ברוכים הבאים, גאסט

טעמע: העלפמי'ס טרעד - על דא ועל הא 13839 באזוכער

ענטפער: העלפמי'ס טרעד - על דא ועל הא כ"ט סיון התשפ"א 17:47 #273037

  • שיע
  • איצטיגע שטרעקע: 240 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 318
  • האט שוין געלייקט: 508 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 452 מאל
  • קאָרמא: 16
Helpmeasap געשריבן on כ"ט סיון התשפ"א 17:24:

ועל של עתה באתי.....
מיט רוישיגע געפילן פון שמחה מיט אפאר הייסע טרערן צו דער זייט, וויל איך בתוך רבים ארויסברענגען א געוואלדיגע נס וואס האט היינט פאסירט צו מיר מיטן הילף פונעם הייליגן באשעפער.
בסייעתא דשמיא האב איך היינט פארמאכט א אימעיל אדרעסס וואס די לעצע שטיק צייט האט נישט געטויגט וד"ל........
איך זאג קלאר "עס איז נישט געווען גרינג" !!!!
(פאר ווער עס קען די פילינג פון 'איך וויל יא' אבער 'איך וויל נישט')
אבער בס"ד און די שטופ פון א דאר חשוב'ע מעמבער דא וואס שטייט מיר צו דער היינט די לעצטע פאר טעג, האט מען געהאט די זכיה צו עס פאקטיש פארמאכן !!!!!!!!!
לאמיר אלע טאנצן..............
אהללה אהללה אלקי, ואשמחה בו, אשימה אשימה תקותי בו, אשימה תקותי בו.
אהודנו, אהודנו בסוד עם קרובו, אלקי צורי, אלקי צורי, אחסה אחסה בו 


טאנץ!!! טאנץ!!! טאנץ!!!
מען בעט דער עולם צו אריינלאזן אונזער ידיד הקדוש העלפימעס אינדערמיט אין מאכן א קעדאטשקע לכבוד די גערויסע שמחה

די שמחה איז גרויס די הימלן שפרינגען מיט...

חמשה מי יודע?? חמשה אני יודע!!!!!
איך מיז געדענקן אז ג-ט האט מיר ליב סיי וואס איך טוה.
איך מיז געדענקן אז איך בין קראנק אין איך קען נישט אליין. 
איך מיז געדענקן אז איך מיז בעטן יעדן טאג צי גאט פאר פרישע 24 שעה סאבער.
איך מיז געדענקן אז אויב פיל איך אז זאכן הייבן אן פארן  די נישט גוטע וועג זיך גלייך פארבינדן מיט חברים וואס פארשטייען מיין פראבלעם. 
אין די עיקר מיז איך געדענקן אז איך דארף טוען וואס איך קען. אבער די ריזאלט'ס איז אין די הענט פון ג-ט.

ענטפער: העלפמי'ס טרעד - על דא ועל הא כ"ט סיון התשפ"א 17:52 #273038

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 59 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 723
  • האט שוין געלייקט: 595 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1274 מאל
  • קאָרמא: 20

יא יא
די שמחה איז אין לשער
העלפמי איך בין אזוי פריילעך!!!!

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: העלפמי'ס טרעד - על דא ועל הא ל' סיון התשפ"א 10:40 #273050

  • Helpmeasap
  • איצטיגע שטרעקע: 2 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 966
  • האט שוין געלייקט: 1015 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 932 מאל
  • קאָרמא: 18

א גוט מארגן הייליגע חברים ובפרט פאר די אלע חיזוק געבערס "אשרי חלקכם" !!!
אונז זעמער ווידער דא מיט א הייליגע פרישקייט צו טון רצון השם.

ב"ה אויפגעשטאנען צו א פרישע טאג, 
ב"ה אויפגעשטאנען צו א פרישע עבודת השם,
ב"ה אויפגעשטאנען צו פרישע נסיונות,
און ב"ה אויפגעשטאנען צו פרישע סייעתא דשמיא,
און בעז"ה אויפגעשטאנען צו "איין" פרישע טאג פון התגברות !!!

הק' העלפמי

ענטפער: העלפמי'ס טרעד - על דא ועל הא ל' סיון התשפ"א 10:47 #273051

  • Helpmeasap
  • איצטיגע שטרעקע: 2 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 966
  • האט שוין געלייקט: 1015 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 932 מאל
  • קאָרמא: 18

און אצינד וועל איך ציילן הויעך ברוב עם הדרת מלך, 
ואומרים "פעמיים" באהבה, אז מען קען ציילן די צווייטע מאל "איין" טאג, איז דאס נאר פון גרויס אהבה מאת הקב"ה צו מיר !!!

היום יום אחד לטהרה !!!! X2

ובקשתינו שטוחה להשי"ת שישמור אותי "בזה היום" מכל "מראין" בישין והמסתעף !!!!!!!!

הק' העלפמי

לעצט פארראכטן: ל' סיון התשפ"א 10:56 דורך Helpmeasap.

ענטפער: העלפמי'ס טרעד - על דא ועל הא ל' סיון התשפ"א 11:01 #273052

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 59 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 723
  • האט שוין געלייקט: 595 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1274 מאל
  • קאָרמא: 20

הייליגער העלפמי!
דו ווייסט גארנישט וועלעכע חיות דקדושה און וועלעכע פייער דו ברענגסט אריין דא ביים סייט און ביי אלע חברים!
דיין התחזקות און התחדשות איז לא יאומן כי יסופר!
גיי ווייטער אן אויף היינט! מיט פוהל סייעתא דשמיא.

דו ביסט א טופח על מנת להטפיח.

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: העלפמי'ס טרעד - על דא ועל הא נעכטן 22:16 #273078

  • WillKeepHoping
  • איצטיגע שטרעקע: 35 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 38
  • האט שוין געלייקט: 59 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 84 מאל
  • קאָרמא: 2

הרב העלפמי, אונז פריי מיר זיך פאר דיר, דו האסט א משונה שטארקייט וואס איז אונז אלעמען מחייב, ברענג איז כסדר גוטע אפדעיטס.

אחראים: GYE YIDDISH, שיע
צייט צו מאכן א בלאט: 0.58 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא