ברוכים הבאים, גאסט

טעמע: ביים אנקומען 25308 באזוכער

ענטפער: ביים אנקומען ב' טבת התש"פ 14:46 #263422

  • יא איך קען!
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 111
  • האט שוין געלייקט: 80 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 221 מאל
  • קאָרמא: 11
ich vil zan ehrlich געשריבן on ב' טבת התש"פ 13:42:

יא איך בין געפאלן..........
נאך 217 ריינע טעג......
איך בין זייער טרויעריג, און איך פיל גילטי, און איך פיל פארשעמט.
TFLMS


אונז קענען צוזאמען וויינען...................... איך פארשטיי דיר זייער גוט............. 

ענטפער: ביים אנקומען ג' טבת התש"פ 02:02 #263453

  • אשרי זקנותינו
  • איצטיגע שטרעקע: 46 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 116
  • האט שוין געלייקט: 281 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 207 מאל
  • קאָרמא: 5
וואס גייט דא פאר לעצטענס א שרעק? דער עולם גליטש און פאלט עס כאפט  א פחד. איך בין ציבראכן ברוחניות. איך זע וואס עס דא פאר אויף הד''א.   אין בגשמיות וואס טוט זיך אפ אין די גאסן. עס איז שרעק צי גיין אויפן גאס די גויים האבן זיך צילאזט די הענט אויף אונז יודן.

אינז וועלן דא פארדאמען די אטאקעס  פונעם שטן אויף די חברי הד''א. 
מיר ווייסן אז דיין עיקר ציל איז אונז די חברייא קדישא. ווייל מיר זענען א דארן שטאך  אין דיינע אויגן. אונז לאזן מיר זיך נישט פון דיר. מיר וועלן זיך ווייטער שלאגן מיט דיר ביזן לעצטן טארפ. מיטן באשעפער הילף. אט אט וועט מען שוין ארויס נעמען דעם גרויסן שווערד מען וועט דיר שחט'ן. 
דער אייבערשטער זאל העלפן אז ביז דעמלטץ זאלן מיר האבן די כוחות זיך צי מתגבר זיין אויף עם.

ענטפער: ביים אנקומען ג' טבת התש"פ 15:16 #263467

  • קאוונע
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 51
  • האט שוין געלייקט: 38 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 70 מאל
  • קאָרמא: 1
כ'האב א שטיקל סעקיוריטי מהלך
דער עולם זאל אויפהערן טראמאטייזען פון די נפילות אויסברוך
חי לייפליין האט גיטע עקספיריענס אז ווען מען טראמאטייזט ווייניגער די מאסן איז געזינטער פארן נפש
דאס טראמאטיזרען דעם עולם ברענגט צו מערערע עקסידענטן רחמנא ליצלן.

ענטפער: ביים אנקומען ג' טבת התש"פ 17:22 #263478

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 125 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 862
  • האט שוין געלייקט: 757 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1608 מאל
  • קאָרמא: 41
ich vil zan ehrlich געשריבן on ב' טבת התש"פ 13:42:

יא איך בין געפאלן..........
נאך 217 ריינע טעג......
איך בין זייער טרויעריג, און איך פיל גילטי, און איך פיל פארשעמט.
TFLMS


ובכל זאת, אנו לה' ועינינו לה'.

ענטפער: ביים אנקומען ג' טבת התש"פ 18:29 #263480

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 312 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 918
  • האט שוין געלייקט: 584 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1805 מאל
  • קאָרמא: 36
ich vil zan ehrlich געשריבן on ב' טבת התש"פ 13:42:

יא איך בין געפאלן..........
נאך 217 ריינע טעג......
איך בין זייער טרויעריג, און איך פיל גילטי, און איך פיל פארשעמט.
TFLMS


אוזע'לע אוזע'לע, מיין טייערע חבר.

איך ווייס נאכנישט וואס איך גיי יעצט שרייבן אין די קומענדיגע שורות, אבער אזויפיל קען איך דיר זאגן אז מיין הארץ איז צוריסן, און איך גיי אויס פאר דיר, און איך בין איבערגעפילט מיט שטארקע געפילן, איך וועל דעריבער לאזן מיינע פינגערס לויפן פריי אויפן קיבארד, און מלבא לפומא ארויסרעדן רגשי לבבי פון די סטרונעס פון מיין הארץ.

אזויפיל ריינע טעג געהאט אנגעגליבן אויפאמאל, און ווי איך געדענק איז עס ס'ערשטע מאל אזויפיל אוימאמאל.

