לכבוד האי יומא דקגרים, ווען איך טרעט מיטן אויבערשטענ'ס הילף אריין אין מיין 300'סטע טאג, וויל איך פאראייביגן מיינע געדאנקן אין אט דער גרויסער צייט, און עס ארויסברענגן אויף א אופן פון "אמאל און היינט", וויאזוי זאכן האבן ביי מיר אויסגעזעהן אמאל, און וויאזוי זאכן זעהן ב"ה אויס היינט ביי מיר, זייט איך בין א "הדא איד".
*
אמאל ווען איך האב געוויסט פון איינעם וואס מוטשעט זיך מיט די ענינים, האב איך אים אראפגעקוקט.
היינט ווען איך ווייס אז איינער מוטשעט זיך מיט די ענינים, פארשטיי איך אז ס'איז א קרענק אזוי ווי סיי וועלכע אנדער פיזישע קרענק, און איך קוק אים ארויף אויף דעם וואס ער קומט זוכן הילף.
אמאל פלעג איך ווייניג טראכטן, און ווען שוין יא געטראכט איז עס נישט אלעמאל געווען פון אזאלכע גוטע זאכן.
היינט, נישט נאר איך טראכט, נאר איך טראכט כסדר וויאזוי צו ווערן נענטער צו גאט, און וויאזוי צו מאכן א שטעקערע קשר מיט אים.
אמאל האב איך געלעבט איינזאם מיט מיין פראבלעם, נישט געהאט מיט וועם צו רעדן, און פון וועם צו נעמען חיזוק.
היינט בין איך ב"ה טייל פון די קהילה, ווי איך האב מיך איינגעהאנדעלט אסאך טייערע לעכטיגע חבירים וואס זענען אלעמאל גרייט פאר מיר, און מ'האלפט זיך כסדר ארויס איינער מיטן צווייטן מיט אזא ברודערליכקייט.
אמאל האב איך קוים געקענט זיך האלטן ריין פאר אפאר וואכן.
היינט בין איך שוין בחסדי ה' ריין פאר עטליכע מאל 90 טעג אין א ציה.
אמאל בין איך נעבעך זייער קראנק געווען, און איך בין געווען געבינדן אין קייטן.
היינט בין איך ב"ה אויפן וועג צו מיין פולער ריקאווערי בס"ד.
אמאל האב איך מיר אזוי געשעמט צו רעדן צו א נברא אין די וועלט וועגן די ענינים.
היינט האלט איך שוין ב"ה נאכן עס דורכרעדן מיט מיין טעראפיסט.
אמאל האב איך ליידער געהאט נאר א "אנגעשטעלטע" לעבן, ס'איז אבער געווען פאלטש.
היינט לעב איך ב"ה א עכטע און א נארמאלער לעבן.
אמאל האב איך געלעבט א "דאבעל לייוו".
היינט לעב איך איין לעבן, און א ריכטיגע לעבן.
אמאל ווען מ'איז געזעסן משפחה אינאיינעם, איז מיין קאפ געווען פארנומען נאר מיט לאסט, און מיט מיינע שוועגערינס.
היינט האב איך הנאה פון דער אטמאספער אויף א ריינעם וועג, און איך בין מער נישט one track minded
אמאל האב איך געמיינט אז יעדעס מאל וואס איך טראכט פון עפעס לאסט, מוז עסק ומען לידי מעשה צו עקטן אוט.
היינט ווייס איך אז דער באשעפער האט מיר געגעבן די כוחות זיך צו שטארקן, און עס בארואיגן אויף א געזונטע אויף, און בלייבן ריין.
אמאל איז מיין תורה און תפלה ליידער נישט געווען בקדושה ובטהרה, און ס'איז שווער צו טראכטן ווי שטארק דער רבוש"ע האט געהאט א נחת רוח דערפון.
היינט דינט מען דעם באשעפער מיט א הייליגקייט באהבה וברצון בקדושה ובטהרה, און מ'זוכט כסדר צו שטייגן דערין למעלה למעלה.
אמאל האב איך נישט געהאט אזויפיל נערווען צו מיינע אומשולדיגע קינדערלעך.
היינט האב איך די וועלטס נערווען און געדולט צו זיי.
אמאל האב איך געקענט פארוואסערן גאנצעטע טעג פון די ארבעט פאר הבלים און פאר שמוץ.
היינט ב"ה געשעהט מער נישט אזא זאך, און לכבוד דעם איז מיין ביזנעס ארויף צו העכערע שטאפלען.
אמאל איז יעדע פראבלעם וואס האט זיך געמאכט, געווארן געסאלווט מיט עקטן אוט.
היינט ווערט יעדער פראבלעם קעירגענומען, און מען טוט בעז"ה די ריכטיגע השתדלות זיך ארויסצוזעהן פונעם פראבלעם.
אמאל האט יעדע דורכפאל וואס האט זיך געמאכט ביי מיר, געענדיגט מיט עקטן אוט.
היינט ווערט יעדער דורכפאל אויפגענומען מיט דער ריכטיגער צוגאנג, מ'שטעלט זיך אויף און מ'גייט ווייטער.
אמאל האב איך געמיינט אז די וועג זיך צו טוישן איז דורך אינטערנעמען גרעסערע צילן.
היינט ווייס איך אז דער וועג מצליח צו זיין אין סיי וואס איז צו מאכן קליינע סטעפס, און ארבעטן מיט איין טאג אויפאמאל.
אמאל האב איך זיך כמעט נישט גערירט פארויס אין מיין לעבן, ווייל איך בין כסדר געווארן ערגעצוואו אינמיטן פארפלאנטערט מיט שמוץ.
היינט רוקט מען זייך שטענדיג פארויס אין פארשידענע הינזיכטן אינעם לעבן ברחניות ובגשמיות מיט גרויס סייעתא דשמיא.
אמאל האט מיין דאווענען אויסגעזעהן אויף א אופן וואס ס'בעסער אז מ'רעדט נישט דערפון.
היינט איז עס א דירעקטע מיטל וויאזוי נאנט צו ווערן מיט אונזער באליבטער טאטע אין הימל.
אמאל איז כמעט יעדע זאך וואס איך האב געזעהן געווען רילעיטיט צו ס*** במישרים אדער בעקיפין.
היינט זעה איך ב"ה זאכן מיט א קלארע סויבערע מח.
אמאל האב איך געמיינט אז ווי מ ער ס*** איך וועל האבן, אלץ מער לייכטער וועלן מיינע פראבלעמען ווערן.
היינט ווייס איך אז דאס איז א בלויזע איינרעדעניש, או און א פראמינענטער חלק פונעם פראבלעם.
אמאל האב איך געמיינט אז א גוטע שלום בית מיינט האבן ווי מער ס*** מיט די ב"ב.
היינט ווייס איז אז א גוטע שלום בית מיינט האבן ווי מער און ווי א שטערקערע "עמאשענאל רילעישאן-שיפ".
אמאל האב איך געמיינט אז ווען מ'איז אפן מיט די ב"ב מיט די ענינים שבינו לבינה איז עס א נישט ריכטיגע זאך.
היינט ווייס איך א דאס איז זייער א געווינטשענע און ריכטיגע זאך (ווען מ'ווייסט וויאזוי).
אמאל האב איך מיך געשעמט צו האבן אפן "הדא" אויף מיין סקרין ווען אנדערע האבן געזעהן.
היינט איז עס ביי מיר ב"ה נישט מער קיין שום בושה, און איך קען עס האלטן אפן אפי' ווען אנדערע זעהן, (באופן וואס זיי זעהן נישט מיין ניק כמובן).
אמאל בין איך געווען א פשוטע איד.
היינט בין איך א "הדא איד"!.