ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1

טעמע: אמת'דיג, אויפריכטיג, און ריאליסטיש! 103 באזוכער

אמת'דיג, אויפריכטיג, און ריאליסטיש! י' חשון התש"פ 00:39 #261213

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 246 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 804
  • האט שוין געלייקט: 386 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1482 מאל
  • קאָרמא: 26
אמת'דיג, אויפריכטיג, און ריאליסטיש!

אט דאס זענען די "שלשה תיבות הבאים כאחד" וואס איך וואלט געזאגט פאר איינעם וואס וואלט מיר געבעטן צו עקרלערן וואס איז דאס "הדא" על רגל אחת.

עס איז א נקודה וואס איך וויל שוין לאנג ארויסברענגן דא אויפן פארום, ומשום אמיתיות הדברים האב איך געשפירט אז עס איז ראוי פאר א טרעד בפני עצמו.

איך האב שוין אין מיין לעבן זיך געטראפן מיט אסאך "גוטע" מענטשן.

​איך האב שוין אין מיין לעבן זיך געטראפן מיט אסאך "ערענסטע" מענטשן.

​איך האב שוין אין מיין לעבן זיך געטראפן מיט אסאך "פריינטליכע" מענטשן.

​איך האב שוין אין מיין לעבן זיך געטראפן מיט אסאך "קלוגע" מענטשן.

​איך האב שוין אין מיין לעבן זיך געטראפן מיט אסאך "געשמאקע" מענטשן.

אבער...

איך האב מיך אין מיין לעבן זייער ווייניג אנגעטראפן מיט "אמת'ע" מענטשן.

איך האב מיך אין מיין לעבן זייער ווייניג אנגעטראפן מיט "אויפריכטיגע" מענטשן.

איך האב מיך אין מיין לעבן זייער ווייניג אנגעטראפן מיט "ריאליסטישע" מענטשן.

ביז...

ביז איך בין אנגעקומען צו הדא. דא האט זיך פאר מיר געעפענט א נייע וועלט, א גענצליכע נייע אויפדעקונג. א וועלט פון אמת'דיגקייט, פון אויפריכטיגקייט, און א פולקאמער ריאליסטישע וועלט.

א וועלט ווי קיינער אנטלויפט נישט פון זייערע פראבלעמען, א וועלט ווי מען האט נישט מורא זיך צו קוקן אין שפיגל און פעיסן די אייגענע פראבלעמען און מוטשענישן וואס מען האט. און זיך העלפן דערויף.

במשך די פארגאנגענע איבער 8 חדשים וואס איך בין בחסדי ה' דא אויף הדא, זעה איך עס יעדן טאג, און איך בין נאך אלץ אינספערירט דערפון ממש ווי אין אנהויב. במשך די צייט האב איך שוין געהאט די געלעגענהייט זיך צו טרעפן מיט עטליכע חבירים דא (וואס איז מיר ב"ה געווען א שטארקע תועלת), און איך בין נתפעל געווארן פון יעדעם באזונדער פון די זעלבע זאך, ווי אמת'דיג, אויפריכטיג, און ריאליסטיש אלע זענען. נעמליך, דאס איז די איינציגסטע וועג וויאזוי מיר קענען זיך העלפן.

מיט דער צייט האב איך אנגעהויבן צו נוצן די מושגים פון זיין אויפריכטיג און ריאליסטיש אויך אין אנדערע חלקים אין מיין לעבן וואס האט לאו דוקא שייכות צו עניני הדא, צו אין חינוך הבנים, שלום בית, ביזנעס, און פריוואטע לעבן. איך האב אנגעהויבן קוקן אויף זאכן מיט א "הדא בליק", אן זיך אליינס צו נארן, און אן זיך אליינס צו פאפן, און ב"ה אז איך האב אין די לעצטע תקופה זוכה געווען צו מאכן עטליכע "גרויסע" החלטות אין מיין לעבן, וואס דאס איז אלעס געווען א דירעקטע פועל יוצא פון אט דער געדאנקענגאנג: "אמת'דיג, אויפריכטיג, און ריאליסטיש".

און דאנק דעם באשעפער, איך דאנק די מנהלים, און איך דאנק אלע מיינע "אמת'דיגע אויפריכטיגע און ריאליסטישע" חבירים דא אויף הדא.

איך בין נישט קיין פוסק, און נישט קיין מכריע. ווען איך שרייב עפעס איז עס בדרך כלל נאר מיטגעטיילט מיין ערפארונג און איך בין קיינעם נישט מחייב אנצונעמען מיין מיינונג, אויב מ'וויל קען מען עס פרובירן און זען צו ס'ארבעט, און איך האב נאכאלץ דער פולסטער רעספעקט און כבוד צו א צווייטנ'ס מיינונג אפי' עס איז אנדערש אדער מחולק מיט מיין מיינונג.
לעצט פארראכטן: י' חשון התש"פ 00:41 דורך אחכה לו.

ענטפער: אמת'דיג, אויפריכטיג, און ריאליסטיש! י' חשון התש"פ 01:11 #261218

  • holychaim
  • איצטיגע שטרעקע: 1065 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 375
  • האט שוין געלייקט: 426 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 961 מאל
  • קאָרמא: 10

איך האב קיין ווערטער.
אחכה האסט צוגעטראפן איך נאך זייער זייער הנאה פון די אשכול.
שכח 

הקדוש חיים

ענטפער: אמת'דיג, אויפריכטיג, און ריאליסטיש! י' חשון התש"פ 04:50 #261222

  • Dac2813
  • איצטיגע שטרעקע: 18 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 76
  • האט שוין געלייקט: 12 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 172 מאל
  • קאָרמא: 15

ייש"כ אחכה פאר דיינע טייערע פערל ווערטער, אבער עס איז אזוי אמת'דיג, די סתם המון עם דרייען זיך ארום אין ביהמ"ד יעדער איינער ארום גענומען מיט זיין פעלץ, אונטער וואס ער באהאלט זיין אמת'דיגע מציאות, און ביי זיך טראכט ער ווען יענער זאל וויסן וואס גייט פאר אונטער די קוליסן, ווער וואלט זיך געוואלט חבר'ן מיט מיר, ווער וואלט געוואלט רעדן מיט מיר.
און לכבוד דעם קען א מענטש נישט אויפריכטיג מיט זיך אליין, און איינערקענען און זיינע פראבלעמען.
און אודאי אודאי נישט זיין ריאליסטיש, וואס דאס מיינט טוהן צו דער זאך און האנדלען זיינע פראבלעמען אויף די ריכטיגע וועג.

אבער שקר אין לו רגלים, די פאלטשע וועלט איז גורם אז א מענטש קען נישט שטיין אויף זיינע אייגענע פיס, נאר ער ברעכט אונטער, און קיינער ווייסט נישט וואס איז די אמת'דיגע סיבה פארוואס יענער האט אונטער געבראכן.

די וועלט זאגט א ווערטל קיינער איז נאך נישט געשטארבן פון הונגער, נאר פון בושה. דהיינו ער האט זיך געשעהמט צו דערציילן אז ער האט נישט וואס צו עסן, ממילא האט אים קיינער נישט געהאלפן, און ער איז געשטארבן.
די זעלבע זאך דא, קיינער איז נישט חרוב געווארן ווייל ער האט זיך געמוטשעט מיט נסיונות, נאר ווייל ער האט זיך געשעהמט צו איינערקענען אז ער מוטשעט זיך, אדער ווייל ער האט זיך געשעהמט צו גיין בעהטן הילף.

אבער די גמרא אין מסכת קידושין דערציילט אונז א מעשה, וואס איז א לימוד פאר אונז וויאזוי מען דארף זיך צו פירן, (אפשר וועט מען עס אמאהל אויסשמועסן באריכות, זיך צו לערנען פון דעם וואס איז די ריכטיגע וועג, און וויאזוי מען דארף עס צו טוהן) אז עס אינגעקומען קיין נהרדעא א געפאנגענע פרוי, און זי איז איינגעשטאנען רב עמרם חסידא, ווען ער האט געהאט א נסיון האט ער געשריגן, עס ברענט א פייער אין די הויז פון עמרם, און די גאנצע שטאט איז זיך צוזאמען געלאפן, און אזוי איז ער געראטעוועט געווארן פון זונדיגן, ווייל ער האט זיך נישט געשעהמט צו טוהן צו דער זאך און נעמען די ריכטיגע הילף

אשרינו אז מיר האבן די זכיה צו זיין אויפריכטיג מיט זיך אליין, און טוהן צו דער זאך

לעצט פארראכטן: י' חשון התש"פ 11:20 דורך Dac2813.

ענטפער: אמת'דיג, אויפריכטיג, און ריאליסטיש! י' חשון התש"פ 10:49 #261226

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 246 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 804
  • האט שוין געלייקט: 386 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1482 מאל
  • קאָרמא: 26
Dac2813 געשריבן on י' חשון התש"פ 04:50:

די וועלט זאגט א ווערטל קיינער איז נאך נישט געשטארבן פון הונגער, נאר פון בושה. דהיינו ער האט זיך געשעהמט צו דערציילן אז ער האט נישט וואס צו עסן, ממילא האט אים קיינער נישט געהאלפן, און ער איז געשטארבן.
די זעלבע זאך דא, קיינער איז נישט חרוב געווארן ווייל ער האט זיך געמוטשעט מיט נסיונות, נאר ווייל ער האט זיך געשעהמט צו איינערקענען אז ער מוטשעט זיך, אדער ווייל ער האט זיך געשעהמט צו גיין בעהטן הילף.


יא, יא...., שטארק געזאגט, און ס'איז אזוי אמת, ועל הכלל כולו יצא, נישט נאר אין אונזער געראנגל, ס'איז אזוי ביי אלע עניני תורת הנפש וכדומה לזה, מ'שעמט זיך צו קומען בעטן פאר הילף.

איך האב אמאל געהערט פון א גוטע איד האט ער געזאגט: יעדער איינער מוטשעט זיך... די שאלה איז נאר "ווער עס קען עס בעסער באהאלטן..."

איך בין נישט קיין פוסק, און נישט קיין מכריע. ווען איך שרייב עפעס איז עס בדרך כלל נאר מיטגעטיילט מיין ערפארונג און איך בין קיינעם נישט מחייב אנצונעמען מיין מיינונג, אויב מ'וויל קען מען עס פרובירן און זען צו ס'ארבעט, און איך האב נאכאלץ דער פולסטער רעספעקט און כבוד צו א צווייטנ'ס מיינונג אפי' עס איז אנדערש אדער מחולק מיט מיין מיינונג.
  • בלאט:
  • 1
צייט צו מאכן א בלאט: 0.31 סעקונדעס

Are you sure?

יא