היינט י' כסלו תשע"ח איז א יאר פון י' כסלו תשע"ז וואס צייכנט אפ גאר א ספעציעלע טאג פאר מיר.
כדי צו פארשטיין די באדייט פון דעם טאג לאמיר צוריקמישן דעם לוח פופצן יאר צוריק.
אלס בחור אין ישיבה בין איך געוואויר געווארן פון די געדאנק פון הוז"ל דורך א חבר וואס האט געגלוסט צו מיר. ער איז מיך נאכגעלאפן פאר שמוץ און צום סוף בין איך געפאלן.
דעיס האט אנגעצונדן מיין לאסט, און איך האב נישט אפגעזאגט ווען ער האט מיך געבעטן.
צום סוף האב איך געמאכט א סעקסואלע קשר מיט עטליכע בחורים און ישיבה און אזוי איז עס אויך געגאנגען ווען איך בין געגאנגען לערנען אין ארץ ישראל.
ביי די אכצן יאר בין איך א חתן געווארן, אבער איך האב ווייטער מוז"ל געווען און געהאט סעקסואל פארבינדונגען מיט אנדערע.
מזל טוב! איך בין יעצט ניינצן יאר און איך האב חתונה געהאט, איך בין זיכער געווען אז חתונה האבן וועט לייזן מיינע פראבלעמען.
עטליכע חדשים שפעטער האט מיך איינער וועם איך האב געקענט פון א"י צוגערעדט, און דאן האב איך געכאפט אז מיין לאסט איז נאכנישט אויסגעהיילט אפילו איך בין חתונה געהאט.
ווען איך האב באקומען עקסעס צו די איטערנעט איז Porn געווארן א רוטין פאר מיר.
לאמיר מישן די צייט-מאשין אפאר יאר שפעטער, איינער וואס האט מיך געזעהן אין מקוה האט זיך צוגעטשעפעט צו מיר, אונז האמיר געהאט א שייכות פאר יארן, ער האט מיך כסדר געזאגט ווי שטארק ער האט מיך ליב און האט אלעס געטוהן צופרידנצושטעלן מיינע סעקסואלע גלוסטענישן.
שפעטער פלעג איך גיין אין ספא'ס וואו איך האב באגעגענט מענטשן כדי מער צו שטילן מיין לאסט.
און יעצט אביסל איבער מיר:
איך קום פון א ווארימע חסידישע שטוב, א נאבעלע משפחה.
איך בין א פאפולערע מענטש, איך האב א קליינע ביזנעס, מיין נאטור איז אזא העפי-גאו-לאקי סארט.
איך בין געבענטשט מיט ADHD, וואס מאכט אין א וועג מיין לעבן געשמאק, אבער האט אויך שווערע סייד-עפעקטס וו.צ.ב. זיך האלטן צו א צייט, זיין צייטליך און טוהן מיינע פליכטן אויף די ריכטיגע וועג איז ביטער שווער.
מיין סדר היום איז געווען א חורבן, איך בין אהיימגעקומען צווייע דרייע ביינאכט. אין די פינאנציעלע אספעקט: ס'האט נישט געטויגט, איך האב קוים געלייזט דעם מינומום צום לעבן.
אינדעהיים האב איך געלעבט מיט מיין ווייב ווי רום-מעיטס, צוויי מענטשן וואוינען אונטער אין דאך, יעדער אין זיין אייגן לעבן. פאר מיין ווייב האט עס וויי געטוהן אבער איך בין געווען צופרידן, איך האב געמיינט אז דעיס מיינט א גוטע רילעישן, איך טרעט נישט אויף אירע פיס און זי נישט אויף מיינע און שלום על ישראל. אונז האבן זיך ווייניג געקריגט און איך בין געווען העפי-גאו-לאקי.
זומער 2016 האב איך געהערט פון די געדאנק פון א מאסאז"ש טעראפיסט, איך האב זיך אנגעהויבן אינטערעסירן אויף דעי געדאנק און אפילו גערעדט מיט עטליכע טעראפיסטס צו פארשטיין וויאזוי דעיס ארבעט.
איין טאג האב איך באמערקט אז מיין ווייב איז זייער נישט פרייליך, איך האב איר געפרעגט דערוועגן אבער זי האט נישט געוואלט ענטפערן, נאכן זיך איינבעטן אביסל האט זיך מיך דערציילט אז זי האט א נאכט בעפאר געקוקט אין מיין טעלעפאן און געזעהן די שמועס וואס איך האב געהאט מיט די מאסאז"ש טעראפיסט.
איך האב איר צוגעזאגט אז איך האב קיינמאל נישט געפלאנט פאקטיש עס אויסצופרובירן, איך האב מיך נאר געוואלט אינטערעסירן אויף די געדאנק. איך בין זיכער געווען אז די קריזיס איז פארביי.
י' כסלו תשע"ז - איך האב געהאט א משפחה שמחה אינדרויסן פון שטאט, אונז זעמער געפארן אינאיינעם מיט די קינדער אהין. איך האב מיך אפגעשטעלט אויפן וועג און ארויס פון קאר פאר אפאר מינוט, צוריק-קומענדיג צום אויטא טרעף איך מיין ווייב מיט מיין טעלעפאן אין איר האנט און טרערן אין אירע אויגן.
אין יענע רגע איז מיר די וועלט צוזאמגעפאלן, איך האב געוואוסט אז "דאס איז עס", זי ווייסט אלעס, זי האט אלעס געזעהן, מיין לעבן איז פערטיג.
מיט פאלשע שמייכלען אויפן פנים האבן מיר זיך אריין-און-ארויס געיאגט פון די שמחה און זיך גאר אינגיכן געטראפן אויף די וועג אהיים.
אין די קאר האט זיך נישט אויפגעהערט צו וויינען און פרעגן קשיות, און איך האב נישט אויפגעהערט צו וויינען און ענטפערן תירוצים. איך ווייס נישט ביז היינט וויאזוי איך האב באוויזן צו האלטן קאנטראל אויפן רעדל.
מה' מענה לשון, איך האב געהאט די שטארקייט און שכל מודה צו זיין אויף אלע מיינע חטאים, איך האב איר אלעס דערציילט און מיטגעטיילט, זאגנדיג אז איך וועל טוהן סיי וואס ס'פעלט זיך נאר אויס מיט איר צו בלייבן.
איך האב געבלאקט אלע קאנטאקטס פון די נישט-גוטע און אויפגעהערט צו גיין אין מקוה - וואס טריגערט מיך.
זי האט געשאפן א טעראפיסט וואס ספעציאליזירט זיך אין מערידז"ש און אין סעקס אדיקש, איין מאל א וואך זענען מיר צוזאמען געגאנגען צו אים, אזוי פאר זעקס חדשים.
צוויי וואכן שפעטער האט זי מיך געזאגט וועגן GYE, א פלאץ וואו איך האב געפונען א נייע פאמיליע, אחים לצרה, אידן וואס ווייען די זעלבע ווייטיגן, א פלאץ וואו איך קען זיין "מיך" (אן א נאמען).
אויף GYE האב איך אנדעקט די צוועלף-סטעפ-פראגראם וואס האט מיך באוואוסטזיניג געמאכט מיט דעם פאקט אז איך בין אן "אדיקט", אזא איינער וואס איז נישט בכח אפצוזאגן זיינע נייגונגען צו לאסט, אלעס וואס איך בין בכח צו טוהן איז צו רעדן צום אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך (אין מיין פאל: אידיש) און בעטן אז ער זאל זיין מיט מיר און מיך ראטעווען.
אין די לעצטע יאר האב איך באקומען א טייערע אשת חיל (איך האב נישט געכאפט ביז דעמאלטס ווי ספעשל זי איז), אונז זענען יעצט פארטנערס, בעסטע פריינט, און יא, אונז האבן עכט שלום בית!
איך האב נישט קיין סודות און באהאלט גארנישט פון איר.
איך האב שוין נישט דעי מין קשר מיט איר אז זי דא צופרידנצושטעלן מיינע תאות און נאכקומען מיינע געברויכן, איך האב אזא רילעישנשי"פ וואס מיין ציהל איז צו געבן און געבן, און אז זי זאל זיין פרייליך און צופרידן. (ווי מאדנע ס'הערט זיך שטעלט זיך ארויס אז למעשה באקום איך סך מער פון איר ווי איך פלעג אמאל).
און אויך האט זיך פארבעסערט מיין קשר מיט מיין טאטן אין הימל!
היינט רעד איך צו אים טעגליך, מיין דאווענען האט זיך אסאך פארבעסערט, און איך האב א נייע קביעת עתים וואס איך האב נאכנישט פארפאסט זינט שבועות!
בעסער האט נישט קיין שיעור! אבער מיטן אייבערשטענס הילף וועט מען דארט אויך אנקומען.
איך בין ווייט פון פארזיכערט, און איך ווייס אז ס'בלייבט א לעבנס-לענגליכע מלחמה, איך פארלאז זיך נישט אויף מיין הצלחה נאר איך ווייס אז איך דארף זיין וואך קעגן יעדע טריגער, וואס דעיס קומט נאר מיט אסאך אסאך תפילות ובקשות פון אייבערשטען.
***
יעצט וויל איך נעמען א מינוט צו באדאנקען
מיין טעראפיסט וואס האט מיך געהאלפן און אונז געפירט צום גוטן ריכטונג, זי איז געווען אזוי איבערגעגעבן און זארגפעליג פאר אונז פיל מער ווי ערווארטעט.
די הנהלה פון GYE וואס האבן מיך געגעבן אזעלכע וואונדערליכע כלים זיך צו שטארקן און אזא מורא'דיגע פלאטפארמע זיך אויסצושמועסן. און די חברים פון GYE, איך האב געהאט די געלעגנהייט זיך אויסצושמועסן, שעפן חיזוק און מחזק זיין אנדערע.
צום לעצט, מיין חשובע אשת חיל וואס נישט בלויז אז זי האט מיך נישט אפגעזאגט, נאר זי האט מיך אויך פארשטאנען און באגלייט לאורך כל הדרך. איך האב נישט די ווערטער אויסצודרוקן די טיפע דאנק פאר איר.
און מיין דאנק צום אייבערשטען שטייגט אלעס איבער.
דו באשעפער, האסט מיך געוויזן דיין ליבשאפט אייביג, אפילו איך בין עס נישט זוכה.
שכח פאר די וואוילע און שטיצענדע ווייב וואס דו האסט מיך געגעבן
שכח פאר די זיסע קינדער וואס דו האסט מיך געגעבן
שכח פאר די פינאנציעלע סטאביליטעט וואס דו האסט מיך געגעבן
שכח פאר מיך צופירן צו GYE
שכח פאר די טעראפיסט
און אזוי ווייטער און ווייטער און ווייטער
יעצט, פרעג איך אייך, איך פייער יעצט א יאר פון ריינקייט אדער אדער די ערשטע געבורטסטאג אין מיין נייעם לעבן?????
חיים