ברוכים הבאים, גאסט

טעמע: מען דראפעט זיך אויף גראדע ווענט 4645 באזוכער

ענטפער: מען דראפעט זיך אויף גראדע ווענט כ"א חשון התש"פ 17:12 #261840

  • דראפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 286 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 157
  • האט שוין געלייקט: 106 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 605 מאל
  • קאָרמא: 28

יישר כח פאר אלע ראגירער, עס האט געדויערט לאנג צו טייפן (איבער צוויי שעה), סצאלט זיך אויס ווען מענטשן האבן הנאה..

איך בין אליין טראומאטייזד איבערגייענדיג מיין געשיכטע, כלעב עס נאכאמאל דורך.


עטליכע קאמישע קרישקעלעך וואס שווימט מיר ארויף אין זכרון.

כדערמאן זיך די האפענונג און די תפילות (יא, תפילות) אז קיינער זאל מיך נישט זען קויפן די מאגאזינען.... די מקום קבוע פון די מאגאזינען זענען געווען אונטערן העמד, זיך אזוי אנגעהאלטן אינעם פאסיק...

מיט יעדע מאגאזין, האב איך מיט געקויפט א פלאש וואסער פאר כסות עינים, אויב איינער זעט מיך ארויסקומען פונעם געשעפט... א פלאש וואס איז קיינמאל נישט געעפנט געווארן.....

ווען אויגן (איי'ס) האבן אנגעהויבן ווערן פאפולער פלעג איך האבן גרויס צער, און אנהויב האס איך נישט געקויפט אין געשעפטן וואס האבן געהאט אויגן....

מאגאזינען איז אלץ געקויפט געווארן מיט קעש...

איך געדענק ווי איך האב זיך באנוצט מיט נדרים, שבועות, וכדו' איך האב אבער אלץ געטראפן א וועג ארויס... אמאל וועגן כל נדרי... און אמאל עפעס אנדערש....

אין מיין תקופה איז געווען איינער וואס פלעגט פירקלען און אלע שול ביה"ס'ס "ליינט נישט קיין שמוציגע מאגאזינען, עס פאברענט די נשמה, פארקויפט נישט די נשמה צום שטן", איך פלעג אלץ פילן אז יענער רעדט צו מיר....

די לעכער אין די ישיבה ביהכ"ס ווענט..... לעצטנס געזען אזעלכע לעכער און א ישיבה, כווייס גענוי אויף וואס מנוצט עס...

דאס פטור ווערן פון די מאגאזינען איז געווען א עבודה פאר זיך.... אריין ווארפן אומבאמערקט אין א גאס גארבידזש.... ארויסנעמען, ווארפן ערגעץ אנדערשט.....

האלטן די סקרינס קליין אין די קיאסקען, סזאל זיך נישט צופיל ארויסשטעקן די חזיריי.....

תיקון הכללי...

עניוועי, לאמיר האפן אז דאס איז היסטאריע......








ה' נגדך כל תאותי, ואנחתי ממך לא נסתרה.

לעצט פארראכטן: כ"א חשון התש"פ 17:13 דורך דראפעט.

ענטפער: מען דראפעט זיך אויף גראדע ווענט כ"א חשון התש"פ 23:08 #261884

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 13 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1609
  • האט שוין געלייקט: 3695 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2934 מאל
  • קאָרמא: 55

איך בין געפרוירן...........
איך האב מיך נישט משתתף געווען ביי די 90 טעג פייערונג-מסיבה (ווייל ס'איז נישט געווען קיין קאמעדי) אבער איך האב מיך געשאפט א רעקארדינג פון דראפעט'ס דרשה, און איך בין געפרוירן.........
ס'איז אביסל repetitious זיך אויסצודריקן "איך בין שפראכלאז", איך וואלט ווען געוואלט זאגן א צווייטע פראז במקום, אבער איך האב נישט! איך בין שפראכלאז!
איי איי דראפעט, דראפע ווייטער...........

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

ענטפער: מען דראפעט זיך אויף גראדע ווענט כ"א חשון התש"פ 23:57 #261886

  • דראפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 286 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 157
  • האט שוין געלייקט: 106 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 605 מאל
  • קאָרמא: 28

אוזע, באקום שנעל צוריק דיין שפראך, מדארף מיר דיך דא האבן.

היינט ציילט מען בעזר ה' 

היום יום ראשון, די ערשטע טאג נאך די ניינציג טעג בעדל, די ערשטע רואיגע טאג.

די ניינציג טעג איז געווען טשעלענדזש טעג, טעג פון עליה, זיך הייבן, אצינד איז די ערשטע טאג פון די ימי עמידה, די געווענליכע טעג, (עכ"פ אזוי, נישט ערגער, האף איך גייט אויסקוקן א רעגולער טאג ביי מיר) פון די איבעריגע חלק פון מיין לעבן.

היום יום ראשון לימי עמידה.

ה' נגדך כל תאותי, ואנחתי ממך לא נסתרה.

לעצט פארראכטן: כ"א חשון התש"פ 23:58 דורך דראפעט.

ענטפער: מען דראפעט זיך אויף גראדע ווענט כ"ב חשון התש"פ 09:13 #261897

  • דראפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 286 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 157
  • האט שוין געלייקט: 106 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 605 מאל
  • קאָרמא: 28
די היינטיגע טאג איז ביי מיר א צייט פון התבוננות.

כבין ב"ה אריבער ניינציג טאג, ניינציג ריינע טעג.

אבער, עס שטעלט זיך די הארבע פראגע, גייען די ניינציג טאג עפעס העלפן אויפן היינטיגן טאג ? אדער די 64'סטע טאג איז די זעלבע ווי היינט.

וואס וועט מיר העלפן דער ניינציגער פעקל.

דער ענטפער: איך ווייס נאך נישט.

איין זאך וואס כקען שוין לע"ע זאגן, דער ניינציגער באגאזש זאגט מיר "גלייב אין דיר".

אמאל, תיכף ווען סהאט מיך געכאפט א לאסט, אפילו א קליינטשיגע, האב איך שוין געוואוסט ביי עקספיריענס ווי אזוי דאס גייט זיך ענדיגן.

איך וועל ארום לויפן אפאר טעג, זוכן שמוץ, אריינרעקארדירן אין מיין מח כל'ערליי חולערע חזיריי, און ווען סוועט גרייכן דער קלימאקס, וועט מען מקיים זיין דעם הוצאה מלאכה גרוע היא.

איך וועל אייך פארציילן א אינטערסאנטע טוויסט וואס איך פלעג אמאל האבן.

אמאל אמאל ווען איך פלעג אנהייבן לאסטן, פלעג איך טראכטן אז סאיז ענדערשט כזאל ווי פריער זיך לאזן מוציא זיין, ווייל כוועל דאך ממילא ענדיגן מיטן רייבן דעם מרור, נו, פארוואס זאל איך זיך אפאר טאג אנקוקן מיט אלע גארבידזש, סתם אריין לייגן נאך טינופת אין מיין זכרון ?

איך פלעג זאגן א לשם יחוד.... הייליגער באשעפער, איך ווייס אז איך האב נישט געהעריג קיין בחירה אדער גאר א שוואכע בחירה אויף דעם נושא, איך ווייס ביי מיין היסטאריע אז איך בין געשלאגן מיט רתיחת הדמים, מיין רתיחה ווערט נישט איינגעשטילט ביז מ'שחט'ט נישט דערויף אומשולדיגע קינדער רח"ל, גענוי ווי ביי נבוזראדן הרשע, נו, איך וויל נישט האבן עקסטערע איסורים, עינוי הדין, מיכמר בשרא, אנפילן מיין מח נאך גאלאנען פון עיפוש, כבין תיכף גומר, און פטור אן עסק, און מנעמט זיך פון פריש.

איך האב באמת קיינמאל נישט געהאט קיין טראסט אין מיר, און דאס איז געווארן א חלק פונעם פראבלעם.

די ניינציג טעג האט מיר געגעבן קאנפידענס, סכאפט א לאסטל, מטרייבט דאס אין די רגע ארויס, און מפראקטיצירט מוח שליט על הלב (אן אנדערס מאל מער באריכות די נקודה), און דער לאסטל גייט אויס ווי א ליכט.

דאס אליין, אז "עס איז בכלל נישט מוכרח אז איך וועל גומר זיין" , דאס אליין גיט מיר חיזוק אנצוהייבן צו פייטן, און די ניינציג טעג זענען אויף דעם עדות.

גיימער מאכן א קי טשען פון א 90'ר, ווען סכאפט ח"ו א לאסטלע, וועל מיר פראבירן מיט דעם זיך מחזק זיין,

"איך קען זיכער געווינען, און איך גיי געווינען" מיטן אויבערשטנס הילף.

ה' נגדך כל תאותי, ואנחתי ממך לא נסתרה.

ענטפער: מען דראפעט זיך אויף גראדע ווענט כ"ב חשון התש"פ 09:27 #261898

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 213 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 949
  • האט שוין געלייקט: 824 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל
  • קאָרמא: 47

וואס זאל איך דיר זאגן, איך גלייך שטארק דיין פעדער, ער איז זייער א גוטע פעדער, קיפ אן! 

די אינהאלט איז גראדע א זאך וואס ארבייט נישט ביי מיר, אבער אויב עס ארבייט ביי דיר יא, קיפ איט אן, גיי ווייטער מיט א שטארקייט!

איך האב צו שטארק הנאה געהאט פון דיין פענע אז איך געב דיר א לייק דערפאר.

ענטפער: מען דראפעט זיך אויף גראדע ווענט כ"ב חשון התש"פ 12:19 #261906

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 452 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1065
  • האט שוין געלייקט: 810 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2063 מאל
  • קאָרמא: 46

איך וועל בלויז מסביר זיין דאס וואס איך פארשטיי אז משה'לע האט געמיינט מיטן שרייבן די ווערטער:



די אינהאלט איז גראדע א זאך וואס ארבייט נישט ביי מיר, אבער אויב עס ארבייט ביי דיר יא, קיפ איט אן, גיי ווייטער מיט א שטארקייט!


ווי איך פארשטיי האט ער געמיינט דאס פאלגענדע, א זאך וואס האט מיך אויך אביסל געעפענט גרעסער די אויגן עס איבערצוליינען. און ס'איז יתכן אז דאס איז געליגן צווישן די שורות, נאר ס'איז נישט געווארן אזוי קלאר ארויסגעברענגט.

ואפרש שיחתי, ס'קען צומאל האבן א פארקערטע השפעה דאס אז א מענטש זאל תולה זיין "סוקסעס" במעשה ידיו, נאכדערצו ביי די ענינים, ווייל דאס קען אריינברענגען אינעם מח א געוויסע רואיגקייט אז "איך בין שוין אקעי..." און ס'קען אוועקנעמען די אוועירניס פונעם מענטש מיט דער מחשבה פון שלום עלי נפשי.... און דארט קען זיך זייער גרינג געבן א כאפ אריין א פלוצלינוג'דיגער גליטש... פשוט ווייל דער מח איז שוין נישט פריפערט אז עפעס קען דא געשעהן, און ער איז נישט גרייט דערפאר.

איז לאמיר זען וויאזוי יא. צוויי דוגמאות:

אנשטאט'ס:



איין זאך וואס כקען שוין לע"ע זאגן, דער ניינציגער באגאזש זאגט מיר "גלייב אין דיר".


טראכט: דער ניינציגער באגאזש זאגט מיר, אז דער באשעפער האט מיר געגעבן די כוחות הנפש בייצושטיין מיינע נסיונות, און איך גלייב דערין מיטן גאנצן הארץ, אז מיט זיין גרויסן הילף וועל איך בעז"ה מצליח זיין.

אנשטאט'ס:

"איך קען זיכער געווינען, און איך גיי געווינען" מיטן אויבערשטנס הילף.


טראכט: מיטן באשעפער'ס הילף קען איך זיכער געווינען, און איך בעט ביים באשעפער ער זאל מיר שטיין צו דער האנט אז איך זאל טאקע געווינען, ווייל איך אליינס קען גארנישט.

אבער נאכאמאל קלאר אזוי ווי משה'לע האט ערווענט: דו זאלסט ווייטער טון דאס וואס דו שפירסט אז ס'ארבעט ביי דיר, און דער באשפער זאל דיר שיקן ווייטער הצלחה אויף דיין רייזע.

ענטפער: מען דראפעט זיך אויף גראדע ווענט כ"ב חשון התש"פ 12:43 #261907

  • דראפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 286 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 157
  • האט שוין געלייקט: 106 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 605 מאל
  • קאָרמא: 28
איך ווייס דען צו ביי מיר ארבעט עס יא ? סאיז נאר א געדאנק, נאך א טול. און הכל ריוח, קודם זאלסטע האבן נאך וואס צו ליינען....

די שטערקסטע זאך וואס האט געארבעט ביי מיר זענען מיינע קינדער, כבין נאנט געווארן מיט זיי, זיך אריינגעלייגט אין זייערע שיך, כרעד אפט מיט מלמדים, טיטשערס, כלערן מיט זיי, לע"ע איז דאס געווען מיין מאסט פאוערפול טול.

ווי פארשטענדליך אסאך תפילות, און התבוננות.

יעזור ה' להלאה.

אחכה טיייערער:

די איידיע איז אז איך שיהיה, נישט יעדע לאסט מוז זיך ענדיגן מיטן באפרייען זרע, דאס איז א מעידזשער טשענדזש אין מיין ביז יעצטיגע געדאנקן גאנג.

דאס אז דער אייבישטער קען מיר העלפן אז סזאל אזוי זיין, דאס איז די חידוש פון די ניינציג טעג, עכ"פ ביי מיר.

ה' נגדך כל תאותי, ואנחתי ממך לא נסתרה.

לעצט פארראכטן: כ"ב חשון התש"פ 12:44 דורך דראפעט.

ענטפער: מען דראפעט זיך אויף גראדע ווענט כ"ב חשון התש"פ 12:47 #261908

  • יוסי
  • איצטיגע שטרעקע: 41 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 76
  • האט שוין געלייקט: 45 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 205 מאל
  • קאָרמא: 8
איך זע אז איך האב פארפאסט די מעמוד סעודת הודעה לרגל "יכולתו לשמור א"ע תשעים ימים", ווי כ''ק אדמו''ר הגה''ק מ'דראפעט שליט''א האט משמיע געווען דא''ח.

 שריים האב איך טאקע נישט געכאפט ליידער, (איך בין געבליבן הינגעריג) אבער די דברות קודש איז דעווען מורא'דיג, איך בין ארויס מלא ודגש מיט חיזק און התעוררת.

און מען מוז זאגט ער האט א שפראך... ממש איינס אין די וועלט, און לאמיר האפן אז ער וועט ממשך זיין און שרייבן ביתר שאת וביתר עוז.און מיר וועלן ווינטשן א הארציגע ברכות מז''ט פאר די רבי שליט''א אז ער זאל קענען אנגיין מיט זיין עבודת הקודש און בלייבן הייליג און ריין, ביז ער וועט פירן קעגען משיח צדקינו בב''א.
זייט פריילעך אז מען קען טון די רצון פונעם בורא עולם!

אשרינו מה טוב חלקינו
לעצט פארראכטן: כ"ב חשון התש"פ 12:52 דורך יוסי.

ענטפער: מען דראפעט זיך אויף גראדע ווענט כ"ב חשון התש"פ 12:49 #261909

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 452 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1065
  • האט שוין געלייקט: 810 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2063 מאל
  • קאָרמא: 46
דראפעט געשריבן on כ"ב חשון התש"פ 12:43:
אחכה טיייערער:

די איידיע איז אז איך שיהיה, נישט יעדע לאסט מוז זיך ענדיגן מיטן באפרייען זרע, דאס איז א מעידזשער טשענדזש אין מיין ביז יעצטיגע געדאנקן גאנג.


יא, ס'איז זייער ריכטיג, איך האב מיר אין מיין ערשטע תקופה אריינגענומען אין מח אביסל אן אנדערע אבער ענליכע מעסעדזש: אז "מעסטעבעישן איז נישט קיין שום פראבלעם סאלווער...", היות איך פלעג עס נוצן יעדעס מאל וואס איך האב מיך געטראפן פארפלאנטערט מיט סיי וואס אין לעבן... איי האט עס דען געהאלפן...??? ניין, ס'האט נאר ערגער געמאכט....! אויב אזוי פארוואס האסט עס געטון....???? נא... די תירוץ דא ווייסט יעדער אליינס.....

לעצט פארראכטן: כ"ב חשון התש"פ 12:50 דורך אחכה לו.

ענטפער: מען דראפעט זיך אויף גראדע ווענט כ"ב חשון התש"פ 12:54 #261910

  • holychaim
  • איצטיגע שטרעקע: 1265 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 398
  • האט שוין געלייקט: 458 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1038 מאל
  • קאָרמא: 13
דראפעט געשריבן on כ"ב חשון התש"פ 09:13:
די היינטיגע טאג איז ביי מיר א צייט פון התבוננות.

כבין ב"ה אריבער ניינציג טאג, ניינציג ריינע טעג.

אבער, עס שטעלט זיך די הארבע פראגע, גייען די ניינציג טאג עפעס העלפן אויפן היינטיגן טאג ? אדער די 64'סטע טאג איז די זעלבע ווי היינט.

וואס וועט מיר העלפן דער ניינציגער פעקל.

דער ענטפער: איך ווייס נאך נישט.

איין זאך וואס כקען שוין לע"ע זאגן, דער ניינציגער באגאזש זאגט מיר "גלייב אין דיר".

אמאל, תיכף ווען סהאט מיך געכאפט א לאסט, אפילו א קליינטשיגע, האב איך שוין געוואוסט ביי עקספיריענס ווי אזוי דאס גייט זיך ענדיגן.

איך וועל ארום לויפן אפאר טעג, זוכן שמוץ, אריינרעקארדירן אין מיין מח כל'ערליי חולערע חזיריי, און ווען סוועט גרייכן דער קלימאקס, וועט מען מקיים זיין דעם הוצאה מלאכה גרוע היא.

איך וועל אייך פארציילן א אינטערסאנטע טוויסט וואס איך פלעג אמאל האבן.

אמאל אמאל ווען איך פלעג אנהייבן לאסטן, פלעג איך טראכטן אז סאיז ענדערשט כזאל ווי פריער זיך לאזן מוציא זיין, ווייל כוועל דאך ממילא ענדיגן מיטן רייבן דעם מרור, נו, פארוואס זאל איך זיך אפאר טאג אנקוקן מיט אלע גארבידזש, סתם אריין לייגן נאך טינופת אין מיין זכרון ?

איך פלעג זאגן א לשם יחוד.... הייליגער באשעפער, איך ווייס אז איך האב נישט געהעריג קיין בחירה אדער גאר א שוואכע בחירה אויף דעם נושא, איך ווייס ביי מיין היסטאריע אז איך בין געשלאגן מיט רתיחת הדמים, מיין רתיחה ווערט נישט איינגעשטילט ביז מ'שחט'ט נישט דערויף אומשולדיגע קינדער רח"ל, גענוי ווי ביי נבוזראדן הרשע, נו, איך וויל נישט האבן עקסטערע איסורים, עינוי הדין, מיכמר בשרא, אנפילן מיין מח נאך גאלאנען פון עיפוש, כבין תיכף גומר, און פטור אן עסק, און מנעמט זיך פון פריש.

איך האב באמת קיינמאל נישט געהאט קיין טראסט אין מיר, און דאס איז געווארן א חלק פונעם פראבלעם.

די ניינציג טעג האט מיר געגעבן קאנפידענס, סכאפט א לאסטל, מטרייבט דאס אין די רגע ארויס, און מפראקטיצירט מוח שליט על הלב (אן אנדערס מאל מער באריכות די נקודה), און דער לאסטל גייט אויס ווי א ליכט.

דאס אליין, אז "עס איז בכלל נישט מוכרח אז איך וועל גומר זיין" , דאס אליין גיט מיר חיזוק אנצוהייבן צו פייטן, און די ניינציג טעג זענען אויף דעם עדות.

גיימער מאכן א קי טשען פון א 90'ר, ווען סכאפט ח"ו א לאסטלע, וועל מיר פראבירן מיט דעם זיך מחזק זיין,

"איך קען זיכער געווינען, און איך גיי געווינען" מיטן אויבערשטנס הילף.

אפשר א רמז 
וראיתם אותו וזכרתם, ולא תתורו די ר״ת פין ציצית איז 90

ענטפער: מען דראפעט זיך אויף גראדע ווענט כ"ג חשון התש"פ 11:20 #261976

  • דראפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 286 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 157
  • האט שוין געלייקט: 106 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 605 מאל
  • קאָרמא: 28

הייליגער באשעפער, גוט מארגן.

העלף מיר אז די היינטיגע טאג זאל איך דורכשפרייזן מיט ריינע געדאנקן, און מיט הרחבת הדעת.

העלף אלע הייליגע אידן דא, די ווילן, און די וואס ווילן וועלן, זאלן האבן די שטארקייט זיך מתגבר צו זיין.

ה' נגדך כל תאותי, ואנחתי ממך לא נסתרה.

