ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1
  • 2

טעמע: מיין 30 יעריגע מהלך - פון כתה ב' ביז הד"א 1181 באזוכער

ענטפער: מיין 30 יעריגע מהלך - פון כתה ב' ביז הד"א ל' שבט התשע"ט 15:58 #253392

  • כרעמזל
  • איצטיגע שטרעקע: 410 טעג
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • חזקו ואמצו!
  • מעלדונגען: 588
  • האט שוין געלייקט: 566 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 767 מאל
שמע-תפלתי געשריבן on כ"ט שבט התשע"ט 18:43:

צדיקעל, איך רילעט מיט די פרט אז די האסט נישט געקענט אראפלייגען די מאגעזין, ווען איך פלעג קיקען פארן, פלעג איך זיין גענאגעלט צי די סקרין ווי מיט קרעזי גלא, איך האב געוויסט אז איך טי עפעס זייער ראנג, אבער איך האב פשוט נישט געקענט אוועק גיין, שעות אויף שעות פארלארען... ב"ה דאס איז היסטארי...
א דאנק די הייליגע באשעפער וואס האט מזכה געווען די טייערע חברים דא, וואס האבען מיך געהאלפען פטור צי ווערען דערפין....

אז איך רעד שוין יא דערפין, דערמאן איך מיך, ווי איך פלעג מיך ווינדערען, ווי אזוי גיי איך אויף הערן, איז עס מעגליך? איך האב באמת נישט געגלייבט ווי אזוי מען קען אויפהערען קיקען פארן, אבער יא, היינט קען איך זאגען, איך בין פארן ריין, פאר זייער לאנג, איך ווייס נישט פינקטלעך ווי לאנג, אבער מן הסתם מער פין א יאר...

רבותי, יא, מען קען פטור ווערן פין די אנשיקעניש, עס נעמט טסאךטסאך צייט אין שווערע ארבייט, אבער דער איז א וועי..


איך רילעיט זייער שטארק!

אגרי  לייק

אויב ווילסטו מיר דאנקען ⇔ דאן דאווען אז איך זאל זיך האלטן ריין
רבונו של עולם בראת גן עדן, בראת גהינום, בראת צדיקים, בראת רשעים, יהי רצון מלפניך שיהא מורא שמים עלי כמורא בשר ודם ולא יכשלו בי בני אדם ויפסידו חלקם בגן עדן וירשו גיהנום ואפסיד אני שלא אזכה חס ושלום להיכנס במחיצתו של הקדוש ברוך הוא. יהי רצון שתתקן ברחמיך כל דבר שאינו כשורה שנעשה ונתקלקל על ידִי או שנגרם בסיבתי, הפוֹך רצונך לטובה ותמחול ותסלח ותכפר לאמתך. הצילני מעזי פנים ומעזות פנים וסייע בידי להיות כרצונך צנועה בכל דרכי, ותגדור פרצות כל עמך בית ישראל ברחמים אנא אלוקי.

 ענטפער פרעג קאמענטיר און באדאנק זיך אויפן פארעם כדי עס צו האלטן אקטיוו 

ענטפער: מיין 30 יעריגע מהלך - פון כתה ב' ביז הד"א ל' שבט התשע"ט 22:28 #253396

  • tzadik911
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 16
  • האט שוין געלייקט: 3 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל

טייערער צדיק
איך בין שוין היבש לאנג נישט געווען דא אויפן פארום
דורכליינענדיג דיין גאנצע השתלשלות ענינים קומט מיר ממש טרערן אין די אויגן
איך דארף האלטען אין איין איבערקוקן אויב ס'שטייט צדיק12 אדער צדיק911
אבער איך גיב דיר שטארקע מאראלישע שטיצע אז די האסט די כוחות ארויסצושרייבען פונקטליך דיין גאנצע היסטאריע. וואס דאס פאדערט גאר שטארקע כוחות הנפש. דערווייל האלט איך נאכנישט ביים שרייבן אבער ב"ה איך האלט שוין ביי א היבשע מספר פון ריינע טעג.
דרך אגב איך האף אז פאר פרנסה טוסטו אין שרייבעריי.... ווייל איך ווער ממש נתפעל פון דיין גוטע און געשליפענע פעדער.
הצלחה רבה און חזק ואמץ

ענטפער: מיין 30 יעריגע מהלך - פון כתה ב' ביז הד"א י"ג אדר התשע"ט 11:29 #253527

  • חיים גליק
  • איצטיגע שטרעקע: 105 טעג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 13
  • האט שוין געלייקט: 26 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 35 מאל

הייליגער צדיק12
די האסט מיר אינגער געמאכט מיט א שיין ביסל יארן, אוי ווען מען טראכט ציריק וואס מען איז אדאריך, עס ציפ א טיפער ווייטאג, ווי אים באהאלפן מען איז געווען.
איך קיק ארויס ווייטער צי הערן פון דיר און וואס די טיסט יעצט זיך צו ערהוילן
חיים

ענטפער: מיין 30 יעריגע מהלך - פון כתה ב' ביז הד"א י"ג אדר התשע"ט 19:56 #253538

  • צדיק12
  • איצטיגע שטרעקע: 43 טעג
  • OFFLINE
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 44
  • האט שוין געלייקט: 68 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 156 מאל

קודם כל וויל איך אפגעבן א שבח והודאה צום בורא כל עולמים, אדון כל המעשים, על כל החסד אשר עשה עמדי, אז איך האלט ב"ה ביי 39 הייליגע ריינע טעג, טעג וואס האט מיר געברענגט נענטער צום רבוש"ע. 
היינט צופרי, אזוי לערנענדיג מיין שיעור אין גמרא מסכת יומא, איז מיר בייגעפאלן א געוואלדיגע געדאנק, וואס האט מיר מורא'דיג מחזק געווען, און איך וויל עס דא מיט טיילן מיט די טייערע חברים, אפשר וועט נאך איינער קענען שעפן חיזוק דערפון.
די משנה זאגט אז 7 טעג פאר יום כפור, דאס מיינט גאנץ עשרת ימי תשובה, האט מען אפגעשיידט דעם כהן גדול פון זיין שטוב, און ער האט געוואוינט אין לשכת פרהדרין ביז יום כיפור, כדי ער זיך חלילה נישט טמא ווערן, און נאכדעם וועט ער נישט קענען טוהן די עבודה אום יום כיפור.
די משנה לייגט צו, אז מען האט אויך צוגעגרייט א צווייטע כהן, אז אויב ח"ו די כהן גדול ווערט יא טמא, זאל דער צווייטער כהן  קענען דינען אלס כהן גדול.
פרעגט די גמרא אויב אזוי אפשר זאל מען אויך צוגרייטן פארן כהן גדול א צווייטער ווייב, אז אויב זיין ווייב וועט ל"ע שטארבן פאר יום כיפור, זאל די כהן גדול תיכף קענען חתונה האבן נאכאמאל, ווייל עס שטייט אין פסוק וכפר בעדו ובעד ביתו, וואס מען זעהט פון דא אז דער כהן גדול מיז האבן א ווייב.
ענטפערט די גמרא אז פאר מיתה איז מען נישט חושש, ווייל מיתה נישט מצוי, אבער טומאת קרי איז יא מצוי.
דא האב איך מיך אפגעשטעלט. איך טראכט צו מיר, פון וועמען רעדט מען דא? פון די הייליגסטער מענטש אין די וועלט - דער כהן גדול, אין די הייליגסטע זמן פון די יאר  - בין כסה לעשור, וועלכער גרייט זיך יעצט פאר 7 טעג אריין צו זיין טוהן די הייליגסטע עבודה אויף די הייליגסטע מקום אויפן וועלט - דער קודשי קדשים. מיר ווייסן אז די וועלט איז צוטיילט אין דריי בחינות, עולם, שנה, און נפש, און יעצט שטייט מען ביים הייליגסטע פלאץ פון אלע דריי בחינות, און אפילו דארט זאגן די חז"ל אז "טומאת קרי איז מצוי"? ווי אזוי קען דאס זיין?
אלא מאי האב איך געטראכט צו מיר, אז אפשר דאס וויל אונז די חז"ל ווייזן, אז טאקע ווייל ער איז די הייליגסטע מענטש, אינעם הייליגסטן זמן, אויפן הייליגסטן מקום טאקע וועגן דעם איז טומאת קרי מצוי, ווייל די שטן פארלייגט זיך מיט מורא'דיג כוחות.
דאס קען אונז אפשר געבן צו פארשטיין, פארוואס מיר געפונען זיך אין דעם מצב, ווייל די שטן האט געזעהן אין אונז געוואלדיגע כוחות, ער האט געפילט אז אונז קענען מיר אנקומען צו א מדריגה פון די כהן גדול אום יום כיפור, און טאקע וועגן דעם פארלייגט ער זיך אויף אונז מיט געוואלדיגע כוחות.
און אויב אזוי דערפון מיר אונז טאקע זיך אנגארטלען, מיט דאפלטע כוחות, און ווייזן פארן יצר, אז אם פגע בך מנוול זה משכהו לבית המדרש, שלעפ איהם אריין אין בית המדרש, און ווייז איהם דעם גמרא, און זאג איהם אז די האסט אנדעקט זיין סוד, און דאס איז עס, דו גייסט מער נישט פאלן פאר איהם, ער וועט זיך מיזן זוכן נייע קאסטומערס.
יישר כח פארן אויסהערן...

אי"ה בקרוב האף איך ממשיך צו זיין מיט מיין מהלך קיין הד"א.

ה' אֱלֹקי - שִׁוַּעְתִּי אֵלֶיךָ, וַתִּרְפָּאֵנִי... ה' הֶעֱלִיתָ מִן שְׁאוֹל נַפְשִׁי חִיִּיתַנִי מִיָּרְדִי בוֹר... הִסְתַּרְתָּ פָנֶיךָ הָיִיתִי נִבְהָל... אֵלֶיךָ ה' אֶקְרָא וְאֶל ה' אֶתְחַנָּן... מַה-בֶּצַע בְּדָמִי בְּרִדְתִּי אֶל-שָׁחַת...  שְׁמַע-ה' וְחָנֵּנִי ה' הֱיֵה-עֹזֵר לִי...

ענטפער: מיין 30 יעריגע מהלך - פון כתה ב' ביז הד"א י"ג אדר התשע"ט 20:46 #253540

  • Hilega
  • איצטיגע שטרעקע: 106 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 356
  • האט שוין געלייקט: 524 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 752 מאל

די געדאנק שטייט פין פריערדיגע, סאטמער רבי ז''ל, ברענגט עס אויך אסאך, ברוך שכוונת

ענטפער: מיין 30 יעריגע מהלך - פון כתה ב' ביז הד"א י"ד אדר התשע"ט 12:08 #253545

  • לעשות רצונך חפצתי
  • איצטיגע שטרעקע: 50 טעג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 10
  • האט שוין געלייקט: 16 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל
צדיק12 געשריבן on י"ג אדר התשע"ט 19:56:


אי"ה בקרוב האף איך ממשיך צו זיין מיט מיין מהלך קיין הד"א.


מיר קענען קוים ווארטן...

ענטפער: מיין 30 יעריגע מהלך - פון כתה ב' ביז הד"א י"ד אדר התשע"ט 13:09 #253550

  • יוסף המלך
  • איצטיגע שטרעקע: 56 טעג
  • OFFLINE
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 93
  • האט שוין געלייקט: 1588 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 139 מאל
צדיק12 געשריבן on י"ג אדר התשע"ט 19:56:

קודם כל וויל איך אפגעבן א שבח והודאה צום בורא כל עולמים, אדון כל המעשים, על כל החסד אשר עשה עמדי, אז איך האלט ב"ה ביי 39 הייליגע ריינע טעג, טעג וואס האט מיר געברענגט נענטער צום רבוש"ע. 
היינט צופרי, אזוי לערנענדיג מיין שיעור אין גמרא מסכת יומא, איז מיר בייגעפאלן א געוואלדיגע געדאנק, וואס האט מיר מורא'דיג מחזק געווען, און איך וויל עס דא מיט טיילן מיט די טייערע חברים, אפשר וועט נאך איינער קענען שעפן חיזוק דערפון.
די משנה זאגט אז 7 טעג פאר יום כפור, דאס מיינט גאנץ עשרת ימי תשובה, האט מען אפגעשיידט דעם כהן גדול פון זיין שטוב, און ער האט געוואוינט אין לשכת פרהדרין ביז יום כיפור, כדי ער זיך חלילה נישט טמא ווערן, און נאכדעם וועט ער נישט קענען טוהן די עבודה אום יום כיפור.
די משנה לייגט צו, אז מען האט אויך צוגעגרייט א צווייטע כהן, אז אויב ח"ו די כהן גדול ווערט יא טמא, זאל דער צווייטער כהן  קענען דינען אלס כהן גדול.
פרעגט די גמרא אויב אזוי אפשר זאל מען אויך צוגרייטן פארן כהן גדול א צווייטער ווייב, אז אויב זיין ווייב וועט ל"ע שטארבן פאר יום כיפור, זאל די כהן גדול תיכף קענען חתונה האבן נאכאמאל, ווייל עס שטייט אין פסוק וכפר בעדו ובעד ביתו, וואס מען זעהט פון דא אז דער כהן גדול מיז האבן א ווייב.
ענטפערט די גמרא אז פאר מיתה איז מען נישט חושש, ווייל מיתה נישט מצוי, אבער טומאת קרי איז יא מצוי.
דא האב איך מיך אפגעשטעלט. איך טראכט צו מיר, פון וועמען רעדט מען דא? פון די הייליגסטער מענטש אין די וועלט - דער כהן גדול, אין די הייליגסטע זמן פון די יאר  - בין כסה לעשור, וועלכער גרייט זיך יעצט פאר 7 טעג אריין צו זיין טוהן די הייליגסטע עבודה אויף די הייליגסטע מקום אויפן וועלט - דער קודשי קדשים. מיר ווייסן אז די וועלט איז צוטיילט אין דריי בחינות, עולם, שנה, און נפש, און יעצט שטייט מען ביים הייליגסטע פלאץ פון אלע דריי בחינות, און אפילו דארט זאגן די חז"ל אז "טומאת קרי איז מצוי"? ווי אזוי קען דאס זיין?
אלא מאי האב איך געטראכט צו מיר, אז אפשר דאס וויל אונז די חז"ל ווייזן, אז טאקע ווייל ער איז די הייליגסטע מענטש, אינעם הייליגסטן זמן, אויפן הייליגסטן מקום טאקע וועגן דעם איז טומאת קרי מצוי, ווייל די שטן פארלייגט זיך מיט מורא'דיג כוחות.
דאס קען אונז אפשר געבן צו פארשטיין, פארוואס מיר געפונען זיך אין דעם מצב, ווייל די שטן האט געזעהן אין אונז געוואלדיגע כוחות, ער האט געפילט אז אונז קענען מיר אנקומען צו א מדריגה פון די כהן גדול אום יום כיפור, און טאקע וועגן דעם פארלייגט ער זיך אויף אונז מיט געוואלדיגע כוחות.
און אויב אזוי דערפון מיר אונז טאקע זיך אנגארטלען, מיט דאפלטע כוחות, און ווייזן פארן יצר, אז אם פגע בך מנוול זה משכהו לבית המדרש, שלעפ איהם אריין אין בית המדרש, און ווייז איהם דעם גמרא, און זאג איהם אז די האסט אנדעקט זיין סוד, און דאס איז עס, דו גייסט מער נישט פאלן פאר איהם, ער וועט זיך מיזן זוכן נייע קאסטומערס.
יישר כח פארן אויסהערן...

אי"ה בקרוב האף איך ממשיך צו זיין מיט מיין מהלך קיין הד"א.


זייער שטארק!! יישר כח!

  • בלאט:
  • 1
  • 2
צייט צו מאכן א בלאט: 0.40 סעקונדעס