ברוכים הבאים, גאסט

טעמע: בלית ברירה 22591 באזוכער

ענטפער: בלית ברירה ט' אלול התשע"ט 09:43 #259366

  • פּרובירט
  • איצטיגע שטרעקע: 432 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 761
  • האט שוין געלייקט: 1782 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 984 מאל
  • קאָרמא: 20

ס'טוט מיר זייער וויי צי הערן 
אבער שבע יפול צדיק וקם
הייב דיר אויף און גיי ווייטער
וואס וועסטו יעצט טון מער דאס זאל נישט געשען?

סאיז נישט דא קיין נעכטען,  סאיז נישט דא קיין  מארגען,
סאיז נאר דא א ביסעלע יעצט, וואז'שע  דארף מען זארגען,
https://drive.google.com/file/d/1kbjaMu9xqZlt14NUut00rZl4v8_MDp7d/preview

ענטפער: בלית ברירה ט' אלול התשע"ט 11:53 #259370

  • קליין
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 29
  • האט שוין געלייקט: 4 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל
  • קאָרמא: 3

טייערע friend
זייער נתפעל פון דיין שטארקייט
אונז ציילן נישט מינוטן און נישט שעות שון נישט טעג
אונז ציילן יעדע ביסל צייט וואס מ'טוט דאס ריכטיגע 

אויף דיין שאלה צו עס קומם דיר קרעדיט ווען דו פאלסט נישט דורך פשוט ווייל עס איז נישט אונטערגעקומען (אויב כ'האב גוט פארשטאנען)
תשובה אונז זענען נישט דא פאר חכמות נאר צו טון וואס איז ריכטיג אלעמאל
חזק ואמץ

ענטפער: בלית ברירה ט' אלול התשע"ט 21:48 #259425

  • friend
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • כי ימינך פשוטה לקבל שבים
  • מעלדונגען: 1166
  • האט שוין געלייקט: 368 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1175 מאל
  • קאָרמא: 13
קליין געשריבן on ט' אלול התשע"ט 11:53:

טייערע friend
זייער נתפעל פון דיין שטארקייט
אונז ציילן נישט מינוטן און נישט שעות שון נישט טעג
אונז ציילן יעדע ביסל צייט וואס מ'טוט דאס ריכטיגע 

אויף דיין שאלה צו עס קומם דיר קרעדיט ווען דו פאלסט נישט דורך פשוט ווייל עס איז נישט אונטערגעקומען (אויב כ'האב גוט פארשטאנען)
תשובה אונז זענען נישט דא פאר חכמות נאר צו טון וואס איז ריכטיג אלעמאל
חזק ואמץ


ניין
מיין שאלה איז אויב האט עס בכלל א חשיבות

מען דארף זיין גוט צו יעדעם אבער נישט מיט יעדעם

ענטפער: בלית ברירה ט' אלול התשע"ט 22:03 #259427

  • טשולענט
  • איצטיגע שטרעקע: 14 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 169
  • האט שוין געלייקט: 452 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 271 מאל
  • קאָרמא: 10
פּרובירט געשריבן on ט' אלול התשע"ט 09:43:

ס'טוט מיר זייער וויי צי הערן 
אבער שבע יפול צדיק וקם
הייב דיר אויף און גיי ווייטער
וואס וועסטו יעצט טון מער דאס זאל נישט געשען?



אין דבר העומד לפני הרצון
נישט דא קיין זאך וואס דו קענסט נישט טון
מאך עס היינט און שוין
ביסט א חלק אלקי ממעל און דו טראגסט זיין קרוין
אין דבר העומד לפני הרצון
[x2]

איין טראפ וואסער
נאך א טראפ וואסער
נאך א טראפ וואסער
נאך א טראפ וואסער
מאכט א לאך אין א שטיין
מאכט א לאך אין א שטיין

מען לערנט אביסל ווייטער
מען חזר’ט איבער ווייטער
מען לערנט נאך ווייטער
מען חזר’ט נאך ווייטער
אזוי גייט עס אריין
אזוי קען מען פארשטיין

שבע יפול יפול צדיק צדיק וקם
Just because you fell before
Doesn’t mean that he won
You gotta get up and go out
Let the past be done
שבע יפול, יפול צדיק וקום קום וקם

אין דבר העומד לפני הרצון
נישט דא קיין זאך וואס דו קענסט נישט טון
מאך עס היינט און שוין
ביסט א חלק אלקי ממעל און דו טראגסט זיין קרוין
אין דבר העומד לפני הרצון

מען ארבעט אויף זיך ווייטער
און נאך אביסל ווייטער
מ’ארבעט נאך ווייטער
און נאך אביסל ווייטער
אין זיינע וועגן טוט מען גיין
אין זיינע וועגן טוט מען גיין

מ’זאגט מ’גלייבט ווייטער
און מ’גלייבט נאך ווייטער
מ’גלייבט נאך ווייטער
מ’זאגט מ’גלייבט ווייטער
א איד איז קיינמאל נישט אליין
ניין קיינמאל נישט אליין


:pinch: ווארנונג: ספוילער!
איך קום אהער צו פייטן מיין אדיקשאן און קוים וואס איך בין דא 4 טעג ... האב איך שוין א פרישן אדיקשאן... ס'רופט זיך הדא
לעצט פארראכטן: ט' אלול התשע"ט 22:10 דורך טשולענט.

ענטפער: בלית ברירה י' אלול התשע"ט 02:28 #259443

  • friend
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • כי ימינך פשוטה לקבל שבים
  • מעלדונגען: 1166
  • האט שוין געלייקט: 368 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1175 מאל
  • קאָרמא: 13
בלייב אנאנים

געניסט פון אונזער הילף אָן דעם וואס איינער זאל וויסן ווער איר זענט.

אייער פריוואטקייט איז זייער וויכטיג פאר אונז. די פילע הילפס-מיטלען און סערוויסעס אויף אונזער נעטווארק זענען עפ"י רוב, אדער דורכ'ן אינטערנעט, אדער געדרוקטע מאטריאל אדער דורכ'ן טעלעפאן. דאס איז א פאקט וועלכע ברענגט גאר א שטארקע אינטערעסע פאר די וואס מוטשענען זיך צו ווערן געהאלפן דורך אונזער ארגאניזאציע, וויבאלד עס פארזיכערט א גענצליכע פריוואטקייט פאר די וואס ווענדן זיך פאר הילף, וויבאלד קיינער דארף זיך נישט אידענטיפיצירן. דאס איז איינס פון די עיקר סודות פון די גרויס הצלחה וואס מיר זעען, וויבאלד פריוואטקייט, ספעציעל אין די סענסיטיווע נושאים - נאכדערצו צווישן אונז היימישע אידן - איז איינע פון די גרעסטע זאכן וואס מ'וויל זיך אינגאנצן פארזיכערן איידער מען ווענדט זיך פאר הילף.

אונזער ארגאניזאציע 'היט דיינע אויגן' טוט זיך באנוצן מיט די צוגענגליכקייט און אנאנימקייט וואס דער אינטערנעט שטעלט צו, צו דערגרייכן און העלפן טויזנטער אידן איבער דער גאנצער וועלט, וואס די געווענליכע טעראפי און הילף וואלטן זיי נישט געקענט דערגרייכן.

בון איך אויף די ריכטיגע פלאץ
פארוואס זאגט מיר יעדער איינער אז אויב גייסטו נישט קימען צום מיטינג, מיין איך עס נישט ערענסט, אין איך וויל זיך נישט העלפן
האב געמיינט אז די סייט איז געמאכט צו בלייבען אנאנים

מען דארף זיין גוט צו יעדעם אבער נישט מיט יעדעם

לעצט פארראכטן: י' אלול התשע"ט 02:33 דורך friend.

ענטפער: בלית ברירה י' אלול התשע"ט 10:11 #259449

  • פּרובירט
  • איצטיגע שטרעקע: 432 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 761
  • האט שוין געלייקט: 1782 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 984 מאל
  • קאָרמא: 20
שאלה גדולה שאלת בני (מסתם ביסטו עלטער פון מיר)

האסט א שווערע שאלה פארוואס מען האט געשריבן אזוי

נא א קשיא אויף די סייט 

אבער די אמת איז נישט זוי פינקלעך ווייל פאר יעדעם איינעם איז עס אנדערש

און קיינער קען נישט זאגן פאר א צווייטען וואס צי טון מען קען נאר זאגן וואס ס'האט גע'ארבעט פאר זיך

אבער נמשל איך וואס אויסעקטען איז נישט געווען מיין נסיון נאר קוקן זאכן וואס מען טאר נישט

האט די סייט געהאלפן אפי' איך בין געבליבן אנאנאמעס (יעצט זאג אז איך פארשטיי דיר נישט)

אבער אויב מען זעט אז די סייט העלפט נישט דארף מען טון עפעס אנדערש מען קען נישט בלייבן דא שטעקן ווייל אויב מען בלייבט דא זעט אויס אז די מיינסט עס נישט ערענסט

וועגען האסט דאך געזען אז דאס העלפט נישט

איז אויב די מיינסט אמת'דיג ריקווארי דארפן מען זען צי טון נאך עפעס אויסער זיין אויף'ן סייט (וואס האט דיר נישט געהאלפן בעבר) 

יעצט וואס די זאלסט טון קען דיר קיינער נישט איינטיילן

ס'דא וואס קענען נאך אלס בלייבן אנאנאמעס און נאר מאכן פאון קאולס מיר חברים קען זיי העלפן ס'דא וואס דארפן טערעפי ס'דא וואס דארפן גיין צי מיטינגס ס'דא וואס דארפן גיין צי הרב הערשקאווישט וכו. וכו.......

יעצט גיי איך דיר איבער זאגן וואס די האסט שוין אסאך מאל געהערט

אויב די שעמסטיך אז מען גייט וויסן ווער די ביסט

ווי איז אנדערש מען זאל דיר כאפן

הייס אדער אין ריקאווארי?????

 
סאיז נישט דא קיין נעכטען,  סאיז נישט דא קיין  מארגען,
סאיז נאר דא א ביסעלע יעצט, וואז'שע  דארף מען זארגען,
https://drive.google.com/file/d/1kbjaMu9xqZlt14NUut00rZl4v8_MDp7d/preview

ענטפער: בלית ברירה י' אלול התשע"ט 13:37 #259463

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 213 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 949
  • האט שוין געלייקט: 824 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל
  • קאָרמא: 47

איך האב שוין לעצטנס געוואלט שרייבן דערוועגן ביי א אנדערע טרעד וואו איך זעה מען מישט הודו מיט כוש און ס'ווערט איין שטיק גולאש מיט רעטעך אינמיטן טשיינע ביי א פארעווע טיש סערווירט דורך קישקע צוקניידלט מיט חריין.
נישט פארשטאנען וואס דא שטייט? איך אויך נישט! אבער ס'טוט זיך, א געמישעכטס!!!

עס איז דא מאנכע וואס מיינען אז היט דיינע אויגן האט סיי וואספארא שייכות מיט 12 סטעפ גרופעס, אדער מיטינגען, להוי ידוע, היט דיינע אויגן האט נישט קיין שום פארבינדונג צו סיי וועלעכע 12 סטעפ גרופע אדער מיטינג! 

הד''א איז א פלאטפארמע ספעציעל געווידמעט פאר אלע מענטשן וואס ברויכן חיזוק בשמירת העינים והברית, קיין חילוק וואו מען באלאנגט אין חסידות, וואוינארט, יארגאנג, און חתונה סטאטוס. 

אויף הד''א טוט זיך קיינער נישט אידענטיפיצירן ביים נאמען, און יעדער שרייבט אנאנים, און יעדער קען באשליסן פאר זיך וואס ער וויל טוהן פאר ריקאווערי, קיינער קען נישט איינטיילן פאר קיינעם וואס צו טוהן, פינטל.

אויף הד''א דרייען זיך מענטשן וואס זענען בכלל נישט קיין עדיקטן, דארפן בלויז חיזוק אויף שמירת עינים, ווידעראום איז דא מענטשן וואס זענען שוין אין א שטערקערע מצב פון עדיקשאן און זיי נוצן געוויסע מעטאדן וואס ווערן געברענגט אויפן פארום דא און דארטן, ווידער איז דא וואס נוצן א טערעפיסט, און יא ס'איז אויך דא אידן וואס גייען צו 12 סטעפס מיטינגס צו דורך די טעלעפאן אדער דורך פערזענליך, קיינער פון זיי פארטרעט נישט הד''א אפגעזעהן די מעטאד וואס ער נוצט.

היות הד''א איז א כל בו פון אלע מינע באשעפענישן, איז כדי צו האלטן אלעמאל פאר די אויגן אז וואס איינער שרייבט מיינט נישט אז עס ברויך אדער קען ארבייטן פאר דיר, עס איז א בחינה פון אויב דו ווילסט קענסטו פרובירן צו עס קען העלפן פאר דיר.

איצטערט כלפי מיטינג'ס, איינער וואס גייט צו מיטינגס מיינט נישט אז די נעקסטע טאג ווען ער קומט אויף הד''א גייט ער שרייבן יעצט זיין געהעריגע נאמען, הד''א איז און גייט אלעמאל בלייבן אנאנים! אויב איינער באשליסט צו אויפדעקן זיין אנאנימיטי ביי א מיטינג איז עס זיין בחירה און האט מיט הד''א קיין שייכות אפס קצהו.


און יעצט א ווארט איבער מיר משה'לע.
איך האב פרובירט אלעס אין די וועלט ארויסצוקריכן פון מיין עדיקשאן, ליידער בין איך אזא קראנקע זכר אז גארניקס האט ניט געהאלפן!
איך בין געקומען צו א מצב פון יאוש, זעהנדיג אז איך מוז זעהן עפעס צו טוהן, און נאכן זעהן ווי מענטשן שרייבן אז זיי האבן געזעהן ממש וואונדער אין די 12 סטעפס האב איך באשלאסן אז איך האב נישט וואס צו דערלייגן, לאמיך פרובירן, און וכך הוה, איך בין אריינגעשפרינגען דערין, פארשטייט זיך אנהייב בין איך געבליבן אנאנים, דורך טשעט מיטינגס, נאכדעם פאון מיטינגס, היינט גיי איך שוין צו לייוו מיטינגס אויך, און איך קען זאגן משה'לע איז ממש נהפך לאיש אחר, מען קען אים שוין באלד בר מצוה מאכן.

יעצט דעס מיינט נישט אז איך הייס יעדער זאל אזוי טוהן, און עס מיינט נישט אז אויב דו גייסט עס טוהן גייט עס דיר העלפן, פאר מיר האט דאס געהאלפן, אויב ''דו ווילסט'' קענסטו אויך פרובירן.

ענטפער: בלית ברירה י' אלול התשע"ט 14:24 #259470

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 13 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1609
  • האט שוין געלייקט: 3695 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2934 מאל
  • קאָרמא: 55

גוט געזאגט משה'לע.
אויב מאכט אויס עפעס: גא"מ.

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

ענטפער: בלית ברירה י' אלול התשע"ט 18:08 #259492

  • holychaim
  • איצטיגע שטרעקע: 1265 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 398
  • האט שוין געלייקט: 458 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1038 מאל
  • קאָרמא: 13

לידיעת הציבור
איך בין ב״ה אנגעקומען ביז אהער בלויז מיט טערעפי (די ערשטע יאר) און די חיזוק פון אייך דא אויף הד״א און נאך מער די חיזוק און אפענקייט מיט מיין ווייב.
און מער ווי אלעס שטענדיגע בקשות און שמיסן מיטן טאטען אין הימל.
זעהט אויס אז איך בין א שוואכערע קעיס ווי אנדערע אז פאר מיר האט דאס געהאלפן.
אבער איך בין איבערצייגט אז ריקאווערי קומט נאר נאך א הונדרעטפראצענטיגע החלטה אז איך בין גרייט צו טוהן whatever is takes אנצוקומען צו טהרה. 
הקדוש חיים

ענטפער: בלית ברירה ב' חשון התש"פ 02:31 #260710

  • friend
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • כי ימינך פשוטה לקבל שבים
  • מעלדונגען: 1166
  • האט שוין געלייקט: 368 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1175 מאל
  • קאָרמא: 13

ברוך השם שוין ריין 2 גאנצע טעג
היינט אינדערפרי איז געווען שווער אבער מיטן באשעפערס הילף איז אלס דוריך בשלום

מען דארף זיין גוט צו יעדעם אבער נישט מיט יעדעם

ענטפער: בלית ברירה ה' חשון התש"פ 22:23 #260905

  • friend
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • כי ימינך פשוטה לקבל שבים
  • מעלדונגען: 1166
  • האט שוין געלייקט: 368 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1175 מאל
  • קאָרמא: 13

הייליגע באשעפער איך בון ריין פאר גאנצע 10 מינוט העלף מיר צו בלייבן ריין כאטשיג נאך 24 שעה

מען דארף זיין גוט צו יעדעם אבער נישט מיט יעדעם

ענטפער: בלית ברירה ה' חשון התש"פ 22:52 #260913

  • יחיאל
  • איצטיגע שטרעקע: 13 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • זוך שטארקען
  • מעלדונגען: 1091
  • האט שוין געלייקט: 5820 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 949 מאל
  • קאָרמא: 19

וואס טוסטו צו בלייבן ריין
וואס טוסטו פאר דיין ריקאווערי?

זוך שטארקען און נאכאמאל זוך שטארקען בוז מען וועט ווערן 
א גיבור  [הכובש את יצרו]

ענטפער: בלית ברירה ה' חשון התש"פ 23:04 #260917

  • friend
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • כי ימינך פשוטה לקבל שבים
  • מעלדונגען: 1166
  • האט שוין געלייקט: 368 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1175 מאל
  • קאָרמא: 13
יחיאל געשריבן on ה' חשון התש"פ 22:52:

וואס טוסטו צו בלייבן ריין
וואס טוסטו פאר דיין ריקאווערי?


ווייס נישט 
אמאל פלעג איך טיען 
היינט מיין איך אז איך גיי זיך שוין מייאש זיין 

מען דארף זיין גוט צו יעדעם אבער נישט מיט יעדעם

ענטפער: בלית ברירה ה' חשון התש"פ 23:06 #260920

  • יחיאל
  • איצטיגע שטרעקע: 13 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • זוך שטארקען
  • מעלדונגען: 1091
  • האט שוין געלייקט: 5820 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 949 מאל
  • קאָרמא: 19
וואס פלעגסטו טוהן ?

אויב איך מעג פרעגן

אין וואס ביסטו גרייט צו טוהן ?

זוך שטארקען און נאכאמאל זוך שטארקען בוז מען וועט ווערן 
א גיבור  [הכובש את יצרו]

ענטפער: בלית ברירה ו' חשון התש"פ 10:34 #260933

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 452 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1065
  • האט שוין געלייקט: 810 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2063 מאל
  • קאָרמא: 46
friend געשריבן on ה' חשון התש"פ 23:04:

יחיאל געשריבן on ה' חשון התש"פ 22:52:

וואס טוסטו צו בלייבן ריין
וואס טוסטו פאר דיין ריקאווערי?


ווייס נישט 
אמאל פלעג איך טיען 
היינט מיין איך אז איך גיי זיך שוין מייאש זיין


איך ווייס נישט אויב דו ווילסט הערן פון מיר א עצה, אבער גאנץ מעגליך אז יא, ווייל אז דו ביסט דא אויף הדא מסתמא ביסטו גרייט צו הערן פון די אנדערע חבירים דא, אלזא:

לויט ווי איך זעה, ציילסטו נישט ברבים, דהיינו דער עולם קען נישט מיטהאלטן, און לדעתי "איז דאס א דירעקטע סיבה צו פאלן".

ווער ס'ציילט ברבים האט אוטאמאטיש סאך א שטערקער שיעבוד צו דער זאך.

מעגליך אז איך בין נישט גערעכט, אבער כ'פיל זייער שטארק אזוי, עכ"פ ביי מיר איז דאס איינס פון די שטערקסטע זאכן וואס האלטן מיך ריין ב"ה.

ענטפער: בלית ברירה ו' חשון התש"פ 13:06 #260947

  • friend
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • כי ימינך פשוטה לקבל שבים
  • מעלדונגען: 1166
  • האט שוין געלייקט: 368 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1175 מאל
  • קאָרמא: 13
אחכה לו געשריבן on ו' חשון התש"פ 10:34:

friend געשריבן on ה' חשון התש"פ 23:04:

יחיאל געשריבן on ה' חשון התש"פ 22:52:

וואס טוסטו צו בלייבן ריין
וואס טוסטו פאר דיין ריקאווערי?


ווייס נישט 
אמאל פלעג איך טיען 
היינט מיין איך אז איך גיי זיך שוין מייאש זיין


איך ווייס נישט אויב דו ווילסט הערן פון מיר א עצה, אבער גאנץ מעגליך אז יא, ווייל אז דו ביסט דא אויף הדא מסתמא ביסטו גרייט צו הערן פון די אנדערע חבירים דא, אלזא:

לויט ווי איך זעה, ציילסטו נישט ברבים, דהיינו דער עולם קען נישט מיטהאלטן, און לדעתי "איז דאס א דירעקטע סיבה צו פאלן".

ווער ס'ציילט ברבים האט אוטאמאטיש סאך א שטערקער שיעבוד צו דער זאך.

מעגליך אז איך בין נישט גערעכט, אבער כ'פיל זייער שטארק אזוי, עכ"פ ביי מיר איז דאס איינס פון די שטערקסטע זאכן וואס האלטן מיך ריין ב"ה.


פלעג ציילען ברבים 
איך קים שוין נישט ארויף דא בקביעות איז זייער שווער צו ציילען דא

מען דארף זיין גוט צו יעדעם אבער נישט מיט יעדעם

ענטפער: בלית ברירה ו' חשון התש"פ 13:49 #260949

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 452 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1065
  • האט שוין געלייקט: 810 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2063 מאל
  • קאָרמא: 46
friend געשריבן on ו' חשון התש"פ 13:06:

פלעג ציילען ברבים 
איך קים שוין נישט ארויף דא בקביעות איז זייער שווער צו ציילען דא


איך זעה דיך דא יעדע עטליכע טעג ב"ה, אויב נישט מער.
אבער איך כאפ נישט וואס ס'האט צו טון, ס'איז דא אסאך חבירים דא וואס קומען ארויף נאר איינמאל א וואך צו מער אפגערוקט נאר צו אפדעיטן די טשארד. קענסט אויך טון די זעלבע זאך, ציילן ברבים האט נישט צו טון מיט ווי אפט מ'קומט אויף הדא.

ענטפער: בלית ברירה ו' חשון התש"פ 15:21 #260954

  • friend
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • כי ימינך פשוטה לקבל שבים
  • מעלדונגען: 1166
  • האט שוין געלייקט: 368 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1175 מאל
  • קאָרמא: 13
אחכה לו געשריבן on ו' חשון התש"פ 13:49:

friend געשריבן on ו' חשון התש"פ 13:06:

פלעג ציילען ברבים 
איך קים שוין נישט ארויף דא בקביעות איז זייער שווער צו ציילען דא


איך זעה דיך דא יעדע עטליכע טעג ב"ה, אויב נישט מער.
אבער איך כאפ נישט וואס ס'האט צו טון, ס'איז דא אסאך חבירים דא וואס קומען ארויף נאר איינמאל א וואך צו מער אפגערוקט נאר צו אפדעיטן די טשארד. קענסט אויך טון די זעלבע זאך, ציילן ברבים האט נישט צו טון מיט ווי אפט מ'קומט אויף הד


זעהט אויס אז די זיכסט מיר נישט געניג 
אבער שוין 
איךהייב יעצט אן
וועט מען זעהן ווי לאנג עס גייט העלפן

מען דארף זיין גוט צו יעדעם אבער נישט מיט יעדעם

ענטפער: בלית ברירה ו' חשון התש"פ 15:39 #260957

  • friend
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • כי ימינך פשוטה לקבל שבים
  • מעלדונגען: 1166
  • האט שוין געלייקט: 368 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1175 מאל
  • קאָרמא: 13

איך האב אנגעהויבן 
אבער ווייס נישט פארוואס מען זעהט עס נישט

מען דארף זיין גוט צו יעדעם אבער נישט מיט יעדעם

ענטפער: בלית ברירה ו' חשון התש"פ 15:42 #260958

  • friend
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • כי ימינך פשוטה לקבל שבים
  • מעלדונגען: 1166
  • האט שוין געלייקט: 368 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1175 מאל
  • קאָרמא: 13

איך האב אנגעהויבן 

אבער ווייס נישט פארוואס מען זעהט עס נישט



אהה איך ווייס שוין 

ווייל עס איז נאכנישט דא קיין גאנצע טאג

מען דארף זיין גוט צו יעדעם אבער נישט מיט יעדעם

ענטפער: בלית ברירה ו' חשון התש"פ 15:52 #260962

  • Dac2813
  • איצטיגע שטרעקע: 18 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 76
  • האט שוין געלייקט: 12 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 192 מאל
  • קאָרמא: 22

מזל טוב צו דיין נייע אנהייב
די תורה הייבט זיך אן מיט די ווארט בראשית
אונז צו לערנען אז כדי צו מקבל זיין די תורה מוז מען קענען אנהייבן פון פריש כסדר
זאג א תפילת הדרך, אז דער אויבערשטער זאל באקליקן דיין וועג
אונז קומען דיר אלע באגלייטן אין דיין וועג
אסאך הצלחה

ענטפער: בלית ברירה ו' חשון התש"פ 15:52 #260963

  • חיים חייקל
  • איצטיגע שטרעקע: 31 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 143
  • האט שוין געלייקט: 829 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 354 מאל
  • קאָרמא: 15
friend געשריבן on ו' חשון התש"פ 15:21:

אחכה לו געשריבן on ו' חשון התש"פ 13:49:

friend געשריבן on ו' חשון התש"פ 13:06:

פלעג ציילען ברבים 
איך קים שוין נישט ארויף דא בקביעות איז זייער שווער צו ציילען דא


איך זעה דיך דא יעדע עטליכע טעג ב"ה, אויב נישט מער.
אבער איך כאפ נישט וואס ס'האט צו טון, ס'איז דא אסאך חבירים דא וואס קומען ארויף נאר איינמאל א וואך צו מער אפגערוקט נאר צו אפדעיטן די טשארד. קענסט אויך טון די זעלבע זאך, ציילן ברבים האט נישט צו טון מיט ווי אפט מ'קומט אויף הד


זעהט אויס אז די זיכסט מיר נישט געניג 
אבער שוין 
איךהייב יעצט אן
וועט מען זעהן ווי לאנג עס גייט העלפן


הרב פריינד שליט"א
איך האב הנאה צו זעהן אז דו הייבסט אן צו ציילן.
אונז זענען מיר דא פאר דיר דיר צוהעלפן.
דו וועסט זעהן אז דו וועסט איין טאג אנקומען...
הצלחה אויף דיין רייזע

לעשות נחת רוח להבורא יתברך שמו

זיך צו לאזן היילן איז טאקע שווער. אבער צו בלייבן קראנק איז נאך שווערער

ענטפער: בלית ברירה ו' חשון התש"פ 18:24 #260977

  • יונגערמאן
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מיט א ברען צום אייבערשטען
  • מעלדונגען: 267
  • האט שוין געלייקט: 549 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 671 מאל
  • קאָרמא: 18

אוי.... אשרינו מה טוב חלקינו.........
כאפט זיך יונגערמאן א רקידהלע אין אפיס צו הערן די גוטע בשורה אז דער חבר (בה' הידוע) הייבט אן צו ציילן פון פריש ווי גרויס איז דער שמחה לאמיר טאנצען מיט א ברען..................................

אבער עס רייסט מיר ביים הארץ צו זען מיט וואסערע ווערטער אין מויל האט ער דאס שפאצירא אנגעהויבן 'איך מיין איך בין זיך שוין מייאש' איך בעט דשירמ מעומק הלב די ווייסט און איך ווייס אז די ביסט די סיבה פארוואס איך בין נאך ריין עשה למעני אם לא למענך! 

ולכן, אל יפול לב האדם עליו, ואל ירע לבבו מאוד,
גם אם יהיה כן "כל ימיו" במלחמה זו
כי אולי לכך נברא וזאת עבודתו
(תניא קדישא פרק כ"ז)

ענטפער: בלית ברירה ז' חשון התש"פ 15:15 #261030

  • friend
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • כי ימינך פשוטה לקבל שבים
  • מעלדונגען: 1166
  • האט שוין געלייקט: 368 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1175 מאל
  • קאָרמא: 13
יונגערמאן געשריבן on ו' חשון התש"פ 18:24:

אוי.... אשרינו מה טוב חלקינו.........
כאפט זיך יונגערמאן א רקידהלע אין אפיס צו הערן די גוטע בשורה אז דער חבר (בה' הידוע) הייבט אן צו ציילן פון פריש ווי גרויס איז דער שמחה לאמיר טאנצען מיט א ברען..................................

אבער עס רייסט מיר ביים הארץ צו זען מיט וואסערע ווערטער אין מויל האט ער דאס שפאצירא אנגעהויבן 'איך מיין איך בין זיך שוין מייאש' איך בעט דשירמ מעומק הלב די ווייסט און איך ווייס אז די ביסט די סיבה פארוואס איך בין נאך ריין עשה למעני אם לא למענך! 


שכח

מען דארף זיין גוט צו יעדעם אבער נישט מיט יעדעם

ענטפער: בלית ברירה ז' חשון התש"פ 15:41 #261033

  • חיים חייקל
  • איצטיגע שטרעקע: 31 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 143
  • האט שוין געלייקט: 829 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 354 מאל
  • קאָרמא: 15
friend געשריבן on ו' חשון התש"פ 15:39:

איך האב אנגעהויבן 
אבער ווייס נישט פארוואס מען זעהט עס נישט


יא, אז מדערלעבט דערלעבט מען, מזעהט שוין #1
דו ווייסט כאטשיק וואס איינס מיינט? איין טאג אינגאנצן אוועקגעגעבן פארן אויבערשטן!!!
די רבוש"ע האט א געוואלדיגע נחת רוח! יא! פון איין טאג!
דער טאג וועט בלייבן דיינס לעולמי עד, קיינער קען דאס נישט אוועק נעמען!
-
יעצט לאמיר גיין שטייטליך "נאר נאך איין טאג"! לויף נישט.... כאפ נישט... נאר איין טאג!!!

הצלחה אויף דיין רייזע.

לעשות נחת רוח להבורא יתברך שמו

זיך צו לאזן היילן איז טאקע שווער. אבער צו בלייבן קראנק איז נאך שווערער

ענטפער: בלית ברירה ז' חשון התש"פ 16:54 #261035

  • שמע-תפלתי
  • איצטיגע שטרעקע: 15 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 483
  • האט שוין געלייקט: 465 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1160 מאל
  • קאָרמא: 6
friend געשריבן on ה' חשון התש"פ 22:23:

הייליגע באשעפער איך בון ריין פאר גאנצע 10 מינוט העלף מיר צו בלייבן ריין כאטשיג נאך 24 שעה


נאר 10 מיניט ריין אין ארויף קימען דא איז א גבורה, יא די קענסט, קיפ איט אפ, חזק ואמץ, טראכט גיט וועט זיין גיט..

להטות לבבנו אליו ללכת בכל דרכיו ולשמר מצותיו וחקיו ומשפטיו אשר צוה את אבתינו
כי עיקר מציאות האדם בעה"ז הוא רק לקיים מצות ולעמד בניסיון,  והנאות העולם אין ראוי שיהו לו אלא לעזר ולסיוע בלבד לשיהיה לו נחת רוח ויישוב הדעת למען יוכל לפנות לבו אל העבודה הזאת מסילת ישרים

ענטפער: בלית ברירה ז' חשון התש"פ 17:39 #261037

  • דראפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 286 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 157
  • האט שוין געלייקט: 106 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 605 מאל
  • קאָרמא: 28

פריינד, דאס איז עס, מגייט דיך דא ארויסזעהן פון די בלאטע.

מיר זענען אלע דא מיט לאנגע שטארקע שטריק, מיר זענען גרויסע שטארקע אקסן, און ווי שווער דיין וואגן איז נאר, ווי טיף עס איז איינגעזינקען, וועלן מיר דיך מיט געוואלד ארויסזעהן פון דא.

מיר וועלן דיך מיטן אייבירשטנס הילף נישט נאר העלפן ארויסקריכן פון די בלאטע, נאר אויך ארויסבאגלייטן אויפן דרך המלך, נאר זעהענדיג די  פעסטע ריזן אקסן דארפסטו באקומען חיזוק און מוט, נישט אויפצוגעבן.

איין קלייניקייט ברויכסטו נאר טון, נא דיר דער שטריק, בינד דיך ארום אינטערן ארעם, אבער פעסט, זאלסט זיך נישט ארויסגליטשען, די קלייניקייט קענען מיר דיר נישט העלפן, דאס מוזטו אליין טון, און אן דעם איז א שאד אנצוהייבן דעם פראצעדור.

פריינד, איך ווייס גענוי, ווי אזוי די פילסט, און ווי ארומגענומען די ביזט מיט געוועבאכץ, מבשרי אחזה, אבער זיי וויסן, עס איז נישט אוממעגליך, סאיז זייער שווער, אבער מעגליך.

פריינד, זיי דיך טיף מתבוננן, אז די ווילסט סטאפן, די זיסע טעם עבירה גיסטו אוועק פארן באשעפער,  שטעל דיך אוועק אויף א געזונטע סדר היום, און די מוזט אויך מאכן בעיסיק טדזשענדזשעס צו דיין גאנצן רוחניות, דו ווייסט ווי דו ברויכסט זיך בעסערן.

ווער נאנטער מיט דיין משפחה, ב"ב, קינדער, זייערע מלמדים, און זיי מיט אונז דא, מיר גייען אינאיינעם.

פריינד, יאלא

ה' נגדך כל תאותי, ואנחתי ממך לא נסתרה.

ענטפער: בלית ברירה ט' חשון התש"פ 03:33 #261135

  • friend
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • כי ימינך פשוטה לקבל שבים
  • מעלדונגען: 1166
  • האט שוין געלייקט: 368 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1175 מאל
  • קאָרמא: 13
חיים חייקל געשריבן on ז' חשון התש"פ 15:41:

friend געשריבן on ו' חשון התש"פ 15:39:

איך האב אנגעהויבן 
אבער ווייס נישט פארוואס מען זעהט עס נישט


יא, אז מדערלעבט דערלעבט מען, מזעהט שוין #1
דו ווייסט כאטשיק וואס איינס מיינט? איין טאג אינגאנצן אוועקגעגעבן פארן אויבערשטן!!!
די רבוש"ע האט א געוואלדיגע נחת רוח! יא! פון איין טאג!
דער טאג וועט בלייבן דיינס לעולמי עד, קיינער קען דאס נישט אוועק נעמען!
-
יעצט לאמיר גיין שטייטליך "נאר נאך איין טאג"! לויף נישט.... כאפ נישט... נאר איין טאג!!!

הצלחה אויף דיין רייזע.


אפילו אויב ח"ו עפעס געשעט שפעטער די טאג בלייבט מיינס 
יישר כח

מען דארף זיין גוט צו יעדעם אבער נישט מיט יעדעם

ענטפער: בלית ברירה ט' חשון התש"פ 03:39 #261137

  • friend
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • כי ימינך פשוטה לקבל שבים
  • מעלדונגען: 1166
  • האט שוין געלייקט: 368 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1175 מאל
  • קאָרמא: 13
שמע-תפלתי געשריבן on ז' חשון התש"פ 16:54:

friend געשריבן on ה' חשון התש"פ 22:23:

הייליגע באשעפער איך בון ריין פאר גאנצע 10 מינוט העלף מיר צו בלייבן ריין כאטשיג נאך 24 שעה


נאר 10 מיניט ריין אין ארויף קימען דא איז א גבורה, יא די קענסט, קיפ איט אפ, חזק ואמץ, טראכט גיט וועט זיין גיט..


א גוטן friend,
מזל טוב צו דיין דערגרייכונג צו די צווייטע דרגה!
3 טעג איז שוין חזקה און יעצט שטייסטו גוט אויפ'ן וועג צו קענען פארן ווייטער זע עס אנצוהאלטן!
הצלחה אויף אייער רייזע!
הנהלת GYE

מען דארף זיין גוט צו יעדעם אבער נישט מיט יעדעם

ענטפער: בלית ברירה ט' חשון התש"פ 03:46 #261138

  • friend
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • כי ימינך פשוטה לקבל שבים
  • מעלדונגען: 1166
  • האט שוין געלייקט: 368 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1175 מאל
  • קאָרמא: 13

פריינד, דאס איז עס, מגייט דיך דא ארויסזעהן פון די בלאטע


הלוואי



מיר זענען אלע דא מיט לאנגע שטארקע שטריק, מיר זענען גרויסע שטארקע אקסן, און ווי שווער דיין וואגן איז נאר, ווי טיף עס איז איינגעזינקען, וועלן מיר דיך מיט געוואלד ארויסזעהן פון דא.


מסכים מסכים מסכים



מיר וועלן דיך מיטן אייבירשטנס הילף נישט נאר העלפן ארויסקריכן פון די בלאטע, נאר אויך ארויסבאגלייטן אויפן דרך המלך, נאר זעהענדיג די  פעסטע ריזן אקסן דארפסטו באקומען חיזוק און מוט, נישט אויפצוגעבן.

איין קלייניקייט ברויכסטו נאר טון, נא דיר דער שטריק, בינד דיך ארום אינטערן ארעם, אבער פעסט, זאלסט זיך נישט ארויסגליטשען, די קלייניקייט קענען מיר דיר נישט העלפן, דאס מוזטו אליין טון, און אן דעם איז א שאד אנצוהייבן דעם פראצעדור.


ממש אזוי' א שאד אנצוהייבן דעם פראצעדור



פריינד, איך ווייס גענוי, ווי אזוי די פילסט, און ווי ארומגענומען די ביזט מיט געוועבאכץ, מבשרי אחזה, אבער זיי וויסן, עס איז נישט אוממעגליך, סאיז זייער שווער, אבער מעגליך.

פריינד, זיי דיך טיף מתבוננן, אז די ווילסט סטאפן, די זיסע טעם עבירה גיסטו אוועק פארן באשעפער,  שטעל דיך אוועק אויף א געזונטע סדר היום, און די מוזט אויך מאכן בעיסיק טדזשענדזשעס צו דיין גאנצן רוחניות, דו ווייסט ווי דו ברויכסט זיך בעסערן.


נישט אינגאנצען



ווער נאנטער מיט דיין משפחה, ב"ב, קינדער, זייערע מלמדים, און זיי מיט אונז דא, מיר גייען אינאיינעם.

פריינד, יאלא


יישר כח פארן נעמען די כח און מיר שרייבען אפאר חיזיק ווערטער

מען דארף זיין גוט צו יעדעם אבער נישט מיט יעדעם

ענטפער: בלית ברירה ט' חשון התש"פ 04:25 #261143

  • Dac2813
  • איצטיגע שטרעקע: 18 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 76
  • האט שוין געלייקט: 12 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 192 מאל
  • קאָרמא: 22

טייערע חבר
דער פנים יפות טייטשט די משנה אם אין אני לי מי לי, וכשאני לעצמי מה אני, אז א מענטש דארף זיך צוזאמען בינדן צוזאמען מיט גאנץ כלל ישראל, און נאר אזוי קען ער זיך דערנענטערן צום אויבערשטן, ווייל א מענטש אליין האט נישט די כוחות זיך אליין צו דערנענטערן צום אויבערשטן.
אבער א מענטש איז צוזאמען געשטעלט פון א גוף מיט א נשמה, אבער דער מציאות פון דער מענטש וואס טוט רצון ה', איז די נשמה וואס ציט דעם מענטש צו טוהן גוט'ס, און די נשמה בלייבט אויף אייביג, אבער דער גוף וואס א חלק פון די וועלט, בלייבט נישט אויף אייביג, נאר עס ווערט פארפוילט אין קבר. 
און ווען א מענטש פאלט אדורך מיט א עבירה האט זיין גוף זיך געשטארקט איבער זיין נשמה, און ער איז נישט קיין מענטש. און ווען די מענטש איז זיך מתגבר אויף זיינע נסיונות, און ער פירט זיך אויף ווי עס באדארף צו זיין, שטארקט זיך זיין נשמה איבער זיין גוף, און ער איז א מענטש.
ממילא כדי דער מענטש זאל זיך קענען באהעפטן מיט גאנץ כלל ישראל, דארף ער קודם מאכן זיכער אז ער איז דא, און דאס מיינט אז ער זאל שטארקן זיין נשמה איבער זיין גוף און זיין גרייט צו טוהן וואס ער דארף כדי צו זיין א ערליכע איד.
דאס איז פשט אם אין אני לי, אויב איך אליין בין נישט דא, מי לי, ווער קען דא זיין מיר צו העלפן, יעדער קען קומען מיר העלפן, אבער איך בין נישט דא.
און נאכדעם וואס איך אליין בין גרייט צו טוהן וואס איז ריכטיג, דעמולטס קענען אנדערע מיר העלפן, אבער איך דארף וויסן אז ושאני לעצמי מה אני, אז אויב איך וועל וועלן אליינ'ס זיך פרעגלען אין מיינע נסיונות, וועל איך עס נישט קענען בייקומען, נאר איך דארף צוקומען צו הילף אין חיזוק פון אנדערע.

איז טייערע חבר, געדענק ואם לא עכשיו אמתי, נעם זיך אין די הענט אריין טוה די ריכטיגע שריט, און גלייב אז מיט דעם וואס דו טוסט פאר דיר אליין, ביסטו אויך מזכה אלע חברים דא אין די קהילה.
און איך באדאנק דיר שוין יעצט פאר די חיזוק וואס דו גייסט אונז געבן

לעצט פארראכטן: ט"ז חשון התש"פ 12:07 דורך Dac2813.

ענטפער: בלית ברירה ט' חשון התש"פ 04:55 #261146

  • friend
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • כי ימינך פשוטה לקבל שבים
  • מעלדונגען: 1166
  • האט שוין געלייקט: 368 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1175 מאל
  • קאָרמא: 13
Dac2813 געשריבן on ט' חשון התש"פ 04:25:

טייערע חבר
דער פנים יפות טייטשט די משנה אם אין אני לי מי לי, וכשאני לעצמי מה אני, אז א מענטש דארף זיך צוזאמען בינדן צוזאמען מיט גאנץ כלל ישראל, און נאר אזוי קען ער זיך דערנענטערן צום אויבערשטן, ווייל א מענטש אליין האט נישט די כוחות זיך אליין צו דערנענטערן צום אויבערשטן.
אבער א מענטש איז צוזאמען געשטעלט פון א גוף מיט א נשמה, אבער דער מציאות פון דער מענטש וואס טוט רצון ה', איז די נשמה וואס ציט דעם מענטש צו טוהן גוט'ס, און די נשמה בלייבט אויף אייביג, אבער דער גוף וואס א חלק פון די וועלט, בלייבט נישט אויף אייביג, נאר עס ווערט פארפוילט אין קבר. 
און ווען א מענטש פאלט אדורך מיט א עבירה האט זיין גוף זיך געשטארקט איבער זיין נשמה, און ער איז נישט קיין מענטש. און ווען די מענטש איז זיך מתגבר אויף זיינע נסיונות, און ער פירט זיך אויף ווי עס באדארף צו זיין, שטארקט זיך זיין נשמה איבער זיין גוף, און ער איז א מענטש.
ממילא כדי דער מענטש זאל זיך קענען באהעפטן מיט גאנץ כלל ישראל, דארף ער קודם מאכן זיכער אז ער איז דא, און דאס מיינט אז ער זאל שטארקן זיין נשמה איבער זיין גוף און זיין גרייט צו טוהן וואס ער דארף כדי צו זיין א ערליכע איד.
דאס איז פשט אם אין אני לי, אויב איך אליין בין נישט דא, מי לי, ווער קען דא זיין מיר צו העלפן, יעדער קען קומען מיר העלפן, אבער איך בין נישט דא.
און נאכדעם וואס איך אליין בין גרייט צו טוהן וואס איז ריכטיג, דעמולטס קענען אנדערע מיר העלפן, אבער איך דארף וויסן אז ושאני לעצמי מה אני, אז אויב איך וועל וועלן אליינ'ס זיך פרעגלען אין מיינע נסיונות, וועל איך עס נישט קענען בייקומען, נאר איך דארף צוקומען צו הילף אין חיזוק פון אנדערע.

איז טייערע חבר, געדענק ואם לא עכשיו אמתי, נעם זיך אין די הענט אריין טוה די ריכטיגע שריט, און גלייב אז מיט דעם וואס דו טוסט פאר דיר אליין, ביסטו אויך מזכה אלע חברים דא אין די קהילה.
און איך באדאנק דיר שוין יעצט פאר די חיזוק וואס דו גייסט מיר געבן


וואס???
די חיזוק וואס איך גיי דיר געבן, די ביזט דאך א שטיק חיזוק!!!

מען דארף זיין גוט צו יעדעם אבער נישט מיט יעדעם

לעצט פארראכטן: ט' חשון התש"פ 04:59 דורך friend.

ענטפער: בלית ברירה ט' חשון התש"פ 05:02 #261147

  • friend
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • כי ימינך פשוטה לקבל שבים
  • מעלדונגען: 1166
  • האט שוין געלייקט: 368 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1175 מאל
  • קאָרמא: 13

א גרויסן יישר כח פאר יחואל פארן געבן א יישר כח פאר אלע חברים

מען דארף זיין גוט צו יעדעם אבער נישט מיט יעדעם

ענטפער: בלית ברירה ט' חשון התש"פ 05:16 #261149

  • Dac2813
  • איצטיגע שטרעקע: 18 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 76
  • האט שוין געלייקט: 12 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 192 מאל
  • קאָרמא: 22
לעצט פארראכטן: ט"ז חשון התש"פ 12:06 דורך Dac2813.

ענטפער: בלית ברירה ט' חשון התש"פ 06:31 #261150

  • friend
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • כי ימינך פשוטה לקבל שבים
  • מעלדונגען: 1166
  • האט שוין געלייקט: 368 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1175 מאל
  • קאָרמא: 13
Dac2813 געשריבן on ט' חשון התש"פ 05:16:

friend געשריבן on ט' חשון התש"פ 04:55:

וואס???
די חיזוק וואס איך גיי דיר געבן, די ביזט דאך א שטיק חיזוק!!!


yes believe it or not
די חיזוק וואס דו גייסט מיר געבן

מער ווי געבן א דאנק קען איך נישט

מען דארף זיין גוט צו יעדעם אבער נישט מיט יעדעם

ענטפער: בלית ברירה ט' חשון התש"פ 06:43 #261151

  • friend
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • כי ימינך פשוטה לקבל שבים
  • מעלדונגען: 1166
  • האט שוין געלייקט: 368 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1175 מאל
  • קאָרמא: 13

ווען דער באשעפער וואלט געלאזט .........
וואלט איך יעצט...................................
נאר אויב וויל ער נישט .........................
טי איך עס נישט.

מען דארף זיין גוט צו יעדעם אבער נישט מיט יעדעם

ענטפער: בלית ברירה ט' חשון התש"פ 10:47 #261162

  • Dac2813
  • איצטיגע שטרעקע: 18 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 76
  • האט שוין געלייקט: 12 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 192 מאל
  • קאָרמא: 22
די חיזוק וואס דו גייסט מיר געבן

מער ווי געבן א דאנק קען איך נישט


איך מיין די חיזוק וואס אלע באקומען פון דעם וואס נאך א חבר טוט וואס איז ריכטיג

לעצט פארראכטן: ט"ז חשון התש"פ 12:05 דורך Dac2813.

ענטפער: בלית ברירה ט' חשון התש"פ 10:54 #261164

  • חיים חייקל
  • איצטיגע שטרעקע: 31 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 143
  • האט שוין געלייקט: 829 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 354 מאל
  • קאָרמא: 15
דראפעט געשריבן on ז' חשון התש"פ 17:39:


איין קלייניקייט ברויכסטו נאר טון, נא דיר דער שטריק, בינד דיך ארום אינטערן ארעם, אבער פעסט, זאלסט זיך נישט ארויסגליטשען, די קלייניקייט קענען מיר דיר נישט העלפן, דאס מוזטו אליין טון, און אן דעם איז א שאד אנצוהייבן דעם פראצעדור.


סמאכט זיך אמאל וואס איינער פאלט אריין אין א גריב און מוויל אים פון דארט ארויס נעמען, איז טאקע איינע פון די וועגן אז מלאזט אראפ א שטריק און משרייט צו יענעם, כאפ שטארק אן די שטריק און מוועט דיך ארויסשלעפן.
אבער אסאך מאל מאכט זיך ליידער אז יענער איז געווארן אינגאנצן צוקלאפט און צוזעצט.... אז ער האט אפילו נישט קיין כח אנצוכאפן די שטריק..... אדער איז ער שוין נישט ביי זיך און ער הערט אפילו נישט אז משרייט צו אים....
דעמאלטס איז נאר דא איין עצה, מזאל אראפקריכן אין גריב און אים אנכאפן און ארויסשלעפן.....!

לעשות נחת רוח להבורא יתברך שמו

זיך צו לאזן היילן איז טאקע שווער. אבער צו בלייבן קראנק איז נאך שווערער

ענטפער: בלית ברירה י' חשון התש"פ 12:00 #261228

  • חיים חייקל
  • איצטיגע שטרעקע: 31 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 143
  • האט שוין געלייקט: 829 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 354 מאל
  • קאָרמא: 15
friend געשריבן on ה' חשון התש"פ 22:23:

הייליגע באשעפער איך בון ריין פאר גאנצע 10 מינוט העלף מיר צו בלייבן ריין כאטשיג נאך 24 שעה


סדערמאנט מיר פון דעם גדול (כגעדענק נישט וועלעכע) ער האט געזאגט אז ער איז געווארן א ת"ח אין פינף מינוט, ער האט נישט געהאט קיין חשק צו לערנען, האט ער אפגעמאכט אז ער גייט נאר לערנען פאר פינף מינוט, נאך פינף מינוט האט ער געטראכט לאמיר פורבירן נאך פינף מינוט, א.א.וו. ביז ער איז אויסגעוואקסן א גדול.

יא אונזער חשובע חבר הרב פריינד באווייזט אויך די זעלבע, פון צען מינוט, האלט עס שוין ביי אפאר טעג.

זאל דיר די רבוש"ע געבן אסאך הצלחה און סיעתא דישמיא אויף דיין רייזע, מיר קוקן ארויס אויף דיין הצלחה.

לעשות נחת רוח להבורא יתברך שמו

זיך צו לאזן היילן איז טאקע שווער. אבער צו בלייבן קראנק איז נאך שווערער

ענטפער: בלית ברירה ט"ו חשון התש"פ 03:06 #261436

  • friend
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • כי ימינך פשוטה לקבל שבים
  • מעלדונגען: 1166
  • האט שוין געלייקט: 368 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1175 מאל
  • קאָרמא: 13
חיים חייקל געשריבן on י' חשון התש"פ 12:00:

friend געשריבן on ה' חשון התש"פ 22:23:

הייליגע באשעפער איך בון ריין פאר גאנצע 10 מינוט העלף מיר צו בלייבן ריין כאטשיג נאך 24 שעה


סדערמאנט מיר פון דעם גדול (כגעדענק נישט וועלעכע) ער האט געזאגט אז ער איז געווארן א ת"ח אין פינף מינוט, ער האט נישט געהאט קיין חשק צו לערנען, האט ער אפגעמאכט אז ער גייט נאר לערנען פאר פינף מינוט, נאך פינף מינוט האט ער געטראכט לאמיר פורבירן נאך פינף מינוט, א.א.וו. ביז ער איז אויסגעוואקסן א גדול.

יא אונזער חשובע חבר הרב פריינד באווייזט אויך די זעלבע, פון צען מינוט, האלט עס שוין ביי אפאר טעג.

זאל דיר די רבוש"ע געבן אסאך הצלחה און סיעתא דישמיא אויף דיין רייזע, מיר קוקן ארויס אויף דיין הצלחה.


יא און ענקער זכות האלט איך יעצט ביי 9 טעג

(יישר כח יונגערמאן פאר מיר בעטן צו אנהייבן ציילן נאכאמאל)

מען דארף זיין גוט צו יעדעם אבער נישט מיט יעדעם

צייט צו מאכן א בלאט: 2.81 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא