ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1
  • 2

טעמע: סוף זמן תפילה בשעה.......!!! 1870 באזוכער

סוף זמן תפילה בשעה.......!!! ב' חשון התש"פ 21:17 #260801

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 4 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 1473
  • האט שוין געלייקט: 3292 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2718 מאל
  • קאָרמא: 42

לייביש הייסט ער, א וואוילער יונגערמאן, נישט קיין ל"ו צדיק אבער אויך נישט קיין פויער, ווי ס'הייסט: עוורידזש.

צוויי יאר איז ער געזעסן אין כולל, ווען האלב פון די צייט האט ער געדרימלט אויף די שו"ע און די צווייטע האלב איז ער געשטאנען ביים סינק אפצואוואשן די צייכן וואס די דרימל האט איבערגעלאזט אויף זיין שטערן. עוורידזש.

אבער דא און דארט פלעגט ער טוהן נאך זאכן….

נעבעך, ער'ט זיך געמוטשעט מיט א געפערליכע רייץ צו לאסט! שוין אלס בחור פלעגט ער אסאך מוז"ל זיין, אבער אלס יונגערמאן ווען ער האט געהאט סך מער צייט איז עס געווען סך עפטער.

פארשטייט זיך אז מיט יעדע דורכפאל איז זיין רייץ געשטיגן, און אזוי האט ער איין טאג אנטדעקט א לאך אין די פילטער אין א געוויסע פריוואטע קיאסק געשעפט און דארט האט ער זיך גענומען שפענדן זיין טאג - מער ווייניגער.

דארט און דא האט אים געכאפט א טרייסל וויפיל צייט און געלט ער פארשווענדעט אויף דעם, אבער זיין רייץ איז געווען סך סך שטערקער.

ברוך ה', דער רבוש"ע האט אים געשאנקן א קינד, בשעטו"מ, יעצט איז די פאסיגע צייט וואס ער דארף זיך נישט שעמען זיך ארויסצויינען פון די כולל און זוכן א דזשאב.

ס'ווייב זיינע האט בכלל נישט פארשטאנען פארוואס איר חשוב'ע מאן וואס איז זיך אזוי מחי' אין כולל (עד כדי כך אז זיין אהיימקומען פארשלעפט זיך אפט ביז שפעט ווייל ער איז עוסק אין פלפול התורה) זאל אפילו טראכטן פון ארבעטן, אבער מיט גענוג פאלשע ווערטער האט ער איר אויך איבערגערעדט אבער ער'ט זיך נישט געטרויעט צו זוכן א פשוט'ע דזשאב, נאר דוקא עפעס וואס וועט פאסטן פאר אזא חשוב'ע אינגערמאן ווי (זיין ווייב האלט) אים.

נאך א שטיקל זוכעניש האט מען ב"ה געפונען א גרויסע צענטראלע בית המדרש מיט כסדר'דיגע מנינים וואס זוכן א פעהיגן אינגערמאן צו אנפירן די מנינים ביי שחרית.

לייביש האט זיך גלייך צוגעכאפט דערצו, אזוי הייבט ער אן נאר מיט א פארמיטאג דזשאב.

דעם ערשטן טאג שוין ווען לייביש האט באקומען פונעם שמש די שליסל פון די אפיס אין ביהמ"ד איז זיין ערשטע אויפפאסונג געווען די קאמפיוטערס, הלא, ער וועט האבן כסדר'דיגע עקסעס צו א קאמפיוטער!!! ער גייט האקן א לעבן און וואטשן פ.... יומם וליל!!!

נאכן זיין דארט א שטיק צייט האט ער געזעהן אז די זאך איז נישט אזוי פשוט, קודם כל, די פילטער איז זייער זייער שטרענג, דעיס האט ער זיך איבערצייגט ווען ער האט אויספרובירט אפאר לעכער וואס האבן געארבעט אין די עבר ביי אנדערע קאמפיוטערס. צווייטנס, די קאמפיוטער איז איינעמס, ווי נישט ווי האט ער געהאט א שטיקל פחד, אז ס'קען אנדעקט ווערן דורך א פארגעסענע דאונלאוד אדער אומפארמעקטע סוירטש היסטערי.

זיינע אויגן זענען אבער געווען אויף א לעפטאפ וואס איז אלס געלעגן אין א ווינקל אין אפיס און אויף די סקרין איז אייביג נאר געווען די זייגער און די זמנים פונעם היינטיגן טאג. דעם לעפטאפ פלעגט נאר שטיין צום באנוץ פון די אפיס איינגעשטעלטע צו וויסן די צייט און די זמנים, קיינמאל האט ער נישט באמערקט אז מ'זאל דעם לעפטאפ רוקן פון פלאץ אדער נוצן אויף עפעס אנדערש.

"פארוואס דארף מען א לעפטאפ פאר דעם?" האט ער זיך אלס געוואונדערט, "מ'קען נישט אויפהענגן א צעטל?".

זיין אייגענע מסקנא איז אבער געווען אז דער משמש וויל זיך מסתם שפארן די מיה אויפצוהענגען כסדר די צעטל פון יענע וואך\חודש, און די גרינגערע וועג איז צו האלטן אייביג א לעפטאפ אפן וואס טוישט די צייט אויטאמאטיש.

לייביש האט געציטערט צו נוצן די לעפטאפ אויפן פלאץ וואס ס'איז געלעגן, ס'איז געווען צו אפן. אוועקרוקן פון פלאץ וועט אויך אויסרופן פארדאכטן. האט ער געווארט אויף די פאסיגע געלעגנהייט.

און די געלעגנהייט איז אנגעקומען.

אין איין שיינעם טאג האט זיך פונקט געמאכט אז דער משמש און ראש הקהל (די צוויי הויפט-באנוצער פון דעם אפיס) האבן ביידע געהאט א ברית מחוץ לעיר, אפאר טאג פריער - ווען לייביש האט געהערט דערפון - האט ער געוואוסט אז דעיס איז זיין טאג! דעיס איז זיין געלעגנהייט צו כאפן א נאנטע בליק אויף דעם לעפטאפ.

די טאג איז אנגעקומען! גראדע איז עס געווען זייער א פארנומענע בין הזמנים טאג, די בית המדרש איז געווען געפאקט, און מנינים זענען געפארן איינס נאכן צווייטן, לייביש איז געווען ביזי ביז איבערן הוט, אבער פאר קיין רגע האט אים נישט געסטאפט ברענען די תאוה אז ער "מוז" נאך אויסטשעקן דעי לעפטאפ.

ארום 11 אזייגער האט לייביש באשלאסן אז ער מוז שוין גיין עס באקוקן, ער האט געוויסט אז ער לאזט איבער צושופטע שטיבלעך און א געפאקטע האלוועי אן קיינעם וואס זאל מסדר זיין די מצב, אבער וואס זאל ער טוהן? אז מ'מוז מוז מען.

ער האט שנעל (פאר לאגיק שלעפט אים צוריק) געדרייעט די שליסל אינעם משמש'נס אפיס און תיכף געכאפט דעם לעפטאפ און אריינגעלאפן אין די קליינע ביה"כ וואס איז געווען דארט אין אפיס.

געשיקטערהייט האט ער געעפנט גוגל, געסוירטשט פאר...... און…….. יאפ!!! דעי לעפטאפ האט נישט קיין פילטער!!! איידער ס'איז דורך א מינוט איז ער שוין געזעצן און זיך דערקוויקט מיט די שמוציגע ווידיאו וואס האט געטאנצן פאר זיינע אויגן.

אינאיינעם מיט דעם אבער האט ער געהערט האסטיגע קלאפערייען אויף די טיר פון די אפיס, ער האט געוואלט זיך מאכן אומוויסנדיג, און ער האט זיך טאקע געמאכט, אבער נאך א האלבע מינוט ווען ער האט געהערט ווי די אפיס טיר עפנט זיך שטורעמיש אויף און ער האט געהערט רופן "לייביש, לייביש" האט ער עס נישט געקענט אינארירן און רעאגירט מיט א "נאאאאא……"

"לייביש וואו ביסטו?" האט ער געהערט די מענעדזשער פון ביהמ"ד שרייען.

"נא…. נא…." האט ער געשריגן פון זיין זיץ אין ביה"כ.

יעצט זענען די קלאפערייען אריבער דירעקט צו די טוילעט טיהר "קום שוין ארויס" האט דער מענעדזשער היסטעריש געשריגען.

בלית ברירה האט ער צוגעהאקט די סקרין, זיך שנעל גרייט געמאכט און ארויסגעקומען מיט די פארקלאפטע לעפטאפ אין די הענט.

ער האט באגעגנט די מענעדזשערס שאקירטע אויגן, וואס האבן געוואנדערט פון די לעפטאפ צו זיין פנים און צוריק. "דו האסט יעצט גענוצט דעי לעפטאפ?" האט ער נאך אפאר סעקונדעס געפרעגט.

"י..א….." האט לייביש קוים ארויסגעשטאמעלט "וואס איז?". זיין הארץ האט פעסט געבאכעט, ער'ט געוואוסט אז עפעס גייט פאר דא, באיזה אופן איז אנדעקט געווארן אז ער טוט דא אפ מעשים אשר לא יעשו.

ער האט געזעהן אז די מענעדזשער קווענקלט זיך אויב ער זאל עפעס זאגן אדער נישט, ער איז געוען ביטער נייגעריג וואס אויף די וועלט דא האט פאסירט, האט ער איבערגעפרעגט "וואס איז געשעהן?"

די מענעדזשער באטראכט אים מיט א בליק פון רחמנות "הער מיך אויס, דו ווייסט וואס דעי לעפטאפ איז?" לייביש האט שוואך געשאקלט אויף ניין "אקעי" האט דער מענעדזשער וואלונטירט אים אויפצוקלערן "אינדרויסן אין די האלוועי איז דא א גרויסע סקרין וואס דארט שטייט די זייגער און די זמנים, יענע סקרין איז א פשוטע טויטע סקרין, ס'איז פשוט א גרעסערע סקרין פון אלעס וואס ווערט געזעהן אויף דעם לעפטאפ. וואס מ'זעהט אויף דעם לעפטאפ, דעיס זעהט מען אויף די גרויסע סקרין אין האלוועי!"

צו זאגן אז די דאך איז אויף אים צאמגעפאלן איז צו ווייניג געזאגט ארויסצוברענגען וואס לייביש האט אין יענע סעקונדע געפילט. א זייטיגע בליק אויף די סקרינס וואס ווייזן די סורוועילענס אין די האלוועי האט אים קלארגעשטעלט אז די האלל איז געפאקט מיט קופקעס וואס קוקן כסדר פון די גרויסע סקרין צו די טיהר פון אפיס און צוריק. די בושות זענען ריזיג……. גדול מנשוא……..

"יעצט, הער מיך אויס" הערט ער די מענעדזשער ווייטער רעדן "איך ווייס נישט אויב די משמש וועט דיך נאך וועלן האלטן ביי די דזשאב נאך וואס דו האסט היינט אנגעדרייעט דא, אבער דעיס איז זיכער אז אויף היינט דארפסטו צוריקגיין צו די ארבעט געהעריג" און מיט דעי ווערטער האט ער אים ארויסבאגלייט ביז נאכן טיהר און פארמאכט די טיהר אונטער אים.

און לייביש האט זיך געטראפן מיט פלאמעדיגע באקן צווישן אלע קופקעס וואס האבן דעבאטירט די געשעעניש ביז זיי האבן אים באמערקט, ווען זיי האבן אים באמערקט האט זיך א שטילקייט אראפגעלאזט אין האלוועי און די בליקן פון אלע קינדער, בחורים, אינגעלייט און בעלי בתים זענען געווען געריכטעט צו אים. אין זייערע אויגן האט זיך קלאר געזעהן די באשולדיגונג "הייסט עס אז דו ביסט דאס דער וואס האט געוואטשט א שמוציגע ווידיאו און לכבוד דעם האט יעדער וואס האט געוואלט זען דעם סוף זמן תפילה געזעהן …….!!!

דאכט זיך אז יעדע ווארט מסביר צו זיין די געפילן פון בושה וואס לייביש איז דורך אין יענע מינוטן, איז איבריג.......

אבא כהן ברדלא אמר אוי לנו מיום הדין אוי לנו מיום התוכחה בלעם חכם של העובדי כוכבים לא יכול לעמוד בתוכחתה של אתונו…….. יוסף קטנן של שבטים היה ולא היו יכולים לעמוד בתוכחתו ……. לכשיבא הקב"ה ויוכיח כל אחד ואחד לפי מה שהוא שנאמר אוכיחך ואערכה לעיניך על אחת כמה וכמה (בראשית רבה, צ"ג, י')

נ.ב. די מעשה איז קיינמאל נישט געשהען אויף אונזער עולם השפל, אבער איז א גוטע משל פון א טיפע בושה געפיל וואס א נברא קען נישט שטיין דערקעגן און פון דארט קען מען מאכן דעם "על אחת כמה וכמה".

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

לעצט פארראכטן: כ"ז חשון התש"פ 22:28 דורך GYE YIDDISH.

ענטפער: סוף זמן תפילה בשעה........!!! ב' חשון התש"פ 21:33 #260802

  • סאלדאט
  • איצטיגע שטרעקע: 38 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • I strive to become better
  • מעלדונגען: 76
  • האט שוין געלייקט: 295 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 121 מאל
  • קאָרמא: 6

דו האסט מיר ארויסגענומען די קישקעס… מורא׳דיגע מוסר השכל.

יישר כח!!!

לעצט פארראכטן: כ"ז חשון התש"פ 21:03 דורך GYE YIDDISH.

ענטפער: סוף זמן תפילה בשעה........!!! ב' חשון התש"פ 21:49 #260803

  • געטרייע יוד
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 103
  • האט שוין געלייקט: 31 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 164 מאל
  • קאָרמא: 1
Wow!!! Wow !!! זאפטיגע פעדער
לעצט פארראכטן: כ"ז חשון התש"פ 21:04 דורך GYE YIDDISH.

ענטפער: סוף זמן תפילה בשעה.......!!! ב' חשון התש"פ 22:54 #260810

  • דראפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 180 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 151
  • האט שוין געלייקט: 101 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 588 מאל
  • קאָרמא: 27

די באנדיט אוזע ווי קענסטו אזאנס טון צו לייבוש אפילו נאר אין א משל.....

מעכטיג

ה' נגדך כל תאותי, ואנחתי ממך לא נסתרה.

לעצט פארראכטן: כ"ז חשון התש"פ 21:05 דורך GYE YIDDISH.

ענטפער: סוף זמן תפילה בשעה.......!!! ב' חשון התש"פ 22:57 #260811

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 354 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 957
  • האט שוין געלייקט: 634 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1875 מאל
  • קאָרמא: 42

די נשמה איז מיר ממש ארויסגעפלויגן ליינענדיג וואס דער לייבוש איז דורך... די קעפל, מיט די מעשה.... שפראכלאז....... ב"ה אז ס'איז לא היה ולא נברא, אפגעאטעמט.... אבער פונקט גענוג חומר למחשבה פאר עפעס וואס וואלט געקענט און קען געשעהן היל"ת.

