ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1

טעמע: חיים חייקל'ס בריוו 482 באזוכער

חיים חייקל'ס בריוו כ"א אב התשע"ט 22:19 #258415

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 147 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 1161
  • האט שוין געלייקט: 2242 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2025 מאל
  • קאָרמא: 27
איך עפן דעם טרעד ארויפצולייגן דעם בריוו וואס אש"י האט געפאוסט אז חברנו הנכבד "חיים חייקל" האט געשיקט צו די מערכת.



לכבוד המערכת הד"א


איך בין לעצטענס אנגעקומען צו דעם סייט, איך האב געזעהן וואס דא גייט פאר, איך געווארן מוראדיג איבערגענומען! ס'האט מיר אנגעהויבן צו פליסן טייכן טרערן! ניין.. נישט פון מיין אויגן... נאר פון די טיפעניש פון מיין הארץ.... בבחינת ונפשי שפכי כמים לבך. איך בין זייער מרוגש, סאיז מיר שווער זיך מצמצם צו זיין די מחשבה.


פון איין זייט קוק איך צו ווי אנדערע אידן מאכן נעבעך אזוי מיט, און דראפענען זיך אויף די גראדע ווענט, איך פארשטיי זיער צער! איך ווייס פונטקטליך וואס דאס מיינט! אוי! הייליגע באשעפער ווי לאנג נאך....


פון די צווייטע זייט קוק איך אויף מיר, פארוואס האב איך נישט געוויסט אז סאיז דא הילף ווען איך האב מיך געמיטשעט!!! איך בין ארומגעגאנגען כעיוור באפילה. אליינס אויפן וואסער... אן קיין הילף פון קיינעם אין די וועלט....!!! נאר אונזער ליבע טאטע אין הימל וואס האט צוגעקוקט מיין צער... סאיז געווען א בחינה פון מליבי לפומה לא מגלינא, איך האב עס נישט דערציילט פאר קיינעם אויף די וועלט וואס איך גיי אדורוך, ווייל איך האב געהאלטן אז קיינער וועט מיך נישט פארשטיין.... און איך האב קיינעם נישט געטראסט!... אוי! הלואי ווען איך וואלט אנגעקומען דא דעמאלטס אין יענע שווארצע טעג. אבער די רצון ה' איז געווען אנדערש. איך האב מיך אליינס געדראפעט אויף די גראדע ווענט, און נישט געזעהן קיין שום לעכטיגקייט...!! איך פלעג מיך אויסוויינען צום רבוש"ע מיט בכיות נוראות אז ער זאל שוין רחמנות האבן אויף מיר, און מיין פארקלעמטע נשמה... איך פלעג האלטן און איין בעהטן וטהר לבינו לעבדך באמת!! נאכאמאל און נאכאמאל, צענדליגע מאל א טאג.. ביז... ביז... די רבוש"ע האט צוגעהערט מיין געבעהט, און צושטאטלעך, זייער צושטאטליך האב איך מיר צוביסלעך ארויס געדראפעט פון דעם טיפן זימפ (עדיקשע"ן בלע"ז).


ב"ה, יודו לה' חסדו ונפלאותיו לבני אדם, [איך בין אין די בחינה פון ארבעה צריכין להודות יורדי הים, הולכי מדבריות ומי שהיה חולה ונתרפא, ומי שהיה חבוש בבית האסורים, יורדי הים - איך בין געווען איינגעזינקן אין מים הזידונים. הולכי מדבריות - איך האב נעבען ארומגעוואנדערט אליין אין א מדבר שממה, ווי די תורה רופט עס אן "מדבר הגדול והנורא". ומי שהיה חולה ונתרפא - איך בין נעבעך געווען קראנק, דארף נישט קיין הסברים. ומי שהיה חבוש בבית האסורים - איך בין געווען געבינדן אין מיין אייגענע תפיסה] ב"ה מ'האלט שוין דא, איך ארבעט שוין אין א פלאץ פאר כמעט צוויי יאר, און קיין איינמאל נישט צוגערירט א שמיציגע סייט אויפ קאמפיאטער! שוין איבער זעקס חדשים וואס איך האב נישט צוגערירט קיין שמיציגע סייט אויפן טעלעפאן!. ב"ה די לעבן איז אסאך געשמאקער, די שלום בית, און אלעס ארום. די שמחת החיים וואס איך האב איז נישט צום באשרייבן. כן יעזר השם להלאה פאר מיין הייליגע נשמה און פאר אלע הייליגע נשמות אין כלל ישראל.
--
סאיז דאס ערשטע מאל וואס איך שרייב אראפ מיינע געפילן! ס'שווימט מיר אויף אסאך וואס צו שרייבן, איך דארף מיר נאר אביסל מצמצם זיין די מחשבה.


איך קען מיך נישט נעמען דערצו צושרייבן אויפן סייט, ווייל איך קוק מיך צו, צו די אידן וואס דרייען זיך דארט, אזעלעכע הייליגע נשמות, איך פיל אז מוועט מיך אנקוקן ווי א גרינער, קומסט דיך אן און דו הייבס אן אריין צו רעדן? און איך זעה אז זיי קענען אסאך בעסער פון מיר. מאיז זיך מחזק איינער דעם צווייטן, אה! אזא ליכטיגקייט!


-----
ס'איז מיר איינגעפאלן א געוואלדיגע חידוש, איך מיין אז ס'איז א אמת

חז"ל זאגן אונז אז אויף די עבירות העלפט נישט קיין תשובה, איז מיר אלעמאל שווער געווען, וואס איז פשט, סשטייט דאך אין דבר העומד בפני התשובה, און ליידער וואס זענען די נשמות שילדיג אז זיי זענען באשאנקן געווארן מיט אזעלעכע ביטערע און שווערע נסיונות.
נאר וואס דען, חז"ל זאגן אונז א "פאקט", רבי לעבן! אויף דעם העלפט נישט קיין תשובה, יונגערמאן דו דארפסט גיין פאר הילף, הער אויף תשובה צו טוהן, נישט דאס וועט דיר העלפן, די רמב"ם זאגט אז וואס מיינט תשובה, עד שיעד עליו יודע תעלומות שלא ישוב עוד לכסלה. ווען איך פלעג תשובה טוהן, בין איך געווען זיכער כמעט אויף הונדערט פארצענט, אז ישוב עוד לכסלה! איך האב געזאגט פארן רבוש"ע, ווער נאך ווי דיר ווייסט אזוי גוט ווי דיר אז וועל נאכאמאל צוריק פאלן ר"ל.
דאס זאגט טאקע די זוהר הק' אז נאר בתיובתא סגי העלפט תשובה, "בתיובתא סגי" מיינט גיי פאר הילף, גיי צו טערעפי.


-----


שוין, איך בין שוין זייער אויסגעשעפט פון שרייבן. אי"ה אין א קומענדיגע געלעגנהייט וועל איך ממשיך זיין.


הצלחה וברכה. וכל טוב!
חיים חייקל

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

ענטפער: חיים חייקל'ס בריוו כ"א אב התשע"ט 23:04 #258416

  • טשולענט
  • איצטיגע שטרעקע: 46 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 63
  • האט שוין געלייקט: 158 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 64 מאל
  • קאָרמא: 3

וועט זיין זייער אינטערעסאנט צו הערן פין איינער וואס האט נישט ממש געארבעט מיט איינע פין די מהלכים וואס אינז רעדן דא

איך קום אהער צו פייטן מיין אדיקשאן און קוים וואס איך בין דא 4 טעג ... האב איך שוין א פרישן אדיקשאן... ס'רופט זיך הדא

ענטפער: חיים חייקל'ס בריוו כ"ב אב התשע"ט 08:09 #258420

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 147 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 1161
  • האט שוין געלייקט: 2242 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2025 מאל
  • קאָרמא: 27
טשולענט געשריבן on כ"א אב התשע"ט 23:04:

וועט זיין זייער אינטערעסאנט צו הערן פין איינער וואס האט נישט ממש געארבעט מיט איינע פין די מהלכים וואס אינז רעדן דא


וואס מיינסטו צו זאגן?

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

ענטפער: חיים חייקל'ס בריוו כ"ב אב התשע"ט 09:47 #258424

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 36 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 625
  • האט שוין געלייקט: 533 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל
  • קאָרמא: 27

איך בין איבערגענומען פון דעם בריוו גאר שטארק, קודם די שטארקייט פון קענען שיקן צו די הנהלה אזא בריוו גלייך ביים זיך איינשרייבן, איך וואלט עס קיינמאל נישט געקענט טוהן!

חיים חייקל מיר ווילן הערן פון דיר! בוזט שוין נישט קיין גרינער מער, וואו איך פארשטיי פון דיינע ווערטער בוזטו שוין זויבער 6 חדשים, דאס איז א דערגרייכונג, און נאכדערצו ווען דו האסט נישט געהאט קיין שום הילף! וואוי, דו בוזט א ראל מאדעל, קום ארויף, שעם דיך נישט, לאמיר הערן פון דיר אביסל, עס וועט זיכער זיין לתועלת פאר נאך אידן.

ענטפער: חיים חייקל'ס בריוו כ"ב אב התשע"ט 14:41 #258450

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 147 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 1161
  • האט שוין געלייקט: 2242 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2025 מאל
  • קאָרמא: 27

גא"מ לבקשת הרב עד כאן.

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

ענטפער: חיים חייקל'ס בריוו כ"ד אב התשע"ט 21:38 #258489

  • חיים חייקל
  • איצטיגע שטרעקע: 54 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 47
  • האט שוין געלייקט: 154 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 112 מאל
  • קאָרמא: 3

שוין, חיים חייקל איז דא!

אונזער חשובע חברים האבן מיר געבעהטן איך זאל אריינקומען, איך האב נישט געקענט צורוקווייזן ענקער בקשה, שוין בין איך דא.

איז אזוי, סאיז נישט געווען אזוי קלאר ארויס געברענגט וואו איך שטיי אויף דער וועלט, הגם איך האב עס יא דערמאנט ציווישן די שורות, בעצם האב איך נישט געשריבן דעם בריוו כדי עס ארויס צולייגן ברבים, איך האב זיך נאר פארשריבן פאר מיר מיינע מחשבות, און כהאב עס אריינגעשיקט צום מערכת, האבן זיי מיר געבעהטן רשות עס ארויפצולייגן, און כהאב מסכים געווען.

יא, ב"ה איך בין שוין ריין פאר א תקופה, [איך האלט נישט קיין חשבון מיט טעג], און איך בין נאר ממש לעצטענס אנגעקומען דא, אבער בהאי פחדא קא יתיב... איך ציטער יעדן טאג איך זאל ח"ו נישט צורוקפאלן... איך דארף נאך האבן אסאך אסאך חיזוק, און סייעתא דישמיא... יעדען טאג איז א באזונדערע מתנה מן השמים. יא סאיז אמת אז ווי מער מהאלט זיך ריין ווערט עס אסאך גרינגער, אבער די יצר שלאפט נישט, ער קען נישט צוקוקען ווי ער פארלירט א גוטן פישל פון אינטער זיין הענט... עוד בו נשמתו, ווי לאנג די הארץ קלאפט איז דא א מלחמה. אבער אז ממיינט עס אמתדיג העלפט דער אויבערשטער. זאל דער אויבערשטער געבן כח און מח פאר מיר און פאר אלע אידישע קינדער.

מהאט מיר געפרעגט ווי אזוי איך האב עס אדורוכגעמאכט, די אמת איז סאיז נישט שייך צו זאגן, סאיז נישט איך, סאיז אלס מרוב חסדו וטובו הגדול פון אונזער ליבע טאטע אין הימל וואס האט צוגעזען מיין צער. איך האב געדאווענט און געדאווענט איינמאל און נאכאמאל למי שהחסד שלו, איך פלעיג בעהטן וטהר לבינו לעבדך באמת, איינמאל און נאכאמאל, הונדערט מאל א טאג!!! איך האב א ארויסגענומען דעם תהילים'ל און נאס געמאכט די בלעטער מיט הייסע טרערן.... אוי הייליגע באשעפער! טבעתי ביון מצולה ואין מעמד! ממעמקים קראתיך ה'! ביז, ביז, צושטייטליך, זייער צושטייטליך האט מען זיך ארויס געזעהן פון די מים הזדונים.

איך טראכט צו מיר, ווען איך וואלט געהאט העלפ וואלט מיר אסאך גרינגער געווען, אבער די רצון השם איז געווען אנדערש, און איך פרעיג נישט קיין קשיות. סאיז געוועהן זמנים וואס איך האב געפילט אז די מלחמה איז א פארלוירענע!!!! איך קען שוין מער נישט!!!!  ספלעגט זיין יעלו שמים ירדו תהומות, אמאל בין איך געפלויגן אין הימל מיט אלע קבלות טובות, און סהאט אנגעהאלטן פון תענית אסתר ביז פורים... און צוריק אין תהום אריין! נאך ערגער פון פריער.... אוי הייליגע באשעפער! איך האב געזיכט א נאנטע חבר איך זאל מיך קענען אויסרעדן וואס ליגט מיר אויף הארץ. פניתי לימין ואין עוזר! לשמאל ואין סומך. אוי! איך ווער שוואך ווען איך טראכט צורוק פון די שווארצע טעג....  אבער ב"ה יעצט בין איך דא, און מוועט זיך פורבירן צו מחזק זיין אינאיינעם.

איך קוק מיר אזוי אום דא וואס אנדערע דערציילן וואס זיי זענען אלס אדורוך קען איך ממש מאכן copy, paste,  אביסל ארויף, אביסל אראפ. איך דארף קוקען צוויי מאל זיכער מאכן אז איך האב עס נישט געשריבן... סקומט מיר טרערן אין די אויגן צו זעהן וואס אנדערע מאכן מיט, אוי! טייערע ברידער איך פארשטיי ענק אזוי גוט.... איז לאמיר זיך מחזק זיין אינאיינעם, לאמיר שוין זעהן אביסל ליכטיגקייט, און די רבוש"ע זאל זיך שוין מרחם זיין אויף אונז אלע.

עוד רגע אדבר, טייערע ברידער, איך בעהט ענק, דאווענטס פאר חיים חייקל זאל זיך האלטן ריין ווייטער, איך וועל דאווענען פאר ענק, עד שירחמו עלינו מן השמים

שוין, גענוג פאר יעצט, סקאסט מיר צופיל כוחות צו שרייבן. אי"ה אין א קומענדיגע געלעגנהייט וועט מען ממשיך זיין.

זייטץ מיר אלע געזונט און פריש.

לעשות נחת רוח להבורא יתברך שמו

זיך צו לאזן היילן איז טאקע שווער. אבער צו בלייבן קראנק איז נאך שווערער

ענטפער: חיים חייקל'ס בריוו כ"ד אב התשע"ט 22:24 #258492

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 147 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 1161
  • האט שוין געלייקט: 2242 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2025 מאל
  • קאָרמא: 27

שכח ר' חיים חייקל פארן אננעמען די בקשה אהערצוקומען.
אונז ווארטן דיך צו זעהן מער אפט.
חזק!

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

ענטפער: חיים חייקל'ס בריוו כ"ה אב התשע"ט 11:31 #258501

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 223 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 652
  • האט שוין געלייקט: 300 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1266 מאל
  • קאָרמא: 21

שלום עליכם חיים חייקל, און מזל טוב צו דיין ערשטע פאוסט ברבים פון וואס דערוילם האט אמת'דיג הנאה פון דיין רייכער פעדער און זאפטיגע שפראך אנגעפילט מיט תוכן, פסוקים, וכדומה.

האלט עס אן, מיר קוקן אלע ארויס פאר דיין ווייטער'דיגע הצלחה, און מיר וועלן בעז"ה אלע מתפלל זיין פאר דיר.

איך בין נישט קיין פוסק, און נישט קיין מכריע. ווען איך שרייב עפעס איז עס בדרך כלל נאר מיטגעטיילט מיין ערפארונג און איך בין קיינעם נישט מחייב אנצונעמען מיין מיינונג, אויב מ'וויל קען מען עס פרובירן און זען צו ס'ארבעט, און איך האב נאכאלץ דער פולסטער רעספעקט און כבוד צו א צווייטנ'ס מיינונג אפי' עס איז אנדערש אדער מחולק מיט מיין מיינונג.

ענטפער: חיים חייקל'ס בריוו ה' אלול התשע"ט 14:31 #259182

  • חיים חייקל
  • איצטיגע שטרעקע: 54 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 47
  • האט שוין געלייקט: 154 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 112 מאל
  • קאָרמא: 3
טייערע חשובע חברירים.

איך דריי מיך שוין דא א שטיק צייט, און געלויבט השי"ת  האב איך שוין אסאך קונה געווען דא, און באקומען אסאך חיזוק.

אבער שאלה אחת יש לי, איך וויל עפעס פרעגן. איך וואלט הנאה געהאט אויב איינער קען מיר העלפן.

ווען סגייט אדורוך א שטיק צייט און מאיז ריין, פיל איך מיך זייער אנגעצויגן און נערוועיז (האסט געזעהן היינט אין ביהמ"ד איינער וואס דרייט זיך ארום נערוועיז... דאס בין איך געווען) סקען אויסקלאפן אז איך ווער נערוועיז אויף מיינע ארומיגע, למשל ווייב און קינדער.....

איז דאס נארמאל? האט שוין איינער געהאט אזא עקפיריענס? ווי אזוי געט מען זיך א עצה? זאל איך עס סתם לאזן לויפן און מיט די צייט וועט עס אדורוכגיין?

איך וואלט הנאה געהאט צו הערן פון אנדערע ווי אזוי מגעט זיך א עצה

להבהרה בעלמא: איך בין ח"ו נישט דעפרעסט. בדרך כלל בין איך אין א אויפגעלייגטע גיסטע. און איך פורביר אלעמאל ארומצוגיין מיט א שמייכל.

לעשות נחת רוח להבורא יתברך שמו

זיך צו לאזן היילן איז טאקע שווער. אבער צו בלייבן קראנק איז נאך שווערער

לעצט פארראכטן: ה' אלול התשע"ט 14:46 דורך חיים חייקל.

ענטפער: חיים חייקל'ס בריוו ה' אלול התשע"ט 15:00 #259184

  • אין שום יאוש
  • איצטיגע שטרעקע: 250 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 420
  • האט שוין געלייקט: 848 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 817 מאל
  • קאָרמא: 12
חיים חייקל געשריבן on ה' אלול התשע"ט 14:31:
טייערע חשובע חברירים.

איך דריי מיך שוין דא א שטיק צייט, און געלויבט השי"ת  האב איך שוין אסאך קונה געווען דא, און באקומען אסאך חיזוק.

אבער שאלה אחת יש לי, איך וויל עפעס פרעגן. איך וואלט הנאה געהאט אויב איינער קען מיר העלפן.

ווען סגייט אדורוך א שטיק צייט און מאיז ריין, פיל איך מיך זייער אנגעצויגן און נערוועיז (האסט געזעהן היינט אין ביהמ"ד איינער וואס דרייט זיך ארום נערוועיז... דאס בין איך געווען) סקען אויסקלאפן אז איך ווער נערוועיז אויף מיינע ארומיגע, למשל ווייב און קינדער.....

איז דאס נארמאל? האט שוין איינער געהאט אזא עקפיריענס? ווי אזוי געט מען זיך א עצה? זאל איך עס סתם לאזן לויפן און מיט די צייט וועט עס אדורוכגיין?

איך וואלט הנאה געהאט צו הערן פון אנדערע ווי אזוי מגעט זיך א עצה

להבהרה בעלמא: איך בין ח"ו נישט דעפרעסט. בדרך כלל בין איך אין א אויפגעלייגטע גיסטע. און איך פורביר אלעמאל ארומצוגיין מיט א שמייכל.

יא ס'איז זייער נארמאל איך האב עס אויך געהאט (אין איך האב נאך היינט....)

דאס איז איינע פון די סיבות פארוואס איך דארף ריקאבערי 

סוברייעטי אליין איז נישט גענוג מ'דארף זיך אויסלערנען ווי אזוי צו קענען דיעלען מיטן לעבן אז נישט קען איך זייער שנעל צוריקפאלן

ענטפער: חיים חייקל'ס בריוו ה' אלול התשע"ט 15:28 #259186

  • סאלדאט
  • איצטיגע שטרעקע: 87 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • I strive to become better
  • מעלדונגען: 65
  • האט שוין געלייקט: 220 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 98 מאל
  • קאָרמא: 4

איך דריי מיך שוין דא א שטיק צייט, און געלויבט השי"ת  האב איך שוין אסאך קונה געווען דא, און באקומען אסאך חיזוק.

Same here... איך דריי מיר שוין אויך דא א שטיק צייט און איך שעפ אויך פיל חיזוק דא, עס איז א מחי'!!!

ווען סגייט אדורוך א שטיק צייט און מאיז ריין, פיל איך מיך זייער אנגעצויגן און נערוועיז סקען אויסקלאפן אז איך ווער נערוועיז אויף מיינע ארומיגע, למשל ווייב און קינדער.....

איז דאס נארמאל? האט שוין איינער געהאט אזא עקפיריענס? ווי אזוי געט מען זיך א עצה? זאל איך עס סתם לאזן לויפן און מיט די צייט וועט עס אדורוכגיין?


אינטערסאנט, ביי מיר איז דאס פונקט פארקערט, וואס א טאג ווייטער אויפן פראנט, בלייבענדיג ריין, ועערט מיין מאאד בעסער און רוהיגער.

קען איינער מסביר זיין די חילוק צווישן אונז?

ענטפער: חיים חייקל'ס בריוו ח' אלול התשע"ט 00:34 #259273

  • טשולענט
  • איצטיגע שטרעקע: 46 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 63
  • האט שוין געלייקט: 158 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 64 מאל
  • קאָרמא: 3
סאלדאט געשריבן on ה' אלול התשע"ט 15:28:



איך דריי מיך שוין דא א שטיק צייט, און געלויבט השי"ת  האב איך שוין אסאך קונה געווען דא, און באקומען אסאך חיזוק.

Same here... איך דריי מיר שוין אויך דא א שטיק צייט און איך שעפ אויך פיל חיזוק דא, עס איז א מחי'!!!

ווען סגייט אדורוך א שטיק צייט און מאיז ריין, פיל איך מיך זייער אנגעצויגן און נערוועיז סקען אויסקלאפן אז איך ווער נערוועיז אויף מיינע ארומיגע, למשל ווייב און קינדער.....

איז דאס נארמאל? האט שוין איינער געהאט אזא עקפיריענס? ווי אזוי געט מען זיך א עצה? זאל איך עס סתם לאזן לויפן און מיט די צייט וועט עס אדורוכגיין?


אינטערסאנט, ביי מיר איז דאס פונקט פארקערט, וואס א טאג ווייטער אויפן פראנט, בלייבענדיג ריין, ועערט מיין מאאד בעסער און רוהיגער.

קען איינער מסביר זיין די חילוק צווישן אונז?


איך האב זיך לכתחילה מונע געווען פון ענטפערן דא ווייל איך האב געטראכט אז די גרעסערע וועלן אריינקומען דא אין אזא וויכטיגע טעמע אבער דערווייל איז עס נישט געשען
סאלדאט האט געפרעגט וואס איז די חילוק צווישן אים און חייקל, 
ביי מיר איז עס אזוי, אינעם ענין פון מחשבה אדער מעשה שפיר איך א צופרידענקייט ווען איך בין מצליח זיך צו האלטן ריין פארקערט איז עס אבער ווען עס קומט צו שמירת ענים איז דאס ממש א אפקומעניש ממש א יעדע קוק אהער קוק אהין קוק נישט דא קוק נישט דארט... אין וואספארא הנאה וואלט איך געהאט ווען איך קען ווען יא קוקן אין דאס זיך איינהאלטן שאפט מיר אזא אימצופרידנקייט אין נערוועזיקייט אין די סיבה פארדעם איז גאנץ פשוט ווייל די הנאה פון קוקן איז אסאך שנעלער אין איינמאל מען האט שוין געזעהן אפילו פאר א סקונדע האט מען שוין געשפירט די געשמאק משא"כ ווען מען באקומט א נסיון במחשבה נעמט א רגע צי טראכטן וואס אין וויאזוי אין מען האט נאכנישט געהאט קיין עכטע הנאה קען מען גאנץ שנעל אוועק מישן נאך א חילוק איז דא א מחשבה ווען עס בליצט אויף אין מען פארטרייבט עס נעמט כאטש א שטיק צייט נארמאלערהייט ביז עס קומט צוריק אבער אויפן גאס בין איך נישט בעלבוס וויפיל מענטשן זאלן יעצט גיין אויפ'ן גאס... (איך רעדט פון אינמיטן טאג ווען די גאסן זענען פיהל)

שוין דעיס איז מיין עקספיריענס.

עס קען זיין אז דאס וואס דו ווערסט אנגעצויגן איז פשוט ווייל דו האסט נישט דיין טעגליכע דאוזע וואס דו ביסט געוואוינט אין אויב איז דאס סיבה איז דאס סתם א געוואוינהייט וואס וועט אוועקגיין 

אדרבה דער עולם זאל אריינקומען קלארער

אין דו חייקל מעגסט זיך ווען לאזן הערן אפטער די שרייבסט גאנץ געשמאק

איך קום אהער צו פייטן מיין אדיקשאן און קוים וואס איך בין דא 4 טעג ... האב איך שוין א פרישן אדיקשאן... ס'רופט זיך הדא
לעצט פארראכטן: ח' אלול התשע"ט 02:50 דורך טשולענט.

ענטפער: חיים חייקל'ס בריוו ח' אלול התשע"ט 12:00 #259283

  • סאלדאט
  • איצטיגע שטרעקע: 87 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • I strive to become better
  • מעלדונגען: 65
  • האט שוין געלייקט: 220 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 98 מאל
  • קאָרמא: 4

יישר כח ר' טשולענט, זייער שיין און קלאר צונימען!

ענטפער: חיים חייקל'ס בריוו י"ט אלול התשע"ט 09:25 #259894

  • חיים חייקל
  • איצטיגע שטרעקע: 54 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 47
  • האט שוין געלייקט: 154 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 112 מאל
  • קאָרמא: 3

בס"ד

היום יום 'אחד' שהם שלשים יום בנקיות.

סאיז ביי מיר היינט א היסטארישע טאג, מיום [שלא] עמדי על דעתי געדענק איך נישט אז איך זאל האבן אזא לאנגע המשך ריינע טעג, איך גלייב עס אליין נישט אז סאיז אזוי, אבער יא! סאיז א פאקט. הודו לה' כ"י טוב כ"י לעולם חסדו.

נאך דרייסיג טאג גייט מען ארויס פון בחינת "נפל" און מווערט א בן קיימא, זאל דער אויבערשטער העלפן סזאל טאקע האבן א קיום אויף ווייטער, אמן.

נאך דרייסיג טאג דארף מען מאכן א חשבון הנפש, וואו האלט מען אויף די וועלט, בין איך געווארן בעסער? וואס האב איך געלערנט די דרייסיג טעג? איז אזוי, די ערשטע צוויי וואכן איז מען געפלויגן אין הימל, אה! סאיז געווען אזוי זיס און לעכטיג, מהאט געפילט א קירבת אלקים, סאיז געווען א בחינה פון "ואני אמרתי בשלוי בל אמוט לעולם". שוין, נאך צוויי וואכן מהאט שוין געלאנדעט, די דריטע וואך איז געווען נישט אהער נישט אהין, "ה' ברצונך העמדת להררי עוז, הסתרת פניך הייתי נבהל" איך בין געווען אנגעצויגן און נערוועיז, די עולם האט געזאגט איך זאל מיך נישט זארגן, סוועט אוועק גיין, גוט, זאל זיין אזוי. שוין, מהאלט שוין די פערדע וואך, מפורבירט צו שטופן די וואגן קוים מיט די לעצטע כוחות האט מען אדורוך געשטיפט, "אליך ה' אקרא ואל ה' אתחנן, מה בצע בדמי ברדתי אל שחת" ברוך השם שלא הסיר תפילתי וחסדו מאתי, מהאט עס אדורוך געמאכט מיט גאנצע ביינער, דאס איז אלעס נאר בזכות פון די אלע חשובע חבירים דא וואס האבן געהאלפן שטופן די וואגן ווייטער. און נעכטן נאכן רעדן מיט אש"י איז מיר געווארן אסאך גרינגער, "הפחת מספדי למחול לי, פתחת שקי ותאזרנו שמחה", זאל מען שוין זוכה זיין "למען יזמרך כבוד ולא ידום".

----

וואס האב איך מיר געלערנט אין די לעצטע דרייסיג טעג, איך האב מיר פארשריבן אפאר נקידות, נישט אז איך האב עס נישט געוויסט פאר דעם, מכירי הייתי לשעבר, אבער עכשיו ביותר, יעצט פארשטיי איך עס אסאך בעסער.

די ערשטע זאך האב איך געזעהן, אז אנצוקומען דא אין הד"א, איז אנגעשריבן פון אויבן די מינוט און די רגע ווען מזאל אריינקומען דא, איך אליין האב שוין אריין געבאמפט דא א שיינע פאר מאל פאר איך בין אריינגעקומען, אבער איך האב קיינמאל נישט געטראכט יא, דו באלאנגסט דא, ביז סאיז געקומען די ריכטיגע מינוט, און די רבוש"ע האט מיר געגעבן א שטופ אריין דא, און פאר איך האב געוואוסט וואס סאיז געשעהן מיט מיר, האבן שוין די טייערע חבירים דא מיך אויפגענומן מיט אפענע הענט. א שכוח פאר יעדן, די זכות זאל ענק אלע ביישטיין. [די ערשטע צוויי וואכן וואס איך בין געווען דא בין איך געווען אזוי מרוגש, אז איך האב פארגאסן ימים מיט טרערן פאר התרגשות אז איך בין אנגעקומען אין אזא הייליג פלאץ, איך געדענק נישט איך זאל אזויפיל וויינען ווי אין די צוויי וואכן]

צווייטנס האב איך געזעהן, אז ליידער איך בין נישט די איינציגסטע מיט דעם פראבלעם, איך פלעיג אלעמאל טראכטן, בין איך די איינציגסטע וואס מיטשעט זיך אזוי? אתתמה? בין איך געוואר געווארן יא, סאיז נעבעך דא אזוי פיל אידן וואס מיטשענען זיך, סאיז א בחינה פון צרות רבים חצי נחמה [נחמה אויף וואס?] זאל די רבוש"ע שוין אריינשיינען א ליכטיגקייט אין אלע אידישע נשמות.

איך האב זיך געלערנט, אז טובים השנים מן האחד, כי אם יפול האחד יש שני להקימו, אליינס איז זייער שווער צו גיין, דא איז ב"ה דא גוטע חבירים וואס זענען אלעמאל גרייט צוצולייגן א האנט און א פלייצע, ווי אזוי זאגט די וועלט, "צוויי פערדן שלעפן אסאך בעסער", אשרי לכם ואשרי חלקכם.

איך האב זיך געלערנט, אז סדארף נישט נעמען לאנג זיך אויפצושטעלן, אפילו מהאט געהאט א נפילה, מגעט זיך א שאקל אפ און משטעלט זיך אויף און מאיז שוין צורוק אויפן לייטער. ווען איך פלעיג האבן א נפילה, האט עס גענומען כאטש צוויי וואכן זיך צורוק אויפצושטעלן.

איך האב זיך געלערנט די געדאנק פון "איין טאג אויף אמאהל" כאפ נישט, ניין איך גיי נישט יעצט בלייבן ריין לעולם דוד, איך וועל פרובירן איין טאג אויף אמאהל. איך פלעיג זאגן רבוש"ע איך זאג דיר צו איך טוה עס מער 'קיינמאל' נישט, פארשטייט זיך אז מארגן האט מען לאנג פארגעסן וואס מהאט נעכטן צוגעזאגט, היינט ווייס איך אז איך ארבעט נאר אויף היינט, און אפילו די איין טאג קען איך אויך נישט אן דעם אויבערשטן, אלמלא הקב"ה עזרו לא יכול לו. יעדן טאג איז א באזינדערע מתנת חנם פונעם בורא כל עולמים.

איך האב זיך געלערנט. אז די רבוש"ע קומט מיר גארנישט, אפילו איך האב געהאט א ריינע טאג, איז עס נאר מרוב רחמיו וחסדיו פונעם גרויסן טאטען אין הימל וואס האט מיר געגעבן א מתנת חינם, איך בין אזוי שוואך אקעגן דעם יצר אז סאיז זיכער נישט מיינע כוחות. און די עיקר איז ואני קרבת אלקים לי טוב, אה! רבוש"ע ווי זיס און ווי לעכטיג איז ווען איך קען טוהן א נחת רוח פאר דיר, איך דארף נישט גארנישט, איך וויל נאר זיין נאנט צו דיר, אוי טאטע! ווען וועט מען שוין זוכה זיין דערצו!

איך האב זיך געלערנט, די געדאנק פון יהא מורא שמים עליכם כמורא בשר ודם, איך בין איינמאל געשטאנען פאר א שווערע נסיון, אבער איך האב מיך געכאפט אז איך וועל מוזן ארויף קומען דא ברבים און מודה זיין על האמת, און איך האב שוין געזעהן ווי משה'לע קומט ווי א תמימותדיג קינד און פרעיגט, אה! חיים חייקל, וואס איז די פלאן אויף ווייטער? וואס גייסטו טוהן אז דו וועסט נישט נאכאמאל אדורוך פאלן? און איך האב מיך שוין געזעהן ווי איך ווער רויט און ווייס און אלע קאלירן, אז סאיז מיר שוין פארגאנגן די גאנצע אפעטיט......

----

אל השמים אשא ידי, איך הייב אויף מיינע הענט צום הימל, מיט א הודאה על העבר ובקשה על העתיד, זיסער טאטע, איך דאנק דיר על כל החסד אשר עשית עמדי אויף אלע חסדים וואס דו האסט געטוהן מיט מיר ביז יעצט, ואת אשר אתה עתיד לעשות עמי, רבוש"ע איך ווייס נישט באיזה זכות איך האב זוכה געווען אנצוקומען ביז דא. רבוש"ע איך בעהט דיר כשם שזכיתי אזוי ווי איך האב זוכה געווען אנצוקומען צו דרייסיג ריינע טעג, זאל איך זוכה זיין צו נאך אסאך ריינע טעג, סזאל זיין איין לאנגע המשך לאורך ימים ושנים טובות, סזאל זיין ריין במחשבה, ריין בדיבור, ריין במעשה. פאר מיר און פאר אלע אידישע קינדער, מזאל שוין זעהן אביסל ליכטיגקייט, רבוש"ע געב אונז די כוחות, געב אונז סייעתא דישמיא , מיט הרחות הדעת, וטהר לבינו לעבדך באמת.

און צום לעצט וויל איך באדאנקען די אלע חשובע חבירים, כל אחד בשמו הטוב יבורך, נאר אין ענקער זכות שטיי איך דא היינט.

רבוש"ע הביטה וראה געב א קוק אויף דיינע הייליגע אידישע קינדערליך ישראל אשר בך אתפאר, האסט דא א 'יונגערמאן', זאל ער הייסן 'יוסי' 'פריינד', צו 'שלאמקע' 'יחיאל', צו 'שלום גאנץ', און מ'פרובירט' און מ'דראפעט' זיך אויף די גראדע ווענט, און וויפיל מאיז אדורוך געפאלן זאגט מען פארן רבוש"ע 'עד כאן', 'איך וויל זיין ערליך' 'wannabe' א 'עומד בנסיון', און מאיז זיך נישט מייאש מגעט א שריי 'אין שום יאוש', 'Helpmeasap', 'יא איך קען!', איך בין א 'סאלדאט' פארן רבוש"ע, און 'אחכה לו', איך האף צו דיר רבוש"ע, 'שמע תפלתי' רבוש"ע הער צו מיין געבעהט, און איינער איז זיך מחזק מיט א טעלער 'טשאלענט', די צווייטער מיט א 'כרעמזל'. אה! מי כעמך ישראל. און ווי קען מען פארגעסן פון צדיק12,tzadik911, און הקדוש חיים. זאלט עטס אלע האבן א לעכטיגע תמיד.

---

איך וויל מסיים זיין מיט א קורצע געדאנק: איך קום איין טאג אהיים, און מיין קליינער לויפט מיר אקעגן, טאטי! כהאב געמאכט א קעיק פאר דיר, אוי צדיקל קוק ווי אזוי דו זעהסט אויס, אינגאנצן פארשמירט, איך בין געשטאנען שטים וואס זאל איך אים זאגן, געבן א פסק? ער האט נאר געמיינט גוטס ער האט געוואלט מאכן א קעיק פאר טאטי. איך האב מיך ארויפגעקאטשעט די ארבעל און ווי א טאטע'לע אלעס שיין אויפגערוימט.

איך הייב אויף די אויגן צום טאטן אין הימל, טאטע אונז זענען אויך געווארן אינגאנצן פארשמירט, אבער טאטע אונז האבן נישט געמיינט ח"ו דיך וויי צו טוהן..... בעטן מיר רבוש"ע טוה דו אויך די זעלבע, הרב כבסנו מעווני ומחטתי טהרינו. אמן ואמן.

הק' חיים חייקל

לעשות נחת רוח להבורא יתברך שמו

זיך צו לאזן היילן איז טאקע שווער. אבער צו בלייבן קראנק איז נאך שווערער

לעצט פארראכטן: י"ט אלול התשע"ט 14:52 דורך חיים חייקל.

ענטפער: חיים חייקל'ס בריוו י"ט אלול התשע"ט 11:44 #259908

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 223 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 652
  • האט שוין געלייקט: 300 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1266 מאל
  • קאָרמא: 21
ווען חיים חייקל האט פאר 30 טעג צוריק קַצְתִּי בְחַיַּי [30] איך האב פארמיאוסט מיין אלטע לעבן פון לעבן א דאבעל לייוו, איך ער האט בוחר געווען ליבערשט אין א לעבן פון אָשִׁירָה לַה' בְּחַיָּי אֲזַמְּרָה לֵאלֹקי בְּעוֹדִי, א לעבן פון קירבת אלקים און פון קענען דאנקן און לויבן דעם באשעפער פארן אים האלטן ריין און ערליך.

וַיַּרְא חיים חייקל אֶת הָאוֹר כִּי טוֹב, ער האט געזעהן ווי זיס און לעכטיג ס'איז, האט ער אפגעמאכט אז ער וועט אריינלייגן אלע זיינע כוחות דערין צו ארבעטן צו בלייבן הייליג, און אצינד האט ער עס טאקע מיטגעטיילט מיט אונז זאגענדיג: וְאַתֵּנָה יְדַעְתֶּן כִּי בְּכָל כֹּחִי עָבַדְתִּי אנצוקעמען ביז אהער - צו מיין 30'סטע טאג.

יעצט, אין דיין היינטיגן גרויסן טאג ווען דו רופסט אויס "כֵּן אֲבָרֶכְךָ בְחַיָּי בְּשִׁמְךָ אֶשָּׂא כַפָּי", זאלסטו זוכה זיין צו כִּי בָרֵךְ אֲבָרֶכְךָ, און צו אלע גוטע השפעות. און די זעלבע צייט טוסטו אבער אויך געדענקן אז לוּלֵי אֱלֹקי אָבִי אֱלֹקי אַבְרָהָם וּפַחַד יִצְחָק הָיָה לִי כִּי עַתָּה רֵיקָם שִׁלַּחְתָּנִי, אז ווען נישט די הילף פונעם גרויסן באשעפער וואלסטו אנגעקומען אהער ליידיג פון די 30 שיינע לעכטיגע ריינע טעג!
איך בין נישט קיין פוסק, און נישט קיין מכריע. ווען איך שרייב עפעס איז עס בדרך כלל נאר מיטגעטיילט מיין ערפארונג און איך בין קיינעם נישט מחייב אנצונעמען מיין מיינונג, אויב מ'וויל קען מען עס פרובירן און זען צו ס'ארבעט, און איך האב נאכאלץ דער פולסטער רעספעקט און כבוד צו א צווייטנ'ס מיינונג אפי' עס איז אנדערש אדער מחולק מיט מיין מיינונג.
לעצט פארראכטן: י"ט אלול התשע"ט 11:45 דורך אחכה לו.

ענטפער: חיים חייקל'ס בריוו י"ט אלול התשע"ט 12:04 #259911

  • אין שום יאוש
  • איצטיגע שטרעקע: 250 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 420
  • האט שוין געלייקט: 848 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 817 מאל
  • קאָרמא: 12

חיים חייקל איך רילעיט זייער שטארק צו דיינע ווערטער 

אעל געדענק מיר זיצן די ערשטע צוויי וואכן אין ליינען די טרעדס פון די חשובע חברים אין איך האב געוויינט שעות ארוכות איך האב מיר געטראפן מיין פעין מיין דורכגאנג אין יא ס'איז דא אידן וואס סטראגלען די זעלבע ווי מיר אין זיי קומען אן צו ריקאבערי 

איך לויב אין דאנק דעם אייבירשטן אז ער האט מיר צוגעשיקט צו די סייט אין אז ער האט מיר צוגעשיקט מיין מציל די אלטע אחראי נטע נ"י וואס האט מיר געגעבן שעות ארוכות פון זיינע טעג אין ער איז געווען די שליח איך זאל זיין ווי איך האלט יעצט ב"ה 

מיין לעבן האט זיך געטוישט מקצה אל קצה 

אלעס מיט גאט ב"ה וואס ער האלט מיר סויבער שוין די זיבן חדשים אין זיבן טעג אין איך בעט אים ברחמים ער זאל מיר געבן נאך א ריינע טאג 

אש"י סעקסהאליק 218 1/2 טעג סויבער

ענטפער: חיים חייקל'ס בריוו י"ט אלול התשע"ט 16:24 #259929

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 147 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 1161
  • האט שוין געלייקט: 2242 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2025 מאל
  • קאָרמא: 27
WOW WOW WOW
האט ער זיך צולאזט!!! גוט געשריבן, פיין געשריבן.
many more to come בעז"ה.
שכח

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

ענטפער: חיים חייקל'ס בריוו י"ט אלול התשע"ט 23:25 #259955

  • טשולענט
  • איצטיגע שטרעקע: 46 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 63
  • האט שוין געלייקט: 158 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 64 מאל
  • קאָרמא: 3

יו.. ביים לעצטן פאראגראף איז מיין ווייב פלוצלונג אריין געקומען אין געפרעגט פארוואס איך וויין 
ווייל איך האב ניטאמאל געשפירט ווי מיינע אויגן ווערן באנעצט

איך קום אהער צו פייטן מיין אדיקשאן און קוים וואס איך בין דא 4 טעג ... האב איך שוין א פרישן אדיקשאן... ס'רופט זיך הדא

ענטפער: חיים חייקל'ס בריוו כ' אלול התשע"ט 10:07 #259963

  • חיים חייקל
  • איצטיגע שטרעקע: 54 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 47
  • האט שוין געלייקט: 154 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 112 מאל
  • קאָרמא: 3

שכוח פאר יעדן פארן מיך באדאנקן, שכוח אחכה פאר די שיינע גמטריאות, שכוח אין שום יאוש פאר דיינע חיזוק ווערטער, שכוח אוז"ע, שכוח טשולענט. סגעט מיר אסאך חיזוק ווייטער אנצוגיין.

לעשות נחת רוח להבורא יתברך שמו

זיך צו לאזן היילן איז טאקע שווער. אבער צו בלייבן קראנק איז נאך שווערער

  • בלאט:
  • 1
צייט צו מאכן א בלאט: 0.74 סעקונדעס

Are you sure?

יא