ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1
  • 2
  • 3

טעמע: די צער פון מאלעסטעישאן 772 באזוכער

די צער פון מאלעסטעישאן ט"ו שבט התשע"ט 15:13 #253146

  • נטע
  • איצטיגע שטרעקע: 240 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 1100
  • האט שוין געלייקט: 1149 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1400 מאל
צדיק12 געשריבן on ט"ו שבט התשע"ט 13:49:

המשך...

עס איז דורך עטליכע יאר, און איך האב זיך געהאלטן אין די ראהמען. איין שיינעם לאנגען זומערדיגע שבת נאכמיטאג, איך בין שוין געווען אין כיתה ח', 11 יאר אלט, איז מיין קאזין שמואלי – וועלכער האט געוואוינט גאנץ בשכינות – געקומען שפילן ביי אונז אינדערהיים, עס האט זיך געמאכט אז איך מיט איהם זענען געווען ביחידות, און אין מיטן שפילן פרעגט ער מיר אויב איך וויל 'שפילן' יענע אלטע געים.

איך געב איהם א קוק אן מיט צוויי פארוואונדערטע אויגן "ביזט משוגע?" פרעגט ער מיר וואס איז געשען, האב איך איהם פארציילט אז לעצטע מאל האט עס מיר שיעור געקאסט דאס לעבן, און איך בין נישט גרייט איין צו שטעלן מיין לעבן פאר דעם. זאגט ער מיר "נעההה! אונז זענען מיר שוין אסאך עלטער, אונז וועלן מיר שוין קענען בעסער וואטשן".

נאך אביסל הפצרות און הבטחות האב איך זיך געלאזט איבערבעטן. און, עס האט זיך ווידער אנגעהויבן א קביעות'דיגן שיעור מיט שמואלי.

אביסל שפעטער זענען מיר געפארן אין קאנטרי. מיר זענען געווען אין די זעלבע קאנטרי ווי מיינע ערשטע קאזין'ס פון די אנדערע זייט, חזקי וכת דילי'. און פארשטייט זיך אז במשך די זומער חדשים האט זיך געמאכט א פרישע חברותא צווישן מיר און חזקי און אנדערע קאזינ'ס כל אחד בשמו הטוב יבורך.

אין קאנטרי בין איך שוין געווען 12 יאר אלט, חזקי איז געווען אביסל עלטער פון מיר, ער האט שוין געהאלטן נאנט צו די בר מצוה.

עד כאן לעוועל 1 פונעם געים, מכאן ואילך לעוועל 2

איין טאג האט מיר חזקי פארציילט, אז עכט איז דא נאך א חלק צו דעם שפיל וואס אונז האבן מיר נאך נישט געשפילט. לעוועל 2. און ער האט מיר מסביר געווען פונקטליך ווי אזוי הוז"ל גייט צו.

וועגן נשים, געבוירן קינדער, האב איך נאך גארנישט דערווייל געוואוסט, איך האב נאר געוואוסט ווי אזוי צו מאכן "א מוציא".

אבער דעם נייעם לעוועל איז מיר זייער געפאלן, איך שטארק ליב געהאט צו שפילן דעם נייעם לעוול פונעם געים אפילו אן קיין שותפים, דער געים האט באקומען א נייער באדייט, און א נייער חשק, און איך האב נישט געקענט האבן גענוג פון דעם געים.

ווען איך בין אהיים געקומען פון קאנטרי, האט שוין שמואלי אויך געוואוסט פון דעם נייעם לעוועל, זעהט אויס אז אין דעם קעמפ ווי ער איז געגאנגען איז אויך געווען אזעלכע וואס האבן געלערנט "פריוואטע שיעורים" מיט קינדער. און במשך דעם יאר אין כיתה ט' האבן מיר צוזאמען געשפילט דעם געים כסדר.

דעם קומענדיגן זומער בין איך שוין געווען בר מצוה, און איך בין געגאנגען אין קעמפ אין א ישיבה, נישט מיט די חדר ווי איך האב געלערנט א גאנץ יאר, מיין טאטע האט געהאט חשק מיר אריין צו שטעלן אין יענע ישיבה קטנה, יענעם זוממער האב איך באקומען בחינם פון איינע פון די "עלטערע בחורים" פון ישיבה א "חתן שיעור" בכל פרטיה ודקדוקיה, און יענער בחור האט מיר אדאפטירט אלס זיין פריוואטער שפילצייג.

איך האב עס זייער שטארק נישט געגליכן, דאס ארויס צו ברענגען איידעלערהייט - ער איז בכלל נישט געווען מיין טעיסט, לא מיני' ולא מקצתי', אבער פון די אנדערע זייט האב איך געהאט א פרענד א "גרויסע בחור" (תרתי משמע), ווי אויך האב איך געהאט אן אנלימיטעד קענטין קארד.

וויבאלד דער זומער האט זיך גע'ענדיגט, האב איך געזאגט פאר מיין טאטע אז איך גיי בשום אופן נישט צוריק צו דעי ישיבה נאך ימים טובים, ער מיז מיר טרעפן אן אנדערע ישיבה. איך האב איהם געגעבן 400 תירוצים פארוואס. דער אמת'ע תירוץ – אז איך וויל נישט זיין אין די תחום פון "יענעם בחור" - האב איך מיך נישט דערוואגט צו זאגן.

און ב"ה מיין טאטע האט מיר געטראפן א נייע ישיבה, ימים טובים זענען געקומען און געגאנגען, און מען האט אנגעהויבן אין די נייע ישיבה, מיט א פרישקייט, אבער מיט א מח וואס האט געהאט צופיל אינפארמאציע...

המשך יבוא...





מיין הארץ גייט אויס פאר דיר צדיק׳ל.

ממש רציחה וואס מ׳טוט.


לאמיר דיך נאר פרעגן, ביסטו אמאל געגאנגען פאר העלפ פאר טראמא?
אויב נישט, דו מיטשעסט דיך נישט מיט די טראמא?
וזאת למודעי!

היות איך בין נישט אזוי אקטיוו דא אויפן פארום כסדר. און אפי׳ ווען יא, אויך נישט מיט ביידע פיס.
אויב איינער וויל מיך ריטשען פאר א ספעסיפיק זאך (נישט סתם שמועסן...), ביטע שיקן א פריוואטער מעסעדש, (נישט קיין טשעט) דארט באקום איך אין אימעיל א נאטיפיקעישן, ווי אויך טאנצט עס ארויף ווען איך קום אריין אינעם סייט משא״כ טשעט וואס איך דארף דארט זיין בשעת מעשה. 

נטע׳לע
לעצט פארראכטן: י"ז שבט התשע"ט 16:14 דורך לוי.

די צער פון מאלעסטעישאן ט"ו שבט התשע"ט 15:23 #253147

  • צדיק12
  • איצטיגע שטרעקע: 43 טעג
  • OFFLINE
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 44
  • האט שוין געלייקט: 68 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 156 מאל

איך בין קיינמאל נישט געגאנגען צו קיין העלפ, אבער איך מיין אז די טראומא איז שוין אויס געוואשן פון מיין סיסטעם, דורך אנדערע מיטלען וואס די רבוש"ע האט געפירט.

ה' אֱלֹקי - שִׁוַּעְתִּי אֵלֶיךָ, וַתִּרְפָּאֵנִי... ה' הֶעֱלִיתָ מִן שְׁאוֹל נַפְשִׁי חִיִּיתַנִי מִיָּרְדִי בוֹר... הִסְתַּרְתָּ פָנֶיךָ הָיִיתִי נִבְהָל... אֵלֶיךָ ה' אֶקְרָא וְאֶל ה' אֶתְחַנָּן... מַה-בֶּצַע בְּדָמִי בְּרִדְתִּי אֶל-שָׁחַת...  שְׁמַע-ה' וְחָנֵּנִי ה' הֱיֵה-עֹזֵר לִי...

די צער פון מאלעסטעישאן ט"ו שבט התשע"ט 15:23 #253148

  • moshe11
  • איצטיגע שטרעקע: 9 טעג
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 174
  • האט שוין געלייקט: 30 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 432 מאל

אלטס איינער וואס איז דאס דורך מיט א מלמד, זע איך אז די טראמא קימט ערשט נאכדעם ווי מען עפענט זיך, ווייל ביז דעמעלטס איז עס געווען פארשפארט, יעצט אויב עס דא טראמא וועט זיך עס יעצט אינהייבן

לעצט פארראכטן: ט"ו שבט התשע"ט 15:26 דורך moshe11.

די צער פון מאלעסטעישאן ט"ו שבט התשע"ט 16:02 #253149

  • צדיק12
  • איצטיגע שטרעקע: 43 טעג
  • OFFLINE
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 44
  • האט שוין געלייקט: 68 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 156 מאל

איך בין זייער ריעליסטיק, און אפן צו הילף, און ב"ה 100% אפן מיט מיין ווייב, אויב וועל איך אדער זו פילן אז עס טוהט מיר אפעקטירן, וועל איז בעז"ה גיין פאר הילף. אבער ווי לאנג עס האט נישט קיין אפעקט, וועל איך מיך באגניגן מיט פארברענגען מיט די טייערע אידן דא.
נאר צו צו רירן אויפן שפיץ גאפל, ווען מען טוהט פאר יענעם טוהט מען פאר זיך מער ווי מען טוהט פאר יענעם.
איך האב אין די לעצטע פאר יאר, א סאך ארויס געהאלפן מענטשן וועלכע זענען א דורך אזעלכע און ענליכע טראומא'ס, און איך האב דענמאלטס געפילט אז דאס וואס איך העלף די אלע מענטשן, איז טערעפי פאר מיר אליין.
 ווייל איך האב געניצט די שווערע עקספיריענס וואס איך בין א דורך און איך האב געמאכט א tool דערפון צו העלפן אנדערע.
איך האב קיינמאל נישט פארציילט פאר קיינעם ביז יעצט וואס איך בין א דורך, אבער איך האב עס נישט באהאלטן אין זיך און עס געזיכט צו פארדעקן, איך האב עס געניצט צו העלפן אנדערע.

ה' אֱלֹקי - שִׁוַּעְתִּי אֵלֶיךָ, וַתִּרְפָּאֵנִי... ה' הֶעֱלִיתָ מִן שְׁאוֹל נַפְשִׁי חִיִּיתַנִי מִיָּרְדִי בוֹר... הִסְתַּרְתָּ פָנֶיךָ הָיִיתִי נִבְהָל... אֵלֶיךָ ה' אֶקְרָא וְאֶל ה' אֶתְחַנָּן... מַה-בֶּצַע בְּדָמִי בְּרִדְתִּי אֶל-שָׁחַת...  שְׁמַע-ה' וְחָנֵּנִי ה' הֱיֵה-עֹזֵר לִי...

די צער פון מאלעסטעישאן ט"ו שבט התשע"ט 16:36 #253150

  • שמע-תפלתי
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 253
  • האט שוין געלייקט: 248 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 610 מאל

א שרעק... נאר דער רבוש"ע קען העלפען מיינע בנים, איך קען נאר תפלה טאן, אין דאס טי איך טאקע, איך ציטער.... איך האף איך בין שוין אדורך געגאנגען די אלע זאכען פאר זיי אויך.
די שאלה איז וואס די ישועה איז, איז עס איינע פין די טאלס מיר אלע ניצען, 12 סטעפס, מיטינגס, פאוין קאנפרענס, ספאנסערס, אדג, אדער עפעס שטערקערס?
ווי האלטסטו יעצט אויף דער וועלט?
וואס זענען כהיום דיינע טריגערס? Ssa?
דער רבוש"ע זאל דיר העלפען, עס זאל דיר אנקומען גרינגערהייט

להטות לבבנו אליו ללכת בכל דרכיו ולשמר מצותיו וחקיו ומשפטיו אשר צוה את אבתינו
כי עיקר מציאות האדם בעה"ז הוא רק לקיים מצות ולעמד בניסיון,  והנאות העולם אין ראוי שיהו לו אלא לעזר ולסיוע בלבד לשיהיה לו נחת רוח ויישוב הדעת למען יוכל לפנות לבו אל העבודה הזאת מסילת ישרים

די צער פון מאלעסטעישאן ט"ו שבט התשע"ט 16:45 #253155

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 742 טעג
  • OFFLINE
  • Platinum Boarder
  • מעלדונגען: 1022
  • האט שוין געלייקט: 4311 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל
צדיק12 געשריבן on ט"ו שבט התשע"ט 16:02:

איך בין זייער ריעליסטיק, און אפן צו הילף, און ב"ה 100% אפן מיט מיין ווייב, אויב וועל איך אדער זו פילן אז עס טוהט מיר אפעקטירן, וועל איז בעז"ה גיין פאר הילף. אבער ווי לאנג עס האט נישט קיין אפעקט, וועל איך מיך באגניגן מיט פארברענגען מיט די טייערע אידן דא.
נאר צו צו רירן אויפן שפיץ גאפל, ווען מען טוהט פאר יענעם טוהט מען פאר זיך מער ווי מען טוהט פאר יענעם.
איך האב אין די לעצטע פאר יאר, א סאך ארויס געהאלפן מענטשן וועלכע זענען א דורך אזעלכע און ענליכע טראומא'ס, און איך האב דענמאלטס געפילט אז דאס וואס איך העלף די אלע מענטשן, איז טערעפי פאר מיר אליין.
 ווייל איך האב געניצט די שווערע עקספיריענס וואס איך בין א דורך און איך האב געמאכט א tool דערפון צו העלפן אנדערע.
איך האב קיינמאל נישט פארציילט פאר קיינעם ביז יעצט וואס איך בין א דורך, אבער איך האב עס נישט באהאלטן אין זיך און עס געזיכט צו פארדעקן, איך האב עס געניצט צו העלפן אנדערע.


וויאזוי העלפסטו אנדערע מיט דעם?

די צער פון מאלעסטעישאן ט"ו שבט התשע"ט 17:08 #253156

  • צדיק12
  • איצטיגע שטרעקע: 43 טעג
  • OFFLINE
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 44
  • האט שוין געלייקט: 68 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 156 מאל

דאס קען נישט ווערן אויס געשמועסט ברבים.

ה' אֱלֹקי - שִׁוַּעְתִּי אֵלֶיךָ, וַתִּרְפָּאֵנִי... ה' הֶעֱלִיתָ מִן שְׁאוֹל נַפְשִׁי חִיִּיתַנִי מִיָּרְדִי בוֹר... הִסְתַּרְתָּ פָנֶיךָ הָיִיתִי נִבְהָל... אֵלֶיךָ ה' אֶקְרָא וְאֶל ה' אֶתְחַנָּן... מַה-בֶּצַע בְּדָמִי בְּרִדְתִּי אֶל-שָׁחַת...  שְׁמַע-ה' וְחָנֵּנִי ה' הֱיֵה-עֹזֵר לִי...

די צער פון מאלעסטעישאן ט"ז שבט התשע"ט 11:29 #253161

  • לעשות רצונך חפצתי
  • איצטיגע שטרעקע: 50 טעג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 10
  • האט שוין געלייקט: 16 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל

דיין האר אויפשטעלנדע געשיכטע, וואס מיר ווארטן נאך מיט שפאנוג אויף די המשך, מאכט מיר ציטערן.
צדיקל'ס טאטע האט נישט געמאכט קיין שום טעות, ער האט נישט געהאט קיין שום מעגליכקייט דאס צו פארמיידן, ווי אזוי בין איך פארזיכערט אז דאס גייט ח"ו נישט פאסירן צו מיינע קינדער?
ווי אזוי קען איך שלאפן ראויג ווען מיין יונגעלעך האבן חברים מיט וועם זיי שפילן זיך יעדע פארנאכטס?
ווי אזוי קען איך שיקן א קינד אין קעמפ?
עס איז א פחד פון א מעשה.

די צער פון מאלעסטעישאן ט"ז שבט התשע"ט 12:05 #253163

  • נטע
  • איצטיגע שטרעקע: 240 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 1100
  • האט שוין געלייקט: 1149 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1400 מאל
לעשות רצונך חפצתי געשריבן on ט"ז שבט התשע"ט 11:29:

דיין האר אויפשטעלנדע געשיכטע, וואס מיר ווארטן נאך מיט שפאנוג אויף די המשך, מאכט מיר ציטערן.
צדיקל'ס טאטע האט נישט געמאכט קיין שום טעות, ער האט נישט געהאט קיין שום מעגליכקייט דאס צו פארמיידן, ווי אזוי בין איך פארזיכערט אז דאס גייט ח"ו נישט פאסירן צו מיינע קינדער?
ווי אזוי קען איך שלאפן ראויג ווען מיין יונגעלעך האבן חברים מיט וועם זיי שפילן זיך יעדע פארנאכטס?
ווי אזוי קען איך שיקן א קינד אין קעמפ?
עס איז א פחד פון א מעשה.


ס׳איז שוין דא אסאך אסאך געשריבן דערויף.

קודם איז תפילה תפילה תפילה, דער אייבישטער קען זיכער קעיר נעמען, ס׳איז דאך זיינע קינדער!

נאכדעם איז וויכטיג צו האבן גאר א נאנטע רילעישן שיפ מיט די קינדער, אז זיי זאלן זיך נישט שעמען צו פארציילן, און נישט מורא האבן.

און מ׳דארף רעדן צו זיי דערפון, וואס? ווייס איך נישט, אבער אזויפיל ווייס איך אז מ׳דארף מער רעדן.
(נישט אז יום המיתה איז נישט מכפר....)

וזאת למודעי!

היות איך בין נישט אזוי אקטיוו דא אויפן פארום כסדר. און אפי׳ ווען יא, אויך נישט מיט ביידע פיס.
אויב איינער וויל מיך ריטשען פאר א ספעסיפיק זאך (נישט סתם שמועסן...), ביטע שיקן א פריוואטער מעסעדש, (נישט קיין טשעט) דארט באקום איך אין אימעיל א נאטיפיקעישן, ווי אויך טאנצט עס ארויף ווען איך קום אריין אינעם סייט משא״כ טשעט וואס איך דארף דארט זיין בשעת מעשה. 

נטע׳לע

די צער פון מאלעסטעישאן ט"ז שבט התשע"ט 12:09 #253164

  • moshe11
  • איצטיגע שטרעקע: 9 טעג
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 174
  • האט שוין געלייקט: 30 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 432 מאל

נישטא קיין שום ענין ארום צי גיין מיט פחדים, איך פלעג אויך ציטערן מיינע קינדער זאלן נישט נישט אנקימען ווי איך, איךפלעג זיי א גאנצען טאג נאכקיקיען, ווי זיי זענען געגאנגען, למעשה היינט ווייס איך אז איך בין נישט בעה"ב אויף מיר אין א וודאי נישט אויף מינע קינדער, איך טי מיינע נארמאלע השתדלות, אין די איבריגע בעט איך די אייבישטער, אין דארט לייג איך מיינע עיקר כוחות תפילה תפילה אין נאכאמאל תפילה, אין איבריגע לאז איך אויפן אייבישטער

אז מען רעד שוין, מיין איך אז די קעמפס מעג שוין מבטל זיין, כי אין הצר שווה בנזק, איך רעד נישט די אידיש געלט וואס דאס קאסט, אר פשוט וויפיל אידישע נשמןת גייען ציגרינד דארטען, איך האב שוין א סאך פארברענגט מיט אינגעלייט וואס זיי זענען ליידער טיף אין שמיץ, וואס זיי האבן מיר געזאגט אז זייערע פראבלעמען האבן זיך אנגעהויבן אין קעמפ וד"ל

די צער פון מאלעסטעישאן ט"ז שבט התשע"ט 12:11 #253165

  • נטע
  • איצטיגע שטרעקע: 240 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 1100
  • האט שוין געלייקט: 1149 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1400 מאל
איך בין אסאך געשטיגן אין קעמפ.

איך בין געפאלן אין ביה״כ און אין מקוה... זאל מען דאס מבטל זיין?

מ׳דארף טון נארמאלע זאכן שרייבסטו...
וזאת למודעי!

היות איך בין נישט אזוי אקטיוו דא אויפן פארום כסדר. און אפי׳ ווען יא, אויך נישט מיט ביידע פיס.
אויב איינער וויל מיך ריטשען פאר א ספעסיפיק זאך (נישט סתם שמועסן...), ביטע שיקן א פריוואטער מעסעדש, (נישט קיין טשעט) דארט באקום איך אין אימעיל א נאטיפיקעישן, ווי אויך טאנצט עס ארויף ווען איך קום אריין אינעם סייט משא״כ טשעט וואס איך דארף דארט זיין בשעת מעשה. 

נטע׳לע

די צער פון מאלעסטעישאן ט"ז שבט התשע"ט 12:36 #253166

  • moshe11
  • איצטיגע שטרעקע: 9 טעג
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 174
  • האט שוין געלייקט: 30 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 432 מאל
נטע געשריבן on ט"ז שבט התשע"ט 12:11:
איך בין אסאך געשטיגן אין קעמפ.

איך בין געפאלן אין ביה״כ און אין מקוה... זאל מען דאס מבטל זיין?

מ׳דארף טון נארמאלע זאכן שרייבסטו...

וועגען מקוה וויל איך נישט רעדען כאטש איך האלט עס דארף גרויסע תיקונים, למעשה אזאך וואס איז מתקן געווארן דורך צדיקים וקדושים, ווער בין איך אריין צירעדן, עכ"פ די זייפן אין שאערען וואלט מען געמעגט טוישן, אבער וועגען קעמפ ווייס איך פין משגיחים וואס שרייען אז די קעמפ איז א חורבן אין מען קען עס נישט קאנטראלן,

 די מסילת ישרים שרייבט "אך היראה השוטה היא, שיהיה האדם רוצה להוסיף שמירות על שמירות ויראה על יראה, ועושה משמרת למשמרתו באופן שיגיע מזה ביטול לתורה ולעבודה והכלל להבחין בין שתי היראות הוא מה שחלקו חכמים זכרונם לברכה באמרם (פסחים ח): היכא דשכיח היזיקא שאני." עכל"ק
 די קעמפס כהיום איז א שכיח היזיקא, אדרבה פרעגט אייך נאך, איך אסאך פין אינזערע חבריא וועלן דאס באשטעטיגען

די צער פון מאלעסטעישאן ט"ז שבט התשע"ט 15:17 #253168

  • צדיק12
  • איצטיגע שטרעקע: 43 טעג
  • OFFLINE
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 44
  • האט שוין געלייקט: 68 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 156 מאל

איך קען נאר ענטפערן, מיט מיין וועג ווי אזוי איך קוק אויף דעם נושא.

ווען א יונג קינד אדער בחור, ווערט אומ-וועלנדיג אריין געשלעפט אין דעם נושא, איז דאך דאס בכלל נישט זיין שולד, און אז דער הייליגער מסבב כל הסיבות האט דאס צוגעפירט, איז דאך ברור כשמש, אז דאס איז וואס די רבוש"ע האט געוואלט אז דער נשמה זאל מתקן זיין דורכאויס זיין באזוך אויף דעם עולם העשיה.
עס וועט נישט העלפן מבטל זיין דאס אדער יענס, די רבוש"ע האט הרבה דרכים, אויס צו פירן זיין רצון, און ער האט גענוצט דער מיטל וואס ער האט געוואלט.
און אונזער תפקיד איז צו נעמען דעם נסיון און ארבייטן מיט דעם, נישט באשולדיגן דעם פאסט טרעגער, ווייל דענמאלטס קומט מען אין ערגעץ נישט אן.
מען דארף עס אנקוקן ווי א מיסיע וואס מען האט באקומען דורך צו פירן, די רבוש"ע האט זיינע חשבונות וואס מיר פארשטייען נישט, מיר דארפן נאר אויס פירן דעם תפקיד וואס מיר האבן פאר זיך.

דאס איז מיין פערזענליכע וועג פון קוקן דערויף, מען קען מבטל זיין, קעמפ, מקוה, און וואס נאך מען וויל, די רבוש"ע וועט נאך אלס טרעפן א וועג אויס צו פירן זיין רצון.

ה' אֱלֹקי - שִׁוַּעְתִּי אֵלֶיךָ, וַתִּרְפָּאֵנִי... ה' הֶעֱלִיתָ מִן שְׁאוֹל נַפְשִׁי חִיִּיתַנִי מִיָּרְדִי בוֹר... הִסְתַּרְתָּ פָנֶיךָ הָיִיתִי נִבְהָל... אֵלֶיךָ ה' אֶקְרָא וְאֶל ה' אֶתְחַנָּן... מַה-בֶּצַע בְּדָמִי בְּרִדְתִּי אֶל-שָׁחַת...  שְׁמַע-ה' וְחָנֵּנִי ה' הֱיֵה-עֹזֵר לִי...

די צער פון מאלעסטעישאן ט"ז שבט התשע"ט 15:28 #253169

  • moshe11
  • איצטיגע שטרעקע: 9 טעג
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 174
  • האט שוין געלייקט: 30 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 432 מאל

צדיק איר זענט 100 גערעכט ווי איך אליין האט געשריבן, אבער פין די אנדערע זייט אי אתה בן חורין לפטור פין טיען די מינימאלע השתדלות, ווי די מסילת ישרים איז עס זייער שין מברר אז מען טיט נישט די השתדלות וואס מען איז מחיוב, פאר דען אליין באקימט מען די עונש אז געשעט וואס עס געשען

די צער פון מאלעסטעישאן ט"ז שבט התשע"ט 15:33 #253170

  • צדיק12
  • איצטיגע שטרעקע: 43 טעג
  • OFFLINE
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 44
  • האט שוין געלייקט: 68 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 156 מאל
1000% גערעכט, איך מיין נישט צו זאגן אז עלטערן קענען זיצן מיט פארלייגטע הענט און זאגן די רבוש"ע וועט אויס פירן זיין רצון, איך רעדט אבער ווען מען זעהט א פערטיגע בילד קען מען נישט זאגן צב"ש, אז ווען ער וואלט ווען נישט געגאנגען אין קעמפ וואלט ווען די תוצאה געווען אנדערש.

ווייל ווען ער וואלט ווען נישט געגאנגען אין קעמפ וואלט די רבוש"ע געשיקט די נסיון פון א צווייטע פלאץ.

און דאס נעמט נישט אראפ פון די עוון פלילי פון די רשעים, רוצחים, און רודפים, וועלכע לאקערן אויף קינדער, ווייל מיר ווייסן דאך אז מרשעים יצא רשע, די רבוש"ע נוצט אמאל דעם רשע אויס צו פירן זיין רצון, אבער דער רשע בלייבט רשע.

ה' אֱלֹקי - שִׁוַּעְתִּי אֵלֶיךָ, וַתִּרְפָּאֵנִי... ה' הֶעֱלִיתָ מִן שְׁאוֹל נַפְשִׁי חִיִּיתַנִי מִיָּרְדִי בוֹר... הִסְתַּרְתָּ פָנֶיךָ הָיִיתִי נִבְהָל... אֵלֶיךָ ה' אֶקְרָא וְאֶל ה' אֶתְחַנָּן... מַה-בֶּצַע בְּדָמִי בְּרִדְתִּי אֶל-שָׁחַת...  שְׁמַע-ה' וְחָנֵּנִי ה' הֱיֵה-עֹזֵר לִי...

די צער פון מאלעסטעישאן ט"ז שבט התשע"ט 16:39 #253171

  • שמע-תפלתי
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 253
  • האט שוין געלייקט: 248 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 610 מאל
צדיק12 געשריבן on ט"ז שבט התשע"ט 15:17:

איך קען נאר ענטפערן, מיט מיין וועג ווי אזוי איך קוק אויף דעם נושא.

ווען א יונג קינד אדער בחור, ווערט אומ-וועלנדיג אריין געשלעפט אין דעם נושא, איז דאך דאס בכלל נישט זיין שולד, און אז דער הייליגער מסבב כל הסיבות האט דאס צוגעפירט, איז דאך ברור כשמש, אז דאס איז וואס די רבוש"ע האט געוואלט אז דער נשמה זאל מתקן זיין דורכאויס זיין באזוך אויף דעם עולם העשיה.
עס וועט נישט העלפן מבטל זיין דאס אדער יענס, די רבוש"ע האט הרבה דרכים, אויס צו פירן זיין רצון, און ער האט גענוצט דער מיטל וואס ער האט געוואלט.
און אונזער תפקיד איז צו נעמען דעם נסיון און ארבייטן מיט דעם, נישט באשולדיגן דעם פאסט טרעגער, ווייל דענמאלטס קומט מען אין ערגעץ נישט אן.
מען דארף עס אנקוקן ווי א מיסיע וואס מען האט באקומען דורך צו פירן, די רבוש"ע האט זיינע חשבונות וואס מיר פארשטייען נישט, מיר דארפן נאר אויס פירן דעם תפקיד וואס מיר האבן פאר זיך.

דאס איז מיין פערזענליכע וועג פון קוקן דערויף, מען קען מבטל זיין, קעמפ, מקוה, און וואס נאך מען וויל, די רבוש"ע וועט נאך אלס טרעפן א וועג אויס צו פירן זיין רצון.


גערעכט, אבער נאך אלץ דארף מען טין השתדלות, מיין ערשטע ציגארעטעל איז געווען אין קעמפ, פארוואס? ווייל איך האב געוויסט, אז איך בין אויף הפקר, יא, אין א שרעקליכע פרעשערדיגע ענווייראמענט, די הנהלה האט אינז געטרייט אנצירעדען, אז אלעס איז אנדער קאנטראל, אבער מיר האבען געטין וואס מיר האבען געוואלט, אפילו גערייכערט.... ב"ה איך האב נישט געטין אין שמיץ מיט אנדערע, אבער איך בין זיכער אז וואס איך האב געטין מיטען ציגארעטעל האבען אנדערע געטין אין שמיץ... וד"ל
קלאר אז מען מעג ענדיגען מיט די קעמפס סיי ברוחניות אין סיי בגשמיות, שמירת עינים פאר די קינדער איז א גיטע תירוץ, ווייל די נפילה אין קדושה איז אסאך ערגער אין די קעמפס...

להטות לבבנו אליו ללכת בכל דרכיו ולשמר מצותיו וחקיו ומשפטיו אשר צוה את אבתינו
כי עיקר מציאות האדם בעה"ז הוא רק לקיים מצות ולעמד בניסיון,  והנאות העולם אין ראוי שיהו לו אלא לעזר ולסיוע בלבד לשיהיה לו נחת רוח ויישוב הדעת למען יוכל לפנות לבו אל העבודה הזאת מסילת ישרים

די צער פון מאלעסטעישאן ט"ז שבט התשע"ט 16:42 #253172

  • שמע-תפלתי
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 253
  • האט שוין געלייקט: 248 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 610 מאל

און דאס נעמט נישט אראפ פון די עוון פלילי פון די רשעים, רוצחים, און רודפים, וועלכע לאקערן אויף קינדער, ווייל מיר ווייסן דאך אז מרשעים יצא רשע, די רבוש"ע נוצט אמאל דעם רשע אויס צו פירן זיין רצון, אבער דער רשע בלייבט רשע.


פאר וואס ריפסטי זיי אהן רשעים? איך ריף זיי אהן קראנקע, די מיינסט אז זיי טיען דאס פאר רשעות? זיי זענען חולים מסוכנים... יא מען מיז זיי אנשפארען אי ריהעבס, אבער לעניית דעתי זענען זיי קראנק אין נישט רשעים

להטות לבבנו אליו ללכת בכל דרכיו ולשמר מצותיו וחקיו ומשפטיו אשר צוה את אבתינו
כי עיקר מציאות האדם בעה"ז הוא רק לקיים מצות ולעמד בניסיון,  והנאות העולם אין ראוי שיהו לו אלא לעזר ולסיוע בלבד לשיהיה לו נחת רוח ויישוב הדעת למען יוכל לפנות לבו אל העבודה הזאת מסילת ישרים

די צער פון מאלעסטעישאן ט"ז שבט התשע"ט 17:16 #253173

  • צדיק12
  • איצטיגע שטרעקע: 43 טעג
  • OFFLINE
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 44
  • האט שוין געלייקט: 68 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 156 מאל

קען זיין, און מן הסתם, ביזטו גערעכט, אז זיי זענען חולים, און עס זענען פארהאן אזעלכע וואס לויפן טאקע נישט נאך, אבער ווען זיי האבן א געלעגנהייט קענען זיי נישט זאגן ניין, און זיי האבן נישט קיין צוטריט צו קיין הילף, אויף זיי איז טאקע א ביטערע רחמנות, און אויף זייערע וויקטים'ס נאך מער.
אבער עס זענען פארהאן אזעלכע וואס זענען רודפים, און זיי זיכן ווי זיי קענען האבן א געלעגנהייט אומגליקליך צו מאכן אומשולדיגע שעפעלעך, און זיי האבן געהאט געלעגנהייטן זיך צו העלפן און עס אוועק געווארפן בידים.
אדער גייען צו צו טעראפיסטן, אבער זיי פייפן אריין און פאלגן נישט אויס זייערע אנווייזונגען. אויף זיי איז נישט קיין מצוה רחמנות צו האבן, נאר מקיים צו זיין די דין פון א רודף וד"ל.
איך האב אבער ליידער ערשט האנטיג אסאך צו געזעהן די ווייטאג פון וויקטים'ס, און דאס ברענגט מיר זיך אויס צו דריקן אזוי שארף.
איך האב בעיקר געמיינט די צווייטע קאטעגאריע.

ה' אֱלֹקי - שִׁוַּעְתִּי אֵלֶיךָ, וַתִּרְפָּאֵנִי... ה' הֶעֱלִיתָ מִן שְׁאוֹל נַפְשִׁי חִיִּיתַנִי מִיָּרְדִי בוֹר... הִסְתַּרְתָּ פָנֶיךָ הָיִיתִי נִבְהָל... אֵלֶיךָ ה' אֶקְרָא וְאֶל ה' אֶתְחַנָּן... מַה-בֶּצַע בְּדָמִי בְּרִדְתִּי אֶל-שָׁחַת...  שְׁמַע-ה' וְחָנֵּנִי ה' הֱיֵה-עֹזֵר לִי...

די צער פון מאלעסטעישאן ט"ז שבט התשע"ט 17:25 #253174

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 742 טעג
  • OFFLINE
  • Platinum Boarder
  • מעלדונגען: 1022
  • האט שוין געלייקט: 4311 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל
צדיק12 געשריבן on ט"ז שבט התשע"ט 17:16:

קען זיין, און מן הסתם, ביזטו גערעכט, אז זיי זענען חולים, און עס זענען פארהאן אזעלכע וואס לויפן טאקע נישט נאך, אבער ווען זיי האבן א געלעגנהייט קענען זיי נישט זאגן ניין, און זיי האבן נישט קיין צוטריט צו קיין הילף, אויף זיי איז טאקע א ביטערע רחמנות, און אויף זייערע וויקטים'ס נאך מער.
אבער עס זענען פארהאן אזעלכע וואס זענען רודפים, און זיי זיכן ווי זיי קענען האבן א געלעגנהייט אומגליקליך צו מאכן אומשולדיגע שעפעלעך, און זיי האבן געהאט געלעגנהייטן זיך צו העלפן און עס אוועק געווארפן בידים.
אדער גייען צו צו טעראפיסטן, אבער זיי פייפן אריין און פאלגן נישט אויס זייערע אנווייזונגען. אויף זיי איז נישט קיין מצוה רחמנות צו האבן, נאר מקיים צו זיין די דין פון א רודף וד"ל.
איך האב אבער ליידער ערשט האנטיג אסאך צו געזעהן די ווייטאג פון וויקטים'ס, און דאס ברענגט מיר זיך אויס צו דריקן אזוי שארף.
איך האב בעיקר געמיינט די צווייטע קאטעגאריע.


איינס איך בין א וויקטים פון מאלעסטעישאן. צוויי עס איז דא מאלעסטאר וואס איך האב נאך עד היום ווייטאג און באקום ווייטאג פון אים.

עם כל זה פארשטיי איך אז יעדער מאלעסטאר על פי רוב איז נעבעך אויך א וויקטים פון עפעס, און על פי רוב איז ער אויך א וויקטים פון מאלעסטעישאן. ממילא נישט קיין חילוק וואס פארא מאלעסטאר ער איז אפילו ער נעבעך לאקערט נאך וויקטיםס איז ער נעבעך א רחמנות א קראנקע מענטש, וואס זיין קרענק ברענגט אים נעבעך צו טוהן מעשה רציחה. די יסורי נפש וואס א מאלעסטאר האט כל ימי חייו איז אומבאשרייבליך. הקיצור עס איז מיר באקוועמער צו קוקן אויף יענעם ווי א קראנקע און א רחמנות ווי איידער א רשע מרושע.

איך האב אמאהל געלייענט א ארטיקל פון א מומחה בעניני נפש. שרייבט זי, אויב עפעס אין יענעםס התנהגות מאכט נישט קיין סענס פאר דיר, מוז זיין אז עפעס אינפארמאציע וועגן יענעם פעלט דיר.

ממילא דינג איך זיך מיט כבוד ידידינו החבר החדש צדיק12. והבוחר יבחר והמבין יבחין.

די צער פון מאלעסטעישאן ט"ז שבט התשע"ט 17:45 #253176

  • צדיק12
  • איצטיגע שטרעקע: 43 טעג
  • OFFLINE
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 44
  • האט שוין געלייקט: 68 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 156 מאל

הרב לומד, איך מיז דיר געבן גערעכט, איך האב זיך קיינמאל נישט פרובירט אריין צו לייגן אין די שיך פון א מאלעסטער, און קוקן דורך זיינע אויגן גלעזער, איך בין בדרך כלל געווען אויף די אנדערע זייט טיש.
איך בין ב"ה נישט קיין וויקטים פון קיין מאלעסטער, ממילא האב איך מיך נישט געגעבן די רעכט צו פארשטיין אביסל דעם מאלעסטער, איך האב פשוט פארברענגט הונדערטער שעות מיט וויקטים'ס און זייער ווייטאג, האט ארויס גערעדט פון מיר.
איבער אלעם בין איך נתפעל פון דיין גבורה, אז אפילו זייענדיג א וויקטים קענסטו מליץ טוב זיין אויף זיי.
איך זעה אז איך האב נאך אסאך צו ארבייטן אויף מיין אהבת ישראל...

ה' אֱלֹקי - שִׁוַּעְתִּי אֵלֶיךָ, וַתִּרְפָּאֵנִי... ה' הֶעֱלִיתָ מִן שְׁאוֹל נַפְשִׁי חִיִּיתַנִי מִיָּרְדִי בוֹר... הִסְתַּרְתָּ פָנֶיךָ הָיִיתִי נִבְהָל... אֵלֶיךָ ה' אֶקְרָא וְאֶל ה' אֶתְחַנָּן... מַה-בֶּצַע בְּדָמִי בְּרִדְתִּי אֶל-שָׁחַת...  שְׁמַע-ה' וְחָנֵּנִי ה' הֱיֵה-עֹזֵר לִי...

די צער פון מאלעסטעישאן ט"ז שבט התשע"ט 18:08 #253177

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 742 טעג
  • OFFLINE
  • Platinum Boarder
  • מעלדונגען: 1022
  • האט שוין געלייקט: 4311 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל
דאס איז א וויטיגע טעמע וואס אונז וואלטן געדארפט דורך שמועסן אביסל מעהר באריכות.
לעשות רצונך חפצתי געשריבן on ט"ז שבט התשע"ט 11:29:

דיין האר אויפשטעלנדע געשיכטע, וואס מיר ווארטן נאך מיט שפאנוג אויף די המשך, מאכט מיר ציטערן.
צדיקל'ס טאטע האט נישט געמאכט קיין שום טעות, ער האט נישט געהאט קיין שום מעגליכקייט דאס צו פארמיידן, ווי אזוי בין איך פארזיכערט אז דאס גייט ח"ו נישט פאסירן צו מיינע קינדער?
ווי אזוי קען איך שלאפן ראויג ווען מיין יונגעלעך האבן חברים מיט וועם זיי שפילן זיך יעדע פארנאכטס?
ווי אזוי קען איך שיקן א קינד אין קעמפ?
עס איז א פחד פון א מעשה.


איך גיי צונעמן דיינע ווערטער:
"צדיקל'ס טאטע האט נישט געמאכט קיין שום טעות, ער האט נישט געהאט קיין שום מעגליכקייט דאס צו פארמיידן"
קען זיין אז ער האט נישט געהאט קיין מעגליכקייט דאס צו פארמיידן. אבער ער האט געקענט באשאפן א אטמאספערע אינדערהיים אז די היזקות זאלן זיין ווייניגער. די מציאות איז אז קינדער וואס וואקסן אויף אין פאזאטיווע ענוויירמענט פאלן נישט אזוי שנעל צו אזעלכע זאכן. ועוד אז מאלעסטערס האבן א שטיקל שמעק און רוח הקודש וועלכע קינדער איז 'לייכטער' צו שטעפענען און נישט צוריק כאפן דערפאר.

"ווי אזוי בין איך פארזיכערט אז דאס גייט ח"ו נישט פאסירן צו מיינע קינדער?"

אזויווי אנדערע האבן שוין דא געשריבן אז קיינער איז נישט פארזיכערט. אונזער אחריות אלס עלטערן איז נישט צו זיין דער בורא, און נישט צו זיין דער וואס גאראנטירט אז גארנישט געשעהט צו אונזערע קינדער. אבער אונז האבן א לאנגע ליסטע וואס מען קען טוהן. פאר מיר איז עס די ערשטע זאך, אז מיין קינד זאל נישט מורא האבן מיר צו פארציילן. עס איז נישטא אזא זאך אז מיינס א קינד זאל מיר עפעס פארציילן און ער זאל וועגן דעם ליידן. נישט קיין חילוק וואס. אזוי אויך איז די נושא פון בארירן זיך מיט אנדערע אדער דורך אנדערע א נושא וואס ווערט גערעדט מיט מיין קינדער אויף א צניעות'דגיע אופן. ווי איך ערקלער וואס איז עקסאפטאבל און וואס נישט. וואס דארף רעיזן א רוויטע פלעג, אז עפעס טויג נישט דא. וואס ער וויל מיר קומען פארציילן און וואס פעלט נישט אויס. אזוי אויך געב איך אים די פויער אז ער איז בעל בית אויף זיין גוף, און קיינער האט נישט קיין רעכט אים וויי צו טוהן (אינקלאדינג מיך און אינקלאדינג זיין דאקטאר וכדומה)

וועל איך רעד דערפון בין איך מסביר אז עס איז דא אזא זאך ווי שעדליכע מענטשן, און איך בין מסביר דער מזיק זעהט נישט אויס אנדערש ווי מיר אדער זיידי וכדומה (דאס איז וויכטיג, ווייל רוב מאלעסטאשאן קומט פאהר אדער דרוך חדר/קעמפ, אדער דורך משפחה מיטגלידער). די סיבה וואס איך בין עס אים מסביר זאג איך אים אז די מציאות ווייזט אז אויב דער קינד איז באוויסנד האט ער א קלענערע טשאנס צו ווערן א וויקטים.

בשעת איך רעד מיט מיין קינד דערפון ניץ איך אויס די געלגנהייט אז ער/זי זאל מיר קענען זאגן אויב ער האט עפעס א מיטגעמאכט וואס ער וויל מיר פארציילן. והנושא ארוכה מני ארץ ואין כאן המקום להאריכות.

דער עיקר דארף זיין אז דער מצב זאל זיין אז ווען דאס וועט געשעהן אז מיינס א קינד גייט דורך גיין א שווערע מצב וועט ער זיך פילן באקוועם מיר עס צו פארציילן.

"ווי אזוי קען איך שלאפן ראויג ווען מיין יונגעלעך האבן חברים מיט וועם זיי שפילן זיך יעדע פארנאכטס?
ווי אזוי קען איך שיקן א קינד אין קעמפ?"


אויב נישט שלאפן ראויג וועט דיר העלפן דעמאלס טוה טאקע אזוי. למעשה פיל איך פאר מיר אז איך מוז זיין עומד על המשמר. אבער פון די אנדערע זייט מאך איך זיכער אז מיינע קינדער באמערקן נישט אז איך בין באזארגט וועגן דעם. איך מאך זיכער אז ווען זיי גייען ערגעץ זאלן זיי מיר זאגן ווילאנג זיי גייען דארט זיין וכדומה. איך געב זיי א האג און א קיש פאר זיי גייען און ווען זיי קומען אהיים. איך האב געדארפט שיקן איינער פון מיינע קינדער צו טעראפי צוליב א סיבה. זאגט ער מיר אז ער פילט זיך מעהר באקוועם מיר צו זאגן אלעס ווי איידער א טעראפיסט. דאס איז א עבודה קשה שבמקדש צו מאכן א מצב אז די קינדער זאלן פילט זייער באקוועם מיט די טאטע און מאמע און זיי טראסטן מיט אלעס.

בנוגע מקוה. לדעתי איז מקוה נישט א סעיף פלאץ פאר אינגע בחורים. מיר האט איינער מאלעסטעד אין א מקוה פון א גרויסע קהילה.

איך בין זיך מחולק וואס אנדערע האבן דא געשריבן אז עס איז מתוקן פון גדולי עולם. 

איך האב געזאגט מיינע עלטערע בחורים ווען זיי האבן בר מצוה געהאט אז איך האלט אז מקוה איז נאך נישט פאר זיי. אבער זיי האבן שטארק געוואלט גיין און איך האב זיי געלאזט. ביי מיין לעצטע בר מצוה בחור האב איך קלאהר געזאגט אז מקוה איז נישט פאר אים און כאטש ער וויל זייער שטארק גיין גייט ער מוזן ווארטן עטליכע יאהר ביז ער גייט גיין. איך האב אים מחזק געווען אז איך בין שטאלץ פון אים אז וויל גיין, און איך פארשטיי זיין ווייטאג. אבער אלץ א טאטע וואס איז אחריות אויף אים, פיל איך אז דאס איז א זאך וואס איך זאל אים אפהאלטן. וואס יא? יום הבר מצוה האב איך אים גענומען, און ערב יום כיפור. חוץ מזה האב איך אים אפגעשטיפט.

גראדע איז עס א שווערע זאך פאר אים, ווייל יעדער גייט. צווייטנס מען איז מעורר בחורים אז א 'חסידישע בחור' דארף גיין אין מקוה וכו' וכו'. אבער יא דאס איז מיין אחריות אז ער זאל נישט גיין, ביז איך פיל אז ער איז גרייט פאר דעם.

בנוגע קעמפ. איך שיק נישט מיינע קינדער אין קעמפ. איינע פון די סיבות איז ווייל איך פיל אז די קעמפ מיט אלע מעלות וואס עס האט (אזויווי נטע האט געשריבן) איז על פי רוב א מקום הפקר און א מקום מוכן לפרעניות. איך פארשטיי אז עס וואלט געקאסט אסאך געלט צו מאכן די פלאץ סעיף. לעת עתה רוב קעמפס איז דא צופיל לויזקייט און לויזע זמן אז עס געשעט אלץ זאכן וואס מען וואלט געקענט אפהאלטן.

יישר כח פארן ארויפברענגן דעם טעמע, און פאר מיר לאזן מיטטיילן.

די צער פון מאלעסטעישאן ט"ז שבט התשע"ט 18:18 #253178

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 742 טעג
  • OFFLINE
  • Platinum Boarder
  • מעלדונגען: 1022
  • האט שוין געלייקט: 4311 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל
צדיק12 געשריבן on ט"ז שבט התשע"ט 17:45:

הרב לומד, איך מיז דיר געבן גערעכט, איך האב זיך קיינמאל נישט פרובירט אריין צו לייגן אין די שיך פון א מאלעסטער, און קוקן דורך זיינע אויגן גלעזער, איך בין בדרך כלל געווען אויף די אנדערע זייט טיש.
איך בין ב"ה נישט קיין וויקטים פון קיין מאלעסטער, ממילא האב איך מיך נישט געגעבן די רעכט צו פארשטיין אביסל דעם מאלעסטער, איך האב פשוט פארברענגט הונדערטער שעות מיט וויקטים'ס און זייער ווייטאג, האט ארויס גערעדט פון מיר.
איבער אלעם בין איך נתפעל פון דיין גבורה, אז אפילו זייענדיג א וויקטים קענסטו מליץ טוב זיין אויף זיי.
איך זעה אז איך האב נאך אסאך צו ארבייטן אויף מיין אהבת ישראל...


דאס וואס דו שרייבסט אז דו ביסט אויף די אנדערע זייט פון די טיש, בין איך נישט אזוי זיכער מיט דעם. איבער דרייסיג יאהר פון מיין ערשטע מאלעסטעשאן בין איך געווען איינגערעדט אז איך בין אויף די אנדערע זיין פון די טיש. אבער נאך יאהרן פון דערשטיקן די הרגש פון וויקטים און עס האט געמאכט א תל עולם פון מיר פון אינעווייניג מוז אקצעפטירן אז יא אויך איך לומד בין א וויקטים פון מאלעסטעישאן.

ליידער פארברענג איך מיט ביידע סיי מיט וויקטיםס און סיי מיט אמאהליגע מאלעסטארס. איך קען די וויטאג פון די וויקטים על בשרי, און פון אנדערע. און איך קען דיי ווייטאג פון די מאלעסטארס דורך הערן זייער ווייטאג.

בנוגע וואס דו שרייבסט וועגן מיין גבורה. אודה ולא איבוש, אז דורך ארבעטן די 12 סטעפס און בעיקר די פערטע פיפטע זעקסטע זיבעטע סטעפס בין איך אהנגעקומען אז איך קען מוחל זיין און אפילו פארשטיין דער וואס האט מיר באגראבן. דאס איז איינע פון די מתנות פון מיין ריקאווערי.

די צער פון מאלעסטעישאן ט"ז שבט התשע"ט 18:28 #253179

  • צדיק12
  • איצטיגע שטרעקע: 43 טעג
  • OFFLINE
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 44
  • האט שוין געלייקט: 68 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 156 מאל

יישר כח הרב לומד, 
אויסער געווענליך קלאר ארויס געברענגט.

ה' אֱלֹקי - שִׁוַּעְתִּי אֵלֶיךָ, וַתִּרְפָּאֵנִי... ה' הֶעֱלִיתָ מִן שְׁאוֹל נַפְשִׁי חִיִּיתַנִי מִיָּרְדִי בוֹר... הִסְתַּרְתָּ פָנֶיךָ הָיִיתִי נִבְהָל... אֵלֶיךָ ה' אֶקְרָא וְאֶל ה' אֶתְחַנָּן... מַה-בֶּצַע בְּדָמִי בְּרִדְתִּי אֶל-שָׁחַת...  שְׁמַע-ה' וְחָנֵּנִי ה' הֱיֵה-עֹזֵר לִי...

די צער פון מאלעסטעישאן ט"ז שבט התשע"ט 19:13 #253186

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 4 טעג
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • מעלדונגען: 559
  • האט שוין געלייקט: 1168 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 952 מאל
נטע געשריבן on ט"ז שבט התשע"ט 12:05:

לעשות רצונך חפצתי געשריבן on ט"ז שבט התשע"ט 11:29:

דיין האר אויפשטעלנדע געשיכטע, וואס מיר ווארטן נאך מיט שפאנוג אויף די המשך, מאכט מיר ציטערן.
צדיקל'ס טאטע האט נישט געמאכט קיין שום טעות, ער האט נישט געהאט קיין שום מעגליכקייט דאס צו פארמיידן, ווי אזוי בין איך פארזיכערט אז דאס גייט ח"ו נישט פאסירן צו מיינע קינדער?
ווי אזוי קען איך שלאפן ראויג ווען מיין יונגעלעך האבן חברים מיט וועם זיי שפילן זיך יעדע פארנאכטס?
ווי אזוי קען איך שיקן א קינד אין קעמפ?
עס איז א פחד פון א מעשה.


ס׳איז שוין דא אסאך אסאך געשריבן דערויף.

קודם איז תפילה תפילה תפילה, דער אייבישטער קען זיכער קעיר נעמען, ס׳איז דאך זיינע קינדער!

נאכדעם איז וויכטיג צו האבן גאר א נאנטע רילעישן שיפ מיט די קינדער, אז זיי זאלן זיך נישט שעמען צו פארציילן, און נישט מורא האבן.

און מ׳דארף רעדן צו זיי דערפון, וואס? ווייס איך נישט, אבער אזויפיל ווייס איך אז מ׳דארף מער רעדן.
(נישט אז יום המיתה איז נישט מכפר....)


(ווער האט דיך געזאגט אז נישט?)

אונזער געשיכטע איז אזוי אנדערש, אבער אזוי די זעלבע.

טוֹבִים הַשְּׁנַיִם מִן הָאֶחָד... כִּ֣י אִם־יִפֹּ֔לוּ, הָאֶחָ֖ד יָקִ֣ים אֶת־חֲבֵר֑וֹ. וְאִ֣יל֗וֹ הָֽאֶחָד֙ שֶׁיִּפּ֔וֹל וְאֵ֥ין שֵׁנִ֖י לַהֲקִימֽוֹ׃

מיין 123 רייזע

די צער פון מאלעסטעישאן ט"ז שבט התשע"ט 21:38 #253189

  • לעשות רצונך חפצתי
  • איצטיגע שטרעקע: 50 טעג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 10
  • האט שוין געלייקט: 16 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל

בנוגע דאס וואס הרב לומד שרייבט אז ער לאזט נישט גיין זיינע בחורים אין מקוה ווייל ער איז מאלעסטעד געווארן אין א מקוה פון גרויסע קהילה, וויל איך אביסל מחולק זיין.
אויב איך מעג טרייען צו געסן, האט זיין מעשה פאסירט נאך 10 אזייגער פארמיטאג, ווייל למעשה אין די ערשטע פארטאגס שטונדן, ווען דער דורכשניטליכער בחור גייט אין מקוה, פאסירט נישט די סארט זאכן.
איך בין יעדן טאג אין מקוה אין די צייט, און איך קען נישט זעהן אזא סארט מעגליכקייט אז איינער זאל ח"ו ווילן עפעס טון.
די מקוה איז פיל מיט צענדליגער בחורים, און די אידן וואס זענען דארט אין די שעות זענען ערליכע און עובדי השם, איז א בחור וואס שטייט אויף צייטליך און גייט אין ישיבה באצייטנס, מיין איך אז מען דאררף נישט זיין באזארגט.
אבער אויב זיצט מען אין יענע זמנים, ווען עס איז מקום מסוגל להזיק, דהיינו פון 10 אין ארויף, איז טאקע בעסער נישט צוגיין, כן נראה לפענ"ד ויט די צב אין מיין סביבה

די צער פון מאלעסטעישאן ט"ז שבט התשע"ט 21:52 #253190

  • יונה מצאה
  • איצטיגע שטרעקע: 32 טעג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • יונה מצאה בו מנוח
  • מעלדונגען: 14
  • האט שוין געלייקט: 1 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 25 מאל

איך וועל טיילן מיין געפיל איבער די נושא:


  1.  ליבשאפט
    1. געבן פאר די קינדער פיזישע ליבשאפט לויטן עלטער
  2. סעיפטי
    1. דער שטוב זאל זיין א סעיף ענווייראמענט (שלום בית)
    2. דאס קינד זאל פיהלן סעיף אין שטוב מיט די עלטערן
  3. אפנקייט
    1. א קינד דארף האלטן אינאיין הערן רעדן איבערדעם
    2. האבן א שפראך (ווערטער, נעמען) איבער די מקומות און ענינים
  4. השגחה
    1. האלטן א אויג וואו די קינדער געפינן זיך
  5. תפילה

i write in short since i'm not use to type in yiddish.
there is a lot more i hope to write more on it.
I had some experience where my 7 yearold son had an encounter with a friend his age.

די צער פון מאלעסטעישאן ט"ז שבט התשע"ט 22:10 #253191

  • נטע
  • איצטיגע שטרעקע: 240 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 1100
  • האט שוין געלייקט: 1149 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1400 מאל
Wow!!!
לומד, אזא מין קלארקייט ארויסגעברענגט!!!

מורא׳דיג מורא׳דיג.

שכח באשעפער פארן אריין שיקן צו לומד די ווערטער מיט אזא קלארקייט.

נטע׳לע

נ.ב. איך בין א חסידישער יוד, איך שטאם פון גאר חסידישע יודען, און איך וויל האבן חסידישע קינדער, אבער אלץ א קראנקער סעקס עדיקט גיי איך נישט אין מקוה!
איך באלאנג פשוט נישט דארט, ס׳איז אפי׳ נישט קיין שאלה...
די רבנים וואס האבן מתקן געווען מקוה האבן עס נישט מתקן געווען פאר מענטשן ווי מיר וואס ס׳איז א טריגער צו לאסטן.

איך קען בכלל נישט פארשטיין, אסאך מאל קומט מיר אויס דא צו טשעטן מיט חבירים וואס קענען האבן טריגערס אין מקוה, פרעג איך זיי פארוואס גייסטו, זאגט ער וואס הייסט איך בין דאך א חסידשער...
ניין!!! דו האסט פארגעסן א ווארט... דו ביסט א חסידישער סעקס עדיקט... און מקוה איז נישט דיין פלאץ!

אזוי מיין איך, און אזוי טו איך פאר מיר. 
יעדער זאל טון וואס זיי קלערן...
וזאת למודעי!

היות איך בין נישט אזוי אקטיוו דא אויפן פארום כסדר. און אפי׳ ווען יא, אויך נישט מיט ביידע פיס.
אויב איינער וויל מיך ריטשען פאר א ספעסיפיק זאך (נישט סתם שמועסן...), ביטע שיקן א פריוואטער מעסעדש, (נישט קיין טשעט) דארט באקום איך אין אימעיל א נאטיפיקעישן, ווי אויך טאנצט עס ארויף ווען איך קום אריין אינעם סייט משא״כ טשעט וואס איך דארף דארט זיין בשעת מעשה. 

נטע׳לע
לעצט פארראכטן: ט"ז שבט התשע"ט 22:17 דורך נטע. אורזאך: נ.ב.

די צער פון מאלעסטעישאן ט"ז שבט התשע"ט 22:11 #253192

  • צדיק12
  • איצטיגע שטרעקע: 43 טעג
  • OFFLINE
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 44
  • האט שוין געלייקט: 68 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 156 מאל
יונה מצאה געשריבן on ט"ז שבט התשע"ט 21:52:

איך וועל טיילן מיין געפיל איבער די נושא:


  1.  ליבשאפט
    1. געבן פאר די קינדער פיזישע ליבשאפט לויטן עלטער
  2. סעיפטי
    1. דער שטוב זאל זיין א סעיף ענווייראמענט (שלום בית)
    2. דאס קינד זאל פיהלן סעיף אין שטוב מיט די עלטערן
  3. אפנקייט
    1. א קינד דארף האלטן אינאיין הערן רעדן איבערדעם
    2. האבן א שפראך (ווערטער, נעמען) איבער די מקומות און ענינים
  4. השגחה
    1. האלטן א אויג וואו די קינדער געפינן זיך
  5. תפילה

i write in short since i'm not use to type in yiddish.
there is a lot more i hope to write more on it.
I had some experience where my 7 yearold son had an encounter with a friend his age.


ייעדע ווארט איז אמת, איך וואלט נאר געלייגט תפילה אלס נומער 1

ה' אֱלֹקי - שִׁוַּעְתִּי אֵלֶיךָ, וַתִּרְפָּאֵנִי... ה' הֶעֱלִיתָ מִן שְׁאוֹל נַפְשִׁי חִיִּיתַנִי מִיָּרְדִי בוֹר... הִסְתַּרְתָּ פָנֶיךָ הָיִיתִי נִבְהָל... אֵלֶיךָ ה' אֶקְרָא וְאֶל ה' אֶתְחַנָּן... מַה-בֶּצַע בְּדָמִי בְּרִדְתִּי אֶל-שָׁחַת...  שְׁמַע-ה' וְחָנֵּנִי ה' הֱיֵה-עֹזֵר לִי...

די צער פון מאלעסטעישאן ט"ז שבט התשע"ט 22:19 #253193

  • נטע
  • איצטיגע שטרעקע: 240 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 1100
  • האט שוין געלייקט: 1149 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1400 מאל
ich vil zan ehrlich געשריבן on ט"ז שבט התשע"ט 19:13:

נטע געשריבן on ט"ז שבט התשע"ט 12:05:

לעשות רצונך חפצתי געשריבן on ט"ז שבט התשע"ט 11:29:

דיין האר אויפשטעלנדע געשיכטע, וואס מיר ווארטן נאך מיט שפאנוג אויף די המשך, מאכט מיר ציטערן.
צדיקל'ס טאטע האט נישט געמאכט קיין שום טעות, ער האט נישט געהאט קיין שום מעגליכקייט דאס צו פארמיידן, ווי אזוי בין איך פארזיכערט אז דאס גייט ח"ו נישט פאסירן צו מיינע קינדער?
ווי אזוי קען איך שלאפן ראויג ווען מיין יונגעלעך האבן חברים מיט וועם זיי שפילן זיך יעדע פארנאכטס?
ווי אזוי קען איך שיקן א קינד אין קעמפ?
עס איז א פחד פון א מעשה.


ס׳איז שוין דא אסאך אסאך געשריבן דערויף.

קודם איז תפילה תפילה תפילה, דער אייבישטער קען זיכער קעיר נעמען, ס׳איז דאך זיינע קינדער!

נאכדעם איז וויכטיג צו האבן גאר א נאנטע רילעישן שיפ מיט די קינדער, אז זיי זאלן זיך נישט שעמען צו פארציילן, און נישט מורא האבן.

און מ׳דארף רעדן צו זיי דערפון, וואס? ווייס איך נישט, אבער אזויפיל ווייס איך אז מ׳דארף מער רעדן.
(נישט אז יום המיתה איז נישט מכפר....)


(ווער האט דיך געזאגט אז נישט?)


מ׳האט עס געטרייט אויף מיר... און ס׳האט נישט געארבייט... ניץ איך עס נישט פאר מיינע קינדער... אויב פאר דיר האט עס יא געארבייט ניץ עס יא!!!

וזאת למודעי!

היות איך בין נישט אזוי אקטיוו דא אויפן פארום כסדר. און אפי׳ ווען יא, אויך נישט מיט ביידע פיס.
אויב איינער וויל מיך ריטשען פאר א ספעסיפיק זאך (נישט סתם שמועסן...), ביטע שיקן א פריוואטער מעסעדש, (נישט קיין טשעט) דארט באקום איך אין אימעיל א נאטיפיקעישן, ווי אויך טאנצט עס ארויף ווען איך קום אריין אינעם סייט משא״כ טשעט וואס איך דארף דארט זיין בשעת מעשה. 

נטע׳לע

די צער פון מאלעסטעישאן ט"ז שבט התשע"ט 22:21 #253194

  • צדיק12
  • איצטיגע שטרעקע: 43 טעג
  • OFFLINE
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 44
  • האט שוין געלייקט: 68 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 156 מאל
לעשות רצונך חפצתי געשריבן on ט"ז שבט התשע"ט 21:38:

בנוגע דאס וואס הרב לומד שרייבט אז ער לאזט נישט גיין זיינע בחורים אין מקוה ווייל ער איז מאלעסטעד געווארן אין א מקוה פון גרויסע קהילה, וויל איך אביסל מחולק זיין.
אויב איך מעג טרייען צו געסן, האט זיין מעשה פאסירט נאך 10 אזייגער פארמיטאג, ווייל למעשה אין די ערשטע פארטאגס שטונדן, ווען דער דורכשניטליכער בחור גייט אין מקוה, פאסירט נישט די סארט זאכן.
איך בין יעדן טאג אין מקוה אין די צייט, און איך קען נישט זעהן אזא סארט מעגליכקייט אז איינער זאל ח"ו ווילן עפעס טון.
די מקוה איז פיל מיט צענדליגער בחורים, און די אידן וואס זענען דארט אין די שעות זענען ערליכע און עובדי השם, איז א בחור וואס שטייט אויף צייטליך און גייט אין ישיבה באצייטנס, מיין איך אז מען דאררף נישט זיין באזארגט.
אבער אויב זיצט מען אין יענע זמנים, ווען עס איז מקום מסוגל להזיק, דהיינו פון 10 אין ארויף, איז טאקע בעסער נישט צוגיין, כן נראה לפענ"ד ויט די צב אין מיין סביבה


עס איז ביי מיר א געוואלדיגע פלא אז איינער זאל וויסן פונקטליך וויפיל אזייגער בחורים ווערן מאלעסטעד אין מקוה, און וויפיל אזייגער דאס קען נישט פאסירן...

אבער איך וויל מיט דיר מחולק זיין, ווייל איך בין פערזעליך געווען אינוואלווד אין א פרשה פון א בחור וואס איז געווארן מאלעסטעד פון א אינגערמאן וועלכע האט געהאט א פארטאגס דזשאב, און ער פלעגט דאוטענען יעדן טאג ותיקין און גיין אין מקוה פאר דעם, און דענמאלטס האט ער מאלעסטירט דעם בחור, נישט איינמאל און נישט צוויי מאל.

מאלעסטעישאן האט נישט קיין זייגער ווען דאס פאסירט, און נישט אלע מאלעסטערס זענען אויפן זעלבן סקעדשול.

ה' אֱלֹקי - שִׁוַּעְתִּי אֵלֶיךָ, וַתִּרְפָּאֵנִי... ה' הֶעֱלִיתָ מִן שְׁאוֹל נַפְשִׁי חִיִּיתַנִי מִיָּרְדִי בוֹר... הִסְתַּרְתָּ פָנֶיךָ הָיִיתִי נִבְהָל... אֵלֶיךָ ה' אֶקְרָא וְאֶל ה' אֶתְחַנָּן... מַה-בֶּצַע בְּדָמִי בְּרִדְתִּי אֶל-שָׁחַת...  שְׁמַע-ה' וְחָנֵּנִי ה' הֱיֵה-עֹזֵר לִי...

  • בלאט:
  • 1
  • 2
  • 3
צייט צו מאכן א בלאט: 0.91 סעקונדעס