ענטפער: מען דראפעט זיך אויף גראדע ווענט כ"ג חשון התש"פ 19:11 #262007

  • יונגערמאן
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מיט א ברען צום אייבערשטען
  • מעלדונגען: 267
  • האט שוין געלייקט: 549 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 671 מאל
  • קאָרמא: 18

ווען מען קוקט אין די אלטע טרעדס זעט מען אז אמאל איז דא געווען א רב רבי גאב"ד ראש הקהל ועוד. איך האב אמאל געטראכט אפשר איז כדאי פאר די יונגע דור אויך אזוי ממשיך זיין, דערוועגן טו איך אויסשרייען בקול גדול מיר האבן אויך א רבי יחי אדונינו

ולכן, אל יפול לב האדם עליו, ואל ירע לבבו מאוד,
גם אם יהיה כן "כל ימיו" במלחמה זו
כי אולי לכך נברא וזאת עבודתו
(תניא קדישא פרק כ"ז)

ענטפער: מען דראפעט זיך אויף גראדע ווענט כ"ג חשון התש"פ 19:18 #262009

  • יש בורא עולם
  • איצטיגע שטרעקע: 258 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 281
  • האט שוין געלייקט: 330 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 711 מאל
  • קאָרמא: 26

יא מיר האבן דא א גאנצע קהילה 
צדיקים 
רביס
גבאים
משב"ק 
אדמנטארטער
אלטע חסידים
נייע חסידים new comers
א שמש
שיינע אווין אן יודן 
ראש הקהל 
ראשי קהילה 
וואס די ווילסט נאר 
מיר האבן אפ' צוויי חסידות מיט די זעלבע נאמען די הד"א און gye

איין זאךהאבן מיר נישט קיין מתנגדים מיט מחלוקת דא

 ווייל יעדער איז דא מיט איין ציל זיך ציהעלפון און העלפון אנדרע "לקדש שם שמים"

לעצט פארראכטן: כ"ג חשון התש"פ 19:20 דורך יש בורא עולם.

ענטפער: מען דראפעט זיך אויף גראדע ווענט כ"ג חשון התש"פ 19:25 #262010

  • יחיאל
  • איצטיגע שטרעקע: 13 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • זוך שטארקען
  • מעלדונגען: 1091
  • האט שוין געלייקט: 5820 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 949 מאל
  • קאָרמא: 19
יש בורא עולם געשריבן on כ"ג חשון התש"פ 19:18:

יא מיר האבן דא א גאנצע קהילה 
צדיקים 
רביס
גבאים
משב"ק 
אדמנטארטער
אלטע חסידים
נייע חסידים new comers
א שמש
שיינע אווין אן יודן 
ראש הקהל 
ראשי קהילה 
וואס די ווילסט נאר 
מיר האבן אפ' צוויי חסידות מיט די זעלבע נאמען די הד"א און gye

איין זאךהאבן מיר נישט קיין מתנגדים מיט מחלוקת דא

 ווייל יעדער איז דא מיט איין ציל זיך ציהעלפון און העלפון אנדרע "לקדש שם שמים"


אינז האבן אויכעט בנשק'ס

זוך שטארקען און נאכאמאל זוך שטארקען בוז מען וועט ווערן 
א גיבור  [הכובש את יצרו]

ענטפער: מען דראפעט זיך אויף גראדע ווענט כ"ג חשון התש"פ 19:27 #262011

  • חיים חייקל
  • איצטיגע שטרעקע: 31 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 143
  • האט שוין געלייקט: 829 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 354 מאל
  • קאָרמא: 15
יש בורא עולם געשריבן on כ"ג חשון התש"פ 19:18:

יא מיר האבן דא א גאנצע קהילה 
צדיקים 
רביס
גבאים
משב"ק 
אדמנטארטער
אלטע חסידים
נייע חסידים new comers
א שמש
שיינע אווין אן יודן 
ראש הקהל 
ראשי קהילה 
וואס די ווילסט נאר 
מיר האבן אפ' צוויי חסידות מיט די זעלבע נאמען די הד"א און gye

איין זאךהאבן מיר נישט קיין מתנגדים מיט מחלוקת דא

 ווייל יעדער איז דא מיט איין ציל זיך ציהעלפון און העלפון אנדרע "לקדש שם שמים"


איין זאך האסטו פארגעסן

א ריקן עטרה....!
(משה'לע גלייכט זייער שטארק א ריקן עטרה) 

לעשות נחת רוח להבורא יתברך שמו

זיך צו לאזן היילן איז טאקע שווער. אבער צו בלייבן קראנק איז נאך שווערער

ענטפער: מען דראפעט זיך אויף גראדע ווענט כ"ג חשון התש"פ 19:29 #262012

  • יחיאל
  • איצטיגע שטרעקע: 13 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • זוך שטארקען
  • מעלדונגען: 1091
  • האט שוין געלייקט: 5820 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 949 מאל
  • קאָרמא: 19
חיים חייקל געשריבן on כ"ג חשון התש"פ 19:27:

יש בורא עולם געשריבן on כ"ג חשון התש"פ 19:18:

יא מיר האבן דא א גאנצע קהילה 
צדיקים 
רביס
גבאים
משב"ק 
אדמנטארטער
אלטע חסידים
נייע חסידים new comers
א שמש
שיינע אווין אן יודן 
ראש הקהל 
ראשי קהילה 
וואס די ווילסט נאר 
מיר האבן אפ' צוויי חסידות מיט די זעלבע נאמען די הד"א און gye

איין זאךהאבן מיר נישט קיין מתנגדים מיט מחלוקת דא

 ווייל יעדער איז דא מיט איין ציל זיך ציהעלפון און העלפון אנדרע "לקדש שם שמים"


איין זאך האסטו פארגעסן

א ריקן עטרה....!
(משה'לע גלייכט זייער שטארק א ריקן עטרה) 


יא  יא דאס האב איך געממינט מיט א בנש''ק

זוך שטארקען און נאכאמאל זוך שטארקען בוז מען וועט ווערן 
א גיבור  [הכובש את יצרו]

לעצט פארראכטן: כ"ג חשון התש"פ 19:29 דורך יחיאל.

ענטפער: מען דראפעט זיך אויף גראדע ווענט כ"ג חשון התש"פ 19:37 #262014

  • יש בורא עולם
  • איצטיגע שטרעקע: 258 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 281
  • האט שוין געלייקט: 330 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 711 מאל
  • קאָרמא: 26

איך מיין אז די פרעקסט די קשיא דארסטו זיך נאך טרעפון מיט לייוו מיט אסאך חבירם

עס איז דא דעס אויך

ענטפער: מען דראפעט זיך אויף גראדע ווענט כ"ג חשון התש"פ 19:47 #262015

  • יחיאל
  • איצטיגע שטרעקע: 13 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • זוך שטארקען
  • מעלדונגען: 1091
  • האט שוין געלייקט: 5820 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 949 מאל
  • קאָרמא: 19
יש בורא עולם געשריבן on כ"ג חשון התש"פ 19:37:

איך מיין אז די פרעקסט די קשיא דארסטו זיך נאך טרעפון מיט לייוו מיט אסאך חבירם

עס איז דא דעס אויך


איך ווייס איך דארף זוך נישט טרעפן מיט חברים
אין קען זוך טרעפן מיט מיר אליין ..לאל.

זוך שטארקען און נאכאמאל זוך שטארקען בוז מען וועט ווערן 
א גיבור  [הכובש את יצרו]

ענטפער: מען דראפעט זיך אויף גראדע ווענט כ"ג חשון התש"פ 20:38 #262018

  • דראפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 286 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 157
  • האט שוין געלייקט: 106 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 605 מאל
  • קאָרמא: 28

קטע מדברות קודש של כ"ק אדמו"ר מדראפעט שליט"א אצל מעמד ההכתרה.

(נעתק אות באות מהטעיפ, אביסל קלאר, 12 מינוט, נכתב באידיש כדי מזאל קענען פארשטיין דעם טעיפ.

להדור הצעיר: טעיפ בימים ההם היה המצאה שיכולים להקליט קול, ויכולים לחזור ולשמעו אפילו עשרה פעמים, והכל ממש כמו פעם הראשון.)

....און אז מרעדט שוין, אמרתי אשיחה וירווח לי.

דער שדכן רופט מיך פריער אן, כהאב א פיינעם שידוך פאר דיין מיידל.

וואלט ער עס אנגעטראגן פאר א פיר חדשים צוריק, וואלט איך עס גענומען אין באטראכט, איז דאך אלעס מן השמים, רופט ער הערשט פריער, זאג איך אים, שדכן לעבן, איר האט פארשפעטיגט מיט א טאג.

געוואלד שרייט ער, דיין טאכטער איז א כלה ? כהאב גארנישט געהערט ?! מיט וועמען ?

ניין זאג איך אים, מיין טאכטער איז נישט קיין כלה, אבער עפעס האט פאסירט די לעצטע שעות, און איך קאן דעם שידוך נישט אויסהערן, ניטאמאל נעמען אין באטראכט.

וואס, פרעגט ער מיט נייגער.

הער זיך איין, בין איך אים מסביר, מהאט מיך געקרוינט פאר א אדמו"ר, און איך הער נאר אויס רבי'ש.

וואסערע חסידות, פרעגט ער.

זאג איך אים די הייליגע קהלה הדא, יא, אזוי ווי די הערסט, מיין רעבעצין האט מיר שוין ארויף געצויגן דעם רעקל פון ביידע זייטן, אנגהאנגען מיט סעיפטי פינס, אז די טאשן זאלן שטיין שיעף, ביז די עכטע שיפע קאלירטע בעקישע קומט אן, און איך גיי דערווייל מיט איין גאנצע שיך, ביז די צוויי האלבע שיך קומען אן.

מורי ורבותי, לא לכבודי עשיתי, ולא לכבוד בית אבא, כי הנני מן הבורחים מן הכבוד, איני רוצה לעבוד את ה' בכבדות, אך מה אעשה כי הכבוד רודף אחרי, וינהגהו בכבדות, כבד לב פרעה, כי אני הכבדתי את לבו, ותכבד העבודה, ביז מהאט זיך דערזעהן אויפן וואנט פון כבוד.

...... חסר כאן

(מארבעט אויפן במשך ההעתקה, מי שרוצה להשתתף בההוצאות, יכול לפנות אל המערכת)










ה' נגדך כל תאותי, ואנחתי ממך לא נסתרה.

לעצט פארראכטן: כ"ג חשון התש"פ 20:45 דורך דראפעט.

ענטפער: מען דראפעט זיך אויף גראדע ווענט כ"ג חשון התש"פ 23:50 #262025

  • אשרי זקנותינו
  • איצטיגע שטרעקע: 1 טאג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 210
  • האט שוין געלייקט: 442 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 329 מאל
  • קאָרמא: 6

דראפעט איז מלא פרישקייט עס קאסט מיר א לאך 

ענטפער: מען דראפעט זיך אויף גראדע ווענט כ"ד חשון התש"פ 01:13 #262034

  • יש בורא עולם
  • איצטיגע שטרעקע: 258 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 281
  • האט שוין געלייקט: 330 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 711 מאל
  • קאָרמא: 26

יא פריש א מחי מען מעג אמאל געבן א לאך
אבער איך גדענק נאך ווען ער האט געזאגט די דרשה איך האב מיך באהאלטן אינטער די פרוכת צי קענען גיט הערן און לעבן מיר איז גווען די ריזיגע שווארצע באקס (טעיפ ריקארדער)

ענטפער: מען דראפעט זיך אויף גראדע ווענט כ"ד חשון התש"פ 02:56 #262040

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 452 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1065
  • האט שוין געלייקט: 810 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2063 מאל
  • קאָרמא: 46

דראפעט, דראפעט, דו ביסט צוקער צו מיין קאווע..... מלא חן וטעם!

דו קענסט זיך טאקע וועהלן ביי שידוכים..... דו שטייסט אויף גאר א הויכע לעוועל.....

ענטפער: מען דראפעט זיך אויף גראדע ווענט כ"ד חשון התש"פ 08:34 #262058

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 13 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1609
  • האט שוין געלייקט: 3695 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2934 מאל
  • קאָרמא: 55

האהא
וואס דא גייט אלס נישט פאר.............
דראפעט דו ביסט פריש, האלט עס אן.

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

ענטפער: מען דראפעט זיך אויף גראדע ווענט כ"ד חשון התש"פ 12:47 #262075

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 213 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 949
  • האט שוין געלייקט: 824 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל
  • קאָרמא: 47

סע'נייעס!!!!! מיר האבן א פרישע רוקן עטרה!!!!!!!!!

היות אין אונזער ביהמ''ד איז דא מער רוקן עטרה'ס ווי נישט, מאכן מיר די מזרח וואנט בלויז פאר די וואס גייען נישט מיט א רוקן עטרה, אלס איבעריג'ס קענען זיצן ביי די ברכת כהנים אדער פון אונטן, אזוי איז דא פלאץ פאר יעדן איינעם.

אה, בלויז סארקאסטיש, זעצט אייך וואו איר ווילט, אבער פארגעס נישט אנצוטוהן די רוקן עטרה!

ענטפער: מען דראפעט זיך אויף גראדע ווענט כ"ד חשון התש"פ 16:02 #262089

  • דראפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 286 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 157
  • האט שוין געלייקט: 106 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 605 מאל
  • קאָרמא: 28

פרסום ראשון, קטע נדיר !!!
(C) כל הזכיות שמורות למכון דראפעט, אסור להקליט לצלם לאכפל במאגר לטפר למעלף ולשזס בלי רשות מהמכון בכתב.

פאריגע וואך ביים ארויסשלעפן די שלש סעודה בילקעלע פון טאש האב איך געשפירט ווי עפעס שלעפט זיך מיט, און ניין, עס איז נישט געווען די געווענליכע  אויסגענוצטע טישוס, עס איז געווען מער אזא הארטערע פאפיר, היבש פארגעילט, צוקנייטשט, און אפגעוועטשט, נאכן פארזיכטיג עפענען דעם פאפיר, האב איך געטראפן א גאר היסטארישע זאך, נעמליך א שטיקל דרשה פון די מעמד ההכתרה פון כ"ק אדמו"ר שליט"א וואס איז נאכנישט געווען מפורסם ביז יעצט.

..... הא, אהא, (שומעין בכיות נוראות) זאל דער ציבור וויסן, איך בין אלעמאל געווען א גרויסע רבי, נישט מורא געהאט פאר קיינעם, ניטאמאל פארן רבוש"ע, אותות ומופתים על אדמת בני ח"ם, אלס געהאט א ווייטע בליק... געזען זאכן וואס אנדערע זעען נישט... מהאט געקענט זען אפענע זאכן.... רח"ל.

היינט שטיי איך דא פאר אייך, מיט א געבויגענעם רוקן (מיט א עטרה) בבחינת הקב"ה גוזר - וצדיק מקיים, איך נעם זיך פאר צו זיין אינטערגעווארפן אינטערן רבוש"ע, איך וויל טון נאר וואס ער וויל, און זיין דבוק אין אים.... 

איך וועל בעטן, יעדער ווייסט דאך, די צד שכנגד, מזאל נישט האבן מיט זיין קיין מגע ומשא מטוב ועד רעה, כברויך נישט צו זאגן טון מעשים אשר לא יעשו, מיט די צייט, זיי וועלן זען אז מיר איגנארירן זיי, וועלן זיי זיך אפטשעפען פון אונז....... 

ע"כ ההעתקה

ה' נגדך כל תאותי, ואנחתי ממך לא נסתרה.

ענטפער: מען דראפעט זיך אויף גראדע ווענט כ"ה חשון התש"פ 20:56 #262094

  • דראפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 286 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 157
  • האט שוין געלייקט: 106 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 605 מאל
  • קאָרמא: 28

א גוטע וואך

איך האב נישט בדעה צו רעדן מיט מיין רעבעצין בנוגע מיין 30 יעריגע פראבלעם.

דעם שבת איז אויסגעקומען צו רעדן וועגן די ענינים, זי איז נעבעך אזוי תמימות'דיג, ערליך, אז בלויז איר מסביר זיין אזא פראבלעם וואלט גענומען עטליכע שעה, אפגערעדט פון איר פארציילן אז איר צדיק איז פון די אויבנאן זיצערס פון די געליטענע.

ה' נגדך כל תאותי, ואנחתי ממך לא נסתרה.

ענטפער: מען דראפעט זיך אויף גראדע ווענט כ"ה חשון התש"פ 22:52 #262098

  • יש בורא עולם
  • איצטיגע שטרעקע: 258 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 281
  • האט שוין געלייקט: 330 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 711 מאל
  • קאָרמא: 26

יא הייליגער רבי אדמו"ר מדראפט שליט"א

סתם צי רעדן מיט זיי קען נאר שאדן אויב זי ווייסט פון גארנישט 
אבער געווענטליך קענען פרויען שפירן אז עפעס גייט פאר

די געסט מיר אסאך חיזוק אז אפ' נאך 30יאר קען מען ווערן געהאלפון

ענטפער: מען דראפעט זיך אויף גראדע ווענט כ"ה חשון התש"פ 23:27 #262099

  • דראפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 286 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 157
  • האט שוין געלייקט: 106 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 605 מאל
  • קאָרמא: 28

איך האף אז איך בין געהאלפן, איך פראביר צו האלטן ריין מיין מח.

איין זאך, איך בין ממש דיפרעסט אז כהאב אזויפיל יארן א דורך געלאזט אין מיסט, און נישט געטון די ריכטיגע שריט, כהאב אבער נישט געוואוסט אז סאיז דא הילף.


ה' נגדך כל תאותי, ואנחתי ממך לא נסתרה.

ענטפער: מען דראפעט זיך אויף גראדע ווענט כ"ה חשון התש"פ 23:46 #262102

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 213 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 949
  • האט שוין געלייקט: 824 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל
  • קאָרמא: 47
דראפעט געשריבן on כ"ה חשון התש"פ 20:56:

א גוטע וואך

איך האב נישט בדעה צו רעדן מיט מיין רעבעצין בנוגע מיין 30 יעריגע פראבלעם.

דעם שבת איז אויסגעקומען צו רעדן וועגן די ענינים, זי איז נעבעך אזוי תמימות'דיג, ערליך, אז בלויז איר מסביר זיין אזא פראבלעם וואלט גענומען עטליכע שעה, אפגערעדט פון איר פארציילן אז איר צדיק איז פון די אויבנאן זיצערס פון די געליטענע.


שלא תמות כדרך שמת פלוני, געב אכט וואס דו טוהסט, עס קען מיינען פייער! עס איז נישט שוגער קראש!!!

ענטפער: מען דראפעט זיך אויף גראדע ווענט כ"ה חשון התש"פ 23:56 #262103

  • יש בורא עולם
  • איצטיגע שטרעקע: 258 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 281
  • האט שוין געלייקט: 330 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 711 מאל
  • קאָרמא: 26

יא רבי אז איר זענט דא דעמאלס זענט איר שוין געהאלפן געווארן 
עכ"פ אוין די ריכטיגע וועג אנגעהויבן צי גיין אויף די גוטע וועג 

מען דערציילט אז אמאל זענען געגאנגן צוויי אלטע יודן א חסיד אין א מתנגד בודק זיין די תפילין ביים סופר און דער סופר האט געזאגט פאר זיי ביידע אז 70 יאר האט איר געלייגט פסול'ע תפילין 

דער מתנגד האט אנגעהויבן צי קלאגן אין וויינען אויף וואס עס איז געווען ביז יעצט אזי פיל יארן געוואלד עס איז געווען ממש תשעה באב
אבער דער חסיד האט געטאנצען פרייליך ווי פורים נאכמיטג און געדאנקט דעם בורא אז גאט האט אים געהאלפון אז ער איז געגאנגען בודק זיין זיינע תפילין איז ער געוואיר געווארן אז עס איז פסול און פון  יעצט  אוועט ער ער קעען לייגן כשרע תפילן 
למעש די געפיל איז זייער שלעכט אויף ביז יעצט אבער לאמיר כאפן א טענצל אז פין יעצט און ווייטער וועל מיר מיט גאט'ס הילף האבן ריינע טעג 

ענטפער: מען דראפעט זיך אויף גראדע ווענט כ"ו חשון התש"פ 16:30 #262122

  • יונגערמאן
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מיט א ברען צום אייבערשטען
  • מעלדונגען: 267
  • האט שוין געלייקט: 549 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 671 מאל
  • קאָרמא: 18

מיט א יראת הכבוד כלפי פניו מאירים מגדולי צדיקי דורינו שליט"א ה"ה כ"ק האדמו"ר הק' מדראפעט שליט"א טוען מיר אויסדרוקן אונזער גרויס שמחה אז די רבי איזס געווען נעתר לבקשיתנו מעומקר הלב ובדמעות שליש און איז שוכן גודל כבוד מלכותו בתוכינו אזוי אז מיר זענען כסדר זוכה צו די גאר גרויסע גילוים וואס ווערן נתגלה
אשרינו מה טוב חלקינו

נ.ב. עס איז גארנישט קיין ווערטל מיר אלע מזענען מוראדיג פריילעך צו האבן אזא צדיק ווי דער דראפעט!

ולכן, אל יפול לב האדם עליו, ואל ירע לבבו מאוד,
גם אם יהיה כן "כל ימיו" במלחמה זו
כי אולי לכך נברא וזאת עבודתו
(תניא קדישא פרק כ"ז)

ענטפער: מען דראפעט זיך אויף גראדע ווענט כ"ז חשון התש"פ 11:12 #262157

  • פּרובירט
  • איצטיגע שטרעקע: 432 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 761
  • האט שוין געלייקט: 1782 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 984 מאל
  • קאָרמא: 20

מזל טוב להכתרת רבנו שליטא
וואס עט זיין מיט די אנדערע זאכן וואס א קהילה דארף  
גבאים 
שמשים
שוואצאנים
ראש הקהל
חסידים
וכו...
איך פארלאנג געהעריגע וואלן
מען זאל לויפן פאר די פאזיציע
דער עולם עט גיין וואוטען 
רוסלאנד זאל זיך נישט אריין מישן 
און שוין

סאיז נישט דא קיין נעכטען,  סאיז נישט דא קיין  מארגען,
סאיז נאר דא א ביסעלע יעצט, וואז'שע  דארף מען זארגען,
https://drive.google.com/file/d/1kbjaMu9xqZlt14NUut00rZl4v8_MDp7d/preview

ענטפער: מען דראפעט זיך אויף גראדע ווענט כ"ז חשון התש"פ 12:57 #262161

  • kosher
  • איצטיגע שטרעקע: 413 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 462
  • האט שוין געלייקט: 489 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 741 מאל
  • קאָרמא: 2

דאס איז איינע פין די שטארקע זאכן אז נישט וויל קיינער איז נישט יעצט דא מיז איך אטאמאטיש דאס טאן 

ווי מער מען צווינגט זיך אויף אזאלכע זאכן ווערט עס גרינגער אז נישט אלעמאל ווען די ווייב גייט אוועק מיינט ,,,,,

ענטפער: מען דראפעט זיך אויף גראדע ווענט כ"ז חשון התש"פ 14:42 #262173

  • דראפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 286 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 157
  • האט שוין געלייקט: 106 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 605 מאל
  • קאָרמא: 28

[... אין אמת'ן אריין, ביי פריערדיגע צדיקים זעט מען אזא בחינה אז זיי זענען געווען בהסתר, און צוליב עפעס א קליינע חטא (כאילו) איז נגזר געווארן אויף זיי אז זיי זאלן נתגלה ווערן.

לענינינו, איך ברעך מיר קאפ, וואסערע חטא איך האב געטון אז סזאל זיך מיר קומען אז איך זאל אנהייבן צו פראווען רעביסטעווע.

דאס איז דאך אזוי קעגן מיין נאטור, איך וואלט אזוי געוואלט בלייבן באיתכסיא, דינען דעם אייבירשטן אין מיין ווינקל, איך פארנעם נישט דעם פלוצלינגדיגן אנלויף, אזא באלאגאן.

איך קלער צוריק, איך זע נישט וועלכע חטא האט דאס געקענט גורם זיין.

דאס האט מיר פארשאפט א גיוואלדיגע עגמת נפש, אפשר האב איך עפעס א חטא וואס איך ווייס גאר נישט ?!! אדער איך געדענק גארנישט ? סשטייט דאך כי אדם אין צדיק בארץ אשר יעשה טוב ולא יחטא, יעדער האט עפעס, וואס ליגט אויף מיר ?!!

ביז כהאב זיך דערמאנט א מעשה.

אין ישיבה ביי אונז, אזוי ווי אין אלע ישיבות, זענען די (טייל) בחורים נישט געווען צופרידן פון זיך, און האבן אנגעדרייט א מצב אז די קאך איז נישט כשר גענוג, מגיט נישט גענוג אכט פון בשר בחלב וכדו', טייל פלג גופא'ס האבן אנגעהויבן מיט הונגערסטרייקס, טייל האבן געקויפט, און טייל האבן זיך נישט וויסענדיג געמאכט.

דראפעט, איז געווען א טייערע וואוילע בחור, ער איז נישט געווען פון די רודערעס.

איין ליל שישי רופט אים זיין חבר, מגיימער מאכן אליין טשולענט.

בקיצור, יענער האט איינגבראכן אין קאך, ארויסגע'לקח'ט די צוגעהערן, און אנגעהויבן מיט א קאך צו מאכן די הייליגע טשולענט.

דראפעט איז אבער געווען א וואוילע בחור, און האט נישט געוואלט גארנישט טון קיין טראבל.

איך טראכט יעצט, אז אפשר צוליב דעם חטא, פון נישט האבן מסירות נפש פאר אזא הייליגע טשולענט, אפשר צוליב דעם  איז נגזר געווארן אז דראפעט זאל מוזן נתגלה ווערן.]



ה' נגדך כל תאותי, ואנחתי ממך לא נסתרה.

לעצט פארראכטן: כ"ז חשון התש"פ 15:19 דורך דראפעט.

ענטפער: מען דראפעט זיך אויף גראדע ווענט כ"ז חשון התש"פ 14:44 #262174

  • חיים חייקל
  • איצטיגע שטרעקע: 31 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 143
  • האט שוין געלייקט: 829 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 354 מאל
  • קאָרמא: 15
 דראפעט דו קומסט אריין בעסער און בעסער

לעשות נחת רוח להבורא יתברך שמו

זיך צו לאזן היילן איז טאקע שווער. אבער צו בלייבן קראנק איז נאך שווערער

ענטפער: מען דראפעט זיך אויף גראדע ווענט כ"ז חשון התש"פ 21:28 #262197

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 13 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1609
  • האט שוין געלייקט: 3695 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2934 מאל
  • קאָרמא: 55

לאל
איך מיין אבער אז מיט די טשולענט וואס "טשולנט" האט היינט צוגעשטעלט לכבוד זיין 30'סטע טאג קען מען מתקן זיין די חטא פונעם טשולענט הדעת.

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

ענטפער: מען דראפעט זיך אויף גראדע ווענט כ"ט חשון התש"פ 02:08 #262271

  • friend
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • כי ימינך פשוטה לקבל שבים
  • מעלדונגען: 1166
  • האט שוין געלייקט: 368 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1175 מאל
  • קאָרמא: 13
kosher געשריבן on כ"ז חשון התש"פ 12:57:

דאס איז איינע פין די שטארקע זאכן אז נישט וויל קיינער איז נישט יעצט דא מיז איך אטאמאטיש דאס טאן 

ווי מער מען צווינגט זיך אויף אזאלכע זאכן ווערט עס גרינגער אז נישט אלעמאל ווען די ווייב גייט אוועק מיינט ,,,,,


פארשטיי נישט

מען דארף זיין גוט צו יעדעם אבער נישט מיט יעדעם

ענטפער: מען דראפעט זיך אויף גראדע ווענט כ"ט חשון התש"פ 23:07 #262325

  • דראפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 286 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 157
  • האט שוין געלייקט: 106 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 605 מאל
  • קאָרמא: 28

אמאל איז געווען א מעשה...

א טאטע האט געהאט א שיינע רויטע עפל, און דער אינגעלע האט געוואלט זייער האבן דאס עפל...

האט ער שנעל געמאכט די ברכה בורא פרי העץ, און דער טאטע האט אים געמוזט געבן דאס עפעלע...

סזעלבע זאך דא אויך... דראפעט האט שוין אפגעשריבן זיין 100 טאג סעלעברעישן פאוסט, כלייג עס שוין ארויף, טראץ וואס כבין נאר 99, ווייל אזוי וועל איך שוין מוזן זיין ריין מארגן.... ווייל אז נישט וועט דאך די 100 פאוסט זיין א חוזק...

"ומאה מכם רבבה ירדופו"

היינט, צייכנט דער הייליגער באשעפער אפ, ביים דראפעטער רבי'ן זאל ווערן געזונט, 100 ריינע טעג. - געלויבט זיין ליבן נאמען.

פון מיינע בערך 30 אומריינע יאר, וואס דאס קומט אויס א צירקע פון בערך 10,000 טעג, האב איך איצט אין מיין זאפאס 100 ריינע טעג, אויף אט די הונדערט ריינע טעג קוק איך ארויס, אז דאס זאל זיין די התחלה מתקן צו זיין די רבבה אומריינע.

שטעלט זיך די קשיא, ווי אזוי גייען די הונדערט ריינע טעג מתקן זיין די אלע נישט גוטע.

א ודאי וועט נאך קומען א הויפן מיט ריינע יארן, מיט גאט ב"ה'ס הילף, און די אומריינע וועלן וועלן ווערן בטל חד בתרי, און אפילו חד בשלש, אבער אין פסוק זעט מען אז מאה מכם רבבה ירדופו, טמאים ביד טהורים ורבים ביד מעטים, אז טהור'ע קעגן טמא'נע איז א מיעוט גענוג, ברויך מען ברודער צו פארשטיין, ווי אזוי ארבעט דאס.

אחיי וריעי, אגלה לכם מה שנתגלה לי בחלום היום, בבחינת סוד ה' ליריאיו, בשעה ששאר בני אדם טרודים במלאכתם, והוא רחום יכפר וכו'.

עס שטייט לעתיד לבא וועט מען שחט'ן דעם ייצר הרע.

צדיקים נדמה להם כהר, ורשעים כחוט השערה אלו ואלו בוכים וכו', וצ"ב למה לצדיקים נדמה כהר, ולמה כרשעים כחוט.

והנראה אז 100 טעג איז זייער אסאך, א דבר השלם, אבער....

איך געדענק ב"ה זייער גוט !

...אז די 100 ריינע טעג האבן זיך אנגעהויבן מיט א איינצעלנע ריינע טאג, און די איינע ריינע טאג האט זיך אנגעהויבן מיט איין ריינע מינוט ! ווי אויך,

...אז גענדיגט די 100 טעג האט איין טאג, און דעם טאג איז נשלם געווארן מיט איין מינוט !

...אז במשך די 100 ריינע טעג בין איך אפאר מאל אויסגעשטאנען צו פארלירן דעם הערליכען נייעם הונדערטער, צוליב איין שוואכע מינוט !

יא, די איינצעלנע מינוטן מאכן אויס.

די 100 ריינע טעג איז נאר דורך א קאמבימאציע פון 15M ריינע מינוטן, יעדע סעקונדע ליגט אינעם חשבון.

מיט א טיפערע בליק, מיינע דרייסיג אומריינע יאר, וויפיל מינוטן פון דעם האב איך דען געזינדיגט, הנאה געהאט ? אויך בלויז מינוטן.

אלס בחור פלעגן די ירידות גיין שנעל, פונעם זיך אנרייצן ביזן גומר זיין האט נישט לאנג געדויערט, אפילו שפעטער, אלע הנאות זענען געווען קורצע.

ע"כ ביי די אומריינע טעג, קען מען נאר רעכענען די מינוטן פון זינד, די מינוטן וואס מהאט פארדארבן,

ווייטער די ריינע טעג, זענען לאנג, יעדע סעקונעדע פון די ריינע טעג, ווערט גערעכנט, יעדע סעקונדע וואלט איך געקענט פאלן, יעדע סעקונדע איז א בחינה פון ישב ולא עבר עבירה, יעדע סעקונדע איז געווען שווער, יעדע סעקונדע איז גאלד, יעדע סעקונדע איז באשאפן געווארן א מלאך מליץ.

ממילא ווען משיח וועט קומען, וועלן די צדיקים זען דעם הר, דער ייצר הרע פון יעדע סעקונדע, מיליאנען ייצר הרע'ס, וואס האבן זיך פארלייגט.

ווייטער די רשעים, כחוט השערה, מקוקט דאך נאר אויף די עצם עבירות, די הנאות פון די פאר סעקונדעס, וויפיל ייצר הרע איז עס דען ?

ע"כ, האפט מען אז די ריינע טעג, די 15M ריינע מינוטן, די 15M מליצי יושר, זאלן ממליץ זיין, און העלפן אויף להבא, מזאל קענען בלייבן ריין.

און .... ווען משיח וועט קומען זאל ער ווייזן מיט די פינגער אט די אידן האבן מקרב געווען די גאולה, און נישט חלילה פארקערט.

ביי די געלעגנהייט וויל איך זיך באדאנקן פאר מערכת הד"א.

קיין שום פאכמאן קען נישט מייצר זיין א כלי, א בילד, נאר אויב מען גיט אים א פלאץ, א מקום ווי אויסצופאקן זיינע כלים, און ארבעטן מיט ישוב הדעת.

קיין שום מלחמה קען מען נישט פירן אויב מהאט נישט קיין פלאץ, קיין באזעס.

אונזער מלחמה וואלט מען אויך נישט געקענט פירן, ווען נישט מיר האבן א פלאץ, א באזע, די הייליגע סייט הד"א, ווי מיר קענען זיך אריענטירן, און פלאנען אפענסיוועס, און שוץ מיטלען.

יישר כח הד"א.

און פאר די מתחילים א ווארט.

איך בין נישט בעסער פון אייך, מסתם געווען ערגער, אבער זייט וויסן, אויף עכ"פ 100 ריינע טעג בין איך עדות אז ווי טיף מליגט אין שמוץ, קען מען האבן לכה"פ 100 ריינע טעג, האפענטליך וועל איך אייך קענען מעיד זיין אויף 200, 300, 2000 און אזוי ווייטער.

חזקו ואמצו.




ה' נגדך כל תאותי, ואנחתי ממך לא נסתרה.

ענטפער: מען דראפעט זיך אויף גראדע ווענט ל' חשון התש"פ 00:18 #262327

  • יש בורא עולם
  • איצטיגע שטרעקע: 258 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 281
  • האט שוין געלייקט: 330 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 711 מאל
  • קאָרמא: 26

הייליגער רבי זאל זיין געזנט זיין און אינז פירן אקעגן משיח צדקנו 

איך מיין אז מיט 100 טעג קען איך שוין זיין ראוינג זיין אז איך קען געבן א קוויטל פארן רבין 
אז א  יוד ציברעכט זיך פאר גאט אליין ריין פאר אים אליין

שטייט פון ר' אלימילך פון ליזענסק אז ברעכן א שלעכטע מידה איז מער ווי לערנען גאנץ ש"ס 

מיט 100 טעג הטסטו זעכער א גרויסע כח און הימל זיי מתפלל פאר מיר און די גאנצע קהילה אז מיר זאלן אויך קענען בקרוב פייערן די 100 טעג

ענטפער: מען דראפעט זיך אויף גראדע ווענט ל' חשון התש"פ 01:02 #262331

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 13 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1609
  • האט שוין געלייקט: 3695 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2934 מאל
  • קאָרמא: 55

שטארקע ווערטער, אלעס ווענדט זיך נאר אין איין איינצעלנע מינוט!
שכח דראפעט, בזכותך בין איך זיך מקבל יעצט צו בלייבן ריין פאר איין מינוט!

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

צייט צו מאכן א בלאט: 2.90 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא