ברוכים הבאים, גאסט

טעמע: ביים אנקומען 25309 באזוכער

ענטפער: ביים אנקומען א' חשון התש"פ 17:01 #260660

  • אין שום יאוש
  • איצטיגע שטרעקע: 339 טעג
  • יעצט אנליין
  • אדמיניסטראטאר
  • מעלדונגען: 492
  • האט שוין געלייקט: 922 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 965 מאל
  • קאָרמא: 20

אזוי ווי אינגערמאן זאגט

אין די 12 סטעפס איז דא סטעפ 4 5 6 7 וואס מ'ארבעט אויף די אלע קערעקטער דיפעקטס

ענטפער: ביים אנקומען ב' חשון התש"פ 02:03 #260706

  • Dac2813
  • איצטיגע שטרעקע: 18 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 76
  • האט שוין געלייקט: 12 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 190 מאל
  • קאָרמא: 22
באמת האב איך געוואלט שרייבן מער באריכות דעמאלטס ווען איך האב געשריבן די ערשטע פאוסט, איך האב אבער נישט געהאט קיין צייט. אבער יעצט וויל איך טאקע מיטיילן מער.
זייט איך האב גענומען שטערקערע שריט פאר מיין ריינקייט און רעקאווערי פיל איך מיך זייער אויסגעשפילט פון אלע זייטן.
1) מיין ווייב האלט נאך גארנישט מיט - איך פיל מיך ווי א פעיקער.
2) מיין דיין - פאר וועם איך האב מיך געעפנט - פלעגט מיך זייער שטארק שעצן און האלטן פון מיך, היינט פיל איך אז ס'איז נישט אזוי (מסתם נישט אמת נאר א פאביע) - ס'מאכט מיך זייער צובראכן.
3) "ווייל איך בין מער אפן מיט מיך" באמערק איך מער ווי ביטער מיין מצב איז, ווי ווייניג איך בין אין קאנטראל פון מיינע אויגן, מחשבות, תאוות און דעיס מאכט מיך זייער צובראכן.
4) "ווייל איך בין ריינער" באמערק איך מער פראבלעמען אין מיך וואס איך פלעג פארשטעקן און איך ווער צובראכן פון דעם.
5) "ווייל איך בין מער אפן" קומט ארויס מער חלקים וואס זענען אמת'דיג "איך", און די חלקים זענען לאו דוקא פאזיטיווע (סעלפישקייט, טשעפענען\אריינפליקן אנדערע, תאוות אכילה און נאך), און מיינע ארומיגע פילן עס.
שוין, איך קען נישט שרייבן מער, איך ווער זייער צובראכן פון דעם אלעם.
בקיצור, ווען נישט איך האב ווען ענק חברים וואלט איך ווען............. אמ...... איך ווייס נישט וואס! ס'וואלט אבער נישט גוט געווען!
שכח פארן אויסהערן.

איך וועל פרובירן עס צו צונעמען און אויסשמועסן וואס אונז ווייסן אלע אליין, נאר ווען מען איז צובראכן איז עס שווער צו זעהן.

1)      מיין ווייב האלט נאך גארנישט מיט - איך פיל מיך ווי א פעיקער.

אונז אלע ווייסן אז צו קענען אריין נעמען די ווייב אין דעם בילד פון נסיונות איז איינס פון די שווערסטע זאכן, און ממילא איז אסאך מאהל נישט במציאות איר אריינצונעמען אין בילד.

אבער דאס ווערט בכלל נישט אנגרופן א פעיקער, ווייל א פעיקער איז טייטש איינער וואס טוט וואס ער וויל, ער פרובירט זיך נישט צו העלפן, און אינדערהיים פארקויפט ער זיך אזוי ווי א צדיק, ווען אין אמת'ן אריין ליגט ער אין די שווערסטע פלעצער, אבער איינער וואס טוט וואס ער קען זיך צו העלפן מיט זיינע שוועריגקייטן, און ווען ער זאל וויסן אז עס דערציילן פאר זיין ווייב וועט אויפטוהן לטובה, און נישט גורם זיין ח"ו דאס פארקערטע, וואלט ער עס זיכער געטוהן, הייסט ער נישט קיין שקרן, נאר א אמת'דיגער מענטש און א יושר'דיגער מענטש וואס טוט יעדע זאך אויסגרעכנט אויף די ריכטיגע וועג.

יעצט אויב ביסטו אריינגעקומען אין אונזער חבורה פון הד"א, און דו טיסט וואס עס פארלאנגט זיך פון דיר צו קענען ארויסקריכן פון דעם פראבלעם, ביסטו נישט קיין שקרן, נאר א אמת'דיגע ערליכע הייליגע אינגערמאן, און א געטרייע מאן פאר דיין ווייב וואס טוט אלעס אין די וועלט צו בויען זיך צוזאמען מיט איר, אנצוקומען צו א מצב פון האבן א ערליכע אידישע שטוב, און זוכה  זיין צו איש ואשה שזכו שכינה שרויה ביניהם.

2)       מיין דיין - פאר וועם איך האב מיך געעפנט - פלעגט מיך זייער שטארק שעצן און האלטן פון מיך, היינט פיל איך אז ס'איז נישט אזוי (מסתם נישט אמת נאר א פאביע) - ס'מאכט מיך זייער צובראכן.

איך וועל אנהייבן מיט א מעשה ר' ישראל יעקב פישער ז"ל פאר ער איז געווארן א דיין אין עדה החרדית, פלעגט ער קומען דאווענען מנחה מיט די ערשטע מנין אין די זכרון משה שטיבלאך, און עס זענען נאך געווען מנינים וואס האבן געהאלטן אינמיטן שחרית, און ער פלעגט גיין פון מנין צו מנין און שרייען ברכות לבטלה, ווייל עפ"י הלכה נאך חצות טאר מען נישט זאגן קיין ברכות קרי"ש. אפאר וואכן נאך וואס ער איז געווארן דיין האט ער אויפגעהערט צו שרייען, האט אים איינער געפרעגט, צו עס פאסט אים שוין נישט צו שרייען, האט ער גענטפערט ביז איך בין געווען א דיין, האב איך נישט געוויסט וואס עס גייט אריבער אויף א איד, נאכדעם וואס איך בין געווארן א דיין, און אידן קומען צו מיר כסדר מיט זייערע שאלות, האב איך אנגעהויבן צו איינזעהן וואס עס גייט אריבער אויף אידן, פארשטיי איך בכלל נישט וויאזוי זיי קענען זיך צוזאמען נעמען די כוחות און קומען אין ביהמ"ד דאווענען, און איך זאל נאך שרייען אויף זיי? ע"כ המעשה.

לענינינו פארשטיי אז א דיין מיט אביסל שכל הערט זיך צאם שאלות יעדן טאג, און עפ"י רוב דערקענען זיי צווישן די ווערטער פון דעם שואל, וואס עס גייט אריבער אויף אים, אבער אויב דער מענטש רעדט נישט ברחל ביתך הקטנה, וועט ער זיך נישט וויסענדיג מאכן, ווייל קיינער זיכט זיך נישט ריין גליקן, אבער ווען ער זעהט אז א אינגערמאן לייקנט נישט זיין מציאות, נאר ער איינערקענט זיינע שוועריגקייטן, און ער איז גרייט צו נעמען די ריכטיגע שריט פאר זיינע פראבלעמען, נישט נאר אז ער וועט נישט אראפקיקן דעם אינגערמאן, נאר פונקט פארקערט ער וועט אים נאך מער ארויף קיקן, פארשטייט זיך אז דאס איז נאר מיט א דיין וואס האט די פינפטע חלק פון שו"ע אויך.

און ממילא האב נישט קיין מורא, דו קענסט זיןן זיכער ביי דיר אז די דיין קיקט דיר ארויף נאך מער פון פריער.

אבער נאך מער פון דעם, טראכט אריין אויף א מינוט וואס וואלסטו געהאט ווען די דיין קיקט דיר ארויף, און דיין לעבן ווערט מער און מער חרוב פון טאג צו טאג, ביז עס וואלט אנגעקומען צו א טאג וואס מען וואלט געוואשן דיינע שמוציגע וועש ברבים אין ביהמ"ד, און יעדער וואלט געקענט צולייגן זיינע טיף זוניגע חידושים אויף דיין חשבון, און דיין לעבן וואלט געווען חרוב ונחרב, וואלסטו געהאט עפעס פון דעם וואס דער דיין קיקט דיר יעצט ארויף ? ביסטו געגאנגען צו א פריוואטע וואש מאשין און די וואשט זיך אויס פון אלע דיינע שמוץ, און דו וועסט ארויסקומען ריין ממש אזוי ווי ניי, לוינט זיך עס נישט ?

3)      "ווייל איך בין מער אפן מיט מיך" באמערק איך מער ווי ביטער מיין מצב איז, ווי ווייניג איך בין אין קאנטראל פון מיינע אויגן, מחשבות, תאוות און דעיס מאכט מיך זייער צובראכן.

דאס איז א פראבלעים ? אדרבה יעדע מאהל וואס א מענטש באמערקט זיין אמת'דיגע מציאות, און עס פאטשט אים אין פנים, דארף ער זיך פרייען, ווייל איך האב געקענט לעבן אין דענייעל, און נישט איינערקענען מיינע פראבלעמען ביז ביז... און ב"ה איך בין אנגעקומען מיט דעם הילף פון אויבערשטן אז איך זעה איין מיין אמת'דיגע מצויאות, און איך קען ארבעטן אויף דעם, און איך ווער נישט דערשראקן פון גארנישט.

און אדרבה פארשטיי אז דער אר"י הק' שרייבט אין שער הגלגולים הקדמה ל"ח אז א מענטש זאל וויסן ווי גרעסער זיין נשמה איז אלץ שווערערע און נידריגערע נסיונות האט ער, ממילא ווער נישט צוקלאפט פון דעם, פונקט פארקערט, פארשטיי דיין גרויסקייט וואס עס קומט ארויס פון דיינע נסיונות.

4)      "ווייל איך בין ריינער" באמערק איך מער פראבלעמען אין מיך וואס איך פלעג פארשטעקן און איך ווער צובראכן פון דעם.

און אלע ספרים ווערט געברענגט די משל אז א בן מלך וואס זיין גוף איז איידל און ריין, קען ער נישט פארנעמען קיין פארגרעבטע עסן, נאר איידעלע עסן, אבער דער דארפ'ס פויער וואס זיין גוף איז פארגרעבט, פארנעמט זיין מאגן אלע מיני פארגרעסטע עסן וואס מען געבט אים, און גארנישט שאדט אים נישט.

די זעלבע איז דא ווילאנג מען איז נישט ריין, איז נישט מען פארשטעקט די פראבלעמען, נאר אויף א פארגרעבטע מענטש איז עס נישט קיין פראבלעם, אבער יעצט אז דו האסט זיך אנגעהויבן אויף פירן ווי א בן מלך, איז דיין גוף געווארן אויסגעאיידלט, און די קענסט נישט פארנעמען געוויסע פארגרעבטקייטן וואס דיין גוף האט, און דו דארפסט ארבעטן אויף דעם, און עס איז נישט קיין פראבלעם, נאר דו קענסט אויף אלעס ארבעטן.

זייער אסאך מאהל איז דאס נישט אמת'דיג איך אזוי ווי דו לייגסט עס אראפ, נאר וויבאלד דו ביסט ביז יעצט געווען אריינגעטוהן אין נסיונות, און יעדע מאהל דו האסט געדארפט עפעס וכו' ביסטו געלאפן צו... און יעצט האט זיך דאס אויפגעהערט, איז דיין גוף מאנט עפעס וואס זי איז צוגעוואוינט צו באקומען, און זי באקומט עס נישט, ווערט זי נערוועיז, און עס קען ארויסקומען אויף א נעגאטיווע וועג, אבער מיט דער צייט וועט זיך דער גוף צוגעוואוינען אז ער באקומט מער נישט דעם הנאה פון אדורך פאלן אין די נסיונות, און ער וועט זיך בארואיגן, וועלן די אלע זאכן אויך אוועק גיין.

און אויב עס גייט נישט אוועק איז נאך א זאך וואס מען וועט דארפן הארעווען אויף דעם, און אזוי וועט ארויפקומען אויסגעלייטערט אויף יענע וועלט, און דער באשעפער וועט שטאלצירן מיט דיר ווען דו וועסט ארויף קומען, און ווייזן פאר אלע מלאכים דער הערליכער אויסגעשניצטער דיאמאנט וואס האט זיך אזוי שיין משלים געווען אויף די וועלט

ענטפער: ביים אנקומען ב' חשון התש"פ 02:09 #260707

  • friend
  • איצטיגע שטרעקע: 1 טאג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • כי ימינך פשוטה לקבל שבים
  • מעלדונגען: 1139
  • האט שוין געלייקט: 356 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1153 מאל
  • קאָרמא: 12
Dac2813 געשריבן on ב' חשון התש"פ 02:03:

דער שרייבט דאך אזוי צום זאך

מען דארף זיין גוט צו יעדעם אבער נישט מיט יעדעם

ענטפער: ביים אנקומען ב' חשון התש"פ 10:01 #260739

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 312 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 918
  • האט שוין געלייקט: 584 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1805 מאל
  • קאָרמא: 36

יוש איז דאס גוט, שיין, תוכנ'דיג, און צו דער זאך.

איך ראהט די אלע וועלכע האבן נישט קיין "כח" צו ליינען לאנגע פאוסט'ס, אז דא איז עס אן אויסנאם, דער פאוסט איז א "מוז" פאר יעדעם! מלא חיזוק, און גאר טרעפליכע רעיונות!

אשרינו שיש לנו דעק כזה!

איך בין נישט קיין פוסק, און נישט קיין מכריע. ווען איך שרייב עפעס איז עס בדרך כלל נאר מיטגעטיילט מיין ערפארונג און איך בין קיינעם נישט מחייב אנצונעמען מיין מיינונג, אויב מ'וויל קען מען עס פרובירן און זען צו ס'ארבעט, און איך האב נאכאלץ דער פולסטער רעספעקט און כבוד צו א צווייטנ'ס מיינונג אפי' עס איז אנדערש אדער מחולק מיט מיין מיינונג.

ענטפער: ביים אנקומען ב' חשון התש"פ 21:54 #260806

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 5 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 1350
  • האט שוין געלייקט: 2914 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2477 מאל
  • קאָרמא: 39

די ארטיקל האט באמת אן אייגענעם אשכול, איך לייג עס נאר אריין דא אז ס'זאל בלייבן לזכרון אין מיין טרעד, ביטע נאר שרייבן הערות במקומו הראוי לו.

לייביש הייסט ער, א וואוילער יונגערמאן, נישט קיין ל"ו צדיק אבער אויך נישט קיין פויער, ווי ס'הייסט: עוורידזש.

צוויי יאר איז ער געזעסן אין כולל, ווען האלב פון די צייט האט ער געדרימלט אויף די שו"ע און די צווייטע האלב איז ער געשטאנען ביים סינק אפצואוואשן די צייכן וואס די דרימל האט איבערגעלאזט אויף זיין שטערן. עוורידזש.

אבער דא און דארט פלעגט ער טוהן נאך זאכן….

נעבעך, ער'ט זיך געמוטשעט מיט א געפערליכע רייץ צו לאסט! שוין אלס בחור פלעגט ער אסאך מוז"ל זיין, אבער אלס יונגערמאן ווען ער האט געהאט סך מער צייט איז עס געווען סך עפטער.

פארשטייט זיך אז מיט יעדע דורכפאל איז זיין רייץ געשטיגן, און אזוי האט ער איין טאג אנטדעקט א לאך אין די פילטער אין א געוויסע פריוואטע קיאסק געשעפט און דארט האט ער זיך גענומען שפענדן זיין טאג - מער ווייניגער.

דארט און דא האט אים געכאפט א טרייסל וויפיל צייט און געלט ער פארשווענדעט אויף דעם, אבער זיין רייץ איז געווען סך סך שטערקער.

ברוך ה', דער רבוש"ע האט אים געשאנקן א קינד, בשעטו"מ, יעצט איז די פאסיגע צייט וואס ער דארף זיך נישט שעמען זיך ארויסצויינען פון די כולל און זוכן א דזשאב.

ס'ווייב זיינע האט בכלל נישט פארשטאנען פארוואס איר חשוב'ע מאן וואס איז זיך אזוי מחי' אין כולל (עד כדי כך אז זיין אהיימקומען פארשלעפט זיך אפט ביז שפעט ווייל ער איז עוסק אין פלפול התורה) זאל אפילו טראכטן פון ארבעטן, אבער מיט גענוג פאלשע ווערטער האט ער איר אויך איבערגערעדט אבער ער'ט זיך נישט געטרויעט צו זוכן א פשוט'ע דזשאב, נאר דוקא עפעס וואס וועט פאסטן פאר אזא חשוב'ע אינגערמאן ווי (זיין ווייב האלט) אים.

נאך א שטיקל זוכעניש האט מען ב"ה געפונען א גרויסע צענטראלע בית המדרש מיט כסדר'דיגע מנינים וואס זוכן א פעהיגן אינגערמאן צו אנפירן די מנינים ביי שחרית.

לייביש האט זיך גלייך צוגעכאפט דערצו, אזוי הייבט ער אן נאר מיט א פארמיטאג דזשאב.

דעם ערשטן טאג שוין ווען לייביש האט באקומען פונעם שמש די שליסל פון די אפיס אין ביהמ"ד איז זיין ערשטע אויפפאסונג געווען די קאמפיוטערס, הלא, ער וועט האבן כסדר'דיגע עקסעס צו א קאמפיוטער!!! ער גייט האקן א לעבן און וואטשן פארן יומם וליל!!!

נאכן זיין דארט א שטיק צייט האט ער געזעהן אז די זאך איז נישט אזוי פשוט, קודם כל, די פילטער איז זייער זייער שטרענג, דעיס האט ער זיך איבערצייגט ווען ער האט אויספרובירט אפאר לעכער וואס האבן געארבעט אין די עבר ביי אנדערע קאמפיוטערס. צווייטנס, די קאמפיוטער איז איינעמס, ווי נישט ווי האט ער געהאט א שטיקל פחד, אז ס'קען אנדעקט ווערן דורך א פארגעסענע דאונלאוד אדער אומפארמעקטע סוירטש היסטערי.

זיינע אויגן זענען אבער געווען אויף א לעפטאפ וואס איז אלס געלעגן אין א ווינקל אין אפיס און אויף די סקרין איז אייביג נאר געווען די זייגער און די זמנים פונעם היינטיגן טאג. דעם לעפטאפ פלעגט נאר שטיין צום באנוץ פון די אפיס איינגעשטעלטע צו וויסן די צייט און די זמנים, קיינמאל האט ער נישט באמערקט אז מ'זאל דעם לעפטאפ רוקן פון פלאץ אדער נוצן אויף עפעס אנדערש.

"פארוואס דארף מען א לעפטאפ פאר דעם?" האט ער זיך אלס געוואונדערט, "מ'קען נישט אויפהענגן א צעטל?".

זיין אייגענע מסקנא איז אבער געווען אז דער משמש וויל זיך מסתם שפארן די מיה אויפצוהענגען כסדר די צעטל פון יענע וואך\חודש, און די גרינגערע וועג איז צו האלטן אייביג א לעפטאפ אפן וואס טוישט די צייט אויטאמאטיש.

לייביש האט געציטערט צו נוצן די לעפטאפ אויפן פלאץ וואס ס'איז געלעגן, ס'איז געווען צו אפן. אוועקרוקן פון פלאץ וועט אויך אויסרופן פארדאכטן. האט ער געווארט אויף די פאסיגע געלעגנהייט.

און די געלעגנהייט איז אנגעקומען.

אין איין שיינעם טאג האט זיך פונקט געמאכט אז דער משמש און ראש הקהל (די צוויי הויפט-באנוצער פון דעם אפיס) האבן ביידע געהאט א ברית מחוץ לעיר, אפאר טאג פריער - ווען לייביש האט געהערט דערפון - האט ער געוואוסט אז דעיס איז זיין טאג! דעיס איז זיין געלעגנהייט צו כאפן א נאנטע בליק אויף דעם לעפטאפ.

די טאג איז אנגעקומען! גראדע איז עס געווען זייער א פארנומענע בין הזמנים טאג, די בית המדרש איז געווען געפאקט, און מנינים זענען געפארן איינס נאכן צווייטן, לייביש איז געווען ביזי ביז איבערן הוט, אבער פאר קיין רגע האט אים נישט געסטאפט ברענען די תאוה אז ער "מוז" נאך אויסטשעקן דעי לעפטאפ.

ארום 11 אזייגער האט לייביש באשלאסן אז ער מוז שוין גיין עס באקוקן, ער האט געוויסט אז ער לאזט איבער צושופטע שטיבלעך און א געפאקטע האלוועי אן קיינעם וואס זאל מסדר זיין די מצב, אבער וואס זאל ער טוהן? אז מ'מוז מוז מען.

ער האט שנעל (פאר לאגיק שלעפט אים צוריק) געדרייעט די שליסל אינעם משמש'נס אפיס און תיכף געכאפט דעם לעפטאפ און אריינגעלאפן אין די קליינע ביה"כ וואס איז געווען דארט אין אפיס.

געשיקטערהייט האט ער געעפנט גוגל, געסוירטשט פאר ...... און…….. יאפ!!! דעי לעפטאפ האט נישט קיין פילטער!!! איידער ס'איז דורך א מינוט איז ער שוין געזעצן און זיך דערקוויקט מיט די שמוציגע ווידיאו וואס האט געטאנצן פאר זיינע אויגן.

אינאיינעם מיט דעם אבער האט ער געהערט האסטיגע קלאפערייען אויף די טיר פון די אפיס, ער האט געוואלט זיך מאכן אומוויסנדיג, און ער האט זיך טאקע געמאכט, אבער נאך א האלבע מינוט ווען ער האט געהערט ווי די אפיס טיר עפנט זיך שטורעמיש אויף און ער האט געהערט רופן "לייביש, לייביש" האט ער עס נישט געקענט אינארירן און רעאגירט מיט א "נאאאאא……"

"לייביש וואו ביסטו?" האט ער געהערט די מענעדזשער פון ביהמ"ד שרייען.

"נא…. נא…." האט ער געשריגן פון זיין זיץ אין ביה"כ.

יעצט זענען די קלאפערייען אריבער דירעקט צו די טוילעט טיהר "קום שוין ארויס" האט דער מענעדזשער היסטעריש געשריגען.

בלית ברירה האט ער צוגעהאקט די סקרין, זיך שנעל גרייט געמאכט און ארויסגעקומען מיט די פארקלאפטע לעפטאפ אין די הענט.

ער האט באגעגנט די מענעדזשערס שאקירטע אויגן, וואס האבן געוואנדערט פון די לעפטאפ צו זיין פנים און צוריק. "דו האסט יעצט גענוצט דעי לעפטאפ?" האט ער נאך אפאר סעקונדעס געפרעגט.

"י..א….." האט לייביש קוים ארויסגעשטאמעלט "וואס איז?". זיין הארץ האט פעסט געבאכעט, ער'ט געוואוסט אז עפעס גייט פאר דא, באיזה אופן איז אנדעקט געווארן אז ער טוט דא אפ מעשים אשר לא יעשו.

ער האט געזעהן אז די מענעדזשער קווענקלט זיך אויב ער זאל עפעס זאגן אדער נישט, ער איז געוען ביטער נייגעריג וואס אויף די וועלט דא האט פאסירט, האט ער איבערגעפרעגט "וואס איז געשעהן?"

די מענעדזשער באטראכט אים מיט א בליק פון רחמנות "הער מיך אויס, דו ווייסט וואס דעי לעפטאפ איז?" לייביש האט שוואך געשאקלט אויף ניין "אקעי" האט דער מענעדזשער וואלונטירט אים אויפצוקלערן "אינדרויסן אין די האלוועי איז דא א גרויסע סקרין וואס דארט שטייט די זייגער און די זמנים, יענע סקרין איז א פשוטע טויטע סקרין, ס'איז פשוט א גרעסערע סקרין פון אלעס וואס ווערט געזעהן אויף דעם לעפטאפ. וואס מ'זעהט אויף דעם לעפטאפ, דעיס זעהט מען אויף די גרויסע סקרין אין האלוועי!"

צו זאגן אז די דאך איז אויף אים צאמגעפאלן איז צו ווייניג געזאגט ארויסצוברענגען וואס לייביש האט אין יענע סעקונדע געפילט. א זייטיגע בליק אויף די סקרינס וואס ווייזן די סורוועילענס אין די האלוועי האט אים קלארגעשטעלט אז די האלל איז געפאקט מיט קופקעס וואס קוקן כסדר פון די גרויסע סקרין צו די טיהר פון אפיס און צוריק. די בושות זענען ריזיג……. גדול מנשוא……..

"יעצט, הער מיך אויס" הערט ער די מענעדזשער ווייטער רעדן "איך ווייס נישט אויב די משמש וועט דיך נאך וועלן האלטן ביי די דזשאב נאך וואס דו האסט היינט אנגעדרייעט דא, אבער דעיס איז זיכער אז אויף היינט דארפסטו צוריקגיין צו די ארבעט געהעריג" און מיט דעי ווערטער האט ער אים ארויסבאגלייט ביז נאכן טיהר און פארמאכט די טיהר אונטער אים.

און לייביש האט זיך געטראפן מיט פלאמעדיגע באקן צווישן אלע קופקעס וואס האבן דעבאטירט די געשעעניש ביז זיי האבן אים באמערקט, ווען זיי האבן אים באמערקט האט זיך א שטילקייט אראפגעלאזט אין האלוועי און די בליקן פון אלע קינדער, בחורים, אינגעלייט און בעלי בתים זענען געווען געריכטעט צו אים. אין זייערע אויגן האט זיך קלאר געזעהן די באשולדיגונג "הייסט עס אז דו ביסט דאס דער וואס האט געוואטשט א שמוציגע ווידיאו און לכבוד דעם האט יעדער וואס האט געוואלט זען דעם סוף זמן תפילה געזעהן……!!!

דאכט זיך אז יעדע ווארט מסביר צו זיין די געפילן פון בושה וואס לייביש איז דורך אין יענע מינוטן, איז איבריג.......

אבא כהן ברדלא אמר אוי לנו מיום הדין אוי לנו מיום התוכחה בלעם חכם של העובדי כוכבים לא יכול לעמוד בתוכחתה של אתונו…….. יוסף קטנן של שבטים היה ולא היו יכולים לעמוד בתוכחתו ……. לכשיבא הקב"ה ויוכיח כל אחד ואחד לפי מה שהוא שנאמר אוכיחך ואערכה לעיניך על אחת כמה וכמה (בראשית רבה, צ"ג, י')

נ.ב. די מעשה איז קיינמאל נישט געשהען אויף אונזער עולם השפל, אבער איז א גוטע משל פון א טיפע בושה געפיל וואס א נברא קען נישט שטיין דערקעגן און פון דארט קען מען מאכן דעם "על אחת כמה וכמה".

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

לעצט פארראכטן: כ"ז חשון התש"פ 23:57 דורך GYE YIDDISH.

ענטפער: ביים אנקומען ו' חשון התש"פ 22:58 #261003

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 5 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 1350
  • האט שוין געלייקט: 2914 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2477 מאל
  • קאָרמא: 39
די ארטיקל האט באמת אן אייגענעם אשכול, איך לייג עס נאר אריין דא אז ס'זאל בלייבן לזכרון אין מיין טרעד, ביטע נאר שרייבן הערות במקומו הראוי לו.

עטס קענטס אים? עמרם מיין חבר? אויף אים זאגט די משנה "ולא עם הארץ חסיד", ער קען זיך הויעך צופלאמען ביי א הלל ראש חדש שרייענדיג "למה יאמרו הגוים, אוי!!! איה נא אלוקיהם…….". ווייטער איז נישט קיין זעלטענהייט אים צו הערן זיך הויך צואוויינען פרייטאג צונאכטס אינמיטן לכה דודי, קרעכצנדיג "בית הלחמי קרבה, וויי וויי! בית הלחמי קרבה, וויי וויי! אל נפשי, אוי! גאלה לכה! דודי לקראת!.........."
איך מיין אז עטס האטס שוין א שטיקל אימעדזש פון וועם מ'רעדט דא.
איך מאך אים נישט אוועק, ער האט באמת א ווארים הארץ, אבער גארנישט אויסער דעם! נישט קיין שכל, נישט קיין תורה, נישט קיין ווייב, נישט קיין געלט, זילטש!
הקיצור, דעם פארגאנגענעם מוצאי שבת האב איך געדארפט ארויפגיין צו אים אין די דירה פאר עפעס א פינאנציעלע אנגעלעגנהייט, איך קלאפ אויפן טיהר, קיינער עפנט נישט, איין מאל, נאכאמאל, גארנישט! איך קאל אויף זיין סעלפאן, הויז טעלעפאן, אפיס נאמבער, גוגל וואויס, פעיסטיים, סקייפ, נאו ריספאנס!
איך הייב אן ווערן נערוועז, ס'הייטס? איך האב דאך גערעדט צו אים זעקס מינוט צוריק, ער'ט מיך קלאר געזאגט אז ער איז אינדערהיים.
איך האב שוין אנגעהויבן טראכטן פון אויפברעכן די טיר, אפשר נויטיגט ער זיך אין עמערדזשענסי העלפ, אבער די לעצטע מינוט האב איך באשלאסן צו פרובירן נאך איין אפציע, איך האב זיך דערמאנט אז איינמאל האט ער מיך דערציילט אז פון די בעקיארד איז דא סטעפס צו א פארטש און פון דארט א טיר אריין צו די אונטערשטע חלק פון זיין דירה. אין גרויס פארצווייפלעניש האב איך באשלאסן אריינצוקריכן אין די פארטש און קלאפן פון דארט, אפשר פון דארט וועט ער הערן.
אומר ועושה, איך האב מיך פלינק אריינגעכאפט אין די בעקיארד, און גלייך דערקענט עמרם'ס פארטש, כמיין צו זאגן סוכה, וויאזוי האב איך עס דערקענט? ווייל אין די בעק פון מיין מח געדענק איך נאך ווען כ'האב מיט אן האלבן אויער אויסגעהערט אלע זיינע פאטענטן וואס ער גייט מאכן פאר זיין סוכה, און יעצט האב איך געזעהן די רעזולטאטן פאר מיינע אויגן.
אז א סוכה שטייט נאך מוצ"ש נח איז גאנץ אן אומבאלומפערטע צייכן, אבער אז "זיין" סוכה איז נאך געשטאנען בכלל איז געווען א נס גלוי.
טו מעיק א לאנג סטארי שארט, איך האב מיך געשיקטערהייט ארויפגעיאגט די פאר סטעפס צו זיין פארטש, שטייענדיג דארט, נעבן די טיר פון זיין סוכה האב איך קלאר געקענט הערן לעבנ'ס-צייכנס פון אינעווייניג, איך האב מיך היפש בארואיגט פון דעם, אבער מיין וואונדער איז געשטיגן פארוואס ער האט זיך אזוי "אויסגעפלאגט" אז איך קען צו אים נישט צוקומען.
איידעלערהייט האב איך געקלאפט אויפן פראוואזארישן טיהר און שטיל געפליסטערט, "עמרם". איך האב עס געדארפט אזוי איבערטוהן דריי מאל, און יעדעס מאל מיט א געהעכערטע שטימע (פונקט ווי ביי כל נדרי) ביז איך האב געהערט זיינע שיך קומען צו מיין ריכטונג.
די א.ג. טיר פון די א.ג. סוכה האט זיך געעפנט א שפאלט ווען עמרם בליקט שטומערהייט ארויס פון דארט.
אויף זיין פנים ליגט א פאר'דביקות'טע מינע, אין זיינע אויגן ליגן אנגעזאמלטע התעוררות טרערן און אין זיינע הענט ליגן………. א לולב און אן אתרוג!!!
"עמרם?!?!" דעיס איז געווען ס'איינציגסטע וואס איך האב געהאט אוועילבל אלס א רעאקציע צו אזא מאדנע ספעקטאקל.
פון זיין זייט איז גארנישט מאדנע פארגעקומען דא אז עפעס זאל פאדערן אן ערקלערונג, דעיס האב איך געזען פון זיין (נישט-)רעאקציע, ער האט מיך פשוט געוויזן א צייכן אז איך זאל צואווארטן א מינוט און זיך האסטיג גענומען ענדיגן די עבודת הנענועים וואס ער האט ווי ס'שיינט שוין פריער אנגעהויבן.
זיצנדיג דארט קומט מיר ארויף די בילד דעם פארגאנגענעם סוכות ווען דער זעלבער עמרם איז געשטאנען אין בית המדרש ביים לולב שאקלען און זיך געוואונדערט פארוואס די תורה האט געגעבן א מצוה פון וואס מ'קען זיך צושטעכן, ס'האט געדויערט ביז א חבר האט אים מסביר געווען אז נאר די אתרוג דארף מען איבערדרייען ביי די ברכה אבער די לולב קען מען האלטן געהעריג פון די נישט-שטעכעדיגע זייט. בקיצור, ער האט זיך ארומגעקוקט דארט ווי א…….. עמרם ביי נענועים!
און יעצט שטייט ער דער זעלבער עמרם, מוצאי שבת נח 9:26 PM מיט א פארפלאמטע געזיכט און שאקלט מיט אן אש קודש די ד' מינים ווי די רבי ז"ל ווען ער'ז נאך געווען ביי די כוחות! וואס גייט דא פאר?
איך האב געלאזט דעם נענועים-שטורעם אדורכגיין און זיך געוואנדן צו עמרם'ן מיט מיינע פליאות.
אינגאנצן צוקאכט נאך פון די פריערדיגע עבודה ערקלערט ער זיך: "ליידער, סוכות ווען יעדער האט געשאקלט לולב האב איך נישט געהאט פארשטאנען די הייליגקייט פון די מצוה, פריער האב איך געטראפן א מורא'דיגע מעשה פון קדושת לוי איבער גרויסקייט פון שאקלען לולב און איך האב גלייך מקיים געווען וואס איך האב געלערנט, ווי ס'שטייט דאך" איז ער מסביר מעשה למדן "עד שתחפץ, אז ווען מ'האט אן התעוררות דארף מען עס תיכף אריינלייגן אין א חפץ, האב איך גלייך געכאפט די ד' מינים און געשאקלט" און איידער איך האב געקענט פאסן א באשלוס אויב דא דארף מען לאכן אדער וויינען איז ער ממשיך "פארדעם האב איך נישט געקענט אויפהייבן ווען דו האסט מיך געקאלט, ווייל איך האב עוסק געווען אין א מצוה".
ס'האט מיך געדויערט א מינוט-צוויי ביז איך האב געטראפן גענוג נארישע ווערטער וואס קענען מסביר זיין פאר א מח קטן דעם קאנצעפט פון "מצוות עשה שהזמן גרמא", איך האב אים גענצליך שאקירט "דעיס הייסט אז איך קען שוין נישט שאקלען קיין לולב ביז נעקסטע יאר?" פארשטייצעך אז מיין ענטפער איז געווען "ניין".
"אבער" לאזט ער נישט נאך "ס'איז דאך אזא הייליגע מצוה, איך וויל האבן דעם זכות".
"טאקע א שאד" האב איך נישט געקענט מער ווי ארויסווייזן סימפאטיע "מ'קען שוין נישט".
זיין ווארים הארץ איז נעבעך אזוי צובראכן געווארן, ער האט ממש געוואלט וויינען, און איך פון מיין זייט האב באמת געשוינט דעם תמימות'דיגן גרוש וואס האט נעבעך אמת'דיג געוואלט מקיים זיין די הייליגע מצוה, אבער וואס זאל איך טוהן? מ'קען דאך שוין נישט.

והגיעו שנים אשר תאמר אין לי בהם חפץ (קהלת י"ב א') אלו ימי המשיח שאין בהם לא זכות ולא חובה
עס וועל קומען יארן וואס דו וועסט זאגן איך האב נישט קיין אינטערעסע אין זיי - דאס זענען די טעג פון משיח וואס וועט נישט זיין דעמאלטס נישט קיין זכות און נישט קיין חובה.
- שבת קנ"א ע"ב

ימות המשיח! די פארנעפלטע תקופה וואס קיין סך ווייסן מיר נישט איבער דעם, יעדעס ביסל אינפארמאציע וואס מיר ווייסן יא איז אין מערסטנס פעלער נאר לויט איין שיטה, ווייל ס'איז דא א צווייטע ראשון וואס איז אנדערש מסביר דעם ענין.
א שפאר ביסל אינפארמאציע אפפערט אונז אבער די אויבערדערמאנטע גמרא, אז אויסער די געפיל פון שמחה, געשמאק און הנאה וואס משיח'ס יארן וועלן ברענגען מיט זיך וועט עס באגלייט ווערן מיט נאך א סארט געפיל, ס'הערט זיך אפשר מאדנע, אבער די יארן וועלן זיין שוידערליך לאנגווייליג, באורד!
אין איינע פון די ישיב"ק יארן ווען איך בין אליין געזעסן ביי א חוזר-חזרה א טאג נאך מיין צווייטע-חבר'ס שוועסטער'ס חתונה, און די לאנגווייליגקייט איז געווען עפעס שוידערליך גרויס האב איך מיך דעמאלטס געטראכט אז ס'לוינט זיך מיר אז משיח זאל קומען פארדעם אליין ווייל ס'וועט נישט זיין קיין יצר הרע און איך וועל האבן געדולד צו לערנען אגאנצן טאג און אגאנצע נאכט און איך וועל קיינמאל נישט זיין באורד!
אבער היינט האלט איך שוין נישט אזוי, און רבינא ורב אשי האבן אויך נישט געהאלטן אזוי, זיי זאגן בפירוש אנדערש, משיח'ס צייטן בב"א וועלן זיין צוועקלאזע טעג, טעג פון גענצליכע לאנגווייליגקייט.
וואסי פשט דערפון?
איך האב געזעהן אמאל א ביכל פון המחנך חנוך ראזנבערג שליט"א ס'הייסט "שטייג אין שאיפות", די ערשטע פעידזש אין די בוק איז געווען צוויי "וועגן" (Mazes), איינס איז געווען א גראדע גרינגע וואס דויערט בערך 3 סעקונדעס צו מאכן, די צווייטע איז געווען א רעגולער "מעיז", דעי סארט וואס איך איך בין געווען געוואוינט צו מאכן אין די "קינדער שפיל" אויסגאבעס (איינער געדענקט נאך?), די ביכל האט ארויסגעברענגט אז קיינער וואלט נישט אויסגעקליבן צו מאכן די ערשטע "וועג", ווייל ס'האט נישט קיין שום טשעלענדזש, די גאנצע אינטערעסאנטקייט איז נאר ווען ס'איז דא א טשעלענדזש אין דעם.
די זעלבע איז מיטן לעבן, די לעבן וואלט געווען זייער באורינג אויב ס'איז נישט דא קיין טשעלענדזשעס אין דעם, ריכטיג אז ס'זעהט אויס - און ס'איז - שווער, אבער אן דעם איז די לעבן לאנגווייליג, צוועקלאז.
אין די ימות המשיח ווען ס'גייען פארשוואונדן ווערן די זכות וחובה שפיל, קיינער גייט נישט דורכפאלן און קיינער גייט זיך נישט שטארקן - ווייל ס'גייט נישט זיין קיין נסיונות אויף וואס זיך צו שטארקן - וועט אן אומבאשרייבליכע לאנגווייליגע געפיל ארומכאפן דעם מענטש, מ'גייט זאגן "אין לי בהם חפץ!" איך זעה נישט פארוואס איך לעב! פשוט און גראד!
און דעמאלטס………… נאך די שחיטת היצר, ווען מ'גייט איינזעהן די געשמאק און לעבנסוויכטיגקייט פון נסיונות און סטראגלס, וועלן מיר גארן עס צו כאפן ווי עמרם האט געכאפט זיינע ד' מינים מוצאי שבת נח, און דער רבוש"ע וועט אונז אפשטעלן און זאגן "קינדערלעך, נאמאר! נישט דא מער! ווער ס'האט זוכה געווען זיך צו מוטשענען ביז היינט, דער איז א געווינער, און ווער נישט…….. האט נישט!"
ס'גייט זיין זייער פעינפול, אבער וואס וועט מען קענען טוהן? מ'קען דאך שוין נישט!
לאמיר נישט זיין קיין נאראנים, לאמיר פארשטיין די תכלית און ריזיגע תועלת וואס יעדע סטראגל ברענגט אונז, דאנקן דעם אייבערשטען אויף דעם און זיך פארמעסטן מיט דעם לויט ווי ס'איז די רצון ה'.
אבער שנעל, ווייל משיח איז שוין אונטערן טיהר...........

נ.ב. פארהאן א ידוע'דיג ווארט פון בעלזא רב אויף די רש"י "תשורי מראש אמנה" וואס ברענגט ארויס די געדאנק וואס איך האב דא געשריבן, אבער היות איך האב מיך שוין צו שטארק צופירט די פינגער אויפן קיבאורד און איך גלייב אז רוב עולם קען דעם ווארט לאז איך עס אויף א צווייט מאל.

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

ענטפער: ביים אנקומען ז' חשון התש"פ 04:10 #261013

  • יש בורא עולם
  • איצטיגע שטרעקע: 119 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 252
  • האט שוין געלייקט: 265 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 645 מאל
  • קאָרמא: 20
איך האב נישט קיין ווערטער פאר דיר

ich vil zan ehrlich

א געשמאקע טייערע לעכטיגע ערליכע יונגערמאן וואס וויל נאר זיין ערליך (צדיקים פלעגען זאגן אז פון ווי ווייסט מען ווייל מען איז)

מיט אזא קלארקייט און שטארקייט 
זאל גאט אליין דיר געבען כח אויף ווייטער און זאלסט קענען לעבען א ריינע ערליכע לעבן מיט שלום ושלוה

און גאט זאל מחזק זיין אונזער גאנצע קהלה דא 

איך האב אמאל גערעט מיט א אדם גדול אין די לעצטיגע טעג אוף א הצלחה וואס איך האב געהאט איך האב אים געפרעגט מיט וואס א זכות האב איך דאס באקומען האט מיר געזאגט קלאר קרוב ה' לנשברי לב די רעדטס צו גאט מיט אזא ציבראכן הארץ העלפט ער דיר (ווייל נאר גאט קען מיך האלטן ריין און וכ'

ענטפער: ביים אנקומען ז' חשון התש"פ 20:10 #261056

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 5 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 1350
  • האט שוין געלייקט: 2914 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2477 מאל
  • קאָרמא: 39

א גוטן אווענט טייערע חברים.
ס'ליגט אויף מיר דעי טעג א שווערע ארבעט.
מיין טעראפיסט האט מיך געהייסן רעדן צו מיין דיין, און אים פרעגן וויאזוי צו ברעכן פאר מיין ווייב די נייעס אז....... איך גיי צו טעראפי!
איך האף צום באשעפער אז ער וועט מיך העלפן אויספירן דעם שווערן תפקיד, ווייל איך "מוז" עס טוהן.
שכח פארן אויסהערן.

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

ענטפער: ביים אנקומען ז' חשון התש"פ 21:59 #261061

  • הייליגע נשמה.
  • איצטיגע שטרעקע: 87 טעג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 15
  • האט שוין געלייקט: 11 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 26 מאל
  • קאָרמא: 2
מיין צווי סענטס אלץ א דרויסענדיגער, אפשר זאלסטו אנהייבן זאגן פאר דיין ווייב אז דו גייסט צו א מדריך אויף דו מצוה, ווי אזוי עס צו מאכן בעסער פאר איר, און ציביסלעך במשך דו נעקסטע פאר וואכן קענסטו זאגן אז ער האט דיך אויך דעס געזאגט בדרך אגב און יענץ געזאגט, און ציביסלעך איר זאגן אלס וואס דו ווילסט שערען מיט איר
לעצט פארראכטן: ח' חשון התש"פ 10:16 דורך הייליגע נשמה..

ענטפער: ביים אנקומען ז' חשון התש"פ 22:16 #261062

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 5 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 1350
  • האט שוין געלייקט: 2914 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2477 מאל
  • קאָרמא: 39
הייליגע נשמה. געשריבן on ז' חשון התש"פ 21:59:

מיין צווי סענטס אלץ א דרויסענדיגער, אפשר זאלסטו אנהייבן זאגן פאר דיין ווייב אז דו גייסט צו א מדריך אויף דו מצוה, ווי אזוי עס צו מאכן בעסער פאר איר, און ציביסלעך במשך דו נעקסטע פאר וואכן קענסטו זאגן אז ער האט דיך אויך דעס געזאגט בדרך אגב און יענץ געזאגט, און ציביסלעך איר זאגן אלס וואס דו ווילסט שערען מיט איר

שכח.
די אמת איז אז איך מאמענטאל זוך איך נישט קיין עצה וויאזוי עס צו האנדלען, איך האב ב"ה א טעראפיסט וואס באגלייט מיך סטעפ-ביי-סטעפ, די עיקר פארוואס איך טייל עס מיט דא אויפן סייט איז ווייל ס'איז מיך שווער צו נעמען די וויכטיגע סטעפס אן די סופארט פון די חברים דא.
שכח נאכאמאל.

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

ענטפער: ביים אנקומען ז' חשון התש"פ 22:52 #261064

  • יונה מצאה
  • איצטיגע שטרעקע: 28 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • יונה מצאה בו מנוח
  • מעלדונגען: 150
  • האט שוין געלייקט: 205 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 167 מאל
  • קאָרמא: 19
ich vil zan ehrlich געשריבן on ז' חשון התש"פ 22:16:

הייליגע נשמה. געשריבן on ז' חשון התש"פ 21:59:

מיין צווי סענטס אלץ א דרויסענדיגער, אפשר זאלסטו אנהייבן זאגן פאר דיין ווייב אז דו גייסט צו א מדריך אויף דו מצוה, ווי אזוי עס צו מאכן בעסער פאר איר, און ציביסלעך במשך דו נעקסטע פאר וואכן קענסטו זאגן אז ער האט דיך אויך דעס געזאגט בדרך אגב און יענץ געזאגט, און ציביסלעך איר זאגן אלס וואס דו ווילסט שערען מיט איר

שכח.
די אמת איז אז איך מאמענטאל זוך איך נישט קיין עצה וויאזוי עס צו האנדלען, איך האב ב"ה א טעראפיסט וואס באגלייט מיך סטעפ-ביי-סטעפ, די עיקר פארוואס איך טייל עס מיט דא אויפן סייט איז ווייל ס'איז מיך שווער צו נעמען די וויכטיגע סטעפס אן די סופארט פון די חברים דא.
שכח נאכאמאל.

איך פארשטיי נישט ווי די דיין קומט אריין דא און בילד. אויב דו קענסט אונז מיטטיילן.

ישר כח!

ענטפער: ביים אנקומען ז' חשון התש"פ 23:15 #261066

  • Dac2813
  • איצטיגע שטרעקע: 18 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 76
  • האט שוין געלייקט: 12 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 190 מאל
  • קאָרמא: 22
ich vil zan ehrlich געשריבן on ז' חשון התש"פ 20:10:

א גוטן אווענט טייערע חברים.
ס'ליגט אויף מיר דעי טעג א שווערע ארבעט.
מיין טעראפיסט האט מיך געהייסן רעדן צו מיין דיין, און אים פרעגן וויאזוי צו ברעכן פאר מיין ווייב די נייעס אז....... איך גיי צו טעראפי!
איך האף צום באשעפער אז ער וועט מיך העלפן אויספירן דעם שווערן תפקיד, ווייל איך "מוז" עס טוהן.
שכח פארן אויסהערן.

עס איז זייער זייער א שווערע זאך צו טוהן, אבער ווי שווער עס איז צו טוהן, איז עס זייער ריכטיג און זייער וויכטיג צו טוהן, פארשטייט זיך אין די ריכטיגע צייט און מיט די ריכטיגע הדרכה ויעוץ.
עס וועט קומען א טאג וואס דו וועסט דאנקען דעם אויבערשטן וואס האט דיר געגעבן די כח, און דיר געהאלפן, צו קענען מאכן דעם שריט.
אויב חז"ל זאגן אונז אז א מאן אן א פרוי איז א פלג גופא, איז דאס כפשוטו, יעצט שטעל זיך פאר ווי שווער עס וואלט דיר געווען ווען עס פעלט דיר ל"ע א האנט מיט א פיס, וויאזוי וואלסטו זיך א עצה געגעבן.
ווען מען האט חתונה געהאט און די קשר איז נישט בשלמות, איז עס אזוי ווי א האנט וואס איז אפגעהאקט געווארן, און מען לייגט ארויף א פאלטשע האנט, אבער אויב אלעס ווערט אפען צווישן מאן און ווייב, איז עס טאקע א שווערע אפערעישאן, וואס מען דארף האבן א פראפעסיאנאלער דאקטאר זאל עס מאכן, אבער מיט די ריכטיגע מיט דער באגלייטונג פון באשעפער מיט זיינע שלוחים, ווערט די אפערעישאן געמאכט אויפן בעסטן אופן, און מען שפירט זיך נאכדעם ווי א נייע מענטש.
אחי חזק ואחוז עצמך, כי הוא הנותן לך כח לעשות חיל

ענטפער: ביים אנקומען ח' חשון התש"פ 22:39 #261122

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 5 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 1350
  • האט שוין געלייקט: 2914 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2477 מאל
  • קאָרמא: 39

שכח דעק פאר די חיזוק.
כבוד הרב יונה'לע.
בעיסיקלי האט מיין טעראפיסט מיך גע'עצה'ט אז היות ס'וועט מיך זיין זייער שווער צו איבער-רעדן מיין ווייב זאל קומען רעדן צו מיין טעראפיסט, וואלט געווען א העלפ אז איך זאל בעטן מיין דיין זאל רעדן צו איר.

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

ענטפער: ביים אנקומען י"ב חשון התש"פ 19:05 #261287

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 5 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 1350
  • האט שוין געלייקט: 2914 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2477 מאל
  • קאָרמא: 39

ככלות פרשת לך לך תש"פ

וואאאאאאף איז פרשת לך לך א קנאקעדיגע סדרה, ס'טוט זיך אפ דארט....... טישן און בענק.
אברם מופט, כנען הונגערט, פרעה פארכאפט, פרעה כאפט, לוט גייט, לענדער רעוואלטירן, לוט ווערט געפאנגען, אברם קריגט, שרי פייניגט, הגר אנטלויפט.
ס'לעבעדיג!
איך רעד שוין נישט פון די הייליגע היילייטס אינדערצווישן, ברית בין הבתרים, אברם ווערט אברהם און שרי ווערט שרה און ברית מילה.
ערליכע אידן נעמען אסאך ארויס פון דעי פרשיות. אפשר וואלט געפאסט אז "אוזע" זאל פון דעם שבת ארויסגיין מיט א לימוד אויף אמונה (והאמין בה' ויחשבה לו צדקה) אדער מיט א לימוד אויף עניני קדושה (מצות ברית מילה). אבער, אוזע איז דיפרענט, ער טרעפט פאני פסוקים וואס רעדן צו זיין נשמה.

שבת אינדערפרי ביים ליינען זיץ איך און איך הער אויס דעם בעל קורא. ביז רביעי איז געווען קענטליך - אזויפיל האב איך נאך אנגעיאגט צו לערנען דורכאויס די וואך - אבער פון דארט און ווייטער האב איך שוין נאר געדענקט פון די ישיבה קטנה יארן.
די בעל קורא דרייט מיט זיין געשמאקע שטימע, פסוק נאך פסוק.
פלוצלינג הער איך אים ליינען א פסוק, און ס'כאפט מיר א טרייסל!!!
איך קוק מיך ארום אין שול צו זעהן אויב נאך איינער חוץ מיר האט געכאפט דעם שאק, אבער ניין! יעדער זיצט ווייטער פארזונקען אין די חומשים, ווי כאילו די בעל קורא האט נישט געלאזט פאלן דא א נאגאסאקי-סטיל באמבע!
אקעי, לאמיך ענק נישט אנציען. וואס האט די בעל קורא געזאגט?
די חומש דערציילט א מעשה איבער א סעט פון לענדער וואס זענען געווען אונטערגעווארפן אונטער כדרלעמר'ס הערשאפט פאר 12 יאר.
און דא קומט די בעל קורא און פארציילט ברעיקינג ניוז "שתים עשרה שנה עבדו את כדרלעמר, ושלש עשרה שנה מרדו", זיי האבן געמאכט א רעוואלט!
 ער זינגט עס מיט די זעלבע פשטא\אתנחתא ווי א פסוק פארדעם און א פסוק נאכדעם, אבער פאר מיך האט דעיס געגעבן א זעץ!
ס'פשט, געווען א לאנד וואס פאר גאנצע צוועלף גאנצע יאר (דו ווייסט וויפיל צוועלף יאר איז? טראכט אריין וויאזוי דו האסט אויסגעקוקט צוועלף יאר צוריק און וויאזוי דו קוקסט אויס היינט) האבן זיי געדינט כדרלעמר, שטייערן - כדרלעמר. געזעצן - כדרלעמר. מלחמות - כדרלעמר. שלום געשפרעכן - כדרלעמר. כבוד - כדרלעמר. פחד - כדרלעמר. פרעסע באריכטן - כדרלעמר. אלעס אלעס - כדרלעמר!
און פלוצלינג, די דרייצנטע יאר האבן זיי געזאגט "נאמאר! גענדיגט מיט כדרלעמר!"
דו פארשטייסט פארוואס איך בין געווען שאקירט?
דעיס איז דאך אן אויפטרייסלנדע געשעניש, גאנצעטע מדינות מיט טויזנטע בירגער האבן זיך גלאט-פשוט אפגעלאזט פון א פונדאמענטאלע פאקט מיט וואס זיי לעבן שוין גאנצע 12 יאר!
און אזוי פשוט דערציילט עס די פסוק: צוועלף יאר געדינט און די דרייצנטע נישט! נעכטן יא, און היינט נישט!
איז דעיס נישט קיין איבעראשנדע געשעעניש?

נאכן קומען צו זיך פון מיין שאק האב איך מיך מתבונן געווען א געוואלדיגע נקודה.
דרייט זיך ארום א איד מלא דאגות און מוטשענישן, שוין יארן לאנג וואס ער איז תחת ממשלת היצר. שפאנט ער אין גאס - לאסט. נעמט זיין טעלעפאן - לאסט. זעצט זיך צום קאמפיוטער - לאסט. רעדט ער צו א קאסטומער - לאסט. גייט ער אין געשעפט - לאסט. אלעס אלעס - לאסט!
ס'לייגט זיך אים עפעס נישט אויפן שכל אז ער זאל פון איין טאג אויפן צווייטן קענען געבן א מאך א החלטה אז "דאס איז עס", ביז היינט איז מיין גאנצע קאפ, מח, געפיל, ווילן און געשמאק געלעגן כל כולו אין מעסטורבעישן, פארן, שמוציגע פיקטשערס, שמוציגע פאון ליינס וכו' וכו', און פון היינט און ווייטער נאמאר! ס'קלעבט זיך עפעס נישט צוזאם.
איך ביי מיר האב אזויפיל מאל געהאט דעי מיני מחשבות ווען איך האב געטראכט פון "זיך נעמען אין די הענט אריין". הלא א מענטש וואס די אלע אויבערדערמאנטע זענען געווען איינגעווארצלט אלס טייל פון זיין טעגליכע שיבה-ביאה זאל פלוצלינג באשליסן אז ס'איז אווער?
איך געדענק מיך טראכטן ממש מיט פאניק "דעיס מיינט אז איך גיי שוין קיינמאל נישט האבן די הנאה פון זעהן פיטשערס פון א ……………… (פיל אויס די בלענק)?" אדער "איך גיי שוין קיינמאל נישט רופן די טעלעפאן נאמבערס וואס איך קען שוין בעסער ווי מיין אייגענע הויז-נאמבער?"
דא קומט אריין די געוואלדיגע שטארקייט פון די אנשי סדום וואס האבן מיט א פעסקייט מחליט געווען, יא! אזוי סימפל ווי ס'הערט זיך נישט: צוועלף יאר האב איך געדינט כדרלעמר, און די דרייצנטע יאר נישט! פערטיג!
און מיט אט די זעלבע פשוט'ע פשטא\אתנחתא מיט וואס די בעל קורא לאזט פאלן די נייעס, דארפן אלע וואס געפינען זיך אין אזא סארט מצב לאזן וויסן פאר זייער פריוואטע מושל: ביז היינט? יא! פון היינט און ווייטער? ניין!

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

ענטפער: ביים אנקומען י"ב חשון התש"פ 22:50 #261295

  • יש בורא עולם
  • איצטיגע שטרעקע: 119 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 252
  • האט שוין געלייקט: 265 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 645 מאל
  • קאָרמא: 20

געוואלדיג זאזסט אזוי גוט איך מיין אז איך קען דיר שוין אויפנעמען פאר די מגיד אין אונער קהילה אזעלכע

ich vil zan ehrlich

אזא שיינע של"ס תורה האב איך שוין לאנג נישט געהערט 

איך קען נאר צי לייגן איין ווארט אז ווי לאנג מען ליידער אין די אלע תאות קען ער ליידער גארנישט טוען די כוחת זענען באהאלטן ווייל מען דינט די אלע קעניגן - תאות

אבער פון די מינוט מען וואס מען מאכט א אמתע החלטה אויפהערן די אלע מעשים און טוען דעם רצון פון גאט באקומט מען א נייע לעבען און די אייגע כוחת קימען אזוי שטארק ארויס 

אזוי איך זעה ביי דיר ממש נתפעל פון דיין הערליכע ארבעט דא אויפן סייט דיינע כוחת וואס גאט האט דיר געגעבן קימען אזוי שטארק ארויס 
אבער נאכמער פון דיינע העליכע מידות און ערליכט 

און נאך א נקודה פאר דיר מיר ווייסן
כל המזכה את הרבים אין חטא בא על ידו
יא מיט דיינע הערליכע פאסט דא האסטו שוין געברענגט אסאך הירירי תשובה פאר אסאך יודן
און געגעבן מורדיג חיזוק פאר די גאנצע הייליגע קהילה דא 

האסטו שוין הבטחה פון גאט אז אין חטא בא על ידו אויף א ריינע לעבען בי די 120 אכי"ר
אחי חזק חזק ונחזק ה' עמך

ענטפער: ביים אנקומען י"ב חשון התש"פ 22:56 #261296

  • יחיאל
  • איצטיגע שטרעקע: 4 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • זוך שטארקען
  • מעלדונגען: 858
  • האט שוין געלייקט: 4393 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 790 מאל
  • קאָרמא: 15

זייער שטארק
די אנטוישט נישט

[אפאר זייטיגע זאכן -שטריכן פון אוז''ע
דער הערט אויס געהעריג די ליינען -איך שלאף איין נערמאל
חוץ פון אויסהערן לייגט ער צו קאפ צו וואס ער הערט אויס
דער טראכט טיף
דער שרייבט זאפטיג
שוין מקצת שבחו

זוך שטארקען און נאכאמאל זוך שטארקען בוז מען וועט ווערן 
א גיבור  [הכובש את יצרו]

לעצט פארראכטן: י"ב חשון התש"פ 23:03 דורך יחיאל.

ענטפער: ביים אנקומען י"ד חשון התש"פ 17:03 #261393

  • Helpmeasap
  • איצטיגע שטרעקע: 156 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 503
  • האט שוין געלייקט: 816 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 607 מאל
  • קאָרמא: 13

איך עגרי, נעכטן יא און היינט נישט !!!!!!!!

הק' העלפמי

לעצט פארראכטן: י"ד חשון התש"פ 17:04 דורך Helpmeasap.

ענטפער: ביים אנקומען כ"א חשון התש"פ 21:25 #261878

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 5 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 1350
  • האט שוין געלייקט: 2914 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2477 מאל
  • קאָרמא: 39

והאיש משתאה, מחריש לדעת, היצליח ה' דרכו אם לא.
איך שטיי און באטראכט מיך אויף די "וואנט פון כבוד", אט האב איך עס געאפדעיט צו 178 טעג. וועל איך אנקומען צו די נעקסטע מדריגה? וועל איך דערגרייכן 180 ריינע טעג? וועל איך האבן אין מיין באזיץ א האלבע יאר ריין?
די תירוץ איז ניין!
זיכער אז נישט!
"איך" קען נישט זיין ריין אפילו פאר איין טאג! ווער רעדט נאך פון הונדערט-און-אכציג?
אבער נישט איך האלט מיך ריין, ה' האלט מיך ריין! ער קען יא........ היפלא מה' דבר.
וועט ער מאכן מיט מיר די חסד און מיך האלטן ריין? איך האף אז יא.
איך וועל בעטן ביי אים.

שכח פארן אויסהערן.

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

ענטפער: ביים אנקומען כ"א חשון התש"פ 22:48 #261882

  • דראפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 146 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 145
  • האט שוין געלייקט: 101 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 574 מאל
  • קאָרמא: 27

למועד אשוב אליך כעת חיה, איבער א יאר אי"ה אויך, ולאוזע ריין.

אוזע איז איינע פון די רוקן ביינער פון אונזער קהלה, דו האסט אן אחריות.

ה' נגדך כל תאותי, ואנחתי ממך לא נסתרה.

ענטפער: ביים אנקומען כ"ד חשון התש"פ 08:55 #262063

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 5 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 1350
  • האט שוין געלייקט: 2914 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2477 מאל
  • קאָרמא: 39

און........... יא! ער האט עס געמאכט! דער אייבעשטער האט נאכאמאל באוויזן וואס ער קען, און א איד וואס פלעגט נישט קענען זיין א האלבע טאג ריין האט ער געהאלטן ריין פאר א האלבע יאר!

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

ענטפער: ביים אנקומען כ"ד חשון התש"פ 11:25 #262069

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 312 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 918
  • האט שוין געלייקט: 584 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1805 מאל
  • קאָרמא: 36
ich vil zan ehrlich געשריבן on כ"ד חשון התש"פ 08:55:

און........... יא! ער האט עס געמאכט! דער אייבעשטער האט נאכאמאל באוויזן וואס ער קען, און א איד וואס פלעגט נישט קענען זיין א האלבע טאג ריין האט ער געהאלטן ריין פאר א האלבע יאר!

 הענטעלעך ארויף פאר אונזער העלד אוזע'"לע! כמותך ירבו בהדא!
איך בין נישט קיין פוסק, און נישט קיין מכריע. ווען איך שרייב עפעס איז עס בדרך כלל נאר מיטגעטיילט מיין ערפארונג און איך בין קיינעם נישט מחייב אנצונעמען מיין מיינונג, אויב מ'וויל קען מען עס פרובירן און זען צו ס'ארבעט, און איך האב נאכאלץ דער פולסטער רעספעקט און כבוד צו א צווייטנ'ס מיינונג אפי' עס איז אנדערש אדער מחולק מיט מיין מיינונג.

ענטפער: ביים אנקומען כ"ד חשון התש"פ 12:57 #262076

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 125 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 862
  • האט שוין געלייקט: 757 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1608 מאל
  • קאָרמא: 41

מזל טוב!!! מזל טוב!!

דער אייבערשטער זאל דיר באגלייטן ווייטער און דיר העלפן זיין ריין איין טאג אויפאמאל!

ענטפער: ביים אנקומען ב' כסלו התש"פ 22:21 #262418

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 5 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 1350
  • האט שוין געלייקט: 2914 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2477 מאל
  • קאָרמא: 39

א גוטע וואך טייערע חברים.
ב"ה געהאט א שיינעם ריינעם שבת נאך דעם ריינעם וואך וואס ה' האט מיך געגעבן.
יה"ר לשבת הבא כן.

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

ענטפער: ביים אנקומען ג' כסלו התש"פ 13:35 #262431

  • Helpmeasap
  • איצטיגע שטרעקע: 156 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 503
  • האט שוין געלייקט: 816 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 607 מאל
  • קאָרמא: 13

שרייטס אלע הויך
אמן !!!!!!!!!!!!!

הק' העלפמי

ענטפער: ביים אנקומען ה' כסלו התש"פ 02:06 #262560

  • יש בורא עולם
  • איצטיגע שטרעקע: 119 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 252
  • האט שוין געלייקט: 265 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 645 מאל
  • קאָרמא: 20
ich vil zan ehrlich געשריבן on ב' כסלו התש"פ 22:21:

א גוטע וואך טייערע חברים.
ב"ה געהאט א שיינעם ריינעם שבת נאך דעם ריינעם וואך וואס ה' האט מיך געגעבן.
יה"ר לשבת הבא כן.

ב"ה שוין מען האלט שוי ביי מאנטאג און נאך א טאג ריין 

נאר אפאר ווערטער פאר דיר מיין טייערע חבר

ווען איך טראכט פון דיר פון איין זאט זעה איך א טייערע יונגערמאן מיט אלע מידות טובות אלץ א גיטע ווארט מחזק צו זיעדן סיי דא אויפן פארם און אויך פערזעליך 
פון די אנדרע זייט גרייט צו טוען אלעס אבי צו זיין ריין און נאנט צו גאט 
יעצט און די שווערע צייט פיל איך דיין הארץ מיינע טרערן רינען און מיין הארץ קלאפט וואס טסטו יעצט אוי עס איז נישט גרינג
אויב די קענסט זיך דערמאנען די ווערטער וואס דער רב האט מיר געזאגט האלט זיך שטארק די וועסט ארויס קומען נאך אסאך שטערקער ווי פריער געב נישט אויף
גדענק יא גאט איז מיט דיר ער הייבט דיר אויף העכער אלע שטורמע וואסרן און איין טאג וועט מען שמייכלין ציזאמען 

מיר גדענקן אז יש בורא עולם און ער פירט אלץ און אייביג אלעס

ענטפער: ביים אנקומען ו' כסלו התש"פ 21:31 #262650

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 5 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 1350
  • האט שוין געלייקט: 2914 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2477 מאל
  • קאָרמא: 39

לויט די ווילן פון ה' דריי איך מיך נישט קיין סך דא אין די לעצטערע טעג. איך האב מיך אבער נישט געקענט איינהאלטן פון אריינקומען איבערגעבן ווארימע גריסן פאר אלע חברים דא, סיי דעי וועם איך קען פערזענליך, סיי וועם איך קען נאר פון די סייט, און סיי די פרישע וואס איך האב נאכנישט פארכאפט זיי צו קענען און זיי מיך צו קענען.
איך האף בקרוב צו זיין געהעריג צוריק פול-טיים.
דערווייל וועל איך דאנקען ה' פאר מיין 193'ס'טע טאג וואס איך בין ריין.
זייטס אלע געזונט און ריין.

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

ענטפער: ביים אנקומען ט"ו כסלו התש"פ 12:30 #262926

  • דופק
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 43
  • האט שוין געלייקט: 5 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 101 מאל
  • קאָרמא: 2
200

איך האף דו ביסט אזוי פרייליך ווי פרייליך איך פיל פאר דיר

ענטפער: ביים אנקומען ט"ו כסלו התש"פ 16:04 #262930

  • יש בורא עולם
  • איצטיגע שטרעקע: 119 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 252
  • האט שוין געלייקט: 265 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 645 מאל
  • קאָרמא: 20

מיר טוען אויסשרייען הויעך מזל טוב איך וויל זייען ערליך האלט שוין ביי 200 
און א תפילה צי גאט אזוי די האסט אים געהיטן ביז יעצט האלט אים ווייטער ריין

ענטפער: ביים אנקומען י"ז כסלו התש"פ 13:33 #262953

  • יחיאל
  • איצטיגע שטרעקע: 4 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • זוך שטארקען
  • מעלדונגען: 858
  • האט שוין געלייקט: 4393 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 790 מאל
  • קאָרמא: 15

ווי איז די בעל שמחה אליין ?
מזעט אים נישט לעצטענס 

זוך שטארקען און נאכאמאל זוך שטארקען בוז מען וועט ווערן 
א גיבור  [הכובש את יצרו]

ענטפער: ביים אנקומען י"ח כסלו התש"פ 21:44 #263021

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 5 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 1350
  • האט שוין געלייקט: 2914 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2477 מאל
  • קאָרמא: 39

א גוטן אווענט חברים,
איך קום נאר אריין פראווען מיין שמחה ווען איך האב אריבערגעשפרייזט דעם 200 מיילסטאון, היינט צייל איך שוין די 205'טע טאג.
איך גיי נישט אליין, ה' פירט מיך כאשר ישא האומן את היונק. איך בין זוכה אז ס'ווערט ביי מיר נתקיים די פסוק, על כפים ישאונך פן תגף באבן רגליך.
שכח מיין טייערע טאטע, וויפיל איך וועל זאגן וועט נישט גענוג זיין.

א עקסטערע שכח פאר די חברים וואס האבן מיך בא'מזל טוב'ט נאך פאר איך האב געהאט א געלעגנהייט אליינס אריינצוקומען.
דופק - ס'איז וויכטיג צוצולייגן אז כאטש וואס "דופק" קומט נישט אריין אזוי אפט דא, רעד איך מיט אים כמעט טעגליך אויף א פריוואט און ס'איז נתפעל צו ווערן וויפיל ער שטרעבט אנצוקומען און קומט טאקע אסאך אן. ויותר ממה שקראתי כתוב כאן ובהענגאוטס.
יש בורא עולם - א חבר וואס הערט און שעירט כסדר, איז מחזק אין יעדע מצב, און שטייט צו די רעכטע אויער מיט א האנט וואס ווערט נישט מיד פון קלאפן אין די פלייצע און שטופן אויף פאראויס. אויך זיין ביטער-שווערע ארבעט וואס ער לייגט אריין אין זיין אייגענע ריינקייט איז שטארק שולדיג אין די מצב וואו איך שטיי יעצט, איך האב מיך פון אים אסאך געלערנט. שכח.
יחיאל - שכח פאר די עליה וואס דו האסט מיך געוואלט קויפן היינט. אבער סארי אז איך לאז מיך נאר מכבד זיין מיט שישי, העמערעדן שבת. (אויב דו סעטלסט אויף א שלישי וויל איך דיר עס קויפן דאנערשטאג לכבוד דיינע צוויי ריינע וואכן, מזל טוב!)

איך קען נישט ענדיגן אן זיך באדאנקען פאר די צוויי חשוב'ע חברים וואס איך מיין אז יעדער וואס איז דא האט שוין נהנה געווען פון איינעם פון די צוויי (אסאך פון ביידע, געוואנדן אין די עלטער) הלא המה: עד כאן המכונה משה'לע, און לומד דמתקריא לוי. ווען נישט די אפענע אויער און מויל פון זיי ביידע וואלט איך שוין לאנג געפאלן צו מיין צובראכנקייט פארגאנגענעם דאנערשטאג, אבער די שעה וואס עד כאן האט מיך געשענקט, און די צייט וואס לומד האט מנדב געווען (סארי, איך האב שוין אירעיסד די קאל, איך געדענק נישט ווי לאנג ס'איז געווען, א האלבע שעה זיכער), האבן מיך צוריקגעשטעלט אין פלאץ. הקב"ה ישלם שכרם.

זייטס אלע געזונט און ריין.

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

ענטפער: ביים אנקומען י"ט כסלו התש"פ 02:18 #263028

  • יש בורא עולם
  • איצטיגע שטרעקע: 119 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 252
  • האט שוין געלייקט: 265 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 645 מאל
  • קאָרמא: 20

טייערע ברידער מיז זענען אלע שטאלץ מיט דיר אזא ארבעט ווער וואלט עס געגלייבט
אבער מיט גאט'ס קען מען אלעס או אן זיין כח גארנישט 
גדענקט צי קימען טאנצן ציזאמען כא כסלו
יא מיין אויער איז אפען פפאר דיר 24 א טאג און פאר די גאנצע חברה דא 

ענטפער: ביים אנקומען כ"ח כסלו התש"פ 15:25 #263367

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 5 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 1350
  • האט שוין געלייקט: 2914 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2477 מאל
  • קאָרמא: 39

אה….. חנוכה…..
לעכטעלעך, לאטקעס, דריידלעך, דאונאטס, קוויטלעך, שירות, הלל…….
אוי…… חנוכה…..
געלט גייערס, בויך ווייטאג, ארומפארן, חנוכה געלט, קויפן מתנות………

א גאנצע סייקל איז עס דעי חנוכה, און אונז - צוזאמען מיט אונזער מאגן - דארפן זיך מיט דעם מיטדרייען.
נע שוין, געלויבט ה' אויף דעם.
איך בין גראדע א שטארקע חנוכה פען, חנוכה איז פאר מיר זייער א געשמאקע יום טוב, איך האב עס זייער ליב, אבער איין חלק פון דעם גאנצן חנוכה, מיין איך אז ס'איז כולי עלמא מודי אז ס'קען קריכן קצת אויף די געהירן.
יא, ס'איז אמת אז ס'שטייט אין הלכה אז קינדער זאלן ארומגיין נאך געלט חנוכה, אבער אז ס'זאל גיין עד כדי כך אז מ'זאל נישט קענען קיין תפילה טון צו גאט, איך מיין אז נישט פון דעם האט די פסוק גערעדט.
עניוועי, אזוי איז עס, צו איך וויל צו איך וויל נישט, גאנץ דאווענען ווערט מען באמבאדירט מיט שאקלנדע הענט וואס האלטן א זיפלאק בעג, אדער - פאר די מער מאדערענע מוסדות - א שיינע בערזל מיט די מוסד לאגא אויף דעם, אדער סתם דורך א בחור'ל וואס שטורעמט אריין מיט זיין מאנטל. הצד השוה שבהם, זיי אלע בעטן געלט.
שוין, איך בין שוין צופיל פארקראכן אין די חיצוניות, לאמיר צוגיין לגוף המעשה.
לכבוד חנוכה תש"פ האב איך מיך באשלאסן אז איך גיי ווערן א גוטער, אנשטאט צו זיין דעי נערוועזע אינגערמאן וואס ווייזט פאר אלע אזא שלאבערישע בייג מיט די הענט גיי איך זיין דאס יאר א ברייטע מחותן! שוין צוויי וואכן פאר חנוכה האב איך מיר געשאפן א טייכל מיט קוואדערס (איך מיין אז די טאטעל וואס איז געלעגן דארט האט דערגרייכט צו איבער הונדערט דאללער), און פעסט באשטימט אז דאס יאר גיי איך טיילן פאר יעדע צדקה גייער א קוואדער! איך האב אפילו געמאכט א Equal-Rights פאליסי אז איך מאך נישט קיין חילוק צווישן אינגלעך, בחורים, א"י משולחים און ערוואקסענע, יעדער באקומט א קוואדער! נישט קיין חילוק וועלכע הוט ער גייט (און אפילו ער האט נישט קיין הוט)!
איך גיי נישט אראפלייגן יעצט די גוטע געפיל אריינצואוואקן אין בית המדרש ווען די רעכטע זייט רעקל הענגט מער אראפ צוליב די משא הקוואדער'ס אינעם רעכטן טאש, אבער אזויפיל קען איך זאגן אז איך האב מיך געפילט א קאפ העכער ווי יעדעם. נאך איידער איך האב מיך אפילו געשטעלט דאווענען האב איך שוין באטראכט מיט ביטול אפאר אידן וואס ווייזן פאר יעדן געלט-גייער די מקובל'דיגע "כאניש" צייכן און געטראכט צו זיך מיט גאוה "איך גיי פאר קיינעם נישט ווייזן אזוי!"
הכלל, איך שטעל מיך שוין ענדליך דאווענען, מ'האלט שוין ביי ברוך שאמר און די פלייץ פון צדקה-קלייבער איז שוין אין פולן שוואונג, אבער פאר אן אומבאוויסטע צוועק בין איך מיסטעריעז אויסגעלאזט געווארן פון זייער ליסטע, איך שטיי מיך אויף מיין פלאץ, די קוואדערס ליגן שטאלץ צושפרייט אויף מיין טלית-בייטל, אבער בלויז צוויי פאר'עקשנ'טע עסקנים האבן מיר געשאנקען די כבוד אויסצושטרעקן א האנט אין מיין ריכטונג.
איך האב פרובירט צו קוקן אויב מיין פלאץ איז פונקט אין אן אומבאמערקטע ווינקל און צוליב דעם ווערט עס פארזען דורך כמעט יעדעם, אבער ס'האט מיך נישט אויסגעזעהן אזוי, איך האב אפילו פרובירט צו טוישן פלאץ צו זיין מער אין צענטער, אבער דעיס האט אויך נישט געהאלפן.
ווען מ'האט שוין געהאלטן ביי "ואתה מושל בכל" און איך האב מיך דערזעהן אז איך האב דורך גאנץ דאווענען נאכנישט פארטיילט קיין דריי פרוטות האב איך שוין פעסט באשלאסן אז ווער ס'קומט מיך בעטן צדקה באקומט גאנצע 50 צענט! אומפונאדערגעשיידט פון די עלטער, ראסע, קאליר, אפשטאם וכו' וכ'ו.
עטס מיינטס אז ס'האט געהאלפן? א מכה! סך הכל האט מיך עס מער צוקלאפט "איך בין גרייט אזויפיל צו טיילן פארוואס קומט קיינער נישט צו מיר?"
די מערסטע האט מיך געשטערט צו זעהן ווי מיין שכן - א בן שישים - וואס האט זיך אנגעגרייט א קארגער ראול פון ניקלס האט אזויפיל דופקים בשעריו, קיינער לאזט אים נישט אויס, און איך - דער גרויסער טיילער - ווערט טאטאל איגנארירט.
און פון דארט, אויף מיין פראמינענטע פלאץ אין בית המדרש (איך האב שוין געטוישט נאכאמאל אינצווישן), האב איך ענדליך זוכה געווען צו באמערקן מיט די ווינקל פון מיין (רוחניות'דיגע) אויג נאך איינעם וואס שטייט אין א זייט אין בית המדרש און גייט דורך די זעלבע צער וואס איך גיי דורך…....

די ספרים הקדושים האמערן כסדר מיט די פאקט אז דער רבוש"ע האט א פעסטע ציהל דא אויף דעי וועלט מיט אונז מענטשן, די ציהל איז "להטיב לברואיו" צו טוהן גוטס מיט אונז פיציס.
אביסל קלארער גערעדט, אויב וואלט ער נישט באשאפן קיין וועלט וואלט ער געווען די זעלבע גרויסע באשעפער! און אויך אויב וועט ער יעצט צושפארן די וועלט אויף אייביג וועט ער נאכאלץ בלייבן די זעלבע גרויסע באשעפער! דו גלייבסט מיך נישט? כאפ א סידור און קוק אריין, אויף פעידזש 23 שטייט קלאר "אדון עולם אשר מלך בטרם כל יצור נברא…. ואחרי ככלות הכל לבדו ימלוך נורא!" אלעס וועט געהעריג אנגיין פארדעם און נאכדעם!
נו וואס דען זוך איך דא אויף דעי וועלט? אה! איך האב הנאה אז דו פרעגסט. וועל איך דיך טאקע ענטפערן.
ער האט מיך (און דיך) באשאפן נאר ווייל ער איז "חפץ להטיב בברואיו", יעדן צופרי קומט די רבוש"ע אן מיט א זאק פון קוואדערס, ער איז גרייט צו טיילן, ער וויל טיילן, ער שטעלט זיך אראפ אויף גאר א פראמינענעטן ארט, ער צינדט אן א זון, ער בלאזט אריין אין מיר א חיות, ער בלאזט א ווינט א.א.וו.א.וו.א.וו.
צוזאמען מיט אונז אלע קומט ער אריין אין בית המדרש און ווארט איינער זאל צוקומען נעמען פון אים, ער קוקט זיך אום "ווער גייט צוקומען צו מיר? ווער גייט נעמען?"
ער באגלייט אונז די גאנצע טאג, אין קאר, אין אפיס, אויפן גאס, אינדערהיים, ער ווארט און ווארט, מאך דיך וויסנדיג פון מיר, שטרעק אויס א האנט, רעד צו מיר, זעה מיך , טראכט פון מיר, פארשטיי אז איך פיר דיין לעבן, נעם, נעם, נעם…….
ער האט צו אפפערן א סארט געשמאק וואס מ'קען נישט באקומען אין ערגעץ, די טעם פון זיך איבערגעבן פאר ה' און אים לאזן קעיר נעמען פון אלעם, ווי די חובת הלבבות באצייכנט עס אלס די "מנוחת נפש הבוטח", דעיס איז נישט דא צו באקומען אויף איבעי, ה' איז אן עקסקלוסיוו סעללער אויף דעם!
שטייט ער זיך ביי די זייט און קוקט ווי אידן קומען און גייען, זיי שטרעקן אויס זייער הענט צו וועם מ'קען נאר, זיי ווענדן זיך צו דאונאטס צו ערהאלטן אביסל הנאה, זיי בעטן זיך צו סאושעל מידיע כדי צו שעפן עפעס תענוג און ועל כולם זיי הענגען אן זייערע אויגן מיט בעטעניש צו "לאסט" אז דעיס זאל זיי שאפן פלעזשור…..
און ה' בלייבט ביי די זייט פארשעמט, ער פרעגט אונז "פארוואס קומט עטס נישט צו מיר בעטן? איך האב עפעס ווייניגער צו אפפערן ווי פארן, מעסטורבעישן און טשעט ליינס?"

פארהאן א סיפור מפורסם אז ווען ר' ברוך'ל מעזיבוז'ער איז געווען א קינד האט אים אמאל זיין זיידע - די בעש"ט הק' - געטראפן וויינען, האט ער אים געפרעגט פארוואס ער וויינט, האט אים ר' ברוך'ל מסביר געווען אז ער האט געשפילט "באהאלטן" מיט א גרופע קינדער, און ער האט באוויזן צו טרעפן זייער א גוטע פלאץ זיך צו באהאלטן, אבער אינמיטן האבן די קינדער באשלאסן צו אויפהערן שפילן, און ער איז געבליבן דארט ווארטן א לאנגע צייט און קיינער איז אים ניטאמאל געקומען זוכן.
צווישן זיינע קרעכצן הערט פלוצלינג ר' ברוך'ל ווי זיין זיידע וויינט מיט אים, ער האט זיך געוואונדערט אויף דעם "זיידי, איך האב דיך נישט געוואלט מצער זיין, איך וואלט דיך נישט דערציילט די מעשה ווען איך ווייס ווען אז ס'וועט דיך אזוי וויי טוהן"
האט אים די בעש"ט געזאגט "דו פארשטייסט נישט פארוואס איך וויין, די פסוק זאגט אכן אתה קל מסתתר, די רבוש"ע שפילט אויך באהאלטן, ער ווארט אויך אז איינער זאל אים קומען אויפזוכן, קענסט זיך פארשטעלן זיין צער ווען מ'קומט אים נישט זוכן?"

חברה, איך מיין אז ס'איז א גוטע צייט זיך צו נעמען אין די הענט אריין און זיך וויסנדיג מאכן פון אבינו שבשמים וועלכער שטייט גרייט צו געבן פון זיו שכינתו פאר ווער ס'קוקט נאר אויף זיין זייט.
איך רעד נישט פאר ענק, קען זיין עטס זענטס פיין, איך רעד פאר מיר.
אבער ווער ס'וויל קען זיך מיטכאפן מיט מיר.

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

ענטפער: ביים אנקומען כ"ח כסלו התש"פ 15:44 #263370

  • חיים חייקל
  • איצטיגע שטרעקע: 150 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 129
  • האט שוין געלייקט: 724 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 321 מאל
  • קאָרמא: 13

געוואלדיג!!!!

לעשות נחת רוח להבורא יתברך שמו

זיך צו לאזן היילן איז טאקע שווער. אבער צו בלייבן קראנק איז נאך שווערער

ענטפער: ביים אנקומען כ"ט כסלו התש"פ 11:12 #263381

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 312 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 918
  • האט שוין געלייקט: 584 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1805 מאל
  • קאָרמא: 36
 א שאד ס'נישט דא די גרינע מענטשעלעך וואס איז דא אויף אייוועלט, אוזע וואלט יעצט אריינגעכאפט אפאר דערפון....
איך בין נישט קיין פוסק, און נישט קיין מכריע. ווען איך שרייב עפעס איז עס בדרך כלל נאר מיטגעטיילט מיין ערפארונג און איך בין קיינעם נישט מחייב אנצונעמען מיין מיינונג, אויב מ'וויל קען מען עס פרובירן און זען צו ס'ארבעט, און איך האב נאכאלץ דער פולסטער רעספעקט און כבוד צו א צווייטנ'ס מיינונג אפי' עס איז אנדערש אדער מחולק מיט מיין מיינונג.

ענטפער: ביים אנקומען כ"ט כסלו התש"פ 12:25 #263382

  • חיים חייקל
  • איצטיגע שטרעקע: 150 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 129
  • האט שוין געלייקט: 724 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 321 מאל
  • קאָרמא: 13
אחכה לו געשריבן on כ"ט כסלו התש"פ 11:12:
 א שאד ס'נישט דא די גרינע מענטשעלעך וואס איז דא אויף אייוועלט, אוזע וואלט יעצט אריינגעכאפט אפאר דערפון....

דא האסטו...

לעשות נחת רוח להבורא יתברך שמו

זיך צו לאזן היילן איז טאקע שווער. אבער צו בלייבן קראנק איז נאך שווערער

ענטפער: ביים אנקומען א' טבת התש"פ 00:42 #263384

  • יש בורא עולם
  • איצטיגע שטרעקע: 119 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 252
  • האט שוין געלייקט: 265 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 645 מאל
  • קאָרמא: 20

געוואלדיג יא יא ער ווארט אז מיר זאלן אוים זיכון און אזוי מיר זיכן אים קימעט ער צו לויפן אזוי עס שטייט פונם הייליגן חוזה אויפן פסוק ישמח לב מבקשי ה' אז סתם א זאך וען מען זיכט עס איז דער מענטש וואס זיכט טרויערג אבער ווען מען זיכט גאט גלייך ווען מהייבט אן אים צו זיכן מזיכט אים ווערט מען פרייליך

ענטפער: ביים אנקומען א' טבת התש"פ 17:13 #263396

  • יחיאל
  • איצטיגע שטרעקע: 4 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • זוך שטארקען
  • מעלדונגען: 858
  • האט שוין געלייקט: 4393 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 790 מאל
  • קאָרמא: 15

וואו
איך האב עס ערשט יעצט באמערקט
אין איך טריי זוך צו דערמאנען צו איך האב געזעין דיין רעכטע זייט פון דיין רעקעל זוך אראפ העינגען

עניוועי זייער שטארק  ווי א באשראבונג פון....... אוזע

זוך שטארקען און נאכאמאל זוך שטארקען בוז מען וועט ווערן 
א גיבור  [הכובש את יצרו]

ענטפער: ביים אנקומען א' טבת התש"פ 17:37 #263399

  • Helpmeasap
  • איצטיגע שטרעקע: 156 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 503
  • האט שוין געלייקט: 816 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 607 מאל
  • קאָרמא: 13

יישר כח אווז"ע,
ממש צום באוואונדערן !
ריכטיג און שטעכעדיג....

הק' העלפמי

ענטפער: ביים אנקומען ב' טבת התש"פ 13:42 #263419

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 5 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 1350
  • האט שוין געלייקט: 2914 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2477 מאל
  • קאָרמא: 39

יא איך בין געפאלן..........
נאך 217 ריינע טעג......
איך בין זייער טרויעריג, און איך פיל גילטי, און איך פיל פארשעמט.
TFLMS

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

ענטפער: ביים אנקומען ב' טבת התש"פ 14:14 #263420

  • israelvkosher
  • איצטיגע שטרעקע: 17 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 74
  • האט שוין געלייקט: 214 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 143 מאל
  • קאָרמא: 4
יואש איך קען נאר מיטווינען
אבער 217 בלייבט אויף אייביג
צייט צו מאכן א בלאט: 1.60 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא