ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1
  • 2

טעמע: מיין 30 יעריגע מהלך - פון כתה ב' ביז הד"א 1180 באזוכער

מיין 30 יעריגע מהלך - פון כתה ב' ביז הד"א י' שבט התשע"ט 14:51 #253080

  • צדיק12
  • איצטיגע שטרעקע: 43 טעג
  • OFFLINE
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 44
  • האט שוין געלייקט: 68 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 156 מאל

געווען בין איך א קליינע כיתה ב' אינגעלע, א צדיק'ל פון זיבן יאר אלט, געגאנגען אין חדר, געלערנט, געווילדעוועט אביסל, כדרכם בקודש פון כתה ב' קינדער.

איין שיינעם שב"ק בין איך געפארן צו א פעטער אויף שבת, און א צווייטער געגנט, און אין יענעם געגנט האט געוואוינט איינע פון מיינע זיידעס און כמעט אלע זיינע קינדער, און ווי פארשטייט זיך מיינע ערשטע קאזינ'ס פון יענע זייט האבן דארט געוואוינט.

בדרך כלל האט מיין זיידע מיט זיינע קינדער און אייניקלעך געדאווענט אין די זעלבע ביהמ"ד, דעריבער האט געהערשט א נאנטע קירבה צווישן אלע ערשטע קאזין'ס, ווייל מען האט זיך כסדר געטראפן אין שוהל צוזאמען.

אזוי ווי מיין משפחה האט געוואוינט אין אן אנדערע געגנט, פלעגן מיר נאר דאווענען אין יענעם ביהמ"ד ווען מיר פלעגן פארן צום זיידן אויף ימים טובים אדער שיינע שבתים, שמחות וכדו'. דעריבער בין איך נאר געווען נאנט מיט די קאזינ'ס וועלכע זענען געווען ממש מיין עידזש.

יענעם שבת וואס איך בין געווען ביים פעטער, האט מיין קאזין וועלכער איז געווען מיין עידזש - מיר וועלן איהם רופן חזקי - מיר אריין גערופן אין די סוכה שבת נאכמיטאג (עס איז ווארשיינליך געווען תיכף פאר אדער נאך סוכות, ווייל די סוכה איז געווען געבויעט אבער ליידיג פון טישן, בענקלעך וכדו'), און ער האט מיר געוואלט אויס לערנען א געים וואס אן אנדערע קאזין האט איהם אויסגעלערנט...

ער האט מיר געוויזן אותו מקום, און פארלאנגט איך זאל טוהן דאס זעלבע. איך האב איהם געפרעגט מה זה ועל מה זה, האט ער מיר פארשטיין געגעבן אז אזוי גייט דעי געים.

איך בין געווען זייער אומ-באקוועם, און איך האב זיך פרובירט ארויס צודרייען מיט אלע עצות ותחבולות, מיין טאטע/מאמע לאזט נישט, איך האב מורא, עס איז עקלדיג, איך שעם מיך וכהנה וכהנה, אבער דער קליינער האט זיך נישט געלאזט און אנגעהויבן אויס צורעכענען נעמען פון נאך עטליכע ערשטע קאזין'ס עלטערע און אינגערע, וועלכע שפילן אויך דעי געים.

נו שוין, אז יעדער שפילט דעי געים, קען עס דאך נישט זיין אזוי שלעכט, האב איך זיך געלאזט... אבער איך האב זיך אויס גענומען א תנאי, אז נעקסט טיים איך קום פאר שבת, מיז מען שפילן דעי געים מיט נאך קאזינ'ס און נישט נאר איך מיט איהם אליין.

דערנאך האט מיר חזקי אויסגעלערנט די וויכטיגסטע rule פון די געים, אז עס איז א גרויסע סיקרעט, און קיינער טאר נישט וויסן פון דעם, נאר די קינדער וועלכע זענען א חלק פון דעם געים.

מען קומט אהיים נאך שבת, און מען האט מיט געברענט א נייע געים, אבער עס איז א סיקרעט און מען האט נישט מיט וועם צו שפילן דעם געים. און מען קען נישט פארציילן פאר קיינעם, ווייל קיינער שפילט נישט מיט דעם געים.

בין איך אויף געקומען אויף א געוואלדיגע המצאה, מען וועט אויסלערנען פאר נאך קינדער דעם געים, און מען וועט ווייטער קענען שפילן, וכך הוה.

איין טאג אין חדר אין כתה ב' ביי ריסעס, האט מען צוזאם גענומען עטליכע חברים, מען האט געמאכט א מחיצה מיט די מאנטלען, מען איז געשטאנען אין א רינג, און יעדער האט אנגעטוהן זיין מאנטל נאר מיטן hood אויפן קאפ און אויסגעשפרייט די איבעריגע חלק פונעם מאנטל אויף די קינדער פון די צוויי זייטן, און אזוי האבן מיר געהאט אונזער פרייוועס"י, און מען האט אויס געלערנט די געים פאר די קינדער.

עס האט נישט לאנג גענומען, און די מנהל איז געקומען אויף די שפירן פון די נייע געים, און ער האט געמאכט א מאסיווע אינוועסטיגעישאן, איך בין געווען איינגעשפארט אין א חלק פון די בנין וועלכע איז געווען אונטער קאנסטראקשן פאר א האלבע טאג, דערנאך איז פארגעקומען אינטענסיווע אויספארשונגען אין די מנהל'ס אפיס. ווער האט אנגעהויבן, ווער האט אויסגעלערט וכו' וכו', איך האב פארשטייט זיך גארנישט געוואוסט, ווייל עס איז דאך א געוואלדיגע סוד, נאר דער וואס שפילט מעג וויסן, און איך האב זיך געהאלטן צו די rules פון די געים.

דאס גאנצע אינוועסטיגעישאן האט זיך גע'ענדיגט מיט צוויי קלינגעדיגע פעטש אויף די באקן, און א ווארענונג אז דאס זאל מער נישט פאסירן, אויף וואס איך האב א ודאי צו געשטימט.

איין זאך האב איך מיך אויס געלערט פון דעם געשעעניש, אז איך האב נישט גוט געשפילט דעם געים, ווייל איך האב נישט געהאלטן דעם סיקרעט גענוג שטארק, והא ראי' אז די מנהל איז געוואר געווארן, האב איך מיך מקבל געווען מכאן ולהבא וועל איך אי"ה האלטן דעם סוד א סאך שטערקער.

און די קומענדיגע יאר צוויי בין איך מערערע מאל געווען אין יענעם געגנט אויף שבתים און ימים טובים, און מעט האט טאקע געשפילט דעם נייעם געים מיט מערערע שפילער'ס.

ווי אויך האב איך אויך געטראפן איין ערשטע קאזין פון די אנדערע זייט לאמיר איהם רופן שמואלי, וועלכע האט געוואוינט אויפן זעלבן גאס ווי מיר. מיט וועלכע איך האב אויך אנגעהויבן שפילן דעם געים, (איך געדענק נישט ווען מיר האבן אנגעהויבן דעם געים). אבער היות ער האט געוואוינט גאר נאנט איז דאס געווען אן אפטע שפיל.

המשך יבוא אי"ה.

ה' אֱלֹקי - שִׁוַּעְתִּי אֵלֶיךָ, וַתִּרְפָּאֵנִי... ה' הֶעֱלִיתָ מִן שְׁאוֹל נַפְשִׁי חִיִּיתַנִי מִיָּרְדִי בוֹר... הִסְתַּרְתָּ פָנֶיךָ הָיִיתִי נִבְהָל... אֵלֶיךָ ה' אֶקְרָא וְאֶל ה' אֶתְחַנָּן... מַה-בֶּצַע בְּדָמִי בְּרִדְתִּי אֶל-שָׁחַת...  שְׁמַע-ה' וְחָנֵּנִי ה' הֱיֵה-עֹזֵר לִי...

ענטפער: מיין 30 יעריגע מהלך - פון כתה ב' ביז הד"א י' שבט התשע"ט 15:28 #253082

  • שמע-תפלתי
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 253
  • האט שוין געלייקט: 248 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 610 מאל
צדיק12 געשריבן on י' שבט התשע"ט 14:51:

איין ווארט "א שרעק"

נעבעך אזויפיל פארווינדעטע....

קיפ איט אפ הער, מיר זענען אלע אין א ענדליכע שיפעל, אין מיר וועלען אלע שיפלען אינאיינעם אויף די ריכטיגע וועג... די דארפסט נאר קלאר ווערן וועלעכע מהלך צי נעמען זיך צי היילען, געדענק, דאס איז א מחלה, יא, א מחלה, אין די דארפסט וויסען וואספארא מעדיצין צי נעמען, 
חזק ואמץ..

להטות לבבנו אליו ללכת בכל דרכיו ולשמר מצותיו וחקיו ומשפטיו אשר צוה את אבתינו
כי עיקר מציאות האדם בעה"ז הוא רק לקיים מצות ולעמד בניסיון,  והנאות העולם אין ראוי שיהו לו אלא לעזר ולסיוע בלבד לשיהיה לו נחת רוח ויישוב הדעת למען יוכל לפנות לבו אל העבודה הזאת מסילת ישרים

ענטפער: מיין 30 יעריגע מהלך - פון כתה ב' ביז הד"א י' שבט התשע"ט 16:10 #253086

  • נטע
  • איצטיגע שטרעקע: 240 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 1100
  • האט שוין געלייקט: 1149 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1400 מאל
יא א שרעק.
מיר אלע זענען דורך ענדליכע מצבים.
רעדט רעדט ס׳וועט דיר גרינגער ווערן.

שמע, מיר דארפן געדענקען אז מיר קענען נישט זאגן פאר יענעם וואס יענער איז. און וועלעכע רפואה צו נעמען. חוץ אויב מיר האבן לייסענס...

איך פאר מיר ווייס איך אז איך בין אן עדיקט, און איך בין אין עס עי דערפאר. און איך דארף ארבייטן דעם פראגראם יעדען טאג כדי צו בלייבן געזונט.

נטע׳לע
וזאת למודעי!

היות איך בין נישט אזוי אקטיוו דא אויפן פארום כסדר. און אפי׳ ווען יא, אויך נישט מיט ביידע פיס.
אויב איינער וויל מיך ריטשען פאר א ספעסיפיק זאך (נישט סתם שמועסן...), ביטע שיקן א פריוואטער מעסעדש, (נישט קיין טשעט) דארט באקום איך אין אימעיל א נאטיפיקעישן, ווי אויך טאנצט עס ארויף ווען איך קום אריין אינעם סייט משא״כ טשעט וואס איך דארף דארט זיין בשעת מעשה. 

נטע׳לע

ענטפער: מיין 30 יעריגע מהלך - פון כתה ב' ביז הד"א י' שבט התשע"ט 16:58 #253087

  • פּרובירט
  • איצטיגע שטרעקע: 201 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 277
  • האט שוין געלייקט: 718 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 411 מאל
OUCH

אבער האסט גוט געטון געקומען אהער גלייך אנגעהויבן שרייבן 
סאיז נישט דא קיין נעכטען,  סאיז נישט דא קיין  מארגען,
סאיז נאר דא א ביסעלע יעצט, וואז'שע  דארף מען זארגען,
https://drive.google.com/file/d/1kbjaMu9xqZlt14NUut00rZl4v8_MDp7d/preview

ענטפער: מיין 30 יעריגע מהלך - פון כתה ב' ביז הד"א י' שבט התשע"ט 17:09 #253088

  • שמע-תפלתי
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 253
  • האט שוין געלייקט: 248 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 610 מאל
נטע געשריבן on י' שבט התשע"ט 16:10:
שמע, מיר דארפן געדענקען אז מיר קענען נישט זאגן פאר יענעם וואס יענער איז. און וועלעכע רפואה צו נעמען. חוץ אויב מיר האבן לייסענס...
נטע׳לע

נטע'לע טייערע, איך האב אים טאקע פאר דעם זעלבע סיבה נישט געזאגט וואס ער זאל טין,

להטות לבבנו אליו ללכת בכל דרכיו ולשמר מצותיו וחקיו ומשפטיו אשר צוה את אבתינו
כי עיקר מציאות האדם בעה"ז הוא רק לקיים מצות ולעמד בניסיון,  והנאות העולם אין ראוי שיהו לו אלא לעזר ולסיוע בלבד לשיהיה לו נחת רוח ויישוב הדעת למען יוכל לפנות לבו אל העבודה הזאת מסילת ישרים

ענטפער: מיין 30 יעריגע מהלך - פון כתה ב' ביז הד"א י' שבט התשע"ט 17:25 #253089

  • holychaim
  • איצטיגע שטרעקע: 804 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 288
  • האט שוין געלייקט: 303 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 744 מאל

צדיק שלום עליכם צום יודישן זייטל.
געוואלדיג געוואלדיג די טאנצט גלייך אריין דא אונעם סאמאטאכע.
די שרייבסט געוואלדיג און עס שרייט ארויס דיין פאזעטיווען לעבן. עס איז ממש א מחיה.

קיפ איט אפ.
חיים

ענטפער: מיין 30 יעריגע מהלך - פון כתה ב' ביז הד"א י' שבט התשע"ט 17:43 #253091

  • דופק
  • OFFLINE
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 27
  • האט שוין געלייקט: 4 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 55 מאל

אוי על אלה אני בוכי' עיני עיני יורדה מים פלגי מים ירדו עיני

וען איך דערמאן זיך פונעם יענעם שווארצן זונטאג ווען א אומשולדיג בחורל איז צוגעקומען צו מיר א וואויל אינעסענט איידעלע אינגל אויך אין די עלטער פון כתה ב און מקשה געווען און זינט דעמאלט איז עולם חשך בעדי

אנשטאט א איד וואס זאל זיך מתענג זיין מיט בלעטער גמרא תוספות זיך מחסה זיין בצל כנפיו פונעם טאטן אין הימל בין איך זיך מתענג מיט תועבה

זלגו עיני דמעות

רבושע מיין ליבע פאטער אין הימל ווי ביסטו געווען יענע איינצעלע מינוט צוריק צוהאלטן פון מיר א פרעזענליכע מומביי אטאקע וואס איך בין ארויסגעקומען געשעדיגט על כל ימי חי' 

על זה דוה לבי אוי טאטע לא יענש שום אדם בסיבתי אבער ס'רייסט תבא לפניך אנקת אסיר 

לעצט פארראכטן: י' שבט התשע"ט 17:49 דורך דופק.

ענטפער: מיין 30 יעריגע מהלך - פון כתה ב' ביז הד"א י' שבט התשע"ט 18:12 #253092

  • נטע
  • איצטיגע שטרעקע: 240 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 1100
  • האט שוין געלייקט: 1149 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1400 מאל
דופק געשריבן on י' שבט התשע"ט 17:43:

אוי על אלה אני בוכי' עיני עיני יורדה מים פלגי מים ירדו עיני

וען איך דערמאן זיך פונעם יענעם שווארצן זונטאג ווען א אומשולדיג בחורל איז צוגעקומען צו מיר א וואויל אינעסענט איידעלע אינגל אויך אין די עלטער פון כתה ב און מקשה געווען און זינט דעמאלט איז עולם חשך בעדי

אנשטאט א איד וואס זאל זיך מתענג זיין מיט בלעטער גמרא תוספות זיך מחסה זיין בצל כנפיו פונעם טאטן אין הימל בין איך זיך מתענג מיט תועבה

זלגו עיני דמעות

רבושע מיין ליבע פאטער אין הימל ווי ביסטו געווען יענע איינצעלע מינוט צוריק צוהאלטן פון מיר א פרעזענליכע מומביי אטאקע וואס איך בין ארויסגעקומען געשעדיגט על כל ימי חי' 

על זה דוה לבי אוי טאטע לא יענש שום אדם בסיבתי אבער ס'רייסט תבא לפניך אנקת אסיר 

דופק מיין הארץ גייט אויס פאר דיר!
ווי קען איינער זיין אזא אכזר?? נישט קיין חזיר נאר א רוצח!

איך פיל זייער מיט מיט דיר אז וועגן דעם ליידסטו נאך עד היום הזה.

אבער וויסן זאלסטו מיין ברידער, אז ס׳איז דא הילף!
ס׳איז דא מענטשן וואס זענען אנגעקומען זייער זייער ווייט מיט זייער עדיקשן, אויך פון אזעלעכע מצבים, אבער ב״ה זיי זענען היינט געהאלפענע מענטשן!!!
זיי לעבן מיט פרייליכקייט, זיי קענען זיין א מאן פאר זייער ווייב און א טאטע פאר זייער קינדער. און א מענטש פאר זיך!

אבער ס׳פעלט אויס איין זאך... דאס איז החלטה! מחליט זיין אז איך וויל מיך טוישן! איך וועל טון אלעס אינדערוועלט כדי זיך צו טוישן!!!

איך ווינטש דיר אן אלעס גוטס!
נטע׳לע

וזאת למודעי!

היות איך בין נישט אזוי אקטיוו דא אויפן פארום כסדר. און אפי׳ ווען יא, אויך נישט מיט ביידע פיס.
אויב איינער וויל מיך ריטשען פאר א ספעסיפיק זאך (נישט סתם שמועסן...), ביטע שיקן א פריוואטער מעסעדש, (נישט קיין טשעט) דארט באקום איך אין אימעיל א נאטיפיקעישן, ווי אויך טאנצט עס ארויף ווען איך קום אריין אינעם סייט משא״כ טשעט וואס איך דארף דארט זיין בשעת מעשה. 

נטע׳לע

ענטפער: מיין 30 יעריגע מהלך - פון כתה ב' ביז הד"א י' שבט התשע"ט 19:07 #253093

  • שמע-תפלתי
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 253
  • האט שוין געלייקט: 248 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 610 מאל

ננטע'לע, יוא ביזטי גיט, איך אגרי מיט דיר 1000,000 פראצענט...... יא עס איז דא הילף, מען דארף נאר "עכט" וועלן

להטות לבבנו אליו ללכת בכל דרכיו ולשמר מצותיו וחקיו ומשפטיו אשר צוה את אבתינו
כי עיקר מציאות האדם בעה"ז הוא רק לקיים מצות ולעמד בניסיון,  והנאות העולם אין ראוי שיהו לו אלא לעזר ולסיוע בלבד לשיהיה לו נחת רוח ויישוב הדעת למען יוכל לפנות לבו אל העבודה הזאת מסילת ישרים

ענטפער: מיין 30 יעריגע מהלך - פון כתה ב' ביז הד"א י' שבט התשע"ט 20:01 #253094

  • געטרייע יוד
  • איצטיגע שטרעקע: 385 טעג
  • OFFLINE
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 45
  • האט שוין געלייקט: 16 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 75 מאל

נטע איז גערעכט אז מען דארף וועלן אבער אסאך מאל איז מען אזוי געזינקען אינעם אדיקשאן אז מען כאפט זיך ניטאמאל אז מען וויל דער פאר איז די עצה צו רעדן צו איינעם אויפן טעלאפן איינער וואס פארשטייט אביסל אין אדיקשאן איינער וואס איז שוין סאבער א שטיק צייט , נאכן רעדן מיט אזא איינעם אוי ווי מען וויל 

לעצט פארראכטן: י' שבט התשע"ט 20:03 דורך געטרייע יוד.

ענטפער: מיין 30 יעריגע מהלך - פון כתה ב' ביז הד"א י"א שבט התשע"ט 18:07 #253104

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 742 טעג
  • OFFLINE
  • Platinum Boarder
  • מעלדונגען: 1022
  • האט שוין געלייקט: 4311 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל
דופק געשריבן on י' שבט התשע"ט 17:43:

אוי על אלה אני בוכי' עיני עיני יורדה מים פלגי מים ירדו עיני

וען איך דערמאן זיך פונעם יענעם שווארצן זונטאג ווען א אומשולדיג בחורל איז צוגעקומען צו מיר א וואויל אינעסענט איידעלע אינגל אויך אין די עלטער פון כתה ב און מקשה געווען און זינט דעמאלט איז עולם חשך בעדי

אנשטאט א איד וואס זאל זיך מתענג זיין מיט בלעטער גמרא תוספות זיך מחסה זיין בצל כנפיו פונעם טאטן אין הימל בין איך זיך מתענג מיט תועבה

זלגו עיני דמעות

רבושע מיין ליבע פאטער אין הימל ווי ביסטו געווען יענע איינצעלע מינוט צוריק צוהאלטן פון מיר א פרעזענליכע מומביי אטאקע וואס איך בין ארויסגעקומען געשעדיגט על כל ימי חי' 

על זה דוה לבי אוי טאטע לא יענש שום אדם בסיבתי אבער ס'רייסט תבא לפניך אנקת אסיר 

דופק איך פיל דיין ווייטאג. און נטע האט שוין געשריבן.

געווענטליך וויקטיםס (דו שרייבסט נישט, אבער פון דיין ווערטער ביסטו א וויקטים) פילן שולד געפילן און בושה, ועוד. על פי רוב דארף דאס מטופל ווערן דורך מומחים. די מציאות איז ביי רוב וויקטיםס אז די שפעטער זיי זענען מטפל מיט זייער טראמא, די מעהר היזק ווערט אין דעם מענטש. דער טראמא האט א סאך געדולד. ער טיילט פעטש'לך יעדן טאג פאר זיינע נפגעים. מיר וויקטיםס ווייסן, אז כאטש עס איז נישט אונזער שולד, וועלן מיר מקבל זיין אחריות אויף 'אונזער' לעבן און גיין טוהן כל מה שבידינו צו צוריק שטעלן אונזער לעבן אויף די פלאץ ככל היותר שייך.

ענטפער: מיין 30 יעריגע מהלך - פון כתה ב' ביז הד"א י"א שבט התשע"ט 19:33 #253107

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 4 טעג
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • מעלדונגען: 559
  • האט שוין געלייקט: 1168 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 952 מאל

צדיק12 ס'טוט מיך וויי ווען איך ליין דיין מעשה, סיי ווייל ס'ערוועקט מיך געפילן פון יענע צייטן וואס איך האב אויך געשפילט דעי "געים" און סיי ווייל איך פיל מיט מיט דיר.
איך קוק ארויס אויף דיין הצלחה און בין געשפאנט צו הערן די געשיכטע ווייטער.

אונזער געשיכטע איז אזוי אנדערש, אבער אזוי די זעלבע.

טוֹבִים הַשְּׁנַיִם מִן הָאֶחָד... כִּ֣י אִם־יִפֹּ֔לוּ, הָאֶחָ֖ד יָקִ֣ים אֶת־חֲבֵר֑וֹ. וְאִ֣יל֗וֹ הָֽאֶחָד֙ שֶׁיִּפּ֔וֹל וְאֵ֥ין שֵׁנִ֖י לַהֲקִימֽוֹ׃

מיין 123 רייזע

ענטפער: מיין 30 יעריגע מהלך - פון כתה ב' ביז הד"א י"א שבט התשע"ט 19:47 #253108

  • צדיק12
  • איצטיגע שטרעקע: 43 טעג
  • OFFLINE
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 44
  • האט שוין געלייקט: 68 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 156 מאל

דער עולם האט געבעטן צו הערן אביסל ווייטער, האב איך אפגעשריבן דעם נעקסטן קאפיטל:

המשך:

אזוי ווי די וואכן און חדשים זענען געלאפן בין איך געווארן צוגעוואוינט צו דעם נייעם געים, איך האב דאס שטארקן געגליכן, איך האב שוין געהאט מיין קאזין שמואלי, וואס איז געווען מיין לאקאלער שותף, און מיין קאזין חזקי מיט די אנדערע קאזין'ס וועלכע זענען געווען מיינע לאנג דיסטענס שותפים, ביז...

...איין שיינעם שבת נאכמיטאג, זייענדיג א כתה ד' אינגל, 9 יאר אלט, האב איך זיך שטילערהייט ארויס געשלייכט פון דערהיים, און געגאנגען 'שפילן' מיט שמואלי אין זיין בעיסמענט, איך האב זיך דארט אביסל פארזוימט, מען האט מיך געזיכט אינדערהיים, און פארשטייט זיך מען האט מיך נישט געטראפן, איז מען געגאנגען זיכן ביי שמואלי'ס הויז...

אזוי אין מיטן 'שפילן' הער איך ווי אזוי מען רופט מיין נאמען פון אויבן, בין איך שנעל ארויף געלאפן, און איך האב נישט אכט געגעבן זיך גוט אריין צופאקן די העמעד אין די הויזן וכו', אנקומענדיג אהיים פרעגט מיר מיין טאטע מיט א גאר שטרענגע געזיכט, פארוואס איז דיין העמעד, ציצית, הויזן, אזוי פארשלאכעט?!?!? האב איך גע'ענטפערט, גארנישט... איך ווייס נישט... פלעין... געשפילט... אבער ער האט עס נישט געוואלט קויפן...

ער איז אריבער געגאנגען צו שמואלי, און געמאכט אן אינוועסטיגעישאן, ווען ער איז צוריק געקומען האט ער מיר שוין גארנישט געפרעגט, נאר זע'ענדיג זיין פנים, און די ספיד מיט וואס ער האט אריין געשטורעמט, און זייענדיג א שטיקל מלומד במכות, האב איך שוין געוויסט אז עס איז אחת דתי ל....

עס האט נישט גענומען מער ווי געציילטע סעקונדעס און עס האבן זיך גענומען פליען פעטש, אבער נישט סתם. איך געדענק נישט ווי לאנג די מכות איז אנגעגאנגען אבער איך געדענק אז אין מיטן האב איך געטראכט צו מיר אז איך וועל דאס נישט איבערלעבן, אבער צו מיין וואונדער, האבן די פעטש אויף געהערט וויי צו טוהן, ער האט געשלאגן, איך האב געפילט, עס האט אבער מער נישט וויי געטוהן, קען זיין אז איך בין שוין געווען נאם... קען זיין אז א מלאך אלקים האט מיך געהיטן.

ענדליך האבן זיך די מכות גע'ענדיגט, איך בין געבליבן אויפן זעלבן פלאץ ליגענדיג אויפן פלאר ביז מוצשב"ק, פארשטייט זיך מיט בכיות און יללות, ווען מיין טאטע איז אהיים געקומען פון שוהל, געמאכט הבדלה, האב איך מיך אריין געפאקט אין בעט און געגאנגען שלאפן. (נ.ב. איך בין היינט זייער נאנט מיט מיין טאטן, און איך באשולדיג איהם נישט אויף גארנישט משום סיבות שונות)

זונטאג אינדערפרי שטיי איך אויף אין איך גיי אין חדר, (נישט וואוינענדיג ווייט פונעם חדר, פלעגן מיר אונז וואקן אין חדר) איך האב געזעהן אז מענטשן קוקן אויף מיר, אבער איך האב געמיינט אז איך דמיון. אין חדר האט מיר מיין רבי געפרעגט, וואס עס האט פאסירט צו מיר, האב איך איהם גע'ענטפערט אז גארנישט. ער קוקט מיך אן פארוואונדערט, און זאגט מיר "פון גארנישט קוקט מען נישט אזוי אויס!".

איך האב נישט געהאט קיין אהנונג ווי אזוי איך קוק אויס, אבער איך האב געוויזט אז די מצב איז נישט גוט, האב איך איהם גע'ענטפערט, אה, כ'בין נעכטן אראפ געפאלן א שטאק סטעפס אינדערהיים און איך האב מיך שטארק צוקלאפט, איך האב געטראכט צו מיר, אז איך האף אז מיין מעשה שטימט מיט וויאזוי איך קוק אויס.

נאך חדר בין איך אריין געלאפן אינדערהיים, אריין געלאפן אין ביה"כ אין געלאפן צום שפיגל זעהן וויאזוי איך זעה אויס. איך בין געווארן טראומאטייזד! איך האב געהאט בלוי צייכענעס, ראשו ורובו. איך האב זיך מער נישט געקוקט אין שפיגל פאר א לענגערע צייט ווייל איך האב מורא געהאט וואס איך גיי זעהן.

למעשה האב איך ביי זיך מחליט געווען, אז איך גיי 'אנדערגראונד', איך גיי מער נישט שפילן מיט קיין אנדערע קינדער אויב עס איז דא 1% טשענס אז מיין טאטע זאל געוואר ווערן, אבער ווען איך גיי וויסן זיכער אז מיין טאטע וועט קיינמאל נישט וויסן, אוי וועל איך שוין צאל כפל כפליים...

פאר צוויי דריי יאר האט זיך דאס שפיל אפגעשטעלט...

המשך יבוא...

ה' אֱלֹקי - שִׁוַּעְתִּי אֵלֶיךָ, וַתִּרְפָּאֵנִי... ה' הֶעֱלִיתָ מִן שְׁאוֹל נַפְשִׁי חִיִּיתַנִי מִיָּרְדִי בוֹר... הִסְתַּרְתָּ פָנֶיךָ הָיִיתִי נִבְהָל... אֵלֶיךָ ה' אֶקְרָא וְאֶל ה' אֶתְחַנָּן... מַה-בֶּצַע בְּדָמִי בְּרִדְתִּי אֶל-שָׁחַת...  שְׁמַע-ה' וְחָנֵּנִי ה' הֱיֵה-עֹזֵר לִי...

ענטפער: מיין 30 יעריגע מהלך - פון כתה ב' ביז הד"א י"א שבט התשע"ט 21:05 #253111

  • שמע-תפלתי
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 253
  • האט שוין געלייקט: 248 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 610 מאל

די געהארגעטע מכות, איך שפיר עס נאך ביז היינט.... עס ברענגט מיר ארויף די קאשמארען..... פריי דיך אז די האלסט דיך נאנט מיט דיין טאטע מחמת סבות שונות, איך וואלט אויך ווען געוואלט האבען די סיבות שונות......

דין מעשה ווערט נאר שרעקעדיגער מיט יעדע המשכה....

דער רבוש"ע זאל דיר שטיין צי די רעכטע האנט, עס זאל דיר אהנקומען גרינג...

להטות לבבנו אליו ללכת בכל דרכיו ולשמר מצותיו וחקיו ומשפטיו אשר צוה את אבתינו
כי עיקר מציאות האדם בעה"ז הוא רק לקיים מצות ולעמד בניסיון,  והנאות העולם אין ראוי שיהו לו אלא לעזר ולסיוע בלבד לשיהיה לו נחת רוח ויישוב הדעת למען יוכל לפנות לבו אל העבודה הזאת מסילת ישרים

ענטפער: מיין 30 יעריגע מהלך - פון כתה ב' ביז הד"א י"ב שבט התשע"ט 00:22 #253113

  • יוסף המלך
  • איצטיגע שטרעקע: 56 טעג
  • OFFLINE
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 93
  • האט שוין געלייקט: 1588 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 139 מאל

צדיק’ל קודם כל שלום עליכם!!
יהיבואך לברכה והצלחה!
די האסט מיר צוריק געווארפן אזא 25 יאהר.. און פלייץ פון טרערן..
כאניש קיינאנג פארוואס
דיין חבר יוסף

ענטפער: מיין 30 יעריגע מהלך - פון כתה ב' ביז הד"א י"ב שבט התשע"ט 13:33 #253115

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 742 טעג
  • OFFLINE
  • Platinum Boarder
  • מעלדונגען: 1022
  • האט שוין געלייקט: 4311 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

שלום וברכה צדיק12 שיחי'

עס איז א כבוד און זכיה דיר צו האבן דא צווישן אונז. דא קומען חברים מקשיבים וואס ווילן זיך העלפן פון דעם זעלבן פראבלעם, בבחינת איש עת רעיהו יעזורו. יישר כח פארן 'אהנהויבן' שרייבן דיין סיפור.

די סיבה פארוואס מיר שרייבן אונזער מעשה איז בכדי איינס זיך צו לאזן העלפן, דורך זעהן ווי אנדערע האבן געהאט ענדליך'ס און זיי קריכן ארויס פון דעם נסיון וואס דער באשעפער האט זיי געגעבן. צוויי צו העלפן אנדערע זאלן זעהן אז זיי זענען נישט אליינס און אז אנדערע האבן ארויסגעקראכן פון דעם.

ממילא אז דו ווערסט א חבר און דו ווילסט דיך העלפן וועט עס זיכער זיין חיזוק פאר דיר און האפענטליך אויך א חיזוק פאר אנדערע.

איך וואינטש דיר הצלחה אויף דיין נסיעה צו ריינקייט און צו עמאציענאלע ערהוילונג.

ענטפער: מיין 30 יעריגע מהלך - פון כתה ב' ביז הד"א י"ד שבט התשע"ט 02:23 #253120

  • דרך ממוצע
  • איצטיגע שטרעקע: 1385 טעג
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 122
  • האט שוין געלייקט: 50 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 216 מאל

צדיק ווען איך ליין וויאזוי די כאפסט מכות האב איך געפילט איעדע קלאפ.
איך באוואונדער דיין וויליגקייט זיך צי העלפן.

ענטפער: מיין 30 יעריגע מהלך - פון כתה ב' ביז הד"א י"ד שבט התשע"ט 14:32 #253123

  • צדיק12
  • איצטיגע שטרעקע: 43 טעג
  • OFFLINE
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 44
  • האט שוין געלייקט: 68 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 156 מאל

ייישר כח פאר דיין מיטלייד, זיך נישט צו העלפן איז בכלל נישט געווען קיין אפציע. נאר ביז יעצט האב איך פרובירט צו פירן מלחמה אליין, עס איז געווען א שווערע קאמפ, כ'בין ארויס געקומען אביסל צוביילט און צובלוטיגט, מיין בר פלוגתא אויך...
יעצט האב איך זיך אנגעשלאסן אין דעם מיליטערישן איינהייט דא, און מיר טיילן צוריק יעצט אחת למעלה ושבע למטה.
און בלע"ז זאגט מען There ain't no stopping us now.

ה' אֱלֹקי - שִׁוַּעְתִּי אֵלֶיךָ, וַתִּרְפָּאֵנִי... ה' הֶעֱלִיתָ מִן שְׁאוֹל נַפְשִׁי חִיִּיתַנִי מִיָּרְדִי בוֹר... הִסְתַּרְתָּ פָנֶיךָ הָיִיתִי נִבְהָל... אֵלֶיךָ ה' אֶקְרָא וְאֶל ה' אֶתְחַנָּן... מַה-בֶּצַע בְּדָמִי בְּרִדְתִּי אֶל-שָׁחַת...  שְׁמַע-ה' וְחָנֵּנִי ה' הֱיֵה-עֹזֵר לִי...

ענטפער: מיין 30 יעריגע מהלך - פון כתה ב' ביז הד"א ט"ו שבט התשע"ט 13:49 #253143

  • צדיק12
  • איצטיגע שטרעקע: 43 טעג
  • OFFLINE
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 44
  • האט שוין געלייקט: 68 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 156 מאל

המשך...

עס איז דורך עטליכע יאר, און איך האב זיך געהאלטן אין די ראהמען. איין שיינעם לאנגען זומערדיגע שבת נאכמיטאג, איך בין שוין געווען אין כיתה ח', 11 יאר אלט, איז מיין קאזין שמואלי – וועלכער האט געוואוינט גאנץ בשכינות – געקומען שפילן ביי אונז אינדערהיים, עס האט זיך געמאכט אז איך מיט איהם זענען געווען ביחידות, און אין מיטן שפילן פרעגט ער מיר אויב איך וויל 'שפילן' יענע אלטע געים.

איך געב איהם א קוק אן מיט צוויי פארוואונדערטע אויגן "ביזט משוגע?" פרעגט ער מיר וואס איז געשען, האב איך איהם פארציילט אז לעצטע מאל האט עס מיר שיעור געקאסט דאס לעבן, און איך בין נישט גרייט איין צו שטעלן מיין לעבן פאר דעם. זאגט ער מיר "נעההה! אונז זענען מיר שוין אסאך עלטער, אונז וועלן מיר שוין קענען בעסער וואטשן".

נאך אביסל הפצרות און הבטחות האב איך זיך געלאזט איבערבעטן. און, עס האט זיך ווידער אנגעהויבן א קביעות'דיגן שיעור מיט שמואלי.

אביסל שפעטער זענען מיר געפארן אין קאנטרי. מיר זענען געווען אין די זעלבע קאנטרי ווי מיינע ערשטע קאזין'ס פון די אנדערע זייט, חזקי וכת דילי'. און פארשטייט זיך אז במשך די זומער חדשים האט זיך געמאכט א פרישע חברותא צווישן מיר און חזקי און אנדערע קאזינ'ס כל אחד בשמו הטוב יבורך.

אין קאנטרי בין איך שוין געווען 12 יאר אלט, חזקי איז געווען אביסל עלטער פון מיר, ער האט שוין געהאלטן נאנט צו די בר מצוה.

עד כאן לעוועל 1 פונעם געים, מכאן ואילך לעוועל 2

איין טאג האט מיר חזקי פארציילט, אז עכט איז דא נאך א חלק צו דעם שפיל וואס אונז האבן מיר נאך נישט געשפילט. לעוועל 2. און ער האט מיר מסביר געווען פונקטליך ווי אזוי הוז"ל גייט צו.

וועגן נשים, געבוירן קינדער, האב איך נאך גארנישט דערווייל געוואוסט, איך האב נאר געוואוסט ווי אזוי צו מאכן "א מוציא".

אבער דעם נייעם לעוועל איז מיר זייער געפאלן, איך שטארק ליב געהאט צו שפילן דעם נייעם לעוול פונעם געים אפילו אן קיין שותפים, דער געים האט באקומען א נייער באדייט, און א נייער חשק, און איך האב נישט געקענט האבן גענוג פון דעם געים.

ווען איך בין אהיים געקומען פון קאנטרי, האט שוין שמואלי אויך געוואוסט פון דעם נייעם לעוועל, זעהט אויס אז אין דעם קעמפ ווי ער איז געגאנגען איז אויך געווען אזעלכע וואס האבן געלערנט "פריוואטע שיעורים" מיט קינדער. און במשך דעם יאר אין כיתה ט' האבן מיר צוזאמען געשפילט דעם געים כסדר.

דעם קומענדיגן זומער בין איך שוין געווען בר מצוה, און איך בין געגאנגען אין קעמפ אין א ישיבה, נישט מיט די חדר ווי איך האב געלערנט א גאנץ יאר, מיין טאטע האט געהאט חשק מיר אריין צו שטעלן אין יענע ישיבה קטנה, יענעם זוממער האב איך באקומען בחינם פון איינע פון די "עלטערע בחורים" פון ישיבה א "חתן שיעור" בכל פרטיה ודקדוקיה, און יענער בחור האט מיר אדאפטירט אלס זיין פריוואטער שפילצייג.

איך האב עס זייער שטארק נישט געגליכן, דאס ארויס צו ברענגען איידעלערהייט - ער איז בכלל נישט געווען מיין טעיסט, לא מיני' ולא מקצתי', אבער פון די אנדערע זייט האב איך געהאט א פרענד א "גרויסע בחור" (תרתי משמע), ווי אויך האב איך געהאט אן אנלימיטעד קענטין קארד.

וויבאלד דער זומער האט זיך גע'ענדיגט, האב איך געזאגט פאר מיין טאטע אז איך גיי בשום אופן נישט צוריק צו דעי ישיבה נאך ימים טובים, ער מיז מיר טרעפן אן אנדערע ישיבה. איך האב איהם געגעבן 400 תירוצים פארוואס. דער אמת'ע תירוץ – אז איך וויל נישט זיין אין די תחום פון "יענעם בחור" - האב איך מיך נישט דערוואגט צו זאגן.

און ב"ה מיין טאטע האט מיר געטראפן א נייע ישיבה, ימים טובים זענען געקומען און געגאנגען, און מען האט אנגעהויבן אין די נייע ישיבה, מיט א פרישקייט, אבער מיט א מח וואס האט געהאט צופיל אינפארמאציע...

המשך יבוא...

ה' אֱלֹקי - שִׁוַּעְתִּי אֵלֶיךָ, וַתִּרְפָּאֵנִי... ה' הֶעֱלִיתָ מִן שְׁאוֹל נַפְשִׁי חִיִּיתַנִי מִיָּרְדִי בוֹר... הִסְתַּרְתָּ פָנֶיךָ הָיִיתִי נִבְהָל... אֵלֶיךָ ה' אֶקְרָא וְאֶל ה' אֶתְחַנָּן... מַה-בֶּצַע בְּדָמִי בְּרִדְתִּי אֶל-שָׁחַת...  שְׁמַע-ה' וְחָנֵּנִי ה' הֱיֵה-עֹזֵר לִי...

ענטפער: מיין 30 יעריגע מהלך - פון כתה ב' ביז הד"א י"ז שבט התשע"ט 16:19 #253215

  • לוי
  • OFFLINE
  • אדמיניסטראטאר
  • מעלדונגען: 42
  • האט שוין געלייקט: 11 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 96 מאל
איך האב אריבער געפירט די נושא פון מאלעסטעישן צו:

די צער פון מאלעסטעישאן

ענטפער: מיין 30 יעריגע מהלך - פון כתה ב' ביז הד"א י"ז שבט התשע"ט 18:33 #253223

  • צדיק12
  • איצטיגע שטרעקע: 43 טעג
  • OFFLINE
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 44
  • האט שוין געלייקט: 68 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 156 מאל

יישר כח לוי, פאר'ן מאכן פלאץ דא און פארן עפענען דעם נייעם אשכול, פאר מענטשן צו פארשטיין די צער פון מאלעסטעישאן. יעצט נחזור לענינינו...

ה' אֱלֹקי - שִׁוַּעְתִּי אֵלֶיךָ, וַתִּרְפָּאֵנִי... ה' הֶעֱלִיתָ מִן שְׁאוֹל נַפְשִׁי חִיִּיתַנִי מִיָּרְדִי בוֹר... הִסְתַּרְתָּ פָנֶיךָ הָיִיתִי נִבְהָל... אֵלֶיךָ ה' אֶקְרָא וְאֶל ה' אֶתְחַנָּן... מַה-בֶּצַע בְּדָמִי בְּרִדְתִּי אֶל-שָׁחַת...  שְׁמַע-ה' וְחָנֵּנִי ה' הֱיֵה-עֹזֵר לִי...

ענטפער: מיין 30 יעריגע מהלך - פון כתה ב' ביז הד"א י"ז שבט התשע"ט 18:40 #253224

  • צדיק12
  • איצטיגע שטרעקע: 43 טעג
  • OFFLINE
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 44
  • האט שוין געלייקט: 68 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 156 מאל

איך בין אריין געקומען אין ישיבה קטנה, טראכטענדיג אז מען גייט אנהייבן פריש מיט א נייע התחלה, איך בין שוין א ישיבה בחור, שוין נישט קיין חדר אינגל, מען הייבט אן פון פריש.

אבער ליידער איז עס נישט געגאנגען, אנשטאט אויסהערן די שיעורים, חזר'ן און ליגן אין די לימודים, איז מיין קאפ געלעגן אין תינופת, איך בין געווען ביזי א גאנצן שיעור אנאליזירן אלע בחורים פון די כתה.

איך האב יעדעם אפגעמאסטן פון קאפ ביז פיס, איך האב כסדר פאנטאזירט וועגן דעם און וועגן יענעם. איך בין נאך אלס געווען טראומאטיזירט פון אליין אנהייבן א חברותא'שאפט מיט א צווייטן, אבער איך האב פאנטאזירט אז אנדערע זאלן זיך בעטן ביי מיר. אזוי וועל איך קענען זאגן אז איך האב נישט אנגעהויבן.

עס האט נישט לאנג גענומען, עטליכע חדשים אריין און שיעור א', האט זיך עס אנגעהויבן מיטן ערשט'ן. פארשטייט זיך א צופיל קאפ צו צו לייגן צום לערנען האב איך נישט געקענט, און איך האב כסדר געכאפט פון מיין טאטן דערפאר, אבער עס האט נישט געהאלפן, מיין מח האט כסדר גע'ארבייט אויף 'אווער-דרייוו'. און פאר די נעקסטע 6 יאר איז עס כסדר געפארן פון איינעם צום צווייטן.

עס האט זיך עטליכע מאל געמאכט אז מען האט אונז געכאפט, האט זיך עס אפגעשטעלט פאר עטליכע וואכן, אבער נאר די כלי מעשה גומרים האט זיך אויף געהערט די לב חומד האט נאר געארבייט שטערקער.

איינמאל אין די ערשטע כתה אין ישיבה גדולה, האט א משגיח אין ישיבה געהערט וועגן מיר, פון א צווייטן בחור וועם מען האט געכאפט, ער האט מיר געגעבן זייער א שארפע מוסר שמועס, אז איך בין אריין געפאלן כמעט אין א דיפרעסיע פאר עטליכע וואכן, איך בין געווען זייער צוריק געצויגן פאר א שטיק צייט נישט קיין סאך גערעדט צו קיינעם, זיך געהאלטן צו זיך.

דעם קומענדיגן זמן, האט מיין טאטע גענומען פאר מיר א אינגערמאן צו זיין מיין חברותא און ישיבה, איך האב געלערנט מיט איהם איין זמן, און יענע זמן איז געווען מיין בעסטע זמן אין ישיבה, איך בין געלעגן אין די לימודים ווי עס דארף צו זיין, און איך בין געווען 'כמעט אינגאנצן דיסקאנעקדעד' פון די שמוץ, א חוץ פון געציילטע דורכפעלער במשך דעם זמן.

איך ווייס נישט פארוואס ער האט נישט ממשיך געווען מיט דעם אינגערמאן פאר די נעקסטע זמן, אפשר האט ער עס נישט געקענט עפארדן.

דענמאלטס האט מיר אנגעהויבן זייער וויי צו טוהן מיין מצב אין וואס איך געפון מיר, איך האב געפילט אז איך בין סטאק אין עפעס א maze וואס האט נישט קיין וועג ארויס. ווי איך קוק זעה איך די זעלבע זאך, ווי איך דריי מיך טרעף איך מיך צוריק אויפן זעלבן פלאץ.

איך האב אנגעהויבן צו טראכטן בין איך נארמאל? איז דאס די זעלבע ביי יעדעם איינעם? איז דאס א זאך וואס יעדער איינער האט? בין איך די איינציגסטער? וועל איך מיך אמאל ארויס זעהן פון דעם?

איך האב זייער אסאך געוויינט יענע צייטן, שטילערהייט צו זיך אליין. איך האב אפילו נישט געוואוסט פארוואס איך וויין, איך האב געוואוסט אז איך בין נישט צופרידן, איך האב געוואוסט אז איך בין סטאק, איך האב געוואוסט אז איך וויל מיך זעהן ארויס פון דעם סומאטוכע, אבער איך האב נישט געוואוסט וואס צו טוהן און צו וועם צו רעדן.

איין נאכט, איך בין אהיים געקומען פון ישיבה, איך האב מיך געלייגט שלאפן און איך פיל עפעס ליגט אונטער מיין קישן, איך לייג אונטער מיין האנט און איך שלעפ ארויס פון דארט א טעיפ רעקארדער, מיט העד-פאון'ס און א טעיפ אינעווייניג.

איך נעם ארויס דעם טעיפ, און עס איז א שובבי"ם דרשה פון הגה"צ ר' שלמה זלמן כ"ץ זצ"ל תולדות אהרן'ער רב פון וויליאמסבורג, א פייער'דיגער דרשה וואס ער האט געזאגט מיט בכיות נוראות אין איינע פון די סאטמאר'ע ישיבות, אין דעם נושא פון קדושה, פגם היסוד, און שמירת הברית, איך האב איבער געהערט דעם טעיפ עטליכע מאל יענע נאכט, און געוויינט, און געוויינט, און געוויינט, ביז פארטאג'ס, אזוי וויינענדיג בין איך איינגעשלאפן.

איך ווייס נישט עד היום ווער עס האט עס אהין געלייגט, אבער לכאורה האט נאר מיין טאטע עס געקענט אהין לייגן, איך ווייס נישט פון ווי ער האט געוואוסט אז איך מוטשע זיך דערמיט, אבער ער האט צו מיר קיינמאל עד היום הזה נישט גערעדט וועגן דעם גאנצן נושא, אדער וועגן דעם טעיפ. און דער חלק בלייבט ביי מיר א "מיסטערי".

איך בין אויף געשטאנען אינדערפרי אן אנדערן מענטש. איך בין געגאנגען פארטאג'ס אין ישיבה, און געטראכט צו זיך די גאנצע וועג, "עס איז דא א וועג ארויס פון דעם דזשאנגל", איך ווייס נאך נישט די וועג, אבער איך האב געפילט זייער קאנפידענט אז עס איז דא א וועג, און אויב עס איז דא א וועג וועל איך נישט רוען ביז איך וועל עס טרעפן.

איך האב אנגעהויבן צו ארבייטן אויף זיך, איך גיי זיך איינהאלטן, איך האב געהאלטן אין איין פאלן, אבער איך האב געהאלטן אין איין זיך מחזק זיין אז אויב עס איז דא א וועג ארויס וועל איך עס איין טאג טרעפן.

מיין פראבלעם איז געווען אז זייער אסאך בחורים האבן געקלעבט צו מיר, איך בין געווען זייער א פריינטליכער, און פרייליכער בטבע, א גוטע שמועסער, א געשמאקע פארברענגער, און איך האב אייביג געהאט בחורים "עלטערע און יונגערע" פון מיר וועלכע האבן כסדר געקלעבט צו מיר, "און זייער אפט זיך געבעטן צו מיר" און איך האב נישט געהאט די כח צו זאגן ניין.

איך האב אייביג געהאט דעם פחד פון אנהייבן מיט א צווייטן, אבער זאגן ניין ווען מען הייבט אן מיט מיר איז שוין געווען צופיל פאר מיינע כוחות.

ממילא בין איך כסדר צוריק געפאלן, אבער איך האב זיך געהאלטן אין איין זאגן צו זיך אליין, אז דער דזשאנגל האט אן עקזיט און איך וועל עס טרעפן, נישט קיין נפקא מינא ווי לאנג עס וועט נעמען. איך האב געטראכט אז ערגסטנס פאל וועט עס נעמען ביז איך האב חתונה און איך גיי ארויס פון ישיבה, אבער איינמאל איך בין ארויס פון ישיבה וועט שוין אלעס זיין פיין.

מזל טוב, דער צדיק'ל איז א חתן געווארן.

המשך יבוא...

ה' אֱלֹקי - שִׁוַּעְתִּי אֵלֶיךָ, וַתִּרְפָּאֵנִי... ה' הֶעֱלִיתָ מִן שְׁאוֹל נַפְשִׁי חִיִּיתַנִי מִיָּרְדִי בוֹר... הִסְתַּרְתָּ פָנֶיךָ הָיִיתִי נִבְהָל... אֵלֶיךָ ה' אֶקְרָא וְאֶל ה' אֶתְחַנָּן... מַה-בֶּצַע בְּדָמִי בְּרִדְתִּי אֶל-שָׁחַת...  שְׁמַע-ה' וְחָנֵּנִי ה' הֱיֵה-עֹזֵר לִי...

ענטפער: מיין 30 יעריגע מהלך - פון כתה ב' ביז הד"א י"ז שבט התשע"ט 22:11 #253229

  • GYE YIDDISH
  • OFFLINE
  • אדמיניסטראטאר
  • אדמיניסטראטאר
  • מעלדונגען: 1517
  • האט שוין געלייקט: 256 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 71 מאל

דער פחד פון איין זייט, און דער ווייטאג פון דיינע ווערטער פון דער אנדערער זייט, איז דאך הימל-שרייענד!

ענטפער: מיין 30 יעריגע מהלך - פון כתה ב' ביז הד"א י"ז שבט התשע"ט 23:17 #253230

  • אויגן גלעזער
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 162
  • האט שוין געלייקט: 339 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 181 מאל
א חידוש די האסט עס דורך געמאכט גאנצערהייט

ענטפער: מיין 30 יעריגע מהלך - פון כתה ב' ביז הד"א י"ח שבט התשע"ט 12:18 #253234

  • moshe11
  • איצטיגע שטרעקע: 9 טעג
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 174
  • האט שוין געלייקט: 30 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 432 מאל
אויגן גלעזער געשריבן on י"ז שבט התשע"ט 23:17:
א חידוש די האסט עס דורך געמאכט גאנצערהייט

ביי מיר איז קיין חידוש נישט, פשוט ווייל איך בין דורך די זעלבע, איך האב פשוט נישט די גיטע פעדער עס אראפ צי לייגן, אבער איך גדענק אייביג ווי איך פלעג טראכטען "ווען וועל איך שוין קענען זאגען ניין פאר צווייטען"

צדיק די עפענסט מיר אלע מיינע וואנדען, חזק ואמץ

ענטפער: מיין 30 יעריגע מהלך - פון כתה ב' ביז הד"א כ"ב שבט התשע"ט 13:02 #253281

  • צדיק12
  • איצטיגע שטרעקע: 43 טעג
  • OFFLINE
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 44
  • האט שוין געלייקט: 68 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 156 מאל

ב"ה איך קען דאנקען אונזער ליבער טאטן אין הימל אז ער האט מיר געהאלפן אנקומען צו 18 ריינע טעג.
ח"י ח"י יודוך וישבחוך. דאס איז %20 פון דעם נסיעה צו 90 טאג.

דעם פארגאנגענעם ער"ח שבט בין איך געווען ביים ציון פון איינע פון די גרויסע פועלי ישועות, איך האב דארט אויס געזאגט געזאגט תהלים, ווען איך בין אנגעקומען צו די פסוק "לב טהור ברא לי אלקים, ורוח נכון חדש בקרבי" האב איך זיך גאר שטארק צו וויינט, איך ווייס נישט וואס איז אריין אין מיר, אבער איך האב ביטער געוויינט אויף דעם פסוק פאר עטליכע מינוט, דערנאך בין איך ממשיך געווען זאגן תהלים.
איך מיז זאגן אז איך פיל אז איך האב באקומען א לב טהור, און א רוח נכון. און פאר דעם וויל איך עקסטער אפגעבן א שבח והודאה צום רבוש"ע.
איך געדענק נישט נאך אמאל זייט מיין גאנצע געשיכטע האט זיך אנגעהויבן אז איך זאל פילן אזוי פאזיטיוו איבער דעם גאנצן ענין, און אזוי אפטימיסטיש.

עד הנה עזרונו רחמיך, ולא עזבונו חסדיך, ועל תטשנו ה' אלקינו לנצח!!!

ה' אֱלֹקי - שִׁוַּעְתִּי אֵלֶיךָ, וַתִּרְפָּאֵנִי... ה' הֶעֱלִיתָ מִן שְׁאוֹל נַפְשִׁי חִיִּיתַנִי מִיָּרְדִי בוֹר... הִסְתַּרְתָּ פָנֶיךָ הָיִיתִי נִבְהָל... אֵלֶיךָ ה' אֶקְרָא וְאֶל ה' אֶתְחַנָּן... מַה-בֶּצַע בְּדָמִי בְּרִדְתִּי אֶל-שָׁחַת...  שְׁמַע-ה' וְחָנֵּנִי ה' הֱיֵה-עֹזֵר לִי...

ענטפער: מיין 30 יעריגע מהלך - פון כתה ב' ביז הד"א כ"ב שבט התשע"ט 13:44 #253282

  • moshe11
  • איצטיגע שטרעקע: 9 טעג
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 174
  • האט שוין געלייקט: 30 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 432 מאל

מזל טוב פאר דעגרייכונג דער אייבישטער זאל דיר העלפען זאלסט אייביג האבן די כוחות אז זאל זיין ואל ישלוט בני יצר הרע, מען זאל קענען זאגען ניין, מיטן גאנצען הארץ

איך וויל דיר ח"ו נישט ציברעכען, אבער מען מיז זיין גערישט אז עס קימען שווערע טעג, ימים אשר אין בהם חפץ, אין מען  דארף אוועק לייגן אסאך כוחות אין תפילות פאר די טעג, בעזר השם וועט מען עס בייקימען 

,

ענטפער: מיין 30 יעריגע מהלך - פון כתה ב' ביז הד"א כ"ג שבט התשע"ט 14:58 #253295

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 4 טעג
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • מעלדונגען: 559
  • האט שוין געלייקט: 1168 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 952 מאל
moshe11 געשריבן on כ"ב שבט התשע"ט 13:44:

מזל טוב פאר דעגרייכונג דער אייבישטער זאל דיר העלפען זאלסט אייביג האבן די כוחות אז זאל זיין ואל ישלוט בני יצר הרע, מען זאל קענען זאגען ניין, מיטן גאנצען הארץ

איך וויל דיר ח"ו נישט ציברעכען, אבער מען מיז זיין גערישט אז עס קימען שווערע טעג, ימים אשר אין בהם חפץ, אין מען  דארף אוועק לייגן אסאך כוחות אין תפילות פאר די טעג, בעזר השם וועט מען עס בייקימען 

גוט געשריבן משה11
ווי איך פארשטיי איז צדיק12 נישט אין א מצב פון א שטענדיגע מלחמה, און די סטעיטמענט איז אים נישט "אזוי שטארק" נוגע, אבער פאר מיר איז עס געווען א קריטישע דערמאנונג.
זייט אלע געזונט און ריין

אונזער געשיכטע איז אזוי אנדערש, אבער אזוי די זעלבע.

טוֹבִים הַשְּׁנַיִם מִן הָאֶחָד... כִּ֣י אִם־יִפֹּ֔לוּ, הָאֶחָ֖ד יָקִ֣ים אֶת־חֲבֵר֑וֹ. וְאִ֣יל֗וֹ הָֽאֶחָד֙ שֶׁיִּפּ֔וֹל וְאֵ֥ין שֵׁנִ֖י לַהֲקִימֽוֹ׃

מיין 123 רייזע

ענטפער: מיין 30 יעריגע מהלך - פון כתה ב' ביז הד"א כ"ט שבט התשע"ט 18:14 #253366

  • צדיק12
  • איצטיגע שטרעקע: 43 טעג
  • OFFLINE
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 44
  • האט שוין געלייקט: 68 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 156 מאל

המשך פון פריער

איך בין ב"ה א חתן געווארן, מיט מיין טייערע כלה צנועה וחסידה.

איך האב געטראכט צו מיר אז דאס איז עס, איך בין ענדליך א חתן געווארן, און איך גיי ענדליך זיך ארויס זעהן פון ישיבה, איך גיי אנהייבן א נייע לעבן, איך גיי פארגעסן פון וואס איז געווען ביז יעצט, און איך גיי אנהייבן פון פריש מיט א ריינקייט, מיט א הייליגקייט, בויען א ערליכע אידישע שטוב.

אבער דער שטן האט געהאט אנדערע פלענער. איין טאג פרעגט מיר איינס פון מיינע חברים, צו איך ווייס וואס דאס איז פ**ן. איך האב נישט געהאט קיין השגה וואס דאס איז, און איך האב איהם געזאגט אז ניין.   ער איז געווען אינגאנצן פארוואונדערט, ווי אזוי עס קען זיין אז איך ווייס נישט, אבער ער האט ארויס געשלעפט א מאגאזין פון טאש, און מיר געוויזן.

וויפיל איך האב געוויסט ביז יעצט, איז דאס שוין געווען א גאנצע נייע לעוול. איך בין געווען אינגאנצן צומישט, עס איז מיר נישט אריין אין קאפ אריין, וואס איז דאס? פארוואס לאזן מענטשן כאפן פון זיך אזעלכע בילדער, וואס איז די תועלת פון אזא ביכל, ווער מאכט עס און פאר וועם?

דער חבר האט מיר געגעבן צו פארשטיין אז דאס איז א גאנצע ביזנעס פון מיליאנען דאללאר, וואס שטעלט צו תינופת פאר ווער עס וויל נאר, ער האט מיר געגעבן דאס ביכל במתנה. איך האב עס גענומען. און גוט באהאלטן.

איך האב געפילט זייער אומ-באקוועם דערמיט. איך האב געפילט זייער עקלדיג ווען איך האב עס דורך געבליקט. איך האב עס געוואלט אוועק ווארפן, אבער איך האב נישט געקענט, איך האב געוואלט, אבער איך האב נישט געוואלט, איך האב עס אוועקגעלייגט, גוט באהאלטן.

א שטיקל צייט שפעטער, האט דער זעלבער יעניגער, זיך איינגעהאנדלט נאך איינס, און מיר עס אויך אוועק געגעבן. און איך האב עס אויך אוועק געלייגט, אבער דאס מאל איז מיר עס שוין "ביג טיים" אריין אין קאפ.

איך האב דאס איבערגעקוקט נאך אמאל און נאך אמאל און זיך נישט געקענט דערפון געזעגענען. איך האב געפילט ווי איך זינק אין א שיף אן קיין קאנטראל, איך האב געפילט ווי איך האב בליי אויף די פיס און איך זינק צום תהום אריין, ואין מציל.

עס איז געקומען די לעצטע הייליגע טעג אלס חתן, און איך האב מחליט געווען יעבור עלי מה, איך ווארף אוועק די צוויי ביכלעך, איך גיי מאכן ביעור חמץ פאר ראש השנה. וכך הוה, איך האב עס אוועק געווארפן, און איך האב געפילט ווי איך הייב אן צוריק ארויף שווימען צום אויבער פלאך פונעם ים הגדול.

פון דענמאלטס ביז די חתונה האב איך מער נישט געזעהן אזעלכע מעגעזינען וכדו'.

די חתונה נאכט איז ב"ה אנגעקומען בשעטומ"צ...

המשך יבוא אי"ה

ה' אֱלֹקי - שִׁוַּעְתִּי אֵלֶיךָ, וַתִּרְפָּאֵנִי... ה' הֶעֱלִיתָ מִן שְׁאוֹל נַפְשִׁי חִיִּיתַנִי מִיָּרְדִי בוֹר... הִסְתַּרְתָּ פָנֶיךָ הָיִיתִי נִבְהָל... אֵלֶיךָ ה' אֶקְרָא וְאֶל ה' אֶתְחַנָּן... מַה-בֶּצַע בְּדָמִי בְּרִדְתִּי אֶל-שָׁחַת...  שְׁמַע-ה' וְחָנֵּנִי ה' הֱיֵה-עֹזֵר לִי...

ענטפער: מיין 30 יעריגע מהלך - פון כתה ב' ביז הד"א כ"ט שבט התשע"ט 18:43 #253367

  • שמע-תפלתי
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 253
  • האט שוין געלייקט: 248 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 610 מאל

צדיקעל, איך רילעט מיט די פרט אז די האסט נישט געקענט אראפלייגען די מאגעזין, ווען איך פלעג קיקען פארן, פלעג איך זיין גענאגעלט צי די סקרין ווי מיט קרעזי גלא, איך האב געוויסט אז איך טי עפעס זייער ראנג, אבער איך האב פשוט נישט געקענט אוועק גיין, שעות אויף שעות פארלארען... ב"ה דאס איז היסטארי...
א דאנק די הייליגע באשעפער וואס האט מזכה געווען די טייערע חברים דא, וואס האבען מיך געהאלפען פטור צי ווערען דערפין....

אז איך רעד שוין יא דערפין, דערמאן איך מיך, ווי איך פלעג מיך ווינדערען, ווי אזוי גיי איך אויף הערן, איז עס מעגליך? איך האב באמת נישט געגלייבט ווי אזוי מען קען אויפהערען קיקען פארן, אבער יא, היינט קען איך זאגען, איך בין פארן ריין, פאר זייער לאנג, איך ווייס נישט פינקטלעך ווי לאנג, אבער מן הסתם מער פין א יאר...

רבותי, יא, מען קען פטור ווערן פין די אנשיקעניש, עס נעמט טסאךטסאך צייט אין שווערע ארבייט, אבער דער איז א וועי..

להטות לבבנו אליו ללכת בכל דרכיו ולשמר מצותיו וחקיו ומשפטיו אשר צוה את אבתינו
כי עיקר מציאות האדם בעה"ז הוא רק לקיים מצות ולעמד בניסיון,  והנאות העולם אין ראוי שיהו לו אלא לעזר ולסיוע בלבד לשיהיה לו נחת רוח ויישוב הדעת למען יוכל לפנות לבו אל העבודה הזאת מסילת ישרים
  • בלאט:
  • 1
  • 2
צייט צו מאכן א בלאט: 0.91 סעקונדעס