ברוכים הבאים, גאסט

טעמע: הערות איבער די נושא 7594 באזוכער

הערות איבער די נושא ט"ו אלול התשע"ד 16:50 #28666

  • ארץ
עד כאן מיר גרייטען זיך יעצט צו די 40 הייליגע טעג ביטע געב אונז עפעס ברען שטאף וויל זייט איך בין צוריק אין די סיטי מז איך האבן GYE עס איז מיין ליפט צו אטעמען  השם וועט דיר געבען אין געבען וויל אז מיט מיט דהשם'ס קינדער געט ער אין ער געט כל חללה דעאלמא

הערות איבער די נושא ט"ו אלול התשע"ד 18:05 #28682

  • בשמחה תמיד
  • איצטיגע שטרעקע: 277 טעג
  • OFFLINE
  • א
  • מעלדונגען: 3825
  • האט שוין געלייקט: 7 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
הריני מצרף לבקשת "ארץ"
מיר ווארטן בכליון עינים
לא צמא למים... כי אם לשמוע... את דבר השם

הערות איבער די נושא י"ט אלול התשע"ד 12:24 #29007

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 49 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 373
  • האט שוין געלייקט: 183 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 320 מאל
געלייגט א נייע אנאליז, עס ליגט ביי די אינגעלייט וואונקל.

איך אנטשולדיג מיר נאכאמאל פארן שפעטיגן, עס איז מיר יעצט א גאר אנגעשטרענגטע צייט, כמעט אומעגליך אראפצוגנבענען אפאר שעה פאר א אנאליז, אבער מיר וועלן נאכפאלגן מיט אנאליזן אזוי ווי די צייט וועט ערלויבן.
כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר פאר ענק אלע.
משה'לע.

goo.gl/qRFlmr

הערות איבער די נושא י"ט אלול התשע"ד 13:44 #29014

  • בשמחה תמיד
  • איצטיגע שטרעקע: 277 טעג
  • OFFLINE
  • א
  • מעלדונגען: 3825
  • האט שוין געלייקט: 7 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
יישר כח פאר די הערליכע ארטיקל
עס איז ממש א מייסטער ארבעט

צום באוואונדערן
גראדע בין איך שטארק אונטער סטרעס צוליב, געלט זאכן, און דיינע ווערטער זענען בס"ד פונקט אין די גוטע צייט געזאגט געווארן פאר מיר


עקסטער דאנק פאר די סענס אויף הומאר:


אויב זענט איר א ווייטאמין ליבהאבער, 
אויב בוזטו א הערבעליסט,
מען דארף נאר גיין צו א קייראופראקטער עס זאל באמת ווירקן.

און פאר די וואס פארן קיין אומאן, כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכיך, און פועלט אלעס גוטס.


און פאר דיין הקדמה...


הקדמה

ביים פאריגן אנאליז האבן מיר געשריבן אז מיר וועלן ממשיך זיין מיט מצות עונה כתיקונה, אבער היות אינדערצווישן האט אונזער חבר שאץ מאץ אראפגעשריבן גאנץ א פיין ארטיקל,


מיר קענען נוצן מער איבער דעם
מיר וועלן זיין דאנקבאר פאר א מאמר איבער די נושא פון דיר



א כתיבה וחתימה טובה פאר אלע חברים וידידים כאן, און א גוט געבענטש יאר.


והמברך יתברך, בשנת ברכה גאולה וישועה להיכתב בספר החיים....


און פאר די וואס פארן קיין אומאן, כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכיך, און פועלט אלעס גוטס.

און ווי מ'וואונטשט אין אומאן.....
בספרן של צדיקים אמיתיים

הערות איבער די נושא י"ט אלול התשע"ד 21:30 #29073

  • Idontknow
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • מעלדונגען: 658
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל
איינער וואס לעבט מיט די 12 סטעפס קומט נישט אן צו די פראבלעם ווי משה איז אנגעקומען

הערות איבער די נושא כ' אלול התשע"ד 13:14 #29083

  • GYE YIDDISH
  • OFFLINE
  • אדמיניסטראטאר
  • אדמיניסטראטאר
  • מעלדונגען: 1517
  • האט שוין געלייקט: 256 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 71 מאל
Idontknow געשריבן on י"ט אלול התשע"ד 21:30:

איינער וואס לעבט מיט די 12 סטעפס קומט נישט אן צו די פראבלעם ווי משה איז אנגעקומען

און איינער וואס פארט קיין אומאן?

הערות איבער די נושא כ' אלול התשע"ד 13:31 #29089

  • בשמחה תמיד
  • איצטיגע שטרעקע: 277 טעג
  • OFFLINE
  • א
  • מעלדונגען: 3825
  • האט שוין געלייקט: 7 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
Idontknow געשריבן on י"ט אלול התשע"ד 21:30:

איינער וואס לעבט מיט די 12 סטעפס קומט נישט אן צו די פראבלעם ווי משה איז אנגעקומען


זיי מסביר...
פארוואס נישט?

הערות איבער די נושא כ' אלול התשע"ד 13:33 #29090

  • בשמחה תמיד
  • איצטיגע שטרעקע: 277 טעג
  • OFFLINE
  • א
  • מעלדונגען: 3825
  • האט שוין געלייקט: 7 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
GYE געשריבן on כ' אלול התשע"ד 13:14:



איינער וואס לעבט מיט די 12 סטעפס קומט נישט אן צו די פראבלעם ווי משה איז אנגעקומען

און איינער וואס פארט קיין אומאן?


ווער עס פארט קיין אומאן האט בכלל נישט קיין פראבלעמען....
אזוי ווי רבי נחמן האט געזאגט: אז ווער עס איז זוכה צו זיין ביי איהם אויף ראש השנה ראוי לו לשמוח כל השנה......

קיין גרעסער'ס פון דעם איז נישט פארהאנען!!!!!

הערות איבער די נושא כ' אלול התשע"ד 13:34 #29091

  • GYE YIDDISH
  • OFFLINE
  • אדמיניסטראטאר
  • אדמיניסטראטאר
  • מעלדונגען: 1517
  • האט שוין געלייקט: 256 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 71 מאל
לדבריך קען זיך GYE צומאכן און עפענען א צווייטע ארגאניזאציע פון שיקן מענטשן קיין אומאן...

הערות איבער די נושא כ' אלול התשע"ד 13:54 #29102

  • בשמחה תמיד
  • איצטיגע שטרעקע: 277 טעג
  • OFFLINE
  • א
  • מעלדונגען: 3825
  • האט שוין געלייקט: 7 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
איך בין מסכים... ;D

הערות איבער די נושא כ' אלול התשע"ד 15:57 #29120

  • בן למקום
  • איצטיגע שטרעקע: 40 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 394
  • האט שוין געלייקט: 6 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל
אז מ'רעדט שוין יא פון דעם ענין אז צדיקים האבן געזאגט פארשידענע זאכען אז אויב מ'וועט טון דאס און דאס וכו'
איז מובטחני אז ער וועט נישט זינדיגען, וכעין זה איז באקאנט דער הייליגער רמב"ם אין הלכות תשובה אז מ'דארף תשובה טון עד שיעיד עליו יודע תעלומות שלא ישיב לכסלה עוד,
לכאורה איז דאך שווער פארלירט מען דען די בחירה, די תירוץ איז אז ניין מ'פארלירט נישט די בחירה ווייל אויב יא האבן מיר שוין נישט וואס צו זיכען אויף דעם עולם השפל, ממילא ווער נישט צובראכן ווען די זעסט איך האב געטון די אלע זאכען און פונדעסטוועגן זינדיג איך וויטער ליידער , נע פון מיר וועט שוין גארנישט אויסוואקסען,
לאמיך אייך זאגען פשט און רמב"ם עד שיעיד עליו וכו' מיינט אז יעצט די מינוט וואס ער טוט תשובה האלט ער אויף א מצב באמת אז ער וויל שוין מער נישט זינדיגען און דער יודע תעלומות איז עדות דערויףאז ס'איז אמתדיג
נאר וואס דען ס'גייט דורך די התעוררות זיין יצה"ר האט מען נאכנישט געשאכטען און ס'קומט פרישע נסיונות ,
ס'ווענד אבער נישט אפ די פריערדיגע תשובה
אל תאמין בעצמך עד יום מותך געדענק אבער אז עד יום מותך תחכה לו אם ישוב מיד תקבלו

הערות איבער די נושא כ' אלול התשע"ד 16:07 #29122

  • בשמחה תמיד
  • איצטיגע שטרעקע: 277 טעג
  • OFFLINE
  • א
  • מעלדונגען: 3825
  • האט שוין געלייקט: 7 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
שיין געזאגט בן למקום

די מפרשים זאגן טאקע אז דאס איז פשט אין די ווערטער פון רמב"ם.... אז אין די מינוט פון התעוררות וואס די טוסט תשובה, אין אזא התרוומות'דיגע מצב וועסטו מער נישט דורכפאלן

הערות איבער די נושא כ' אלול התשע"ד 21:50 #29131

  • בידו אפקיד רוחי
  • OFFLINE
  • Platinum Boarder
  • !!Don't Worry
  • מעלדונגען: 1026
  • האט שוין געלייקט: 64 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל

Idontknow געשריבן on י"ט אלול התשע"ד 21:30:

איינער וואס לעבט מיט די 12 סטעפס קומט נישט אן צו די פראבלעם ווי משה איז אנגעקומען


זיי מסביר...
פארוואס נישט?


ווייל דער גאנצער הסבר איבערן פראבלעם איז אלעס אמת ווען מען לעבט א פשוטער לעבן
אבער ווען מען לעט א ספירטשעל לעבן איז דער גאנצער הסבר פשוט נישט במציאות
מען רעדט דא פון צוויי אנדערע באשעפענישן, ביי פשוט'ע מענטשן ארבעט עס טאקע אזוי אבער נישט ביי ספיריטשעל מענטשן
און דאס איז דער פשוטער הסבר פארוואס די 12 סטעפס העלפט אויף אדיקשאן

הערות איבער די נושא כ"א תמוז התשע"ה 08:53 #241096

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 49 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 373
  • האט שוין געלייקט: 183 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 320 מאל
פאר די וואס ווילן וויסן, איך האב געלייגט א נייער שיעור, עס ליגט ביי די יונגעלייט וואונקל.
משה'לע.

goo.gl/qRFlmr

הערות איבער די נושא כ"א תמוז התשע"ה 09:15 #241099

  • בשמחה תמיד
  • איצטיגע שטרעקע: 277 טעג
  • OFFLINE
  • א
  • מעלדונגען: 3825
  • האט שוין געלייקט: 7 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
גיי מיר שוין ליינען...

הערות איבער די נושא כ"ב תמוז התשע"ה 20:25 #241233

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 49 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 373
  • האט שוין געלייקט: 183 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 320 מאל
איך ברענג אהער וואס איך האב געשריבן אין אן אנדערן טרעד, פשוט ווייל איך וויל נישט עס זאל פארלוירן גיין, אזוי ווי ס'איז דאך דור הולך ודור בא וויל איך עס לייגן אויפן טרעד וואו עס איז די מערסטע רעלעווענט.

עד כאן געשריבן:
מלחמת חיים געשריבן:

זאלסט וויסן "עד כאן" אז וואס די שרייבסט וועט געוואלדיג ארויסהעלפן דעם ציבור שרייב נאך און נאך און איך וועל דאס ווייטער פארשפרייטן, שכרך הרבה מאוד.



geverisrael געשריבן:
בלי נדר אין צוויי וואכען ארום וועל איך אפשר האבען צייט און איך וויל עס באמת מסדר זיין שיינערהייט כדי מען זאל עס קענען פארשפרייטען.


פארשפרייטן אלערט!
רוב פון די שרייב ווערק אין מיין וועג צו ריינקייט, טאר נישט און זאל נישט אנקומען צו בחורים און קינדער וד''ל, פאר א סיבה ליגט דאס אין די יונגעלייט וואונקל!

ווען מען פרינט ארויס סיי וואס עס ווערט געשריבן דא אויפן פארום, דארף מען נוצן אביסל דעם שכל וואס השם האט אונז געשאנקען, וואס גיי איך טוהן מיט די צעטליך? גיי איך זיין באחריות אז ווען איך בין פארטיג לייענען ווערט עס שרעדעט? אז נישט קען זיין חלילה יצא שכרו בהפסידו, טראכט איין מינוט! דו וואלסט געוואלט דיין אינגעל אדער בחור זאל דאס לייענען?
וואלסט געוואלט דיין אינגעל און בחור זאל דאס טרעפן? אויב קענסטו נישט נעמען קיין אחריות אויף דאס וואס דו פרינטס ארויס, דעמאלטס שב ואל תעשה עדיף.

איך פארשטיי זייער גוט די כוונה פון פארשפרייטען, צו העלפן אנדערע אידן און מזכה זיין, אבער מען ברויך פארשטיין אז דאס קען קומען מיט א פרייז, זענט איר גרייט דערפאר?
אין אזא פאל קען מען חלילה אומוועלנדיג זיין א מחטיא את הרבים חלילה, וואלט איר עס געוואלט נעמען אויף אייערע קאנטע? איך נישט! איך האב פשוט נישט די פלייצעס דערפאר, אשר ע''כ וויל איך בעטן מיינע טייערע ידידים, נוצט אביסל שכל פאר מען דרוקט דעם פרינט קנעפל.

א גרויסן ישר כח פאר אייערע חיזוק, און זאל השי''ת העלפן אז עס זאל ברענגן נאר גוט'ס און נישט חלילה דאס פארקערטע.

אייער ידיד
משה'לע
משה'לע.

goo.gl/qRFlmr

הערות איבער די נושא כ"ב תמוז התשע"ה 21:13 #241236

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 49 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 373
  • האט שוין געלייקט: 183 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 320 מאל
מלחמת חיים געשריבן:
לכבוד "עד כאן" קודם א געוואלדיגע יישר כח פאר די נעכטיגע ארטיקל, פון אמענטש וואס ליידט פון עדיקשאן מיט נאך א פראבלעם, דו האסט מיר זייער קלאר געמאכט פארשידענע זאכן, איך האב מיך באלעקט די פינגער פון יעדעס ווארט, איך בעהט דיר ברחמים שרייב ווייטער דו זאלסט וויסן פאר יעדע מינוט וואס דו גיבסט אוועק צו העלפן אנדערע אידן, חוץ וואס עס וועט דיר אליין העלפן וועסטו באקומען באצאלט פון השי"ת בכפל כפלים שרייב און שרייב, יישר כח.

און דאס וואס דו האסט מורא פון פארשפרייטן, איך שטעל מיך פאר אז דו האסט נישט געמיינט אז איך וועל דאס לייגן פרייטאג צונאכטס אויף די טישן פון ביהמ"ד אריינצוקוקען ביי לכה דודי, און אויך ליין איך דאס נישט אין מיין הויז אויפן קאוטש, מען רעדט פון דאס געטרויען פאר אידן וואס מוטשענען זיך מיט די פראבלעם, וואס יארן וואס זיי האבן גוט בעהאלטן די טריפה'נע מאגאזינען, און יעצט ב"ה אז א דאנק GYE איז די באהלטעניש פלאץ געווארן ליידיג פון מאגאזינען אט דארט וועט מען יעצט בעהאלטן אט די צעטלעך, בארוהיג זיך, און שרייב ווייטער, ווייל די וועלט דארף דאס האבן.



ס'איז מיר באמת א חיזוק אז אנדערע אידן ווערן אויך געהאלפן דערמיט, מלכתחילה האב איך בכלל נישט פארדעם אנגעהויבן יענעם טרעד, און ווי די קענסט זעהן האב איך עס טאקע א נאמען געגעבן "מיין וועג צו ריינקייט", אבער לאמיך קודם אראפגעבן א שטיקעלע בייאגראפיע ווי איך בין אנגעקומען צו דעם טרעד.

איך בין געזיצן אין עדיקשאן פאר איבער 20 יאר, פאר בערך פיר יאר צוריק בין איך אנגעקומען צו די ענגלישע זייט פון גארד יור איי, היות איך בין זייער א אייסעלעטעד מענטש בטבעי, האב איך מיר געדרייט דארטן אנאנים, איך האב בכלל נישט געפענט קיין ניק, אויס מורא איינער זאל מיר נאכגיין.
זיך דרייענדיג דארטן האב איך מיר אומגעקוקט וואס דער עולם פארקויפט דארט, געקוקט וואס דער דוב האט צו זאגן, געליינט יעדעמ'ס דורכפאל און סוקסעס, ביז איך האב באשלאסן אז סתם לייענען וואס מען רעדט צווישן זיך גייט מיר נישט העלפן, האב איך דאמאלטס צום ערשטן מאל געליינט דעם ענגלישן האנט בוך, און איך האב אנגעהויבן טוהן וואס ס'שטייט דארטן, איך האב פרובירט איין זאך, געהאלפן פאר א שטיק צייט, און אדורכגעפאלן, געגאנגען צום נעקסטן, אזוי ווייטער יעדע עצה וואס איך האב פרובירט האט אנגעהאלטן פון תענית אסתר ביז פורים, ביז בערך דריי יאר צוריק האב איך באשלאסן צו עפענען א ניק אויפן ענגלישן פארום כדי צו קענען זיין אויפן 90 טאג טשארט, פשוט איך האב געוואלט אויספרובירן דעם 90 טאג איידיע, אבער געשריבן האב איך גארנישט דארטן, סוף כל סוף בין איך נישט די בעסטע אין ענגליש, די 90 טאג רייזע האט מיר געגעבן שטארקע מאטיוועישאן, אבער נאך א שטיק צייט בין איך ווייטער אדורכגעפאלן, איך האב נאכאמאל אנגעהויבן ציילן וחוזר חלילה, דערנאך האב איך פרובירט די תפסיק מעטאד, און אזוי אויך פלעג איך קוקן וואס אנדערע האבן צו פארציילן איבער זייערע הצלחות, בערך צוויי יאר צוריק האב איך גענומען די ערשטע מאל מיין קוראש צו קאנטאקטן א מיטגליד דארטן אויפן ענגלישן פארום, מיר האבן זיך שיין אדורכגעשמועסט, און עס האט מיר א געוואלד געהאלפן, דאס ענין פון האבן א חבר מיט וועם מען שמועסט אדורך די מצב, איז ממש א הקדמה וואס מען מוז האבן צו קענען צוקומען צו די ריכטיגע רפואה, אבער די אלע זאכן האבן אויך אנגעהאלטן א שטיק צייט, ביז די עדיקשאן האט מיר ווייטער אנגעכאפט.

דאמאלטס האב איך באשלאסן מיט מיין חבר, אז איך גיי מיר אריינלייגן בעובי הקורה אין דעם ענין, און עס גוט שטודירן, פשוט איך זאל קענען זעהן וויאזוי זיך ארויסצודרייען דערפון, אזוי ווי איך האב מיר ערענסט אריינגעלייגט דערין, האב איך באמערקט אז מען רעדט דא פון אן ערנסטע מענטל פראבלעם, און איינע פון די זאכן וואס ווערט איבעראל רעקאמענדירט איז שרייבן אויף א פארום, און דאס איז אז דער מח זאל באקומען די ריכטיגע מעסעדש אזוי מיטן גאנצן קנאק, ווייל שרייבן האט א מורא'דיגע ווירקונג אויפן מח.

נו ווי גיי איך שרייבן? ענגליש קען איך נישט גוט שרייבן, האב איך מיר אדורכגערעדט מיט מיין נאנטן ידיד וואס איך האב באקומען אויפן ענגלישן פארום, הלא הוא ........ ני''ו, און ער האט מיר פארבעטן אז איך זאל אריבערגיין צום אידישן סייט און דארטן אנהייבן מיט די שרייב ווערק, וכך הוה, איך האב מיר געפענט א ניק עד כאן, דאמאלטס האט די ענגלישע נישט גארבעט מיט די אידישע, דאס הייסט מען האט זיך עקסטער געדארפט איינשרייבן פאר אידיש און עקסטער פאר ענגליש, און ויצא העגל הזה.

אסאך טינט און שווייץ איז פארגאסן געווארן זינט איך האב אנגעהויבן שרייבן, בשמחה וועט קענען מעיד זיין פונעם ערשטן טאג וואס איך בין אנגעקומען אין אידישן פארום וואסערע ברוך הבא איך האב באקומען, אינעם פרטי קעסטעלע אין טיילמאל אויפן פארום.

איז הכלל, מיין טרעד האב איך אנגעהויבן ביים רייסט זיך אפ וואונקל, אבער נאך עטליכע אנאליזן האט עס געטראפן דעם וועג צום אינגעלייט וואונקל, קודם האט עס מיר זייער געשטערט, הלמאי מען נעמט מיר דא אויף א רייד, איך שרייב און מען פירט עס ארום, פשוט מיין מח (ליין מיין עדיקשאן) האט געשפירט ווי איך פארליר בעלות אויף מיינע געשרייבעכטץ, און אם כן מה הועילו חכמים בתקנתם, איך טוה דאך דאס פאר ערהוילונג צוועקן, אבער מיט די צייט בין איך איינגעגאנגן דערויף, און וכן עשיתי.

איז דאמאלטס אין יענע שווערע תקופה, בין איך געוואר געווארן א מעשה, און צו דעם וויל איך יעצט צוקומען.


איינמאל מיט יארן צוריק, האט עקזיסטירט א מענטש מיטן נאמען שאץ מאץ, יא אזוי האט ער געהייסן, געווען גאר א גוטער שרייבער, א יודע ספר, א טאלאנטפולער אינגערמאן, ויהי היום ער האט געשריבן אן ארטיקל דא איבער עניני אישות, איז אבער געקומען איינער, און ער האט געוואלט מזכה זיין את הרבים, האט ער דאס געליפטערט פאר חברים און ידידים, האב נישט מורא ס'איז נישט געווען ביי לכו נרננה אויף די טישן, און אויך נישט אינדערהיים אויפן קאוטש, אבער פון דארטן האט עס שוין פארלוירן קאנטראל, און עס איז אנגעקומען צו פלעצער ווי עס האט שוין נישט געדארפט אנקומען, געוויסע נערישע עלעמנטן האבן געמאכט דערפון מטעמים, און עס האט נישט געדויערט צו לאנג, אונזער חבר הקהלה הרב שאץ מאץ האט נאכגעהערט דערפון, איך דארף אייך נישט מסביר זיין די צער און עגמת נפש איז געווען גאר גרויס, עד כדי כך אז ער איז געבליבן דא היסטאריע וד''ל.

איז מורי ורבותי, איך בין נישט גרייט אדורכצוגיין די צער און עגמת נפש, איך פארשטיי אז מען גייט עס נישט אויסלייגן אויף די טישן ביי לכו נרננה, און איך ווייס אויך אז קיינער גייט נישט זיצן אינדערהיים און עס ליינען אויפן קאוטש, די אלע זאכן האט נישט פאסירט דאמאלטס אויך נישט, פשוט עס איז ארויס פון קאנטראל און עס האט געמאכט דעם וואנדער וועג צו אומגעוואונטשענע עלעמענטן.

א פאפיר וואס מען פרינט ארויס האט א מוראדיגן אחריות, ממילא אויף די אינטערנעט מוז ער האבן צוטריט צום אינגעלייט וואונקל, אבער די פאפיר, דאס קען מען גאר גוט באהאלטן אויף די בעסטע פלאץ נאר מעגליך, אבער אויב חלילה איין בחור'ל לייגט א יד דערויף, השם יצילנו וואס דאס קען טוהן!

אשר ע''כ, איך וואלט געראטן אז די אידן וואס ברויכן דאס זאלן קומען אהער און עס ליינען דא, אויב איינער איז שווער צו ליינען אויף א סקרין און ער דארף דאס דווקא אויף פאפיר, דאמאלטס פרינט עס ארויס, לייען עס אפ, און צורייס עס, מאך זיכער עס קומט אן אין מיסט, דאס זעלביגע מיט אידן וואס האבן נישט צוטריט צו א קאמפיוטער, אויב וויל מען זיי מזכה זיין, מאך זיכער זי אנצוזאגן אז דאס איז צום לייענען און דערנאך אין מיסט צושניטענערהייט.


איך האף איך האב מיר גוט מסביר געווען, און בתקוה להבנה.

א דאנק אייך
אייער ידיד משה'לע.
משה'לע.

goo.gl/qRFlmr

הערות איבער די נושא כ"ז תמוז התשע"ה 17:43 #241349

  • מלחמת חיים
  • איצטיגע שטרעקע: 257 טעג
  • OFFLINE
  • פארבאטן
  • מעלדונגען: 111
  • האט שוין געלייקט: 46 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 94 מאל
מיין טייערע חבר משה'לע, איך בין אלעס מסכים וואס דו זאגסט, איך פארשטיי דיך זייער גוט, אבער ווען גייען מיר שוין קענען זעהן די קומענדיגע ארטיקל.

יישר כח פאר אלעם מיר קוקען שוין קוים ארויס.

הערות איבער די נושא כ"ז תמוז התשע"ה 19:03 #241356

  • בשמחה תמיד
  • איצטיגע שטרעקע: 277 טעג
  • OFFLINE
  • א
  • מעלדונגען: 3825
  • האט שוין געלייקט: 7 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
מלחמת חיים געשריבן:
מיין טייערע חבר משה'לע, איך בין אלעס מסכים וואס דו זאגסט, איך פארשטיי דיך זייער גוט, אבער ווען גייען מיר שוין קענען זעהן די קומענדיגע ארטיקל.

יישר כח פאר אלעם מיר קוקען שוין קוים ארויס.


אויך מיר ווארטן שוין אויפן קומענדיגן שיעור

הערות איבער די נושא כ"ז תמוז התשע"ה 20:20 #241362

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 49 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 373
  • האט שוין געלייקט: 183 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 320 מאל
בשמחה תמיד געשריבן:
מלחמת חיים געשריבן:
מיין טייערע חבר משה'לע, איך בין אלעס מסכים וואס דו זאגסט, איך פארשטיי דיך זייער גוט, אבער ווען גייען מיר שוין קענען זעהן די קומענדיגע ארטיקל.

יישר כח פאר אלעם מיר קוקען שוין קוים ארויס.


אויך מיר ווארטן שוין אויפן קומענדיגן שיעור


עטץ ווייסט דאך יא אז אן ארטיקל צו שרייבן נעמט גאר אסאך צייט, אבער איך וועל פרובירן וויפיל איך קען היינט צוזאמשטעלן, און האפענטליך אויב צייט וועט נישט זיין קיין אפהאלט, ארויפלייגן עפעס בקרוב.
משה'לע.

goo.gl/qRFlmr

הערות איבער די נושא כ"ז תמוז התשע"ה 21:35 #241364

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 49 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 373
  • האט שוין געלייקט: 183 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 320 מאל
עד כאן געשריבן:
פאר די וואס ווילן וויסן, איך האב געלייגט א נייער שיעור, עס ליגט ביי די יונגעלייט וואונקל.
משה'לע.

goo.gl/qRFlmr

הערות איבער די נושא ה' אב התשע"ו 14:30 #244970

  • ערליכע יוד
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 5
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

א דרויסען יישר כח פאר עד כאן פאר ארויס ברענגן די פראבלעמען אזוי קלאר 
איך ווראט פאר דיין המשך איבער נייגערקייט 
איך מיין אז דאס איז מיין פראבלעם

הערות איבער די נושא כ"ח אייר התשע"ח 18:49 #248780

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 49 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 373
  • האט שוין געלייקט: 183 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 320 מאל
עד כאן געשריבן on כ"ז תמוז התשע"ה 21:35:

עד כאן געשריבן:
פאר די וואס ווילן וויסן, איך האב געלייגט א נייער שיעור, עס ליגט ביי די יונגעלייט וואונקל.


אין א זייטיגע נאטיץ, איז נאך דא אידן פון די אלטע געווארדיע וואס דרייען זיך דא? שוין נישט געווען דא גאאאר לאנג, באקומען פשוט אן אימעיל פון איינעם און איך האב מיר דערמאנט פון דעם פלאץ.

משה'לע.

goo.gl/qRFlmr

הערות איבער די נושא כ"ח אייר התשע"ח 21:37 #248785

  • כרעמזל
  • איצטיגע שטרעקע: 410 טעג
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • חזקו ואמצו!
  • מעלדונגען: 588
  • האט שוין געלייקט: 566 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 767 מאל

א גאר גרויסן דאנק פאר דיין לאנגן אינהאלסרייכן פאוסט, מיט פילע תוכן,

איך וויל נאר וויסן וואס איז פשט פון דיין אינטערשריפט 'משה'לע?

אויב ווילסטו מיר דאנקען ⇔ דאן דאווען אז איך זאל זיך האלטן ריין
רבונו של עולם בראת גן עדן, בראת גהינום, בראת צדיקים, בראת רשעים, יהי רצון מלפניך שיהא מורא שמים עלי כמורא בשר ודם ולא יכשלו בי בני אדם ויפסידו חלקם בגן עדן וירשו גיהנום ואפסיד אני שלא אזכה חס ושלום להיכנס במחיצתו של הקדוש ברוך הוא. יהי רצון שתתקן ברחמיך כל דבר שאינו כשורה שנעשה ונתקלקל על ידִי או שנגרם בסיבתי, הפוֹך רצונך לטובה ותמחול ותסלח ותכפר לאמתך. הצילני מעזי פנים ומעזות פנים וסייע בידי להיות כרצונך צנועה בכל דרכי, ותגדור פרצות כל עמך בית ישראל ברחמים אנא אלוקי.

 ענטפער פרעג קאמענטיר און באדאנק זיך אויפן פארעם כדי עס צו האלטן אקטיוו 

הערות איבער די נושא כ"ט אייר התשע"ח 21:37 #248800

  • כרעמזל
  • איצטיגע שטרעקע: 410 טעג
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • חזקו ואמצו!
  • מעלדונגען: 588
  • האט שוין געלייקט: 566 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 767 מאל

איך וויל עפענטליך ארויסברענגען א דאנק פאר כבוד ידידינו הרב עד כאן פארן מיר העלפן פערזענליך אין טשעט

אויב ווילסטו מיר דאנקען ⇔ דאן דאווען אז איך זאל זיך האלטן ריין
רבונו של עולם בראת גן עדן, בראת גהינום, בראת צדיקים, בראת רשעים, יהי רצון מלפניך שיהא מורא שמים עלי כמורא בשר ודם ולא יכשלו בי בני אדם ויפסידו חלקם בגן עדן וירשו גיהנום ואפסיד אני שלא אזכה חס ושלום להיכנס במחיצתו של הקדוש ברוך הוא. יהי רצון שתתקן ברחמיך כל דבר שאינו כשורה שנעשה ונתקלקל על ידִי או שנגרם בסיבתי, הפוֹך רצונך לטובה ותמחול ותסלח ותכפר לאמתך. הצילני מעזי פנים ומעזות פנים וסייע בידי להיות כרצונך צנועה בכל דרכי, ותגדור פרצות כל עמך בית ישראל ברחמים אנא אלוקי.

 ענטפער פרעג קאמענטיר און באדאנק זיך אויפן פארעם כדי עס צו האלטן אקטיוו 

הערות איבער די נושא א' סיון התשע"ח 14:04 #248818

  • kosher
  • איצטיגע שטרעקע: 54 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 439
  • האט שוין געלייקט: 472 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 699 מאל

איך האב נישט די ווערטער עד כאן איז א גרויסע קנקאן WOW

מיר ווארטן אויף ווייטער 

הערות איבער די נושא כ"ט סיון התשע"ח 18:55 #249216

  • tzadik911
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 16
  • האט שוין געלייקט: 3 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל

א גרויסן יישר כח הרב "עד כאן"
עס נעמט גאר אסאך קאנצוטרירינג דאס צו קענען אדורך ליינען און פארשטיין
אבער עס איז ווערט אלע געלטער. ווייל עס איז זייער וויכטיג צו ארויס האבן די טיפקייט פון די אלע ענינים און נישט סתם אויבערפלעכליך. אזוי ווי עס שטייט ביי עבודה זרה אז "צריך לשרש אחריה" מען דארף נאכזיכן טיף טיף אינעם שורש פונעם פראבלעם.
אויב מעג איך פרעגן 
פון ווי שעפסטו די אלע אינפארמאציע ?
ע"פ חשבון דארף ליגן אין דעם טעג און וואכן ארבעט צו פארשטיין אלעס על בריו

הערות איבער די נושא כ"ט סיון התשע"ח 21:35 #249219

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 742 טעג
  • OFFLINE
  • Platinum Boarder
  • מעלדונגען: 1022
  • האט שוין געלייקט: 4311 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

יייישר כוח כבוד 'עד כאן ' שיחיה 

ברשותך וועל איך מגיב זיין. 

נייגעריגקייט איז טאקע א נארמאלע זאך. אבער ווען עס קומט מיט א אבסעסיע איז עסשוין גאהר א אנדערע מעשה. נייגעריגקייט וואס איז צוזאמען מיט אבסעסיע איז די ערשטע שטאפלן פון עדיקשאן. אזוי הייבט זיך אהן אסאך עדיקשאןס. דאס איז מיט דראגס, אלקאהאל, נארקאטיקס, און אזוי אויך מיט סעקס. 

ביי אזעלעכע פעלער איז דיעדיקשאן א לעזונג צו די אבסעסיע .

קען זיין אז יש דברים בגו? 

הערות איבער די נושא ו' תמוז התשע"ח 17:16 #249287

  • zalmi
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 6
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

שלום עליכם 
געווארט אויף דיך
כ'האב שטארק הנאה פון דיינע פאוסטס

הערות איבער די נושא י"א אלול התשע"ח 21:56 #250356

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 49 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 373
  • האט שוין געלייקט: 183 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 320 מאל
א דאנק פאר אלע וואס האבן געטוהן באדאנקן, עס איז מיר א פארגעניגן צו זעהן אז אנדערע האבן הנאה און בעיקר האפענטליך העלפן צו די ריקאווערי.

איך ברענג אהער די נאטיצן וואס איך וויל ענטפערן פשוט ווייל איך וויל נישט אז יענע טרעד זאל ווערן פארוואנדלט אין א שמועס וואס מאכט עס שווערער פאר די ניי געקומענע וואס ווילן דאס ליינען צו קענען אדורכבלעטערן געשמאק אן ווערן אוועקגעשלעפט מיר אנדערע זאכן.

tzadik911 געשריבן on כ"ט סיון התשע"ח 18:55:


א גרויסן יישר כח הרב "עד כאן"
עס נעמט גאר אסאך קאנצוטרירינג דאס צו קענען אדורך ליינען און פארשטיין
אבער עס איז ווערט אלע געלטער. ווייל עס איז זייער וויכטיג צו ארויס האבן די טיפקייט פון די אלע ענינים און נישט סתם אויבערפלעכליך. אזוי ווי עס שטייט ביי עבודה זרה אז "צריך לשרש אחריה" מען דארף נאכזיכן טיף טיף אינעם שורש פונעם פראבלעם.
אויב מעג איך פרעגן 
פון ווי שעפסטו די אלע אינפארמאציע ?
ע"פ חשבון דארף ליגן אין דעם טעג און וואכן ארבעט צו פארשטיין אלעס על בריו



אמת, עס ליגט גאר אסאך וואכן און חדשים וואס איך האב געליינט איבער די ענינים, טייל דערפון האב איך שוין געליינט יארן צוריק, איך בין בטבעי זייער א נייגעריגע מענטש, און איך האב פשוט ליב צו פארשטיין יעדע זאך, איז במילא מיר אויסגעקומען במשך די יארן צו קענען און פארשטיין גאר אסאך נושאים, אבער כדי צוזאמצוקלויבן די חומר פאר יעדע ארטיקל האב איך מיר אראפגעזעצט איבערקוקן און דורכנישטערן ביי די מעדיקאל צענטערן א שטייגער ווי מעיא קליניק, וכו', זיכער צו מאכן אז איך געדענק גוט די נושא, און אויב עס איז דא פרישע געדאנקן דערויף, כלפי עדיקשאן און וואס עס ברענגט דערצו האב איך בעיקר גענומען פון מענטשן וואס האבן געשריבן דערוועגן אויף פארשידענע וועבזייטליך א שטייגער ווי אלקאהאליק אנאנמיס, אדער SA אדער 12 סטעפס, איך באזוכט ביי גאר אסאך פון די גרופעס, און דורכאויס א שטיק צייט האב איך געזעהן און מיטגעהאלטן אסאך אינפארמאציע וואס האט מיר געפירט צו די אלע החלטות וואס איך האב געשריבן, און וואס איך וועל נאך אמאל שרייבן בעזר השם ווען די צייט וועט ערלויבן

לומד געשריבן on כ"ט סיון התשע"ח 21:35:
[dr=rt]

יייישר כוח כבוד 'עד כאן ' שיחיה 

ברשותך וועל איך מגיב זיין. 

נייגעריגקייט איז טאקע א נארמאלע זאך. אבער ווען עס קומט מיט א אבסעסיע איז עסשוין גאהר א אנדערע מעשה. נייגעריגקייט וואס איז צוזאמען מיט אבסעסיע איז די ערשטע שטאפלן פון עדיקשאן. אזוי הייבט זיך אהן אסאך עדיקשאןס. דאס איז מיט דראגס, אלקאהאל, נארקאטיקס, און אזוי אויך מיט סעקס. 

ביי אזעלעכע פעלער איז דיעדיקשאן א לעזונג צו די אבסעסיע .

קען זיין אז יש דברים בגו? 
[/dir]



אקוראט אזוי.
משה'לע.

goo.gl/qRFlmr
לעצט פארראכטן: י"א אלול התשע"ח 22:01 דורך עד כאן.
צייט צו מאכן א בלאט: 0.75 סעקונדעס