ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1

טעמע: בין איך עכט קראנק אדער נישט? 82 באזוכער

בין איך עכט קראנק אדער נישט? ח' תשרי התש"פ 18:28 #260240

  • פראביר נאכאמאל
  • איצטיגע שטרעקע: 71 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 25
  • האט שוין געלייקט: 23 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 96 מאל
  • קאָרמא: 5
איין מינוט,  בין איך טאקע קראנק? קען מען לייגן א צעטעלע ביים ברעטל מיך צו אינזין האבן ביי רפאינו? קען מיך א דאקטער דייעגנאזען מיט די מחלה? ווען האבן איך עס באקומען? איז עס גינעטיג? איז די קראנקייט פיזיש צו גייסטיש?


ווער זאגט איך בין קראנק? אפשר איז דאס ווייל פין אלץ קליין קינד האבן איך נישט באקומען קיין ווארומקייט פין מיינע עלטערן, מיינע רבי'ס האבן מיר אויכט נישט צוגעגבן קיין אהבה, מיין ווייב געט מיר אויכט נישט וואס איך דארף, איז דאס האט מיר געצויגן צו מעסטעבעשן אין סקס,

אין אפילו איך ווייס אז דאס איז א שרעקליכע עבירה וואס העלף נישט קיין תשובה, אבער עבר ושנה נעשה לו כהיתר, אין די יצר הרע לאט מיך נישט אפ, ער פראבירט מיט אלע כוחות מיך אריין צו כאפן אין זיין נעץ, 

אבער ווען זאל ווען האבן די ריכטיגע רצון אין שטארקייט צו זאגן גענוג איז גענוג, אין בעטן די באשעפער ער זאל מיר איין מאל פאר אלעמאל אוועק נעמען די שרעקליכע יצר הרע וואס שטייט אז ס'וועט ברענען בעיקבותא דמשיחא, דעמאלץ וועט קומען די ישועה אין בלייבן ריין.


אפשר קען איך נישט אויפהערן וויבאלט איך האב א העכערע נשמה וואס די יצר פארלייגט זיך אסאך שטערקער ווי די תמימות'דיגע אינגערמאן שלא טעם טעם חטא?


אפשר ריפט מען עס אן א קראנקייט פשוט מיך צו מחזק זיין אז איך זאל נישט ווערן צובראכן, אין האבן א שטערקערע רצון צו אויפהערן? 

אלע ספרים זענען פארנומען מיט די חטא הידוע, דאס הייסט אז יעדע 'נארמאלע' מענטש האט די תעוה, איינער מער אין איינער ווייניגער, איז אויב אזוי פארוואס פארקויפט מען מיר אז ס'איז א קראנקייט? זענען אלע גוים קראנק? 


בעזר השם ווען כ'וועל האבן צייט וועל איך ווייטער שרייבן, אבער לאמיר הערן וואס די עולם האלט, בינעך 'עכט' קראנק צו נישט?

ענטפער: בין איך עכט קראנק אדער נישט? ח' תשרי התש"פ 18:51 #260241

  • יחיאל
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • זוך שטארקען
  • מעלדונגען: 471
  • האט שוין געלייקט: 1606 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 403 מאל
  • קאָרמא: 7

שקויעך . אסאך פון די קשיא'ס דרייען זוך ביי מיר אין מוח . אין איך גלייב אז פאר נאך חברים דא .אין לאמיר האפן אז עס וועט העלפן
שמייכל הק' יחיאל ביי ביי

זוך שטארקען און נאכאמאל זוך שטארקען בוז מען וועט ווערן 
א גיבור  [הכובש את יצרו]

לעצט פארראכטן: ח' תשרי התש"פ 18:51 דורך יחיאל.

ענטפער: בין איך עכט קראנק אדער נישט? ח' תשרי התש"פ 22:51 #260255

  • אין שום יאוש
  • איצטיגע שטרעקע: 250 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 420
  • האט שוין געלייקט: 848 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 817 מאל
  • קאָרמא: 12
פראביר נאכאמאל געשריבן on ח' תשרי התש"פ 18:28:
איין מינוט,  בין איך טאקע קראנק? קען מען לייגן א צעטעלע ביים ברעטל מיך צו אינזין האבן ביי רפאינו? קען מיך א דאקטער דייעגנאזען מיט די מחלה? ווען האבן איך עס באקומען? איז עס גינעטיג? איז די קראנקייט פיזיש צו גייסטיש?

יא עס איז סיי א פיזישע אין סיי א גייסטישע קראנקייט

ווער זאגט איך בין קראנק? אפשר איז דאס ווייל פין אלץ קליין קינד האבן איך נישט באקומען קיין ווארומקייט פין מיינע עלטערן, מיינע רבי'ס האבן מיר אויכט נישט צוגעגבן קיין אהבה, מיין ווייב געט מיר אויכט נישט וואס איך דארף, איז דאס האט מיר געצויגן צו מעסטעבעשן אין סקס,

ווער זאגט טאקע אז נישט די וועג וואס די ביסט געווארן אויפגעצויגן איז נישט די גורם.... אבער א סתירה צו זיין קראנק איז עס נישט

אין אפילו איך ווייס אז דאס איז א שרעקליכע עבירה וואס העלף נישט קיין תשובה, אבער עבר ושנה נעשה לו כהיתר, אין די יצר הרע לאט מיך נישט אפ, ער פראבירט מיט אלע כוחות מיך אריין צו כאפן אין זיין נעץ, 

אבער ווען זאל ווען האבן די ריכטיגע רצון אין שטארקייט צו זאגן גענוג איז גענוג, אין בעטן די באשעפער ער זאל מיר איין מאל פאר אלעמאל אוועק נעמען די שרעקליכע יצר הרע וואס שטייט אז ס'וועט ברענען בעיקבותא דמשיחא, דעמאלץ וועט קומען די ישועה אין בלייבן ריין.

זאג מיר האסטו נאכנישט זייער זייער ערליך אין אמת'דיג געוויינט אין געבעטן די באשעפער??.... איך האב יא.... אין איך טו עס היינט ווייטער ס'איז נאר דא א חילוק אין די דרך פון די תפילה.... אמאל פלעג איך בעטן העלף מיר אז "איך" זאל מיר קענען איינהאלטן... היינט בעט איך איך בין מיר נישט איינהאלטן אין "די" האלט מיר סויבער

אפשר קען איך נישט אויפהערן וויבאלט איך האב א העכערע נשמה וואס די יצר פארלייגט זיך אסאך שטערקער ווי די תמימות'דיגע אינגערמאן שלא טעם טעם חטא?

?

אפשר ריפט מען עס אן א קראנקייט פשוט מיך צו מחזק זיין אז איך זאל נישט ווערן צובראכן, אין האבן א שטערקערע רצון צו אויפהערן? 

ביסטו שוין דורך דיין מעשה אין געזעהן אז באמת ביסטו יא א געזינטע מענטש?

אלע ספרים זענען פארנומען מיט די חטא הידוע, דאס הייסט אז יעדע 'נארמאלע' מענטש האט די תעוה, איינער מער אין איינער ווייניגער, איז אויב אזוי פארוואס פארקויפט מען מיר אז ס'איז א קראנקייט? זענען אלע גוים קראנק? 

יעדע מענטש האט א תאווה א עדדיקט (אויב די ביסט) איז עס אינגאנצן אויף א אנדערע אויפן ווי א נארמאלע מענטש ואכהמ"ל


בעזר השם ווען כ'וועל האבן צייט וועל איך ווייטער שרייבן, אבער לאמיר הערן וואס די עולם האלט, בינעך 'עכט' קראנק צו נישט?

קוק דיין סטעפ 1
  • בלאט:
  • 1
צייט צו מאכן א בלאט: 0.21 סעקונדעס

Are you sure?

יא