איך בין נישט קיין פוסק, און נישט קיין מכריע. ווען איך שרייב עפעס איז עס בדרך כלל נאר מיטגעטיילט מיין ערפארונג און איך בין קיינעם נישט מחייב אנצונעמען מיין מיינונג, אויב מ'וויל קען מען עס פרובירן און זען צו ס'ארבעט, און איך האב נאכאלץ דער פולסטער רעספעקט און כבוד צו א צווייטנ'ס מיינונג אפי' עס איז אנדערש אדער מחולק מיט מיין מיינונג.
לעצט פארראכטן: כ"ז חשון התש"פ 21:06 דורך GYE YIDDISH.

ענטפער: סוף זמן תפילה בשעה........!!! ב' חשון התש"פ 23:24 #260815

  • יש בורא עולם
  • איצטיגע שטרעקע: 161 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 276
  • האט שוין געלייקט: 305 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 698 מאל
  • קאָרמא: 22

איז דאס געווען א גיטע משל 
איך האב ממש געמיינט איך פלאץ פאר בושה פאר לייביש 
יא יא אזווי זעהען מיר עכט אויס

ich vil zan ehrlich גאט האט דיר באשערט מיט א גיטע פענע אין די האסט די זכיה צו טוען זיין רצון

יישר כח איך זייער הנאה צו ליינען דיינע פאס'ט

לעצט פארראכטן: כ"ז חשון התש"פ 21:06 דורך GYE YIDDISH.

ענטפער: סוף זמן תפילה בשעה........!!! ג' חשון התש"פ 08:56 #260823

  • כרעמזל
  • איצטיגע שטרעקע: 124 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • חזקו ואמצו!
  • מעלדונגען: 1416
  • האט שוין געלייקט: 891 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2622 מאל
  • קאָרמא: 53
דראפעט געשריבן on ב' חשון התש"פ 22:54:

די באנדיט אוזע ווי קענסטו אזאנס טון צו לייבוש אפילו נאר אין א משל.....

מעכטיג


WOW דער איז אייזענע נייעס ווי אזוי טאקע האסטו נישט רחמנות געהאט אויף לייבישן און אים אזוי צוזעצט?.....

עניוועי קיפ אן די האסט א פיינעם פעדער

נו איז דען א ווינדער אז...



ich vil zan ehrlich האט שוין2172 לייקס

אויב ווילסטו מיר דאנקען ⇔ דאן דאווען אז איך זאל זיך האלטן ריין
 ביטע האלט מיט די טעגליכע תהילים 
 ענטפער פרעג קאמענטיר און באדאנק זיך אויפן פארעם כדי עס צו האלטן אקטיוו 

לעצט פארראכטן: כ"ז חשון התש"פ 21:07 דורך GYE YIDDISH.

ענטפער: סוף זמן תפילה בשעה........!!! ג' חשון התש"פ 09:46 #260827

  • אין שום יאוש
  • איצטיגע שטרעקע: 379 טעג
  • OFFLINE
  • אדמיניסטראטאר
  • מעלדונגען: 510
  • האט שוין געלייקט: 942 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 995 מאל
  • קאָרמא: 21

אוז"ע איך ווער משיגע פאר דיין מעשה ס'איז מורא'דיג

לעצט פארראכטן: כ"ז חשון התש"פ 21:09 דורך GYE YIDDISH.

ענטפער: סוף זמן תפילה בשעה........!!! ג' חשון התש"פ 09:46 #260828

  • טשולענט
  • איצטיגע שטרעקע: 122 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 149
  • האט שוין געלייקט: 377 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 232 מאל
  • קאָרמא: 8
יושששש איך בין דראמאטאזירט 
שיק שוין אריבער א דאזען טעראפיסטן צי יענעם ביהמ"ד אין עמיצער זאל אבאכט געבן אויף לייבוש ער זאל נישט באגיין זעלבסטמארד
איך קום אהער צו פייטן מיין אדיקשאן און קוים וואס איך בין דא 4 טעג ... האב איך שוין א פרישן אדיקשאן... ס'רופט זיך הדא
לעצט פארראכטן: כ"ז חשון התש"פ 21:09 דורך GYE YIDDISH.

ענטפער: סוף זמן תפילה בשעה........!!! ג' חשון התש"פ 10:19 #260832

  • דראפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 180 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 151
  • האט שוין געלייקט: 101 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 588 מאל
  • קאָרמא: 27
טשולענט געשריבן on ג' חשון התש"פ 09:46:
יושששש איך בין דראמאטאזירט 
שיק שוין אריבער א דאזען טעראפיסטן צי יענעם ביהמ"ד אין עמיצער זאל אבאכט געבן אויף לייבוש ער זאל באגיין זעלבסטמארד

ייא, כהאב אויך געוואלט שרייבן אז מיר גייען בקרוב באקומען א טוץ נייע שרייבער פון יענע שול... ביז כאב זיך געכאפט אז סאיז נאר א משל.

אבער די אמת איז אז אזא מעשה פאסירט יא כסדר, און מענטשן ווערן געכאפט, איינער פרייוועט און איינער פאבליק, איך בין שוין איינמאל יארן צוריק געכאפט געווארן פרייוועט, למעשה איז עס דעמאלט נישט געגאנגען ווייטער, איי נאו עקזעקטלי האו איט פיעלס.

ה' נגדך כל תאותי, ואנחתי ממך לא נסתרה.

לעצט פארראכטן: כ"ז חשון התש"פ 21:10 דורך GYE YIDDISH.

ענטפער: סוף זמן תפילה בשעה.......!!! ג' חשון התש"פ 10:44 #260833

  • שמע-תפלתי
  • איצטיגע שטרעקע: 15 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 483
  • האט שוין געלייקט: 465 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1160 מאל
  • קאָרמא: 6

אוזע, וואס טי איך ווען די מאכסט די מעשה אין פארזצונגען?...
מייין הארץ זעצט נאך.... גאר א גיטע משל ונמשל...
באמת, יעדע טאג וואס מיר עקטען אויס, זעט מען עס אויף א ריזיגע סקרין אויף יענער עולם, אין והללו בוכין והללו בוכין, אינזערע זיידעס באבעס אין רביס וויינען פאר צער, אין די טומאה וויינט פאר שמחה...
די פנים פלאמט פין בושה...
האב איך געהערט אמאל פין ר' חיים פלאהר לרפו"ש, ווי ער איז מסביר די לפני מי אתה עתיד ליתן דין וחשבון, אז בושה אויף די וועלט וועפט אויס מיט די צייט, ווענד זיך ווי גרויס די בושה, אבער עס וועפט אויס, אמאל שנעלער אין אמאל שטאטער, משא"כ אויף יענע וועלט איז אלעס נצחיות, עס בלייבט "לעולמי עד" אייביג אייביג אייביג, נא פרעגט ר' חיים, ווי אזוי גייט מען זיך אימגיין דארט אויבען, די בושה, פין א חטא, גייט זיין שרעקליך אייביג, עס גייט קיינמאל נישט אויסוועפן, מען גייט אויפשפילען וויאזוי איך עקט אויס פאר די גאנצע פמליא של מעלה, ממש א שרעק, דאס בעטן מיר, ולא לידי בזיון, שלא נבוש ולא נכלם ......

להטות לבבנו אליו ללכת בכל דרכיו ולשמר מצותיו וחקיו ומשפטיו אשר צוה את אבתינו
כי עיקר מציאות האדם בעה"ז הוא רק לקיים מצות ולעמד בניסיון,  והנאות העולם אין ראוי שיהו לו אלא לעזר ולסיוע בלבד לשיהיה לו נחת רוח ויישוב הדעת למען יוכל לפנות לבו אל העבודה הזאת מסילת ישרים
לעצט פארראכטן: כ"ז חשון התש"פ 21:23 דורך GYE YIDDISH.

ענטפער: סוף זמן תפילה בשעה.......!!! ג' חשון התש"פ 10:46 #260834

  • moshe11
  • איצטיגע שטרעקע: 6 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 226
  • האט שוין געלייקט: 62 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 579 מאל
  • קאָרמא: 4

יעדער דא אפיס וויל וויסן פארוואס איך האב געשריגן "ריבונו של עולם
יו האסטי מיר ארויס גענימען פין די דישעס. איך האב געשפירט איך פאל ציזאם... 
ווי אזוי גייט די ניגן?
כל זמן ס'ברענט די לעכט, פארעכטן אלעס איז נאך דא זמן,
יענקל שוסטער איז גערעכט, ווער ווייסט וואס וועט מארגן זיין

לעצט פארראכטן: כ"ז חשון התש"פ 22:19 דורך GYE YIDDISH.

ענטפער: סוף זמן תפילה בשעה.......!!! ג' חשון התש"פ 11:24 #260835

  • חיים חייקל
  • איצטיגע שטרעקע: 189 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 133
  • האט שוין געלייקט: 745 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 329 מאל
  • קאָרמא: 13

כהאב אמאל געהערט א פשט, "אל תבאינו לא לידי נסיון ולא לידי בזיון" ברענג אונז נישט אזעלעכע נסיונות וואס קען אונז ברענגען בזיונות.....

לעשות נחת רוח להבורא יתברך שמו

זיך צו לאזן היילן איז טאקע שווער. אבער צו בלייבן קראנק איז נאך שווערער

לעצט פארראכטן: כ"ז חשון התש"פ 22:19 דורך GYE YIDDISH.

ענטפער: סוף זמן תפילה בשעה........!!! ג' חשון התש"פ 12:00 #260837

  • Helpmeasap
  • איצטיגע שטרעקע: 197 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 554
  • האט שוין געלייקט: 897 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 713 מאל
  • קאָרמא: 14

איך האב יעצט געהאט די זכי' צו ליינען דער מעשה, און מיין הארץ באכעט אוועק פאר שרעק/ווייטאג.....
ווען דאס וואלט ווען ח"ו געשען צו מיר וואלט איך שוין בדרך הטבע מער נישט דא געווען !!!

הק' העלפמי

לעצט פארראכטן: כ"ז חשון התש"פ 22:19 דורך GYE YIDDISH.

ענטפער: סוף זמן תפילה בשעה.......!!! ג' חשון התש"פ 12:22 #260840

  • פראביר נאכאמאל
  • איצטיגע שטרעקע: 202 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 60
  • האט שוין געלייקט: 44 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 205 מאל
  • קאָרמא: 11

מורא'דיג שיין געשריבן אין א געוואלדיגער מוסר השכל, 
אבער ס'פעלט א קליינע שורה אין די מעשה, נאך וואס לייבוש איז דורך די ביזיונות, האט ער נאך יענע נאכט געטראפן א צווייטע לעפטאפ אין נאכאמאל געוואטשט פארן, אין זעכער געמאכט אז די מאל איז עס נישט קענעקטעט צו קיין שום אנדערע קאמפיוטער. 

איך האב אלעמאל געהאלטן אז אויב איינער וועט מיר כאפן רויט האנטיק, אדער איך וועל באקומען עפעס א שארפע מעסעטש פין באשעפער, דעמאלץ וועל איך עכט אויפהערן. 
ס'הייבט זיך נישט אן... אין בין קראנק אין איך קען נישט אויפהערן ווי שטארק איך וויל, איך דארף גיין צו מיין דאקטער וואס זיין מעדעצין רופט זיך די 12 סטעפס .

איך בין נישט קיין סאושעל ווארקער אדער א רב, איך בין א סעקס עדיקט וואס איך קען שעירן מיין אייגענע עקספיריענס. 

לעצט פארראכטן: כ"ז חשון התש"פ 22:20 דורך GYE YIDDISH.

ענטפער: סוף זמן תפילה בשעה........!!! ג' חשון התש"פ 12:43 #260841

  • יש בורא עולם
  • איצטיגע שטרעקע: 161 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 276
  • האט שוין געלייקט: 305 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 698 מאל
  • קאָרמא: 22

איך בין נאך אלץ און טראמא 12 שעה שפעטער

פראביר נאכאמאל 
די ביסט אזוי גערעכט   אבער אלעס איז נאר ביז מען הייבט אן די 12 סטעפס

לעצט פארראכטן: כ"ז חשון התש"פ 22:20 דורך GYE YIDDISH.

ענטפער: סוף זמן תפילה בשעה.......!!! ג' חשון התש"פ 13:07 #260845

  • יחיאל
  • איצטיגע שטרעקע: 2 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • זוך שטארקען
  • מעלדונגען: 942
  • האט שוין געלייקט: 5286 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל
  • קאָרמא: 16

גרויסע שכח [די אלע אויסדיקן פון התפלות אין דאנק האט מען מיר שוין אויסגעכאפט ממילה גיי איך שרייבן סימפלל] זייער א שטארקע פואסט 
[זוך געווינדער פאר וואס די ביסט אזוי שטיל לעצטענס. אבער יעצט פארשטיי איך . סגווען די שטילקייט פאר די שטורעם]
שמייכל הק' יחיאל ביי ביי

זוך שטארקען און נאכאמאל זוך שטארקען בוז מען וועט ווערן 
א גיבור  [הכובש את יצרו]

לעצט פארראכטן: כ"ז חשון התש"פ 22:21 דורך GYE YIDDISH.

ענטפער: סוף זמן תפילה בשעה........!!! ג' חשון התש"פ 13:19 #260848

  • Helpmeasap
  • איצטיגע שטרעקע: 197 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 554
  • האט שוין געלייקט: 897 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 713 מאל
  • קאָרמא: 14

יחיאל, אפילו מיט אזא סימפל פאוסט, קומסטו אריין גאר שטארק

הק' העלפמי

לעצט פארראכטן: כ"ז חשון התש"פ 22:21 דורך GYE YIDDISH.

ענטפער: סוף זמן תפילה בשעה.......!!! ג' חשון התש"פ 14:29 #260853

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 354 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 957
  • האט שוין געלייקט: 634 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1875 מאל
  • קאָרמא: 42
פראביר נאכאמאל געשריבן on ג' חשון התש"פ 12:22:

מורא'דיג שיין געשריבן אין א געוואלדיגער מוסר השכל, 
אבער ס'פעלט א קליינע שורה אין די מעשה, נאך וואס לייבוש איז דורך די ביזיונות, האט ער נאך יענע נאכט געטראפן א צווייטע לעפטאפ אין נאכאמאל געוואטשט פארן, אין זעכער געמאכט אז די מאל איז עס נישט קענעקטעט צו קיין שום אנדערע קאמפיוטער. 

איך האב אלעמאל געהאלטן אז אויב איינער וועט מיר כאפן רויט האנטיק, אדער איך וועל באקומען עפעס א שארפע מעסעטש פין באשעפער, דעמאלץ וועל איך עכט אויפהערן. 
ס'הייבט זיך נישט אן... אין בין קראנק אין איך קען נישט אויפהערן ווי שטארק איך וויל, איך דארף גיין צו מיין דאקטער וואס זיין מעדעצין רופט זיך די 12 סטעפס .


