח 11:55:

קען  זיין ווייל איך בין פלען א  תמים? ניין עס קען נישט זיין איך הייס איינער פיר די אוף געלרטע מענשען צוישעו די מענטשען וואס איך דריי מיך ארום

דאס אז צווישען וועם די דרייסט זיך איז בכלל נישט קיין ראי, ווייל אויב דרייסטו זיך צוזאמען מיט מיר (און בית המדרש) קענסטו זיין א תמים, און אוך פון די אזוי געריפענע אויפגעקלערטע. 

ענטפער: מיין חשבן הנפש ביכל כ"ג טבת התשע"ח 13:12 #247640

  • friend
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • כי ימינך פשוטה לקבל שבים
  • מעלדונגען: 628
  • האט שוין געלייקט: 281 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 665 מאל
5050 געשריבן on כ"ג טבת התשע"ח 11:55:

איך האב נעכטין גהאט א געשמאקע שמוס דא אין די עפענטליך שמועס צימער מיט א פאר טייערע מעמעבערס

און מיטען האב איך אריין גשרובען א סטעטמענט אז איך צי גלייבען "אז מען קען נישט אליינס אין אז מען דארף זיך פארלוזין אויף השם דאס פלען ביטחון" מען דארף נישט ארבעטין אויף דעם (וי גיין צי לייו מיטאנגס/12סטעפס) , די חברים האבין מיך אן געקוקט וי איך קום יעצט אראף פין די לבנה, זיי האב מיך גע געבין צוי אפעשענס אדער בין זייער הויכער מדרגה איד אדער ספעלט מיך פשוט סעלף קאפדיענט, איך האב א סאך אריין גטראכט און די שמוס אין איך האב גוואלט פרשטיין וואס עס איז דא פארגעקומען,

איך האב צענומען ביידער אפשענס צי בין אוך זייער א הויכע מדרגה? נייו איך בין נישט לאוט מיין רעקערד ויפעל עבירת אין וועכלער עבירות איך האב שויו עובר געווען קען איך נישט זיין א הוכער מדריגער אפעשר גאר גאנץ א נירגער מדרגה, או קעי לאמיר גיין צי די צוויטער אפשען אפשער פעלט מיך פשוט סעלף קאפדיענט, נאף עס קען נישט זיין איך הער אסאך מאל חברים זאגין מיך וי אזוי האס די דאסט געקענט טיהען איך וואלט עס קיינמאל נישט  געטהון א זא זאך, אין יעדער מענטש וואס שטייט לעבין מיך ווייס אויב איך האב עפעס ציזאגעו וועל איך פארשטייט זייער שייו זאגען איך בין נישט דער מענשט וואס וועט זיך צריק האלטין צי טיהון זאכעו וועגין אנדרע מענשטען

סא וואס יא וואס איז דאס פאר וואס איך האלט אזוי?

קען  זיין ווייל איך בין פלען א  תמים? ניין עס קען נישט זיין איך הייס איינער פיר די אוף געלרטע מענשען צוישעו די מענטשען וואס איך דריי מיך ארום

סא וואס יא?

איך קען פשוט נישט פארשטיין פארקערט וי נערוועז וואלט איך גווען ווען איך בין אחראי אויף יעדער באשלוס וואס איך וואלט גענימען און מיין לעבין אוך וואלט קיין מאל נישט געקנט מאכען באשלוס, איך וואלט מיך אוף געגעסין יעדער נישט גוטע באשלוס וואס איך האב גענימען אין וואלט קיין ערגעץ נישט אן געקומעיןץ

וויס וואס, איך על בעטין דער עולם זאל מיל מסבר זיין וי אזוי זיי לעבין אויף די וועלט אונ זיי בלייבען נארמאל אן וויסען קלאר  "אז מען קען נישט אליינס אין אז מען דארף זיך פארלוזין אויף השם" איך וויס נישט נאר פין טראכטען ווער איך שוין משוגע

און יעצט הער וואס דיין פריינט (וואס איז אויך א פריינט פון כרעמזל) זאגט 
די ביסט 100% נערמאל
גארנישט קען מען נישט אליין, אלס ווערט געפירט פון אויבן,
די באשעפער וויל אינז מאכן פילן גוט מאכט ער אונז פילן כאילו .....

ענטפער: מיין חשבן הנפש ביכל כ"ג טבת התשע"ח 17:23 #247645

  • גבאי
  • איצטיגע שטרעקע: 1201 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 423
  • האט שוין געלייקט: 878 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 716 מאל
5050

איך האב נאך נישט פארשטאנען פונקטליך וואס דו שרייבסט, אבער פון דעם בערך וואס איך האב פארשטאנען וויל איך שרייבן צוויי זאכן.

1. מען קען האבן גאר הויכע סעלף קאנפידענס, אבער גאר נידריגע סעלף עסטיעם
2. אויב מען גלייבט "באמת" אין דעם אויבערשטן, און מען לעבט מיט דעם אז אלעס, "אלעס", איז פון אים, איז בדרך כלל נישט שייך אז מען זאל אויסלעבן סעקסישע פאנטאזיעס.

ענטפער: מיין חשבן הנפש ביכל כ"ג טבת התשע"ח 18:30 #247648

  • 5050
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 241
  • האט שוין געלייקט: 384 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 481 מאל

שכח פאר דער געטרייער גבאי פאר טרייען מיך צי העלפין  קלאר מאכאן מיט זיין שיינע ענטפערטס אובער צי מיין מזל בין איך מער צמישט גווארין,די פונט פין סעלפ עסטיטעם האב נישט אזוי פארשטאנעין  אפשער די וועסט מיך געבין צויי משלים וי אזוי איך קען מעסטען מיין סעלף עסטים וועל איך קעננען מעסטען מייו לעועל

אבער די צוייטע פוינט האט מיך נאך מער צעמישט אויב מער גלייבט באמת אין השם האט מען נישט קיין ניסיונות וויל איך פארשטיין אלע צדיקים (ראובן, יוסף הצדיק,דוד המלך,מר עוקבא,רב עמרם חסידא)וואס האבען גהאט ניסיונות האבען נישט געגלייבט באמת איו דער אויבערשן עס איז זייער שווער צי גלייבען אזוי פליז גבאי העלף מיל וייטער קלארע ווערין

לעצט פארראכטן: כ"ג טבת התשע"ח 18:37 דורך 5050.

ענטפער: מיין חשבן הנפש ביכל כ"ג טבת התשע"ח 18:55 #247652

  • גבאי
  • איצטיגע שטרעקע: 1201 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 423
  • האט שוין געלייקט: 878 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 716 מאל
איך שטיי מיר אין בית המדרש און איך זאג א דעה. שטייט דארט מיין חבר יאנקל און זאגט אנדערש ווי איך, ער טשאלענדזשט מיין דעה. איך דערלאנג אים מנה אחת אפיים. דו שטרוי זאג דו איינער, וואס פארשטייסטו בכלל. און פאר די נעקסטע צען מינוט בין איך פארנומען צו צונעמען דעם יאנקל און מאכן פאטאש פון אים, מיינע פארגאפטע צוהערער שטייען מיט אפענע מיילער און שלינגען מיט דארשט יעדעס ווארט, בשעת זיי קענען זיך נישט גענוג אפוואונדערן אויף מיין סעלף קאנפידענס.

וואס האט זיך אפגעשפילט אין מיין מוח?

אט וואס (גאר מעגליך אז איך כאפ ניטאמאל אז דאס האט פאסירט, אבער דאס איז וואס מיין מח טוט):

"גבאי, דו קענסט נישט לאזן אז יאנקל זאל אוועק מאכן דיין מיינונג, די מענטשן האבן גענוג א נידריגן בליק אויף דיר, יעדער איינער כאפט אז דו ביסט גארנישט ווערט. דו מוזט דעם יאנקן שטעלן אין ארט, שוין יעצט, אויב נישט, ביסטו פערטיג! פארטיג פאר אייביג! נאך אביסל וועלן די קינדער אנהייבן דיך נאכלויפן און ווארט אראנדש שאלעכץ נאך דיר...

ס"ה: שטארקער סעלף קאנפידענס, קיין סעלף עסטיעם. (מיין מיינונג איז נאר גילטיג אויב ... איז מסכים דערצו.)

מעשה 2

איך שטיי מיר אין בית המדרש און איך זאג א דעה. שטייט דארט מיין חבר יאנקל און זאגט אנדערש ווי איך, ער טשאלענדזשט מיין דעה.

איך הער אויס יאנקל, איך לאז אים ענדיגן ביזן סוף און דערנאך זאג איך אים אזוי:

"א יישר כח פאר דיין מיינונג, איך האלט אנדערש."

אדער זאג איך גארנישט, אפשר א האלבער נונו.

צושויער קענען טראכטן ביי זיך: נעבעך דער גבאי, יאנקל האט אים געזאגט א ווארט און ער האט זיך שוין באמאכט, אזא שוואכער סעלף קאנפידענס.

וואס האט זיך פאקטיש אפגעשפילט אין מיין מח?

אט וואס: "נעבעך אויף יאנקל. ער רעדט ווי א נאר. איך זעה פון וואס ער זאגט אז ער קען לגמרי נישט דעם נושא, נאר ער שפירט פשוט אז ער מוז קענען זאגן אנדערש ווי מיר, ווייל אויב נישט איז ער גארנישט ווערט. א רחמנות אויף אים. איך וועל אים לאזן זיין גערעכט. זאל ער כאטש שפירן אז ער איז עפעס ווערט".

ס"ה: שטארקער סעלף קאנפידענץ, נאך שטערקערער סעלף עסטיעם.

איך האף אז יעצט האסטו פארשטאנען.

ענטפער: מיין חשבן הנפש ביכל כ"ג טבת התשע"ח 19:08 #247654

  • גבאי
  • איצטיגע שטרעקע: 1201 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 423
  • האט שוין געלייקט: 878 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 716 מאל
5050 געשריבן on כ"ג טבת התשע"ח 18:30:

אבער די צוייטע פוינט האט מיך נאך מער צעמישט אויב מער גלייבט באמת אין השם האט מען נישט קיין ניסיונות וויל איך פארשטיין אלע צדיקים (ראובן, יוסף הצדיק,דוד המלך,מר עוקבא,רב עמרם חסידא)וואס האבען גהאט ניסיונות האבען נישט געגלייבט באמת איו דער אויבערשן עס איז זייער שווער צי גלייבען אזוי פליז גבאי העלף מיל וייטער קלארע ווערין

5050, משם ראי'.
ווייל די אלע צדיקים האבן געגלייבט מיט אזא שטארקקייט אין דעם בורא כל עולמים, דערפאר זענען זיי נישט פארלוירן געווארן פון זייער חטא.

אוודאי, נסיונות האט א יעדער איינער, יעדער בר נש האט נסיונות. און אויטאמאטיש מיינט דאס אז יעדער "קען" פאלן.

אבער וואס פאסירט נאך דעם?
ראובן, יוסף הצדיק, דוד המלך און אלע אנדערע. יוסף האט געוואוסט פונקטליך ווי ער שטייט. ער איז נישט געשטאנען אין די זייט און זיך געשאלטן פאר'ן דורכפאלן, ער האט זיך נישט אנגעקוקט ווי א רשע און דורכפאל. דוד המלך האט נישט אבדיקירט זיין טראהן צוליב זיין דורכפאל.

צוליב זייער געוואלדיגער, פעלזנפעסטער אמונה אין גאט, און ליבשאפט צו גאט. האבן זיי באלד תשובה געטון, זיך געטוליעט צום ליבן באשעפער כבן המתחטא לפני אביו. און אפילו ווען דוד האט געזאגט וחטאתי נגדי תמיד האט ער עס גענוצט פאר זיין ענווה און נישט צו פאלן.

אדרבא, קוק אריין אין תהלים נ"א און זעה די מורא'דיגע פסוקים וועלכע דוד האט דעמאלס געזאגט:

תחטאני כאזוב ואטהר, תכבסני ומשלג אלבין...
לב טהור ברא לי אלוקים ורוח נכון חדש בקרבי...
אלמדה פושעים דרכיך, וחטאים אליך ישובו...
זבחי אלוקים רוח נשברה...

און אלע אנדערע דארט.

ר' עמרם האט צוליב זיין אמונה און אהבה צום באשעפער געשריגן, נורא בי' עמרם.

אבער וואס טוען מיר? (איך קען נאר רעדן פון מיר)
איך עס מיך אויף איך שעלט זיך און דערנאך גיי איך צוריק און טוה עס ווידער. אונטער דעם איז דא דער מענטאליטעט אז איך בין אזוי שלעכט איך בין בעצם מציאותי ומהותי א שטיק שלעכטקייט, דער באשעפער האט מיך פאר'מיאוס'ט און וויל מיך נישט זעהן פאר די אויגן.

איך וויל נישט צו שטארק מאריך זיין. אבער אמת'ע אמונה אין קוב"ה, און איך זאג נאכאמאל אמת'ע אמונה, גלויבונג אז אלעס איז פון אים דארף פיל פארמינערן דאס פאלן. אויף א באדייטנדען אופן.

איך וועל ענדיגן נאכאמאל מיט איין דוגמא.
וויפיל מאל האב איך זיך באנוצט מיט לאסט ווייל: "מיין ווייב האט מיר נישט געוואלט יעצט געבן (דער באשעפער האט עס געמאכט)". "יענער האט ..., (עפעס וואס דער באשעפער האט אים געגעבן און מיר נישט) זאל איך כאטש האבן סעקס". איך פיל זיך שלעכט ווייל... (עפעס וואס דער באשעפער האט געמאכט) גיי איך יעצט דעריבער זיך אביסל אונטערהאלטן אויפן קאמפיוטער".

אין די אלע (און ענליכע) פעלער, אויב לעב איך באמת מיט דעם אז אלעס איז פון באשעפער, ווי קומט דא אריין דאס אויסלעבן סעקסישע פאנטאזיעס?

ענטפער: מיין חשבן הנפש ביכל כ"ג טבת התשע"ח 19:26 #247656

  • friend
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • כי ימינך פשוטה לקבל שבים
  • מעלדונגען: 628
  • האט שוין געלייקט: 281 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 665 מאל
גבאי געשריבן on כ"ג טבת התשע"ח 18:55:
איך שטיי מיר אין בית המדרש און איך זאג א דעה. שטייט דארט מיין חבר יאנקל און זאגט אנדערש ווי איך, ער טשאלענדזשט מיין דעה. איך דערלאנג אים מנה אחת אפיים. דו שטרוי זאג דו איינער, וואס פארשטייסטו בכלל. און פאר די נעקסטע צען מינוט בין איך פארנומען צו צונעמען דעם יאנקל און מאכן פאטאש פון אים, מיינע פארגאפטע צוהערער שטייען מיט אפענע מיילער און שלינגען מיט דארשט יעדעס ווארט, בשעת זיי קענען זיך נישט גענוג אפוואונדערן אויף מיין סעלף קאנפידענס.

וואס האט זיך אפגעשפילט אין מיין מוח?

אט וואס (גאר מעגליך אז איך כאפ ניטאמאל אז דאס האט פאסירט, אבער דאס איז וואס מיין מח טוט):

"גבאי, דו קענסט נישט לאזן אז יאנקל זאל אוועק מאכן דיין מיינונג, די מענטשן האבן גענוג א נידריגן בליק אויף דיר, יעדער איינער כאפט אז דו ביסט גארנישט ווערט. דו מוזט דעם יאנקן שטעלן אין ארט, שוין יעצט, אויב נישט, ביסטו פערטיג! פארטיג פאר אייביג! נאך אביסל וועלן די קינדער אנהייבן דיך נאכלויפן און ווארט אראנדש שאלעכץ נאך דיר.

אפשר ביזטו גבאי און מיין בית מדרש 
יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס די קינדער לויפן דיר נישט נאך,
די שטייסט א גאנצע טאג און וואטש אז עס זאל נישט געשען.

ענטפער: מיין חשבן הנפש ביכל כ"ג טבת התשע"ח 19:34 #247657

  • 5050
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 241
  • האט שוין געלייקט: 384 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 481 מאל
גבאי געשריבן on כ"ג טבת התשע"ח 19:08:

5050 געשריבן on כ"ג טבת התשע"ח 18:30:

אבער די צוייטע פוינט האט מיך נאך מער צעמישט אויב מער גלייבט באמת אין השם האט מען נישט קיין ניסיונות וויל איך פארשטיין אלע צדיקים (ראובן, יוסף הצדיק,דוד המלך,מר עוקבא,רב עמרם חסידא)וואס האבען גהאט ניסיונות האבען נישט געגלייבט באמת איו דער אויבערשן עס איז זייער שווער צי גלייבען אזוי פליז גבאי העלף מיל וייטער קלארע ווערין

5050, משם ראי'.
ווייל די אלע צדיקים האבן געגלייבט מיט אזא שטארקקייט אין דעם בורא כל עולמים, דערפאר זענען זיי נישט פארלוירן געווארן פון זייער חטא.

אוודאי, נסיונות האט א יעדער איינער, יעדער בר נש האט נסיונות. און אויטאמאטיש מיינט דאס אז יעדער "קען" פאלן.

אבער וואס פאסירט נאך דעם?
ראובן, יוסף הצדיק, דוד המלך און אלע אנדערע. יוסף האט געוואוסט פונקטליך ווי ער שטייט. ער איז נישט געשטאנען אין די זייט און זיך געשאלטן פאר'ן דורכפאלן, ער האט זיך נישט אנגעקוקט ווי א רשע און דורכפאל. דוד המלך האט נישט אבדיקירט זיין טראהן צוליב זיין דורכפאל.

צוליב זייער געוואלדיגער, פעלזנפעסטער אמונה אין גאט, און ליבשאפט צו גאט. האבן זיי באלד תשובה געטון, זיך געטוליעט צום ליבן באשעפער כבן המתחטא לפני אביו. און אפילו ווען דוד האט געזאגט וחטאתי נגדי תמיד האט ער עס גענוצט פאר זיין ענווה און נישט צו פאלן.

אדרבא, קוק אריין אין תהלים נ"א און זעה די מורא'דיגע פסוקים וועלכע דוד האט דעמאלס געזאגט:

תחטאני כאזוב ואטהר, תכבסני ומשלג אלבין...
לב טהור ברא לי אלוקים ורוח נכון חדש בקרבי...
אלמדה פושעים דרכיך, וחטאים אליך ישובו...
זבחי אלוקים רוח נשברה...

און אלע אנדערע דארט.

ר' עמרם האט צוליב זיין אמונה און אהבה צום באשעפער געשריגן, נורא בי' עמרם.

אבער וואס טוען מיר? (איך קען נאר רעדן פון מיר)
איך עס מיך אויף איך שעלט זיך און דערנאך גיי איך צוריק און טוה עס ווידער. אונטער דעם איז דא דער מענטאליטעט אז איך בין אזוי שלעכט איך בין בעצם מציאותי ומהותי א שטיק שלעכטקייט, דער באשעפער האט מיך פאר'מיאוס'ט און וויל מיך נישט זעהן פאר די אויגן.

איך וויל נישט צו שטארק מאריך זיין. אבער אמת'ע אמונה אין קוב"ה, און איך זאג נאכאמאל אמת'ע אמונה, גלויבונג אז אלעס איז פון אים דארף פיל פארמינערן דאס פאלן. אויף א באדייטנדען אופן.

איך וועל ענדיגן נאכאמאל מיט איין דוגמא.
וויפיל מאל האב איך זיך באנוצט מיט לאסט ווייל: "מיין ווייב האט מיר נישט געוואלט יעצט געבן (דער באשעפער האט עס געמאכט)". "יענער האט ..., (עפעס וואס דער באשעפער האט אים געגעבן און מיר נישט) זאל איך כאטש האבן סעקס". איך פיל זיך שלעכט ווייל... (עפעס וואס דער באשעפער האט געמאכט) גיי איך יעצט דעריבער זיך אביסל אונטערהאלטן אויפן קאמפיוטער".

אין די אלע (און ענליכע) פעלער, אויב לעב איך באמת מיט דעם אז אלעס איז פון באשעפער, ווי קומט דא אריין דאס אויסלעבן סעקסישע פאנטאזיעס?

יא גבאי איך פאר שטיי שוין וואס די גבאי מיינט צוזאגען מן הסתם די אנדרע חברים אופען עפענטליך שמועס צימער האבין אוך אזוי גהאלטין וי דער גבאי א גרוסער ישר כח

ענטפער: מיין חשבן הנפש ביכל כ"ו טבת התשע"ח 23:16 #247677

  • 5050
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 241
  • האט שוין געלייקט: 384 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 481 מאל
ישר כח אייבשטער פארין גלייבען אין מיך אז איך בין געניג שטארק זיך צי האלטין מיט א זא גרוסער ניסיון אבער איך זאג דיך טאטע די מיסט מיך העלפין ווייל אן די קען איך נישט

ענטפער: מיין חשבן הנפש ביכל כ"ו טבת התשע"ח 23:19 #247678

  • 5050
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 241
  • האט שוין געלייקט: 384 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 481 מאל
5050 געשריבן on כ"ו טבת התשע"ח 23:16:
ישר כח אייבשטער פארין גלייבען אין מיך אז איך בין געניג שטארק זיך צי האלטין מיט א זא גרוסער ניסיון אבער איך זאג דיך טאטע די מיסט מיך העלפין ווייל אן די קען איך נישט

איך וייס טאטער די מיינסט נאר מיין טובה, די ווילסט איך זאל זיין שטערקער אבער איך בעטדיך איך קען נישט אן דיר

ענטפער: מיין חשבן הנפש ביכל כ"ו טבת התשע"ח 23:23 #247679

  • 5050
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 241
  • האט שוין געלייקט: 384 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 481 מאל
5050 געשריבן on כ"ו טבת התשע"ח 23:19:

5050 געשריבן on כ"ו טבת התשע"ח 23:16:
ישר כח אייבשטער פארין גלייבען אין מיך אז איך בין געניג שטארק זיך צי האלטין מיט א זא גרוסער ניסיון אבער איך זאג דיך טאטע די מיסט מיך העלפין ווייל אן די קען איך נישט

איך וייס טאטער די מיינסט נאר מיין טובה, די ווילסט איך זאל זיין שטערקער אבער איך בעט דיך איך קען נישט אן דיר

איך בעט דיך טאטער אודער מאכסט ער די ניסיון קלענער אדער מאסבטע מיך שטערקער וייל אזוי קען איך נישט טאטער

ענטפער: מיין חשבן הנפש ביכל כ"ז טבת התשע"ח 12:15 #247681

  • friend
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • כי ימינך פשוטה לקבל שבים
  • מעלדונגען: 628
  • האט שוין געלייקט: 281 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 665 מאל
5050 געשריבן on כ"ו טבת התשע"ח 23:19:

5050 געשריבן on כ"ו טבת התשע"ח 23:16:
ישר כח אייבשטער פארין גלייבען אין מיך אז איך בין געניג שטארק זיך צי האלטין מיט א זא גרוסער ניסיון אבער איך זאג דיך טאטע די מיסט מיך העלפין ווייל אן די קען איך נישט

איך וייס טאטער די מיינסט נאר מיין טובה, די ווילסט איך זאל זיין שטערקער אבער איך בעטדיך איך קען נישט אן דיר

זארג דיך נישט די באשעפער איז מיט דיר. 
ער האט נאכנישט פארגעסן פון דיר, ער האט דיר אונזין, און ער העלפט דיר , ער לאזט דיר נישט אליין,
ווילאנג די שלאגסט זיך מיטן יצר איז די באשעפער זיכער מיט דיר,
און יעדע רגע וואס עס גייט דורך און די געווינסט פרייט זיך די באשעפער און ווייזט פאר אלע מלאכים ווער עס מאכט אים פרייליך

ענטפער: מיין חשבן הנפש ביכל כ"ח טבת התשע"ח 01:57 #247693

  • 5050
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 241
  • האט שוין געלייקט: 384 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 481 מאל
friend געשריבן on כ"ז טבת התשע"ח 12:15:

יא פריינד די זאגסט גיט,  אויב איך מעג צילייגען אפי אויב איך וואלט געפאלין וואלט אויך דער אייבשטער געווען מיט מיך ער לאזט אינץ קיין מאל נישט אף, איך האב איין מאל גהאט ווען איך בין מיס געפאלין אין מיטטען האב איך גטרופין די אייבשטער אוף זיייער א אופנע אופן.

לעצט פארראכטן: כ"ח טבת התשע"ח 01:59 דורך 5050.

ענטפער: מיין חשבן הנפש ביכל כ"ח טבת התשע"ח 15:17 #247696

  • friend
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • כי ימינך פשוטה לקבל שבים
  • מעלדונגען: 628
  • האט שוין געלייקט: 281 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 665 מאל
5050 געשריבן on כ"ח טבת התשע"ח 01:57:

friend געשריבן on כ"ז טבת התשע"ח 12:15:

5050 געשריבן on כ"ו טבת התשע"ח 23:19:

5050 געשריבן on כ"ו טבת התשע"ח 23:16:
ישר כח אייבשטער פארין גלייבען אין מיך אז איך בין געניג שטארק זיך צי האלטין מיט א זא גרוסער ניסיון אבער איך זאג דיך טאטע די מיסט מיך העלפין ווייל אן די קען איך נישט

איך וייס טאטער די מיינסט נאר מיין טובה, די ווילסט איך זאל זיין שטערקער אבער איך בעטדיך איך קען נישט אן דיר

זארג דיך נישט די באשעפער איז מיט דיר. 
ער האט נאכנישט פארגעסן פון דיר, ער האט דיר אונזין, און ער העלפט דיר , ער לאזט דיר נישט אליין,
ווילאנג די שלאגסט זיך מיטן יצר איז די באשעפער זיכער מיט דיר,
און יעדע רגע וואס עס גייט דורך און די געווינסט פרייט זיך די באשעפער און ווייזט פאר אלע מלאכים ווער עס מאכט אים פרייליך

יא פריינד די זאגסט גיט,  אויב איך מעג צילייגען אפי אויב איך וואלט געפאלין וואלט אויך דער אייבשטער געווען מיט מיך ער לאזט אינץ קיין מאל נישט אף, איך האב איין מאל גהאט ווען איך בין מיס געפאלין אין מיטטען האב איך גטרופין די אייבשטער אוף זיייער א אופנע אופן.

איך האב ספעציאל געשריבן אז ווילאנג די שלאגסט זיך איז די באשעפער זיכער מיט דיר 
ווייל דעמאלס זעהסטו ווי ער גדענקט פון דיר און וויל דיר אויס פריוון 
אבער אוואדאי איז די באשעפער אלס מיט דיר

ענטפער: מיין חשבן הנפש ביכל ב' שבט התשע"ח 19:21 #247730

  • 5050
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 241
  • האט שוין געלייקט: 384 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 481 מאל

איך האב היינט(און  די לעצטע פאר טעג) גהאט א גרובער ריזגע ניסון  איך האב גפילט ממש וי האב שוין נישט קיין ברירה עס האט מיך ארום גענומען א געדעכטע מלא שחורה איך האב גפילט וי איך קען ממש נישט ארוס קומען פין דארט איך האב גמיינט אז דער יצר האט מיך אפגעקופין פאר א קנעכט און איך בין שוין נישט בעל הבית אויף מיך איך האב שוין געטראכט אז איך גיי שוין חס ושלום  נישט קענין אריין לוגען דא אופין סייט וייל איך גיי מיך שעמען צי פארציילען וואס עס איז געשען מיט מיך מצד שני ליגענט וויל איך נישט זאגען, אקו דער יצר מיך געגבין עצה איך זאל מיך נישט אריין לאגין מער נאר אלס א גאסט  און האב איהם טאקע גפאלגט איך האב אריין גבליקט אבער איך געזעין טאקע די סייט שלאפט און דער יצר איז אובער נישט  געשלאפין ער גברענט וי א פייער ,אבער מיט דער אויבשער'ס הילף ממש די לעצטע מניט מיט א רוזגע השגחה פרטית בין איך צריך גהאלטין גווארין פין די דורךפאל אבער איך דארף נאר גרוסער הילף בעט דיך טאטער העלפ מיך וויטער איך וויל זייין ערליך חברים טייערע  איך בעט ענק זייטס מיך מחזק

לעצט פארראכטן: ב' שבט התשע"ח 21:04 דורך 5050.

ענטפער: מיין חשבן הנפש ביכל ב' שבט התשע"ח 21:12 #247744

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 742 טעג
  • OFFLINE
  • Platinum Boarder
  • מעלדונגען: 1022
  • האט שוין געלייקט: 4311 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

ייישר כוח פארן מיטטיילן. 
די תאוה וועט ניצן אלע סברות אבי איינצורעדן דער מענטש צו טוהן דער תאוה, און דאס קען איך פון מיין אייגענע ערפארונג. 

אבער דער יסוד פון לענגליכע הצלחה איז נאך אמאהל קומען און נאך אמאהל קומען ביז סוף כל סוף זעהט מען הצלחה.

חזק ואמץ, מיר אלע האלטן מיט דיינע עליות וירידות און דאווענען פאר דיין הצלחה.

ענטפער: מיין חשבן הנפש ביכל ג' שבט התשע"ח 04:56 #247750

  • גבאי
  • איצטיגע שטרעקע: 1201 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 423
  • האט שוין געלייקט: 878 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 716 מאל
5050, איך בין געווען ריין איין מאל פאר א לאנגע תקופה, מער פון צוויי יאר, אבער איך בין געפאלן, איך האב איך געמיינט אז איך וועל מיך מער נישט קענען ווייזן דעם פנים. אבער איך האב זיך געשטארקט און יא געוויזן. איך האבן נאך געהאט אסאך שווערע צייטן נאך דעם, אבער היינט בין איך דא און בחסדי השם צייל איך 814 טעג, איין טאג אויף אמאל. אבער איך געדענק אלעמאל אז איך קען יעדן טאג פאלן.

איך דאנק אזוי דעם באשעפער אז דו ביסט דא, און דו קענסט דערציילן אז דו ביסט צום סוף נישט געפאלן. אבער איין זאך געדענק. זאלסט קיינמאל זיך נישט אפהאלטן פון קומען דא, צוליב א נסיון אדער צוליב א פאל.

אוודאי איז די ריכטיגע זאך צו קומען און שרייבן איידער מען פאלט, ווען מען זוכט דעם הילף פארן פאלן העלפט עס אסאך מער. אזוי ווי דו האסט געטון. חזק ואמץ גיי אן ווייטער מיט די הייליגע ארבעט. און אזוי זאלסטו טון  אלעמאל, ווען דו האסט א נסיון קום אהער און שרייב דערוועגן. שרייב צו אנדערע חברים און אזוי וועט מען זיך מחזק זיין.

ענטפער: מיין חשבן הנפש ביכל ג' שבט התשע"ח 08:13 #247752

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 742 טעג
  • OFFLINE
  • Platinum Boarder
  • מעלדונגען: 1022
  • האט שוין געלייקט: 4311 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

גבאי האט זייער גוט געזאגט. 

מען קען מוסיף זיין א מימרא וואס איך האב אמאהל געהערט, 'עס איז סאך לייכטער צו בלייבן ריין, ווי ווערן ריין'.

ענטפער: מיין חשבן הנפש ביכל ט' שבט התשע"ח 14:27 #247785

  • 5050
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 241
  • האט שוין געלייקט: 384 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 481 מאל
מיט גרוס ציבראכין קייט מיט אלע סמנים וואס די אייבשטער האט ביך געבין  עס נישט ציטהיען נאך 120ריינע טעג היילגע טעג מיז איך ליידער שרייבען מיט טרערין אין די אוגיןן אז איך 5050 איז ליידער ליידער מיס דורך גפאלין נישט נאר דאס איך בין אנקעומין צי א בירטלעך מצב פין יאוש אין גילט אוסגעמשיט מע זיצט אין וויינט מיט אופגהובינע הענט מער ווייס נישט וי אזוי זיך צע טרייסען וי קען איך זיין אזא כפוי טובה צי היילגט ביישעפער וואס געט מיט אזוי פיל גוטס אין וי קען איך זיין א שוטה פאר מיך אליינס זי קאלע גמאכט מיין טייער היילגע רייזע פין מייננע ריינע זיסע טעג אין וואס .......אין קען אפי נישט ארוס שרייבין מיין אלע צעבראכנער גפילען וואל איל ויל נישט ציברעכין די היילגער חברים דא אופין סייט
ענקער ציבראכנער חבר

ענטפער: מיין חשבן הנפש ביכל ט' שבט התשע"ח 15:33 #247786

  • Hilega
  • איצטיגע שטרעקע: 106 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 356
  • האט שוין געלייקט: 524 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 752 מאל

טייערע חבר פיפטי 

איך בין זייער צושוידערט אין צובראכען צו הערן . די נייעס.

אינז אלע דא האבן מיטגעהאלטן טריטביי טריט. ווי די גייסט ארויף.

איי עם סאו סארי.

אבער פיפטי ווען די האסט א אפשען אדער יעדן טאג צו פאלן אדער איינמאל אין 120 טעג. ווייס איך וואס דיין אויסוואל וואלט געווען.

פיפטי איך קען דיר זאגן וואס איך טראכט. די האסט זיך זיכער נישט געוואלט פאלן. נאכן זיך האלטן אזוי לאנג. אין איך גלייב אז אזוי איז געשען. אזוי ווי דער אוהב ישראל זאגט ואתם אל תעצבו. סאיז א גזירה מן השמים.

סאו מיר גייען ווייטער היינט צו 121 

ענטפער: מיין חשבן הנפש ביכל ט' שבט התשע"ח 17:13 #247788

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 742 טעג
  • OFFLINE
  • Platinum Boarder
  • מעלדונגען: 1022
  • האט שוין געלייקט: 4311 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל
סארי 5050 פאר דיין פאל, און איך ריספעקט דיין האנעסטי דיין אויפריכטיגקייט אהער צו קומעןאון עס מיטטיילן מיט אונז.

איינער פון די מטרות פארוואס עס איז גוט  צו זיין פארבינדן מיט אנדערע וואס מוטשען זיך איז פאר די היינטיגע טאג. ווען מיר פאלן איז די וויכסטיגסטע אז מיר זאלן זיין מקושר מיט אנדערע וואס פארשטייען דיין ווייטאג און וואס זענען מיר נישט דן. דאס געבט די קוראזש צו גיין ווייטער און צו שטיפן די וואגן פאראויס.

איך קוק היינט צוריק אויף מיינע עליות וירידות פאר איך בין אהער געקומען און עליות וירידות נאך איך בין אהער געקומען, און עליות וירידות זינט איך בין אין עסעי. וואס איך זעה איז, אז איך בין אסאך געוואקסן. אמאהל ווען איך האב געהאט אן עליה דאס הייסט אז איך האב מצליח געווען א וואך אדער מאהר צו זיין ריין, איז מיר דער באשעפער געווען שולדיג די גאנצע וועלט, ממש אין קדוש כמוני. וואס הייסט? איך האב אזעלכע שווערע נסיונות און פון דעסטוועגן האב איך זיך איינגעהאלטן.

ווידער ווען איך בין געפאלן בין איך געווען די ערגסטע רשע. אזא פושע! אזא כפוי טובה, ממש דער בורא ברעכט זיך קאפ וואס מיר צו טוהן, וויאזוי איין מאהל פאר אלעמאהל צו לערענן דעם פושע דעם רשע לומד.

מיט די צייט האב איך באקומען אן אנדערע עטיטאד-צוגאנג צו דער זאך.

ווען איך האב אן עליה קומט מיר נישט קיין שום קרעדיט. פונקט ווי עס קומט מיר נישט קיין קרעדיט פאר אויפשטיין צופרי און אהנטוהן מיין הויזן, אדער צו גיין צו דער ארבעט, קומט מיר נישט קיין קרעדיט פארן בלייבן ריין. אדרבה פונקט ווען איך שטיי אויף זאג איך מודה אני מיט מלביש ערומים, אזוי דאנק איך דער באשפער וואס האלט מיר ריין.

די זעלבע מיט די נפילה. איך בין נישט קיין רשע און איך בין נישט קיין פושע און אוודאי נישט קיין כפוי טובה. סך הכל בין איך א מענטש וואס מוטשעט זיך מיט א שוועריגקייט א שווערע נסיון וואס דער אויבערשטער האט מיר געשאנקען. די טבע בני האדם איז אז ווען מען האט א שוועריגקייט מאכט מען טעותים און מען האט דרוכפעללער. מיין ארבעט איז צו טוהן וואס אימער צו בלייבן ריין. אבער עס כמעט אוממעגליך צו זאגן אז איך גיי נישט מאכן קיין טעותים און ווען דער באשעפער האט מיר פארטרויט דעם שוועריגקייט האט ער דאס געוויסט ואף על פי כן האט ער לטובתי מיר דאס פארטרויט וויל דאס איז מיין תפקיד אויף די וועלט.

נאך א נקודה וואס איך האב זיך געלערנט אז דאס וואס איך שעים זיך און קלאפ זיך נאך א דורכפאל איז די הכנה פאר די נעקסטע דורכפאל. די קרענק (אדער יצר הרע אדער דער נפש הבהמי אדער דער תאוה- רוף עס ווי דו ווילסט) וויל טוהן אלעס מיך צו מאכן פאלן. ממילא זוכט ער מיר אראפצוברענגן מיין סעלף ריספעקט און מיין סעלף זיכערקייט, בכדי מיר צו זאכן אז ביסט דאך סייווי א פארפאלענער ממילא פארוואס פראבירסטו אפילו צו בלייבן ריין.

ווען איך באקום אזעלכע נעגאטיווע פילינגס און מעסעדזשעס אין מיין קאפ, זאג איך זיך, איך ווייס אז איך פיל אזוי און איך ווייס אז איך טראכט אזוי, אבער היינט און יעצט איז מיין תפקיד צו טראכטן נאר איין זאך, וואס איז מיין נעקסטע שריט? וואס איז מיין תפקיד פאר די היינטיגע טאג.

5050 איך פיל מיט דיין ווייטאג. אבער פון דעם נפילה האסטו צוויי אפציעס, קענסט מאכן דערפון די הכנה צו די נעקסטע נפילה, אדער דו קענסט מאכן דערפון די הכנה צו דיין ווייטערדיגע ריינקייט פון איין טאג אויף אמאהל.

איך וויל דא זאגן צוויי קורצע ווערטער. איך מיין איך האב שוין דאס געשריבן עטליכע מאהל, אבער עס איז כדאי דאס איבערשרייבן לענינינו.

מען זאגט נאך פון די הייליגע חוזה זי"ע, אז דער יצר הרע האט סאך מעהר פון די עצבות נאך די עבירה ווי פון די עבירה אליינס.

מען זאגט נאך פון די חפץ חיים אז די יצר הרע האט דריי וועגן וויאזוי ער שטערט א מענטשנס הצלחה בתורה. איינס דו ווילסט לערנען? דו גייסט סייווי נ ישט קענען כל התורה כלה, ממילא פארוואס זאלסטו סתם אהנהייבן און נישט ענדיגן.
צווייטנס, דו מיינסט אז דו גייסט מצליח זיין? הרבה עשו כרבי שמעון ולא עלתה בידם, אזויפיל וואס זענען טובים ממך האבן נישט מצליח געווען, פארוואס עפעס זאלסטו יא מצליח זיין.
דריטנס, האסט דאך שוין פראבירט נעכטן און אייערנעכטן, און פאר דעם און נישט מצליח געווען, וואס עפעס זאלסטו היינט יא מצליח זיין.

אויף דעם זאגט די חפץ חיים א רמז אין קריאת שמע. אויף די ערשטע ענטפערט מען 'והיו הדברים האלה' מיך גייט נישט יעצט אהן כל התורה כלה, מיר גייט אהן נאר דעם בלאט גמרא, און דאס בין איך זיכער ביכולת צו מצליח זיין. איך טראכט נישט מעהר ווי דעם איינע בלאט.
אויף די צווייטע ענטפערט מען 'אשר אנכי' איך טראכט נישט פון יענעם, איך טראכט פון זיך. קען זיין אז יענער נישט אבער איך גיי יא מצליח זיין. 
אויף די דריטע ענטפערט מען 'מצוך היום', איך טראכט נישט פון נעכטן און איך טראכט נישט פון מארגן, איך טראכט נאר פן היום, היינט גיי איך מצליח זיין.

אלזא ידידינו 5050 (ואתו עמו אלע חברים וואס מוטשען זיך כולל מיר אליינס) חיזקו ואימצו!! עס טוהט וויי? א ודאי! אבער דאס מיינט נישט אז מיר מוזן בלייבן שטיין ביי דעם ווייטאג. מיר קענען מיט די הילף פון אונזער ליבער באשעפער זיך צוריק אויפהייבן, איין שעה אויף א מאהל איין טאג אויף אמאהל, ווייטער בלייבן ריין, און ווייטער בעטן ביין קל חי, טאטע הילף מיר צו בלייבן ריין, הילף צו נעמען די ריכטיגע שריט צו בלייבן, הילף מיר דורכצומאכן די ווייטאג.

וקל שדי יתן לנו רחמים ויעזרו אותנו בכל מילי דמיטי

ענטפער: מיין חשבן הנפש ביכל ט' שבט התשע"ח 18:34 #247790

  • 5050
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 241
  • האט שוין געלייקט: 384 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 481 מאל

שכח הרב לומד פאר די מיט פיל אין פאר די ווארימער ווערטער איך האב דורך גליינט דיין תגובה אפאר מאל אין עס האט מיך שטארק מחזק געווען איך וויל ארוס בערנגין מיין פאונט וי אזוי איך בין גפאלין אין וי אזוי איך האב ארוס גענימען די חיזוק

קודם כל דארף מען דאנקען השם פאר די אחדית וואס גייט דא פאר איין איד פאלט אין דער גאנצע עולם שלעפט איהם ארוס צי זאמען אין מען לאט איהם נישט פאלין מער בפרט מייט טייערע חבר היילגע

נאך דאם וויל איך זאגען וואס האט מיך דער מערסטע געשטערט פין די גאנצע דורך פאל, איך האב שוין גהאט אסאך דורך פעלער אין מיין לעבין אין בין נישט גווארין אזוי צי בראכין איך ווייס יאוש איז נישט גיין גזונטער זאך אין דאס וויל די יצר, נאר וואס דען מיך האט געשטערט אז די נפילה אין געווען א סאך טיפער וי מיין אלע נפילה'ס ביז יעצט ביז היינט איז געקומען מיט א צעברכענע הארץ בלית ברריה אין האב פראבירט גלייך אויף צי הערין אבער די מאל בין געלגען אין שמיץ  מיט אזא אפטיט אין מיט הנאה מיט די פאלשע פשעטיל פין די יצר אז אויב איך על טהעין וי מער מער שמיץ ביז איך גיי מיך פארעקלין אזוי וי איינער וואס עסט זייער אסאך זיסער עסן וערט איז איהם פארעקלט וועל איך מיך אויך פאר עקלין פין שמיץ.פאר אייביג,ווען איך האב מיך גכאפט וי איך האלט אז דאס איז דער יצר פשעטיל

קימט די יצר אין זאגט מיך ווייסט פארוואס איך בין גפאלין אזוי טיפ די מאהל וייל די האסט זיך איינגהאלטין פאר 120 טעג וווען די גייסט זיך איינהאלטן פאר מער גייט די נפילה זיין אסאך גרעסער נא איך האב מיך ממש גפילט אריין גכאפט אין א טרעף וואס טי איך עס איז אזוי וי א ספרינג וי לענגער די שלעפסט ען אלס העכער טאנץ עס  אין אזו וי מוצאי תענית האב מען א בעסער אפטיט צי עסן ואל איך האב גפאסט א גאנצע טאג

אובער קומעין מיין טייער חבר לומד געשרובין די פונט וואס איך פיל ער איז זייער גערכעט : ווען איך האב אן עליה קומט מיר נישט קיין שום קרעדיט. פונקט ווי עס קומט מיר נישט קיין קרעדיט פאר אויפשטיין צופרי און אהנטוהן מיין הויזן, אדער צו גיין צו דער ארבעט, קומט מיר נישט קיין קרעדיט פארן בלייבן ריין

זיין ריין איז נישט פאסטען עס איז פלען אהנטוהן הוזען עס זאגט זיך גרינט אבער דא דארף מען אן קימען אין אזוי וי לומד זאגט מען דארף נעמין די ערשטע שטעף מען גייט ארבטין אויף דעם, אין נישט נעמין קרעדיט וי א בעל גאוה פאר יעדען טאג מען איז ריין  נאר דאנקען פאר השם פאר מיך העלפין אנהייבען צינעמין איין בעבי סטעף אוזי וי ער געט מיך הוזין אהנצעטוהן,

נאך אמאל שכח לומד די זכות זאל דיך ביישטיין

לעצט פארראכטן: ט' שבט התשע"ח 18:57 דורך 5050.

ענטפער: מיין חשבן הנפש ביכל י' שבט התשע"ח 11:24 #247793

  • 5050
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 241
  • האט שוין געלייקט: 384 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 481 מאל

קודם כל מודה אני איך דאנק דיך השם פאר מיך צריק געבין מיינע זיסע אידשע נשמה איך קען זאגין עס איז מיין ערשטא מאל איך ביי קום צריק מיין אידשע נשמה אזוי שנעל נאך אזא טיפער דורךפאל איך דאנק דיך השם פאר מיך שיקען דיינע היילגע שליחים וואס האבין מיך גהאלפין איך בעט דיך השם אז איך אין מייינע חברים זאלען האבין אלע א ריינע טאג‎ מיט א ריינע שבת נאך דעם וויל איך זאגען א מורה מעסיג וואס איך האב בייקומען היינט צפרי פין הימעל

איך האב באקומין זייער שטאקער השגחה פרטית אין די דף וואס איה האב היינט געלערט עס איז נישט די היינטיגע דף סא אפי די וואס האלטין נישט פין דף היומי קען עס אויך הערין

זאגט די היילגע גמרא ת"ר וכולן שחזרו בהן אלע מענשעו וואס האבין געזינדעקט אין מקבלין אותן עולמית קען ען נישט תשבוה קיין מאל נישט דברי ר"מ, ר"י אומר חזרו בהן במטמוניות אויב מען האט תשובה געטיהן שטליער הייט אין מקבלין אותן בפרהסיא אויב מען טיט תשובה ברבים מקבלין אותן א"ד עשו דבריהם במטמוניות מקבלין אותן בייהאלטנער עבירות בפרהסיא בפרהסיא אין מקבלין אותן ר"ש ור' יהושע בן קרחה אומרים בין כך ובין כך עס איז נישט קיין חילוק וי אזוי מען האט געזינדיקט אדער תשובה געטהון צי בצינה אדער בפרסהיא איז מקבלין שנאמר שובו בנים שובבים א"ר יצחק איש כפר עכו א"ר יוחנן הלכתא כאותו הזוג

זאגט רשי וואס מיינט שובבים נישט אזוי וי איך האב געלערט ביז היינט שובבים מיינט צריק קעררעס  מענשטען ואס קער זיך צריק צים השם נאר קוק אריין אין רשי: משמע מזידים ופרהסיא לשון מרד וגאוה כמו וילך שובב בדרך לבו (ישעיה נז) :שובבים מיינט וויעדער שפענגעס אפי איינער זינדעגט בדאוקע ברבים וייל ער וויל ח''ש ווייטאן די אייבשער דאס לשון פין שובב וידער שפענעער א מחוצף וואס טיט א עבירה בדאוקא ריף  אים די אייבשער צריק אין לאט איהם תשובה טיהון איך 5050 וואס איך האב נישט געזונטאג במרד איז אוואדע אז איך קען תשובה טיהון די אייבשער זאל טאקע העליפין אז איך זאל קענין תשובה טיען אין קענען בלייבער ריין די קומדעגי מניטן

לעצט פארראכטן: י' שבט התשע"ח 11:33 דורך 5050.

ענטפער: מיין חשבן הנפש ביכל י"ב שבט התשע"ח 02:03 #247795

  • 5050
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 241
  • האט שוין געלייקט: 384 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 481 מאל
אזוי וי איך האלט יעצט נאך מיסע דורךפאל איך האלט אימיטן זיך שלאגין ארוס צעקריכען פין די צעברוכין קייט וואס די שווערע שמיץ האט מיך אפגעמאכט
פיל איך יעצט איס דער פאסיגע צייט אפצישרייבען מאנע צעבראכנע געפילען וואס ליגט אויף מיין הארץ וואס איך האב דורך גמאכט די לעצטע פאר טעג,  פאר א פאר סיבות איינס איך וועל עס אפ שרייבען ווערט עס מיך גרינגער ווערן  אופען הארץ צוויעטנס אויב די יצר קימט מיך נאך אמאל פאר קויפין לאקשען די טהעין שמיץ גיי איך ארוס נעמין די צעטיל אין דורך ליינען וואס די שמיץ האט מיך אפגמאכט איך גלייב אין איך האף אס דער יצר גייט מיך נישט האבין וואס צי פארקופין  וי זאל איך לייגען די צעטיל איך קען עס נישט בייהאלטין וייל איך גלייב דער יצר גייט ווארטין  ביז איך גיי פארגעסין די שאדען וואס די דורך פאל האט מיך אןגמאכט פאר ער קימט נאך אמאעל מיך צירעדן אין דעמאלס וועל איך אויך פארגעסין וי איך האב געלייגט די צעטיל וייסט ער וואס איך האב א עצה איך וועל עס ארוף לייגען אין מיין אשכול חשבון הנפש ביכעל אזוי וועלין מיך מייינע טייערע חברים מיך דערמאננען אויב די יצר קימט צי מיך חס ושלום נאך אמאעל 
איך וויל נאר לאזין וויסען אז איך ווייס אז די אלא גפילען זעננען נישט הונדערטע פערסענט אמת אובער איך וייל אפשרייבען מיט וועכער גפילען איך סטראגל מיך יעצט 
איך פיל אזוי וי איך האב בייקומן פין א גיטע חבר א גאר שיינע איין געפאקטע מתנה  מיט הערליכע רעפוניק פעפיר שפיגעלדיגע בלימען ארום אינ איך הייב עס אן אויף מאכען איך ביימעקרט שוין איןמיטן אז עפעס טויגט נישט אובער עס פאסט מיך נישט פלען אפלוזין איך מיז זעהן וואס גייט פאר אינער ווענדיג  איך עפען עס אין גאנצען  זעה איך עס ליגט דארטען א טויטער קאץ עס פאסט מיך נאך אלס עס קען נישט זיין דער חבר וואס איך בין אזוי נאך גלויפין זאל זיין נישט מער וערט וי טויטער קאץ  עס פאסט נישט פאר מיין גאוה אז איך האב אזוי גלעקט צי איהם עס קיין זיין עס האט איין גע שליגען רענדליך אזוי וי דער מאנקי הייב איך אן צע זיכען איך טרעף גאר נישט נאר א שטיק עקל אין איך הייב מיך אן צי עקעלין
איך גיי אוועק אין הייב אן צי טראכטען ווי האב איך געקענט נאך לויפין די חבר אין זיך לעקען צי איהם וועלכער איז א זא שטיק עקיל עס מיז זיין אז איך בין אויך אזא שטיק עקיל אין איך בין גארנישט ווערט  
איך קים אהיים אי זעה מיין ווייב איו מיינע קינדער זיי קימען צי לויפין כאפין מיך ארום מיין געפילען הייבט אנ ציזאגען ענקער טאעטע איז אז א שמיצגער מענשט אי ווען עצס וואלט גויסט וואלט ענק יעצט זיך גענימען שפייען פאי פאי גיי ארוס טאטי פין דא אינץ דארפען נישט אזא שמיצגער טאטער 
אין איך פיל אזא חוזק וי קען איך לערנין דאווענן אין זען די גרוסקייט פין די אייבשטער איך גיי טיהען זאכען וואס די אייבשטער עקליט זיך פין דעם איך בין אזא אנגפרעגטע מענטש 
פרוואס מיטשערט זיך אזוי צי האלטע אלע מצות אין די תורה אין אפי חימרות ווען די אלייןס גייסט טהעין די ערגסטע עבירת מיט אזע גע שמעק קייט די ביסט א נידריגע מענטש
אזוי וייטער  וייטער עס רינט מיך טררערין פין אויגעו ווען איך שרייב עס הלואי בין איך מגזם אבער ליידער ליידער דא זענען די לאכטער געפילען וואס איך האב געקענט אראף שרייבען
כל טוב זייטס מצליח
לעצט פארראכטן: י"ב שבט התשע"ח 07:00 דורך 5050.

ענטפער: מיין חשבן הנפש ביכל י"ב שבט התשע"ח 16:24 #247798

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 742 טעג
  • OFFLINE
  • Platinum Boarder
  • מעלדונגען: 1022
  • האט שוין געלייקט: 4311 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

יישר כח 5050 פארן מיטטיילן. דאס אז דו פאקסט אויס דיינע אינערליכע געפילן איז זייער א גוטע זאך. פון מיין עקספירענס די פאקט אז איך קען היינט באמערקען וואס גייט פאהר ביי מיר אינעווייניג, און נאך מעהר אז איך טייל עס מיט מיט אנדערע, איז א גרויסע הילף פאר מיר צו בלייבן ריין.

איך ווינטש דיר ווייטער נאך א ריינע טאג אן נאך א ריינע טאג, ביז פיל פיל ריינע טאג מיט שלוות הנפש.

צייט צו מאכן א בלאט: 0.96 סעקונדעס