ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1

טעמע: דער פארשלאסענער "ניטינג" קאמפעני........... 394 באזוכער

דער פארשלאסענער "ניטינג" קאמפעני........... כ"ד חשון התש"פ 03:45 #262041

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 20 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1225
  • האט שוין געלייקט: 991 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2250 מאל
  • קאָרמא: 54

תתחדש צו מיין נייע........ פילטער!

היינט איז עס געווען, ווען כ'האב מיר איינגעהאנדעלט א נייע כלי מפואר.... א שיינע נייע קאמפיוטער צו פארגרינגערן און פארשנעלערן די ארבעט בעז"ה.

אבער איין מינוט.... איך מיין אז אלע ווייסן – עכ"פ ווער ס'האט שוין אמאל געקויפט א נייע כלי - אז א נייע קאמפיוטער קומט מיט א פילטער...... יא מיט א.... ניין, כ'מיין אן א פילטער.... וואאף, דאס א געלעגענהייט.... (אויך מיר א געלעגענהייט...), וואס הייסט? אפן צו אלעס..... יא, בוכשטעבליך, צו א-ל-ע-ס... אויך צו.... און אויך צו.... און אפי' צו.... (יו פיל אין די בלענקס).

דאס אלעס איז - אין קורצן - וואס ס'וואלט זיך אפגעשפילט אין מיין מח פאר 256 טעג צוריק, און פון דארט ביז לאחר המעשה וואלט גענומען זייער א קורצע צייט... ליידער....

*

אבער היינט איז די געשיכטע געווען א צווייטע מציאות אינגאנצן.

צו מאכן א לאנגע מעשה נאך לענגער.... מיין אלטע קאמפיוטער האט נאך געארבעט, האב איך דערווייל ווייטער געארבעט דארטן, ווען איך האב געענדיגט וואס איך האב געהאלטן אינמיטן, האב איך גלייך גערופן דער פילטער קאמפעני וואס איך האב געוואלט איסטעלירן, און זיי גלייך געבעטן צו ליגן א פילטער אויף מיין נייע קאפיוטער, למעשה האט מען מאיזה סיבה עס נישט געקענט ארויפלייגן ביז עטליכע שעה שפעטער, ווען איך בין דעער גאנצע צייט געזיצן נעבן דעם כלי, און עס "ניטאמאל אנגערירט".

צו זיין אמת'דיג: ס'האט מיר ניטאמאל אינטערעסירט....

"איך קום שוין פון דארט".... איז אצינד נישט נאר געווען א טערמין, נאר א טרוקענע מציאות, איך האלט שוין נאכדעם ב"ה (ב"ה איז אויף די נאכדעם... הלואי ווען ס'וואלט קיינמאל נישט געווען א פארדעם און א נאכדעם..), און איך ווייס זייער גוט ווי מ'קומט אן, און די פעין פון נאכדעם (און בשעת מעשה..), און האב מיר עס פשוט נישט געקענט עפארדן...

איך האב פלוצלונג געטראכט מיט א קלארע און ניכטערע מח, "טייערע אחכה, דו ווייסט זייער גוט דער אמת, און דו ווייסט אז ס'גייט דיר גארנישט ברענגען חוץ יגון ואנחה, און מעגליך אויך צו פארלירן דיינע אלע ריינע טעג ביז היינט אויף וואס דו האסט אזוי שווער דערויף געארבעט".

איך האב געטראכט צו מיר: אמאל וואלט אזאנס געקענט פאסירן???

קלאר אז נישט!

נאך עטליכע שעה האבן זיי מיר צוריקגערופן, און ב"ה ארויפגעלייגט דעם פילטער, בעת ווען איך בין בחסדי השם דורכגעשווימען דעם נסיון אויפן שענסטן אופן, און ניטאמאל געעפענט דעם בראוזער.

ווער ס'דארף פראוו אויף עכ"פ א חלק פון די מעשה, קען פרעגן אונזער טייערע מנהל און אחראי  GYE וואס האט מיר אריינגערופן ווען מ'האט געהאלטן דאן אינמיטן אינסטאלירן דעם פילטער.

וואס זאל איך ענק זאגן.... אפי' כ'זאל ווען וועלן וועל איך ענק נישט קענען מסביר זיין דער גוטער געפיל וואס איך האב געהאט נאכדעם, אוי, ס'איז דאס אזוי לעכטיג געווען.

*

אצינד ווען איך טוה מיר געזעגענען פון מיין אלטע קאמפיוטער אויף אייביג, וויל איך אים איבערלאזן די פאלגענדע דברי פרידה:

מיין טייערע געהילף.

צום אלעם ערשט דאנק איך דעם בורא עולם אז ער האט דיר צוגעשיקט פאר מיר ביז היינט, מיר ארויסצוהעלפן, און עטוואס גרינגער צו מאכן דער קללה פון בזיעת אפך תאכל לחם.

פון די אנדערע זייט געזעגען איך מיר פון דיר מיט אביסל נישט אזאלעכע געשמאקע זכרונות... יא, דורך דיינע קארידארן בין איך ליידער אין דער נישט ווייטער פארגאנגענהייט געשווימען און זיך געדרייט צווישן אזאלכע אומבא'טעמ'טע מקומות וואס איך וויל אפי' נישט פורט בשמם זיין... דו ווייסט אבער זייער גוט וואס איך מיין, און נאך ווי, ווער דען אויב נישט דו ווייסט ווי און צו וואס מ'קען אלץ אנקומען דורך דיר.

ווידער שווימט מיר ארויף אין געדאנק דער פרייליכער ענדע, וויאזוי איך האב אין דיר בחסדי ה' געטראפן דער הייליגער און אזוי וויכטיגע טייערע סייט הדא און וואס די ווערטער וואס איך שרייב אצינד צו דיר ווערן אצינד פאראייביגט.

דא פארענט פון דיין פנים בין איך געזעסן און געטון מעשים אשר לא יעשו... ווען איך האב דאס שפעטער פארכטן מיטן זיין אן אקטיווער מעמבער אין הדא! אין א בחינה פון באותו מקום ובאותו זמן....

אצינד ווען איך לייג דיר אוועק, בעט איך דיר, אויב דו וועסט אמאל אנקומען צו די הענט פון א אידיש קינד וואס וועט זיך לאזן איינרעדן צו מאכן די זעלבע טעות וואס איך האב געמאכט. זאלסטו אים גלייך אויסשפייען "הדא", און אים שיינערהייט מסביר זיין אז ער זאל נישט באגיין אזא טעות, ולא ימות כדרך שמת פלוני.

*

און אצינד צו דיר מיין נייע קאפיוטער.

צו דיר וועל איך רעדן אביסל א אנדערער שפראך:

פון איין זייט בין איך פריילעך און צופרידן אז איך האב דיך איינגעהאנדעלט, אין א געוויסן זין ביסטו ביי מיר זייער באליבט, איך האב דורך דיר נאכנישט געטון קיין שום שעדליכע זאכן, אפי' אין די פאר שעה וואס איך האב געהאט די בחירה...

פון דער אנדערע זייט וויל איך צו דיר רעדן זייער קלאר און שארף:

אהובי ידידי, איך גיי טאקע פון היינט פארברענגן אויף דיר מערערע שעות איבערן טאג. וויסן זאלסטו אבער, אז דאס איז נישט ווייל איך וויל, אדער פאר שוואויל טאג, וכדומה, מצידי וואלט מיר זייער גוט געווען צו ארבעטן און דער זעלבער "ניטינג" קאמפעני ווי מיינע זיידעס האבן געארבעט דא ווען זיי זעענען געקומען קיין אמעריקא, זיי זענען יעדע סוף וואך אהיימגעקומען מיט זייער געהאלט, און פון דעם געלעבט אין חתונה געמאכט די קינדעלעך.

די פראבלעם איז אבער אז דער ניטינג קאמפעני איז שוין געשלאסן געווארן... היינט מאכט מען אלעס אין כינע, און דער וועלט האט זיך געטוישט, און די היינטיגע וועג פון ברענגען פרנסה איז א גרויס חלק דורך דיינע מיטלען, און אז דער באשפער האט עס אזוי אויסגעשטעלט וועלן מיר זיך צו דעם צושטעלן.

אבער געדענק:

איך בין נישט דא, נישט פאר קיין שאפינג, און נישט פאר שוואויל-טאג, און זיכער נישט פאר קיין ערגערס פון דעם. איך בעט דיר זייער, לאמיר אנהאלטן אונזער גוטער רילעשאנשיפ, און נישט ווערן קיין בלוטיגע שונאים פאר אייביג. פארפיר מיך נישט מיט קיין נארישקייטן, און זיכער נישט מיט קיינע עבירות.

*

עפילאג:

מיין זיידעס "ניטינג" קאמפעני איז שוין טאקע פארשלאסן.
אבער זיין אייניקל'ס הערצעלע איז נאך ברייט אפן, און ער וויל נאך בלייבן אן ערליכער איד!

אבער זיין איינקל'ס רצון איז נאך נישט, ער גארט און ער וויל בלייבן ריין און אפגעהיטן.

אבער אצינד טוט זיין אייניקל אנפירן מיט א צווייטער "ניט"ינג קאמפעני....

יעדעס מאל וואס דער בחור קומט צום גיין מיט זיין פארמאסקירטער פאלשער שמייכל,
זאג איך אים: 'איך וויל "ניט" הערן אפי' וואס דו האסט צו זאגן'... "ניט", "ניט", "ניט"!
און אזוי ווי יוסף הצדיק האט אים שוין געזאגט דעם "געדרייעטן" "וימאן", "ניט", "ניט", "ניט".

און מיט דעם וועלן מיר פארשטיין דעם מאמר חז"ל (מדרש רבא שה"ש ה'), ווי דער רבוש"ע בעהט זיך צו אונז: 'פתחו לי פתח כחודו של "מחט", עפענטס מיר אויף מיט א נאדעלע, נעם דער זעלבער "נאדל" מיט וואס דיין זיידע איז געווען געבויגן איבערן "ניטינג", און אריינגעשטאכן און די סחורה. נעם דער זעלבער "נאדל" וואס וועט זיין א גירא בעיניה דשיטנא, און "שטעך" עס אריין אין זיינע פארדארבענע "סחורה", און שריי אויס: "ניט", "ניט", "ניט", איך וויל פון דיר ניט הערן, טראג זיך אפ פון מיר!

*

און צום שלוס:

א תפלה צום הייליגן באשפער, אז ער זאל מיר טאקעע העלפן אויף ווייטער... און דער וואס האט געהאלפן ביז אהער ביז אהער... (ווער געדענקט נאך די ניגון...) דער זאל מיר העלפן ווייטער מער און מער, הוא יגמלינו לעד לעד לחן... אז איך זאל טאקע קענען בלייבן ריין מיט זיינע חסדים מעתה ועד עולם אמן!

לעצט פארראכטן: כ"ד חשון התש"פ 11:17 דורך אחכה לו.

ענטפער: דער פארשלאסענער "ניטינג" קאמפעני........... כ"ד חשון התש"פ 04:30 #262048

  • friend
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • כי ימינך פשוטה לקבל שבים
  • מעלדונגען: 1182
  • האט שוין געלייקט: 374 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1183 מאל
  • קאָרמא: 13
אחכה לו געשריבן on כ"ד חשון התש"פ 03:45:

ברוך השם 
איך פריי זיך פאר דיר 
און בעט דעם באשעפער זאל מיר אויכט העלפן אנקימען צו דעם.

מען דארף זיין גוט צו יעדעם אבער נישט מיט יעדעם

ענטפער: דער פארשלאסענער "ניטינג" קאמפעני........... כ"ד חשון התש"פ 08:44 #262060

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 18 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1805
  • האט שוין געלייקט: 4295 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 3203 מאל
  • קאָרמא: 59

גוט ווי נאר אחכה קען באווייזן!
אחכה, צוקער זיס!
שכח.

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

ענטפער: דער פארשלאסענער "ניטינג" קאמפעני........... כ"ד חשון התש"פ 10:33 #262066

  • חיים חייקל
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 238
  • האט שוין געלייקט: 1323 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 481 מאל
  • קאָרמא: 16

אחכה
wow!
איך בין שפרייכלאז.....

לעשות נחת רוח להבורא יתברך שמו

זיך צו לאזן היילן איז טאקע שווער. אבער צו בלייבן קראנק איז נאך שווערער

לעצט פארראכטן: כ"ד חשון התש"פ 10:33 דורך חיים חייקל.

ענטפער: דער פארשלאסענער "ניטינג" קאמפעני........... כ"ד חשון התש"פ 10:49 #262067

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 7 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 728
  • האט שוין געלייקט: 674 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1543 מאל
  • קאָרמא: 54

גאר גאר שטארק
מער דיין שטארקייט ווי דיין באשרייבונג
רבוש״ע געב אונז אלע די שטארקייט

ענטפער: דער פארשלאסענער "ניטינג" קאמפעני........... כ"ד חשון התש"פ 11:16 #262068

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 20 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1225
  • האט שוין געלייקט: 991 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2250 מאל
  • קאָרמא: 54

(המשך, און ענדע:)

עפילאג:

מיין זיידעס "ניטינג" קאמפעני איז שוין טאקע פארשלאסן.
אבער זיין אייניקל'ס הערצעלע איז נאך ברייט אפן, און ער וויל נאך בלייבן אן ערליכער איד!

מיין זיידעס "ניטינג" קאמפעני איז שוין טאקע פארשלאסן.
אבער זיין איינקל'ס רצון איז נאך נישט, ער גארט און ער וויל בלייבן ריין און אפגעהיטן.

מיין זיידעס "ניטינג" קאמפעני איז שוין טאקע פארשלאסן.
אבער אצינד טוט זיין אייניקל אנפירן מיט א צווייטער "ניט"ינג קאמפעני....

יעדעס מאל וואס דער בחור קומט צום גיין מיט זיין פארמאסקירטער פאלשער שמייכל,
זאג איך אים: 'איך וויל "ניט" הערן אפי' וואס דו האסט צו זאגן'... "ניט", "ניט", "ניט"!
און אזוי ווי יוסף הצדיק האט אים שוין געזאגט דעם "געדרייעטן" "וימאן", "ניט", "ניט", "ניט".

און מיט דעם וועלן מיר פארשטיין דעם מאמר חז"ל (מדרש רבא שה"ש ה'), ווי דער רבוש"ע בעהט זיך צו אונז: 'פתחו לי פתח כחודו של "מחט", עפענטס מיר אויף מיט א נאדעלע, נעם דער זעלבער "נאדל" מיט וואס דיין זיידע איז געווען געבויגן איבערן "ניטינג", און אריינגעשטאכן און די סחורה. נעם דער זעלבער "נאדל" וואס וועט זיין א גירא בעיניה דשיטנא, און "שטעך" עס אריין אין זיינע פארדארבענע "סחורה", און שריי אויס: "ניט", "ניט", "ניט", איך וויל פון דיר ניט הערן, טראג זיך אפ פון מיר!

שוין צוגעלייגט אין דער פריערדיגער ענטפער.

ענטפער: דער פארשלאסענער "ניטינג" קאמפעני........... כ"ד חשון התש"פ 12:40 #262073

  • דראפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 14 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 181
  • האט שוין געלייקט: 108 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 700 מאל
  • קאָרמא: 30

אחכה ווי שטענדיג, רייך, זאפטיג, און שטארק.
דא איז עס אבער א ספעציעלע קונץ, ווי דער האט גענומען א נאדל לאך, וואס איז קלענער ווי א ניט, און אזאנס אריין געשטופט, ממש השחיל פיל בקופא דמחטא דאס דארף מען שוין קענען.

איך האלט זיך צוריק פון קויפן א נייע סמארט פאן (איך פארלאז זיך אויפן היתר פון פת פלטר, לצורך פרנסה מיט משומר) נאר ווייל כציטער פון בין הזמנים, צווישן די אלטע און די נייע פילטער.

אמאל, תיכף ביים קויפן א נייע כלי, האב איך עס תיכף מכשיר געווען לקבל טומאה, ביז דער פילטער איז ארויף, היינט אבער גיי איך בעטן איינעם פון משומר זאל מיר ערלעדיגן דעם נייעם דעווייס.

ה' נגדך כל תאותי, ואנחתי ממך לא נסתרה.

לעצט פארראכטן: כ"ד חשון התש"פ 12:41 דורך דראפעט.

ענטפער: דער פארשלאסענער "ניטינג" קאמפעני........... כ"ד חשון התש"פ 13:59 #262081

  • יחיאל
  • איצטיגע שטרעקע: 14 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • זוך שטארקען
  • מעלדונגען: 1114
  • האט שוין געלייקט: 5864 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 993 מאל
  • קאָרמא: 20

זוך שטארקען און נאכאמאל זוך שטארקען בוז מען וועט ווערן 
א גיבור  [הכובש את יצרו]

ענטפער: דער פארשלאסענער "ניטינג" קאמפעני........... כ"ו חשון התש"פ 12:05 #262116

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 18 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1805
  • האט שוין געלייקט: 4295 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 3203 מאל
  • קאָרמא: 59
ich vil zan ehrlich געשריבן on כ"ד חשון התש"פ 08:44:

גוט ווי נאר אחכה קען באווייזן!
אחכה, צוקער זיס!
שכח.

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

ענטפער: דער פארשלאסענער "ניטינג" קאמפעני........... כ"ו חשון התש"פ 16:38 #262123

  • יונגערמאן
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מיט א ברען צום אייבערשטען
  • מעלדונגען: 268
  • האט שוין געלייקט: 549 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 677 מאל
  • קאָרמא: 18

מורא'דיג איך האף אז דער ניטינג קאמפאני פון תש"פ לאזט נאך אריין ארבייטערס

ולכן, אל יפול לב האדם עליו, ואל ירע לבבו מאוד,
גם אם יהיה כן "כל ימיו" במלחמה זו
כי אולי לכך נברא וזאת עבודתו
(תניא קדישא פרק כ"ז)
  • בלאט:
  • 1
אחראים: GYE YIDDISH
צייט צו מאכן א בלאט: 1.11 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא