היינט נאכט גייט מען צינדען די ערשטע ליכטל, מיטן אויבערשטנס הילף.
די חילוק צווישן היי יאר און די פריערידיגע יארן, איז פשוט, היי יאר גיי מיר צינדן מיט א אנדערע טראכט אפעראט, מיט א מוח וואס איז נישט פול מיט חרטות, ביטערניש, און א מוח וואס איז אפן פאר טויש, פאר פרישע געדאנקן, פאר עפעס תכלית, עכט אויף למעשה, פאזיטיוו.
איך האב געקלערט א מחשבה, און איך בין דא עס מיט צו טיילן מיטן ציבור.
יעדע מאטריאל וואס מוויל פארעמען, שמעלצן, איינקריצן, צו איז דאס אייזן, צו פלאסטיק, צו גלאז, טוט מען דאס דורך היץ, דורך פייער, מהייצט אן דעם רוי מאטריאל, און ווען עס איז צולאזט לאזט זיך דאס פארעמען, קריצן, און דערנאך בלייבט עס אויף אייביג.
היינט איז שוין דא נאך מהלכים, מקריצט איין דורך קאנצעטרירטע שטראלן, לעזער, וכדו', די יסוד הדבר איז, שאקל אויף די אטאמען פונעם חפץ, עס זאל ווען מוכשר זיך צו לאזן איבערמאכן.
אין חינוך ווערט געברענגט אז דערפאר מאכן מיר קידוש אויף וויין, ווייל שבת זאגט מען עדות אויף בריאת העולם, די יסוד האמונה, און ווען א מענטש האט וויין, איז ער מרוגש, אפן, אלע זיינע חושים זענען דא, ממילא אזא וויכטיגע זאך ווי עדות אויף בריאת השמים האבן די תורה געהייסן מזאל נעמען וויין, כדי סזאל זיין מיט אלע חושים.
אין מהר"ל מפראג ווערט דאס אויך געברענגט, אז וויין ברויך זיין גאר אפגעהיטן (ביים מאכן) ווייל וויין איז א טיפע זאך, דאס דרינגט אריין ביזן עומק הנשמה, און אלע מחשבות וואס דער וויין מאכער טראכט בשעת'ן קען מיטקומען אין אריינגיין טיף, ממילא זאל מען אבאכט געבן ווער עס פארעט זיך ביים מאכן די וויין, (און ליובאוויטש איז מען זייער מקפיד דערויף, דער מלאך האט אויך שטארק מקפיד געווען).
עס ווערט געברענגט אין די קדמונים, אז דאס ענין פון זינגען איז אויך אזוי, בשעת א מענטש טאנצט און זינגט, איז ער מרוגש, זיינע חושים זענען מער אפן, צולאזט, בייגעדיג, ממילא ברענגען זיי, אז די אומות העולם וויפיל שלעכטע מידות זיי ווילן אריינשווערצן ביי אידן, שווערצן זיי עס אריין דורך זייערע ניגונים, און ווען אידן ווערן מרוגש און טאנצן אויף גוי'אישע ניגונים, קריצן זיי איין טיף די מדות וואס דער ניגון האט, ממילא ברויך מען זייער נזהר זיין דערין.
לענינינו, בשעת א איד לאזט זיך ווואויל גיין מיט די תאווה רח"ל, די יסודות'דיגע תאווה, איז דאך פשוט אז דאס ווערט איינגעקריצט טיף טיף אינעם נפש, ווען איז נאך א מענטש אזוי מרוגש ווי ווען אלע זיינע חושים זענען אזוי אפן אינגאנצן בשעת'ן זיך נאכגעבן די תאווה, דער גאנצער מענטש ווערט יסודות'דיגע איבערגעמאכט, ווערט באמת א אגענט פאר די ביטערע תאווה, ביזן טיפעניש פון זיין נשמה רח"ל.
די זעלבע זאך, די אלע ראיות אסורות, די אלע שמוץ, דאס קוקט מען דאך בשעת מען איז מרוגש אויף טויזענט, מיט די גרעסטע מאס עיון, מיט די נשמה, און דאס ווערט איינגעקריצט טיף טיף, און שווימט כסדר ארויף פאר די אויגן, וויפיל מזאל נאר פראבירן פטור צו ווערן דערפון, פארפאלן, עס איז איינגעקריצט מיט שמעלץ קראפט, מיט פייער, עס איז ממש געווארן א פארעם אזא, אין אונזער נפש.
איז וואס איז די עצה ? ר' מיכלי מנתני'ה פלעגט פרעגן אלץ, ווי אזוי ווערט מען פון די חעוורע פאטעער (פטור) ?...
קען זיין, מיר ווייסן דאך, כבלעו כך פלטו, די זעלבע וועג ווי עס איז אריין, גייט עס ארויס.
די חכמי יון האבן דאך פארגעטערט דעם גוף, דער עיקר איז דער גוף, דערנאך איז גארנישט, כאפ אריין.
די חכמים האבן געהאט א שווערע מערכה מיט דעם, דער גוף, די וועלט, איז נישט דער עיקר, סאיז דא א באשעפער, א העכערע תכלית.
מיר ווייסן שוין, ווען דער גוף איז געשלאגן, ווען דער גוף איז יסודות'דיג געשעדיגט רח"ל, ווען דער גוף איז ל"ע עדיקטעט, ווייסן מיר שוין אז דער גוף אליין קען זיך נישט העלפן, דער גוף אליין פארמאגט נישט די כוחות צו פייטן מיט די טיפע אינערליכע תאוות, דער גוף אליין וואלט ווען פארפאלן געווארן ביזן אפגרונד, נאר מיטן הילף פון באשעפער, פון עפעס העכערס, קען זיך דער גוף ערלויבן ארויסצוגיין אין קאמף, און געווינען.
אלזא, חנוכה איז דער יו"ט, דער יו"ט וואס מפייערט נצחון קעגן דעם גוף, קעגן די מחשבה אז דער גוף איז די עיקר תכלית, מהענגט זיך אן אין עפעס העכערס, אינעם אויבערשטן, און מיטן אויבערשטנס הילף קענען מיר בייקומען אפילו די גרעסטע דעמידזשעס וואס דער גוף האט.
אבער מען ברויך מאכן א קלינאפ, די אלע מחשבות, די אלע בילדער, די אלע טמא'נע הרגישים, מברויך דאס קלינען, דיליטען, ארויסטרייבן פון אונזער סיסטעם, ווי אזוי מאכט מען דאס.
מיט פייער, כָּל דָּבָר אֲשֶׁר יָבֹא בָאֵשׁ תַּעֲבִירוּ בָאֵשׁ וְטָהֵר.
די אלע בילדער וואס זענען אריינגעקריצט געווארן בשעת מיר זענען געווען אנגעהיצט מיט פייער, ברויך מען אויסמעקן מיט פייער.
מיר זיצן קעגן די הייליגע ליכט, מיר פראווענען יו"ט אויף די שוואכע כוחות פונעם גוף, מיר הענגען זיך אן אין עפעס העכערס, זינגען מיר שירות ותשבחות, מען ווערן מרוגש מיט די ניגונים, די הייליגע ניגונים, מיר ווערן צושמעלצט, דאן איז די צייט;
קוק אויף די פייער פון די ליכט, גליע אויס דיינע זכרון קאמערלעך, ברען אויס די אלע גארביטש, מאך א קלין אפ, די מצוה פון קוקן אויפן פייער, דאס איז די עסיד וואש, די גרונטליכע קלינאפ.
הנרות הללו קודש הם, זיי זענען קודש, אלא לראותם בלבד, נאר קוקן, די הייליגע פייער דאס וועט אונז צוריק פארעמען צו א הייליגע פארעם.
דערנאך קענען מיר זיך זעצן לערנען תורה שבעל פה, מיט ריינע מחשבות.
דעריבער קען זיין, מהאט געטראפן אויל נאר פאר איין טאג, צו ווייזן אז מיר קענען נישט נאר דורך איין טאג אויף א מאל, אפילו די דארפסט האבן פאר אכט טאג, די ווילסט בלייבן ריין אייביג, די הייב אן מיט וואס די קענסט, מיט וואס דו האסט, מיט דעם איין טאג, און דער באשעפער וועט שוין טון די איבעריגע.
דאס איז אויך די כוונה, וטמאים ביד טהורים, ווי אזוי, ורבים ביד מעטים, מיט קליינע נומערן, מיט איין טאג אויף אמאל, ביז עס ווערט ורבים, אזוי געווינט מען וטמאים ביד טהורים.
אבער באמת, ווי מיר האן שוין לאנג געזאגט, איז די איין טאג אויך א נס, א מענטש קען נישט אליין אפילו איין טאג אויך נישט, דער גוף האט נישט די כוחות, נאר מיט הילף פון אויבן, דאס איז דאך די כוונה פון חנוכה, ממילא איז די ערשטע נאכט אויך געווען א נס.
איז שוין פארענטפערט דעם בית יוסף'ס קשיא.
זאל דער אויבישטער טאקע העלפן, אז די ליכט זאלן ריינוואשן אונזערע מוחות, די אלע שמוציגע בילדער זאלן פארמעקט ווערן פון אונזערע מוחות, און זאלן ריפלעסעד ווערן מיט בלעטער גמרא, און מיר זאלן מיטן אויבערשטנס הילף קענען בלייבן, טהור.