ברוכים הבאים, גאסט

טעמע: מיין 30 יעריגע מהלך - פון כתה ב' ביז הד"א 10371 באזוכער

ענטפער: מיין 30 יעריגע מהלך - פון כתה ב' ביז הד"א ה' ניסן התשע"ט 15:09 #254218

  • שמע-תפלתי
  • איצטיגע שטרעקע: 15 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 483
  • האט שוין געלייקט: 465 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1161 מאל
  • קאָרמא: 6
נטע געשריבן on ה' ניסן התשע"ט 14:50:

chbd געשריבן on ה' ניסן התשע"ט 14:25:

אפי' ווען די האסט דיר שוין געדרייט דא ?

אבער ב״ה הדא - מיט דער פריעדיגער מנהל לומד - איז געווען פאר מיר דער ריכטיגער בריק אריין צו ריקאווערי.

"בריק" איז די בעסטע אויסדריק פאר הדא
להטות לבבנו אליו ללכת בכל דרכיו ולשמר מצותיו וחקיו ומשפטיו אשר צוה את אבתינו
כי עיקר מציאות האדם בעה"ז הוא רק לקיים מצות ולעמד בניסיון,  והנאות העולם אין ראוי שיהו לו אלא לעזר ולסיוע בלבד לשיהיה לו נחת רוח ויישוב הדעת למען יוכל לפנות לבו אל העבודה הזאת מסילת ישרים

ענטפער: מיין 30 יעריגע מהלך - פון כתה ב' ביז הד"א ה' ניסן התשע"ט 15:18 #254219

  • נטע׳לע
  • איצטיגע שטרעקע: 973 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1493
  • האט שוין געלייקט: 2548 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2253 מאל
  • קאָרמא: 16
שמע-תפלתי געשריבן on ה' ניסן התשע"ט 15:09:

"בריק" איז די בעסטע אויסדריק פאר הדא

ס׳איז נישט מיינס. אונזער ידיד דרך ממוצע האט עס אמאל גענוצט

מיין אימעיל אדער הענגאוטס (בעסער הענגאוטס) איז אייביג אפן צו העלפן מיט וואס איך קען, צו  This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it

מיין פאון נאמבער צו טעקסטן איז +1 (802) 359-7167 (בעסטע אפשען)

איך וועל פרובירן און מיך פרייען צו העלפן.

נטע׳לע

ניגון; דו ביסט א גוטער מענטש

ענטפער: מיין 30 יעריגע מהלך - פון כתה ב' ביז הד"א ה' ניסן התשע"ט 15:51 #254220

  • פּרובירט
  • איצטיגע שטרעקע: 16 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 878
  • האט שוין געלייקט: 2012 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1058 מאל
  • קאָרמא: 28

באלד וועסטו נאך פארטרייבן ר חב'ד פון אונז
לומד פלעגט אלס זאגן (מסתם זאגט ער נאך נאר איך הער נישט)
אז יעדער קען זאגן וואס ס'האט גע'ארבעט פאר אים נישט זאגן אויף זיכער וואס וועט יא אדער נישט ארבעטן פאר יענעם
חב'ד בלייב דא אפשר וועט פאר דיר יא זיין אנדערש ווי שמע
די וועסט דיר אי'ה ארויס זען דערפון אויב די זעסט איין וועג העלפט לייג צי נאך אבער חלילה אויף געבען וועגען די וואס זאגן אז ס'ארבעט נישט

סאיז נישט דא קיין נעכטען,  סאיז נישט דא קיין  מארגען,
סאיז נאר דא א ביסעלע יעצט, וואז'שע  דארף מען זארגען,
https://drive.google.com/file/d/1kbjaMu9xqZlt14NUut00rZl4v8_MDp7d/preview

ענטפער: מיין 30 יעריגע מהלך - פון כתה ב' ביז הד"א ה' ניסן התשע"ט 15:54 #254221

  • שמע-תפלתי
  • איצטיגע שטרעקע: 15 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 483
  • האט שוין געלייקט: 465 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1161 מאל
  • קאָרמא: 6
פּרובירט געשריבן on ה' ניסן התשע"ט 15:51:

באלד וועסטו נאך פארטרייבן ר חב'ד פון אונז
לומד פלעגט אלס זאגן (מסתם זאגט ער נאך נאר איך הער נישט)
אז יעדער קען זאגן וואס ס'האט גע'ארבעט פאר אים נישט זאגן אויף זיכער וואס וועט יא אדער נישט ארבעטן פאר יענעם
חב'ד בלייב דא אפשר וועט פאר דיר יא זיין אנדערש ווי שמע
די וועסט דיר אי'ה ארויס זען דערפון אויב די זעסט איין וועג העלפט לייג צי נאך אבער חלילה אויף געבען וועגען די וואס זאגן אז ס'ארבעט נישט

חס ושלום, איך האב עס נישט געמיינט אין א שלעכטע וועג, אדרבא, אויב איינער האט אן אנדערע עקספיריענס, זאל יענער דא ארויף קומען, אין זיך לאזען הערען.
קען זיין פאר א נישט עדיקט איז די זאך אנדערש, אבער דעמאלטס קען זיך יענער בדרך כלל העלפען אן הדא אויך..

להטות לבבנו אליו ללכת בכל דרכיו ולשמר מצותיו וחקיו ומשפטיו אשר צוה את אבתינו
כי עיקר מציאות האדם בעה"ז הוא רק לקיים מצות ולעמד בניסיון,  והנאות העולם אין ראוי שיהו לו אלא לעזר ולסיוע בלבד לשיהיה לו נחת רוח ויישוב הדעת למען יוכל לפנות לבו אל העבודה הזאת מסילת ישרים

ענטפער: מיין 30 יעריגע מהלך - פון כתה ב' ביז הד"א ה' ניסן התשע"ט 16:13 #254222

  • נטע׳לע
  • איצטיגע שטרעקע: 973 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1493
  • האט שוין געלייקט: 2548 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2253 מאל
  • קאָרמא: 16
פּרובירט געשריבן on ה' ניסן התשע"ט 15:51:

באלד וועסטו נאך פארטרייבן ר חב'ד פון אונז
לומד פלעגט אלס זאגן (מסתם זאגט ער נאך נאר איך הער נישט)
אז יעדער קען זאגן וואס ס'האט גע'ארבעט פאר אים נישט זאגן אויף זיכער וואס וועט יא אדער נישט ארבעטן פאר יענעם
חב'ד בלייב דא אפשר וועט פאר דיר יא זיין אנדערש ווי שמע
די וועסט דיר אי'ה ארויס זען דערפון אויב די זעסט איין וועג העלפט לייג צי נאך אבער חלילה אויף געבען וועגען די וואס זאגן אז ס'ארבעט נישט

זייער גוט געזאגט! פאר יעדעם ארבייט עפעס אנדערש, אזויווי כהאב פריער געשריבן.

מ׳קען אפי׳ נעמען א ראיה פון פרובירט וואס ער איז סאבער דשאסט פון זיך דא דרייען.

חב״ד הענג ארואנד. וועסט שוין אליינס זען דיין מצב!!

מיין אימעיל אדער הענגאוטס (בעסער הענגאוטס) איז אייביג אפן צו העלפן מיט וואס איך קען, צו  This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it

מיין פאון נאמבער צו טעקסטן איז +1 (802) 359-7167 (בעסטע אפשען)

איך וועל פרובירן און מיך פרייען צו העלפן.

נטע׳לע

ניגון; דו ביסט א גוטער מענטש

ענטפער: מיין 30 יעריגע מהלך - פון כתה ב' ביז הד"א ה' ניסן התשע"ט 17:34 #254224

  • פּרובירט
  • איצטיגע שטרעקע: 16 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 878
  • האט שוין געלייקט: 2012 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1058 מאל
  • קאָרמא: 28

פון מיר זאלסטו נישט ברענגען קיין ראיה ווייל יעך האב בכלל נישט די נסיוינות אויף די זעלבע לעוועל ווי ענק
(ס'האט מיר אבער פיין געשמעקט די קאמפלימענט) 

סאיז נישט דא קיין נעכטען,  סאיז נישט דא קיין  מארגען,
סאיז נאר דא א ביסעלע יעצט, וואז'שע  דארף מען זארגען,
https://drive.google.com/file/d/1kbjaMu9xqZlt14NUut00rZl4v8_MDp7d/preview

ענטפער: מיין 30 יעריגע מהלך - פון כתה ב' ביז הד"א ה' ניסן התשע"ט 20:07 #254226

  • chbd
  • איצטיגע שטרעקע: 25 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 29
  • האט שוין געלייקט: 173 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 80 מאל
שמע-תפלתי געשריבן on ה' ניסן התשע"ט 15:54:

פּרובירט געשריבן on ה' ניסן התשע"ט 15:51:

באלד וועסטו נאך פארטרייבן ר חב'ד פון אונז
לומד פלעגט אלס זאגן (מסתם זאגט ער נאך נאר איך הער נישט)
אז יעדער קען זאגן וואס ס'האט גע'ארבעט פאר אים נישט זאגן אויף זיכער וואס וועט יא אדער נישט ארבעטן פאר יענעם
חב'ד בלייב דא אפשר וועט פאר דיר יא זיין אנדערש ווי שמע
די וועסט דיר אי'ה ארויס זען דערפון אויב די זעסט איין וועג העלפט לייג צי נאך אבער חלילה אויף געבען וועגען די וואס זאגן אז ס'ארבעט נישט

חס ושלום, איך האב עס נישט געמיינט אין א שלעכטע וועג, אדרבא, אויב איינער האט אן אנדערע עקספיריענס, זאל יענער דא ארויף קומען, אין זיך לאזען הערען.
קען זיין פאר א נישט עדיקט איז די זאך אנדערש, אבער דעמאלטס קען זיך יענער בדרך כלל העלפען אן הדא אויך..

איך האלט נישט אז איך בין עדיקט אבער אן הדא קען איך נישט

הרי זאת היא מדת הבינונים ועבודתם לכבוש היצר וההרהור העולה מהלב למוח ולהסיח דעתו לגמרי ממנו ולדחותו בשתי ידים כנ''ל ובכל דחיה ודחיה שמדחהו ממחשבתו אתכפיא ס''א לתתא ובאתערותא דלתתא אתערותא דלעילא ואתכפיא ס''א דלעילא...........ולכן אל יפול לב האדם                                              ובשם השם נעשה ונצליח

ענטפער: מיין 30 יעריגע מהלך - פון כתה ב' ביז הד"א ו' ניסן התשע"ט 14:54 #254242

  • ber
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 151
  • האט שוין געלייקט: 837 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 397 מאל
  • קאָרמא: 2
פּרובירט געשריבן on ה' ניסן התשע"ט 09:40:

אבער די אנדערע זייט איז 
דאס איז דיין פעקל נישט אירס זי האט חתונה געהאט מיר א נארמאלע מאן און זי מיז נישט ווערן דיין טערפיסט איך פארשטיי די דארפסט הילף אבער ס'איז דיין פראבלעם לייג איר נישט אריין אין דיין פעקל
אזוי איז דא נאך צדדים לכאן ולכאן ליין איז דארט דורך
און די עיקר גארנישט טון און א ספעצליסט

איר האט מיר נישט גוט פארשטאנען.... אפשר פרובירט אבער....
איך דארף נישט מיין ווייב פאר קיין טערעפיסט... (און ביי דע וועי איך בין יא מיין ווייבס טערעפיסט.... איך ווייס נישט צי דו האסט קינדער אבער איך האב געווארט אויף קינדער א גוטע 3 יאר.... מיט 2 נפלים אינצווישן.... [משום נאטירליכע סיבות גארנישט ספעציעל ב"ה....] (איך בין נישט קיין רחמנות דאנט ווארי.....) און איך דארף דיר נישט מסביר זיין אז יעדע 30 טעג ווען די וסת איז אנגעקומען איז א קליינע ת"ב ביי מיר אינדערהיים און ס'האט געקאסט אסאך כוחות עס מסדר צי זיין..... און בכלל די קללה פון בעצב תלדו בנים איז על פי עניות דעתי נישט נאר ווען מ'איז מעוברת ס'איז די גאנצע מהלך פון האבן קינדער דאס הייסט וסת וכל המתתעף..... ואכמ"ל)
איך האב נאר געמיינט צי שרייבן אז זי וועט מיך פארשטיין און אפשר אפי' העלפן...(וואס זי האט שוין געטון אוין די פארגאנגענהייט.... אין כאן מקומו....)

אסאך הצלחה!!!
דיין חבר 
בערעלע.

איך בעט דיך, האלט דיך רואיג.... בערל!!

ענטפער: מיין 30 יעריגע מהלך - פון כתה ב' ביז הד"א ו' ניסן התשע"ט 15:12 #254243

  • פּרובירט
  • איצטיגע שטרעקע: 16 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 878
  • האט שוין געלייקט: 2012 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1058 מאל
  • קאָרמא: 28

האב איך דיר דיר געזאגט ס'איז דא צדדים אויף ביידע זייטן און ווען איך זאג טערעפי מיין איך נישט דוקא טערפי נאר הילף פון איר 
אבער נאך אלעם איז דאס דיין פראבלעם און ס'איז דא צד וואס זאגט לאז איר בלייבן מיט איר ערליכע מאן זי דארף נישט יעצט אנהייבן טראכטען וואס איר מאן איז און וואס ער איז געווען דאס אז די דארפסט העלפ איז דיין פראבלעם נישט אירס
איך האף אז די האסט מיר יעצט בעסער פארשטאנען
אויב נישט איז אויך גוט 

נטע'לע איך מיין די שמועס בלאנגט אנדערש און יענע טרעד

סאיז נישט דא קיין נעכטען,  סאיז נישט דא קיין  מארגען,
סאיז נאר דא א ביסעלע יעצט, וואז'שע  דארף מען זארגען,
https://drive.google.com/file/d/1kbjaMu9xqZlt14NUut00rZl4v8_MDp7d/preview

ענטפער: מיין 30 יעריגע מהלך - פון כתה ב' ביז הד"א כ"ג ניסן התשע"ט 17:18 #254315

  • צדיק12
  • איצטיגע שטרעקע: 704 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 183
  • האט שוין געלייקט: 494 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 669 מאל
  • קאָרמא: 15

עס איז ב"ה אדורך א הייליגע ריינע יו"ט פסח, איך האב נישט קיין צייט פאר קיין לאנגע תגובות, אבער איך וויל נעמען דעם געלעגנהייט צו דאנקען אונזער ליבער פאטער בתוך רבים, פאר די הייליגע ריינע 108 טעג. ק"ח נא את ברכתי אשר הבאתי לך כי חנני אלקים וכי יש לי כל.

טאטע, איך שענק דיר די אלע ריינע טעג אלס א מתנה פאר דיין הילף, אז איך זאל זיך קענען האלטן בגדר אנושי.

אויך וויל איך אפגעבן א באזינדערע דאנק פארן רבוש"ע ווייל עס איז מיר געווען א גרויסע חיזוק צו באמערקן, אז מיין 70'סטע טאג איז געווען אינעם הייליגן טאג פורים, 100 איז געווען דער ערשטן טאג פסח, און 150 וועט בעזר השי"ת זיין ביום מתן תורתינו דער ערשטן טאג שבועות.

און עקסטער וויל איך אפגעבן א שבח והודאה פאר קוב"ה אז איך גיי יעצט ב"ה אדורך שווערע זמנים אין א צווייטע גשמיות'דיגע נושא, און לשעבר פלעגן אזעלכע זמנים זיין א רעסעפי פאר דיזעסטער, און דורכפעלער איינס נאכן צווייטן.

דעריבער וויל איך דאנקען דעם רבוש"ע צוויי-פאכיג, איינס, חייב לברך על הרע כשם שמברך על הטוב, פשוט א דאנק פאר די שווערע צייטן, איך בין זיכער אז עס איז מלא טוב. און צווייטנס, אז דו האסט מיר געוויזן אז איך קען ביישטיין אפילו אין די שווערע צייטן, און פאר דעם אליין איז עס שוין ווערט געווען.

ה' אֱלֹקי - שִׁוַּעְתִּי אֵלֶיךָ, וַתִּרְפָּאֵנִי... ה' הֶעֱלִיתָ מִן שְׁאוֹל נַפְשִׁי חִיִּיתַנִי מִיָּרְדִי בוֹר... הִסְתַּרְתָּ פָנֶיךָ הָיִיתִי נִבְהָל... אֵלֶיךָ ה' אֶקְרָא וְאֶל ה' אֶתְחַנָּן... מַה-בֶּצַע בְּדָמִי בְּרִדְתִּי אֶל-שָׁחַת...  שְׁמַע-ה' וְחָנֵּנִי ה' הֱיֵה-עֹזֵר לִי...

לעצט פארראכטן: כ"ג ניסן התשע"ט 22:26 דורך צדיק12.

ענטפער: מיין 30 יעריגע מהלך - פון כתה ב' ביז הד"א כ"ג ניסן התשע"ט 17:21 #254317

  • שמע-תפלתי
  • איצטיגע שטרעקע: 15 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 483
  • האט שוין געלייקט: 465 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1161 מאל
  • קאָרמא: 6

יישר כח, דיין סוקסעס איז אינזער סוקסעס, קיפ איט אפ....

להטות לבבנו אליו ללכת בכל דרכיו ולשמר מצותיו וחקיו ומשפטיו אשר צוה את אבתינו
כי עיקר מציאות האדם בעה"ז הוא רק לקיים מצות ולעמד בניסיון,  והנאות העולם אין ראוי שיהו לו אלא לעזר ולסיוע בלבד לשיהיה לו נחת רוח ויישוב הדעת למען יוכל לפנות לבו אל העבודה הזאת מסילת ישרים

ענטפער: מיין 30 יעריגע מהלך - פון כתה ב' ביז הד"א כ"ג ניסן התשע"ט 20:31 #254319

  • יוסף המלך
  • איצטיגע שטרעקע: 80 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 143
  • האט שוין געלייקט: 2681 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל
  • קאָרמא: 2
צדיק12 געשריבן on ד' ניסן התשע"ט 14:37:

איך שטיי דא געציילטע שעות פאר'ן פייער'ן דעם לאנג דערווארטעטער ניינציג'ער, די התרגשות איז עד לב השמים. ווי אזוי בין איך דא אנגעקומען? ווי אזוי קען דאס זיין? איך ציפ מיך אליין צו זעהן אויב עס איז טאקע מיר.
איך האב שוין געהאט אויף געגעבן, איך האב שוין געטראכט דאס איז עס, אזוי וועל איך בלייבן. אי"ה אפשר אין די נעקסטע גלגול וועל איך קענען מתקן זיין וואס איך האב דא מקלקל געווען.
אבער אונזער ליבער טאטע האט אנדערש געטראכט. רבות מחשבות בלב איש, ועצת ה' הוא תקום. הוא אמר ויהי, הוא צוה ויעמוד. אונזער טאטע האט באוויליגט מיינע תפילות, און ער איז געקומען צו מיין הילף אין דעם שווערע נסיעה, און אט גייט מען פייערן 90 הייליגע טעג.
לכבוד די שמחה וועל איך ווידער נעמען די פענע, און שרייבן אביסל וויאזוי עס איז צוגעגאנגען די מכה בפטיש ביז איך בין אנגעקומען צו אונזער חבריא קדישא, יחודי סגולה חברי הד"א.

און יעצט צום מכה בפטיש.

מיט עטליכע חדשים צוריק, עס איז געווען א יארצייט ביי אונז אין די משפחה, פון א משפחה מיטגליד צו וועם איך האב א נאנטע התקשרות. איך האב געפראוועט דעם יארצייט, געווען ביים ציון, גאר דערהויבן, אויסגעגאסן דאס הארץ. ויהי ערב ויהי בוקר.

א טעקסט מעסעדזש

אינדערפרי נאך שחרית, באמערק איך א טעקסט אויף מיין טעלעפון פון א אומבאקאנטע נומער, א פרוי (אדער נישט) שרייבט דארט " אנדרו, לעצטע יאר, האבן מיר געשמועסט אז מיר גייען זיך טרעפן ווען איך קום קיין נ.י., עס האט זיך נישט אויסגעארבייט, אפשר דאס יאר?" און די מכשפה האט מיטגעלייגט גאר אן אויסגעלאסן בילד.

איך טראכט צו מיר, זאל איך יא ענטפערן, אדער נישט. איך האב באשלאסן אז איך שרייב צוריק אז "איר האט געדריקט אן אומריכטיג קנעפל". האב איך איהר גע'ענטפערט "איך בין נישט אנדרו..." אבער איך האב צוגעלייגט נאך א נער'ישע פאר ווערטער, וואס עד היום הזה גייט עס מיר נישט אין קאפ אריין פארוואס איך האב דאס געשריבן. איך האב צוגעלייגט "...אבער איך האב הנאה געהאט פונעם בילד".

פארשטייט זיך, זו האט תיכף צוריק גע'ענטפעט "ווילסט נאך?" און זו האט נישט געווארט אויף א תשובה, און באלד געשיקט נאך אפאר, דערנאך האט זו געוואלט גיין צו א אנליין טשעט רום, און צו א ווידיא קאל. איך האב איהר אויף אלעם אפגעזאגט. איך האב מער נישט גע'ענטפערט, זו האט עטליכע מאל געשיקט מעסעדזשע'ס "ווי ביסטו נעלם געווארן?" איך האב איהר מער נישט גע'ענטפערט. און יענע נאכט האב איך אויסגעמעקט אלע מעסעדזשעס. און געהאפט אז די גאנצע געשעפט זאל פארלוירן ווערן אין היסטאריע...

געכאפט ביי די מעשה

נאר איין קליינע פרט האב איך נישט געוואוסט, אז פאר איך האב אויסגעמעקט די אלע טעקסט מעסעדשעס, האט מיין טייערע ווייב זז"ג, באמערקט די אלע מעסעדזשעס אויף מיין טעלעפון...

זו איז געווארן צושאסן אויף שטיקער!! הזאת נעמי??? איז דאס טאקע דער מאן אויף וועם איך האב אלע יארן אזוי ארויף געקוקט? קען עס דען זיין? ניין! עס איז נישט מעגליך!!

זו האט געקוקט נאך אמאל אויף די מעסעדזשעס, און זו האט גענומען מיט איר טעלעפון בילדער פון די מעסעדשעס, אז זו זאל זיך נישט קענען אליין איין רעדן אז עס איז נישט אמת! (אזוי ווי זו האט מיר ביי א שפעטערע גלעגנהייט דערציילט, זו האט מורא געהאט אז זו וועט עס אליין נישט גלייבן, נישט אז איך וועל לייקענען!)

זו האט מיר אבער נאך גארנישט געזאגט, ווייל 2 טאג שפעטער האב איך געדארפט אוועק פארן פאר א וואך פאר ביזנעס, האט זו מחליט געווען אז זו וועט ווארטן ביז איך קום צוריק. מה עשה הקב"ה, משום סיבות שונות האב איך געדארפט טוישן מיין טריפ מיט א טאג פריער. איך האב איר גערופן זאגן דעם נעקסטן טאג אז איך מיז שוין פארן. האט זו גע'ענטפערט שאר זייער גערן! עס איז ביי מיר געווען א שטיקל חידוש, ווייל זו האט נישט ליב ווען איך פאר אוועק...

במשך די וואך וואס איך בין נישט געווען אינדערהיים, איז ביי איהר געווען תשעה באב, זו האט געוויינט אן אויפהער.

זייענדיג אינטער וועגנס איז מיר אויסגעקומען צו גיין צום ציון פון איינע פון די גרויסע פועלי ישועות וואס ליגן אין אייראפע. איך בין אריין צום ציון, עס האט מיר אנגעכאפט א מורא'דיגע התעוררות, און איך האב אויסגעזאגט גאנץ תהלים מיט א געוואלדיגע השתפכות הנפש, ווען איך בין אנגעקומען צו די ווערטער "לב טהור ברא לי אלקים ורוח נכון חדש בקרבי" האב איך זיך מורא'דיג צו וויינט, און איך האב נישט געקענט צום ווארט קומען פאר עטליכע מינוט. עס האט מיר געדויערט בערך דריי-און-א-האלב-שעה צו ענדיגן גאנץ תהלים.

מיין נסיעה האט זיך גע'ענדיגט, איך בין אהיים געקומען. איך האב געזעהן אז מיין ווייב איז נישט אין ארדענונג. איך האב איר געפרעגט וואס גייט פאר, האט זו מיר געזאגט אז זו דארף עפעס שמועסן מיט מיר, אבער עס איז נישט יעצט די צייט דערצו.

איך האב איהר צו געשטופט דערצו, איך בין אריין מיט איהר אין א פארמאכטע צימער, און איך האב איר געזאגט, אויב דו האסט עפעס וואס באדערט דיר, זאג מיר, האלט עס נישט פארמאכט.

זו האט אויס געפלאצט אין א ביטערע געוויין!

איך האב נישט קיין ווערטער צו שילדערן, די געפילן, די ווייטאג, די יסורי הנפש, וואס מיין ווייב איז א דורך. זו האט נישט געקענט רעדן. זו האט געהאט אפגעשריבן אויף א צעטל א בריוו צו מיר, עס גיסן זיך טרערן פון מיר ווען איך טראכט נאר פון מיין ווייב אין יענע מאמענט, פון די בריוו, פון די צער, פון די ווייטאג, פון די יסורי הגוף והנפש, וואס איך האב איר אנגעמאכט.

ואני כחרש לא אשמע וכאלם לא יפתח פיו

איך בין געווען שטים, איך האב נישט געקענט, ענטפערן קיין ווארט, עס איז געווארן שפעט, איך האב איהר געזאגט איך גיי דאווענען מעריב, און מען וועט רעדן ווען איך קום צוריק.

איך בין אהיים געקומען און איך זאג איהר חטאתי עויתי פשעתי, ביזט גערעכט. נאך פאר איך האב געקענט רעדן ווייטער, זאגט זו מיר, עס איז דא הילף! און זו ווייזט מיר אז זו האט אויף געמישט א סייט אויפן קאמפיוטער, און זו וויל איך זאל קוקן דעם ווידיא פון 8 מינוט, אויף GuardYourEyes.com

במשך די צייט וואס איך בין נישט געווען אינדערהיים האט זו געמאכט ריסירטש, און זו האט מיר צו געגרייט דעם גאנצן נסיעה צו קדושה וטהרה, כשולחן ערוך ומוכן לאכול.

איך האב מיך תיכף אנגעשלאסן אין דעם הייליגן חבורה. און דא בין איך גרייט מסיים צו זיין דעם ערשטן שטאפל אין קדושה ביים מסיים זיין 90 הייליגע טעג, און ממשיך זיין די נסיעה צו א הייליגע לעבן, איין טאג אויף א מאל.

יעצט קוקנדיג אויף צוריק, איז דאס געווען מיין בעסטע נפילה אין מיין לעבן, עס איז געווען אזוי ווי א סלינג-שאט, עס האט מיך אראפ געשלעפט זייער טיפ, און דערנאך ארויף געשאסן זייער הויעך.

אודה ה' מאד בפי ובתוך רבים אהללנו.

wow
הערשט יעצט געזען... מורא’דיג lucky you
יישר כח

ענטפער: מיין 30 יעריגע מהלך - פון כתה ב' ביז הד"א כ"ג ניסן התשע"ט 20:42 #254320

  • אברהם העברי
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 249
  • האט שוין געלייקט: 564 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 743 מאל
  • קאָרמא: 4

ליידער קום איך לעצטנס ווייניג אן צו שרייבן דא אין שטעטעלע הדא, אבער היינט אריינטאנצנדיג דא, האב איך געמערקט די בלוי-געשריבענע 'געכאפט ביי די מעשה' געשיכטע פון ידידינו הצדיק, און כ'קען בלויז מגיב זיין מיט א: wowowow
כ'האב באמת נישט וואס צוצולייגן, דער געשיכטע שרייט פון זיך אליינס, אין מילים!

ענטפער: מיין 30 יעריגע מהלך - פון כתה ב' ביז הד"א ה' אייר התשע"ט 12:24 #254382

  • אין שום יאוש
  • איצטיגע שטרעקע: 728 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 528
  • האט שוין געלייקט: 974 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1059 מאל
  • קאָרמא: 23

מזל טוב צדיק12 פאר דיינע 120 טעג סויבער 

ענטפער: מיין 30 יעריגע מהלך - פון כתה ב' ביז הד"א ה' אייר התשע"ט 15:30 #254383

  • יחיאל
  • איצטיגע שטרעקע: 14 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • זוך שטארקען
  • מעלדונגען: 1114
  • האט שוין געלייקט: 5864 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 993 מאל
  • קאָרמא: 20

איך האב יעצט דארעך געליינט די גאנצע מעשה איך בין שאקט איך ווייס נישט וואס צו זאגען  [size=2]פון צדיקל12][/size]
 צו אין שום יואש  נאך איין טאג אין נאך איין אין נאך איין טאג מיט סייעתא דשמעיא 
          90

זוך שטארקען און נאכאמאל זוך שטארקען בוז מען וועט ווערן 
א גיבור  [הכובש את יצרו]

ענטפער: מיין 30 יעריגע מהלך - פון כתה ב' ביז הד"א ז' אייר התשע"ט 10:52 #254384

  • צדיק12
  • איצטיגע שטרעקע: 704 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 183
  • האט שוין געלייקט: 494 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 669 מאל
  • קאָרמא: 15

הנ"ה מ"ה טו"ב (122) ומה נעים שבת אחים גם יחד.

עס איז אזוי גוט און אזוי זיס, צו זיצן דא אויף הד"א מיט מיינע ליבע חברים, וואס פערזענליך קען איך קיינעם נישט - עכ"פ אויף וויפיל איך ווייס - אבער בפנימיות קענען מיר זיך אלע, בעסער ווי אונזערע נאנטע ידידים און משפחה אינעם עולם התוהו.

ווען איינער זאל מיר קומען זאגן פאר 6 חדשים צוריק, אז איך קען באמת זיין ריין, און אז באמת קען איך עומד זיין בנסיון, פארשטייט זיך מיטן הילף פון אןנזער ליבער טאטע, וואלט איך איהם געזאגט אז ער לעבט אין פאנטאזיעס.

טייערע ברודערלעך! הגומל חסדי"ם טובים לעמו ישראל! אונזער ליבער פאטער, האט באוויזן חסדי"ם 122 הייליגע ריינע טעג, און מיר שטעלן זיך נישט אפ, מיטן היף פונעם בוכ"ע פארן מיר פול טעמפא פאראויס, האפענטליך ביז ביאת המשיח.

לכבוד מיין 122'טע טאג וועל איך לויבן דעם בורא מיטן 122 קאפיטל פונעם נעים זמירות ישראל.

א  שִׁיר הַמַּעֲלוֹת, לְדָוִד. שָׂמַחְתִּי, בְּאֹמְרִים לִי--    בֵּית ה' נֵלֵך.
עס איז מיר געווארן א געוואלדיגע שמחה, ווען מען האט מיר דערציילט וועגן דעם בית ה' הד"א.

ב  עֹמְדוֹת, הָיוּ רַגְלֵינוּ--    בִּשְׁעָרַיִךְ, יְרוּשָׁלִָם.
ווען איך בין געשטאנען ביים טויער אויפן וועג אריין קיין ירושלים-הד"א, זענען מיינע פוס געבליבן שטיין אונגאנצן פארגאפט.

ג  יְרוּשָׁלִַם הַבְּנוּיָה--    כְּעִיר, שֶׁחֻבְּרָה-לָּהּ יַחְדָּו.
דער שטעטעלע הד"א איז געבויט געווארן מחבר צו זיין און צוזאם צוברענגען טייערע אידישע ברודערלעך תחת כנפי השכינה

ד  שֶׁשָּׁם עָלוּ שְׁבָטִים, שִׁבְטֵי-קהּ--עֵדוּת לְיִשְׂרָאֵל:    לְהֹדוֹת, לְשֵׁם ה'.
דא אויף הד"א קומען יעדן דאג אחב"י שבטי ק-ה צו דאנקען און לויבן דעם באשעפער'ס נאמען, אז מען האט זוכה געווען צו זיין ריין נאך א טאג

ה  כִּי שָׁמָּה, יָשְׁבוּ כִסְאוֹת לְמִשְׁפָּט:    כִּסְאוֹת, לְבֵית דָּוִד.
דארטן אין הד"א טוט מען זיך דערנענטערן צום בורא, און זיך גרייטן צום משפטו של עולם, און דורך דעם טוהט מען דערנענטערן די כסאות לבית דוד, די גאולת משיח בן דוד.

ו  שַׁאֲלוּ, שְׁלוֹם יְרוּשָׁלִָם;    יִשְׁלָיוּ, אֹהֲבָיִךְ.
מען פרעגט זיך נאך איינער אויפן צווייטן, ווי אזוי עס גייט, און מען איז זיך מחזק איינער דעם צווייטן ווי ליבע פריינט.

ז  יְהִי-שָׁלוֹם בְּחֵילֵךְ;    שַׁלְוָה, בְּאַרְמְנוֹתָיִךְ.
זאל דער רבוש"ע אונז אלע העלפן, אז עס זאל רוען שלום ושלוה, דא אין אונזער מיליטער, א רואיגקייט, און אונזער פאלאץ.

ח  לְמַעַן, אַחַי וְרֵעָי--    אֲדַבְּרָה-נָּא שָׁלוֹם בָּךְ.
טייערע ליבע ברודער און חברים, איך וועל ווייטער מתפלל זיין פאר ענקער הצלחה.

ט  לְמַעַן, בֵּית-ה' אֱלֹקינוּ--    אֲבַקְשָׁה טוֹב לָךְ.
און בזכות זה זאל די רבוש"ע אראפ ברענגען דעם בית ה' אלוקינו, וואס מיר ווארטן שוין אזוי לאנג דערויף.

ה' אֱלֹקי - שִׁוַּעְתִּי אֵלֶיךָ, וַתִּרְפָּאֵנִי... ה' הֶעֱלִיתָ מִן שְׁאוֹל נַפְשִׁי חִיִּיתַנִי מִיָּרְדִי בוֹר... הִסְתַּרְתָּ פָנֶיךָ הָיִיתִי נִבְהָל... אֵלֶיךָ ה' אֶקְרָא וְאֶל ה' אֶתְחַנָּן... מַה-בֶּצַע בְּדָמִי בְּרִדְתִּי אֶל-שָׁחַת...  שְׁמַע-ה' וְחָנֵּנִי ה' הֱיֵה-עֹזֵר לִי...

ענטפער: מיין 30 יעריגע מהלך - פון כתה ב' ביז הד"א ז' אייר התשע"ט 11:00 #254385

  • אין שום יאוש
  • איצטיגע שטרעקע: 728 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 528
  • האט שוין געלייקט: 974 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1059 מאל
  • קאָרמא: 23
צו אין שום יואש  נאך איין טאג אין נאך איין אין נאך איין טאג מיט סייעתא דשמעיא 
          90

שכח יחיאל איך וויל דא ארויסברענגען א נקודה 90 טעג מן הסתם האט עס עפעס א פשט אבער איך גלייב אז עס איז נאר פאר געזינטע מענטשן איך בין א ביטער קראנקע מענטש איך זעה נישט אז ביי מיר זאל 90 טעג אויפטוען (ווער ווייסט אפשר מארגן וועט זיך אלעס טוישן אויף איין מאל) איך בין א סעקס עדדיקט א ביטער קראנקע מענטש מיר קען מיר העלפן שטארקע מעטאדען
לעצט פארראכטן: ז' אייר התשע"ט 11:02 דורך אין שום יאוש.

ענטפער: מיין 30 יעריגע מהלך - פון כתה ב' ביז הד"א ז' אייר התשע"ט 14:33 #254391

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 15 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1224
  • האט שוין געלייקט: 990 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2244 מאל
  • קאָרמא: 54
צדיק12 געשריבן on ז' אייר התשע"ט 10:52:

הנ"ה מ"ה טו"ב (122) ומה נעים שבת אחים גם יחד.

עס איז אזוי גוט און אזוי זיס, צו זיצן דא אויף הד"א מיט מיינע ליבע חברים, וואס פערזענליך קען איך קיינעם נישט - עכ"פ אויף וויפיל איך ווייס - אבער בפנימיות קענען מיר זיך אלע, בעסער ווי אונזערע נאנטע ידידים און משפחה אינעם עולם התוהו.

ווען איינער זאל מיר קומען זאגן פאר 6 חדשים צוריק, אז איך קען באמת זיין ריין, און אז באמת קען איך עומד זיין בנסיון, פארשטייט זיך מיטן הילף פון אןנזער ליבער טאטע, וואלט איך איהם געזאגט אז ער לעבט אין פאנטאזיעס.

טייערע ברודערלעך! הגומל חסדי"ם טובים לעמו ישראל! אונזער ליבער פאטער, האט באוויזן חסדי"ם 122 הייליגע ריינע טעג, און מיר שטעלן זיך נישט אפ, מיטן היף פונעם בוכ"ע פארן מיר פול טעמפא פאראויס, האפענטליך ביז ביאת המשיח.

לכבוד מיין 122'טע טאג וועל איך לויבן דעם בורא מיטן 122 קאפיטל פונעם נעים זמירות ישראל.

א  שִׁיר הַמַּעֲלוֹת, לְדָוִד. שָׂמַחְתִּי, בְּאֹמְרִים לִי--    בֵּית ה' נֵלֵך.
עס איז מיר געווארן א געוואלדיגע שמחה, ווען מען האט מיר דערציילט וועגן דעם בית ה' הד"א.

ב  עֹמְדוֹת, הָיוּ רַגְלֵינוּ--    בִּשְׁעָרַיִךְ, יְרוּשָׁלִָם.
ווען איך בין געשטאנען ביים טויער אויפן וועג אריין קיין ירושלים-הד"א, זענען מיינע פוס געבליבן שטיין אונגאנצן פארגאפט.

ג  יְרוּשָׁלִַם הַבְּנוּיָה--    כְּעִיר, שֶׁחֻבְּרָה-לָּהּ יַחְדָּו.
דער שטעטעלע הד"א איז געבויט געווארן מחבר צו זיין און צוזאם צוברענגען טייערע אידישע ברודערלעך תחת כנפי השכינה

ד  שֶׁשָּׁם עָלוּ שְׁבָטִים, שִׁבְטֵי-קהּ--עֵדוּת לְיִשְׂרָאֵל:    לְהֹדוֹת, לְשֵׁם ה'.
דא אויף הד"א קומען יעדן דאג אחב"י שבטי ק-ה צו דאנקען און לויבן דעם באשעפער'ס נאמען, אז מען האט זוכה געווען צו זיין ריין נאך א טאג

ה  כִּי שָׁמָּה, יָשְׁבוּ כִסְאוֹת לְמִשְׁפָּט:    כִּסְאוֹת, לְבֵית דָּוִד.
דארטן אין הד"א טוט מען זיך דערנענטערן צום בורא, און זיך גרייטן צום משפטו של עולם, און דורך דעם טוהט מען דערנענטערן די כסאות לבית דוד, די גאולת משיח בן דוד.

ו  שַׁאֲלוּ, שְׁלוֹם יְרוּשָׁלִָם;    יִשְׁלָיוּ, אֹהֲבָיִךְ.
מען פרעגט זיך נאך איינער אויפן צווייטן, ווי אזוי עס גייט, און מען איז זיך מחזק איינער דעם צווייטן ווי ליבע פריינט.

ז  יְהִי-שָׁלוֹם בְּחֵילֵךְ;    שַׁלְוָה, בְּאַרְמְנוֹתָיִךְ.
זאל דער רבוש"ע אונז אלע העלפן, אז עס זאל רוען שלום ושלוה, דא אין אונזער מיליטער, א רואיגקייט, און אונזער פאלאץ.

ח  לְמַעַן, אַחַי וְרֵעָי--    אֲדַבְּרָה-נָּא שָׁלוֹם בָּךְ.
טייערע ליבע ברודער און חברים, איך וועל ווייטער מתפלל זיין פאר ענקער הצלחה.

ט  לְמַעַן, בֵּית-ה' אֱלֹקינוּ--    אֲבַקְשָׁה טוֹב לָךְ.
און בזכות זה זאל די רבוש"ע אראפ ברענגען דעם בית ה' אלוקינו, וואס מיר ווארטן שוין אזוי לאנג דערויף.

טייערע צדיק'ל
הגם איך געב געווענליך כמעט נישט קיין "לייקס" אויף קיין תגובות, מחמת טעם הכמוס עמדי, נאר ווען איך האב עפעס צוצולייגן שרייב איך וואס איך האב צו זאגן, בין איך אבער היינט ארויס מגדרי, ווערענדיג שטארק נתפעל פון דיין הערליכע ארבעט, און דיין גאלדענעם פעדער!

זייער שיין, און מורא'דיג שטארק און גוט ארויסגעברענגט דיין הארציגע תפילה צום בורא עולם, אין אזאלעכע טייערע און הייליגע מינוטן, מי יתן והיה לבבינו זה כל הימים, דער באשעפער איז מיר דיר, און ער זאל דיר ווייטער באגלייטן אויף דיין וועג, דיין הצלחה איז אונזער הצלחה!

ענטפער: מיין 30 יעריגע מהלך - פון כתה ב' ביז הד"א י"ב אייר התשע"ט 08:58 #254453

  • כרעמזל
  • איצטיגע שטרעקע: 298 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • חזקו ואמצו!
  • מעלדונגען: 1937
  • האט שוין געלייקט: 1087 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 3607 מאל
  • קאָרמא: 67
ווען קומט א המשך צום ערציילונג?

אויב ווילסטו מיר דאנקען ⇔ דאן דאווען אז איך זאל זיך האלטן ריין
 ביטע האלט מיט די טעגליכע תהילים 
 ענטפער פרעג קאמענטיר און באדאנק זיך אויפן פארעם כדי עס צו האלטן אקטיוו 

לעצט פארראכטן: י"ב אייר התשע"ט 09:00 דורך כרעמזל.

ענטפער: מיין 30 יעריגע מהלך - פון כתה ב' ביז הד"א כ"ג אייר התשע"ט 14:42 #255127

  • צדיק12
  • איצטיגע שטרעקע: 704 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 183
  • האט שוין געלייקט: 494 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 669 מאל
  • קאָרמא: 15

כי לק"ח (138) טוב נתתי לכם תורתי אל תעזובו.

פון טיפעניש פון הארץ וויל איך געבן א שבח והודאה צום ליבער פאטער אין הימל, אז ער ווייזט אונז כסדר, אז אויב מען בעהט שיין באקומט מען. ער האט מיר געגעבן א געשמאקע לק"ח, א הייליגע ריינע לק"ח, א שטיקל לק"ח אויף וואס איך האב זיך קיינמאל נישט געראכטן פאר איך האב זיך געטראפן מיט די הייליגע קהלה הד"א.

איך האב מתפלל געווען צום טאטן אין הימל:
בצו"ם (138) - מיט תעניתים, מיט עינוים קשים, עינוי הנפש ועינוי הגוף
בקו"ל (138) - איך האב געוויינט בדמעות שליש, צום הייליגן טאטן ער זאל מיר שוין נעמען מעבדות לחירות
בממו"ן (138) - איך האב זיך געלאזט קאסטן צדקות, נסיעות לקברי צדיקים, און ספרים זיך צו העלפן 

אבער ב"ה די קהלה דא אויף הד"א איז געווען דער מנח"ם משיב נפשי, עס האט מיר צוריק געגעבן מיין נפש, מיין הייליגע נשמה וואס איז געווען אזוי פארשקלאפט, אזוי שמוציג, אזוי פארזינקען אין מאראסט.

זאל די רבוש"ע העלפן אלע חברים דא אז יעדער איינער דא זאל זוכה זיין אז חל"ק כחל"ק יאכלו, יעדער זאל קענען גרינגערהייט זעהן די פירות פון זיין עבודה, און יעדעם'ס יגיעה זאל געקרוינט ווערן מיט א געוואלדיגע הצלח"ה.

ה' אֱלֹקי - שִׁוַּעְתִּי אֵלֶיךָ, וַתִּרְפָּאֵנִי... ה' הֶעֱלִיתָ מִן שְׁאוֹל נַפְשִׁי חִיִּיתַנִי מִיָּרְדִי בוֹר... הִסְתַּרְתָּ פָנֶיךָ הָיִיתִי נִבְהָל... אֵלֶיךָ ה' אֶקְרָא וְאֶל ה' אֶתְחַנָּן... מַה-בֶּצַע בְּדָמִי בְּרִדְתִּי אֶל-שָׁחַת...  שְׁמַע-ה' וְחָנֵּנִי ה' הֱיֵה-עֹזֵר לִי...

ענטפער: מיין 30 יעריגע מהלך - פון כתה ב' ביז הד"א כ"ג אייר התשע"ט 14:56 #255128

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 15 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1224
  • האט שוין געלייקט: 990 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2244 מאל
  • קאָרמא: 54

שטארק!

ענטפער: מיין 30 יעריגע מהלך - פון כתה ב' ביז הד"א כ"ג אייר התשע"ט 22:38 #255145

  • ber
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 151
  • האט שוין געלייקט: 837 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 397 מאל
  • קאָרמא: 2
.

איך בעט דיך, האלט דיך רואיג.... בערל!!

לעצט פארראכטן: כ"ג אייר התשע"ט 22:41 דורך ber.

ענטפער: מיין 30 יעריגע מהלך - פון כתה ב' ביז הד"א ד' סיון התשע"ט 11:58 #255635

  • צדיק12
  • איצטיגע שטרעקע: 704 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 183
  • האט שוין געלייקט: 494 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 669 מאל
  • קאָרמא: 15

דידן נצ"ח! (148)
נצ"ח ישראל לא ישקר! אויף אייביג טוהט כלל ישראל נישט זונדיגן, סוף סוף טוהט מען תשובה און מען קערט זיך צוריק צום ליבער פאטער. כי לא לנצ"ח ישכח אביון

און אונזער ליבער פאטער, נעמט אונז תיכף ארום מיט זיין ליבשאפט, כי אתה סלח"ן לישראל. 

אם אין קמ"ח אין תורה! אויב וואלט אויך  נישט אנגעקומען היינט צו 148 הייליגע ריינע טעג, ווי אזוי וואלט איך געקענט מקבל זיין די תורה.

ל"א בחי"ל ול"א בכ"ח! אבער הייליגע טאטע! דאס איז נישט געווען מיין כח, עס איז אלעס געווען דיין כח! פאר דיר אליין, דיר קומט זיך די קרעדיט! און פאר מיר גארנישט! איך וואלט ווען געדארפט שטיין טאג און נאכט און דאנקען פאר דעם! און דערווייל בין איך שטום, איך האב נישט קיין ווערטער ארויס צו ברענגען מיין דאנק!

כחצי"םביד גיבור כן בני הנעורים. עס טוהט מיר כסדר וויי, "פון ווי נעמט מען די אינגע יארן?" ליידער אנגעברענגט מיט גארנישט. אבער דא נעם איך אביסל חיזוק אז די חצי"ם קענען אפשר מתקן זיין די בני הנעורים.

וויל איך טאקע בעטן פונעם הייליגן טאטן, אנא ה' הצליח"ה נא, העלף מיר טאטע, צו קענען ממשיך זיין ווייטער, כי זה חלק"י מכל עמלי, דאס איז אלעס וואס איך דארף פאר מיין גאנץ לעבן.

ה' אֱלֹקי - שִׁוַּעְתִּי אֵלֶיךָ, וַתִּרְפָּאֵנִי... ה' הֶעֱלִיתָ מִן שְׁאוֹל נַפְשִׁי חִיִּיתַנִי מִיָּרְדִי בוֹר... הִסְתַּרְתָּ פָנֶיךָ הָיִיתִי נִבְהָל... אֵלֶיךָ ה' אֶקְרָא וְאֶל ה' אֶתְחַנָּן... מַה-בֶּצַע בְּדָמִי בְּרִדְתִּי אֶל-שָׁחַת...  שְׁמַע-ה' וְחָנֵּנִי ה' הֱיֵה-עֹזֵר לִי...

לעצט פארראכטן: ד' סיון התשע"ט 11:59 דורך צדיק12.

ענטפער: מיין 30 יעריגע מהלך - פון כתה ב' ביז הד"א ד' סיון התשע"ט 12:25 #255637

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 15 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1224
  • האט שוין געלייקט: 990 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2244 מאל
  • קאָרמא: 54
צדיק12 געשריבן on ד' סיון התשע"ט 11:58:

דידן נצ"ח! (148)
נצ"ח ישראל לא ישקר! אויף אייביג טוהט כלל ישראל נישט זונדיגן, סוף סוף טוהט מען תשובה און מען קערט זיך צוריק צום ליבער פאטער. כי לא לנצ"ח ישכח אביון

און אונזער ליבער פאטער, נעמט אונז תיכף ארום מיט זיין ליבשאפט, כי אתה סלח"ן לישראל. 

אם אין קמ"ח אין תורה! אויב וואלט אויך  נישט אנגעקומען היינט צו 148 הייליגע ריינע טעג, ווי אזוי וואלט איך געקענט מקבל זיין די תורה.

ל"א בחי"ל ול"א בכ"ח! אבער הייליגע טאטע! דאס איז נישט געווען מיין כח, עס איז אלעס געווען דיין כח! פאר דיר אליין, דיר קומט זיך די קרעדיט! און פאר מיר גארנישט! איך וואלט ווען געדארפט שטיין טאג און נאכט און דאנקען פאר דעם! און דערווייל בין איך שטום, איך האב נישט קיין ווערטער ארויס צו ברענגען מיין דאנק!

כחצי"םביד גיבור כן בני הנעורים. עס טוהט מיר כסדר וויי, "פון ווי נעמט מען די אינגע יארן?" ליידער אנגעברענגט מיט גארנישט. אבער דא נעם איך אביסל חיזוק אז די חצי"ם קענען אפשר מתקן זיין די בני הנעורים.

וויל איך טאקע בעטן פונעם הייליגן טאטן, אנא ה' הצליח"ה נא, העלף מיר טאטע, צו קענען ממשיך זיין ווייטער, כי זה חלק"י מכל עמלי, דאס איז אלעס וואס איך דארף פאר מיין גאנץ לעבן.

כמים קרים על נפש עיפה.... דיין שמחה איז אונזער שמחה.....

פָּתַחְתִּי אֲנִי לְדוֹדִי = דו האסט געעפענט דעם פתח של מחט און אנגעהויבן צו טון פון דיין זייט וויפיל דו האסט געקענט, וְדוֹדִי חָמַק עָבָר, און דער באשעפער האט דיר געהאלפן און דיר געגעבן א מתנה צו קענען דערגרייכן צו 148 הייליגע ריינע טעג!

כה לחי! א לעכטיגן יום טוב....

ענטפער: מיין 30 יעריגע מהלך - פון כתה ב' ביז הד"א ט"ז סיון התשע"ט 16:50 #255971

  • צדיק12
  • איצטיגע שטרעקע: 704 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 183
  • האט שוין געלייקט: 494 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 669 מאל
  • קאָרמא: 15

יודו להוי"ה חסדו (160) ונפלאותיו לבני אדם
איך וויל דאנקען דעם הייליגן בורא פארן טוהן מיט מיר וואונדעליכע זאכן, מיטן מיר העלפן צוקומען צו 160 הייליגע ריינע טעג.

עץ חיים הוא למחזיקים בה
דער ע"ץ, דער 160 טעג, וועט מיר בעזרת השי"ת געבן לעבן, זיך צו קענען מחזיק זיין, און זיך מחזק זיין אין דעם, און געבן כח צו גיין ווייטער

מגדל עוז שם ה' בו ירוץ צדיק ונשגב
אויף דעם פסוק זאגט די הייליגע רש"י צוויי ווערטער "והוא מתחזק". קאמענטארן זענען איבעריג. 
די רלב"ג איז אביסל מער מאריך "הנה, שם ה' הוא מגדל עוז, כי בו עוז לאדם ותוקף עד שלא ינצחהו שום דבר רע, ובו יחסה מכל מזיק מחוץ, כי השם יתברך אשר דבק בו יצילהו וכו'"

מי ימלל גבורות ה' ישמיע כל תהלתו
פון ווי נעמט מען ווערטער, צו דאנקען דעם הייליגן בורא אפילו אויף איין ריינעם טאג, און ווער רעדט נאך פון 160...

הוא יתברך עושה נסים לכל הבוטחים בו
נאר וואס דען, די הייליגע טאטע טוהט נסים, ווען ער זעהט אז מען פארלאזט זיך נאר אויף איהם

קול דודי הנה זה בא מדלג על ההרים
דאס גייט ארויף אויף די געוואלדיגע אהבה וואס אונזער ליבער טאטע אין הימל האט צו אונז, אז ער איז מדלג על ההרים - די יצר הרע איז דאך נמשל להר - ער איז מדלג אויפן יצר הרע, ער העלפט אונז אריבער שפרינגען דעם יצר הרע, און זיך האלטן ריין.

כנפי יונה נחפה בכסף
די גמ' זאגט אין שבת דדמיא כנסת ישראל ליונה שנאמר כנפי יונה נחפה בכסף ואברותיה בירקרק חרוץ מה יונה זו כנפיה מגינות עליה אף ישראל מצות מגינות עליהן וכו':
זאל די רבוש"ע העלפן פאר מיר און פאר אלע חברים דא אין הד"א אז די זכות פון די אלע הייליגע ריינע מינוטן, שעה'ן, טעג, וואכן, חדשים, און יארן, פון אלע חברים דא צוזאם, זאל מגין זיין אויף אונז אלע צו האבן אונזער ישועה פרטית, און אויף גאנץ כלל ישראל צו האבן די ישועה כללית בב"א.

ה' אֱלֹקי - שִׁוַּעְתִּי אֵלֶיךָ, וַתִּרְפָּאֵנִי... ה' הֶעֱלִיתָ מִן שְׁאוֹל נַפְשִׁי חִיִּיתַנִי מִיָּרְדִי בוֹר... הִסְתַּרְתָּ פָנֶיךָ הָיִיתִי נִבְהָל... אֵלֶיךָ ה' אֶקְרָא וְאֶל ה' אֶתְחַנָּן... מַה-בֶּצַע בְּדָמִי בְּרִדְתִּי אֶל-שָׁחַת...  שְׁמַע-ה' וְחָנֵּנִי ה' הֱיֵה-עֹזֵר לִי...

ענטפער: מיין 30 יעריגע מהלך - פון כתה ב' ביז הד"א ט"ז סיון התשע"ט 17:45 #255973

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 15 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1224
  • האט שוין געלייקט: 990 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2244 מאל
  • קאָרמא: 54
צדיק12 געשריבן on ט"ז סיון התשע"ט 16:50:

אשריך! און מזל טוב!
הערליך שיין.....

ענטפער: מיין 30 יעריגע מהלך - פון כתה ב' ביז הד"א י"ב תמוז התשע"ט 15:38 #256989

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 12 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1801
  • האט שוין געלייקט: 4276 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 3202 מאל
  • קאָרמא: 59

גאנצע 25 טעג זענען פארלאפן זינט צדיק12 האט זיך געלאזט הערן אין זיין ווינקל.
צוויי פעידזשעס מיט פרישע טרעדס האבן עס שוין באדעקט.
איך האב עס ארויסגעשלעפט נאכצוקוקן דא עפעס.....

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

לעצט פארראכטן: י"ב תמוז התשע"ט 15:39 דורך ich vil zan ehrlich.

ענטפער: מיין 30 יעריגע מהלך - פון כתה ב' ביז הד"א י"ב תמוז התשע"ט 16:51 #256997

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 15 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1224
  • האט שוין געלייקט: 990 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2244 מאל
  • קאָרמא: 54
ich vil zan ehrlich געשריבן on י"ב תמוז התשע"ט 15:38:

גאנצע 25 טעג זענען פארלאפן זינט צדיק12 האט זיך געלאזט הערן אין זיין ווינקל.
צוויי פעידזשעס מיט פרישע טרעדס האבן עס שוין באדעקט.
איך האב עס ארויסגעשלעפט נאכצוקוקן דא עפעס.....

ריכטיג, ער האט שוין לאנג נישט געשריבן אין זיין אייגענע טרעד, אבער שוין איינמאל געשריבן מחזק צו זיין אנדערע חבירים וידידים, קוקט אויס אז ער הארט מחליט געווען אז אויף יעצט איז אים דאס וויכטיגער. איך מיר גייען דאך אלעמאל מיטן כלל אז יעדער דארף טון וואס ער שפירט אז ס'ארבעט די מערסטע פאר אים.

ענטפער: מיין 30 יעריגע מהלך - פון כתה ב' ביז הד"א י"ב תמוז התשע"ט 18:12 #257000

  • עמדתי בנסיון
  • איצטיגע שטרעקע: 135 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 136
  • האט שוין געלייקט: 60 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 99 מאל
  • קאָרמא: 2

קוקט אויס ערגעץ חלילה מיאוס געגלי...
אויפן צורך עליי' לייטער כ'האף ס'נישט עכט נאר אין חלום אזוי געקלערט.

ענטפער: מיין 30 יעריגע מהלך - פון כתה ב' ביז הד"א י"ב תמוז התשע"ט 20:01 #257004

  • צדיק12
  • איצטיגע שטרעקע: 704 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 183
  • האט שוין געלייקט: 494 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 669 מאל
  • קאָרמא: 15

טייערע הייליגע ברידערלעך, איך בין ב"ה דא געזונט און ריין, איך קום כמעט יעדן טאג ארויף דא אויף הד"א, עס האלט מיר ביים לעבן, ביים כי הם חיינו ואורך ימינו.

אבער ליידער בין איך לעצטנס שטארק פארנומען מיט אנדערע ענינים וואס האלטן מיך ביזי, און איך האב נישט געהעריג די קאפ אויפן פלאץ און די צייט זיך צו זעצן שרייבן סתם אפדעיטס, ממילא שרייב איך נישט אויף מיין טרעד.

איך שרייב נאר ווען איך זעה אז איינער פון אונזערע חברים נויטיגן זיך אין א שטיקל boost. ווייל ווען יענעם'ס הארץ קלעמט, ווער איך זייער איבערגענומען.

איך האף אז בקרוב וועט די רבוש"ע מיך שענקען אביסל מער שלוות הנפש, וועל איך קענען שרייבן מער...

ה' אֱלֹקי - שִׁוַּעְתִּי אֵלֶיךָ, וַתִּרְפָּאֵנִי... ה' הֶעֱלִיתָ מִן שְׁאוֹל נַפְשִׁי חִיִּיתַנִי מִיָּרְדִי בוֹר... הִסְתַּרְתָּ פָנֶיךָ הָיִיתִי נִבְהָל... אֵלֶיךָ ה' אֶקְרָא וְאֶל ה' אֶתְחַנָּן... מַה-בֶּצַע בְּדָמִי בְּרִדְתִּי אֶל-שָׁחַת...  שְׁמַע-ה' וְחָנֵּנִי ה' הֱיֵה-עֹזֵר לִי...

ענטפער: מיין 30 יעריגע מהלך - פון כתה ב' ביז הד"א י"ב תמוז התשע"ט 21:31 #257008

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 15 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1224
  • האט שוין געלייקט: 990 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2244 מאל
  • קאָרמא: 54

ווי אזוי קען מען טועם זיין א טעם גן עדן און א טעם פון חיי עולם הבא אויף די וועלט?! ווען מ'האט די זכיה צו פראווענען 187 ריינע הייליגע און לעכטיגע טעג!

ענטפער: מיין 30 יעריגע מהלך - פון כתה ב' ביז הד"א י"ג תמוז התשע"ט 14:49 #257040

  • Helpmeasap
  • איצטיגע שטרעקע: 56 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 941
  • האט שוין געלייקט: 1015 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל
  • קאָרמא: 18
צדיק12 געשריבן on י"ב תמוז התשע"ט 20:01:

טייערע הייליגע ברידערלעך, איך בין ב"ה דא געזונט און ריין, איך קום כמעט יעדן טאג ארויף דא אויף הד"א, עס האלט מיר ביים לעבן, ביים כי הם חיינו ואורך ימינו.

אבער ליידער בין איך לעצטנס שטארק פארנומען מיט אנדערע ענינים וואס האלטן מיך ביזי, און איך האב נישט געהעריג די קאפ אויפן פלאץ און די צייט זיך צו זעצן שרייבן סתם אפדעיטס, ממילא שרייב איך נישט אויף מיין טרעד.

איך שרייב נאר ווען איך זעה אז איינער פון אונזערע חברים נויטיגן זיך אין א שטיקל boost. ווייל ווען יענעם'ס הארץ קלעמט, ווער איך זייער איבערגענומען.

איך האף אז בקרוב וועט די רבוש"ע מיך שענקען אביסל מער שלוות הנפש, וועל איך קענען שרייבן מער...

אויב איך מעג, וויל איך מחולק זיין מיט דעם וואס די שרייבסט "ליידער" איך מיין אז דאס איז די שטערקסטע שליסל צו זיך האלטן ריין.....
און דאס וואס דו זאגסט אז דו שרייבסט נאר ווען איינער דארף א BOOST, אפשר טרעפסטו מיר די טאג וואס "קיינער" דארף נישט א BOOST ??
איך מיין דיך נישט צו אונטערייסן חלילה, נאר פונקט פארקערט אז דו זאלסט וויסן אז מיר ברויכן דיר האבן דא בכל יום ויום

צום ווידערזען

הק' העלפמי

ענטפער: מיין 30 יעריגע מהלך - פון כתה ב' ביז הד"א כ"ה תמוז התשע"ט 12:49 #257463

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 15 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1224
  • האט שוין געלייקט: 990 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2244 מאל
  • קאָרמא: 54

מחר יהי' האות הזה:

מארגן וועלן מיר זיך אלע מיטפרייען מיט דער גרויסער שמחה פון אונזער טייערע חבר וואס איז אן אינספעראציע פאר אונז אלע צדיק12 צו דער דערגרייכונג פון 200 טעג!

והברכה אחת היא:

אז כשם שהגעת צו 200 אזוי זאלסטו ווייטער קענען אנקומען צו נאך אסאך הונדרעטער און טויזענטער ריינע און הייליגע לעכטיגע טעג.

זאגסט אלע אמן!

לעצט פארראכטן: כ"ה תמוז התשע"ט 13:00 דורך אחכה לו.

ענטפער: מיין 30 יעריגע מהלך - פון כתה ב' ביז הד"א כ"ה תמוז התשע"ט 12:55 #257464

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 12 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1801
  • האט שוין געלייקט: 4276 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 3202 מאל
  • קאָרמא: 59

איי....... א שאד אז די אטעטשמענט איז נישט גוט.

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

ענטפער: מיין 30 יעריגע מהלך - פון כתה ב' ביז הד"א כ"ו תמוז התשע"ט 11:40 #257493

  • צדיק12
  • איצטיגע שטרעקע: 704 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 183
  • האט שוין געלייקט: 494 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 669 מאל
  • קאָרמא: 15

מ    יינע אויגן זענען דורכגעווייקט, הישמע כזאת, גאנצע מאתים ימי ם
א   
מאל איין טאג אויך נישט געקענט, און יעצט כמה וכמה פעמי ם
ת   
הלת ה' ידבר פי, וויל איך דאנקען דעם בורא כדברי חכמי ם
י    
מין ה' עושה חיל, אז מ'ען זוכה זיין צו התהלך לפני והיה תמי ם
ם    את ה' היתה זאת, אז עס ווערט מקויים שמוני נוטרה את הכרמי ם

י     הי רצון מלפניך בעהט איך אויפן עתיד, יהי לבי תמי ם
מ
    מכל אורח רע כלאתי רגלי, זאל מקוים ווערן לילות כימי ם
י    
עדע קומענדיגע טאג פון מיין לעבן זאל זיין ריין פון פגמי ם
ם   
הרה בימינו זאל מיר זוכה זיין מקריב צו זיין עולות ושלמי ם

ה' אֱלֹקי - שִׁוַּעְתִּי אֵלֶיךָ, וַתִּרְפָּאֵנִי... ה' הֶעֱלִיתָ מִן שְׁאוֹל נַפְשִׁי חִיִּיתַנִי מִיָּרְדִי בוֹר... הִסְתַּרְתָּ פָנֶיךָ הָיִיתִי נִבְהָל... אֵלֶיךָ ה' אֶקְרָא וְאֶל ה' אֶתְחַנָּן... מַה-בֶּצַע בְּדָמִי בְּרִדְתִּי אֶל-שָׁחַת...  שְׁמַע-ה' וְחָנֵּנִי ה' הֱיֵה-עֹזֵר לִי...

ענטפער: מיין 30 יעריגע מהלך - פון כתה ב' ביז הד"א כ"ו תמוז התשע"ט 12:47 #257496

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 15 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1224
  • האט שוין געלייקט: 990 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2244 מאל
  • קאָרמא: 54

מזל טוב! מזל טוב!

כה יוסיף וכה יתן ה'!

לעצט פארראכטן: כ"ו תמוז התשע"ט 12:50 דורך אחכה לו.

ענטפער: מיין 30 יעריגע מהלך - פון כתה ב' ביז הד"א כ"ו תמוז התשע"ט 12:54 #257499

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 12 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1801
  • האט שוין געלייקט: 4276 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 3202 מאל
  • קאָרמא: 59

טאלאנט!
מייסטערווערק!
איך רעד פון די 200 טעג.
און פון די פאום אויך.

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

ענטפער: מיין 30 יעריגע מהלך - פון כתה ב' ביז הד"א כ"ו תמוז התשע"ט 13:29 #257503

  • פּרובירט
  • איצטיגע שטרעקע: 16 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 878
  • האט שוין געלייקט: 2012 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1058 מאל
  • קאָרמא: 28
200 באטרעפט 
יחד לנצח
אונז עמיר ווייטער גיין ציזאמען און געווינען די שטן
סאיז נישט דא קיין נעכטען,  סאיז נישט דא קיין  מארגען,
סאיז נאר דא א ביסעלע יעצט, וואז'שע  דארף מען זארגען,
https://drive.google.com/file/d/1kbjaMu9xqZlt14NUut00rZl4v8_MDp7d/preview

ענטפער: מיין 30 יעריגע מהלך - פון כתה ב' ביז הד"א כ"ו תמוז התשע"ט 14:57 #257507

  • יחיאל
  • איצטיגע שטרעקע: 14 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • זוך שטארקען
  • מעלדונגען: 1114
  • האט שוין געלייקט: 5864 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 993 מאל
  • קאָרמא: 20

מזל טוב !!
זאל השם העלפן די זאלסט ווייטער שטייגן בטהרה ובשמחה
עס זאל דיך זיין גוט ברחניות ובגשמיות

זוך שטארקען און נאכאמאל זוך שטארקען בוז מען וועט ווערן 
א גיבור  [הכובש את יצרו]

ענטפער: מיין 30 יעריגע מהלך - פון כתה ב' ביז הד"א כ"א אב התשע"ט 14:17 #258389

  • צדיק12
  • איצטיגע שטרעקע: 704 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 183
  • האט שוין געלייקט: 494 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 669 מאל
  • קאָרמא: 15

י"ג עקרים - לחברי הד"א

א גוטן מיינע טייערע חבירים, הגם איך האב שוין לאנג נישט געשריבן, בין איך נאך אבער אלץ דא, עיני ולבי שם כל הימים, איך אפדעיט כסדר מיין טשארט, און איך בליק אריין דא דארט אינעם פארום מיטהאלטענדיג למחצה לשליש ולרביע דא שיינע און הייליגע שמועסערייען אינעם פארום, אבער צו שרייבן זעלבסט בין איך נישט אנגעקומען צוליב מאנגל אין צייט – ומה שהרצון חושק הזמן עושק.

למעשה האבן מיר די טייערע חבירים דא געבעטן אריינצו-ווארפן עפעס, און היות איך האב דאך אזוי הנאה, און אזא הכרת הטוב צו קהילות הדא, האב איך מחליט געווען אז איך מוז שוין עפעס שרייבן, און דאסמאל טאקע עפעס וואס איך גלייב אז דער עולם וועט שטארק הנאה האבן דערפון.

איך וויל מיר אויך פון פארויס באדאנקן פאר מיין טייערע חבר ידיד נפשי וידיד כל חברי הדא ה"ה אונזער טייערע חבר "אחכה לו", וואס איז עומד לימיני במסירות נפלאה בכל עת ועונה, ובפרט האט ער מיר שטארק ארויסגעהאלפן מיט דער פאלגענדער תגובה.

עס איז אויסגעשטעלט אויף א פארום פון 13 "אני מאמין'ס", וואס דאס זענען 13 גאר וויכטיגע יסודות וואס מיר דארפן כסדר געדענקן און זיך חזר'ן אז מיר זאלן קענען מצליח זיין מיט אונזער מלחמת היצר. איך וואלט פארגעשלאגן דאס ארויסצופרינטן און האלטן ביי זיך אין טאש, און דאס זאגן לכה"פ איינמאל א טאג, און מיט'ן באשעפער'ס הילף וועט דאס פיל פארגרינגערן זיך צו האלטן און בלייבן ריין.

איך האף אי"ה אין קומענדיגע תגובות, אביסל מער מאריך זיין אויף יעדע איינס פון די אני מאמין'ס, און אריין גיין אביסל טיפער דערין, צו פארשטיין די וויכטיגקייט און תועלת דערפון.

 א.     אני מאמין באמונה שלימה שרצוני האמת לעשות רצוניך, ומי מעכב, שאור שבעיסה.

איך גלייב באמונה שלימה אז איך בין א הייליגע נשמה א חלק אלקי ממעל וועלכע וויל נאר טוהן דיין רצון באמת, און מוטשעט זיך מיט ביטערע שווערע נסיונות וואס דער יצר שטעלט אלץ אינטער לכל אורך הדרך.

ב.     אני מאמין באמונה שלימה שהשטן המשחית משתדל בכל פעולות שבעולם להכשילני ולהחטיא אותי.

איך גלייב באמונה שלימה אז דער שטן המשחית וועט ניצן אלע מיטלען אין די וועלט מיר מכשיל צו זיין, און מיר צו מאכן זינדיגן.

ג.      אני מאמין באמונה שלימה שכחי ועוצם ידי בלבד לא יועילני לנצח את היצר הבוער בקרבי ואלמלא הקב"ה בעזרי איני יכול לו.

איך גלייב באמונה שלימה אז איך בין נישט ביכולת אליין מיט מיינע מענטשליכע כוחות צו באזיגן דעם יצר הרע וואס פלאקערט אין מיר מיט א פלאקער און ברען, און אן די הילף פונעם רבוש"ע קען איך גאר נישט טוהן.

ד.      אני מאמין באמונה שלימה שאבותי ואבות אבותי דבעלמא דקשוט וכל מלאכי ושרפי מעלה, עומדים ומצפים להצלחתי.

איך גלייב באמונה שלימה אז מיינע אבות הקדושים בעלמא דקשוט, און אלע שרפי מעלה שטייען און ווארטן אויף מיין הצלחה.

ה.     אני מאמין באמונה שלימה שבכל רגע ורגע שהנני מקיים לא תתורו אחרי לבבכם ואחרי עיניכם, הנני עושה רושם אדיר בעולמות עליונים.

איך גלייב באמונה שלימה אז יעדע רגע וואס איך האלט מיך איין פון מיינע נסיונות, און יעדע רגע וואס איך האלט מיך ריין, מאכט עס א געוואלדיגע רושם אין הימל.

ו.        אני מאמין באמונה שלימה שאין הקב"ה בא בטרוניא עם בריותיו ואינו מנסה אותי בנסיונות שאין בי יכולת לעמוד בהם.

איך גלייב באמונה שלימה אז די באשעפער קומט נישט מיט קיין געוואלד אויף זיינע קינדער, און עס איז קלאר אז די רבוש"ע געבט מיר נישט קיין נסיון וואס איך קען נישט בייקומען.

ז.       אני מאמין באמונה שלימה שהבא לטהר מסייעין אותו.

איך גלייב באמונה שלימה אז אויב איינער טוהט פעולות זיך צו האלטן ריין, העלפט מען איהם פון הימל.

ח.     אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו שומע תפלתי, ובפרט כשאני מתפלל להינצל מפגעי היצר הרע ושהוא יצילני ממצודתו.

איך גלייב באמונה שלימה אז די רבוש"ע הערט מיינע תפילות, און אז איך בין מתפלל צו איהם, מיר צו העלפן מיט מיינע נסיונות, וועט ער מיר ראטעווען פון דעם שטן'ס ביטערן נעץ.

ט.     אני מאמין באמונה שלימה שהקב"ה ברא היצר הרע, והוא ברא התורה לתבלין כנגדו.

איך גלייב באמונה שלימה אז די באשעפער אליין האט באשאפן דעם יצר הרע, און ער האט אויך באשאפן די תורה, וואס דאס איז די מעדיצין צו קענען באזיגן דעם יצר הרע.

י.        אני מאמין באמונה שלימה  שאע"פ שנכשלתי בנסיונותי, אשתדל להמשיך ללחום כי שבע יפול צדיק וקם.

איך גלייב באמונה שלימה אפילו ווען איך פאל אדורך, וועל איך פרובירן זיך אויף צו שטעלן און ממשיך זיין ווייטער מיטן מלחמת היצר, ווייל שבע יפול צדיק וקם.

יא.   אני מאמין באמונה שלימה שאין שום יאוש בעולם כלל, ויאוש הוא עצת היצר להחזיק אותי במצודתו.

איך גלייב באמונה שלימה, אז עס טאר נישט זיין קיין שום יאוש אין די וועלט, און אז יאוש איז די עצת היצר מיך צו האלטן איין געשפארט אין זיין נעץ.

יב.   אני מאמין באמונה שלימה שאע"פ שיתמהמה הנצחון לבוא עם כל זה אלחום בעקשנות, ואחכה לו בכל יום עדי נזכה לנצח אותו.

איך גלייב באמונה שלימה אז אפילו מיין הצלחה און נצחון וועט זיך פארזוימען צו קומען, פון דעסטוועגן דאך וועל איך ממשיך זיין די מלחמת היצר מיט אן עקשנות ביז איך וועל זוכה זיין צו זיין ריין.

יג.    אני מאמין באמונה שלימה שהתאוה בוערת בקרבי עד לב השמים עם כל זה הסנה איננו אוּכָּל ונשמתי הטהורה איננו נשרפת לגמרי.

איך גלייב באמונה שלימה אז אפילו די יצר הרע פלאקערט אין מיר אויף א געפערליכע פארנעם, אבער א אידישע נשמה ווערט קיינמאל נישט פארברענט, און קען אייביג תשובה טוהן.

ה' אֱלֹקי - שִׁוַּעְתִּי אֵלֶיךָ, וַתִּרְפָּאֵנִי... ה' הֶעֱלִיתָ מִן שְׁאוֹל נַפְשִׁי חִיִּיתַנִי מִיָּרְדִי בוֹר... הִסְתַּרְתָּ פָנֶיךָ הָיִיתִי נִבְהָל... אֵלֶיךָ ה' אֶקְרָא וְאֶל ה' אֶתְחַנָּן... מַה-בֶּצַע בְּדָמִי בְּרִדְתִּי אֶל-שָׁחַת...  שְׁמַע-ה' וְחָנֵּנִי ה' הֱיֵה-עֹזֵר לִי...

אחראים: GYE YIDDISH
צייט צו מאכן א בלאט: 3.67 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא