ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1
  • 2
  • 3

טעמע: די צער פון מאלעסטעישאן 774 באזוכער

ענטפער: די צער פון מאלעסטעישאן כ"ו שבט התשע"ט 01:46 #253353

  • ניכטער
  • איצטיגע שטרעקע: 204 טעג
  • OFFLINE
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 43
  • האט שוין געלייקט: 66 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל
לומד געשריבן on י"ט שבט התשע"ט 14:04:

אין א זייטיגע נאטיץ. איך האב איינער פון דיע וואס האבן מיר מאלעסטעד איז נאך עד היום אין מיין לעבן. אהן אריין גיין אין פערזענליכע פרטים, טרעף איך אים כסדר. יעדעס מאהל איך זעה אים, פיל איך נאכאמאהל די טראמא וואס איז דעמאסל פארגעקומען. נאך מעהר בשעתו האב איך בכלל נישט געכאפט וואס איז געשעהן מיט מיר. ערשט לעצטנס איז עס א מצב פון יסורי נפש.


ס'איז אינטערעסאנט וויאזוי די זאכן ארבעטן. איך האב געהאט ענליכס. מיין ערשטער רבי אין די זאכן איז אויך א נאנטער וועם איך טרעף אויף שמחות. נאך יארן האב איך אנטוויקלט עפעס א נאטירליכע אפשיי, ס'איבלט מיר ווען כ'דארף אים געבן די האנט. אויב טרעפן מיר זיך האנט ביי האנט אין א רינג דארף איך אנטלויפן. אין די פריעריגע יארן פלעג איך אים אלץ טון טובות און מכבד זיין, ווילאנג כ'האב געכאפט אז דאס איז עפעס א פסיכאלאגישע תוצאה פון די אביוז.

ענטפער: די צער פון מאלעסטעישאן כ"ט שבט התשע"ט 18:57 #253369

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 4 טעג
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • מעלדונגען: 559
  • האט שוין געלייקט: 1168 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 952 מאל

געווענליך קומט מיך נישט אויס צו גיין אין מקוה אין א צייט וואס ס'איז דא א גרויסע בחורים-אנוועזנהייט, אבער דעם פרייטאג איז עס יא אויסגעקומען און איך בין ארויס ממש צושוידערט, ס'איז א פחד נורא וויאזוי כמה בחורים קוקן זיך דארט ארום און פירן זיך דארט אויף. איך וויל נישט אריינגיין אין קיין פרטים אבער ס'איז געווען זייער אומבאטעמט.
איך וויל נישט שרייבן קיין שטעלונג אין דעי נושא און מיינע ווערטער דינען נישט אלס קיין אפיניען אין דעם. איך שרייב עס נאר ווייל איך האב געהאט געליינט די אלע מעסעדזשעס דא פון דעי וואס זענען זיך מתנגד צו שיקן בחורימ'לעך אין מקוה און איך האב עס נישט פארשטאנען, וה' אנה לידי אז דעם פרייטאג זאל איך פארשטיין די חומר הפראבלעם. פון דא און ווייטער קען מען זאגן אז משום הא דארף מען איינצוימען די בחורים-געגייעכץ, או יאמר אז מ'דארף גיין נאר מיט א טאטע, או יאמר אז מ'דארף לייגן סורוועילענס - עלעקטראנישע אדער מענטשן מפקחים - אין די מקוואות (ס'זענען דא וואס האבן).
ויש לצדד בזה הרבה...

אונזער געשיכטע איז אזוי אנדערש, אבער אזוי די זעלבע.

טוֹבִים הַשְּׁנַיִם מִן הָאֶחָד... כִּ֣י אִם־יִפֹּ֔לוּ, הָאֶחָ֖ד יָקִ֣ים אֶת־חֲבֵר֑וֹ. וְאִ֣יל֗וֹ הָֽאֶחָד֙ שֶׁיִּפּ֔וֹל וְאֵ֥ין שֵׁנִ֖י לַהֲקִימֽוֹ׃

מיין 123 רייזע

ענטפער: די צער פון מאלעסטעישאן כ"ט שבט התשע"ט 23:48 #253382

  • יונה מצאה
  • איצטיגע שטרעקע: 32 טעג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • יונה מצאה בו מנוח
  • מעלדונגען: 14
  • האט שוין געלייקט: 1 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 25 מאל

לאמיר אביסל שמועסן איבער די נושא.....
איך פיהל אז עס הערשט א צימישעניש. און מען דארף עס אביסל אויסקלארן.
ס'איז דא "עבר" היסטארי, דאס טיפע ווייטאג פונעם פעקל וואס מ'איז אריבער, אזוי ווי די קעפל פון אונזער טעמע "די צער פון מאלאסטעישן". דאס צער איז אומבאשרייבליך, א ווייטאג וואס עס איז נישט דא קיין ווערטער וויאזוי עס ארויסצוברענגן.
ס'איז דא "הוה", וואס זאל איך טוהן יעצט זיך צו היילן פון די טיפע וואונדן און פילע ווייטאגן פון די אייגענע עקספיריענס וואס מ'איז אריבער. און אויך ווען מ'טרעפט די מענטשן וואס האבן אונז מאלעסטעט און גערעיפט, און נאכדערצו ווען מ'דארף זיי פעיסן.
און ס'איז דא "עתיד", ווי אזוי קען איך פראטעקטן מיינע טייערע קינדערלעך אז זיי זאלן נישט מיטמאכן די זעלבע יסורים ווי איך, אז זיי זאלן זיין געזונט און הייליג. 

עס איז דא פארשידענע לעוועלס פון סעקשל עביוז.
עקספלארן: ווען צוויי קינדער (בחורים) פון די זעלבע יארגאנג טוהן עקספלארן איינער דעם צווייטן. 
ביידע זענען מסכים אויםן זעלבן לעוועל.
מאלאסטעישן: א קינד (אונטער 18) ווערט איבערגערעדט דורך אן עלטערע מענטש צו חזיר'ן מיט אים. ער פיהלט אז ער וויל נישט אבער ער האט מורא צו זאגן ניין ווייל יענער איז שטערקער פון אים, אדער ווייל יענער וועט אים שלעכטס טוהן אויב זאגט אים ניין. 
דער וויקטעם וויל נישט באמת, אבער  ער איז מסכים למעשה מיטן עביוזער אויפן מינוט.
רעיפ: ווען איינער (אפילו אן עדאלט) ווערט געצוויגן צו טוהן סיי וועלעכע סעקשל אקטיוויטי.

ענטפער: די צער פון מאלעסטעישאן ל' שבט התשע"ט 10:23 #253385

  • nevergiveup
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 105
  • האט שוין געלייקט: 22 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 113 מאל

יונה זייער גוט צולייגט די נושא,

יעצט ווי אזוי קענען מיר טאקע לעבן רואיג אן קיין עקסטערע ענקזייעטי וועגן אונזערע קינדער, נאך אזא עבר וואס מיר האבן געהאט?

ענטפער: די צער פון מאלעסטעישאן א' אדר התשע"ט 03:21 #253404

  • יונה מצאה
  • איצטיגע שטרעקע: 32 טעג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • יונה מצאה בו מנוח
  • מעלדונגען: 14
  • האט שוין געלייקט: 1 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 25 מאל

ווען די צייט וועט ערלויבן וועל איך בס"ד בלי נדר שרייבן איבער דעם באריכות.
ערשטע זאך וואס די קענסט שוין טוהן איז ארבעטן אויף דיין שלום בית... אויב שפירסטו אז די ווערסט סטאק פון צייט צו צייט מיט דיין אשת חיל, דיין זיך הילף... 

  • בלאט:
  • 1
  • 2
  • 3
צייט צו מאכן א בלאט: 0.25 סעקונדעס