TYH
איך בין שפראכלאז דאנקענדיג השי״ת פארן מיר גיבן גאנצע 4 ריינע יאר אן האבן שייכות מיט אנדערע און אן הוז״ל.
[אודה ולא אבוש אז 2 מאל האב איך דורכגעפאלען מיטן קוקן שמיץ (ב״ה שוין פאראכטן די פילטער) און יא איך פלאגזיך נאך מיט מחשבת זנות אבער שוין אסאך אסאך בעסער ווי אמאל.]
פיר יאר איז א געוואלד עס נעמט אריין גיטע צייטן און די פארקערטע זמנים פין שמחה וואס מאכט זאכן שווערער וכו׳
כהיום ווייס איך בברירות אז איך אליין בין נישט ביכולת צו קריגן אין די מלחמה, אלזא ווען איך שפיר פארלוירן און ווי דישונא איז זיך מתגבר מבית ומבחוץ בין איך מתפלל א ווארימע בקשה צום כל יכול ער זאל איבערנעמען פין מיר דימלחמה ווייל אויב נישט וועל איך פארשלינגען ווערן אינעם שונא׳ס תהום.
איך בין מכיר טובה אלע חברים וואס זענען מיר מחזק אין גיבן מיר די אפערטונעטי צו זיי מחזק זיין און פראבירן צוהעלפן, דאס אליין איז די גרעסטע חיזוק פאר אני הקדוש.
איך שפיר פאר וויכטיג צוצולייגן א נקודה.
איך בין געווען ממש פארלאשן פין יהדות אמאל פארן זיין ריין אין אפילו נאכן זיין ריין פאר א תקיפה (דאכט זיך מירכ׳האב אפילו אמאל געמאכט א אשכול דערפין) כהיום מיז איך בתוך רבים אהללנו דאנקען השי״ת פארן מיראריינשלעפען במחיצתו [הגם ס׳איז נאך דא א געוואלד אגעוואלד פלאץ אפילו פין ווי א רעגיולער יוד איז] כהיום דאוועןאיך ב״ב במנין און איך האב כביעותדיגע שיעורי תורה און אסאך מער.
הקדוש חיים
נ.ב. צו וויסן פין ווי איך קום און וואס האט מיר ארויסגעשלעפט, ליינט אנהייב פין דעים אשכול.