ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1
  • 2

טעמע: שובבים תת תשע"ט פראגראם 644 באזוכער

ענטפער: שובבים תת תשע"ט פראגראם כ' טבת התשע"ט 13:31 #252793

  • נטע
  • איצטיגע שטרעקע: 240 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 1100
  • האט שוין געלייקט: 1149 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1400 מאל
moshe11 געשריבן on כ' טבת התשע"ט 11:18:

ר נטע איך האב שוין לאנג א ויכוח מיט מיר אליין, צי דארף מען קיען אויף די מהלך וואס ארבערט פאר מיר, כאטש די וועג שטימט נישט מיט די מהלך וואס איך האב מקבל געווען פין מיינע עלטערן, אין אנדערע ווערטער מיינט דאס אז זיי האבן זיך טועה געווען, אין איך פארשטיי בעסער, אדער ניין איך דארף גיין אויף די אויגעטראטנע וועג, נישט זיכען קיין חידושים נייע וועגן, איי איך זע עס ארבערט נישט פאר מיר, פארלאז דיר אויפן אייבישטער אז די וועסט גיין אויפן אויגסגעטראטענע וועג פין אינזערע עלטערן מיט תמימות וועסטי סוף כל סוף אנקימען

אדרבה אפשר קענסט העלפן אין די וויכח


איך קען דיר זאגן וואס איך טו, און וואס עס ארבייט פאר מיר, און וואס איך פיל אז איך זאל טון.

פארגאנגענע דינסטאג איז געווען ביי אונז אין עס עי א לאנגע מיטינג (צוליב די נישט ארבייטן...) האט מען דורך געטון די ערשטע 3 סטעפס.

די 2׳טע סטעפ איז צו זיכען א העכערע פאוער וואס איז שטערקער פון מיין לאסט. (די ערשטע איז אז איך בין פאוערלעס אנטקעגן לאסט און מיין לעבן איז אנמענידשעביל פון לאסט)

האט דער וואס האט גערעדט מסביר געווען, דער העכערע פאוער וואס דו האסט געהאט ביז יעצט און געדאווענט צו אים, און געוויינט צו אים, האט נישט געארבייט... 
יעצט דארפסטו טרעפן א נייע העכערע פאוער וואס דאס איז יא שטערקער פון דיין לאסט.

וואס דאס האט געמיינט פאר מיר איז אז דער מהלך וואס איך האב מקבל געווען, ארבייט נישט פאר מיר, איך דארף יעצט זיכען א צווייטער מהלך צו טרעפן דעם אייבירשטן! און אי״ה דאס וועט יא ארבייטן פאר מיר!!!

נטע׳לע


איך בעט מ׳זאל מיך נישט אראפ רייסן.
אויב וועט די טענה׳ריי ארויס גיין פון די גלייזן (און אפשר אפי׳ פארדעם...), וועט דער מנהל דארפן באשליסן אויב מ׳זאל עס לאזן, אדער עס אפשפארן

וזאת למודעי!

היות איך בין נישט אזוי אקטיוו דא אויפן פארום כסדר. און אפי׳ ווען יא, אויך נישט מיט ביידע פיס.
אויב איינער וויל מיך ריטשען פאר א ספעסיפיק זאך (נישט סתם שמועסן...), ביטע שיקן א פריוואטער מעסעדש, (נישט קיין טשעט) דארט באקום איך אין אימעיל א נאטיפיקעישן, ווי אויך טאנצט עס ארויף ווען איך קום אריין אינעם סייט משא״כ טשעט וואס איך דארף דארט זיין בשעת מעשה. 

נטע׳לע

ענטפער: שובבים תת תשע"ט פראגראם כ' טבת התשע"ט 13:37 #252794

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 742 טעג
  • OFFLINE
  • Platinum Boarder
  • מעלדונגען: 1022
  • האט שוין געלייקט: 4311 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל
איך האב עס דורך געלייענט. איך זעה נישט קיין וויכוח. ווייל יעדער זאגט דאך שטארקע נקודות און קיינער פרעגט נישט אפ דעם צווייטן!!!!! א וויכוח מיינט אז מען ענטפערט אויף יענעם'ס טענות. דאס זעה איך נישט ווי איינער ענטפערט די צווייטן. איינער טענה'ט אז 'כך מקבלני מבית אבותי' און ער צווייטער טענה'ט אז 'כך כתוב בתורה', דער דריטע טענה איז אז פאר מיר ארבעט נישט דעם מהלך.



דריי טענות וואס קיין איינס איז נישט אפגעפרעגט געווארן!!!!!!! וואס טוהט מען דא? יעדער האט א טענה צודקת! סיי די טענה אז כך מקובלני איז א שטארקע טענה. סיי די טענה פון כך כתוב איז א שטארקע טענה, און סיי דער טענה פון עס ארבעט נישט פאר מיר איז א שטארקע טענה!



איך קוק אהן אלע דריי אז זיי זענען גערעכט. לכאורה ביי אזא הארבע און יסודות'דיגע ענין וואלט מען געדארפט גיין לחומרא. ממילא לחומרא פשטות מיינט אז מעהר עונש מעהר וויי טוהן איז לחומרא. ריכטיג????????? אדער קען זיין אז לחומרא מיינט מעהר אמונה, מעהר נענטער צום באשעפער (צד וואס ארבייט פאר מיר). אדער קען מיינען מעהר לחומרא דהיינו פון כך כתוב בתורה, מען מוז קוקן וואס די ספרים זאגן. בין איך צוריק צום אהנהויב, וועלכע פון די דריי איז גערעכט?????????



דא אויף דעם סייט איז עס בעיקר ארום די נושא פון שמירת עינים והמסתעף, וכשמו כן הוא 'היט דיינע אויגן'. ממילא פרעגט זיך א קשיא, ווי קומט דא אריין א נושא פון שכר ועונש און תשובה אויף דעם סייט? וואס האט דאס מיט שמירת עינים? בבחינת הוא מותיב לה והוא מפרק לה, קען מען זאגן אז די נושא איז טאקע נוגע ווייל היות אונזער פראבלעם קען אמהאל האבן א עליה אדער א ירידה צוליב דעם נושא, ממילא ובכן טייל מאהל דארפן אונז אויסשמועסן נושאים וואס עפעקטירן אונזער נסיון בכדי מיר זאלן הערן איינער פון די צווייטע וויאזוי דאס העלפט אים אדער שטערט אים אין אונזער נסיון.



לפי זה אויב איך גיי קאלהרשטעלן דעם נושא גייט עס זיין אזוי: אז נטע זאגט אז פאר אים שטערט צו זיין ריין און ממילא גייט ער על דרך פון יי דזשעקאבסאן. משה11 העלפט אים אז ער גייט בדרכי אבות, און לעבן מיט שכר ועונש, hilige העלפט אים אז ער גלייבט מאתו לא תצא הרעות און דער אויבערשטער איז כלו טוב, און אז עונש מיינט ריחוק וכו'.



על כל פנים, איך האף צו לייגן א פאסט מיינע מיטמאכענישן אין דעם נושא, און אויב איך בין זיך נישט טועה האב איך שוין א סאך געשריבן אויף דעם סייט אין דעם נושא. 



לדעתי איז א גוטע זאך ווען יעדער איינער שרייבט וואס ארבעט פאר אים אדער וועלכע 'שיטה' ער גייט מיט. ווייל אזוי וועט יעדער איינער קענען זיך טרעפן א צווייטן מיט וועמען זיך צו איידענטיפיצירן.



אבער צו זאגן אז דער וואס האלט נישט ווי מיר איז כפירה איז שוין א צווייטע מעשה. חוץ אויב מען גייט זאגן אז משה'ס מהלך אז 'כך מקובלני מבית אבותי' און א חלק פון דעם איז אז דער וואס גייט נישט מיט 'מיין' מהלך איז 'כפירה.....
לעצט פארראכטן: כ' טבת התשע"ט 13:42 דורך לומד.

ענטפער: שובבים תת תשע"ט פראגראם כ' טבת התשע"ט 13:38 #252795

  • נטע
  • איצטיגע שטרעקע: 240 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 1100
  • האט שוין געלייקט: 1149 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1400 מאל
Hilega געשריבן on י"ט טבת התשע"ט 21:08:

וואס איז זיין מהלך ?


ער האט  29 שיעורים פון אמונה.

זיין מהלך איז אז דער באשעפער זיכט נישט צו בראטן...
איך האב נישט געהערט אלע שיעורים. אבער ס׳איז זייער שיין.

וזאת למודעי!

היות איך בין נישט אזוי אקטיוו דא אויפן פארום כסדר. און אפי׳ ווען יא, אויך נישט מיט ביידע פיס.
אויב איינער וויל מיך ריטשען פאר א ספעסיפיק זאך (נישט סתם שמועסן...), ביטע שיקן א פריוואטער מעסעדש, (נישט קיין טשעט) דארט באקום איך אין אימעיל א נאטיפיקעישן, ווי אויך טאנצט עס ארויף ווען איך קום אריין אינעם סייט משא״כ טשעט וואס איך דארף דארט זיין בשעת מעשה. 

נטע׳לע

ענטפער: שובבים תת תשע"ט פראגראם כ' טבת התשע"ט 14:18 #252799

  • כי בשמחה תצאו
  • איצטיגע שטרעקע: 163 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 258
  • האט שוין געלייקט: 604 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 609 מאל

א ויכוח הייבט זיך אן מיט 2 צדדים.

איך וויל נאר זיכער מאכן צו ס'איז טאקע דא 2 צדדים, משה'לע ביסטו שוין אמאל געזיצן 3 4 שעה מיט איינער פון דיינע עלטערן רבי'ס און דורכגעטוהן די טיפקייט פון די נושא?

אויב איז די ענטפער ניין, דאן ווער זאגט אז אבותינו ורבותינו האבן געהאט בכלל אן אנדערע דרך ווי דאס וואס שטייט אין רמח"ל וכדומה?

דאס אז דו ביסט אזוי אויפגעוואקסן, מיינט נאכנישט אז דיינע רבי'ס האלטן טאקע אויך אזוי (אז דער באשעפער האט באשאפן די וועלט נאר צו קענען בראטן מענטשן פלייש ...).

אפשר אז דו וואלסט ערנסט אדורכגעטוהן די נושא פון אידישקייט בכלל, און שכר ועונש בפרט לארכה ולרחבה, וואלסטו געוואר געווארן א נייעם בילד אין דעם 'קבלת אבות' וואס דו האסט היינט, ס'קען אפשר זיין אז דו לערנסט קרום אפ דיין קבלת אבות (איך זאג נאר א אפציע וואס קען אפשר זיין).

הקיצור, ס'מוז נישט זיין אז די מהלך פון טראכט הייליגע נטע וכו', איז בכלל א סתירה מיטן 'כך מקבולני מבית אבא', און ווילאנג ס'נאך נישט זיכער אז ס'דא 2 צדדים הייבט זיך נישט אן קיין ויכוח.

ביי חסידים האט מען געזאגט:

"אונז זינגען דעם זעלבן 'אל אדון' נאר מיט אן אנדערע ניגון."

איינער כאפט אויף דעם אמת מיט דעם ניגון, איינער כאפט עס נישט אויף מיט ניגון, ער דערהערט גאר עפעס אנדערש, ביז ער דערהערט עס ריכטיג דורך אן אנדערן ניגון...

ענטפער: שובבים תת תשע"ט פראגראם כ"ב טבת התשע"ט 16:48 #252816

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 4 טעג
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • מעלדונגען: 559
  • האט שוין געלייקט: 1168 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 952 מאל

געווענליך ווען איך האב הנאה פון א פאוס"ט באגנוג איך מיך מיט א "לייק" צו לאזן וויסן.
אויף כי בשמחה'ס תירוץ פיל איך אז ס'איז נישט גענוג.
דו האסט גוט געענטפערט, און דעיס איז (לדעתי) די אמת.

אונזער געשיכטע איז אזוי אנדערש, אבער אזוי די זעלבע.

טוֹבִים הַשְּׁנַיִם מִן הָאֶחָד... כִּ֣י אִם־יִפֹּ֔לוּ, הָאֶחָ֖ד יָקִ֣ים אֶת־חֲבֵר֑וֹ. וְאִ֣יל֗וֹ הָֽאֶחָד֙ שֶׁיִּפּ֔וֹל וְאֵ֥ין שֵׁנִ֖י לַהֲקִימֽוֹ׃

מיין 123 רייזע

ענטפער: שובבים תת תשע"ט פראגראם כ"ב טבת התשע"ט 16:50 #252817

  • יוסף המלך
  • איצטיגע שטרעקע: 56 טעג
  • OFFLINE
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 93
  • האט שוין געלייקט: 1588 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 139 מאל
ich vil zan ehrlich געשריבן on כ"ב טבת התשע"ט 16:48:

געווענליך ווען איך האב הנאה פון א פאוס"ט באגנוג איך מיך מיט א "לייק" צו לאזן וויסן.
אויף כי בשמחה'ס תירוץ פיל איך אז ס'איז נישט גענוג.
דו האסט גוט געענטפערט, און דעיס איז (לדעתי) די אמת.


גא"מ

  • בלאט:
  • 1
  • 2
צייט צו מאכן א בלאט: 0.36 סעקונדעס