מכירו הייתי בשעבר ועכשיו ביותר, ס'איז שוין אסאך אויסגעקומען צו רעדן מיט דיר, אויפן טעלפאון און פערזענליך, און איך קען מיך שוין אביסל מיט דיין טייערע נפש, מיט דיין איידעלען נאטור, מיט דיין זיסן כאראקטער, מיט דיין הומאריסטישע פערזענליכקייט, און מיט דיין גוטסקייט און גרייטקייט צו העלפן אלעמאל א יעדן איינעם אין א יעדע צייט.

איך געב דיר קלאר אסאך קרעדיט פאר מיין סטעידש אין ריינקייט ווי איך שטיי היינט, דיינע פאסוט'ס דא אויפן סייט זענען פון דיע וואס האבן מיר די מערסטע געכאפט, די מערסטע מחזק געווען, און עס באגלייט מיר שטענדיג. און ווען איך האב אמאל א שווערע צייט, וועל איך אפירזוכן עפעס א "גוט'ס" פון אוזע'לע אויף הדא.

אוזע דו האסט גאר א ספעציעלע פלאץ ביי מיר אין הארץ. אוזע איך שפיר דיין ווייטאג און איך בין זיך משתתף בצערך באמת. 

מיין טייערע חבר, די יעצטיגע חובת השעה איז אריינצושפרינגען מיט א פרישקייט, מ'וועט זיך געבן איין דריי און דו וועסט בעז"ה האלטן ביי פרישע 217 טעג מיט א שמוץ אריבער, שטעל דיך אויף, התנערי מעפר קומי אוז"ע כי בא אורך, ס'קומט א גרויסע שיין, ס'איז א ירידה לצורך עלייה למעלה למעלה!

שטארק דיך מיין ברודער שטארק דיך, מיר דאווענען פאר דיין הצלחה, און מיר קוקן ארויף פאר דיין ריינקייט, דו האסט שוין אזויפיל געטון פאר דיין ריינ'קייט, זאכן וואס זענען באמת שווערע און ריזיקאלישע, ס'איז זיכער אז דו גייסט מצליח זיין! בלי שום ספק. און איך בין זיכער אז דו וועסט אצינד אינטערנעמען פרישע מאטיוון צו פארזיכערן אז ס'זאל בס"ד מער נישט געשעהן. און בזכות פון דיינע 217 טעג וואס איז קיימת לעד ולנצח נצחים וועסטו אנקומען גאר הויעך.

אוזע'לע מיר קענען זיך אסאך לערנען פון דיר און פון דיין שטארקייט.

אוזע'לע דו ביסט אן אינספעראציע פאר אונז אלע דא אויף הדא.

אוזע'לע גיי אן מיט א שטארקייט כי עמך ה' גבור החיל!

מיטן רעכטן פוס צוריק ארויף! (צום נייעם יאר [מחר] מיט א פרישקייט...)

דברים היוצאים מן הלב וואס עס שרייבט צו דיר דיין אמת'ע חבר אחכה וואס איז שטענדיג גרייט פאר דיר און פריידן און אין ליידן.
איך בין נישט קיין פוסק, און נישט קיין מכריע. ווען איך שרייב עפעס איז עס בדרך כלל נאר מיטגעטיילט מיין ערפארונג און איך בין קיינעם נישט מחייב אנצונעמען מיין מיינונג, אויב מ'וויל קען מען עס פרובירן און זען צו ס'ארבעט, און איך האב נאכאלץ דער פולסטער רעספעקט און כבוד צו א צווייטנ'ס מיינונג אפי' עס איז אנדערש אדער מחולק מיט מיין מיינונג.

ענטפער: ביים אנקומען ד' טבת התש"פ 23:47 #263518

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 5 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 1350
  • האט שוין געלייקט: 2914 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2477 מאל
  • קאָרמא: 39

א גוטן אווענט, איך האב געטראפן א Tiny געלעגנהייט זיך אריינצוכאפן דא אין בית המדרש (אויף א צווייטנס קאמפיוטער).
איך וויל מיך באדאנקען פאר אלע וואס האבן מיך מחזק געווען דא אין פאבליק און אויך אין פרייוועט. ס'מאכט עכט אסאך אויס פאר מיך, סיי די מיטגעפיל און סיי די חיזוק.
נאכן רעדן מיט עטליכע חברים, אריינגערעכנט לומד, פראביר נאכאמאל און משה פון די קאנפרענס קאל האב איך איינגעזעהן אז די סיבה פון מיין פאריגע דורכפאל איז געקומען ווייל איך האב זיך מתרשל געווען אין טוהן וואס איך דארף.
איך דארף יעדן טאג געדענקן אז איך לייד אויף א שווערע אדיקשן און איך קען מיך נישט ערלויבן צו טוהן זאכן וואס אנדערע קענען יא, ווייל דעיס גייט מיך ברענגען צו א דורכפאל.
אויב האב איך א טריגער, און כ"ש אויב טוה איך אן עקשן אוו לאסט, דארף איך עס עמערדזשענסי שעירן מיט אפאר חברים און זיך איינ'חזר'ן אז אזעלכע זאכן ברענגען מיט צו א דורכפאל.
מיט ענקער שטיצע אן מיט גאטס גענאדע צייל איך יעצט מיין ערשטע ריינע טאג אין דעם מחזור און איך בעט ביי ה' אז ער זאל מיך העלפן אויספילן דעם טאג ריינערהייט. עיני תמיד אל ה' כי הוא יוציא מרשת רגלי.
שכח פארן אויסהערן.

הכו"ח בלב נשבר, ומצפה לישועת ה',
אוזע.

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

ענטפער: ביים אנקומען ח' טבת התש"פ 21:52 #263574

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 5 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 1350
  • האט שוין געלייקט: 2914 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2477 מאל
  • קאָרמא: 39

אויש! נאך א פאל!
אבער איך ווער נישט צובראכן ווייל איך ווייס וואס ס'האט מיך געברענגט צו דעם, און איך גיי בעז"ה גיין ווייטער.
היינט הייב איך אי"ה אן פון פריש די 12 סטעפ קאנפרענס קאל!
יה"ר שלא יצא מכשול מתחת ידינו ויתקדש ש"ש על ידינו.

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

ענטפער: ביים אנקומען ח' טבת התש"פ 23:38 #263582

  • אשרי זקנותינו
  • איצטיגע שטרעקע: 46 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 116
  • האט שוין געלייקט: 281 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 207 מאל
  • קאָרמא: 5

מיר ווארטן אין קוקן שטארק ארויס אויף דיין הצלחה. געב נישט אויף.

ענטפער: ביים אנקומען ט' טבת התש"פ 00:34 #263587

  • יש בורא עולם
  • איצטיגע שטרעקע: 119 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 252
  • האט שוין געלייקט: 265 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 645 מאל
  • קאָרמא: 20

טייערע ברידער לאמיר זיך מחזק זיין יא די האלסט ביי 1 יום אחד גדענק דער אחד יחיד ומיחד איז אייביג מיט דיר ער שטייט לעבען דיר און באגלייט דיר 
גדענק וואס חז"ל זאגן שוב יום אחד לפני מיתתך 
טראכט איך א גדאנק דער בורא בעט זיך ביי אינז שוב יום אחד איין טאג געב מיר קער זיך צירוק מיט איין טאג אויפאמאל 

ענטפער: ביים אנקומען ט' טבת התש"פ 11:45 #263596

  • חיים חייקל
  • איצטיגע שטרעקע: 150 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 129
  • האט שוין געלייקט: 724 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 321 מאל
  • קאָרמא: 13

"איך וויל זיין ערליך" איך בין באמת זייער פארנומען יעצט אבער איך מיז נעמען אפאר מינוט צו שרייבן אפאר ווערטער פאר דיר.

מזאגט נאך פון בעש"ט הק' אז ווען איינער פאלט אריין אין א גריב, און ער קען נישט ארויסקומען, וואס טוט מען, איז דא צוויי וועגן אדער לאזט מען אים אראפ א שטריק און מזאגט אים כאפ דיך שטארק אן! און משלעפט אים ארויס פון דארט, אדער לאזט מען אראפ א לייטער, און מזאגט אים קריך ארויף אויפן לייטער.

מאכט זיך אמאל אז איינער איז אריינגעפאלן און ער האט זיך גוט צוקלאפט אלע ביינער! ער קען זיך נישט אויפהייבן! מלאזט אראפ א שטריק און משרייט צו אים כאפ דיך אן אינעם שטריק!!! ער הערט נישט. ער איז נישט ביי זיך, ער האט נישט קיין כח אנצוכאפן די שטריק. מלאזט אראפ א לייטער ער זאל קענען ארויף קריכן, אבער ער האט נישט קיין כח זיך אויפצוהייבן. וואס איז די עצה? די איינציגסטע עצה איז, מקריכט אראפ צו אים, מכאפט אים אן, און משלעפט אים ארויס!.

אוז"ע דו ביזט יעצט אראפגעקראכן אינטן אין גריב! כאפ אן אלע וואס זענען דארט! כאפ זיי שטארק אן! און ברענג זיי אלע ארויף מיט דיר! האסט יעצט א געלעגנהייט אויפצוהייבן אלע וואס ליגן דארט אן קיין כוחות! צוזעצט און צוקלאפט. הצלחה וברכה.

לעשות נחת רוח להבורא יתברך שמו

זיך צו לאזן היילן איז טאקע שווער. אבער צו בלייבן קראנק איז נאך שווערער

ענטפער: ביים אנקומען י"ב טבת התש"פ 19:06 #263726

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 5 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 1350
  • האט שוין געלייקט: 2914 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2477 מאל
  • קאָרמא: 39

אקעי, צוויי ריינע טעג אויף יעצט, איך בעט ה' אויף נאך.

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

ענטפער: ביים אנקומען י"ב טבת התש"פ 19:09 #263727

  • יחיאל
  • איצטיגע שטרעקע: 4 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • זוך שטארקען
  • מעלדונגען: 858
  • האט שוין געלייקט: 4393 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 790 מאל
  • קאָרמא: 15

מזל טוב  מזל טוב

זוך שטארקען און נאכאמאל זוך שטארקען בוז מען וועט ווערן 
א גיבור  [הכובש את יצרו]

ענטפער: ביים אנקומען י"ב טבת התש"פ 21:51 #263729

  • אשרי זקנותינו
  • איצטיגע שטרעקע: 46 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 116
  • האט שוין געלייקט: 281 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 207 מאל
  • קאָרמא: 5
ich vil zan ehrlich געשריבן on י"ב טבת התש"פ 19:06:

אקעי, צוויי ריינע טעג אויף יעצט, איך בעט ה' אויף נאך.


Wow וויאזוי האסט עס באוויזן?  עס איז מיר א אמת'ע שמחה. 

ענטפער: ביים אנקומען י"ב טבת התש"פ 21:57 #263730

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 312 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 918
  • האט שוין געלייקט: 584 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1805 מאל
  • קאָרמא: 36
ich vil zan ehrlich געשריבן on י"ב טבת התש"פ 19:06:

אקעי, צוויי ריינע טעג אויף יעצט, איך בעט ה' אויף נאך.


נארדיר "צוויי" הענטעלעך! 

איך בין נישט קיין פוסק, און נישט קיין מכריע. ווען איך שרייב עפעס איז עס בדרך כלל נאר מיטגעטיילט מיין ערפארונג און איך בין קיינעם נישט מחייב אנצונעמען מיין מיינונג, אויב מ'וויל קען מען עס פרובירן און זען צו ס'ארבעט, און איך האב נאכאלץ דער פולסטער רעספעקט און כבוד צו א צווייטנ'ס מיינונג אפי' עס איז אנדערש אדער מחולק מיט מיין מיינונג.

ענטפער: ביים אנקומען י"ז טבת התש"פ 00:12 #263843

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 5 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 1350
  • האט שוין געלייקט: 2914 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2477 מאל
  • קאָרמא: 39

איין טאג אויפאמאל.....
(איך האב סייווי נישט קיין צווייטע)
שכח ה'.

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

ענטפער: ביים אנקומען י"ז טבת התש"פ 13:27 #263860

  • דראפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 146 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 145
  • האט שוין געלייקט: 101 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 574 מאל
  • קאָרמא: 27
אוי שרעקליך ! וואס מזעט זיך דא צאם.



אזאנע לייבן, אוזע'לע, יונגערמאן, פאלן, ווי טראגט מען דורך, כהאלט עס נישט אויס.



אוזעלע, וואס גייט דא זיין ? וואס איז די פלאן ? אם לא עכשיו אמתי ?



אוזע'לע, כווייס נישט וואס צו טראכטן, מוטשע איך זיך אומזינסט ח"ו ? איז טאקע נגזר געווארן אויף אונז זיך צו פייניגן מיט א גיהנום פון שכבת זרע רותח ח"ו ?



(אזוי ווי אויפן נוצרי כמבואר בגמ')



אוזע'לע, דו קענסט עס נישט אזוי איבערלאזן, דו מוזט עס פאררעכטן, און אונז איבערבעטן, בעטן און איבערבעטן קוב"ה, און לאמיר אלע בעטן צוזאם, החזירינו בתשובה שלימה, האלט אונז שטארק טאטע.



איך גיי יעצט זאגן אביסל תהילים, לאור המצב.

ה' נגדך כל תאותי, ואנחתי ממך לא נסתרה.

לעצט פארראכטן: י"ז טבת התש"פ 13:32 דורך דראפעט.

ענטפער: ביים אנקומען י"ז טבת התש"פ 14:00 #263864

  • אין שום יאוש
  • איצטיגע שטרעקע: 339 טעג
  • יעצט אנליין
  • אדמיניסטראטאר
  • מעלדונגען: 492
  • האט שוין געלייקט: 922 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 965 מאל
  • קאָרמא: 20
דראפעט געשריבן:
אוזע'לע, כווייס נישט וואס צו טראכטן, מוטשע איך זיך אומזינסט ח"ו ? איז טאקע נגזר געווארן אויף אונז זיך צו פייניגן מיט א גיהנום פון שכבת זרע רותח ח"ו ?



(אזוי ווי אויפן נוצרי כמבואר בגמ')



דראפעט איך וויל דיר עפעס דערציילן א נייעס.... אוז"ע גייט נישט ווערן געשטראפט מיט גארנישט... ער איז ליידער א קראנקע מענטש וואס האט נישט קיין בחירה

ענטפער: ביים אנקומען י"ז טבת התש"פ 15:09 #263869

  • דראפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 146 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 145
  • האט שוין געלייקט: 101 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 574 מאל
  • קאָרמא: 27
אין שום יאוש געשריבן on י"ז טבת התש"פ 14:00:

דראפעט געשריבן:
אוזע'לע, כווייס נישט וואס צו טראכטן, מוטשע איך זיך אומזינסט ח"ו ? איז טאקע נגזר געווארן אויף אונז זיך צו פייניגן מיט א גיהנום פון שכבת זרע רותח ח"ו ?



(אזוי ווי אויפן נוצרי כמבואר בגמ')



דראפעט איך וויל דיר עפעס דערציילן א נייעס.... אוז"ע גייט נישט ווערן געשטראפט מיט גארנישט... ער איז ליידער א קראנקע מענטש וואס האט נישט קיין בחירה



מיין כוונה איז נישט געווען אויף יענע וועלט, מיין כוונה איז געווען צו סאיז ח"ו דא א גזירה אויף אונז דא אונטן אז מיר זאלן זיך דארפן פייניגן

ה' נגדך כל תאותי, ואנחתי ממך לא נסתרה.

ענטפער: ביים אנקומען י"ז טבת התש"פ 16:06 #263874

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 42 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 174
  • האט שוין געלייקט: 117 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 431 מאל
  • קאָרמא: 15
דראפעט געשריבן on י"ז טבת התש"פ 15:09:

מיין כוונה איז נישט געווען אויף יענע וועלט, מיין כוונה איז געווען צו סאיז ח"ו דא א גזירה אויף אונז דא אונטן אז מיר זאלן זיך דארפן פייניגן

איך האב געהערט אמאל א מעשה אז איינע פון די צדיקים פון פריערדיגן דור זענען אמאל געגאנגען שפאצירן אין איינע פון די אפרוה ערטער, און אינמיטן האט זיך אים געמאכט א שרעקליכע ראיה אסורה, פון די ערגסטע וואס איז נאר פארהאנען, ער איז געווארן בלאס פון יראת שמים, און ער האט זיך אפגעשטעלט און אנגעהויבן וויינען, נאך א מינוט האט ער זיך אנגערופן "דערשטיק זיך דערמיט", און ער האט ווייטער שפאצירט כאילו לא היה.
שפעיטער האט ער זיך מסביר געווען, דער ייצה"ר האט נישט געוואלט די ראיה אסורה, ער האט נאר געוואלט די צובראכענקייט פון נאך דעם, און איך האב מחליט געווען איך גיי עס אים נישט נאכגעבן, איך גיי נישט ווערן צובראכן פון דעם, האב איך מיר אנגערופן דערשטיק דיר דערמיט, מיינענדיג צו זאגן האלט דיר מיט דיין ראיה אסורה, און איך בלייב פרייליך און גיי ווייטער כאילו לא היה.
אזוי ווי ר' אהרן קארלינער האט געזאגט דער ייצה"ר וויל נישט די עבירה נאר ער וויל די עצבות פון נאך די עבירה.
עס שטייט אין ספה"ק רביד הזהב (א תלמוד פון קאזניצער מגיד) אז המן איז מרומז אויפן ייצה"ר, "וכל עבדי המלך אשר בשער המלך כרעים ומשתחוים להמן", אלע עובדי השם פאלן אראפ און ווערן צובראכן, ווען דער ייצה"ר ווייזט זיי אויף אז זיי האלטן נאך ביים אנהייב, און זיי האבן געזינדיגט, "כי כן צוה לו המלך" ווייל דער ייצה"ר זאגט אז דער אויבערשטער האט געזאגט אז מען דארף חרטה האבן אויף די עבירה, און תשובה טוהן, "ומרדכי לא יכרע ולא ישתחוה" אבער מרדכי הצדיק לערנט אונז אויס אז מען זאל בשום אופן נישט ווערן צובראכן פון אים.
וואס איז טאקע די טעם פון מרדכי הצדיק למעשה האט דאך דער מענטש געזינדיגט ? "כי הגיד להם אשר הוא יהודי" מרדכי הצדיק זאגט איך ווייס נישט וואס דו ווילסט מיט דעם אז איך האב געזינדיגט, איך בין א איד, און דער אויבערשטער ווארט אז איך זאל יעצט גיין טוהן זיין רצון, איך האב נישט קיין צייט צו ווערן צובראכן, איך בין א איד און איך בלייב פרייליך.
ממילא לאמיר זיך נישט פייניגן, לאמיר אויסשרייען הויעך צום ייצה"ר דערשטיק זיך דערמיט, איך ווער נישט דערשראקן פון גארנישט, איך גיי נישט ווערן צובראכן, איך מיר אפילו נישט וויסענדיג מאכן, נאר איך גיי טראכטן וואס וויל גאט פון מיר יעצט, און דאס גיי איך טוהן כאילו לא היה

טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)

ענטפער: ביים אנקומען י"ז טבת התש"פ 16:42 #263876

  • איין קוק ווינציגער
  • איצטיגע שטרעקע: 9 טעג
  • יעצט אנליין
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 11
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 37 מאל
  • קאָרמא: 4
Heiligertzadik געשריבן on י"ז טבת התש"פ 16:06:


איך האב געהערט אמאל א מעשה אז איינע פון די צדיקים פון פריערדיגן דור זענען אמאל געגאנגען שפאצירן אין איינע פון די אפרוה ערטער, און אינמיטן האט זיך אים געמאכט א שרעקליכע ראיה אסורה, פון די ערגסטע וואס איז נאר פארהאנען, ער איז געווארן בלאס פון יראת שמים, און ער האט זיך אפגעשטעלט און אנגעהויבן וויינען, נאך א מינוט האט ער זיך אנגערופן "דערשטיק זיך דערמיט", און ער האט ווייטער שפאצירט כאילו לא היה.
שפעיטער האט ער זיך מסביר געווען, דער ייצה"ר האט נישט געוואלט די ראיה אסורה, ער האט נאר געוואלט די צובראכענקייט פון נאך דעם, און איך האב מחליט געווען איך גיי עס אים נישט נאכגעבן, איך גיי נישט ווערן צובראכן פון דעם, האב איך מיר אנגערופן דערשטיק דיר דערמיט, מיינענדיג צו זאגן האלט דיר מיט דיין ראיה אסורה, און איך בלייב פרייליך און גיי ווייטער כאילו לא היה.
אזוי ווי ר' אהרן קארלינער האט געזאגט דער ייצה"ר וויל נישט די עבירה נאר ער וויל די עצבות פון נאך די עבירה.
עס שטייט אין ספה"ק רביד הזהב (א תלמוד פון קאזניצער מגיד) אז המן איז מרומז אויפן ייצה"ר, "וכל עבדי המלך אשר בשער המלך כרעים ומשתחוים להמן", אלע עובדי השם פאלן אראפ און ווערן צובראכן, ווען דער ייצה"ר ווייזט זיי אויף אז זיי האלטן נאך ביים אנהייב, און זיי האבן געזינדיגט, "כי כן צוה לו המלך" ווייל דער ייצה"ר זאגט אז דער אויבערשטער האט געזאגט אז מען דארף חרטה האבן אויף די עבירה, און תשובה טוהן, "ומרדכי לא יכרע ולא ישתחוה" אבער מרדכי הצדיק לערנט אונז אויס אז מען זאל בשום אופן נישט ווערן צובראכן פון אים.
וואס איז טאקע די טעם פון מרדכי הצדיק למעשה האט דאך דער מענטש געזינדיגט ? "כי הגיד להם אשר הוא יהודי" מרדכי הצדיק זאגט איך ווייס נישט וואס דו ווילסט מיט דעם אז איך האב געזינדיגט, איך בין א איד, און דער אויבערשטער ווארט אז איך זאל יעצט גיין טוהן זיין רצון, איך האב נישט קיין צייט צו ווערן צובראכן, איך בין א איד און איך בלייב פרייליך.
ממילא לאמיר זיך נישט פייניגן, לאמיר אויסשרייען הויעך צום ייצה"ר דערשטיק זיך דערמיט, איך ווער נישט דערשראקן פון גארנישט, איך גיי נישט ווערן צובראכן, איך מיר אפילו נישט וויסענדיג מאכן, נאר איך גיי טראכטן וואס וויל גאט פון מיר יעצט, און דאס גיי איך טוהן כאילו לא היה


מורא'דיג מורא'דיג
נישטא קיין ווערטער
וווי אין רביד הזהב שטייט דאס? איך וויל עס זען אינעווייניג, דאס איז דאך מורא'דיג מורא'דיג, פאר יעדן איד
ובפרט פאר אונז אין אונזער גרויסע מלחמה איז דאס א געוואלדיגע סטראטעגיע

ענטפער: ביים אנקומען י"ז טבת התש"פ 16:55 #263879

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 312 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 918
  • האט שוין געלייקט: 584 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1805 מאל
  • קאָרמא: 36

הייליגער צדיק! מכירו הייית לשעבר ועכשיו ביותר. איך האב געוואלדיג הנאה פון יעדע איינציגסטע פאוסט וואס דו שרייבסט, עס איז מלא וגדוש מיט תוכן און חסידות + זייער שיין און גוט אראפגעלייגט!

איך בין נישט קיין פוסק, און נישט קיין מכריע. ווען איך שרייב עפעס איז עס בדרך כלל נאר מיטגעטיילט מיין ערפארונג און איך בין קיינעם נישט מחייב אנצונעמען מיין מיינונג, אויב מ'וויל קען מען עס פרובירן און זען צו ס'ארבעט, און איך האב נאכאלץ דער פולסטער רעספעקט און כבוד צו א צווייטנ'ס מיינונג אפי' עס איז אנדערש אדער מחולק מיט מיין מיינונג.

ענטפער: ביים אנקומען י"ז טבת התש"פ 17:09 #263880

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 42 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 174
  • האט שוין געלייקט: 117 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 431 מאל
  • קאָרמא: 15
איין קוק ווינציגער געשריבן on י"ז טבת התש"פ 16:42:


מורא'דיג מורא'דיג
נישטא קיין ווערטער
וווי אין רביד הזהב שטייט דאס? איך וויל עס זען אינעווייניג, דאס איז דאך מורא'דיג מורא'דיג, פאר יעדן איד
ובפרט פאר אונז אין אונזער גרויסע מלחמה איז דאס א געוואלדיגע סטראטעגיע


אויף מגילת אסתר, ער איז מסביר דארטן א שיינע פאר פסוקים מיט דעם געדאנק

טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)

ענטפער: ביים אנקומען י"ז טבת התש"פ 17:43 #263883

  • יחיאל
  • איצטיגע שטרעקע: 4 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • זוך שטארקען
  • מעלדונגען: 858
  • האט שוין געלייקט: 4393 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 790 מאל
  • קאָרמא: 15
אחכה לו געשריבן on י"ז טבת התש"פ 16:55:

הייליגער צדיק! . איך האב געוואלדיג הנאה פון יעדע איינציגסטע פאוסט וואס דו שרייבסט, עס איז מלא וגדוש מיט תוכן און חסידות + זייער שיין און גוט אראפגעלייגט!

זוך שטארקען און נאכאמאל זוך שטארקען בוז מען וועט ווערן 
א גיבור  [הכובש את יצרו]

ענטפער: ביים אנקומען י"ז טבת התש"פ 18:59 #263895

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 5 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 1350
  • האט שוין געלייקט: 2914 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2477 מאל
  • קאָרמא: 39

שכח פאר אלע וואס פילן מיט אין מיין מצב.
אבער אויף דערווייל צייל איך א צווייטער ריינע טאג ב"ה.

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

ענטפער: ביים אנקומען י"ז טבת התש"פ 19:53 #263899

  • יחיאל
  • איצטיגע שטרעקע: 4 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • זוך שטארקען
  • מעלדונגען: 858
  • האט שוין געלייקט: 4393 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 790 מאל
  • קאָרמא: 15
ich vil zan ehrlich געשריבן on י"ז טבת התש"פ 18:59:

שכח פאר אלע וואס פילן מיט אין מיין מצב.
אבער אויף דערווייל צייל איך א צווייטער ריינע טאג ב"ה.


יא איך פיעל מיט מיט דיין מצב
מיט דיין שמחה פון צוויי טעג

שמייכל הק' יחיאל ביי ביי

זוך שטארקען און נאכאמאל זוך שטארקען בוז מען וועט ווערן 
א גיבור  [הכובש את יצרו]

ענטפער: ביים אנקומען י"ז טבת התש"פ 22:49 #263909

  • דראפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 146 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 145
  • האט שוין געלייקט: 101 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 574 מאל
  • קאָרמא: 27

אקעי, צוויי איז שוין אסאך, מיעוט רבים שנים.

ה' נגדך כל תאותי, ואנחתי ממך לא נסתרה.

ענטפער: ביים אנקומען נעכטן 23:15 #263967

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 5 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 1350
  • האט שוין געלייקט: 2914 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2477 מאל
  • קאָרמא: 39

אההההההה......... ענדליך איז שוין אלעס unread.
ניין, איך האב נישט ממש אלעס אפגעליינט, א חלק האב איך מיך געמוזט פארלאזן אויפן קיצור וואס חיים חייקל האט צוגעשטעלט, אבער איך האב היפש אפגעליינט (און געשריבן) פונקט ווי אין די אלטע גוטע צייטן.
יעצט פארבלייבט נאר איבער צו בעטן אז אויב איז די ווילן פון גאט אז איך זאל האבן מער עקסעס צו הדא, זאל איך האבן די שטארקייט עס צו בעטן פון די טעקנישן ביי מיין ארבעט. און אויב איז עס נישט זיין ווילן, זאל איך האבן די שטארקייט עס צו עקסעפטן.
God, grant me the serenity to accept the things I cannot change, Courage to change the things i can, and wisdom to know the difference.
Thy will, not mine, be done!

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

ענטפער: ביים אנקומען נעכטן 07:24 #263973

  • קאוונע
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 51
  • האט שוין געלייקט: 38 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 70 מאל
  • קאָרמא: 1

אוז"ע שטארק דיר !! פונקט ווי ביז עטליכע טאג צוריק האסטו געקענט פינעף טויזענט צוויי הינדערט און אכט שעה ! ברציפות זיך געקענט היטן וואס דאס איז 312480 מינוט, קענסטו די זעלבע יעצט זיך היטן פאר 24 און 48 שעה ברציפות און אפילו א וואך וכו' עס איז נאר א מין  סארט צוקלאפעניש וואס די דמיון פינעם מענטש רעדט איין נאך א פאל, נעעעע ביסט שוין סייווי גארנישט ... האסט שוין סייווי נישט דער ריזיגער נומבער... גיי זינדיג און פאל צוריק, און מיט די תחבולה טרייט די יצר הרע אריינצושלעפן אין זאק צוריק, ער לייגט נאך צו א שיינע היתר אין די זייט ביסטעך סייווי קראנק און ביסט נישט שולדיג...  סא קומט ער מיט אלע מיני דמיונות און וואפן צוריקצושלעפן די מענטש אינעם נעץ
אבער אוז"ע געב נישט אויף לאז דיר נישט פארפירן פון זיינע דמיונות און חזיונות פונקט ווי  די האסט געמאכט די 3 הינדערט און צוועלף טויזענט פיר הינדערט אכציג מינוט ברציפות קענסטו רואיגערהייט דאס ווייטער באווייזן, און בארואיג דיר מיט יעדע שעה אויף אמאל וואס די האסט דעליווערט נאך א זעכציג מינוט מיט ריינקייט
חזק ואמץ!!!

ענטפער: ביים אנקומען היינט 11:39 #264046

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 5 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 1350
  • האט שוין געלייקט: 2914 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2477 מאל
  • קאָרמא: 39
היינט איז מיין פיפטע ריינע טאג.
איך בעט ה' ער זאל מיך האלטן ריין פאר היינט.

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

צייט צו מאכן א בלאט: 0.93 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא