י"ג עקרים - לחברי הד"א
א גוטן מיינע טייערע חבירים, הגם איך האב שוין לאנג נישט געשריבן, בין איך נאך אבער אלץ דא, עיני ולבי שם כל הימים, איך אפדעיט כסדר מיין טשארט, און איך בליק אריין דא דארט אינעם פארום מיטהאלטענדיג למחצה לשליש ולרביע דא שיינע און הייליגע שמועסערייען אינעם פארום, אבער צו שרייבן זעלבסט בין איך נישט אנגעקומען צוליב מאנגל אין צייט – ומה שהרצון חושק הזמן עושק.
למעשה האבן מיר די טייערע חבירים דא געבעטן אריינצו-ווארפן עפעס, און היות איך האב דאך אזוי הנאה, און אזא הכרת הטוב צו קהילות הדא, האב איך מחליט געווען אז איך מוז שוין עפעס שרייבן, און דאסמאל טאקע עפעס וואס איך גלייב אז דער עולם וועט שטארק הנאה האבן דערפון.
איך וויל מיר אויך פון פארויס באדאנקן פאר מיין טייערע חבר ידיד נפשי וידיד כל חברי הדא ה"ה אונזער טייערע חבר "אחכה לו", וואס איז עומד לימיני במסירות נפלאה בכל עת ועונה, ובפרט האט ער מיר שטארק ארויסגעהאלפן מיט דער פאלגענדער תגובה.
עס איז אויסגעשטעלט אויף א פארום פון 13 "אני מאמין'ס", וואס דאס זענען 13 גאר וויכטיגע יסודות וואס מיר דארפן כסדר געדענקן און זיך חזר'ן אז מיר זאלן קענען מצליח זיין מיט אונזער מלחמת היצר. איך וואלט פארגעשלאגן דאס ארויסצופרינטן און האלטן ביי זיך אין טאש, און דאס זאגן לכה"פ איינמאל א טאג, און מיט'ן באשעפער'ס הילף וועט דאס פיל פארגרינגערן זיך צו האלטן און בלייבן ריין.
איך האף אי"ה אין קומענדיגע תגובות, אביסל מער מאריך זיין אויף יעדע איינס פון די אני מאמין'ס, און אריין גיין אביסל טיפער דערין, צו פארשטיין די וויכטיגקייט און תועלת דערפון.
א. אני מאמין באמונה שלימה שרצוני האמת לעשות רצוניך, ומי מעכב, שאור שבעיסה.
איך גלייב באמונה שלימה אז איך בין א הייליגע נשמה א חלק אלקי ממעל וועלכע וויל נאר טוהן דיין רצון באמת, און מוטשעט זיך מיט ביטערע שווערע נסיונות וואס דער יצר שטעלט אלץ אינטער לכל אורך הדרך.
ב. אני מאמין באמונה שלימה שהשטן המשחית משתדל בכל פעולות שבעולם להכשילני ולהחטיא אותי.
איך גלייב באמונה שלימה אז דער שטן המשחית וועט ניצן אלע מיטלען אין די וועלט מיר מכשיל צו זיין, און מיר צו מאכן זינדיגן.
ג. אני מאמין באמונה שלימה שכחי ועוצם ידי בלבד לא יועילני לנצח את היצר הבוער בקרבי ואלמלא הקב"ה בעזרי איני יכול לו.
איך גלייב באמונה שלימה אז איך בין נישט ביכולת אליין מיט מיינע מענטשליכע כוחות צו באזיגן דעם יצר הרע וואס פלאקערט אין מיר מיט א פלאקער און ברען, און אן די הילף פונעם רבוש"ע קען איך גאר נישט טוהן.
ד. אני מאמין באמונה שלימה שאבותי ואבות אבותי דבעלמא דקשוט וכל מלאכי ושרפי מעלה, עומדים ומצפים להצלחתי.
איך גלייב באמונה שלימה אז מיינע אבות הקדושים בעלמא דקשוט, און אלע שרפי מעלה שטייען און ווארטן אויף מיין הצלחה.
ה. אני מאמין באמונה שלימה שבכל רגע ורגע שהנני מקיים לא תתורו אחרי לבבכם ואחרי עיניכם, הנני עושה רושם אדיר בעולמות עליונים.
איך גלייב באמונה שלימה אז יעדע רגע וואס איך האלט מיך איין פון מיינע נסיונות, און יעדע רגע וואס איך האלט מיך ריין, מאכט עס א געוואלדיגע רושם אין הימל.
ו. אני מאמין באמונה שלימה שאין הקב"ה בא בטרוניא עם בריותיו ואינו מנסה אותי בנסיונות שאין בי יכולת לעמוד בהם.
איך גלייב באמונה שלימה אז די באשעפער קומט נישט מיט קיין געוואלד אויף זיינע קינדער, און עס איז קלאר אז די רבוש"ע געבט מיר נישט קיין נסיון וואס איך קען נישט בייקומען.
ז. אני מאמין באמונה שלימה שהבא לטהר מסייעין אותו.
איך גלייב באמונה שלימה אז אויב איינער טוהט פעולות זיך צו האלטן ריין, העלפט מען איהם פון הימל.
ח. אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו שומע תפלתי, ובפרט כשאני מתפלל להינצל מפגעי היצר הרע ושהוא יצילני ממצודתו.
איך גלייב באמונה שלימה אז די רבוש"ע הערט מיינע תפילות, און אז איך בין מתפלל צו איהם, מיר צו העלפן מיט מיינע נסיונות, וועט ער מיר ראטעווען פון דעם שטן'ס ביטערן נעץ.
ט. אני מאמין באמונה שלימה שהקב"ה ברא היצר הרע, והוא ברא התורה לתבלין כנגדו.
איך גלייב באמונה שלימה אז די באשעפער אליין האט באשאפן דעם יצר הרע, און ער האט אויך באשאפן די תורה, וואס דאס איז די מעדיצין צו קענען באזיגן דעם יצר הרע.
י. אני מאמין באמונה שלימה שאע"פ שנכשלתי בנסיונותי, אשתדל להמשיך ללחום כי שבע יפול צדיק וקם.
איך גלייב באמונה שלימה אפילו ווען איך פאל אדורך, וועל איך פרובירן זיך אויף צו שטעלן און ממשיך זיין ווייטער מיטן מלחמת היצר, ווייל שבע יפול צדיק וקם.
יא. אני מאמין באמונה שלימה שאין שום יאוש בעולם כלל, ויאוש הוא עצת היצר להחזיק אותי במצודתו.
איך גלייב באמונה שלימה, אז עס טאר נישט זיין קיין שום יאוש אין די וועלט, און אז יאוש איז די עצת היצר מיך צו האלטן איין געשפארט אין זיין נעץ.
יב. אני מאמין באמונה שלימה שאע"פ שיתמהמה הנצחון לבוא עם כל זה אלחום בעקשנות, ואחכה לו בכל יום עדי נזכה לנצח אותו.
איך גלייב באמונה שלימה אז אפילו מיין הצלחה און נצחון וועט זיך פארזוימען צו קומען, פון דעסטוועגן דאך וועל איך ממשיך זיין די מלחמת היצר מיט אן עקשנות ביז איך וועל זוכה זיין צו זיין ריין.
יג. אני מאמין באמונה שלימה שהתאוה בוערת בקרבי עד לב השמים עם כל זה הסנה איננו אוּכָּל ונשמתי הטהורה איננו נשרפת לגמרי.
איך גלייב באמונה שלימה אז אפילו די יצר הרע פלאקערט אין מיר אויף א געפערליכע פארנעם, אבער א אידישע נשמה ווערט קיינמאל נישט פארברענט, און קען אייביג תשובה טוהן.
זיך יעצט נאכאמל באגענגענט דערמיט, האב איך עס ארויפגעברענגט פאר די וועלכע האבן עס נאכנישט געזעהן, און אפי' פאר דו וואס יא, איז עס גוט נאכאמאל צו זעהן און חזר'ן.