ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1

טעמע: איש את רעיהו יעזורו - פארטנער פראגראם 213 באזוכער

איש את רעיהו יעזורו - פארטנער פראגראם כ"ח חשון התשע"ט 23:09 #251537

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 667 טעג
  • OFFLINE
  • גאלדענער מעמבער
  • מעלדונגען: 909
  • האט שוין געלייקט: 3668 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1055 מאל

אזוי ווי עס האבן זיך צוזאם געשטעלט צוויי חברים און געמאכט א קשר צו ארבעטן צוזאמען, איז פון פריש נתעורר געווארן צו מאכן די פארטנער פראגראם.

האמת אגיד אז ווען איך האב אהנגעהויבן דא פאר בערך דריי און א האלב יאהר צוריק און אויף די ענגלישע סייט האט ידידי בעלמאנט זיך פארבינדן מיט מיר און געמאכט א שותפות. די שותפות איז געווען זייער א שטארקע און מיר פלעגן רעדן כמעט טעגליך און זיך מחזק געווען איינער דעם צווייטן. עד היום רעדן מיר בערך צוויי מאהל א וואך. 

איך פיל אז היות עס איז דא א פארלאנג וויל איך עס פראבירן אהנצו פירן.

קודם גיי איך לייגן די ווערטער פון די האנטבוך אין די נעקסטע תגובה. 

דערנאך וועל איך שרייבן פארשריפטן וויאזוי אזא קשר זאל זיך אהנהאלטן און זיין נאר לטובה און נישט חס ושלום אויף פארקערט.

דערווייל קען מען מיר שיקן פריוואטע הודעות ווער עס זוכט א שיתוף. איך וועל פראבירן צו אקאמאדירן.

ביטע מיר שרייבן ווי לאנג ביסט אויף דעם סייט?

בערך ווי אלט דו ביסט?

אויב דו ביסט חתונה געהאט?

און ווי לאנג ביסט ריין?

די לענגסטע שטרעקע פון ריינקייט ביז אהער?

ענטפער: איש את רעיהו יעזורו - פארטנער פראגראם כ"ח חשון התשע"ט 23:56 #251538

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 667 טעג
  • OFFLINE
  • גאלדענער מעמבער
  • מעלדונגען: 909
  • האט שוין געלייקט: 3668 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1055 מאל

די עלעפטע כלי: צוברעכן דעם איינזאמקייט

איינס פון די שטערקסטע שטריכן פון אונזער פראבלעם איז איינזאמקייט. עס איז קיין שום וואונדער נישט אז אין דעם היינטיגן, טעכנאלאגישן, עפאכע איז דער אינטערנעט באנוץ פאר לאסט געווארן אזא ריזיגע אינדוסטריע, וויבאלד דאס טוט ערמעגליכן אומענדליכע מעגליכקייטן זיך צו באנוצן מיט פארנאגראפיע אן דעם וואס איינער זאל וויסן דערפון. אזוי בלייבן מיר איבער מיט א ריזיגן לאסט פון נעגאטיווע געפילן, וואס אין שפיץ פון זיי געפונט זיך דאס איינזאמקייט, און ווערט נאכגעפאלגט דורך בושה, שולד און חרטה געפיהלן, און דאס אלעס אינאיינעם באשאפט אין דעם מענטש דער שרעקליכער געפיל פון א צוטיילטער פערזענליכקייט.

איין מינוט, ווער בין איך? איז דער אמת'ער איך דער וואס יעדער קען אינדרויסן, אדער איז גאר דער אמת'ער איך דער שוואכלינג וואס פארלירט יעדעס ברעקל קאנטראל ווען ער זיצט קעגן איבער א קאמפיוטער און ווערט גענצליך פארזונקען אין לאסט.

און דאס איז אמת פאר יעדן איינעם פון אונז וואס מוטשעט זיך אויף סיי וועלכן לעוול, צו ער איז פארהייראט אדער א בחור, יונג אדער אלט. מיר אלע לעבן מיט די געדאנקען וועלכע פארפאלגן אונז כסדר אז מיר זענען די איינציגסטע אין דער וועלט וועלכע זענען אזוי נידריג געפאלן, ציטערנדיג אז ווען און אויב מיר וועלן געכאפט ווערן וועט קיינער מער נישט וועלן האבן קיין שייכות מיט אונז, און דער איינזאמקייט, אלעמאל זענען מיר איינזאם.

ווען מיר וואלטן נאר געקענט דורכברעכן דעם מויער פון איינזאמקייט און זיך עפענען פאר אנדערע מענטשן וואס וועלן אונז פארשטיין, ווען מיר וואלטן נאר געקענט דערציילן פאר אן אמת'ן חבר איבער אונזערע שוועריגקייטן, וואלט דער רייץ פון די תאוה און דער קראפט וואס דאס האט איבער אונז, פיל אפגעשוואכט געווארן.

ווען דאס וועט נישט זיין מער אזא שרעקליכע סוד וואס מען מוז באהאלטן, ווען מיר וועלן זיך באפרייען פון די קייטן פון שרעק און איינזאמקייט, וועט דער תאוה אויטאמאטיש נישט זיין אזוי שטארק און מעכטיג, ווייל עס וועט פארלירן דעם באהאלטנקייט וועלכער גיט אים דער אויסקוק פון דעם שרעקעדיגן, פארבאטענעם סוד וואס איז שרעקליכער פון סיי וועלכע אנדערע זאך.

אבער וויאזוי קענען מיר פארציילן אזעלכע זאכן פאר אנדערע מענטשן? אסאך מענטשן צווישן אונז האבן געזאגט אז זיי וועלן ליבערשט שטארבן ווי איידער זיך אריינצולייגן אין אזא סכנה פון ליידן די בושות און קאנסעקווענצן פון פארציילן פאר אנדערע מענטשן.

אונזער גוטער בשורה פאר אייך היינט איז, אז דער ערפארונג פון די וואס האבן דאס שוין געטון ווייזט אויף אז עס איז דא א וועג פטור צו ווערן פון דעם ריזיגן סוד, אן דארפן פארלירן אונזער לעבן, אונזער כבוד אונזער פאמיליע אא"וו.

ערשטנס איז וויכטיג צו געדענקען אז אזא טריט טוט מען נישט איבערגעאיילט, נאר נאך זיך ערנסט איבערקלערן און אפוועגן יעדן פרט דערפון, עס איז ראטזאם זיך איבערצורעדן מיט אונז פאר דעם. אזא סארט אנטפלעקונג, אויב עס ווערט געמאכט נישט ריכטיג, אדער פאר דעם נישט ריכטיגן מענטש, נישט נאר וואס עס וועט נישט דערגרייכן זיין ציהל, נאר עס קען זייער מעגליך שטארק שאטן.

דאס בעסטע איז אויב מיר קענען דאס פארציילן פאר אן אנדערן מענטש וועלכער פארמעסט זיך אליינס מיט דעם זעלבן סארט פראבלעם, אזוי ארום וועלן מיר האבן מיט זיך א מענטש וועלכער פארשטייט און קען אונז ארויסהעלפן (אנשטאט די מענטשן וועלכע פארשטייען טאקע נישט דעם פראבלעם און קענען זיך אויסדרוקן זייער נישט ריכטיג), וואס וועט היטן אויף אונזער סוד, ווייל ער איז דאך אינעם זעלבן שיף ווי אונז. רבנים, מדריכים און נאנטע חברים קענען אויך זיין צוגעפאסט צו דעם, אויב מיר פארלאזן זיך אויף זיי אז זיי וועלן נישט פארציילן און אז זיי וועלן אונז פארשטיין. (אבער עס איז וויכטיג צו וויסן אז אפילו ביי זיי מאכט זיך זייער אפט אז זיי פארשטייען נישט, און ווייסן נישט דעם וויכטיגקייט פון האלטן דעם סוד.)

און נאך איין טיפ צום שלוס: דער שרעק פון געכאפט ווערן האט אונז נישט צוריק געהאלטן פון פאלן. און כאטש מיר זענען אלעמאל געווען זיכער אז מיר וועלן קיינמאל נישט געכאפט ווערן, איז אבער דער ווייטאגליכער מציאות נישט אזוי, און גאר אסאך זענען יא געכאפט געווארן און געליטן די ביטערע נאכפאלגן. דערפאר דארפן מיר זיך אליינס פרעגן: וואס איז בעסער, אז מיר זאלן געכאפט ווערן בשעת מיר האלטן אין מיטן א מיאוס'ער נפילה, אדער אז מיר זאלן זיך אליינס אויפדעקן דורכ'ן זוכן הילף? יא, ביידע וועגן האבן זיך זייערע סכנות, אבער דער בחירה ליגט אין אונזערע הענט.

ענטפער: איש את רעיהו יעזורו - פארטנער פראגראם כ"ט חשון התשע"ט 00:41 #251539

  • נטע
  • איצטיגע שטרעקע: 140 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 743
  • האט שוין געלייקט: 537 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 806 מאל

מזל טוב הדא!!!

שטארקע שריט!!!

האסט געליינט?
הנאה געהאט?

לאז וויסן! דורך אן ענטפער. אדער א לייק!
הגה וכן נוהגין!!!

ענטפער: איש את רעיהו יעזורו - פארטנער פראגראם כ"ט חשון התשע"ט 14:16 #251543

  • MATSLEACH
  • איצטיגע שטרעקע: 1251 טעג
  • OFFLINE
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 38
  • האט שוין געלייקט: 17 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 36 מאל
 ..
לעצט פארראכטן: כ"ט חשון התשע"ט 15:09 דורך MATSLEACH.

ענטפער: איש את רעיהו יעזורו - פארטנער פראגראם כ"ט חשון התשע"ט 14:34 #251544

  • נטע
  • איצטיגע שטרעקע: 140 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 743
  • האט שוין געלייקט: 537 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 806 מאל
MATSLEACH געשריבן on כ"ט חשון התשע"ט 14:16:
 .a partner for many of us is somthing that is risky 

ממילא דארף עס ווערן שטארק אוועקגעשטעלט.
און מ׳דארף שטארק מכיר טובה זיין לומד מיט די הנהלה פארן זיך אריין לייגן אין דעם.

ובשם ה׳ נעשה ונצליח!

האסט געליינט?
הנאה געהאט?

לאז וויסן! דורך אן ענטפער. אדער א לייק!
הגה וכן נוהגין!!!

ענטפער: איש את רעיהו יעזורו - פארטנער פראגראם כ"ט חשון התשע"ט 16:40 #251555

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 667 טעג
  • OFFLINE
  • גאלדענער מעמבער
  • מעלדונגען: 909
  • האט שוין געלייקט: 3668 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1055 מאל
נטע געשריבן on כ"ט חשון התשע"ט 14:34:

MATSLEACH געשריבן on כ"ט חשון התשע"ט 14:16:
 .a partner for many of us is somthing that is risky 

ממילא דארף עס ווערן שטארק אוועקגעשטעלט.
און מ׳דארף שטארק מכיר טובה זיין לומד מיט די הנהלה פארן זיך אריין לייגן אין דעם.

ובשם ה׳ נעשה ונצליח!


מצליח איז גערעכט!!!!. עס איז זייער א האקעלע זאך. איך האף צו אוועקשטעלן געוויסע יסודות אז די זאך זאל קענען ארבעטן. אבער עס איז נישט קיין דבר פשוט און מען מוז עס אויסשמועסן פאר מען הייבט אהן מיט שטארקע גדרים.

וד' יהיה בעזרינו אז עס זאל נישט ארויסקומען קיין מכשול מתחת ידינו

ענטפער: איש את רעיהו יעזורו - פארטנער פראגראם כ"ט חשון התשע"ט 16:44 #251557

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 667 טעג
  • OFFLINE
  • גאלדענער מעמבער
  • מעלדונגען: 909
  • האט שוין געלייקט: 3668 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1055 מאל

די אמת איז אז כבר היה לעולמים אז געוויסע חברים האבן זיך פארבינדן צווישן זיך און דער קשר איז געווען לרעה.

איך אלס מנהל (#לוי) קוק נאך די שמועסן פון די טשעט און די פריוואע הודעות וויפיל מעגליך.

איך בין שוין נאכגעגאנגען א סאך זאכן אויף דעם סייט. 

אבער מיר זענען דא פאר זיך צו העלפן און פאר צו העלפן אנדערע. מיר זענען נישט שולט אויף קיינעם און עס וועט אלעמאהל זיך מאכן אז מעשה יצר הצליח.

ובכן די הערה פון מצליח מוז גענומען ווערן בכובד ראש.

דער וואס געדענקט אז לוי (#לומד) האט געמאכט א הודעה איבער דעם נושא. די לינק איז דא.

ענטפער: איש את רעיהו יעזורו - פארטנער פראגראם כ"ט חשון התשע"ט 16:45 #251558

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 667 טעג
  • OFFLINE
  • גאלדענער מעמבער
  • מעלדונגען: 909
  • האט שוין געלייקט: 3668 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1055 מאל

דא איז די זאך וואס איך האב דארט געשריבן:


לוי געשריבן on כ' תמוז התשע"ח 23:32:

וויכטיגע מעלדונג! 

עס איז אהנגעקומען צו אונז א ידיעה איבער מעמבערס וואס האבן זיך געשריבן אויף א וועג וואס איז נישט אויפן גייסט פון ריקאווערי. ואין כאן המקום אריינצוגיין אין דעם ענין. 

מיר פארשטייען אז די נאטור פון אונזער נסיון קען ברענגן אז געוויסע וואס זענען נאך טיף אין די פראבלעם , קענען דערמיט צוריק אריינשלעפן אנדערע וואס האלטן שוין אויפן וועג ארויס. דעריבער פילן מיר אן אחריות נאכצוגיין דעם זאך, און זיין עומד על המשמר, אז דאס זאל נישט פאר קומען,  און חס ושלום די גאנצע פלאץ זאל גיין לטמיון צוזאמען מיט אחינו בני ישראל וואס דארפן זיך העלפן. 

אלזא טוהן מיר מעורר זיין, אויב א מעמבער איז געבעטן געווארן צו שרייבן אדער רעדן נישט לתועלת, זאל ער מיר תיכף מודיע זיין, בכדי צו ראטעווען אז אנדערע זאלן נישט חס וחלילה מיט געשלעפט ווערן. מען קען מיר שיקן א פריוואטע מעסעדזש, אדער אן אימייל צו levygye@gmail.com , אדער אויף די אינטערקאם ביי די רעכטע זייט פון אונטען. 

באופן כללי איז וויכטיג צו געדענקן, איינס, אז פאר דו מאכסט א קשר און א שפראך מיט איינעם אויף דעם סייט, מאך זיכער אז עס איז לתועלת פון דיין ריקאווערי. מאך זיכער אז יענער איז שוין גרייט צו זיין ריין (יעדער וועט זיין גרייט אין זיין צייט).

צווייטנס,  חייך קודמים. דו קענסט יענעם נישט העלפן אויב יענער וויל זיך אליינס נישט העלפן.

ענטפער: איש את רעיהו יעזורו - פארטנער פראגראם כ"ט חשון התשע"ט 18:32 #251561

  • נטע
  • איצטיגע שטרעקע: 140 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 743
  • האט שוין געלייקט: 537 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 806 מאל

איך ווייס נישט צו דא איז די ריכטיגע פלאץ.
אבער איך האב מיך איינגעפירט אז פאר איך מאך א פערזענליכע קשר מיט חבירים דא, פרעג איך פארדעם לומד אויב ס׳איז לתועלת

האסט געליינט?
הנאה געהאט?

לאז וויסן! דורך אן ענטפער. אדער א לייק!
הגה וכן נוהגין!!!

ענטפער: איש את רעיהו יעזורו - פארטנער פראגראם כ"ט חשון התשע"ט 18:43 #251562

  • 5050
  • איצטיגע שטרעקע: 83 טעג
  • יעצט אנליין
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 203
  • האט שוין געלייקט: 319 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 397 מאל
נטע געשריבן on כ"ט חשון התשע"ט 18:32:

איך ווייס נישט צו דא איז די ריכטיגע פלאץ.
אבער איך האב מיך איינגעפירט אז פאר איך מאך א פערזענליכע קשר מיט חבירים דא, פרעג איך פארדעם לומד אויב ס׳איז לתועלת


ווואס האט ער גזאגט לגבי מאכען א קשר מיט מיך

ענטפער: איש את רעיהו יעזורו - פארטנער פראגראם כ"ט חשון התשע"ט 19:06 #251565

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 4 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 297
  • האט שוין געלייקט: 545 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 403 מאל
נטע געשריבן on כ"ט חשון התשע"ט 18:32:

איך ווייס נישט צו דא איז די ריכטיגע פלאץ.
אבער איך האב מיך איינגעפירט אז פאר איך מאך א פערזענליכע קשר מיט חבירים דא, פרעג איך פארדעם לומד אויב ס׳איז לתועלת


א סעקאנד אפיניאן איז אייביג א גוטע זאך

אונזער געשיכטע איז אזוי אנדערש, אבער אזוי די זעלבע.

טוֹבִים הַשְּׁנַיִם מִן הָאֶחָד... כִּ֣י אִם־יִפֹּ֔לוּ, הָאֶחָ֖ד יָקִ֣ים אֶת־חֲבֵר֑וֹ. וְאִ֣יל֗וֹ הָֽאֶחָד֙ שֶׁיִּפּ֔וֹל וְאֵ֥ין שֵׁנִ֖י לַהֲקִימֽוֹ׃

ענטפער: איש את רעיהו יעזורו - פארטנער פראגראם ל' חשון התשע"ט 13:49 #251573

  • dz703
  • איצטיגע שטרעקע: 2 טעג
  • OFFLINE
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 52
  • האט שוין געלייקט: 1 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 30 מאל
5050 געשריבן on כ"ט חשון התשע"ט 18:43:

נטע געשריבן on כ"ט חשון התשע"ט 18:32:

איך ווייס נישט צו דא איז די ריכטיגע פלאץ.
אבער איך האב מיך איינגעפירט אז פאר איך מאך א פערזענליכע קשר מיט חבירים דא, פרעג איך פארדעם לומד אויב ס׳איז לתועלת


ווואס האט ער גזאגט לגבי מאכען א קשר מיט מיך


sדערמאנסט מיר אין ישבה ווען אינז האבן געקאלט די משגיח אויף אינפארמיעשן אויף מיר 
איך גיי דיר נישט זאגען וואס ער האט געזאגט

ענטפער: איש את רעיהו יעזורו - פארטנער פראגראם ל' חשון התשע"ט 20:01 #251584

  • נטע
  • איצטיגע שטרעקע: 140 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 743
  • האט שוין געלייקט: 537 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 806 מאל
5050 געשריבן on כ"ט חשון התשע"ט 18:43:

נטע געשריבן on כ"ט חשון התשע"ט 18:32:

איך ווייס נישט צו דא איז די ריכטיגע פלאץ.
אבער איך האב מיך איינגעפירט אז פאר איך מאך א פערזענליכע קשר מיט חבירים דא, פרעג איך פארדעם לומד אויב ס׳איז לתועלת


ווואס האט ער גזאגט לגבי מאכען א קשר מיט מיך


איך געדענק נישט פון מאכן א קשר מיט דיר...
עני וועיס, איך זאג פאר יענעם וואס וויל זיך מקשר זיין. אז איך גיי פרעגן לומד. 
איך מיין אז יעדער פארשטייט עס.

האסט געליינט?
הנאה געהאט?

לאז וויסן! דורך אן ענטפער. אדער א לייק!
הגה וכן נוהגין!!!

ענטפער: איש את רעיהו יעזורו - פארטנער פראגראם ל' חשון התשע"ט 21:14 #251587

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 4 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 297
  • האט שוין געלייקט: 545 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 403 מאל
נטע געשריבן on ל' חשון התשע"ט 20:01:

5050 געשריבן on כ"ט חשון התשע"ט 18:43:

נטע געשריבן on כ"ט חשון התשע"ט 18:32:

איך ווייס נישט צו דא איז די ריכטיגע פלאץ.
אבער איך האב מיך איינגעפירט אז פאר איך מאך א פערזענליכע קשר מיט חבירים דא, פרעג איך פארדעם לומד אויב ס׳איז לתועלת


ווואס האט ער גזאגט לגבי מאכען א קשר מיט מיך


איך געדענק נישט פון מאכן א קשר מיט דיר...
עני וועיס, איך זאג פאר יענעם וואס וויל זיך מקשר זיין. אז איך גיי פרעגן לומד. 
איך מיין אז יעדער פארשטייט עס.


האסט געפרעגט "לומד" פארן מאכן א קשר מיט "לוי"?
(דא דארף מען לאכן)

אונזער געשיכטע איז אזוי אנדערש, אבער אזוי די זעלבע.

טוֹבִים הַשְּׁנַיִם מִן הָאֶחָד... כִּ֣י אִם־יִפֹּ֔לוּ, הָאֶחָ֖ד יָקִ֣ים אֶת־חֲבֵר֑וֹ. וְאִ֣יל֗וֹ הָֽאֶחָד֙ שֶׁיִּפּ֔וֹל וְאֵ֥ין שֵׁנִ֖י לַהֲקִימֽוֹ׃

ענטפער: איש את רעיהו יעזורו - פארטנער פראגראם א' כסלו התשע"ט 10:52 #251599

  • אויגן גלעזער
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 143
  • האט שוין געלייקט: 320 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 154 מאל
כמיין מזאל שוין אויפהערן מיט דעם לוי לומד געשעפט
מ'פארקריכט דא על לא דבר.

ענטפער: איש את רעיהו יעזורו - פארטנער פראגראם א' כסלו התשע"ט 11:18 #251600

  • Hilega
  • איצטיגע שטרעקע: 6 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 279
  • האט שוין געלייקט: 432 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 554 מאל

זיי נישט באזארגט, מוועט צירוק קימען

ענטפער: איש את רעיהו יעזורו - פארטנער פראגראם ד' כסלו התשע"ט 14:15 #251657

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 667 טעג
  • OFFLINE
  • גאלדענער מעמבער
  • מעלדונגען: 909
  • האט שוין געלייקט: 3668 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1055 מאל

איינער האט מיר געשיקט א פריוואטע שאלה אויב דער אדער יענער איז א גוטע ספאנסאר פאר אים. איך האב אים געשריבן א תשובה וואס איך לייג דא אז אנדערע זאלן זעהן.

אויב דו מיינסט פארטנער איז עס איין שאלה. אויב דו מיינסט ספאנסאר איז עס א צווייטע שאלה.

עס איז צוויי באזונדערע רילעישאןס. א ספאנסאר פירט דער מענטש אריין אין ריקאווערי. א פארטנער איז א בחינה פון איש את רעיהו יעזורו.

אזוי צו אזוי קען איך אים נישט. איך וועל דארפן נאכקוקן.

אבער עס איז וויכטיג צו וויסן אז אויב איך האלט נישט ביים זיין אפן מיט די חבר אדער די ספאנסאר פונקט ווי איך האלט, וועט גארנישט העלפן. די זעלבע גייט אויב מען גייט צו א רב אדער מורה דרך אדער א טעאפיסט. ווען איך רעד זיך דורך מיט איינעם און איך זאג אים נישט אז איך האב א פראבלעם און פונקט וואס מיין פראבלעם איז דעמאלס, איז די תשובה נישט קיין תשובה וואס ענטפערט מיין שאלה.

איך האב א חבר וואס ליידט פון OCD. ער פלעגט כסדר זיך אפרעדן צו זיין רבי אז ער מושטעט זיך מיט ספיקות. זיין רבי האט אים כסדר מייעץ געווען אז ער זאל זיך מחזק באמונה. דער חבר פלעגט זיך צו מיר אויסרעדן א לענגערע צייט. נאך א לענגרע צייט האב איך אים געפרעגט אויב איינער האט אים אמאהל דיאגנאזירט אויף עפעס. זאגט ער מיר יא אויף OCD. זאג איך אים און וואס טוהסטו דערפאר? זאגט ער מיר אז אהנהויב האט ער גענומען טאבלעטן. אבער דערנאך האט ער אויפגעהערט. זאג איך אים אם כן האסטו מיר פארענטפערט די אלע זאכן וואס דו מאכסט מיט. נאך מעהר די פאקט אז דו האסט דיין רבי גארנישט געזאגט דערוועגן זאגט מיר אז ער האט קיינמאל נישט געענטפערט דיין שאלה.

לענינינו די זעלבע איז ביי טעראפיסטן. והוא דבר פשוט.

א חבר אדער א פארטנער דארף מען זיין אפן גענוג אז דער צווייטע זאל קענען געבן די חיזוק וכדומה.

  • בלאט:
  • 1
צייט צו מאכן א בלאט: 0.64 סעקונדעס