 גוט געזאגט.... קוקט אויס דאס איז שוין נישט בייגעפאלן פאר אוזע'לע...
איך בין נישט קיין פוסק, און נישט קיין מכריע. ווען איך שרייב עפעס איז עס בדרך כלל נאר מיטגעטיילט מיין ערפארונג און איך בין קיינעם נישט מחייב אנצונעמען מיין מיינונג, אויב מ'וויל קען מען עס פרובירן און זען צו ס'ארבעט, און איך האב נאכאלץ דער פולסטער רעספעקט און כבוד צו א צווייטנ'ס מיינונג אפי' עס איז אנדערש אדער מחולק מיט מיין מיינונג.
לעצט פארראכטן: כ"ז חשון התש"פ 22:22 דורך GYE YIDDISH.

ענטפער: סוף זמן תפילה בשעה.......!!! ה' חשון התש"פ 10:05 #260870

  • כרעמזל
  • איצטיגע שטרעקע: 124 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • חזקו ואמצו!
  • מעלדונגען: 1416
  • האט שוין געלייקט: 891 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2622 מאל
  • קאָרמא: 53

איך מוז נאכאמאל קאמענטירן אויף די מעשה שוין עטליכע טעג פאריבער און בין נאך אלס אין טראמא!!!

פיינע דזשאב קומעדיגע מאל בעת נסיון האף איך אז דער בורא עולם וועט מיר גיבן די מעגליכקייט זיך צו דערמאנען די מעשה!!!

אויב ווילסטו מיר דאנקען ⇔ דאן דאווען אז איך זאל זיך האלטן ריין
 ביטע האלט מיט די טעגליכע תהילים 
 ענטפער פרעג קאמענטיר און באדאנק זיך אויפן פארעם כדי עס צו האלטן אקטיוו 

לעצט פארראכטן: כ"ז חשון התש"פ 22:22 דורך GYE YIDDISH.

ענטפער: סוף זמן תפילה בשעה........!!! ה' חשון התש"פ 11:50 #260873

  • שטיג העכער
  • איצטיגע שטרעקע: 115 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 56
  • האט שוין געלייקט: 67 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 61 מאל
  • קאָרמא: 4

די האסט מיר געמאכט קאפ וויי.....  איך ווייס נישט וואס צו טוהן מיט דיר.....
אזוי אויפצודרייען די קושקעס....

א גרויסן שכח פיין געזאגט!!
ס'וועט מיר האפענטליך אסאך ארויסהעלפן.

לעצט פארראכטן: כ"ז חשון התש"פ 22:23 דורך GYE YIDDISH.

ענטפער: סוף זמן תפילה בשעה........!!! ה' חשון התש"פ 17:34 #260883

  • צדיק12
  • איצטיגע שטרעקע: 412 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 180
  • האט שוין געלייקט: 491 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 648 מאל
  • קאָרמא: 13

אוזע'לע, אוזע'לע, איך קען ממש נישט גלייבן. אז דו קענסט יא. ווי ביסטו? איכה?
פארוואס באקומען מיר נישט מער אפט אזעלכע ערדציטערנישן?
דו האסט דאך אויף געשאקלט די פארשלאפענע אידן דא. 

ווי וואנט מאר!!!

אוזע'לע מיר ווילן נאך אזעלכע תגובות. אשריך אשריך. 

די הארץ קלאפענישן וואס דו האסט אנגעברענגט פארן עולם דא, וועט האבן א לאנגע עפעקט. קיפ אן טראקינג.

ה' אֱלֹקי - שִׁוַּעְתִּי אֵלֶיךָ, וַתִּרְפָּאֵנִי... ה' הֶעֱלִיתָ מִן שְׁאוֹל נַפְשִׁי חִיִּיתַנִי מִיָּרְדִי בוֹר... הִסְתַּרְתָּ פָנֶיךָ הָיִיתִי נִבְהָל... אֵלֶיךָ ה' אֶקְרָא וְאֶל ה' אֶתְחַנָּן... מַה-בֶּצַע בְּדָמִי בְּרִדְתִּי אֶל-שָׁחַת...  שְׁמַע-ה' וְחָנֵּנִי ה' הֱיֵה-עֹזֵר לִי...

לעצט פארראכטן: כ"ז חשון התש"פ 23:41 דורך GYE YIDDISH.

ענטפער: סוף זמן תפילה בשעה.......!!! ה' חשון התש"פ 19:05 #260890

  • אברהם העברי
  • איצטיגע שטרעקע: 92 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 202
  • האט שוין געלייקט: 427 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 632 מאל
  • קאָרמא: 2

אווז"ע טייערע, קודם האסטו איין זאך זיכער אויפגעטאן אין דעם ארטיקל אז טאמער וועט זיך פאר אונזער לייבוש נאכאמאל פארגליסטן און אריינלייגן דעם געמיינעם קיווארד P..N אינעם בראוזער, איז כאטש דא א טשענס אז אט דער ארטיקל וועט ארויפקומען, און אזוי ארום וועט הדא באקומען פרייע פאבליסעטי אין הארץ פון א ריזן שוהל, און דערביי צוציען נאך אפאר לייבוש'לעך צו אונזער געמיינדע...

ווערטלעך אין א זייט געלייגט, אווזע, כ'האב קיין ווערטער, ליינענדיג דעם ארטיקל - גראדע האב איך דאס ארויסגעפרינט און געליינט אין ביהמ"ד - כ'קען דיר איין זאך זאגן אז ליינענדיג די שרעקליכע ענדע בין איך זעלבסט רויט געווארן אזש כ'האב זיך ארומגעקוקט אין שוהל מיט אנגסט צי דער עולם באמערקט נישט מיינע לייבוש-רויטע-בעקעלעך...

איך מיין אז דער גרעסטע חידוש אין דעם ארטיקל איז די ווערטער "נ.ב. די מעשה איז קיינמאל נישט געשהען אויף אונזער עולם השפל", ווייל ווען אווזע צעלאזט זיך מיט זיין זיסער פעדערל און זיין הפלא'דיגער כח הדמיון שפירן מיר זיך אלע ווירקליך אין דעם געשיכטע אזש ס'לאזט זיך נישט גלייבן אז מיר געפונען זיך ערגעצוואו אין א טיעפער היפנאזיע...

אווזע, א שאד יעדעס ווארט צוצולייגן, שוין לאנג נישט געלערנט אזא פארציע מוסר פארוויקעלט אין אזא האר-אויפשטעלנדע געשיכטע... כ'קען בלויז זאגן קיפ אפ יור גוד ווארק, ויהא חלקך ממזכי הרבים.

ידידך, אברעמעל

לעצט פארראכטן: כ"ז חשון התש"פ 22:30 דורך GYE YIDDISH.

ענטפער: סוף זמן תפילה בשעה........!!! ה' חשון התש"פ 21:07 #260893

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 354 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 957
  • האט שוין געלייקט: 634 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1875 מאל
  • קאָרמא: 42

אברעמל + הומאר = "אברהם העברי"!

פיין געזאגט.

ול"אוזע'לע" אמר: אויב האמיר דא געקענט ארויסבאקומען א פאוסט פון אברעמל, דארפסטו זעהן אריינצוקומען מער אפטער מיט אזאלעכע "אויפרייסן"....

נ. ב. דער עכטער אמת איז אבער, אז די פאוסט מיין איך אז דער פחד דערפון וועט בלייבן פאר א שיינע שטיק צייט....

איך בין נישט קיין פוסק, און נישט קיין מכריע. ווען איך שרייב עפעס איז עס בדרך כלל נאר מיטגעטיילט מיין ערפארונג און איך בין קיינעם נישט מחייב אנצונעמען מיין מיינונג, אויב מ'וויל קען מען עס פרובירן און זען צו ס'ארבעט, און איך האב נאכאלץ דער פולסטער רעספעקט און כבוד צו א צווייטנ'ס מיינונג אפי' עס איז אנדערש אדער מחולק מיט מיין מיינונג.
לעצט פארראכטן: כ"ז חשון התש"פ 22:30 דורך GYE YIDDISH.

ענטפער: סוף זמן תפילה בשעה........!!! ה' חשון התש"פ 21:30 #260894

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 4 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 1473
  • האט שוין געלייקט: 3292 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2718 מאל
  • קאָרמא: 42
WOW WOW איך האב מיך בכלל נישט גערישט אויף אזא רעאקציע.

סארי פאר יעדעם וואס איך האב דערשראקן און שכח פאר יעדעם וואס האט זיך באדאנקט און קאמפלימענטירט, אין פאבליק און אין פרייוועט.
איך מוז מיך אויך אנטשולדיגן פאר חברים וואס האבן מעורר געווען אז צו זען די ווארט P**N שטערט זיי, איך וועל טרייען צו זיין מער פארזיכטיג אין די עתיד.
גאנץ גוט האט "פראביר נאכאמאל" געזאגט אז די סוף פון די מעשה איז געווען אז לייביש איז נאכאמאל צוריקגעגאנגען, אבער אין א פרט בין איך מחולק מיט אים 1) קען זיין אז לייביש ליידט נישט פון קיין אדיקשן, ער איז נאר גאנץ אפט דורכגעפאלן 2) אויב לייביש ליידט יא פון אן אדיקשן קען זייער מעגליך זיין אז ער איז צוריקגעגאנגען "אן" זיכער מאכן אז די לעפטאפ איז נישט קאנעקטעד צו א גרויסע סקרין, ווייל איך האב יא נאכאמאל געקוקט שמוציגע פיקטשערס אין א קיאסק וואס מ'האט אפגעשפארט מיין אקאונט ווייל די בעה"ב האט געזעהן אז איך קוק דארט שמוץ.
שכח נאכאמאל, ס'געט מיך חיזוק זיך צו האלטן ווייטער ריין און פארשטארקט פאר מיך אליין צו געדענקן וואס איך שרייב.

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

לעצט פארראכטן: כ"ז חשון התש"פ 22:31 דורך GYE YIDDISH.

ענטפער: סוף זמן תפילה בשעה........!!! ה' חשון התש"פ 21:57 #260898

  • טשולענט
  • איצטיגע שטרעקע: 122 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 149
  • האט שוין געלייקט: 377 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 232 מאל
  • קאָרמא: 8
איך מוז מיך אויך אנטשולדיגן פאר חברים וואס האבן מעורר געווען אז צו זען די ווארט P**N שטערט זיי, איך וועל טרייען צו זיין מער פארזיכטיג אין די עתיד.

גא"מ
איך האב זיך נישט אנגעריפן ווייל איך האב נאר נישט געוואלט שטערן די שמחה
איך קום אהער צו פייטן מיין אדיקשאן און קוים וואס איך בין דא 4 טעג ... האב איך שוין א פרישן אדיקשאן... ס'רופט זיך הדא
לעצט פארראכטן: כ"ז חשון התש"פ 22:31 דורך GYE YIDDISH.

ענטפער: סוף זמן תפילה בשעה........!!! ה' חשון התש"פ 22:07 #260901

  • friend
  • איצטיגע שטרעקע: 1 טאג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • כי ימינך פשוטה לקבל שבים
  • מעלדונגען: 1152
  • האט שוין געלייקט: 363 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1169 מאל
  • קאָרמא: 12

שוין אדורך געגאנגען 5 מינוט און איך בון נאכנישט געקימען צו זיך.
הייליגער באשעפער איך בעט דיר העלף עס זאל גיינמאל נישט געשען, אפילו נישט ענדליך צו דעם 
אוי איז דאס שרעג'דיג.

מען דארף זיין גוט צו יעדעם אבער נישט מיט יעדעם

לעצט פארראכטן: כ"ז חשון התש"פ 23:40 דורך GYE YIDDISH.

ענטפער: סוף זמן תפילה בשעה........!!! ו' חשון התש"פ 11:50 #260944

  • יא איך קען!
  • איצטיגע שטרעקע: 17 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 119
  • האט שוין געלייקט: 105 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
  • קאָרמא: 11
טשולענט געשריבן on ה' חשון התש"פ 21:57:


איך מוז מיך אויך אנטשולדיגן פאר חברים וואס האבן מעורר געווען אז צו זען די ווארט P**N שטערט זיי, איך וועל טרייען צו זיין מער פארזיכטיג אין די עתיד.

גא"מ
איך האב זיך נישט אנגעריפן ווייל איך האב נאר נישט געוואלט שטערן די שמחה

גא"מ
לעצט פארראכטן: כ"ז חשון התש"פ 22:40 דורך GYE YIDDISH.

ענטפער: סוף זמן תפילה בשעה.......!!! ו' חשון התש"פ 12:01 #260946

  • דראפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 180 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 151
  • האט שוין געלייקט: 101 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 588 מאל
  • קאָרמא: 27

יא, די ווארט איז נישט אזוי ווייט א טריגער ווי פשוט סברענגט מיר שלעכטע זכרונות.

קען איינער ארויף לייגן א בילד פון לייבוש בשעת'ן געוואר ווערן וואס די קאמפיוטער איז ?

ה' נגדך כל תאותי, ואנחתי ממך לא נסתרה.

לעצט פארראכטן: כ"ז חשון התש"פ 22:40 דורך GYE YIDDISH.

ענטפער: סוף זמן תפילה בשעה.......!!! ו' חשון התש"פ 14:48 #260953

  • אל תעזבנו
  • איצטיגע שטרעקע: 91 טעג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 6
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל
  • קאָרמא: 3
דאס איז פײנע נײעס... מײן האַרץ באכט נאך אלץ פאר לײבּיש אבּער אײן זאך איז זיכער עס האט גארנשט געהאלפן ער האט עס װײטער געטון.. איך האבּ שױן זוכה געװען צו בושות אבּער נישט אױף אזא פארנעם עס איז געװען שױן אפּאר יאר ציריק און נאר פאר 1-2 מענטשען און מען האט מיך נישט געכאפּט רױט האנטיג און נאך אלץ װען איך זע נאר פונדערװײטענס דע מענטשען קומט מיר די בלוט ארױף אין קאפּ אבּער עס געהאלפען א בּודעם צו סטאפען..
אַל תַּשְׁלִיכֵנִי לְעֵת זִקְנָה כִּכְלוֹת כֹּחִי אַל תַּעַזְבֵנִי.
לעצט פארראכטן: כ"ז חשון התש"פ 22:41 דורך GYE YIDDISH.

ענטפער: סוף זמן תפילה בשעה........!!! ו' חשון התש"פ 16:38 #260966

  • טשולענט
  • איצטיגע שטרעקע: 122 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 149
  • האט שוין געלייקט: 377 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 232 מאל
  • קאָרמא: 8

קען איינער ארויף לייגן א בילד פון לייבוש בשעת'ן געוואר ווערן וואס די קאמפיוטער איז ?



דא האסטו א בילד פין ווען זיין פנים האט געפלאקערט פאר בושה

images.jpg
images.jpg
איך קום אהער צו פייטן מיין אדיקשאן און קוים וואס איך בין דא 4 טעג ... האב איך שוין א פרישן אדיקשאן... ס'רופט זיך הדא
לעצט פארראכטן: כ"ז חשון התש"פ 22:41 דורך GYE YIDDISH.

ענטפער: סוף זמן תפילה בשעה........!!! ו' חשון התש"פ 16:46 #260967

  • שמע-תפלתי
  • איצטיגע שטרעקע: 15 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 483
  • האט שוין געלייקט: 465 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1160 מאל
  • קאָרמא: 6

אוזע איינער האט געפויסט לייבישעס מעשה אויף אייוועלט, עס גייט דארט ווערן לעבעדיג

להטות לבבנו אליו ללכת בכל דרכיו ולשמר מצותיו וחקיו ומשפטיו אשר צוה את אבתינו
כי עיקר מציאות האדם בעה"ז הוא רק לקיים מצות ולעמד בניסיון,  והנאות העולם אין ראוי שיהו לו אלא לעזר ולסיוע בלבד לשיהיה לו נחת רוח ויישוב הדעת למען יוכל לפנות לבו אל העבודה הזאת מסילת ישרים
לעצט פארראכטן: כ"ז חשון התש"פ 22:42 דורך GYE YIDDISH.

ענטפער: סוף זמן תפילה בשעה.......!!! ו' חשון התש"פ 16:48 #260968

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 354 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 957
  • האט שוין געלייקט: 634 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1875 מאל
  • קאָרמא: 42
שמע-תפלתי געשריבן on ו' חשון התש"פ 16:46:

אוזע איינער האט געפויסט לייבישעס מעשה אויף אייוועלט, עס גייט דארט ווערן לעבעדיג


דאנט ווארי, זיי גייען עס גלייך אראפנעמען פון דארט.... אזוי האלט איך, אבער קען זיין אז נישט. כ'זעה ווי דער וואס האט עס געפאוסט האט עס ארומגעטוישט אביסל.

אגב האב איך דורך אייוועלט מיך באגעגענט מיט א אלטע טרעד "א מעשה וואס קען פאסירן אין 50 יאר ארום" ומשם תדרשנו.

איך בין נישט קיין פוסק, און נישט קיין מכריע. ווען איך שרייב עפעס איז עס בדרך כלל נאר מיטגעטיילט מיין ערפארונג און איך בין קיינעם נישט מחייב אנצונעמען מיין מיינונג, אויב מ'וויל קען מען עס פרובירן און זען צו ס'ארבעט, און איך האב נאכאלץ דער פולסטער רעספעקט און כבוד צו א צווייטנ'ס מיינונג אפי' עס איז אנדערש אדער מחולק מיט מיין מיינונג.
לעצט פארראכטן: כ"ז חשון התש"פ 22:42 דורך GYE YIDDISH.

ענטפער: סוף זמן תפילה בשעה........!!! ו' חשון התש"פ 18:14 #260974

  • יונגערמאן
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מיט א ברען צום אייבערשטען
  • מעלדונגען: 268
  • האט שוין געלייקט: 549 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 671 מאל
  • קאָרמא: 18
WOW מוראדיג און שרעקעדיג און ליידער אויך זייער אמת איך וויל אריינווארפן מיינע צוויי צענט

איינס לייבוש האט נישט קיין וועג ארויס פון די בזיונות אפשר א פלעסטיק סערזשערי אבער מיר האבן זייער א פשוטע עצה זיך אויסדרייען צום באשאפער און זאגן טאטע איך האב נישט געווראלט איך טו ת'שובה 

צווייטענס וועל איך זאגן עפעס און איך האף אז מוועט מיר נישט ארויסוואפן פון דא איך האלט אז חוץ פון א טרייסל בשעתן עס ליינען וועט אזא ארטיקל גארנ ישט ברענגען אויף למעשה איך רעד נישט פון עדיקטס וואס האבן נישט קיין וועג ארויס חוץ ערענסטע העלפ נאר אפילו אנדערע וואס גייען אריין און די קאטאגאריע פון בעלי ניסיונות פאר זיי וועט עס אויך נ ישט העלפן
ולכן, אל יפול לב האדם עליו, ואל ירע לבבו מאוד,
גם אם יהיה כן "כל ימיו" במלחמה זו
כי אולי לכך נברא וזאת עבודתו
(תניא קדישא פרק כ"ז)
לעצט פארראכטן: כ"ז חשון התש"פ 22:43 דורך GYE YIDDISH.

ענטפער: סוף זמן תפילה בשעה........!!! ו' חשון התש"פ 18:22 #260976

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 354 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 957
  • האט שוין געלייקט: 634 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1875 מאל
  • קאָרמא: 42
יונגערמאן געשריבן on ו' חשון התש"פ 18:14:
צווייטענס וועל איך זאגן עפעס און איך האף אז מוועט מיר נישט ארויסוואפן פון דא איך האלט אז חוץ פון א טרייסל בשעתן עס ליינען וועט אזא ארטיקל גארנ ישט ברענגען אויף למעשה איך רעד נישט פון עדיקטס וואס האבן נישט קיין וועג ארויס חוץ ערענסטע העלפ נאר אפילו אנדערע וואס גייען אריין און די קאטאגאריע פון בעלי ניסיונות פאר זיי וועט עס אויך נ ישט העלפן

ארויסווארפן וועט מען דיך נישט, אבער איינשטומונג אינגאנצן בין איך אויך נישט מיר דיר. ס'איז פעסטע נקודה למחשבה, און ס'וועט ערענסט ארויפקומען קומענדיגע מאל איינער פאלט אריין אין לאסט, קענסט נישט וויסן וויפיל מענטשן דאס גייט אפהאלטן פון נסיונות.

ווי האט ר' יוחנן געזאגט פאר די פטירה פאר זיינע תלמידים: הלואי שיהא מורא בשר ודם עליכם...

איך בין נישט קיין פוסק, און נישט קיין מכריע. ווען איך שרייב עפעס איז עס בדרך כלל נאר מיטגעטיילט מיין ערפארונג און איך בין קיינעם נישט מחייב אנצונעמען מיין מיינונג, אויב מ'וויל קען מען עס פרובירן און זען צו ס'ארבעט, און איך האב נאכאלץ דער פולסטער רעספעקט און כבוד צו א צווייטנ'ס מיינונג אפי' עס איז אנדערש אדער מחולק מיט מיין מיינונג.
לעצט פארראכטן: כ"ז חשון התש"פ 22:43 דורך GYE YIDDISH.

ענטפער: סוף זמן תפילה בשעה........!!! ו' חשון התש"פ 18:42 #260979

  • Dac2813
  • איצטיגע שטרעקע: 18 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 76
  • האט שוין געלייקט: 12 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 190 מאל
  • קאָרמא: 22

איך וויך אריינלייגן דא מיינע נארישע מיינונג, און ווי פארשטענדליך איך קען נישט רעדן פאר יענעם, נאר וויאזוי איך פארשטיי עס, איך וועל עס צוטיילן און 3 סארטן מענטשן וואס האבן נסיונות.
א-עס זענען דא מענטשן וואס שענען עדיק'ס וואס פארשטייט זיך אליין אז פאר זיי וועט עס נישט העלפן, נאר זיי מוזן זיך גיין העלפן, יעדער איינער אויף זיין אויפן וואס עס העלפט פאר אים.
אבער פון די אנדערע זייט אויב האט ער מחליט געווען אז ער איז א עדיק, און ער טוט די ריכטיגע זאך, וועט די מעשה אים ברענגען א שמייכל, צוזאמען מיט א ציטער, ווייל ער זעהט ווי ער וואלט געקענט אנקומען, און ווען נישט ער גייט פאר העלפ וואלט ער אנגעקומען צו בזיונות, אדער אויף דעם וועג אדער אויף א ענליכע וועג.
אבער ער פרייט זיך אז ער איז אויף די ריכטיגע טרעק, און ער האט רחמנות רויף די אלע מענטשן וואס זענען אזוי ווי אים, און זיי לעבן אין דענייעל, (ויכול להיות שגם אני בתוכם)
ב-זענען געווענטליכע מענטשן, וואס עס כאפט זיי אן א נסיון מזמן לזמן, און אמאהל האלטן זיי זיך און אמאהל פאלן זיי אדורך, פאר זיי וועט אזא שאקל זיי אויפוועקן, און זיי וועלן טראכטן, אויב וועל איך מיר נאך געבן די תאווה ווער ווייסט צו וו דאס וועט מיר ברענגען, און עס קען זיי מאכן אינגאנצן אויפהערן.
ג-זענען מענטשן וואס זענען אפשר נישט קיין עדיק'ס, אבער זיי מוטשענען זיך שטארקער פון א געווענטליכע מענטש, ביי זיי ווענד זיך עס, ווי וויי זיי האלטן,
ווי טייער זיי האבן שוין באצאלט פארן זיך נאך געבן די תאוות.
ווי שטארק צוקלאפט זיי זענען פון דעם.
און וועלכע stage אין לעבן זיי האלטן.
וכו' וכו' נאך אסאך זאכן וואס קען מאכן א חילוק.
עס וועט זיי זיכער געבן א שאקל, אבער עס מוז נישט זיין אז עס וועט זיי העלפן

לעצט פארראכטן: כ"ז חשון התש"פ 22:44 דורך GYE YIDDISH.

ענטפער: סוף זמן תפילה בשעה........!!! ו' חשון התש"פ 19:23 #260985

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 354 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 957
  • האט שוין געלייקט: 634 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1875 מאל
  • קאָרמא: 42
Dac2813 געשריבן on ו' חשון התש"פ 18:42:

איך וויך אריינלייגן דא מיינע נארישע מיינונג, און ווי פארשטענדליך איך קען נישט רעדן פאר יענעם, נאר מבשרי אחזה, איך וועל עס צוטיילן און 3 סארטן מענטשן וואס האבן נסיונות.


אאאפפפפססססס............. ניין מ'וועט דאס נישט צולאזן.......

איך האף דו וועסט נישט זיין ברוגז אויף מיר הרב דעק, אבער דער שפראך איז נישט עקסעפטעט דא אויף הדא, אין אונזער פאמיליע איז יעדעמ'ס מיינונג חשוב און וויכטיג, יעדעמ'ס מיינונג ווערט גענומען אין באטראכט, און קיינעמ'ס מיינונג איז חלילה נישט נאריש. בשו"א. און אוודאי נישט דעק'ס מיינונג, און זיכער נישט ווען דו שרייבסט אזוי צו דער זאך.

אויב דו וועסט זיך אייסערן מיט מיר, האב איך פאר דיר נייעס, אז "נארישע מיינונג" [800] איז גארנישט אזוי אוועקצומאכן, עס איז די זלעבע בגי' ווי: "והיית אך שמח" [800], "שלחן ערוך מוכן" [800] יא אזוי שיין און זיס זענען דיינע ענטפערס כשלחן ערוך המוכן לאכול, און עס איז משמח יעדער וואס ליינט עס. און ועל כולם איז עס די זעלבע בגי' פון ואף על פי שיתמהמה [800] עם כל זה אחכה לו!

איך בין נישט קיין פוסק, און נישט קיין מכריע. ווען איך שרייב עפעס איז עס בדרך כלל נאר מיטגעטיילט מיין ערפארונג און איך בין קיינעם נישט מחייב אנצונעמען מיין מיינונג, אויב מ'וויל קען מען עס פרובירן און זען צו ס'ארבעט, און איך האב נאכאלץ דער פולסטער רעספעקט און כבוד צו א צווייטנ'ס מיינונג אפי' עס איז אנדערש אדער מחולק מיט מיין מיינונג.
לעצט פארראכטן: כ"ז חשון התש"פ 22:45 דורך GYE YIDDISH.

ענטפער: סוף זמן תפילה בשעה........!!! ו' חשון התש"פ 20:07 #260987

  • טשולענט
  • איצטיגע שטרעקע: 122 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 149
  • האט שוין געלייקט: 377 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 232 מאל
  • קאָרמא: 8
שמע-תפלתי געשריבן on ו' חשון התש"פ 16:46:

אוזע איינער האט געפויסט לייבישעס מעשה אויף אייוועלט, עס גייט דארט ווערן לעבעדיג


איך מיין אז דאס ארויף לייגן אזא סארט ארטיקל אויף אייוועלט איז א שטארקע טעות דאס קלערט אויף אימוויסנדע יונגעלייט עס איז א עוולה, אכציג פראצענט פרישע אייוועלט באניצער פין די לעצטע פאר יאר האבן משומר אין גדר אין האבן קיינמאל נישט געזעהן עפעס אנדערש אין א מיעוט פין זיי ווערן יעצט געטריגערט (ס'גאנץ גרינג טריגערען א צוויטן) 
ס'איז ממש א שאד זיי צי לאזן וויסן וואס איז אלץ דא אויפן געוועב
איך קום אהער צו פייטן מיין אדיקשאן און קוים וואס איך בין דא 4 טעג ... האב איך שוין א פרישן אדיקשאן... ס'רופט זיך הדא
לעצט פארראכטן: כ"ז חשון התש"פ 22:45 דורך GYE YIDDISH.

ענטפער: סוף זמן תפילה בשעה........!!! ו' חשון התש"פ 20:18 #260988

  • דראפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 180 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 151
  • האט שוין געלייקט: 101 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 588 מאל
  • קאָרמא: 27

ליידער זענען אסאך בחורים וואס האבן בכלל נישט קיין כלים עדיקטעט, און נאך די חתונה ווערן זיי אטאמאטיש געוואר.

אגב, איך בין געוואר געווארן פון הדא אויף איי וועלט, יענע אשכול געפינט זיך שוין נישט דארט.

כזע היינט אז עס האט זיך אנגעצינדן דארט א מלחמה בנוגע הדא.

אסאך רייסן דאס אראפ, נאו איידיע פארוואס.

ה' נגדך כל תאותי, ואנחתי ממך לא נסתרה.

לעצט פארראכטן: כ"ז חשון התש"פ 22:46 דורך GYE YIDDISH.

ענטפער: סוף זמן תפילה בשעה........!!! ו' חשון התש"פ 20:25 #260989

  • טשולענט
  • איצטיגע שטרעקע: 122 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 149
  • האט שוין געלייקט: 377 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 232 מאל
  • קאָרמא: 8

איך בין מסכים מיט דיר אבער נישט נישט יעדער איז א עדיקט

איך קום אהער צו פייטן מיין אדיקשאן און קוים וואס איך בין דא 4 טעג ... האב איך שוין א פרישן אדיקשאן... ס'רופט זיך הדא
לעצט פארראכטן: כ"ז חשון התש"פ 22:46 דורך GYE YIDDISH.
  • בלאט:
  • 1
  • 2
צייט צו מאכן א בלאט: 1.19 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא