ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1

טעמע: הילף געזוכט! 171 באזוכער

הילף געזוכט! י"ז שבט התשע"ט 17:20 #253217

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 49 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 373
  • האט שוין געלייקט: 183 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 320 מאל

איך לייג דא אויף די אפטיילונג ווייל איך ווייס נישט אויב יעדער איז אפען צו די אפטיילונג פון די 12 סטעפס, במילא וויל איך זיכער מאכן אז יעדער זעהט דאס.

פאר די וואס ווייסן נישט, עס איז דא א ביכל וואס הייסט די ביג בוק, וואס דעס האט מחבר געווען די גרינדער פון די 12 סטעפס, דאס האט ער געשריבן פאר אלקאהאליקס, אבער שפעטער איז עס געווארן אדאפטעד דורך פארשידענע אנדערע גרופעס, אבער איבעראל רעדט מען איבער דעם בוך, עס איז געווען דא א היבשע פאר יאר צוריק, א חבר פון אונז גערופן "למד גימל" ער האט איבערגעטיישט אויף אידיש די ביג בוק ביז בערך האלב (אן די מעשיות) ער האט זיך אפגעשטעלט ביי קאפיטל 5, ווי פארשטענדליך איז די רוב פון אונז בכלל נישט קענטליך אדער נאר שווערליך אין די ענגלישע שפראך, וואס ברענגט אז פארשידענע צווישן אונז זאלן שווערער צוקומען צו ערהוילונג, אשר על כן, אויב איינער אליינס זאל איבערטייטשן אלעס איז ממש אן עבודה קשה שבמקדש, איז איך האב געטראכט עס איינצוטיילן אויף די קאפיטלעך, און בעטן ווער עס וויל זיך מנדב זיין, צו איבערטייטשן אויף אידיש נאר "איין" קאפיטל.

מען קען נוצן גוגל טרענסעלעט, מען פרובירט די בעסטע וואס מען קען, מוז נישט זיין פערפעקט, קיינער פון אונז איז נישט פערפעקט, און דערנאך וועט מען לאזן די חברים לייגן הארות ווי מען ברויך פארעכטן.


דא איז די אפטיילונג פון די 12 סטעפס, ביטע עפענען א טרעד מיט די קאפיטל נומער און קאפיטל נאמען אויף די טייטל פון די טרעד. אויב קענט איר נישט צוקומען צו די אפטיילונג, ביטע מעלדן צו לומד אדער נטע מען זאל דיר עפענען דערצו.

געדענק, א טריט פאר יענעם, איז עטליכע טריט פאר זיך, איר מוזט נישט זיין אנגעשלאסן אין די 12 סטעפ פראגראם, טייל מעמבערס האבן באריכטעט שטארקע סוקסעס זיך צו האלטן זויבער בלויז דורך העלפן אנדערע, (מיר האט עס נישט געהאלפן, אבער עס האט געגעבן א שטיקל שטופ) און געדענקט, מיט די הילף וועט איר ארויסהעלפן אן א שיעור מענטשן מכאן ולהבא ביז משיח'ס טאג, אלעס דורך בלויז איבערטייטשן "איין" קאפיטל


אויב זענט איר יא אנגעשלאסן אין די 12 סטעפס דורך סיי וואספארא אופן, ביטע העלפט איבערטייטשן די בוך, איך קען נאר בעטן בלשון תחנונים, אידן ברויכן הילף, און עס קען זיי העלפן אויב איר וועט אראפנעמען אביסל צייט יעדן טאג איבערצוטייטשן וואס אנדערע האבן געלערנט מיט אייך, נאך אלעם איז א חלק פון די 12 סטעפס זיך אפצוגעבן מיט אנדערע, עס איז א געוואלדיגע געלעגנהייט אריינצוכאפן מיט בלויז אפטייטשן "איין קאפיטל" און העלפן אן א שיעור אומבאהאלפענע מענטשן.

די קאפיטלן וואס זענען נאכנישט איבערגעטייטש

1)  קאפיטל 5 - וויאזוי עס ארבייט (איך בין גרייט דעס צו נעמען)
2)  קאפיטל 6 - אריין אין די ארבייט
3)  קאפיטל 7 - ארבייטן מיט אנדערע
4) קאפיטל 8 - צו די ווייבער
5) קאפיטל 9 - די פאמיליע נאכדעם
6) קאפיטל 10 - צו די ארבייטס געבער
7) קאפיטל 11 - א בליק פאר דיר

אויב מערערע חברים וועלן ארויסהעלפן מיט די ארבייט, איז דא נאך צוויי קאפיטלען וואס וועלן זיין בייהילפיג צו איבערטייטשן.
8) דר באב'ס שרעקעדיגע חלום
9) אלקאהאליק אנאנימעס #3

א ישר כח פון פאראויס פאר אלע וואס האבן חשק צו איבערטייטשן, ביטע שרייבן וועלעכע חלק איר זענט גרייט צו נעמען כדי אנדערע זאלן וויסן וועלעכע איז נאך אפען.

ישר כח, תזכו למצות, די זכות וועט ענק זיכער באגלייטן אייער גאנצן לעבן, אויף די וועלט און אודאי אויף יענע וועלט.

משה'לע.

goo.gl/qRFlmr
לעצט פארראכטן: י"ז שבט התשע"ט 17:48 דורך עד כאן.

ענטפער: הילף געזוכט! י"ז שבט התשע"ט 17:22 #253218

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 49 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 373
  • האט שוין געלייקט: 183 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 320 מאל

איך לייג דא ארויף די פי די עפ פון די ביג בוק פאר ווער עס וויל עס האבן

פייל עטעטשמענט:

פייל נאמען: aa-bigbook-4th-edition.pdf
פייל מאָס: 1,901 KB

משה'לע.

goo.gl/qRFlmr
לעצט פארראכטן: י"ז שבט התשע"ט 17:23 דורך עד כאן.

ענטפער: הילף געזוכט! י"ז שבט התשע"ט 18:25 #253220

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 4 טעג
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • מעלדונגען: 559
  • האט שוין געלייקט: 1168 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 952 מאל

איך בין גרייט עס צו העלפן איבערטייטשן, איך וואלט געראטן אז מ'זאל ארויפלייגן די גאנצע טעקסט פון די בוק אויף א Google Docs פייל, און יעדער קען פון דארט איבערטייטשן וויפיל און וואס ער וויל (אן איינטיילן פרקים)

אונזער געשיכטע איז אזוי אנדערש, אבער אזוי די זעלבע.

טוֹבִים הַשְּׁנַיִם מִן הָאֶחָד... כִּ֣י אִם־יִפֹּ֔לוּ, הָאֶחָ֖ד יָקִ֣ים אֶת־חֲבֵר֑וֹ. וְאִ֣יל֗וֹ הָֽאֶחָד֙ שֶׁיִּפּ֔וֹל וְאֵ֥ין שֵׁנִ֖י לַהֲקִימֽוֹ׃

מיין 123 רייזע

ענטפער: הילף געזוכט! י"ז שבט התשע"ט 19:09 #253226

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 49 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 373
  • האט שוין געלייקט: 183 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 320 מאל
ich vil zan ehrlich געשריבן on י"ז שבט התשע"ט 18:25:

איך בין גרייט עס צו העלפן איבערטייטשן, איך וואלט געראטן אז מ'זאל ארויפלייגן די גאנצע טעקסט פון די בוק אויף א Google Docs פייל, און יעדער קען פון דארט איבערטייטשן וויפיל און וואס ער וויל (אן איינטיילן פרקים)


די ערשטע 4 קאפיטל'ן איז שוין איבערגעטייטשט, און עס ליגט שוין דא אויפן פארום, במילא איז א שאד צו ארבייטן אויף א זאך וואס איז שוין דא, די 5טע קאפיטל האב איך אנגעהויבן צו מאכן, די איבעריגע אויב וועט מען מאכן נאר שטיקלעך דא און דארט האב איך מורא עס וועט ווערן א צומישעניש.
איך וואלט געזאגט מען קען עפענען א טרעד פאר יעדע קאפיטל עקסטער אזוי ווי עס האט געטוהן "למד גימל" און יעדער קען דארטן איבערטייטשן ביי די קאפיטל ווייטער ווי מען האלט, איין שטיקל אויף אמאל.

משה'לע.

goo.gl/qRFlmr

ענטפער: הילף געזוכט! י"ח שבט התשע"ט 10:30 #253232

  • שמע-תפלתי
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 253
  • האט שוין געלייקט: 248 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 610 מאל

איך נעם קאפיטעל 6, מיטען באשעפערס הילף זאל עס זיין א דבר השלם
ישר כח עד כאן פארן מזכה זיין מיט די חשובה זאך, מגלגלין זכות על ידי זכאי

להטות לבבנו אליו ללכת בכל דרכיו ולשמר מצותיו וחקיו ומשפטיו אשר צוה את אבתינו
כי עיקר מציאות האדם בעה"ז הוא רק לקיים מצות ולעמד בניסיון,  והנאות העולם אין ראוי שיהו לו אלא לעזר ולסיוע בלבד לשיהיה לו נחת רוח ויישוב הדעת למען יוכל לפנות לבו אל העבודה הזאת מסילת ישרים

ענטפער: הילף געזוכט! י"ח שבט התשע"ט 10:58 #253233

  • Hilega
  • איצטיגע שטרעקע: 106 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 356
  • האט שוין געלייקט: 524 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 752 מאל

איך בין גרייט צו נעמען 8, אבער כוועל נישט דא זיין בערך א וואך אין האלב, סאו אויב איינער וויל עס נעמען בכל הכבוד,

איך נעים עס אויב קיינער וועט עס נישט האבן גענימן, איך שרייב פשוט צו ווייזען אז איך נעים א טייל אין די עבודת הקודש,

אבער אויב איינער קען עס טין פריער זאל ער מיר מודיע זיין,

שכוח עד כאן פאר די עבודה, וכל העוסקים בציבור באמונה הקב''ה ישלך שכרם, וישלח לכל עונם, וישלח ברכה והצלחה במעשה ידיהם עם כל ישראל אחיהם ונאמר אמן

ענטפער: הילף געזוכט! י"ח שבט התשע"ט 14:08 #253238

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 49 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 373
  • האט שוין געלייקט: 183 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 320 מאל

קאפיטל 7 האט גענומען "דאווענען - א צוויי פאכיגע וועג"

עס בלייבט איבער נאך 
5) קאפיטל 9 - די פאמיליע נאכדעם
6) קאפיטל 10 - צו די ארבייטס געבער
7) קאפיטל 11 - א בליק פאר דיר


ביטע כאפט אריין א געוואלדיגע זיכוי הרבים, און העלפט "מיר" ארויס אז "איך" זאל קענען בלייבן ריין, און עס וועט זיכער העלפן פאר אנדערע אויך, און אפשר פאר אייך אליין.

בסך הכל קענט איר יעדן טאג נאר איבערטייטשן איין שורה, עס נעמט אפשר 2 מינוט א טאג, פרוטה פרוטה מצטרפת ביז דאס ווערט א גאנצע קאפיטל.

משה'לע.

goo.gl/qRFlmr

ענטפער: הילף געזוכט! י"ח שבט התשע"ט 16:06 #253243

  • שמע-תפלתי
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 253
  • האט שוין געלייקט: 248 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 610 מאל

ההכאב איך שוין געפאסט 2 פאראגראפס אין טשעפטאר 6, דער עולם ווערט געבעטען צי זאגען אויב עס איז גיט, אין וואס מען דארף פארעכטען
ישר כח

להטות לבבנו אליו ללכת בכל דרכיו ולשמר מצותיו וחקיו ומשפטיו אשר צוה את אבתינו
כי עיקר מציאות האדם בעה"ז הוא רק לקיים מצות ולעמד בניסיון,  והנאות העולם אין ראוי שיהו לו אלא לעזר ולסיוע בלבד לשיהיה לו נחת רוח ויישוב הדעת למען יוכל לפנות לבו אל העבודה הזאת מסילת ישרים

ענטפער: הילף געזוכט! י"ח שבט התשע"ט 16:12 #253244

  • שמע-תפלתי
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 253
  • האט שוין געלייקט: 248 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 610 מאל

חברים
מיר דארפען וויכטיג א וואלאנטיר, וואס קען קאמפערען די נייע אידישע "גרויסע ביך" קאפיטלען צי די ענגלישע, עס קען נישט זיין דער זעלבער מענטש וואס טרענסעלעט עס, ווער קען זיך דאס אינטערנעמען??

להטות לבבנו אליו ללכת בכל דרכיו ולשמר מצותיו וחקיו ומשפטיו אשר צוה את אבתינו
כי עיקר מציאות האדם בעה"ז הוא רק לקיים מצות ולעמד בניסיון,  והנאות העולם אין ראוי שיהו לו אלא לעזר ולסיוע בלבד לשיהיה לו נחת רוח ויישוב הדעת למען יוכל לפנות לבו אל העבודה הזאת מסילת ישרים

ענטפער: הילף געזוכט! י"ח שבט התשע"ט 16:19 #253246

  • שמע-תפלתי
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 253
  • האט שוין געלייקט: 248 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 610 מאל
By the way...

להבדיל די הייליגע תפלה פין רבי ר אלימלך זצ"ל איז אויך צאם געשטעלט געווארן פין אלע זיינע תלמידים, יעדער האט געמאכט א חלק, אין מען האט דאס נאכדעם צאמגעשטעלט, אין עס איז געווארן די הייליגע תפלה.
מיסודו ר יוסף חיים גרינוואלד שליט"א

להטות לבבנו אליו ללכת בכל דרכיו ולשמר מצותיו וחקיו ומשפטיו אשר צוה את אבתינו
כי עיקר מציאות האדם בעה"ז הוא רק לקיים מצות ולעמד בניסיון,  והנאות העולם אין ראוי שיהו לו אלא לעזר ולסיוע בלבד לשיהיה לו נחת רוח ויישוב הדעת למען יוכל לפנות לבו אל העבודה הזאת מסילת ישרים

ענטפער: הילף געזוכט! י"ח שבט התשע"ט 17:01 #253250

  • אויגן גלעזער
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 162
  • האט שוין געלייקט: 339 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 181 מאל
בלי נדר קאפיטל 9 - די פאמיליע נאכדעם 
וועל איך טיען

ענטפער: הילף געזוכט! י"ח שבט התשע"ט 18:13 #253251

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 4 טעג
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • מעלדונגען: 559
  • האט שוין געלייקט: 1168 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 952 מאל

איך בין אין, וואס איז נאך געבליבן פאר מיר?

אונזער געשיכטע איז אזוי אנדערש, אבער אזוי די זעלבע.

טוֹבִים הַשְּׁנַיִם מִן הָאֶחָד... כִּ֣י אִם־יִפֹּ֔לוּ, הָאֶחָ֖ד יָקִ֣ים אֶת־חֲבֵר֑וֹ. וְאִ֣יל֗וֹ הָֽאֶחָד֙ שֶׁיִּפּ֔וֹל וְאֵ֥ין שֵׁנִ֖י לַהֲקִימֽוֹ׃

מיין 123 רייזע

ענטפער: הילף געזוכט! י"ח שבט התשע"ט 18:36 #253254

  • שמע-תפלתי
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 253
  • האט שוין געלייקט: 248 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 610 מאל
שמע-תפלתי געשריבן on י"ח שבט התשע"ט 16:12:

חברים
מיר דארפען וויכטיג א וואלאנטיר, וואס קען קאמפערען די נייע אידישע "גרויסע ביך" קאפיטלען צי די ענגלישע, עס קען נישט זיין דער זעלבער מענטש וואס טרענסעלעט עס, ווער קען זיך דאס אינטערנעמען??


2 בלעטער פין די ביג באק איז רעדי איבער צי קיקען... ווער וויל דאס טין????
להטות לבבנו אליו ללכת בכל דרכיו ולשמר מצותיו וחקיו ומשפטיו אשר צוה את אבתינו
כי עיקר מציאות האדם בעה"ז הוא רק לקיים מצות ולעמד בניסיון,  והנאות העולם אין ראוי שיהו לו אלא לעזר ולסיוע בלבד לשיהיה לו נחת רוח ויישוב הדעת למען יוכל לפנות לבו אל העבודה הזאת מסילת ישרים
  • בלאט:
  • 1
צייט צו מאכן א בלאט: 0.45 סעקונדעס