ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1

טעמע: מוצאי שבת נח אין עמרם'ס סוכה. 571 באזוכער

מוצאי שבת נח אין עמרם'ס סוכה. ו' חשון התש"פ 22:51 #261002

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 17 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1659
  • האט שוין געלייקט: 3846 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 3003 מאל
  • קאָרמא: 56

מלא חיזוק פון די רעאקציע אויף מיין נעכטיגע פאוסט, לייג איך דעיס היינט ארויף.

עטס קענטס אים? עמרם מיין חבר? אויף אים זאגט די משנה "ולא עם הארץ חסיד", ער קען זיך הויעך צופלאמען ביי א הלל ראש חדש שרייענדיג "למה יאמרו הגוים, אוי!!! איה נא אלוקיהם…….". ווייטער איז נישט קיין זעלטענהייט אים צו הערן זיך הויך צואוויינען פרייטאג צונאכטס אינמיטן לכה דודי, קרעכצנדיג "בית הלחמי קרבה, וויי וויי! בית הלחמי קרבה, וויי וויי! אל נפשי, אוי! גאלה לכה! דודי לקראת!.........."
איך מיין אז עטס האטס שוין א שטיקל אימעדזש פון וועם מ'רעדט דא.
איך מאך אים נישט אוועק, ער האט באמת א ווארים הארץ, אבער גארנישט אויסער דעם! נישט קיין שכל, נישט קיין תורה, נישט קיין ווייב, נישט קיין געלט, זילטש!
הקיצור, דעם פארגאנגענעם מוצאי שבת האב איך געדארפט ארויפגיין צו אים אין די דירה פאר עפעס א פינאנציעלע אנגעלעגנהייט, איך קלאפ אויפן טיהר, קיינער עפנט נישט, איין מאל, נאכאמאל, גארנישט! איך קאל אויף זיין סעלפאן, הויז טעלעפאן, אפיס נאמבער, גוגל וואויס, פעיסטיים, סקייפ, נאו ריספאנס!
איך הייב אן ווערן נערוועז, ס'הייטס? איך האב דאך גערעדט צו אים זעקס מינוט צוריק, ער'ט מיך קלאר געזאגט אז ער איז אינדערהיים.
איך האב שוין אנגעהויבן טראכטן פון אויפברעכן די טיר, אפשר נויטיגט ער זיך אין עמערדזשענסי העלפ, אבער די לעצטע מינוט האב איך באשלאסן צו פרובירן נאך איין אפציע, איך האב זיך דערמאנט אז איינמאל האט ער מיך דערציילט אז פון די בעקיארד איז דא סטעפס צו א פארטש און פון דארט א טיר אריין צו די אונטערשטע חלק פון זיין דירה. אין גרויס פארצווייפלעניש האב איך באשלאסן אריינצוקריכן אין די פארטש און קלאפן פון דארט, אפשר פון דארט וועט ער הערן.
אומר ועושה, איך האב מיך פלינק אריינגעכאפט אין די בעקיארד, און גלייך דערקענט עמרם'ס פארטש, כמיין צו זאגן סוכה, וויאזוי האב איך עס דערקענט? ווייל אין די בעק פון מיין מח געדענק איך נאך ווען כ'האב מיט אן האלבן אויער אויסגעהערט אלע זיינע פאטענטן וואס ער גייט מאכן פאר זיין סוכה, און יעצט האב איך געזעהן די רעזולטאטן פאר מיינע אויגן.
אז א סוכה שטייט נאך מוצ"ש נח איז גאנץ אן אומבאלומפערטע צייכן, אבער אז "זיין" סוכה איז נאך געשטאנען בכלל איז געווען א נס גלוי.
טו מעיק א לאנג סטארי שארט, איך האב מיך געשיקטערהייט ארויפגעיאגט די פאר סטעפס צו זיין פארטש, שטייענדיג דארט, נעבן די טיר פון זיין סוכה האב איך קלאר געקענט הערן לעבנ'ס-צייכנס פון אינעווייניג, איך האב מיך היפש בארואיגט פון דעם, אבער מיין וואונדער איז געשטיגן פארוואס ער האט זיך אזוי "אויסגעפלאגט" אז איך קען צו אים נישט צוקומען.
איידעלערהייט האב איך געקלאפט אויפן פראוואזארישן טיהר און שטיל געפליסטערט, "עמרם". איך האב עס געדארפט אזוי איבערטוהן דריי מאל, און יעדעס מאל מיט א געהעכערטע שטימע (פונקט ווי ביי כל נדרי) ביז איך האב געהערט זיינע שיך קומען צו מיין ריכטונג.
די א.ג. טיר פון די א.ג. סוכה האט זיך געעפנט א שפאלט ווען עמרם בליקט שטומערהייט ארויס פון דארט.
אויף זיין פנים ליגט א פאר'דביקות'טע מינע, אין זיינע אויגן ליגן אנגעזאמלטע התעוררות טרערן און אין זיינע הענט ליגן………. א לולב און אן אתרוג!!!
"עמרם?!?!" דעיס איז געווען ס'איינציגסטע וואס איך האב געהאט אוועילבל אלס א רעאקציע צו אזא מאדנע ספעקטאקל.
פון זיין זייט איז גארנישט מאדנע פארגעקומען דא אז עפעס זאל פאדערן אן ערקלערונג, דעיס האב איך געזען פון זיין (נישט-)רעאקציע, ער האט מיך פשוט געוויזן א צייכן אז איך זאל צואווארטן א מינוט און זיך האסטיג גענומען ענדיגן די עבודת הנענועים וואס ער האט ווי ס'שיינט שוין פריער אנגעהויבן.
זיצנדיג דארט קומט מיר ארויף די בילד דעם פארגאנגענעם סוכות ווען דער זעלבער עמרם איז געשטאנען אין בית המדרש ביים לולב שאקלען און זיך געוואונדערט פארוואס די תורה האט געגעבן א מצוה פון וואס מ'קען זיך צושטעכן, ס'האט געדויערט ביז א חבר האט אים מסביר געווען אז נאר די אתרוג דארף מען איבערדרייען ביי די ברכה אבער די לולב קען מען האלטן געהעריג פון די נישט-שטעכעדיגע זייט. בקיצור, ער האט זיך ארומגעקוקט דארט ווי א…….. עמרם ביי נענועים!
און יעצט שטייט ער דער זעלבער עמרם, מוצאי שבת נח 9:26 PM מיט א פארפלאמטע געזיכט און שאקלט מיט אן אש קודש די ד' מינים ווי די רבי ז"ל ווען ער'ז נאך געווען ביי די כוחות! וואס גייט דא פאר?
איך האב געלאזט דעם נענועים-שטורעם אדורכגיין און זיך געוואנדן צו עמרם'ן מיט מיינע פליאות.
אינגאנצן צוקאכט נאך פון די פריערדיגע עבודה ערקלערט ער זיך: "ליידער, סוכות ווען יעדער האט געשאקלט לולב האב איך נישט געהאט פארשטאנען די הייליגקייט פון די מצוה, פריער האב איך געטראפן א מורא'דיגע מעשה פון קדושת לוי איבער גרויסקייט פון שאקלען לולב און איך האב גלייך מקיים געווען וואס איך האב געלערנט, ווי ס'שטייט דאך" איז ער מסביר מעשה למדן "עד שתחפץ, אז ווען מ'האט אן התעוררות דארף מען עס תיכף אריינלייגן אין א חפץ, האב איך גלייך געכאפט די ד' מינים און געשאקלט" און איידער איך האב געקענט פאסן א באשלוס אויב דא דארף מען לאכן אדער וויינען איז ער ממשיך "פארדעם האב איך נישט געקענט אויפהייבן ווען דו האסט מיך געקאלט, ווייל איך האב עוסק געווען אין א מצוה".
ס'האט מיך געדויערט א מינוט-צוויי ביז איך האב געטראפן גענוג נארישע ווערטער וואס קענען מסביר זיין פאר א מח קטן דעם קאנצעפט פון "מצוות עשה שהזמן גרמא", איך האב אים גענצליך שאקירט "דעיס הייסט אז איך קען שוין נישט שאקלען קיין לולב ביז נעקסטע יאר?" פארשטייצעך אז מיין ענטפער איז געווען "ניין".
"אבער" לאזט ער נישט נאך "ס'איז דאך אזא הייליגע מצוה, איך וויל האבן דעם זכות".
"טאקע א שאד" האב איך נישט געקענט מער ווי ארויסווייזן סימפאטיע "מ'קען שוין נישט".
זיין ווארים הארץ איז נעבעך אזוי צובראכן געווארן, ער האט ממש געוואלט וויינען, און איך פון מיין זייט האב באמת געשוינט דעם תמימות'דיגן גרוש וואס האט נעבעך אמת'דיג געוואלט מקיים זיין די הייליגע מצוה, אבער וואס זאל איך טוהן? מ'קען דאך שוין נישט.


והגיעו שנים אשר תאמר אין לי בהם חפץ (קהלת י"ב א') אלו ימי המשיח שאין בהם לא זכות ולא חובה
עס וועל קומען יארן וואס דו וועסט זאגן איך האב נישט קיין אינטערעסע אין זיי - דאס זענען די טעג פון משיח וואס וועט נישט זיין דעמאלטס נישט קיין זכות און נישט קיין חובה.
- שבת קנ"א ע"ב

ימות המשיח! די פארנעפלטע תקופה וואס קיין סך ווייסן מיר נישט איבער דעם, יעדעס ביסל אינפארמאציע וואס מיר ווייסן יא איז אין מערסטנס פעלער נאר לויט איין שיטה, ווייל ס'איז דא א צווייטע ראשון וואס איז אנדערש מסביר דעם ענין.
א שפאר ביסל אינפארמאציע אפפערט אונז אבער די אויבערדערמאנטע גמרא, אז אויסער די געפיל פון שמחה, געשמאק און הנאה וואס משיח'ס יארן וועלן ברענגען מיט זיך וועט עס באגלייט ווערן מיט נאך א סארט געפיל, ס'הערט זיך אפשר מאדנע, אבער די יארן וועלן זיין שוידערליך לאנגווייליג, באורד!
אין איינע פון די ישיב"ק יארן ווען איך בין אליין געזעסן ביי א חוזר-חזרה א טאג נאך מיין צווייטע-חבר'ס שוועסטער'ס חתונה, און די לאנגווייליגקייט איז געווען עפעס שוידערליך גרויס האב איך מיך דעמאלטס געטראכט אז ס'לוינט זיך מיר אז משיח זאל קומען פארדעם אליין ווייל ס'וועט נישט זיין קיין יצר הרע און איך וועל האבן געדולד צו לערנען אגאנצן טאג און אגאנצע נאכט און איך וועל קיינמאל נישט זיין באורד!
אבער היינט האלט איך שוין נישט אזוי, און רבינא ורב אשי האבן אויך נישט געהאלטן אזוי, זיי זאגן בפירוש אנדערש, משיח'ס צייטן בב"א וועלן זיין צוועקלאזע טעג, טעג פון גענצליכע לאנגווייליגקייט.
וואסי פשט דערפון?
איך האב געזעהן אמאל א ביכל פון המחנך חנוך ראזנבערג שליט"א ס'הייסט "שטייג אין שאיפות", די ערשטע פעידזש אין די בוק איז געווען צוויי "וועגן" (Mazes), איינס איז געווען א גראדע גרינגע וואס דויערט בערך 3 סעקונדעס צו מאכן, די צווייטע איז געווען א רעגולער "מעיז", דעי סארט וואס איך איך בין געווען געוואוינט צו מאכן אין די "קינדער שפיל" אויסגאבעס (איינער געדענקט נאך?), די ביכל האט ארויסגעברענגט אז קיינער וואלט נישט אויסגעקליבן צו מאכן די ערשטע "וועג", ווייל ס'האט נישט קיין שום טשעלענדזש, די גאנצע אינטערעסאנטקייט איז נאר ווען ס'איז דא א טשעלענדזש אין דעם.
די זעלבע איז מיטן לעבן, די לעבן וואלט געווען זייער באורינג אויב ס'איז נישט דא קיין טשעלענדזשעס אין דעם, ריכטיג אז ס'זעהט אויס - און ס'איז - שווער, אבער אן דעם איז די לעבן לאנגווייליג, צוועקלאז.
אין די ימות המשיח ווען ס'גייען פארשוואונדן ווערן די זכות וחובה שפיל, קיינער גייט נישט דורכפאלן און קיינער גייט זיך נישט שטארקן - ווייל ס'גייט נישט זיין קיין נסיונות אויף וואס זיך צו שטארקן - וועט אן אומבאשרייבליכע לאנגווייליגע געפיל ארומכאפן דעם מענטש, מ'גייט זאגן "אין לי בהם חפץ!" איך זעה נישט פארוואס איך לעב! פשוט און גראד!
און דעמאלטס………… נאך די שחיטת היצר, ווען מ'גייט איינזעהן די געשמאק און לעבנסוויכטיגקייט פון נסיונות און סטראגלס, וועלן מיר גארן עס צו כאפן ווי עמרם האט געכאפט זיינע ד' מינים מוצאי שבת נח, און דער רבוש"ע וועט אונז אפשטעלן און זאגן "קינדערלעך, נאמאר! נישט דא מער! ווער ס'האט זוכה געווען זיך צו מוטשענען ביז היינט, דער איז א געווינער, און ווער נישט…….. האט נישט!"
ס'גייט זיין זייער פעינפול, אבער וואס וועט מען קענען טוהן? מ'קען דאך שוין נישט!
לאמיר נישט זיין קיין נאראנים, לאמיר פארשטיין די תכלית און ריזיגע תועלת וואס יעדע סטראגל ברענגט אונז, דאנקן דעם אייבערשטען אויף דעם און זיך פארמעסטן מיט דעם לויט ווי ס'איז די רצון ה'.
אבער שנעל, ווייל משיח איז שוין אונטערן טיהר...........

נ.ב. פארהאן א ידוע'דיג ווארט פון בעלזא רב אויף די רש"י "תשורי מראש אמנה" וואס ברענגט ארויס די געדאנק וואס איך האב דא געשריבן, אבער היות איך האב מיך שוין צו שטארק צופירט די פינגער אויפן קיבאורד און איך גלייב אז רוב עולם קען דעם ווארט לאז איך עס אויף א צווייט מאל.

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

ענטפער: מוצאי שבת נח אין עמרם'ס סוכה. ו' חשון התש"פ 23:06 #261004

  • יחיאל
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • זוך שטארקען
  • מעלדונגען: 1106
  • האט שוין געלייקט: 5839 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 960 מאל
  • קאָרמא: 20

גרויסע שכח'
געדארפט יעצט שטארק חיזוק.
ביו געוועיזן אין א נישט גוטע מאד. [עס האט זוך אריין געגאנבעט א שטיקל עצבות]
ב''ה די באשעפער האט מיך צו געשיקט דעים אשוכל פאר חיזוק
שמייכל הק' יחיאל ביי ביי

זוך שטארקען און נאכאמאל זוך שטארקען בוז מען וועט ווערן 
א גיבור  [הכובש את יצרו]

לעצט פארראכטן: ו' חשון התש"פ 23:07 דורך יחיאל.

ענטפער: מוצאי שבת נח אין עמרם'ס סוכה. ז' חשון התש"פ 00:39 #261008

  • שמע-תפלתי
  • איצטיגע שטרעקע: 15 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 483
  • האט שוין געלייקט: 465 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1161 מאל
  • קאָרמא: 6

אוז"ע, ביזט דאך אזוי גיט, אין נאכמער, אזוי גערעכט.... זייער א גיטע משל פאר די נמשל, קיפ איט אפ, ביזט דאך מלא חיזוק פאר מיר,

להטות לבבנו אליו ללכת בכל דרכיו ולשמר מצותיו וחקיו ומשפטיו אשר צוה את אבתינו
כי עיקר מציאות האדם בעה"ז הוא רק לקיים מצות ולעמד בניסיון,  והנאות העולם אין ראוי שיהו לו אלא לעזר ולסיוע בלבד לשיהיה לו נחת רוח ויישוב הדעת למען יוכל לפנות לבו אל העבודה הזאת מסילת ישרים

ענטפער: מוצאי שבת נח אין עמרם'ס סוכה. ז' חשון התש"פ 04:01 #261012

  • יש בורא עולם
  • איצטיגע שטרעקע: 9 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 283
  • האט שוין געלייקט: 332 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 713 מאל
  • קאָרמא: 29

זאגט אזווי גוט איך בין אמאל געווען ביי ר' אלימילך בידערמאן שליט"א
האט ער ארויס געברענגט די נקודה אז וועט נאך קומען א טאג וואס מען וועט זיך בענקען צו די שווערע צייטן ווייל די צייט זענען מיר אזווי נאנט צו גאט אליין

ענטפער: מוצאי שבת נח אין עמרם'ס סוכה. ז' חשון התש"פ 18:52 #261044

  • יונגערמאן
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מיט א ברען צום אייבערשטען
  • מעלדונגען: 267
  • האט שוין געלייקט: 549 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 672 מאל
  • קאָרמא: 18

איך קען מיר נישט צוזאמקלויבן וואס צו זאגן אויף דעם אפילו דער באקאנטער אויסדרוק  נישטא קיין ווערטער איז ארעם.
די משל האט מיר אזוי שטארק נענעטער געברענגט צו די נקודה וואס איך ווייס שוין לאנג גאר לאנג
ווי שטארק גייען מיר זיך בענקען צו מדי ניסיונות לאמיר איצט אריטינכאפן 

עס איז דא א סעיאינג ווי  מער נארישע זאכן מען טוט ווען מען איז יונג אלס מער אינטעסאנטע זכרונות האט מען ווען מען איז אלט. כמו"כ לעינינו ווי מער ניסיונות מיר האבן יעצט אלס מער זיסע געשמאקע און פריילעכע זכרונות וועלן מיר האבן לימות המשיח. לעצטענס האב איך געדרייווט אויפן וועג צו וויליאמסבורג דער ערשטער מאל איך האב מיר פארזיכערט מיט א מורה דרך (GPSׁׂׂׂ) און איך האב מיר ארויסגעלאזט ארויפן וועג למעשה האט מיר דער כלי געפירט אין באד אריין אריין אויפן פאלעסיידס דאן צוריק צום טראוועי און דאן ארויס דא און אריין דארט און מיר געשיקט דורך מאנהעטן וואס חוץ פון די שמוציגע גאסן איז עס אויך אנגעזעצט און נעמט ווייסעך ווי לאנג עס דורכצופארן אנקומענדיג פארציילט מיר א חבר וואס קען זיך בעסער אויס אז בשעת וואס מיין וועג האט גענומען קרוב צו א דריי שעה האט זיין וועג גענומען א שעה מיט פופצען מינוט איך האב מיר געפילט חוזק עד אין לשער. אפאר טעג שפעטער אינדערהיים האב איך איבערגעטראכט די מעשה און איך האב מיר צושמייכעלט פרעגט מיר מיין ווייב וואס איז יעצט געשען האב איך איר געזאגט איך האב געטראכט פון מיין וועג אויף וויליאמסבורג פ]רעגט זי מיר און וואס איז דער געלעכטער האב איך איר געזאגט איך האב צו מיר געטראכט אז טאקע עס איז געווען א שווערע וועג און אויך נאכדעם איז געווען שווער אבער אין א צייט ארום גייט דאס אריינגיין און די געשמאקע זכרונות קאטאגאריע און פארדעם שמייכעל איך.

והנמשל מובן

ולכן, אל יפול לב האדם עליו, ואל ירע לבבו מאוד,
גם אם יהיה כן "כל ימיו" במלחמה זו
כי אולי לכך נברא וזאת עבודתו
(תניא קדישא פרק כ"ז)

ענטפער: מוצאי שבת נח אין עמרם'ס סוכה. ז' חשון התש"פ 19:48 #261055

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 17 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1659
  • האט שוין געלייקט: 3846 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 3003 מאל
  • קאָרמא: 56
PDF

פייל עטעטשמענט:

פייל נאמען: .pdf
פייל מאָס: 245 KB

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

ענטפער: מוצאי שבת נח אין עמרם'ס סוכה. ח' חשון התש"פ 16:54 #261091

  • שלום גאנץ
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • יעדע התגברות איז א דימאנט אונעם אייבערשטענס קרוין!
  • מעלדונגען: 278
  • האט שוין געלייקט: 582 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 610 מאל
  • קאָרמא: 19

זייער פיין געזאגט אוזע, א געשמאק צו ליינען יעדע ווארט 

כ'האב אמאל געהערט א גאנצע שיעור פון ר' עזריאל טויבער ז"ל אויף די נקודה, ער ברענגט ארויס אז די עיקר ענדשוימענט איז די טשעלענדש, מקען דאס אויך זען פון די שאך שפילערס קיינער וועט זיך נישט נעמען שפילן מיט א דריי יעריגע קינד איי די ווילסט דאך געוואונען יא אבער וואס איז אינטערעסאנט צו געוואונען א דריי יעריג קינד? ער וועט נעמען איינער וואס איז זיין לעוועל און ווי שווערער די שפיל איז געווען אלץ מער וועט ער ענדשויען ווען ער געווינט, אויך די מענטשען וואס קריכן מאונט עווערסט ווען זיי קומען אן אויבן זעטיגן זיי זיך נישט פון די פאנארמא, פון די לופט, זיי ענדשויען יעדע מינוט און קענען זיך נישט אפרייסן, אבער ווען איינער פליט דארט ארויף מיט אן העליקאפטער וועט ער נישט פילן די זעלבע פארוואס? ווייל דער וואס האט געקראכן האט זיך געמוטשעט שוין געוואלט 30 מאל אויפגעבן און געגאנגען ווייטער און ווייטער ביז ער האט דעגרייכט די שפיץ, דאס איז די הנאה, די טשעלנדש  

די זעלבע טייערע חברים אויב די מוטשעסט זיך און פאלסט דורך און מוטשעסט דיר נאכאמאל און די געסט א קוק און די זייט און דו זעסט ווי דיינע חברים רוקן טעג זיי גייען פאראויס מיט א אימפעט און דו טראכסט אךך פארוואס מוטשע איך זיך אזוי איך וואלט אויך געוואלט זיך אויפסיינען און זיך נעמען האקן טעג און סזאל פארן געשמירט, זיי אים נישט מקנא קען זיין אויף די מינוט איז אים גרינגער אבער זאלסט וויסן ווען דו וועסט ענדליך אנקומען אויבן ביי די שפיץ וועט דיין הנאה זיין אומבאשרייבליך און ווי שווערער די וועג איז אלץ שטערקער וועט זיין דיין הנאה!     

אנא עבדא דקדשא בריך הוא דסגידנא קמה ומקמי דיקר אוריתה בכל עדן ועדן

הייליגע באשעפער העלף איך זאל מיר שטענדיג קענען אינגאנצן מבטל זיין צו דיר, איך זאל אייביג טון דיין רצון מיט מיין גאנצע הארץ  

ענטפער: מוצאי שבת נח אין עמרם'ס סוכה. ח' חשון התש"פ 16:58 #261092

  • שלום גאנץ
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • יעדע התגברות איז א דימאנט אונעם אייבערשטענס קרוין!
  • מעלדונגען: 278
  • האט שוין געלייקט: 582 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 610 מאל
  • קאָרמא: 19
ich vil zan ehrlich געשריבן on ו' חשון התש"פ 22:51:


אז א סוכה שטייט נאך מוצ"ש נח איז גאנץ אן אומבאלומפערטע צייכן,


אוטש מיין סוכה איז נאך געשטאנען מוצ"ש נח, בושות...

אנא עבדא דקדשא בריך הוא דסגידנא קמה ומקמי דיקר אוריתה בכל עדן ועדן

הייליגע באשעפער העלף איך זאל מיר שטענדיג קענען אינגאנצן מבטל זיין צו דיר, איך זאל אייביג טון דיין רצון מיט מיין גאנצע הארץ  

ענטפער: מוצאי שבת נח אין עמרם'ס סוכה. ח' חשון התש"פ 17:00 #261093

  • שלום גאנץ
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • יעדע התגברות איז א דימאנט אונעם אייבערשטענס קרוין!
  • מעלדונגען: 278
  • האט שוין געלייקט: 582 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 610 מאל
  • קאָרמא: 19





נ.ב. פארהאן א ידוע'דיג ווארט פון בעלזא רב אויף די רש"י "תשורי מראש אמנה" וואס ברענגט ארויס די געדאנק וואס איך האב דא געשריבן, אבער היות איך האב מיך שוין צו שטארק צופירט די פינגער אויפן קיבאורד און איך גלייב אז רוב עולם קען דעם ווארט לאז איך עס אויף א צווייט מאל.




ניין איך קען נישט די ווארט, ווען וועט זיין די צווייט מאל?
אנא עבדא דקדשא בריך הוא דסגידנא קמה ומקמי דיקר אוריתה בכל עדן ועדן

הייליגע באשעפער העלף איך זאל מיר שטענדיג קענען אינגאנצן מבטל זיין צו דיר, איך זאל אייביג טון דיין רצון מיט מיין גאנצע הארץ  

ענטפער: מוצאי שבת נח אין עמרם'ס סוכה. ח' חשון התש"פ 17:16 #261095

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 592 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1152
  • האט שוין געלייקט: 907 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2148 מאל
  • קאָרמא: 50
שלום גאנץ געשריבן on ח' חשון התש"פ 16:58:

ich vil zan ehrlich געשריבן on ו' חשון התש"פ 22:51:


אז א סוכה שטייט נאך מוצ"ש נח איז גאנץ אן אומבאלומפערטע צייכן,


אוטש מיין סוכה איז נאך געשטאנען מוצ"ש נח, בושות...


ס'איז גארנישט שלום, ביי מיר איז עס נאך אויך געשטאנען, און איך שעם מיך נישט דערמיט ווילאנג איך האב נישט גרויסע בחורים וואס זאלן עס טון פאר מיר...

אסרו חג בין איך צוריקגעפלויגן צו די ארבעט אויפכאפן אזויפיל זאכן, היינט איז די סוכה געווארן ב"ה אוועקגעלייגט פאר קומענדיגע יאר הבעלל"ט.

לשנה הבא בירושלים!

ענטפער: מוצאי שבת נח אין עמרם'ס סוכה. ח' חשון התש"פ 18:36 #261099

  • יחיאל
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • זוך שטארקען
  • מעלדונגען: 1106
  • האט שוין געלייקט: 5839 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 960 מאל
  • קאָרמא: 20
שלום גאנץ געשריבן on ח' חשון התש"פ 16:58:

ich vil zan ehrlich געשריבן on ו' חשון התש"פ 22:51:


אז א סוכה שטייט נאך מוצ"ש נח איז גאנץ אן אומבאלומפערטע צייכן,


אוטש מיין סוכה איז נאך געשטאנען מוצ"ש נח, בושות...


איך האב עס צונומען נאר וויבאלט איך האב מורה פון מיין לענדלער

זוך שטארקען און נאכאמאל זוך שטארקען בוז מען וועט ווערן 
א גיבור  [הכובש את יצרו]

ענטפער: מוצאי שבת נח אין עמרם'ס סוכה. ח' חשון התש"פ 19:08 #261104

  • יונה מצאה
  • איצטיגע שטרעקע: 308 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר המאה
  • יונה מצאה בו מנוח
  • מעלדונגען: 223
  • האט שוין געלייקט: 299 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 267 מאל
  • קאָרמא: 26

מיין סוכה שטייט נאך פאר ווער עס וויל עס קומען צונעמען און אוועקפאקן. ס'איז נאך אוועיליבל

ענטפער: מוצאי שבת נח אין עמרם'ס סוכה. ח' חשון התש"פ 19:15 #261106

  • יחיאל
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • זוך שטארקען
  • מעלדונגען: 1106
  • האט שוין געלייקט: 5839 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 960 מאל
  • קאָרמא: 20
יונה מצאה געשריבן on ח' חשון התש"פ 19:08:

מיין סוכה שטייט נאך פאר ווער עס וויל עס קומען צונעמען און אוועקפאקן. ס'איז נאך אוועיליבל


די גייסט מיר באצלען די וועג צו פארן ?

זוך שטארקען און נאכאמאל זוך שטארקען בוז מען וועט ווערן 
א גיבור  [הכובש את יצרו]

ענטפער: מוצאי שבת נח אין עמרם'ס סוכה. ח' חשון התש"פ 21:17 #261113

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 17 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1659
  • האט שוין געלייקט: 3846 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 3003 מאל
  • קאָרמא: 56
שלום גאנץ געשריבן on ח' חשון התש"פ 16:58:

ich vil zan ehrlich געשריבן on ו' חשון התש"פ 22:51:


אז א סוכה שטייט נאך מוצ"ש נח איז גאנץ אן אומבאלומפערטע צייכן,


אוטש מיין סוכה איז נאך געשטאנען מוצ"ש נח, בושות...


שלום, אונז ווייסמער דאך יא דעם אמת אז דו האסט עס געוואלט צאמלייגן נאר ס'איז געווען זייער ווינטיג.
געדענקסט נישט?

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

ענטפער: מוצאי שבת נח אין עמרם'ס סוכה. ח' חשון התש"פ 21:38 #261117

  • שלום גאנץ
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • יעדע התגברות איז א דימאנט אונעם אייבערשטענס קרוין!
  • מעלדונגען: 278
  • האט שוין געלייקט: 582 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 610 מאל
  • קאָרמא: 19
ich vil zan ehrlich געשריבן on ח' חשון התש"פ 21:17:

שלום גאנץ געשריבן on ח' חשון התש"פ 16:58:

ich vil zan ehrlich געשריבן on ו' חשון התש"פ 22:51:


אז א סוכה שטייט נאך מוצ"ש נח איז גאנץ אן אומבאלומפערטע צייכן,


אוטש מיין סוכה איז נאך געשטאנען מוצ"ש נח, בושות...


שלום, אונז ווייסמער דאך יא דעם אמת אז דו האסט עס געוואלט צאמלייגן נאר ס'איז געווען זייער ווינטיג.
געדענקסט נישט?


דו קענסט נישט אראפרייסן עמרם און מיר פארענטפערן...

גראדע האט שטארק גערעגנט, איך געדענק נישט אויב ס'געווען ווינטיג

אנא עבדא דקדשא בריך הוא דסגידנא קמה ומקמי דיקר אוריתה בכל עדן ועדן

הייליגע באשעפער העלף איך זאל מיר שטענדיג קענען אינגאנצן מבטל זיין צו דיר, איך זאל אייביג טון דיין רצון מיט מיין גאנצע הארץ  

ענטפער: מוצאי שבת נח אין עמרם'ס סוכה. ט' חשון התש"פ 00:07 #261129

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 592 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1152
  • האט שוין געלייקט: 907 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2148 מאל
  • קאָרמא: 50
ich vil zan ehrlich געשריבן on ו' חשון התש"פ 22:51:

איידעלערהייט האב איך געקלאפט אויפן פראוואזארישן טיהר און שטיל געפליסטערט, "עמרם". איך האב עס געדארפט אזוי איבערטוהן דריי מאל, און יעדעס מאל מיט א געהעכערטע שטימע (פונקט ווי ביי כל נדרי) ביז איך האב געהערט זיינע שיך קומען צו מיין ריכטונג.


פאר ווער ס'קען אביסל היסטאריע איז איינס פון די סימנים אויפן ירושלמי המזוייף געווען, אז אין יעדע מס' איז דא א פרישע נאמען פון א תנא/אמורה וואס ווערט נאר דארט דערמאנט, און אין די געפעלטשטע ירושלמי איז נישט געווען קיין נייע נעמען.

איינס פון מיינע סימנים אויף א פאסוט אז ס'איז פון אוזע'לע איז (דהיינו אז אפי' איך זאל נישט קוקן ווער ס'האט עס געשריבן וועל איך אליינס צוטרעפן), אז אין יעדע לענגערע פאוסט פון אים, וועט מיר נתגלה ווערן א נייע ווארט, וואס איך וועל דארפן מאכן מיין ריסוירדזש אויסצופיגערן וואס עס מיינט, און דאס מאל איז עס געווען "געפליסטערט...", (און פאר ווער עס ווייסט נאך אלץ נישט, מיינט עס "געברומט").

אוי אוזע'לע..... ביסט דאך אזוי זיס... וואס איך וועל שרייבן וועט נישט זיין גענוג, איך וועל דעריבער בלייבן שטיין דא.

דער עצם נמשל איז געוואלדיג!

ענטפער: מוצאי שבת נח אין עמרם'ס סוכה. ט' חשון התש"פ 02:20 #261130

  • friend
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • כי ימינך פשוטה לקבל שבים
  • מעלדונגען: 1166
  • האט שוין געלייקט: 369 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1176 מאל
  • קאָרמא: 13
שלום גאנץ געשריבן on ח' חשון התש"פ 21:38:

ich vil zan ehrlich געשריבן on ח' חשון התש"פ 21:17:

שלום גאנץ געשריבן on ח' חשון התש"פ 16:58:

ich vil zan ehrlich געשריבן on ו' חשון התש"פ 22:51:


אז א סוכה שטייט נאך מוצ"ש נח איז גאנץ אן אומבאלומפערטע צייכן,


אוטש מיין סוכה איז נאך געשטאנען מוצ"ש נח, בושות...


שלום, אונז ווייסמער דאך יא דעם אמת אז דו האסט עס געוואלט צאמלייגן נאר ס'איז געווען זייער ווינטיג.
געדענקסט נישט?


דו קענסט נישט אראפרייסן עמרם און מיר פארענטפערן...

גראדע האט שטארק גערעגנט, איך געדענק נישט אויב ס'געווען ווינטיג


איך שעם זיך צו פארציילען 
האב מורא מען וועט מיר אויסלאכן 
מיין סוכה איז שוין געוווען אוועק געפאקט צוויי טעג נאך סוכות

מען דארף זיין גוט צו יעדעם אבער נישט מיט יעדעם

ענטפער: מוצאי שבת נח אין עמרם'ס סוכה. ט' חשון התש"פ 21:58 #261197

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 17 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1659
  • האט שוין געלייקט: 3846 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 3003 מאל
  • קאָרמא: 56
אחכה לו געשריבן on ט' חשון התש"פ 00:07:

ich vil zan ehrlich געשריבן on ו' חשון התש"פ 22:51:

איידעלערהייט האב איך געקלאפט אויפן פראוואזארישן טיהר און שטיל געפליסטערט, "עמרם". איך האב עס געדארפט אזוי איבערטוהן דריי מאל, און יעדעס מאל מיט א געהעכערטע שטימע (פונקט ווי ביי כל נדרי) ביז איך האב געהערט זיינע שיך קומען צו מיין ריכטונג.


פאר ווער ס'קען אביסל היסטאריע איז איינס פון די סימנים אויפן ירושלמי המזוייף געווען, אז אין יעדע מס' איז דא א פרישע נאמען פון א תנא/אמורה וואס ווערט נאר דארט דערמאנט, און אין די געפעלטשטע ירושלמי איז נישט געווען קיין נייע נעמען.

איינס פון מיינע סימנים אויף א פאסוט אז ס'איז פון אוזע'לע איז (דהיינו אז אפי' איך זאל נישט קוקן ווער ס'האט עס געשריבן וועל איך אליינס צוטרעפן), אז אין יעדע לענגערע פאוסט פון אים, וועט מיר נתגלה ווערן א נייע ווארט, וואס איך וועל דארפן מאכן מיין ריסוירדזש אויסצופיגערן וואס עס מיינט, און דאס מאל איז עס געווען "געפליסטערט...", (און פאר ווער עס ווייסט נאך אלץ נישט, מיינט עס "געברומט").

אוי אוזע'לע..... ביסט דאך אזוי זיס... וואס איך וועל שרייבן וועט נישט זיין גענוג, איך וועל דעריבער בלייבן שטיין דא.

דער עצם נמשל איז געוואלדיג!



העי! דו האסט נישט געליינט די מנחם מענדל ביכלעך? דאונט טעל מי! ס'פאסט נישט פאר דיר אחכה!

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

ענטפער: מוצאי שבת נח אין עמרם'ס סוכה. י' חשון התש"פ 00:16 #261209

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 592 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1152
  • האט שוין געלייקט: 907 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2148 מאל
  • קאָרמא: 50
שלום גאנץ געשריבן on ח' חשון התש"פ 16:54:

זייער פיין געזאגט אוזע, א געשמאק צו ליינען יעדע ווארט 

כ'האב אמאל געהערט א גאנצע שיעור פון ר' עזריאל טויבער ז"ל אויף די נקודה, ער ברענגט ארויס אז די עיקר ענדשוימענט איז די טשעלענדש, מקען דאס אויך זען פון די שאך שפילערס קיינער וועט זיך נישט נעמען שפילן מיט א דריי יעריגע קינד איי די ווילסט דאך געוואונען יא אבער וואס איז אינטערעסאנט צו געוואונען א דריי יעריג קינד? ער וועט נעמען איינער וואס איז זיין לעוועל און ווי שווערער די שפיל איז געווען אלץ מער וועט ער ענדשויען ווען ער געווינט, אויך די מענטשען וואס קריכן מאונט עווערסט ווען זיי קומען אן אויבן זעטיגן זיי זיך נישט פון די פאנארמא, פון די לופט, זיי ענדשויען יעדע מינוט און קענען זיך נישט אפרייסן, אבער ווען איינער פליט דארט ארויף מיט אן העליקאפטער וועט ער נישט פילן די זעלבע פארוואס? ווייל דער וואס האט געקראכן האט זיך געמוטשעט שוין געוואלט 30 מאל אויפגעבן און געגאנגען ווייטער און ווייטער ביז ער האט דעגרייכט די שפיץ, דאס איז די הנאה, די טשעלנדש  

די זעלבע טייערע חברים אויב די מוטשעסט זיך און פאלסט דורך און מוטשעסט דיר נאכאמאל און די געסט א קוק און די זייט און דו זעסט ווי דיינע חברים רוקן טעג זיי גייען פאראויס מיט א אימפעט און דו טראכסט אךך פארוואס מוטשע איך זיך אזוי איך וואלט אויך געוואלט זיך אויפסיינען און זיך נעמען האקן טעג און סזאל פארן געשמירט, זיי אים נישט מקנא קען זיין אויף די מינוט איז אים גרינגער אבער זאלסט וויסן ווען דו וועסט ענדליך אנקומען אויבן ביי די שפיץ וועט דיין הנאה זיין אומבאשרייבליך און ווי שווערער די וועג איז אלץ שטערקער וועט זיין דיין הנאה!  


שלום הערשט יעצט באמערק דער פאוסט, א שטארקע נקודה למחשבה!

דער שלום לאזט זיך נישט הערן זייער אפט, אבער ווען ער זאגט שוין יא עפעס, איז עס בבחי' טוב מעט בכוונה.

חוץ מזה האב איך א באזונדערע הנאה ווען שלום שרייבט, און ס'גיט א פאפ ארויף דער הערליכער בלויע סנפירין שטיין אינטער זיין נאמען... ממש א מחי'!

לעצט פארראכטן: י' חשון התש"פ 00:17 דורך אחכה לו.

ענטפער: מוצאי שבת נח אין עמרם'ס סוכה. כ"ח תשרי התשפ"א 09:36 #268754

  • חיים חייקל
  • איצטיגע שטרעקע: 38 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 174
  • האט שוין געלייקט: 1003 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 379 מאל
  • קאָרמא: 16

ארויף לכבוד פרשת נח

זעה דא 

לעשות נחת רוח להבורא יתברך שמו

זיך צו לאזן היילן איז טאקע שווער. אבער צו בלייבן קראנק איז נאך שווערער

לעצט פארראכטן: כ"ח תשרי התשפ"א 09:38 דורך חיים חייקל.

ענטפער: מוצאי שבת נח אין עמרם'ס סוכה. כ"ח תשרי התשפ"א 10:46 #268756

  • שיע
  • איצטיגע שטרעקע: 9 טעג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 3
  • האט שוין געלייקט: 8 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל
  • קאָרמא: 0

זייער שטארק שכח

ענטפער: מוצאי שבת נח אין עמרם'ס סוכה. ד' חשון התשפ"א 17:54 #268886

  • אפהיטן
  • איצטיגע שטרעקע: 188 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 256
  • האט שוין געלייקט: 70 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 329 מאל
  • קאָרמא: 11

זייער צום פינטל,
איך האב מיך באמת אביסל געפונען דאס פלאץ ביי די מעשה, ווען איך האב ארומגעקוקט צום גדלי' ווען איך האב געדאווענט מנחה נאך א געהויבענע תענות די ראש השנה שמונה עשרה ווען איך האב געפילט ווי מען וויל דאס מן השמים ווייל איך האב געטראפן א ר"ה מחזור צו די האנט,

יא אסאך מאל ווען די ייצר ברענט פיהל איך אז איך קען נישט מער און איך וויל שוין הערן דעם קול שופט יעצט, אז נישט בין איך צוריק אין תהום,
אבער זייער שיין ארויסגעברענגט אז דאן וועט מען קיין שכר נישט באקומען ווייל קיין תאווה וועט מער נישט זיין.

גדלי', וואס ארבעט זיך צו האלטן הייליג און ווערן נענטער צום טאטען
This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it


ביג בוק קאפיטאל 7

לעבן וועט באקומען א נייע באדייט. מיטצוהאלטן ווי מענטשן ערהוילן זיך, צו זעהן ווי אזוי זיי העלפן אנדערע, מיטצוהאלטן ווי אזוי איינזאמקייט ווערט פארשווינדן, צו זעהן ווי אזוי א חברותא'שאפט וואקסט אויף ארום דיר, צו האבן א גרויסע קבוצה פון חברים - דאס איז אן איבערלעבעניש וואס דו טארסט נישט פארפאסן. מיר ווייסן אז דו וועסט עס נישט ווילן פארפאסן. א שטענדיגע פארבינדונג מיט נייע-צוקומער און מיט אנדערע איז די ליכטיגע ווינקל פון אונזער לעבן.

ענטפער: מוצאי שבת נח אין עמרם'ס סוכה. ד' חשון התשפ"א 22:12 #268888

  • ואטהר ואתקדש
  • איצטיגע שטרעקע: 100 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 120
  • האט שוין געלייקט: 152 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 109 מאל
  • קאָרמא: 3
WOW WOW דאס איז נישט סתם.
שכח אוז"ע פאר דעם הערליכן ארטיקל.
און שכח חיים חייקל פארן ארויף ברענגן היי-יאר דעם פאריעריגן טעמע אויפן אויבערפלאך.

די משל ונמשל איז מורא'דיג מורא'דיג.
מלא מוסר מלא חיזוק, און וואס נישט.
יעצט קען מיר צוריק גיין אויפן פראנט מיט פרישע כחות.

אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו יודע כל מעשה בני אדם וכל מחשבותם שנאמר היוצר יחד לבם המבין אל כל מעשיהם.
אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו גומל טוב לשומרי מצותיו ומעניש לעוברי מצותיו.

ענטפער: מוצאי שבת נח אין עמרם'ס סוכה. ד' חשון התשפ"א 23:18 #268893

  • GYE YIDDISH
  • OFFLINE
  • אדמיניסטראטאר
  • אדמיניסטראטאר
  • מעלדונגען: 1556
  • האט שוין געלייקט: 398 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 216 מאל
  • קאָרמא: 7

כיהודא ועוד לקרא, וויל איך מיך באדאנקען פאר אוז"ל'ע (בלשון חיבה'לע) פאר'ן הערליכן ארטיקל, וואס בשעת'ן דאס שרייבן האט ער לכאורה נישט גע'חלומ'ט אז דאס וועט ווערן באנוצט פאר'ן הויפט ארטיקל אינעם וועכנטליכן אויפגעפרישטן "חיזוק" אימעילס פון הד"א.
ישר כח!

פאר סיי וועלכע הילף קענט איר אונז שיקן א PM אדער אן אימעיל צו This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it און מיר וועלן פרובירן אייך צו העלפן בס"ד
  • בלאט:
  • 1
אחראים: GYE YIDDISH
צייט צו מאכן א בלאט: 1.76 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא