ברוכים הבאים, גאסט

טעמע: העלפמי'ס טרעד - על דא ועל הא 13838 באזוכער

ענטפער: העלפמי'ס טרעד - על דא ועל הא ח' אייר התשפ"א 13:26 #271865

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 59 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 723
  • האט שוין געלייקט: 590 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1274 מאל
  • קאָרמא: 20

מזל טוב מזל טוב

שוין געברעגנט דא וואס איך האב געזען די שביעי של פסח אין ספה"ק ישמח ישראל, שרייבט ער בתוך הדברים:
"וידוע, כל מדה שאדם עוסק ועובד בה ז' ימים נתחזק ונשרש אצלו המדה הזאת, כי בהז' ימים הוא כל הנהגות ז' כוכבי לכת, שכל יום משמש מדה אחרת, ולזאת אם עוסק ועובד בהמדה ז' ימים ודאי נתחזק ונשרש אצלו המדה שעסק בה".

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: העלפמי'ס טרעד - על דא ועל הא ט' אייר התשפ"א 12:28 #271881

  • Helpmeasap
  • איצטיגע שטרעקע: 2 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 966
  • האט שוין געלייקט: 1015 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 932 מאל
  • קאָרמא: 18

יישר כח

הק' העלפמי

ענטפער: העלפמי'ס טרעד - על דא ועל הא י"ד אייר התשפ"א 15:03 #271977

  • Helpmeasap
  • איצטיגע שטרעקע: 2 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 966
  • האט שוין געלייקט: 1015 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 932 מאל
  • קאָרמא: 18

י"ג יום

הק' העלפמי

ענטפער: העלפמי'ס טרעד - על דא ועל הא י"ד אייר התשפ"א 15:16 #271980

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 59 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 723
  • האט שוין געלייקט: 590 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1274 מאל
  • קאָרמא: 20
Helpmeasap געשריבן on י"ד אייר התשפ"א 15:03:

י"ג יום


13 איז א נומבער פאסיג פאר פסח שני.
שטייט אזוי אז די חילוק צווישן פס"ח [148] מיט מצ"ה [135] איז 13, כמנין אח"ד. מיט דעם איז הרה"ק מריבאטיטש זי"ע מסביר די פסוק (איוב י"ד ד) "מִי יִתֵּן טָהוֹר מִטָּמֵא לֹא אֶחָד". די חילוק צווישן פסח שני וואס איז געמאכט פאר די טמאים צו פסח ראשון וואס איז פאר די טהורים, לא אחד, אז פסח ראשון האבן זיי געגעסן נאר מצה, און ס'האט זיי געפעלט די תוספת כמנין אח"ד וואס דאס איז אכילת הפסח. משא"כ פסח שני האבן זיי געגעסן ביידע. ודפח"ח.

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: העלפמי'ס טרעד - על דא ועל הא י"ד אייר התשפ"א 15:33 #271983

  • i want
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 157
  • האט שוין געלייקט: 216 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 232 מאל
  • קאָרמא: 1

דער נישט שפעט איז פיינע נייעס צי יעדער זאך האט ער א צושטעל אין דאס ווארט אויפן פלאץ 

אין מזל טוב Helpmeasap צי דיין 13 ריינע טעג די "העלפט'ס" אינז אלע "ASAP" ווען מיר זעהן דיר שטייגן!!

חזק ואמץ

נעם נאר די היינטיגער טאג פאר דיין ציל!!
ווייל נאר אזוי וועסטו אנקומען צי גאנצע ריינע וואכן!!

נייער אפטיילונג *ספעציעלע רייכע אינטערוויוס מיט אונזערע מעמבערס* ליינט אין האט הנאה!

ענטפער: העלפמי'ס טרעד - על דא ועל הא י"ד אייר התשפ"א 19:25 #271989

  • עיניו בראשו
  • איצטיגע שטרעקע: 25 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 72
  • האט שוין געלייקט: 58 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 135 מאל
  • קאָרמא: 5

העלפמי הארעוועט אריין. אונז טוען אים סאלוטן!

דער עיקר דארפן מיר געדענקן: אונזער עבודה איז צו ארבעטן, און זיין ריין איז א מתנה פונעם באשעפער.

ענטפער: העלפמי'ס טרעד - על דא ועל הא י"ד אייר התשפ"א 19:30 #271990

  • יונה מצאה
  • איצטיגע שטרעקע: 538 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמישים ומאתים
  • יונה מצאה בו מנוח
  • מעלדונגען: 331
  • האט שוין געלייקט: 474 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 423 מאל
  • קאָרמא: 42
Helpmeasap געשריבן on י"ד אייר התשפ"א 15:03:

י"ג יום


אויב איך זעה גוט וועט מען בעזרת השי״ת האלטן ביי טו״ב יום ביומא דהלולא קדישא. 

ענטפער: העלפמי'ס טרעד - על דא ועל הא ט"ו אייר התשפ"א 14:26 #272004

  • Helpmeasap
  • איצטיגע שטרעקע: 2 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 966
  • האט שוין געלייקט: 1015 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 932 מאל
  • קאָרמא: 18

וואס ווייס איך וואס וויט זיין ביז דעמאלס ?

הק' העלפמי

ענטפער: העלפמי'ס טרעד - על דא ועל הא ט"ו אייר התשפ"א 16:24 #272014

  • כרעמזל
  • איצטיגע שטרעקע: 405 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • חזקו ואמצו!
  • מעלדונגען: 2027
  • האט שוין געלייקט: 1131 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 3787 מאל
  • קאָרמא: 68

מיט אויגן ארויף קומט מען אן!!!!

אויב ווילסטו מיר דאנקען ⇔ דאן דאווען אז איך זאל זיך האלטן ריין
 ביטע האלט מיט די טעגליכע תהילים 
 ענטפער פרעג קאמענטיר און באדאנק זיך אויפן פארעם כדי עס צו האלטן אקטיוו 

ענטפער: העלפמי'ס טרעד - על דא ועל הא ט"ו אייר התשפ"א 16:26 #272017

  • i want
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 157
  • האט שוין געלייקט: 216 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 232 מאל
  • קאָרמא: 1
כרעמזל געשריבן on ט"ו אייר התשפ"א 16:24:

מיט אויגן ארויף קומט מען אן!!!!


*אראפ . . .
נעם נאר די היינטיגער טאג פאר דיין ציל!!
ווייל נאר אזוי וועסטו אנקומען צי גאנצע ריינע וואכן!!

נייער אפטיילונג *ספעציעלע רייכע אינטערוויוס מיט אונזערע מעמבערס* ליינט אין האט הנאה!

ענטפער: העלפמי'ס טרעד - על דא ועל הא ט"ו אייר התשפ"א 16:50 #272022

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 59 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 723
  • האט שוין געלייקט: 590 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1274 מאל
  • קאָרמא: 20
i want געשריבן on ט"ו אייר התשפ"א 16:26:

כרעמזל געשריבן on ט"ו אייר התשפ"א 16:24:

מיט אויגן ארויף קומט מען אן!!!!


*אראפ . . .

גוט גוט גוט!
אבער ס'איז נישט קיין סתירה כמובן...
ועי' בגמ' יבמות (ק"ה, ב)
דר' חייא ור' שמעון בר רבי הוו יתבי, פתח חד מינייהו ואמר, המתפלל צריך שיתן עיניו למטה שנאמר והיו עיני ולבי שם כל הימים, וחד אמר עיניו למעלה שנאמר נשא לבבנו אל כפים. אדהכי אתא ר' ישמעאל בר' יוסי לגבייהו, אמר להו במאי עסקיתו, אמרו ליה בתפלה, אמר להו כך אמר אבא, המתפלל צריך שיתן עיניו למטה ולבו למעלה כדי שיתקיימו שני מקראות הללו

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: העלפמי'ס טרעד - על דא ועל הא ט"ו אייר התשפ"א 16:52 #272023

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 59 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 723
  • האט שוין געלייקט: 590 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1274 מאל
  • קאָרמא: 20
Helpmeasap געשריבן on ט"ו אייר התשפ"א 14:26:

וואס ווייס איך וואס וויט זיין ביז דעמאלס ?


ער האט געמיינט מרמז זיין די בני יששכר, אז ימי הספירה זענען צוטיילט אויף ל"ב טו"ב. און דיין יום י"ז כמנין טו"ב, קומט פונקט אויס לג בעומר לכאורה.
עכ"פ ער האט דיר עס געשריבן אלץ ברכה.

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: העלפמי'ס טרעד - על דא ועל הא ט"ו אייר התשפ"א 18:30 #272035

  • Helpmeasap
  • איצטיגע שטרעקע: 2 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 966
  • האט שוין געלייקט: 1015 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 932 מאל
  • קאָרמא: 18

אמן

הק' העלפמי

ענטפער: העלפמי'ס טרעד - על דא ועל הא ט"ו אייר התשפ"א 18:31 #272036

  • Helpmeasap
  • איצטיגע שטרעקע: 2 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 966
  • האט שוין געלייקט: 1015 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 932 מאל
  • קאָרמא: 18

היום יום ד"י 
(יאמר לצרותינו די)

הק' העלפמי

ענטפער: העלפמי'ס טרעד - על דא ועל הא כ"ג אייר התשפ"א 09:29 #272225

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 59 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 723
  • האט שוין געלייקט: 590 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1274 מאל
  • קאָרמא: 20
וויאזוי גייט הייליגע חבר?
לעצטע אפדעיט: 6 טאג צוריק

איך בין געוואוינט דיר זעהן צוזאמען מיט מיר ביים טשארט מיט די זעלבע מספר הימים.

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: העלפמי'ס טרעד - על דא ועל הא כ"ז אייר התשפ"א 09:30 #272273

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 59 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 723
  • האט שוין געלייקט: 590 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1274 מאל
  • קאָרמא: 20

א פרישע וואך הייליגער חבר.
באחד לחודש השני, א נייע התחדשות!
קום צוריק הייליגע נשמה

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: העלפמי'ס טרעד - על דא ועל הא ב' סיון התשפ"א 05:45 #272448

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 59 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 723
  • האט שוין געלייקט: 590 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1274 מאל
  • קאָרמא: 20

ואף על פי שיתמהמה עם כל זה אחכה לו בכל יום שיבא!

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: העלפמי'ס טרעד - על דא ועל הא ב' סיון התשפ"א 16:41 #272487

  • Helpmeasap
  • איצטיגע שטרעקע: 2 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 966
  • האט שוין געלייקט: 1015 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 932 מאל
  • קאָרמא: 18

יא איך בין דא, אבער זייער זייער צוקלאפט

הק' העלפמי

ענטפער: העלפמי'ס טרעד - על דא ועל הא ב' סיון התשפ"א 17:13 #272489

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 59 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 723
  • האט שוין געלייקט: 590 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1274 מאל
  • קאָרמא: 20

טייערע הייליגע חבר, ידידי ואהובי, ליכטיגע נשמה.

מה אומר ומה אדבר, איך שפיר דיין ווייטאג און דיין קלעם. וואס קען מען זאגן, וואס קען מען רעדן. איך וויין מיט דיר, איך קרעכטץ מיט דיר. מ'קען זיך נאר פארשטעלן דיינע שווערע געפילן. אוי ווי נישט פשוט דאס איז, טאטע אין הימל.

עס זענען דא זמנים וואס מ'טאר אפילו נישט מחזק זיין, נאר אויסהערן און מיטפילן דיין גרויסע צער. און דו פארשטייסט אליין ווי שטארק איך שפיר דיין ווייטאג וואס מ'קען בכלל נישט משער זיין.

די אמת איז אז שוין אפאר טעג [וואס ביסט נישט געווען דא] שפיר איך דיין גרויסע ווייטאג, דיין פארלוירנקייט, דיין שבירת הלב, דיין חולשת המוח, דיין רפיון פון אלע חושים. אוי ווי נישט פשוט דאס איז. זר לא יבין את זאת, א מענטשט קען נישט משיג זיין די ווייטאג און די נידעריגע הרגשים וואס מ'שפירט.

איך בין מיט דיר אן אמת'ע שותף און פיל מיט דיינע אינעווייניגסטע ווייטיגליכע מחשבות פון "וואס וועט זיין די סוף, וואס וועט זיין די תכלית", הלנצח וועל איך מיך דארפן אזוי דראפענען און שלאגן? אייביג וועל איך דען לעבן אין א מלחמה? אייביג וועל איך דארפן פייטן? אייביג וועל איך דארפן זיין פארזיכטיג ביי ייעדע תנועה און יעדע ריר?... אוי טאטע אין הימל...

ליידער איז נישט דא קיין קלארע תירוצים אויף די אלע שאלות. פארוואס דארף אונזער מהלך החיים אזוי אויסזעהן?

איך האב שוין געברענגט דא וואס איך האב געהערט פון רא"מ מלאך בשם די חידושי הרי"מ, על הפסוק "ואנחנו לא נדע מה נעבוד את ה' עד בואנו שמה", אז א מענטשט קען נישט וויסן וואס איז זיין עבודה אויף די וועלט, "עד בואנו שמה", ביז מ'קומט אויף יענע וועלט, וועט מען פארשטיין פארוואס האט אונזער עבודת ה' געדארפט אזוי צוזיין מיט עליות וירידות, והחיות רצוא ושוב, אהין און צוריק, ארויף און אראפ.

*

טייערע העלפמי, דו ביסט שוין גאנץ לאנג דא, איך גלייב אז ס'איז נישטא אסאך וואס דיר מחדש זיין, אבער דאך וויל איך דיר זאגן: פון ליינען דיין טרעד זעסטו אויס צו זיין פון די שיינע און חשוב'ע בעלי חכמה ותבונה דא אין די קהילה. איך בין זיכער בלי שום ספק אז נאך אלעס וועסטו דאך פרובירן מיט אייזענע כוחות זיך צוריק כאפן, ווי שווער ס'איז און וויפל כח מ'וועט נאר דארפן, וועסטו דאס טוהן! דו ביסט א העלד. דו ביסט קליג. דו ווייסט אז אונז האבן נישט צוויי ברירות. נישט דא צוויי וועגן. נאר איינס. מ'פאלט, מ'גליטשט, די קלאפ טוהט זייער וויי, אבער מ'הייבט זיך און געגאנען ווייטער... אויב נישט וועט מען ווידער פאלן און עס וועט ווידער וויי טוהן.

אונז דארפן טוהן אונזער'ס, דער אייבישטער וועט זיכער העלפן. העלפמי, איך זאג דיר צי אז די אייביטשער האט נישט פארגעסן פון דיר! ער האט א וועג פאר דיר אויך! הבא לטהר ולהתרפא, מסייעין לו. און ווי ס'איז ידוע פון רבי'ן פון לובלין, אז עס שטייט נישט "מסייע לו" נאר "מסייעין לו" בלשון רבים, דער אייבישטער וועט דיר עפענען אלע טויערן און דיר ארויף שטופן, און די חברים דא וועלן דיר מחזק זיין און פרובירן דיר העלפן זאל גיין מיט א גרינגע גאשמאקע אופן.

טייערע ליבער ברודער: דו ביסט קיינאמל נישט אליין! איך מיט אלע חברים זענען צוזאמען מיט דיר בלב בוער ונפש הומיה.

דאס איז זיכער טייערע חבר, אז דער אייבישטער נעמט דיין "צוקלאפקייט" און ער לייגט עס ארויף אויף די וואגשאהל ביי די מצוות, און דאס גייט איבער וועגן גאר שטארק די גאנצע זאך לטובה ולברכה.
דו האסט ביי דיינע הענט אן אוצר בלום פון הייליגע טעג, דאס מיינט טוינזטע מסירות נפש, טויזנטע התגברות על היצה"ר, טויזנטע שמירת עינים, טויזנטע שטיין אויפן וואך. פון די אלע טויזנטע גייט מען דיר מאכן אויבן אין הימל א גרויסע הייליגע קרוין, און די גאנצע פמליא של מעלה וועט שרייען: תשית לראשו עטרת פז! א קרוין וואס איז געבויעט פון שווייס און האראוואניע און מוטשעניש. עס וועט זיך דיר עס קומען ביושר!

טייערע חבר, איך פארשטיי ווי שווער ס'איז, אבער אף על פי כן: חזק ואמץ. זיי דיך מחזק.
נישט אויף אסאך צייט נאר אויף היינט!!!!!

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: העלפמי'ס טרעד - על דא ועל הא ב' סיון התשפ"א 17:36 #272490

  • i want
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 157
  • האט שוין געלייקט: 216 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 232 מאל
  • קאָרמא: 1

אוי ממש געלאזט א טרער סיי פין העלפ מיר'ס קליינע אבער שטארק ציבראכענער ענטפער . . . אין סיי פין די מורא'דיגע שטארקע דברי חיזק פין נישט שפעט . . . אזוי שטארק אין גיט געשריבן ממש נישטא וואס ציצילייגן . . .

איך קען נאר זאגן איין זאך: שטארק דיר . . . הייב דיך אויף . . . בלייבן ליגן איז זיכער נישט קיין מהלך . . . די ווייסט דאס אליין . . . 

קוק אויף די גוטע זייט  . . למעשה ביסטו שוין ריין פאר צוויי טעג!! דאס קען נאר זיין ווייל מ'העלפט דיר פין אויבן!! הבא לטהר מסייעין אותו . .  נאר אמאל שטארק זיך די אנדערע זייט . .

​בלייב דא מיט אינז שרייב נאך אין מיר זענען מתפלל אין קוקן ארויס אויף דיין הצלחה

נעם נאר די היינטיגער טאג פאר דיין ציל!!
ווייל נאר אזוי וועסטו אנקומען צי גאנצע ריינע וואכן!!

נייער אפטיילונג *ספעציעלע רייכע אינטערוויוס מיט אונזערע מעמבערס* ליינט אין האט הנאה!

ענטפער: העלפמי'ס טרעד - על דא ועל הא ב' סיון התשפ"א 23:44 #272495

  • יחיאל
  • איצטיגע שטרעקע: 20 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • זוך שטארקען
  • מעלדונגען: 1125
  • האט שוין געלייקט: 5883 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1008 מאל
  • קאָרמא: 21
Helpmeasap געשריבן on ב' סיון התשפ"א 16:41:

יא איך בין דא, אבער זייער זייער צוקלאפט



you will make it
בס"ד. צובראכן איז סם וואס העלפט גאר נישט. עס מאכט נאר פילן גוט אז כאטש בין איך צובראכן
שמייכל הק' יחיאל ביי ביי

זוך שטארקען און נאכאמאל זוך שטארקען בוז מען וועט ווערן 
א גיבור  [הכובש את יצרו]

ענטפער: העלפמי'ס טרעד - על דא ועל הא י' סיון התשפ"א 10:16 #272604

  • i want
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 157
  • האט שוין געלייקט: 216 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 232 מאל
  • קאָרמא: 1

אוי וואס וועט זייו ??!! שטארק דיר שטארק דיר יוד'עלע

"סוועט זיין גוט" האט עס נאכגעברענגט ביי זיך א מורעדיגע ליד מלא חיזק

איך קען נאר שטייגן העכער
טאמער ווייס איך זעכער
אז יעדע נסיון טוט מיר כחות געבן

ס'טוט וויי יא ביסט גערעכט
איך וויין ווייל סשטעכט
אבער דאך קען איך אנגיין מיט מיין לעבן

קוק נישט וואס איז געווען
אבער אויף פאראויס דארף מען זעהן
ווייל אויב מקוקט נישט ווי מ'גייט צוקלאפט מען זיך שטארק

די פארגאנגענהייט לאז אפ
אלטע פעקלעך ווארף אראפ
וועסטו זעהן די וועסט אנקומען ביזן שפיץ בארג

נעם נאר די היינטיגער טאג פאר דיין ציל!!
ווייל נאר אזוי וועסטו אנקומען צי גאנצע ריינע וואכן!!

נייער אפטיילונג *ספעציעלע רייכע אינטערוויוס מיט אונזערע מעמבערס* ליינט אין האט הנאה!

ענטפער: העלפמי'ס טרעד - על דא ועל הא י"ב סיון התשפ"א 14:03 #272619

  • שיע
  • איצטיגע שטרעקע: 240 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 318
  • האט שוין געלייקט: 508 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל
  • קאָרמא: 16

 מיין הארץ איז מיר דיר!!! איך לייג צי נאך א תפילה פאר דיין הצלחה און דיין הייליגע רייזע
האלט דיר שטארק גאט ברוך הוא האט דיר ליב אין קוקט ארויס אויף דיין הצלחה
קום ארויף אפדיעטן ווי אזוי די מאכסט אונז דארפן מיר דיר דא האבן

חמשה מי יודע?? חמשה אני יודע!!!!!
איך מיז געדענקן אז ג-ט האט מיר ליב סיי וואס איך טוה.
איך מיז געדענקן אז איך בין קראנק אין איך קען נישט אליין. 
איך מיז געדענקן אז איך מיז בעטן יעדן טאג צי גאט פאר פרישע 24 שעה סאבער.
איך מיז געדענקן אז אויב פיל איך אז זאכן הייבן אן פארן  די נישט גוטע וועג זיך גלייך פארבינדן מיט חברים וואס פארשטייען מיין פראבלעם. 
אין די עיקר מיז איך געדענקן אז איך דארף טוען וואס איך קען. אבער די ריזאלט'ס איז אין די הענט פון ג-ט.

ענטפער: העלפמי'ס טרעד - על דא ועל הא י"ג סיון התשפ"א 14:02 #272643

  • Helpmeasap
  • איצטיגע שטרעקע: 2 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 966
  • האט שוין געלייקט: 1015 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 932 מאל
  • קאָרמא: 18

אזעלכע שטארקע חיזוק ווערטער !

הק' העלפמי

ענטפער: העלפמי'ס טרעד - על דא ועל הא י"ג סיון התשפ"א 14:14 #272644

  • Helpmeasap
  • איצטיגע שטרעקע: 2 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 966
  • האט שוין געלייקט: 1015 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 932 מאל
  • קאָרמא: 18

ב"ה ס'פלאקערט שוין ווייטער

הק' העלפמי

ענטפער: העלפמי'ס טרעד - על דא ועל הא י"ג סיון התשפ"א 14:27 #272646

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 59 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 723
  • האט שוין געלייקט: 590 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1274 מאל
  • קאָרמא: 20

קודם ברוכים הבאים בשם השם
מ'בענקט אזוי שטארק צו דיר!

זאגסט אז עס פלאקערט שוין!! איז וואס קען מען יעצט טוהן??
קודם נעם דיר יעצט אריין אין קאפ אז דו ביסט נישט אליין!
ווייסט ווער נאך איז מיט דיר די מינוטן ממש?
קודם כל, אלע מלאכי רחמים, דיינע אלע אבות מדורי דורות, דיינע דורות וואס גייען ארויס קומען פון דיר בעז"ה, זיי אלע שטייען קוקן מיט א גרויסע האפאנונג:
לאמיר זעהן ווי אונזער הייליגע נשמה גייט זיך בעז"ה מתגבר זיין!! ער מיינט אז ס'איז נאר אזוי בינו לבין עצמו, אבער ניין! עס זענען דא הויעכע פארענטשעס מיט רבוא רבבות נשמות און קוקן וואס דא גייט פארקומען!
זיי זענען פוהל מיט אמונה און זיי געטוירען דיר, אז דו גייסט מאכן א ריזיגע ריזיגע נחת רוח אויבן אין הימל, אזא גרויסע שמחה און שעשועים פארן הייליגער באשעפער, עס גייט ווערן אזא המתקה, לעבן פון אידן גייען ניצל ווערן, קראנקע גייען געזונט ווערן!!!

און נאך מער ווי דעם:
עס שטייט גאר גרויסע זאכן אויף די מינוטן ווען מ'שלאגט זיך  מיט נסיונות.
איינע פון ספרי חסידות שטייט אז די מינוטן שטייען מיט דיר רבבות אלפי מלאכי חבלה און זיי כאפן אן דיינע אויגן און רוקן עס צו קוקן אויף די ראיות אסורות!
און מיט יעדע התגברות דיינע ביסטו מכניע רבבות אלפי מלאכי חבלה ומזיקים
און עס ווען דעמאלטס גאר גרויסע המתקות!!


טייערע העלפי!
שטארק דיך!
די אייביטשער איז מיט דיר און ער זעט גאר שטארק דיין ווייטאג! ער גייט זיך שלאגן פאר דיר, בעט אים נאר!

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: העלפמי'ס טרעד - על דא ועל הא י"ג סיון התשפ"א 14:31 #272647

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 59 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 723
  • האט שוין געלייקט: 590 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1274 מאל
  • קאָרמא: 20

הייליגע העלפי, מ'ווארט הערן פון דיר בשורות טובות

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: העלפמי'ס טרעד - על דא ועל הא כ"ז סיון התשפ"א 13:56 #272937

  • Helpmeasap
  • איצטיגע שטרעקע: 2 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 966
  • האט שוין געלייקט: 1015 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 932 מאל
  • קאָרמא: 18

שלום וברכה לכל אנשי שלומינו פה קהילת הד"א !
קודם כל וויל איך געסן א גרויסע שכוח פאר אלע וואס לאזן נישט נאך און דאווענען פאר מער און פרובירן אלעס ביכלתם אז איך זאל מיך האלטן ריין. עטס ווייסט'ס גארנישט וויפיל עטס טוט'ס אויף דערמיט. אשריכם !!!!

אבער איך וויל מיך אביסל אויסשמועסן דא (ביני לבין עצמי) און עטס קענטס מיטהאלטן....

א גוטן טאג, דא רעדט העלפמי.
איך בין שוין דא פאר כמעט צוויי יאר און אודה ולא אבוש איך וועל אפען מודה זיין אז איך האב מיך גארנישט גארנישט געטוישט !!!!!!!!!!!

אין ביהמ"ד בין איך ווייטער פון די חשוב'ע יונגערלייט.....
דאווענען איז מיט א פלאם פייער....
איך ווייק ניך ביי אסאך חסידיש'ע רבי'ס.....
אין ארבעט בין איך אויך גאר פרום.....
אינדערהיים פארלאנג איך די בעסטע און העכסטע אין אלע הינזיכטן.....
שלום בית האב איך באמת גאר גוטע...
חסד איז מיין אדרעס.....
וכו' וכו'

אבער ווען עס קומט צו דער נושא.... בין איך הילפלאז !!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!


איך בין שוין געווען אין א פראגרעם, אבער ס'איז נישט פאר מיר..
איך האב שוין פרובירט צו רעדן צו גוטע אידן, ואיננו, ס'ארבעט נישט...
איך האב שוין געמאכט א נדר, און ליידער עובר געווען דערויף...

פארוואס ? וואס בין איך עכט ? ווען בין איך א פאפער און ווען נישט????

דער אמת איז אז "איך" בין א חשוב'ע ערליכע אינגערמאן, אבער לאותו דבר איז מיין הענט געבינדן, איך בין באמת קראנק לדבר אחד !
אבער, איך האלט נישט ביים נעמען דער מעדעצינען פאר דעם ווייל ס'איז זייער שארף..............

וועלמיר מוזן ווארטן ביז השי"ת וועט זיך מרחם זיין אויף מיר און מיר אויסהיילן, און ביזדערווייל זאל דאס נוצן ווי א גילוי דעת אז "איך" וויל דאס נישט נישט נישט!!!!

אנטשולדיגט אויב איך שריי צו הויעך, אבער עס טוט מיר וויי און אז ס'טוט וויי שרייט מען!!!
כל טוב 
המצפה לישועת ה' במהרה 
העלפמי

הק' העלפמי

ענטפער: העלפמי'ס טרעד - על דא ועל הא כ"ז סיון התשפ"א 14:46 #272941

  • נטע׳לע
  • איצטיגע שטרעקע: 1080 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1541
  • האט שוין געלייקט: 2749 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2349 מאל
  • קאָרמא: 17

דיין ווייטאג פון יעדעס ווארט שרייט ארויס.

איך פיל מיט מיט דיר, און איך האב דיר ליב!

באהבה נטע׳לע

מיין אימעיל אדער הענגאוטס (בעסער הענגאוטס) איז אייביג אפן צו העלפן מיט וואס איך קען, צו  This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it

מיין פאון נאמבער צו טעקסטן איז +1 (802) 359-7167 (בעסטע אפשען)

איך וועל פרובירן און מיך פרייען צו העלפן.

נטע׳לע

ניגון; דו ביסט א גוטער מענטש

ענטפער: העלפמי'ס טרעד - על דא ועל הא כ"ז סיון התשפ"א 14:48 #272942

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 59 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 723
  • האט שוין געלייקט: 590 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1274 מאל
  • קאָרמא: 20

טייערע הייליגע חבר, ידידי וחביבי מאד מאד.
דארפסט זיך נישט אנטשולדיגן, מ'מעג וויינען און זיך אויסגיסן דאס הארץ.
עס שטייט פון הרה"ק רבי מאטעלע זי"ע פון האראנאסטייפל
אויף "ותוסף אסתר ותדבר לפני המלך וגו' ותבך ותתחנן לו", אסתר איז מרמז אויף א הסתר פנים ע"ד ואנכי הסתר אסתיר, איז ס'איז דא א זמן פון "ותוסףאסתר" - גאר א שטארקע הסתר, מ'זעט גארנישט, קיין שום האפאנונג, און די מענטש ווייסט נישט מאין יבא עזרו, ער וויל בעטן און דאווענען, אבער ער קען נישט, ס'איז אזא שטארקע הסתר, ממש פינסטער! איז די עצה איז: ותבך ותתחנן לו!! וויינען און שרייען, ס'איז נישטא א זאך וואס קען שטיין א קעגן טרערן! שערי דמעות לא ננעלו!


טייערע ליבער העלפמי
אמאל איז דא א מצב וואס מ'קען נאר מיטפילן דיין גרויסע ווייטאג, מ'קען נישט צופיל זאגן, נישט צופיל רעדן.
אבער ס'איז דאך פשוט אז אלעס איז בחשבון, קיין שום טרער, קיין שום עגמת נפש, קיין שום לב נשבר, קיין שום בייסן די ליפן, קיין שום קרעכץ - גייט נישט לאיבוד.
סוף הכבוד לבוא, צדיקים תחילתן יסורין וסופן שלוה, ווי מער די שווערעקייטן זענען, וועט בעז"ה די ישועה זיין אסאך מער.
אונז קענען נישט פארשטיין דעם אייבישטערס חשבונות, זיינע נסתר'דיגע דרכים, אבער קלאר אז ער איז חלילה נישט שלעכט, ער האט נישט פארגעסן פון דיר. ער איז כסדר מיט דיר, ער איז אויף דיין זייט, ער פארשטייט דיר אסאך מער פון וואס דו מיינסט.

בפרט אז ווי דו זאגסט האסטו שוין אזויפיל פרובירט טוהן, משתדל געווען זיך טוישן - און עס האט נישט געהאלטן. אוי אוי, ווער קען משיג זיין דיין גרויסע צער.

העלפמי, מיט דיין גאנצע ווייטאג און צומושעניש, לאמיר "דאך" זיך פרובירן ווידער מחזק זיין. ביזן קרעטשמע, לאמיר אביסל אפלאזן די גרויסע חשבונות. לאמיר מאכן קליינע. טאג טעגליך. איין טאג. טראכט נישט פון נעכטן, טראכט נישט פון מארגן, נאר היינט. זיי מחשיב יעדע התגברות, ווייס באמת וויפל יעדע שטיין אין נסיון ביי א מענטש ווי דיר - איז אזוי הייליג און חשוב אין הימל. דו מוזט זיך מחזק זיין. איך ווייס אז ס'איז ביטער שווער, אבער טראכט באמת נאר פון היינט. היום. איין טאג איז נישט אזוי שווער.

די אייבישטער דער צופה נסתרות און בוחן כליות ולב זעט אלעס און ער איז זיך משתעשע ווען ער זעט ווי דו שוויצט פאר זיינעט וועגן.

כולנו אתך העלפמי!

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: העלפמי'ס טרעד - על דא ועל הא כ"ט סיון התשפ"א 13:24 #273020

  • Helpmeasap
  • איצטיגע שטרעקע: 2 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 966
  • האט שוין געלייקט: 1015 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 932 מאל
  • קאָרמא: 18

בעזר השי"ת וויל איך פרובירן צו אנהייבן נאכאמאל מיט מיין סטייל פון ציילן ריינע טעג, האפענטליך וועט דאס צוהעלפן צו מיינע מינומום השתדלות צו בלייבן ריין.

היום יום אחד לטהרה !!!!

ובקשתינו שטוחה להשי"ת שישמור אותי בזה היום מכל "מראין" בישין והמסתייף !!!!!!!!

הק' העלפמי

ענטפער: העלפמי'ס טרעד - על דא ועל הא כ"ט סיון התשפ"א 13:48 #273023

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 59 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 723
  • האט שוין געלייקט: 590 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1274 מאל
  • קאָרמא: 20

הייליגער קדוש ושרף רבי העלפמי שליט"א
מיינע אויגן זענען נאס פון טרערן, טרערן פון התרגשות, זעהן אזא הייליגע הייליגע נשמה לאזט זיך נישט!
העלפמי, דו ביסט א סימבאל פון "זיך נישט מייאש זיין", א סימבאל פון "עקשנות דקדושה"!
איך ווייס ווי שווער דאס איז. מ'קומט אמאל אן צו א מצב וואס מ'שפירט אז מ'קען שוין נישט מער! דאס איז עס! איך האב דאך אזויפיל פרובירט, ארויף און אראפ, אראפ און ארויף,  קרבן עולה ויורד, איז זעה שוין נישט קיין תכלית אין פרובירן.

אבער וה' יראה ללבב, ער זעט אלעס און ווייסט אלעס. אסאך מער פון וואס דו מיינסט. דיין שכר אויף יעדע התגברות, און אפילו אויף יעדע דחייה - אפילו אויב ס'איז געווארן א נפילה צום סוף - און אויף יעדע קרעכץ - איז אין לשער ואין לתאר כלל וכלל.

און יעצט האסטו זיך גענומען מיט אייזענע כוחות מחד גיסא, און מיט א שטארקע הכנעה און קרבת אלקים מאידך גיסא - כדי אנהייבן א נייע ספירה.

ווער קען בכלל שאצן וואס דאס מיינט!!
ווער קען שאצן די געוואלדיגע שמחה און המתקה וואס טוהט זיך אפ יעצט בגבהי מרומים!


טייערע העלפמי, זיי זיך מחזק מיט שמחה, מיט אמונה, מיט תקוה, מיט אהבת ה' און אהבת העלפמי! האב דיר ליב, גלייב און דיר, זיי מחשיב יעדע קליינע התגברות און פעולה.

חזק חזק, ס'איז א שטארקע חיזוק פאר יעדן
מ'הערט נישט אויף בעטן און מתפלל זיין פאר דיר.

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

לעצט פארראכטן: כ"ט סיון התשפ"א 14:01 דורך נישט שפעט.

ענטפער: העלפמי'ס טרעד - על דא ועל הא כ"ט סיון התשפ"א 14:05 #273024

  • WillKeepHoping
  • איצטיגע שטרעקע: 35 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 38
  • האט שוין געלייקט: 59 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 82 מאל
  • קאָרמא: 2

הרב העלפמי שליט'א. 

דאס איז נישט פשוט דיין שטארקייט, איך קען דאס בכלל נישט משיג זיין, עפעס למעלה מהשגתי, פון ווי נעמט א מענטש אזא גבורה? 

האסט אנגעהויבן א ברענד ניו טשאַרט, דו גייסט מיט פרישע געמאסטענע טריט, און מיר וועלן אלע מיטגיין מיט דיר, אונז וועלן מתפלל זיין פאר דיר, און מיטן אייבישטענס הילף וועסטו זעהן גרויסע ניסים למעלה מדרך הטבע בקרוב. 

בלייב שטיין, גיי מיט א שטארקייט ווייטער און ווייטער. 

הצלחה און סיעתא דשמיא.

לעצט פארראכטן: כ"ט סיון התשפ"א 14:05 דורך WillKeepHoping.

ענטפער: העלפמי'ס טרעד - על דא ועל הא כ"ט סיון התשפ"א 14:24 #273026

  • אברהם העברי
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 265
  • האט שוין געלייקט: 591 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 778 מאל
  • קאָרמא: 5

ליבער חבר, על בשורות טובות יאמר ברוך הטוב והמטיב! קוקנדיג אויף דיין מאנטאג'דיגע שטורמישע תגובה און אויף דעם היינטיגע פרישע תגובה, שרייט זיך ארויס דער ברוך המחדש בטובו בכל יום תמיד מעשה בראשית.

שטייט מאנטאג א אינגערמאן און שפירט זיך דערשטיקט ווי איין שטיק דורכפאל, און ס'גייט דורך אפאר שעה, און והנה, ער איז דא צו מעלדן אז ער לייגט בשום אופן נישט אראפ די געווער, הפלא ופלא.

דיין פרישקייט איז אונז אלע מחייב.

כ'וויל נאר פאררעכטן א קלייניגקייט צו דיין מאנטאג'דיגע תגובה:



"אין ביהמ"ד בין איך ווייטער פון די חשוב'ע יונגערלייט.....
דאווענען איז מיט א פלאם פייער....
איך ווייק ניך ביי אסאך חסידיש'ע רבי'ס.....
אין ארבעט בין איך אויך גאר פרום.....
אינדערהיים פארלאנג איך די בעסטע און העכסטע אין אלע הינזיכטן.....
שלום בית האב איך באמת גאר גוטע...
חסד איז מיין אדרעס.....
וכו' וכו'


אבער ווען עס קומט צו דער נושא.... בין איך הילפלאז !!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

פארוואס ? וואס בין איך עכט ? ווען בין איך א פאפער און ווען נישט????



אין גמרא געפונען מיר אויף אסאך מקומות ווען די גמרא כאפט אן א לשון תימא, און רש"י קומט שנעל און לייגט צו די ווארט 'בניחותא', וויל איך אויך מיך וואגן און צולייגן אט דעם 'בניחותא'... נישט נאר בניחותא, נאר ס'איז גאר א נתינת טעם, דאס וואס דו ביסט ווייטער פון די חשוב'ע אינגעלייט, און דו דאווענסט מיט א פלאם פייער וכו' וכו', דאס איז צוליב דעם וואס עס ברענט דיר דעם ''וואס בין איך עכט???'' און ס'ווערט נאכגעפאלגט מיט אן היום יום אחד לטהרה!!! מיט רויטע שטאנהאפיגע בוכשטאבן... ווען ס'וואלט געווען אז דו האסט זיך גארנישט געטוישט - כלשונך - און נאך א נפילה, וואלסטו אראפגעלייגט די געווער, און געזאגט וואס איך בין בין איך, און פארטיג, וואלט געווען אן ערנסטע ספק פון 'ווער בין איך?' און 'ווען בין איך א פאפער?', אבער ווען מ'זעט דיין ברענענדיגע שטארקייט און דיין הייסע תפילה להשי"ת, דאן איז דאס בכלל נישט קיין קשיא, דאן שטעלט זיך ארויס דער ברוך אשר מסר עולמו לשומרים, השי"ת האט גוט געוויסט וועמען אויסצוקלויבן מיט דעם שווערן נסיון, והא ראי' די סארט מענטשן וואס 'טוישן זיך נישט' אינעם רוטינעם לעבן און געבן אויף נאך א נסיון, זענען נישט צום געפונען אויף דעם סייט...

טייערע העלפמי, חזק ואמוץ, דיין שטארקייט און אנטשלאסנקייט איז פאר אונז א שטארקע חיזוק, כך הוא דרכה של הנסיוןן, א נפילה איז אן הכנה צו א פרישע התחלה, די נסיון פון 'פריש אנהייבן' איז פיל שווערער ווי דער נסיון פון 'נישט פאלן' און דו ביזט דאס בייגעקומען! קוק בלויז אויפן הווה, און דער עבר און עתיד וועלן זיך שוין צושטעלן בעזר ה'.

לעצט פארראכטן: כ"ט סיון התשפ"א 14:33 דורך אברהם העברי.

ענטפער: העלפמי'ס טרעד - על דא ועל הא כ"ט סיון התשפ"א 16:26 #273027

  • שיע
  • איצטיגע שטרעקע: 240 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 318
  • האט שוין געלייקט: 508 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל
  • קאָרמא: 16

ווער קען דעס משיג זיין יוסף הצדיק בדורינו 
דיין שטארקייט איז גאר גרויס אין איז אונז אלע מחייב
עס איז אונז א כבוד אין א זכי דיר צו האבן צווישן אונזער חבריה אזא הייליג איד 
זאל דיר גאט געבן די כוחות אין די זאלסט קענען בלייבן סאבער פאר נאך פיר אין צוואנציג שעה "איין טאג אויפאמאל" ביז די הונדערט אין צוואנציג. 

חמשה מי יודע?? חמשה אני יודע!!!!!
איך מיז געדענקן אז ג-ט האט מיר ליב סיי וואס איך טוה.
איך מיז געדענקן אז איך בין קראנק אין איך קען נישט אליין. 
איך מיז געדענקן אז איך מיז בעטן יעדן טאג צי גאט פאר פרישע 24 שעה סאבער.
איך מיז געדענקן אז אויב פיל איך אז זאכן הייבן אן פארן  די נישט גוטע וועג זיך גלייך פארבינדן מיט חברים וואס פארשטייען מיין פראבלעם. 
אין די עיקר מיז איך געדענקן אז איך דארף טוען וואס איך קען. אבער די ריזאלט'ס איז אין די הענט פון ג-ט.

ענטפער: העלפמי'ס טרעד - על דא ועל הא כ"ט סיון התשפ"א 16:59 #273030

  • Helpmeasap
  • איצטיגע שטרעקע: 2 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 966
  • האט שוין געלייקט: 1015 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 932 מאל
  • קאָרמא: 18

קודם וויל איך מער באדאנקן פאר די פילע טאנען חיזוק וואס איך באקום דא, זאל דאס זיין צו מצוה.
במאמר המוסגר: איך הייב שוין אפילו אן גלייבן אז איך בין טאקע חשוב

הק' העלפמי

לעצט פארראכטן: כ"ט סיון התשפ"א 17:00 דורך Helpmeasap.

ענטפער: העלפמי'ס טרעד - על דא ועל הא כ"ט סיון התשפ"א 17:02 #273031

  • שיע
  • איצטיגע שטרעקע: 240 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 318
  • האט שוין געלייקט: 508 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל
  • קאָרמא: 16
Helpmeasap געשריבן on כ"ט סיון התשפ"א 16:59:

קודם וויל איך מער באדאנקן פאר די פילע טאנען חיזוק וואס איך באקום דא, זאל דאס זיין צו מצוה.
במאמר המוסגר: איך הייב שוין אפילו אן גלייבן אז איך בין טאקע חשוב


שוין דאס איז די עיקר

חמשה מי יודע?? חמשה אני יודע!!!!!
איך מיז געדענקן אז ג-ט האט מיר ליב סיי וואס איך טוה.
איך מיז געדענקן אז איך בין קראנק אין איך קען נישט אליין. 
איך מיז געדענקן אז איך מיז בעטן יעדן טאג צי גאט פאר פרישע 24 שעה סאבער.
איך מיז געדענקן אז אויב פיל איך אז זאכן הייבן אן פארן  די נישט גוטע וועג זיך גלייך פארבינדן מיט חברים וואס פארשטייען מיין פראבלעם. 
אין די עיקר מיז איך געדענקן אז איך דארף טוען וואס איך קען. אבער די ריזאלט'ס איז אין די הענט פון ג-ט.

ענטפער: העלפמי'ס טרעד - על דא ועל הא כ"ט סיון התשפ"א 17:05 #273033

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 59 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 723
  • האט שוין געלייקט: 590 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1274 מאל
  • קאָרמא: 20
Helpmeasap געשריבן on כ"ט סיון התשפ"א 16:59:

קודם וויל איך מער באדאנקן פאר די פילע טאנען חיזוק וואס איך באקום דא, זאל דאס זיין צו מצוה.
במאמר המוסגר: איך הייב שוין אפילו אן גלייבן אז איך בין טאקע חשוב


אמונה מלשון המשכה...

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: העלפמי'ס טרעד - על דא ועל הא כ"ט סיון התשפ"א 17:24 #273034

  • Helpmeasap
  • איצטיגע שטרעקע: 2 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 966
  • האט שוין געלייקט: 1015 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 932 מאל
  • קאָרמא: 18

ועל של עתה באתי.....
מיט רוישיגע געפילן פון שמחה מיט אפאר הייסע טרערן צו דער זייט, וויל איך בתוך רבים ארויסברענגען א געוואלדיגע נס וואס האט היינט פאסירט צו מיר מיטן הילף פונעם הייליגן באשעפער.
בסייעתא דשמיא האב איך היינט פארמאכט א אימעיל אדרעסס וואס די לעצע שטיק צייט האט נישט געטויגט וד"ל........
איך זאג קלאר "עס איז נישט געווען גרינג" !!!!
(פאר ווער עס קען די פילינג פון 'איך וויל יא' אבער 'איך וויל נישט')
אבער בס"ד און די שטופ פון א דאר חשוב'ע מעמבער דא וואס שטייט מיר צו דער היינט די לעצטע פאר טעג, האט מען געהאט די זכיה צו עס פאקטיש פארמאכן !!!!!!!!!
לאמיר אלע טאנצן..............
אהללה אהללה אלקי, ואשמחה בו, אשימה אשימה תקותי בו, אשימה תקותי בו.
אהודנו, אהודנו בסוד עם קרובו, אלקי צורי, אלקי צורי, אחסה אחסה בו 

הק' העלפמי

ענטפער: העלפמי'ס טרעד - על דא ועל הא כ"ט סיון התשפ"א 17:45 #273036

  • טוב לי
  • איצטיגע שטרעקע: 33 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 64
  • האט שוין געלייקט: 228 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 126 מאל
WOW WOW WOW
מורא'דיג שטארק פון דיר, האסט געטון וואס סאיז ריכטיג און וואס מדארף.
אחראים: GYE YIDDISH, שיע
צייט צו מאכן א בלאט: 2.20 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא