ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1
  • 2

טעמע: דער גנב אלץ שומר!! 1196 באזוכער

דער גנב אלץ שומר!! י"ז טבת התש"פ 14:05 #263865

  • אפהיטן
  • איצטיגע שטרעקע: 55 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 102
  • האט שוין געלייקט: 28 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 210 מאל
  • קאָרמא: 5

שלום עליכם טייערע חברים שיחי'!
דער גנב אלץ שומר!!
כשמו כן הוא! איך הייב אן גלייך מיטן ענין ווייל דאס ברענט יעצט און בעז"ה וועט די איינצעלהייטן פון מיין ביזיעצטיגע (פארגאנגענע) לעבן נאכפאלגן,
איך בין נאך אינגאנצן צושאקלט און צובראכן און טאקע פארדעם האט מיר דא צוגעברענגט צו שרייבן און אנהייבן א נייע נושא איבער מיר און מיין ענין נאך פאר איך האב געהאט צייט צו אדורך טון און אדורכליינען די רייכע פראגראמען וואס די הייליגע פלאץ טוט אונז דא סערווירן מיט יושב הדעת ווייל די צייט און הויט ברענט מיר יעצט און אפשר וועט דאס מיר ארויסהעלפן און צוהעלפן אנצוקומען ווי מיר האבן באשלאסן אנצוקומען און בעז"ה וועט דאס זיין די ריכטיגע שליח,
מיט א שטארק צובראכן הארץ און צובראכענע זעיל אבער עס איז גאר שטארק צוגעטעיפט און צוגעקלעבט אז עס זאל קענען גוט צוריקוואקסן און נישט ציבראכן ווערן מער!!
פארגאנגענע וואך בין איך אריינגעפאלן דא אין דעם סייד, אינמיטן די וואך וואס איך האב געווארט אויף א גרויסע חוץ לדרך הטבע'דיגע ישועה און זיך געהאט פארגענומען צו היטן מיינע אויגן לזכות פונען ישועה, און אזוי שוין זייענדיג דא האט איך מיך שוין אויפגעסיינט און אריינגעשטעלט מיינע טעג וואס איך האב מיך שוין געהאט צוריקגעהאלטן שוין פון בעפאר און איך האב דא און דארט גענומען און געשעפט דברי חיזוק וואס אנדערע בלאזן אריין אין די שווערע קאמף וואס מיר פירן דא,
אבער! די ווערטער וואס אלע דערמאנען אז מען דארף ביי זיך אליין אין הארץ אפמאכן אז מען הערט אויף דאס צו טון און ווילן טון, און נאר אזוי קען מען אנקומען האב איך גענומען פאר דרינג און געטראכט איך דארף דאך אזוי שטארק די ישועה ממילא בין איך גענוג שטארק, און נאך די ישועה וועל איך אוודאי קענען בלייבן שטארק, און די ווערטער וואס איך ווייס אליין אז עס איז נישט ממש אזוי אמת האב איך אזוי פרווישט אין מיר,
ווי איך האב צוגעשריבן ביי א צווייטען ענין דא האב איך אויך געוואוסט אז השי"ת ווייסט בעסער פון אונז איבער ישועות און נישט אלעס פירט זיך וויאזוי מיר ווילן און נישט אייביג קומט עס אן אזויווי מיר ווילן און בעטן איז טאקע נישט געשעהן די נס וואס מיר האבן אזויפיל ארויסגעקוקט און געבעטן, אבער ווי מיר ווייסן שוין פון פריער האבן מיר ווייטער ממשיך געווען צו ציילן די טעג פון ריינקייט, אבער שמירות עינים האבן מיר יא געבראכן, 
און ב"ה נעכטן האבן מיר דא געציילט די 16'טע טאג פון ריינקייט
טראך!!! טראך!!!
נעכטן נאכמיטאג טאקע נאכן זיך פיל אנקוקן מיט זאכן וואס מען טאר נישט (קען זיין מען וועט נאך מאריך זיין אין דעם ענין) האט דאס געקראכט און ארויסגעקומען אויף זייער א שלעכטן אופן וואס מען זאל ח"ו קיינמאל נישט אדורכפאלן, אבער! דאס האט צוגעפירט פארן נייעם בלעטל וואס מיר האבן יענע מינוטן נאך ווען די וואונד איז געווען אפן זוכה געווען אריבערצומישן,
און טאקע דא דארף איך דער הילף פונעם טייערען עולם און לאמיר צוזאמען אבערבעטן און ווייזן וואס מיר קענען יא!! 

די פרטים פונעם פלאן וועט שוין נאכפאלגן אינעם פרישן קאפיטל

גדלי' - וואס וויל און ארבעט צו זיין הייליג!


ענטפער: דער גנב אלץ שומר!! י"ז טבת התש"פ 15:09 #263870

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 213 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 949
  • האט שוין געלייקט: 824 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל
  • קאָרמא: 47

מזל טוב פאר דיין נייע טרעד!!!
מיר ווארטן מיט שפאנונג צו הערן דיין שפאנענדיגע געשיכטע, וויאזוי האט זיך אנגעהויבן דיינע מיטמאכענישן, וואס האט זיי צוגעברענגט, ווילאנג גייט עס שוין אן, וואס האסטו שוין פרובירט דערווייל אבער אן ערפאלג.

זייט וויסן מיר אלע דא זענען אויפן זעלבן שיף! און מיר פרובירן צו אונטערהאלטן מען זאל חלילה נישט פאלן, מיר וועלן אינאיינעם פייערן דיינע הצלחות! בוזט מער נישט אליינס!!!
איין זאך פארלאנגט זיך פון דיין זייט, געב נישט אויף ריקאווערי!!! קיינמאל!!! נישט קיין חילוק ווילאנג עס נעמט!! סוף הכבוד לבוא!

הייב אן די רייזע אויפן טשארט, דרוק דעם קנעפל יעדן טאג אויב דו בוזט נאך ריין, און........
יא, קיפ אן טראקינג!!!

ענטפער: דער גנב אלץ שומר!! י"ז טבת התש"פ 15:47 #263872

  • אפהיטן
  • איצטיגע שטרעקע: 55 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 102
  • האט שוין געלייקט: 28 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 210 מאל
  • קאָרמא: 5
גדלי' איז זייער א שטארקער זעלבשטענדיגע מענטש און גרויסע אויפטוער העלפט ארויס אסאך אנדערע יודן און אלע ענינים, ער ווייסט אסאך און קען אסאך און יעדער קען אים פאר א שטארקע אדורכגעטראכטער מענטש וואס האט א דיעה אויף אלעס ארום און קען יעדעם געבן א ריכטיגע טיפ און א ריכטיגע גוט ווארט, און ער האט זיך זיינע שיטות און דיעות און ער דערשרעקט זיך נישט פון אנדערע און וואס ער וויל טון פירט ער אויס א מאכט דערפון א סוקסעס וויאזוי ער שפירט אן קיין בייג פאר אנדערע וואס ווילן שטערן אדער נישט לאזן גיין זאכן גלאטיג,
און טאקע פארדעם נאך אלץ יונגל אין חדר איז גדלי' גוט געווען מיט כמעט יעדעם פון די ת"ת בילדינג פון די גאר פרומע ערליכע ביז די באפיצטע באם'ישע קינדער, און שפעטער אויך אין ישיבה איז ער געווען נאנט מיט די גרויסע בחורים וואס זענען 4 יאר עלטער פון אים און פארברענגט מיט אלע צוגלייך און טאקע ער פלעגט שטענדיג מיטהאלטן די באטע'ס און חבורות פון די פרומע פיינע בחורים און מצד שני ארומגעשפרינגען און פארברענגט מיט די ליידיג גייערס ביי זייערע פלעצער,
אבער! אפילו ווען ער האט שוין געוויסט פון די דעטאלן פון הוז"ל און ער האט אפילו געוויסט פון אפאר פון זיינע חברים וואס שפילן זיך פיל ארום מיט אנדערע, איז גדלי' "קיינמאל" נישט געקומען אנצורירן א צווייטן אפילו ביי די ניבול פה שמועסן האט ער מיטגעלאכט און מיטגערעדט איז ניטאמאל פאר קיינעם בייגעפאלן אנצוטראגן פאר גדלי' צו קומען אדער עס טון מיט אים ווייל ער איז דאך גדלי' קיינמאל און טאקע קיינמאל אפילו ער האט זיך געדרייט במקומות וואס ווען מפלעגט זיך דארט צוזאמקומען און אפטוען כל דבר אסור איז אבער ווען גדלי' איז דארט געווען האט מען נאר גערעדט דערפון נישט געטון ווייל דער שטארקער גדלי' איז דא און ביי אים טוט מען נישט די זאכן, ער איז גערעסער און שטערקער פון די עבירות און ביי אים איז נישטא די עוולות,
און פון די אנדערע זייט גדלי' אליין אפילו פאר זיך האט ער עס יא געטון אבער אנגעטראגן פאר אנדערע "קיינמאל" אפילו נישט ברמז ווייל ער איז דאך גדלי' און ער איז שטערקער און גרעסער פון די זאכן, אפילו אין צייטן וואס האט אים געברענט די תאוות האט ער זיך געקענט שטארקן פון צוגיין צו אנדערע פרעגן אדער בעטן ווייל ער איז דאך גדלי' און ער איז נישט גרייט צו ברעכן זיין מאראל פאר די זאכן ווייל ער איז דאך שטערקער און גרעסער פון די זאכן,
און אפילו צייטן אלץ בחור וואס עס האט אים געברענט און ער האט געטשעט מיט אנדערע אויף די אינטערנעט ווי נאר ער האט געהאט א ספיק ספיקא אז דער קען אים קענען פון סיי ווי האט ער יענעם אפגעלאזט און קיינמאל נישט ממשיך געווען צו שיקן מעסעדזשעס, און פארשטייט זיך קיינמאל פאר קיינעם נישט ארויסגעגעבן קיין שום אינפערמאציע וואס האט געקענט צוברענגען אז מען זאל קענען האבן א ספק אז ער איז עס ווייל ער איז דאך גדלי',
אזוי האט ער אנגעהאלטן ביז העכער די צוואנציג וואס אפילו ער האט ביי זיך געהאט ירודות און עליות (וואס אפשר וועט נאכפאלגן די פרטים, אבער יעצט ברענט די צייט פאר די פרישע אויפטוען וואס מיר זענען אריינגעטאנצן) איז עס נאר געווען ביי זיך און קיין איין איינציג מאל נישט אפילו בטעות נישט זיך אנגערורט מיט קיין צווייטן ברי' הודו לה',
גדלי' האט חתונה געהאט בשעה טובה ומוצלחת און זיך געגרייט אויף א ריין לעבן און נאר אויספילן די תאוות בקדושה ובטהרה, אבער די ייצר הרע איז פיל מאל שטערקער און עטליכע יאר נאך די חתונה האט ביי גדלי' אנגעהויבן צו ברענען די תאוות וואס ער האט נישט ערפילט אלע יארן און ער האט אים געברענט אפילו ער האט טאקע זיין אשת חיל די שענסטע און בעסטע וואס א יוד קען זיך נאר פארשטעלן און בעטן, אבער וואס טוט זיך מיט זכרים וכמ"ל,
און דארט איז דער מעכטיגער גרויסער שטארקער גדלי' דארעכגעפאלן ווי אסאך קלענערע און שוואכערע קענען זיך האלטן און שוין און די הויעכע צוואנציגער יארן איז גדלי' צוגעקומען די ערשטע צוצורירן צו א צווייטן שלא במקום מצוה, און פון דארט און ווייטער איז עס שוין נישט געווען גדלי' נאר דער שטן אליין דער ייצר הרע איז שוין געווען אויף זיינע רעלסן און דאס האט ארומגעפירט דער וואס האט שטענדיג געקענט פירן אנדערע און געקענט קאנטראלירן אנדערע און העלפן אנדערע און אפילו פארעכטן אנדערע אים האט ער געפירט אין טיעפן באד גאר גאר נידריג,
אויף אזוי ווייט אז ער האט ווייטער געקענט קאנטראלירן אנדערע אבער, זיך אליין ליידער נישט, און טאקע מיט חברה וועם ער האט געקענט איז אים קיינמאל נישט בייגעפאלן צו קומען אין בארירונג אפילו די וואס ער האט געוויסט אז זיי זענען אין דעם ענין ווייל אינדרויסן איז ער געבליבן דער גרויסער שטארקער גדלי' אבער ביי זיך איז ער געווארן דער קליינער שוואכער גדלי' וואס קען גארנישט טון פאר זיך און דער ייצר הרע קען מיט אים מאכן פאטאש להבל וריק, און טאקע פאר די וואס קענען אים נישט פון פארדעם האט ער זיך אראפגעברענגט אזוי נידריג אז עס איז געווען אומגלויבליך צו אפילו קלערן אז ער איז אמאל און היינט אויך אינדרויסן דער שטארקער מעכטיגער גדלי',
און אזוי נישט מיר נישט דיר האט דער גדלי' אלעס מיטגעהאלטן פון דער נאנט און ער האט אלץ גאנץ א קלוגער געזען ווי זיינע פילע יארן ארבעט ווערט אזוי פארוואסערט, און עס הרג'עט אים און זיין משפחה אוועק זייער אסאך און ער מאכט חרוב זייער אסאך זאכן וואס עס דארט זייער אסאך כוחות, ארבעט און צייט צוריק צו פאררעכטן, אבער ער האט זיך געמאכט נישט זעענדיג און געריסן שטיקער פון אים און פון זיין משפחה און ליידער ליידער אויך פון די שכינה הקדושה וואס די אויגן ווערן מיר פיל מיט טרערן פשוט פון זיך נישט קענען פארשטעלן וואס מיר האבן צוריק געטון פאר אונזער גרויסע לעכטיגע פאטער אין הימל וואס טוט אונז שטענדיג אזויפיל גוטס און ווי זענען מיר געווען און וואס האבן מיר צוריק געטון פאר אים אן קיין שום יושר און מיט אזא שלעכטעקייט, (באריכות וועט נאכפאלגן בעז"ה)
מורי ורבותי טייערע חברים!
גדלי' איז נעכטן ארויסגעשפרינגען אינעם מקום הטומאה מיט צוויי צוגעמאכטע פויסטן מיט שטייפע פארמאכטע ליפן און א שטרענגע צוקנייטשטע שטערן און פארמאכטע ציין, און אויסגעשריגן הויעך:
גדלי' די ביסט א שטארקע און שטייפע מענטש די קענסט דיך שטארקן איבער אסאך קאפ וויי און פראבלעם די דערקענסט זייער גוט יענעמס פראבלעמען און קענסט עס העלפן, יעצט גייסטו זיך שטארקן איבער דיין ייצר הרע איבער דיינע פראבלעמען און יא איך גדלי' גייט זיין שטערקער און מעכטיגער פון דעם ייצר הרע און גייסט ווייזן אז יא ווען גדלי' איז דא ווען ער אויספירן און יעדער וועט קענען זען און זיך איבערצייגן אז גדלי' איז שטערקער און גרעסער און ער גייט זיין דער געווינער און ער גייט קענען שטאלצירן דערמיט!!
טייערע פריינד איך האב נישט מורא אזוי ארויסצוקומען מיט אזויפיל פרטים איבער מיר ווייל איך בין פארזיכערט אז קיינער פון די וואס קענען מיר וועלן אין וויסטן חלום טראכטן אז דאס בין איך, ווייל ניטאמאל איך אליין שרייבענדיג דא מיין אינערליכען חלק גלייב אליין נישט אז דאס האט איך געקענט זיין, 
אבער דאס איז היסטארי!!
אפהיטן גייט זיך אליין אפהיטן!! דער גנב גייט זיין דער שומר!!

איך גיי ווייזן פאר יעדעם אז יא איך וועל אויספירן! איך בין שטערקער און איך וועל ווייזן בעז"ה און מיט השי"ת הילף אז יא איך וועל זיין דער אויספירער און מיר פאלן נישט דורך ווייל גדלי' שטייט דא נעבן מיר און איך וויל אים ווייזן אז יא איך קען אליין!!
אמטשולדיגט פארן אזוי רעדן, איך מיין נישט מיין כבוד און מיר אלע ווייסן און חזר'ן שטענדיג אז אן השי"ת איז נישטא קיין שום ריר און אן אים קען מען גארנישט טון, אבער פארן ייצר הרע דארפן מיר דאס ווייזן און מיר דארפן דאס אויסשרייען הויעך און אים אראפברענגען כאטש אזוי נידריג ווי ער האט אונז אראפגעברענגט, און נאר אזוי וועלן מיר מיט גאטס הילף קענען ווייזן אז יא מיר זענען שטערקער!!!

עס קומט נאך באמת אסאך, און איך האב מיר צוגעגרייט אסאך מער צו שרייבן און מיר דארפן נאך זייער אסאך שרייבן און זיך אויסגעבן און זיך אליין מחזק זיין, אבער מיר דארפן ארבעטן אויך, נאר דאס האט איך שוין היינט געמוזט שרייבן ווייל מיר זאלן זיך ארויסגעבן אן צו געבן צייט צוריק צוציען און אז עס וועט זיין פאר די פאבליק וועלן מיר מוזן ווייזן אז יא מיר קענען עס דעליווערן!

היינט הייבט דער נייער אפהיטער אן אפצוהיטן די ערשטע טאג וואס מיר וועלן ציילן מיט א שטארקייט די ריינע טעג, און לאמיר האפן אז מיר וועלן קענען,
און יא גדלי' גייט קענען ווייל ער איז א שטארקער און מעכטיגער און ער וועט ווייזן אז ער וועט אויספירן,


איך קען נוצן סיי וועלעכע הילף און איך וויל נוצן הילף און אדרבה יעדע הילף ציילט,
הצלחה רבה!
דער אפהיטער וואס וועט אפהיטן
גדלי' - וואס וויל און ארבעט צו זיין הייליג!


ענטפער: דער גנב אלץ שומר!! י"ז טבת התש"פ 15:49 #263873

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 182 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 614
  • האט שוין געלייקט: 576 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1304 מאל
  • קאָרמא: 50

טייערע ברודער מזל טוב צו דיין נייע טרעיד, און האב נישט קיין מורא פון דיין נעכטיגער פאל, ווייל דאס איז נאר געווען א ירידה לצורך עליה, והא ראיה אז דאס האט דיר צוגעברענגט צו עפענען דיין טרעיד און זיין גרייט אריינצוקומען זיך אליין מחזק זיין צוזאמען מיט אונז אלע, און נישט שטיין פון אינדרויסן און מחזק זיין אנדערע.
עס שטייט אין ספה"ק אז ווען איינער פאלט אדורך מיט א חטא ר"ל, און נאכדעם שטארקט ער זיך און ער הייבט זיך אויף, און ער ווערט נאך נענטער צום אויבערשטן דורך דעם ווי ער איז געווען פריער, איז דאס די תיקון אויף דעם חטא.
ממילא אויב די נעכטיגע פאל האט דיר צוגעברענגט צו זיין גרייט פאר ריקאווערי האט זיך עס געלוינט און דאנק דעם אויבערשטן אויף דעם.
געדענק ביסט נישט אליין אונז גייען מיר אלע צוזאמען און מיר זענען זיך מחזק איינער דעם אנדערן אין די שווערסטע אומשטענדן.
אחי חזק ואמץ

טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)

ענטפער: דער גנב אלץ שומר!! י"ז טבת התש"פ 16:53 #263878

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 452 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1064
  • האט שוין געלייקט: 808 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2063 מאל
  • קאָרמא: 46

הרב אפהיטן קומט אריין שטארק און קלאר, מיט א גוטן פעדער צו דער זייט.

זאל השי"ת זיין מיט דיר, און די זאלסט מצליח זיין אויף דיין וועג צו ריינקייט.

מיט קוקן ארויס און דאווענען פאר דיין הצלחה, אל תירא, כי עמך ה' גבור החיל!

ענטפער: דער גנב אלץ שומר!! י"ז טבת התש"פ 17:56 #263884

  • יחיאל
  • איצטיגע שטרעקע: 13 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • זוך שטארקען
  • מעלדונגען: 1091
  • האט שוין געלייקט: 5819 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 949 מאל
  • קאָרמא: 19

איך ווייס נישט וואס צו שרייבן.

איין זאך איז זוכער אז צו אנערקענען די אייגענע חשיבות איז א געוואלדיגע זאך וואס מען קען אנקומען זייער וואט ווי גדלי'
אבער מען דארף זיין גרייט אז מען גייט פילען אסאכמאל ווי די נעבעכדיגע גדלי' [אכ"פ אזוי איז ביי מיר] זאל השם העלפן אז נישט

אין מען דארף זיין גרייט צו ארבעטן אפילו מען פיעלט אז מען איז די נעבעכדיגע גדלי'. טוי איך נישט די זאכן.
מיט א תפילה צו אייבערשטער

עניוועי איך האף אויף דיין הצלחה מיט א שמייכל

שמייכל הק' יחיאל ביי ביי

זוך שטארקען און נאכאמאל זוך שטארקען בוז מען וועט ווערן 
א גיבור  [הכובש את יצרו]

לעצט פארראכטן: י"ז טבת התש"פ 18:05 דורך יחיאל.

ענטפער: דער גנב אלץ שומר!! י"ז טבת התש"פ 18:01 #263885

  • אשרי זקנותינו
  • איצטיגע שטרעקע: 1 טאג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 210
  • האט שוין געלייקט: 442 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 329 מאל
  • קאָרמא: 6

שלום עליכם אונזער נייע חבר. די ביזט אריין געקומען דא מיט א מורא'דיגע שטארקייט און פרישקייט. די ביזט אנגעקומען אויפן גוטן פלאץ מאך דיר באקוועם דא. די קוקסט נאך אויס זייער פארסאפעט פון דיינע שווערע מלחמות. 

 במאמר המוסגר מיטן סטראשענען דעם יצר הרע דאס אליין וועט נישט העלפן. איך האב עס שוין  פראבירט. אבער מיטן טון די ריכטיגער שריט וועסטו אנקומען גאר ווייט.

ענטפער: דער גנב אלץ שומר!! י"ז טבת התש"פ 18:04 #263886

  • אשרי זקנותינו
  • איצטיגע שטרעקע: 1 טאג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 210
  • האט שוין געלייקט: 442 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 329 מאל
  • קאָרמא: 6

עס איז זייער א גוטע נאמען די נאמען פון דיין טרעד.

ענטפער: דער גנב אלץ שומר!! י"ז טבת התש"פ 18:11 #263889

  • אין שום יאוש
  • איצטיגע שטרעקע: 479 טעג
  • OFFLINE
  • מנהל
  • מעלדונגען: 518
  • האט שוין געלייקט: 960 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1024 מאל
  • קאָרמא: 20

שלום עליכם גדלי' אין מזל טוב צו דיין נייע טרעד, שכח פארן אריינקומען תיכף אזוי קלאר

ענטפער: דער גנב אלץ שומר!! י"ז טבת התש"פ 18:50 #263894

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 13 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1609
  • האט שוין געלייקט: 3695 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2934 מאל
  • קאָרמא: 55

שטארק!
ס'איז א שטאלץ דיר צו האבן אלס שומר הדא!
אונז קוקן ארויס אויף אסאך נייעס פון די שטארקע גדליה!

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

ענטפער: דער גנב אלץ שומר!! י"ז טבת התש"פ 23:05 #263911

  • מצפה לישועה
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 32
  • האט שוין געלייקט: 9 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 102 מאל
  • קאָרמא: 4

גם אני מצטרף לדברי חבירי היקרים מיר אלע קוקן דיך שטארק ארויף אזויווי יעדער האט אלעמאל ארויפגעקוקט דער מעכטיגער גדלי' "און נאכמער", ווייל מיר אלע וועלן בקרוב אי"ה זעהן דיין אמת'ע מעכטיגע 'גדלי' שטארקייט וואס שטארקט זיך איבער אלע מעכטיגע שטארקע שוועריגקייטן וואס דיינע אלטע חברים פון אמאל ווייסן נישט פון דעם.
עלה והצלח האב נישט מורא ה' עמך

לעצט פארראכטן: י"ז טבת התש"פ 23:05 דורך מצפה לישועה.

ענטפער: דער גנב אלץ שומר!! י"ח טבת התש"פ 22:38 #263954

  • אפהיטן
  • איצטיגע שטרעקע: 55 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 102
  • האט שוין געלייקט: 28 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 210 מאל
  • קאָרמא: 5

ראשית כל, א גרויסן דאנק פאר אלע זענען אריינגעקומען דא מיט ריכטיגע דברי חיזוק, און פאר אלע וואס האבן זיך פריוואט אנגעטראגן פאר שטענדיגע הילף, עס טוט זיין פאר מיר די ריכטיגע געווער פאר די מיליטער וואס פירט די מלחמה!
ברוך השם! עס איז שוין אריבער נאך א געלונגענע טאג אין מלחמה! עס איז שוין טאקע געווען שווערער אבער מיר האבן זיך ארויסגעשטעלט מיט א פרישע שטארקייט אקעגן די ייצר הרע צו ווייזן אז מיר זענען נישט אפגעשוואכט געווארן און מיר זענען דא מיט אלע געצייט צו ווייזן אז מיר זענען די שטארקע מעכטיגע גדלי' וואס דערשרעקט זיך נישט פון אנדערע און ער ווערט אזוי שנעל אפגעשוואכט!
יעצט די וואס האבן אויפמערקזאם געמאכט אז מען דארף וויסן אז דאס איז א שטענדיגע מלחמה און מען קען נישט דורך איינמאל פארשווייגן די ייצר הרע, איז דער אמת איז אז אוודאי אזוי און טאקע פארדעם זענען מיר דא צו קענען האבן אייך אלע מיטהעלפערס און מיר זאלן אלע צוזאמען קענען מיט איין שטארקע פראנט ווייזן פאר שטן אז מיר זענען די מער און די שטערקערע און מיר האבן שטענדיגע הילף צו ווייזן אז מיר גייען אויספירן און זיגן.
און טאקע פארדעם האבן מיר זיך ארויסגעשטעלט ברבים מיט אונזער אייגענע מערכה ווייל מיר ווילן דורך טאקע די חלק וואס מיר האבן אז מיר קענען נישט פאלן ברבים און מיר מוזן אויספירן, דאס זאל אונז דא היטן אז מיר זאלן קענען ווייזן אז טאקע מיר זענען שטערקער, און מיר לאזן זיך נישט פאלן פון אנדערע, און טאקע דורכדעם וואס מיר קומען דא ארויס אין פובליק צו מעלדן אז מיר זענען שטערקער, דאס וועט אונז געבן די שטענדיגע כוחות זיך צו האלטן און זיך נישט צו לאזן פון די שעדליכע ווינטן וואס ארבעטן שווער אונז אריינצובלאזן אין די טיעפע אפגרינדן.
איינער פון די זאכן וואס איך האב מיר געהאט פארגענומען א יאר צוריק ביים פארגאנגענע מלחמה, וואס האט מיר בכלל געברענגט מיט א דרגה ארויף, איז געווען צו לערנען יעדע נאכט כאטש איין סעיף אין צעטל קטן, וואס איז גראדע זייער א שטארקע הילף פאר אסאך צייטן, האב איך פארגאנגענע מאנטאג געלערענט סעיף י"ב, וואס האט מיר אביסל געוויזן די וועג און מהלך וואס מיר טוען יעצט נעמען פארן מלחמה וזלה"ק
   יצייר במחשבתו תמיד ..... כאילו איש אחד עמוד סמוך לו, ומעורר אותו בקול רעש גדול לקיים כל הנהגות אלו, ואל יפיל שום דבר ארצה אפילו נקודה קטנה, וכשירגיל עצמו כך אזי במשך הזמן יבא עליו התעוררות גדול מצד נשמתו רשפי אש שלהבת י"ה עכלה"ק
די ווערטער האט מיר אריינגעברענגט די געדאנק, אז מיר גייען דא אריינברענגן אינעם שטיבל דא הד"א דעם גדלי' צוזאמען מיט מיר און ער גייט שטיין דא נעבן מיר און שטענדן אויסשרייען און מעורר זיין ברבים, און טאקע אזוי וועלן מיר קענען בלייבן ביי די אמת'ע אייגענע ווילן, און זיך האלטן ביי די ריכטיגע רצונות און זיך נישט לאזן פאלן און ווייזן אז יא מיר גייען דא זיין די זיגער,
און מיר ווילן טאקע דא פראבירן צו שטענדיג זיין על המשמר און פראבירן ווי מער צו שרייבן דא אפאר ווערטער וואס וועט יעדן טאג אונז אריינברענגן דא ברבים אינעם פובליק קאמף, און דאס וועט אונז מיט די ארבעט פונעם חשוב'ע ציבור ארום, האלטן אויפן ריכטיגע רעלסן מיט א שטארקייט בעזר השם.

גדלי' - וואס וויל און ארבעט צו זיין הייליג!


ענטפער: דער גנב אלץ שומר!! כ' טבת התש"פ 16:14 #264055

  • אפהיטן
  • איצטיגע שטרעקע: 55 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 102
  • האט שוין געלייקט: 28 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 210 מאל
  • קאָרמא: 5

נאך פאר שב"ק פאלט צו דארף איך אויסדריקן מיין פרישע האפענונג, שוין געהאט ב"ה עטליכע שמועסן מיט גוטע חברה וואס האבן שוין אריינגעארבעט מיט זיך און פיל רעקאווערט, און באקומען פון זיי אסאך מיטלען און וועגן וויאזוי מיר וועלן קענען בעז"ה און מיט פיל ארבעט זעהן די ביסל ליכטיגקייט וואס שיינט ביים עק פונעם טינקעלען טאנעל ווי עס ווארט אפ א פרישע נארמאלער לעבן, ווי מען וועט קענען זיך אליין זעהן און קענען לעבן אן אייגענע געזונטערער לעבן מיט די אייגענע נפש און אייגענע משפחה.
ממש אומגלויבליכע מציאות צו זעהן וויאזוי כלל ישראל גיבט זיך אזויפיל אוועק איינער פארן. ווייטן אז מען זאל קענען ארויסקריכן פונעם שווערן פונסטערן פלאנטער,
די ערשטען מאל אין לעבן ווי מיר האבן זיך היינט אויסגעשמועסט מיט איינעם מיט אן אריכות דעם פארגאנגענעם שווערן און פארדארבענעם און פאפערישן לייוו סטייל וואס לאזט נישט במנוחה און ווי עס זעהט אויס וועט מען קענען דורך פיל ארבעט ארויסקריכן און נישט דארפן בלייבן אין דעם שווארצן מקום חושך,
א ליכטיגן שבת טייערע פריינד!
און לאמיר האפן אויף די פרישע אור וואס גרייט זיך אונז אויפצונעמען 

גדלי' - וואס וויל און ארבעט צו זיין הייליג!


ענטפער: דער גנב אלץ שומר!! כ"ב טבת התש"פ 14:28 #264075

  • לעשות רצונך חפצתי
  • איצטיגע שטרעקע: 224 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 39
  • האט שוין געלייקט: 107 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 112 מאל
  • קאָרמא: 3

אפהיטן, חוץ א לייק מוז איך דיר אויך שרייבן, ביזט געוואלדיג!

איך בין נישט אלץ אויפן סייט, אז דו ווילסט מיר קאנטעקטן עני טיים, שיק מיר א אישי, און דורך א נאטאפאקאציע אין אימעיל, האף איז צו ענטפערן asap!

ענטפער: דער גנב אלץ שומר!! כ"ב טבת התש"פ 15:45 #264080

  • אשרי זקנותינו
  • איצטיגע שטרעקע: 1 טאג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 210
  • האט שוין געלייקט: 442 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 329 מאל
  • קאָרמא: 6
לעשות רצונך חפצתי געשריבן on כ"ב טבת התש"פ 14:28:

אפהיטן, חוץ א לייק מוז איך דיר אויך שרייבן, ביזט געוואלדיג!


גא''מ

ענטפער: דער גנב אלץ שומר!! כ"ב טבת התש"פ 16:06 #264081

  • כוויל זיין א צדיק
  • איצטיגע שטרעקע: 29 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 158
  • האט שוין געלייקט: 149 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 351 מאל
  • קאָרמא: 7
אפהיטן געשריבן on כ' טבת התש"פ 16:14:


די ערשטען מאל אין לעבן ווי מיר האבן זיך היינט אויסגעשמועסט מיט איינעם מיט אן אריכות דעם פארגאנגענעם שווערן און פארדארבענעם און פאפערישן לייוו סטייל וואס לאזט נישט במנוחה


ווי מיין עקספיריענס האט מיך געוויזן איז דעס געווען די אנהייב פון מיין יהושע. איך בין אויך בעצם געווען א שטאלצע (נישט אזווי גדליה). און ווען איך האב אנגעהויבן שמועסן מיט אמת'ע געטרייע חברים. האט זיך מיין אינערליכע הלך ילך געטוישט

זאל טאקע די אויבעשטער העלפן זאלסט שטייגן העכער און העכער, און די עיקור, זאלסט זיין 'באמת' שטאלץ מיט גדליה!!

באשעפער האסט מיך ליב, און נאר מיט דיין הילף בין איך דא, און כ'גיי ווייטער

ענטפער: דער גנב אלץ שומר!! כ"ב טבת התש"פ 17:36 #264084

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 13 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1609
  • האט שוין געלייקט: 3695 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2934 מאל
  • קאָרמא: 55
כוויל זיין א צדיק געשריבן on כ"ב טבת התש"פ 16:06:

אפהיטן געשריבן on כ' טבת התש"פ 16:14:


די ערשטען מאל אין לעבן ווי מיר האבן זיך היינט אויסגעשמועסט מיט איינעם מיט אן אריכות דעם פארגאנגענעם שווערן און פארדארבענעם און פאפערישן לייוו סטייל וואס לאזט נישט במנוחה


ווי מיין עקספיריענס האט מיך געוויזן איז דעס געווען די אנהייב פון מיין יהושע. איך בין אויך בעצם געווען א שטאלצע (נישט אזווי גדליה). און ווען איך האב אנגעהויבן שמועסן מיט אמת'ע געטרייע חברים. האט זיך מיין אינערליכע הלך ילך געטוישט

זאל טאקע די אויבעשטער העלפן זאלסט שטייגן העכער און העכער, און די עיקור, זאלסט זיין 'באמת' שטאלץ מיט גדליה!!


שלא מאותו ענין.
איך מיין אז דיין אוועטער איז די זעלבע ווי "עומד בנסיון". ס'קען גורם זיין א צומישעניש, ניין?

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

ענטפער: דער גנב אלץ שומר!! ב' שבט התש"פ 15:36 #264383

  • אפהיטן
  • איצטיגע שטרעקע: 55 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 102
  • האט שוין געלייקט: 28 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 210 מאל
  • קאָרמא: 5

טייערע און נאנטע הייליגע אפגעהיטענע אידן!
ב"ה און הודו לה' אז מיר דארפן זיך נישט שעימען און מיר קענען דא ווייטער שרייבן מיט א שטאלץ אויף די הייליגע און ריינע צוויי וואכן וואס עס איז אונז דורך, און איך קען זאגן ריינע פארנומענע צוויי וואכן, ווי מיר האבן פיל אריינגעארבעט צו קענען אנקומען דא אין איינע פון די פראגראמען אויף צו ארבעטן אז מיר זאלן קענען געציילט ווערן צווישן די גרויסע הייליגע צדיקים דא און נישט ח"ו זיין פון די דורכגעפאלענע, 
אוודאי עס נעמט אריין אסאך ארבעט און ווי אלע מערקן אן איז דאס שטענדיגע ארבעט ווי מען דארף דעם גאנצן צייט האבן ביי זיך די כלי זיין, און שטענדיג האבן ביי זיך די סטעפס ווייל דאס איז א מלחמה וואס האלט אן אויף שטענדיג און נאר אויב מען איז גרייט צו רעזערווירן די אלע יארן אינעם לעבן צו געווינען און זיך האלטן נישט צו דורכפאלן נאר אזוי קען מען אנקומען בעז"ה
און יא מען קען זאגן מיטן פילן מויל: גדלי' איז גרייט. און מיר פילן זיך אן די טאשן מיט די מאטריאל און מיר גרייטן זיך צו לערנען די ריכטיגע מלחמה טאקטיקן צו קענען זיין זיכער אז מיר וועלן שטיין בראש און נישט ווערן פארבלאזן מיט די בייזע ווינטן וואס פראבירן אונז צו מאכן פאלן,
קודם דארף מען דא ברבים אויסדריקן אונזער הכרת הטוב פון טיעפן הארצן פאר די אלע חשוב'ע מזכה הרבים מעמבערס וואס שטייען דא צו די רעכטע האנט און זענען גרייט ארויסצוהעלפן אלע נייע און אלטע מעמבערס צוגלייך אנצוקומען צו די ריכטיגע וועג פון זיך ארויסצוזעהן פונעם פלאנטער און צו טרעפן די אריינגאנג צום הייל ווי עס פירט ארויס צו די הערליכע שיינעדיגע רעכטיגע וועלט, ווי זיי געבן אוועק אזויפיל פילע שעות און טייערע צייט און זיי קוקן נישט אויף גארנישט, נאר זענען גרייט סיי ווען צו העלפן אנדערע,
קודם דארף איך מיך באדאנקן פאר אין שום יואש וואס מיר האבן שוין פארברענגט אזויפיל שעות צוזאמען גערעדט  צו זעהן וואס מיר דארפן טוהן צו קענען זיין זיכער אז מיר שטייען בראש המלחמה און צו זעהן ווי די פראבלעם שטעקט און וואס עס איז אונזערע כלים פאר די קרענק, וואס פון די ערשטע מינוט אן זענען מיר געווארן נאנט און צוזאמען גערעדט און אויסגענוצט פון זיין טייערע צייט נאר פאר איין זאך, אז גדלי' זאל טאקע אויספירן זיינע שטארקע רצונות, און מיר נאך צוגעפירט צו פילע אנדערע גוטע יודן וואס קענען שטיין צו מיין זייט און מיר ארויסהעלפן,
דערנאך דארף איך פון טיעפן הארצן ארויסווייזן מיין דאנק ווערטער פאר יש בורא עולם וואס האט מיר זייער שטארק אויסגעקלארט אסאך ענינים און שטייט שטענדיג צו מיין זייט פאר סיי וועלעכע ענין און ער איז שטענדיג ווי פארנומען ער זאל נאר זיין גרייט פאר יעדע זאך, און טאקע דורך זיין איבערגעגעבנקייט האלטן מיר ב"ה ווי מיר האלטן היינט,
און יעצט האב איך ניטאמאל די ווערטער און ניטאמאל די ריכטיגע וועג אויסצודריקן מיינע דאנק געפילן פאר אונזער אחעמען באקאנטן עקספערט עד כאן וואס עס איז אומגלויבליך ווי א בשר ודם זאל קענען באשטיין אזויפיל אוועקצוגעבן פון זיך און פון די אייגענע צייט נאר פאר יענעם ארויסצוהעלפן און טרעפן פאר יענעם די ריכטיגע הילף וואס עס זאל אויספעלן, און דאס נעמט אריין די קרוב צו צען שעה וואס מיר האבן שוין פארברענגט צוזאמען און פיל אויסגעשמועסט מיט גאר אסאך ענינים העומדים על הפרק און אסאך זאכן וואס קען צונוצט קומען און פיל זאכן וואס דארף אין קענטעניסט נעמען, 
און עקסטער צו דאס דארף איך אויסדריקן מיינע אינערליכע געפילן פון דעם דיקן גדר וואס איז ביי מיינע געפילן נעכטן געבראכן געווארן וואס נאכן שמועסן נעכטן אויפן טעלעפאון מיט עד כאן קרוב צו 2 שעה, האבן מיר זיך נעכטן געטראפן פנים אל פנים נאכאמאל פאר צוויי שעה, וואס דאס איז געווען פאר אונז גאר א שטארקע דורכברוך ב"ה און עס וועט אונז בעז"ה פיל ארויסהעלפן במשך אונזער לאנג גערמין אונטערנעמונג וואס דערמיט איז געעפענט געווארן א פרישע היכל אינעם טייערען פאלאץ וואס מיר דרייען זיך אריין דורך די הייליגע פלאץ וואס מיר געפינען זיך דא ב"ה, ווי מיר האבן געטראפן איינע פון די אויסדערוועלטע שליחים פון השי"ת וואס האבן די זכי' ארויסצוהעלפן אזויפיל טייערע נשמות אנצוקומען צו די ריכטיגע מנוחת הנפש אי"ה, וואס דערמיט פוהל איך אז איך האב אריינגעטרעטן און א פרישע פאזע פון זיך העלפן און אויסהיילן עכ"פ לינדערן די שווערע שמערצן וואס מיר זענען אריינגעשלעפט,
און אויך דארף איך אויסדריקן א דאנק פאר אלע וואס ניטאמאל קען איך זייערע ניק נעמען דא אויפן סייט וואס מיר האבן מיט זיין גערעדט צו אויפן טעלעפאון צו פריוואט געמעסעדזש וואס אלץ א פרישער דא פיל קען איך זאגן קלאר אז דאס איז איינער פון די גרויסע שטארקע הילף וואס עס קומט ארויס פון דעם מקום קדוש,
צופיל צייט האבן מיר נישט יעצט, אבער מיר האבן נאך אסאך צו ארויסגעבן און אויסצושמועסן ווי מיר וועלן אי"ה בקרוב צוריק קומען,
אבער דאס אז מיר פילן ווי מיר האלטן אריינטרעטענדיג אין די גרויסע חודש פון ש'מרם ב'רכם ט'הרם מיט אפאר ריינע טעג און מיט א רצון צו האבן הונדערטער טויזענטער טעג אי"ה מיט א שטארקייט דאס איז פאר אונזער פרישע גדלי' א געוואלדיגע שטאלץ און א שטארקע רצון ווייטער צו ברעכן שווערע ווענט צו קענען אנקומען צו די גרויסע הייליגע מנוחה!

גדלי' - וואס וויל און ארבעט צו זיין הייליג!


לעצט פארראכטן: ב' שבט התש"פ 18:27 דורך אפהיטן.

ענטפער: דער גנב אלץ שומר!! ב' שבט התש"פ 15:42 #264384

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 182 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 614
  • האט שוין געלייקט: 576 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1304 מאל
  • קאָרמא: 50

גדליה איך בין ספיטשלעס, דו ביסט א אינספעראציע פאר מיר, קוים אנגעקומען און אויפגעזיכט דעם טראק, זיך ארויפגעכאפט אויף דעם און ער איז דא ער פארט מיט.
ווי זאגט משה׳לע-עד כאן ?
קיפ אן טראקונג

טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)

ענטפער: דער גנב אלץ שומר!! ב' שבט התש"פ 23:59 #264393

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 213 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 949
  • האט שוין געלייקט: 824 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל
  • קאָרמא: 47
Heiligertzadik געשריבן on ב' שבט התש"פ 15:42:

גדליה איך בין ספיטשלעס, דו ביסט א אינספעראציע פאר מיר, קוים אנגעקומען און אויפגעזיכט דעם טראק, זיך ארויפגעכאפט אויף דעם און ער איז דא ער פארט מיט.
ווי זאגט משה׳לע-עד כאן ?
קיפ אן טראקונג


איך זאג? עס קומט פון די ענגלישע סייט, און עס פלעגט דארטן גענוצט ווערן מיום הוסדה, שפעטער בערך 9 יאר צוריק ווען מען האט געגרינדעט די אידישע ווערסיע גערופן הד''א, האט מען אדאפטירט די לשון דא אויך, איז פארדעם לאמיר אלע שרייען אינאיינעם.
קיפ אן טראקינג!!!!!

ענטפער: דער גנב אלץ שומר!! ג' שבט התש"פ 00:04 #264395

  • אפהיטן
  • איצטיגע שטרעקע: 55 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 102
  • האט שוין געלייקט: 28 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 210 מאל
  • קאָרמא: 5
אוי איז דאס ריכטיגע גוטע ווערטער וואס מען דארף ביי זיך דאס שטענדיג איינ'חזר'ן און פאר זיך אונטערברימען ווייל נאר אזוי קען מען ווייטער מלחמה האלטן,

און עקסטער ווען מען שטעלט זיך פאר ביי זיך אין מח ווען מען זעהט ווי משה'לע שרייט דאס הויעך אויס גיבט עס צו פיל מער און עס האט א טיעפערע פשט פון סתם זעהן אדער הערן,

גדלי' - וואס וויל און ארבעט צו זיין הייליג!


ענטפער: דער גנב אלץ שומר!! ג' שבט התש"פ 18:36 #264426

  • אפהיטן
  • איצטיגע שטרעקע: 55 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 102
  • האט שוין געלייקט: 28 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 210 מאל
  • קאָרמא: 5

היינט האב איך גראדע אסאך צו שרייבן, מיר וועלן אנהייבן מיט  א קליינעקייט, און אויב די צייט וועט ערלויבן שפעטער וועלן מיר אי"ה ממשיך זיין.
א מורא'דיגע ווארט נעכטן געהערט וואס איז גוט פאר יעדע ענין אין לעבן: געווען ביי מיר א יונגערמאן פארעכטן איינע פון מיינע אפלייענס, זאגט ער מיר אז ער זאגט שטענדיג אז באמת איז ער א גרויסע שונא בצע, נאר וואס זאל ער טון אז די פלייש געשעפט איז נישט קיין שונא בצע...
עס איז א גוט ווארט, און שייך אסאך צו נוצן, אבער היינט ביים עס איבערזאגן פאר איינעם, האט מיר אויפגעבליצט אז מען קען עס אויך נוצן אויף אסאך וועגן לענינינו,
ווי איך האב געקלערט די ענין אז: באמת בין האב איך מיך שוין אפגעטון פון די שלעכטע וועגן, אבער וואס זאל מען טון אז דער ייצר הרע האט נאכנישט אויפגעגעבן, ד.ה. איך בין שוין באמת סור מרע, אבער וואס זאל מען טון אז דע ייצר הרע איז נאכנישט סור מרע,
עס איז א שטארקע ווארט וואס קען אסאך העלפן און מוטיגן אונז ליידענטע אז מיר דארפן געדענקן אז דאס ענדיגט זיך באמת קיינמאל, אפילו מיר מיינען אז מיר זענען שוין בסודר און הייליג, אבער וואס זאל מען טון אז די ייצר הרע האט נאכנישט אויגעגעבן,
די זעלבע קען מען זאגן אפילו לויט די וועג פונעם ביג בוק אז עס איז מער די מחלה חלק, קען מען מסביר זיין אז טאק פון אונזער זייט איז שוין אלעס מסודר, אבער וואס זאלן מיר טוען אז די מחלה בלייבט ביי אונז און איז נישט גרייט אויפצוגעבן, און פראבירט שטענדיג צו בעלעבאטעווען אויף אונז.
און אדרבה יעדער קען די ווארט אויסשטעלן אויף זיין מהלך וואס וועט אים מאכן געדענקן אז אונזער לעבן שטענדיג איז די ארבעט צו נישט אונז מסדר זיין, ווייל מיר זענען שוין, נאר מיר דארפן מסדר זיין די קרענק וכדו',
הצלחה ברה אויף אייער שטענדיג געלונגענע ווערק!
די נייע גדלי' בקרוב אי"ה!

גדלי' - וואס וויל און ארבעט צו זיין הייליג!


ענטפער: דער גנב אלץ שומר!! ג' שבט התש"פ 22:46 #264427

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 182 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 614
  • האט שוין געלייקט: 576 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1304 מאל
  • קאָרמא: 50

טייערע אלטע-נייע גדליה
דערמאנסט מיר א ווארט וואס שטייט אין פרי צדיק פרשת מצורע, אז די גמרא זאגט המקדש את האשה על מנת שאני צדיק גמור, אפילו רשע גמור מקודשת, שמא הרהר תשובה בלבו, פרעגט ער אויב האט ער אויפגעהערט מיט זיינע שלעכטע מעשים, איז דאך נישט דא קיין שמא הרהר תשובה, ווייל מען זעהט דאך קלאר אז ער האט אפגעלאזט זיינע שלעכטע וועגן ? נאר מוז זיין אז עס רעדט זיך פון איינער וואס פירט זיך ווייטער מיט זיינע שלעכטע מעשים, זאגט מען נאך אלץ מקודשת, ווייל אפשר בשעת ער האט מקדש געוען די פרוי האט ער געטראכט אז ער טוט תשובה, און שפעטער האט זיך דער ייצה"ר צוריק מתגבר געווען אויף אים, הייסט עס תשובה געטוהן.

און דא קומט ער צו מיט א באמבע, עס איז ידוע די רמב"ם אין הלכות תשובה, עד שיעיד עליו יודע תעלומות, איז ער מסביר אז מען רעדט אז אויף דעם מענטש פון אינדרויסן דערקענט זיך נאך גארנישט, ער איז דערווייל דער זעלבער בעל עבירה, אבער אין הארץ האט ער מקבל געווען אויף זיך אז ער וויל זיך פארבעסערן, קיינער זעהט עס נישט נאר דער אויבערשטער אליין, הייסט דאס אויך תשובה.

ביי אונזער פראבלעם ווען איינער קומט אריין אין אונזער קהילה, און ער הייבט אן צו פרובירן די עצות פון די האנט בוך, צו טרעפן די ריכטיגע לעזונג וויאזוי ער וועט זיך ארויסדערזעהן פון זיינע פראבלעמען - נסיונות - מחלות - אדיקשן, יעדער איינער וויאזוי ער וויל עס אנרופן לפי דרגתו, און ער הייבט אן מיט איין וועג און ער פאלט אדורך און ער פרובירט א צווייטע, דערנאך א דריטע וועג, ביז ער קומט אן צו די וועג וואס עס ארבעט פאר אים, קען זיך אריינגנבענען א מחשבה זרה אין דעם מענטש, הייסט דאס דען תשובה טוהן, הייסט דאס דען אז איך בין אויפן וועג צו ריקאווערי, דו זעהסט דאך אז איך פאל נאך אמאל אדורך ? און אסאך מאל קען מען עס הערן פון איינער וואס וויל תיכף ארויף לויפן צו דו לעצטע וועגן פון ריקאווערי, ווייל ער ציטערט אנצוהייבן מיט די פשוטע וועגן פון ארויף קומען אויפן סייט שרייבן, אדער אנהייבן ציילן 90 טעג, וכו' וכו' ווייל ער ציטערט אפשר איז עס נישט גענוג און איך וועל נאך אמאל אדורך פאלן ?

אבער דער תירוץ אויף דעם איז דער יודע תעלומות איז מרגיש וואס דו שפירסט אין הארץ, און אז אפילו אויב אויף דיינע מעשים וועט זיך נאך נישט דערקענען קיין פארבעסערונג, ווייסט ער אז אין דיין הארץ האסטו מחליט געווען אז דו האסט חרטה אויף דיינע מעשים, און דו ווילסט באמת אויפהערן, און דו ווערסט אנגערופן א צדיק גמור, און יעצט בלייבט נאר איבער אז דו זאלסט האבן אביסל געדולד, און זיך לאזן פירן פון אויבערשטן גיין א טרעפל נאך א טרעפל ביז דו וועסט אנקומען צו די ריכטיגע וועג וואס וועט דיר ברענגען צו דיין ריכטיגע וועג פון ריקאווערי

טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)

ענטפער: דער גנב אלץ שומר!! ד' שבט התש"פ 18:53 #264440

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 213 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 949
  • האט שוין געלייקט: 824 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל
  • קאָרמא: 47

מזל טוב גדלי' פאר דיינע צוויי וואכן ריינקייט.
קיפ אן טראקינג!

ענטפער: דער גנב אלץ שומר!! ה' שבט התש"פ 13:25 #264448

  • אפהיטן
  • איצטיגע שטרעקע: 55 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 102
  • האט שוין געלייקט: 28 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 210 מאל
  • קאָרמא: 5

יא ברוך השם אז מיר האלטן שוין פיל ווייטער ווי מיר האבן געקענט קלערן ב"ה, 
הגם מיר האבן שוין געהאט פיל מער ריינע צייטן, אבער עס איז געווען בבחינות עס איז געלונגען, יעצט האלטן מיר אויף די בחינה ווי דאס איז אונזער גאנצער ציל וואס מיר לעבן היינט, אז מיר וועלן אריבער מישן דעם בלעטל אין לעבן און ארבעטן און ארבעטן אויף אלע פראנטן צו עס איז גרינג צו עס איז שווער און אפילו אויב עס איז שוין נאך מער שווער,
יא מיר גייען ארבעטן און ארבעטן און פאלגן פונקטליך וואס מיר דארפן כדי צו אנגיין מיט די פרישע דרך החיים

גדלי' - וואס וויל און ארבעט צו זיין הייליג!


ענטפער: דער גנב אלץ שומר!! ה' שבט התש"פ 14:02 #264450

  • אפהיטן
  • איצטיגע שטרעקע: 55 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 102
  • האט שוין געלייקט: 28 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 210 מאל
  • קאָרמא: 5

זייער שטארק ווארט אינעם הייליגע נועם אלימלך די וואך פרשת בא די ערשטען שטיקל, ער רעדט דארט ארום איבער וואס השי"ת האט געשיקט משה צו פרעה פרעגט ער דארט וואס איז די לשון פון בא עס דארף ווען שטיין לך, ועוד ווייל איך האב שווער געמאכט זיין הארץ, איך שווער סא פארוואס דארף ער גיין עס איז דאך שווער זיין הארץ, איז ער דארט מסביר אז יא א צדיק הערט טאקע מיט איינמאל הייסן, אבער א רשע מאכט זיך ניטאמאל וויסענדיג, אבער מען דארף וויסן אז מען טאר נישט אויפגעבן איינמאל און נאכאמאל זאגן ביז עס גייט כאפן, ממילא לך איז בלשון גיי און שוין, בא איז פשט זעץ זיך געהעריג מיט א בענקל מיט א רואיגקייט און זאג און זאג ביז עס וועט אריינגיין ביי אים, 
לעינינו ב"ה מיר זענען צדיקים פשוט פארן ווילן, נאר וואס מיר זעען דא אפילו השי"ת אליין מאכט הארט דאס הארץ קען עס צום סוף אריינגיין מען דארף מיר ארבעטן און ארבעטן און צום סוף קומט עס אן, 
יעדער קען עס נעמען לויט זיין מהלך צו ריכטיגע דברי חיזוק, יא אפילו מיר קלערן עס איז שוין אזוי מיר וועלן שוין אייביג בלייבן בעלי תאווה פון מיר וועט שוין גארנישט ווערן, די תירוץ איז ניין, ווי שלעכט און שווער עס זאל נאר זיין פון רעדן טון און טון וועט מען בעז"ה אנקומען בשעה טובה,
יעדער זאל נוצן די דברי חיזוק פאר זיך און דערמיט וויסן אז אלעס האט א אויסוועיג מיט די הילף פונעם אייבירשטן, 
א גוט שבת!

גדלי' - וואס וויל און ארבעט צו זיין הייליג!


ענטפער: דער גנב אלץ שומר!! ה' שבט התש"פ 14:11 #264451

  • יחיאל
  • איצטיגע שטרעקע: 13 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • זוך שטארקען
  • מעלדונגען: 1091
  • האט שוין געלייקט: 5819 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 949 מאל
  • קאָרמא: 19

דער גדלי' גייט אן מיט א שטארקייט

אין שכח פארן ווארט פונעם נועם אלימלך

זוך שטארקען און נאכאמאל זוך שטארקען בוז מען וועט ווערן 
א גיבור  [הכובש את יצרו]

לעצט פארראכטן: ה' שבט התש"פ 14:11 דורך יחיאל.

ענטפער: דער גנב אלץ שומר!! י' שבט התש"פ 16:45 #264545

  • אפהיטן
  • איצטיגע שטרעקע: 55 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 102
  • האט שוין געלייקט: 28 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 210 מאל
  • קאָרמא: 5

אליך זעקו ונמלטו, בך בטחו ולא בושו.
די הייליגע ווערטער שרייט מען אויס אין קאפיטאל כ"ב אין תהלים, 
באמת דארף איך דא אראפשרייבן כמעט די גאנצע קאפיטאל געוואלדיגע ווערטער וואס קען אונז העלפן ארויסברענגן אונזער מצב ווי מיר שטייען און זיך בעטן און אויסוויינען ביי השי"ת אויב ווייטערדיגע הצלחה,
הושיענו מפי ארי', ומקרני רמים עניתני: אספרה שמך לאחי, בתוך קהל אהללך,
די ווערטער שרייען מיר אויס די צוויי און צוואנציגסטע פסוק פון די צוויי און צוואנציגסטע קאפיטאל אין תהלים, לכבוד די צוויי און צוואנציגסטע הייליגע ריינע טאג מיטן הייליגען באשעפערס הילף,

הייליגע באשעפער זאגט די פסוק כב אין קאפיטאל כב, ראטעוועט מיר פון די שרעקעדיגע מויל פונעם לייב ער שטייט דא קעגן מיר מיט זיינע שארפע צאן גרייט מיך אויפצופרעסן פון די מינוט וואס איך שטיי אויף צופרי ביז די מינוט איך שלאף איין, יא ער שטייט גרייט אז איך זאל עפענען די גלאז וואס טיילט אפ צווישן מיר און אים און מיך אריינכאפן לעבעדיג און גאנצערהייט, 
און נישט נאר דאס, ער רוהט נישט איין ער געבט נישט אויף קיין רגע, נישט גענוג ער זוכט אלע וועגן מיר אריינצוכאפן, האט ער נאך גערופן דעם וויזעל טוהר און אים גענומען מיט זיך אויף זיין אדזשענדע מיר אריינציווארפן אין זיין נעץ, ער לאזט נישט נאך ער וויל מיר האבן אין זיין שארפע מויל,
אבער הייליגע באשעפער 
ומקרני רמים עניתני, יא די האסט מיר געראטעוועט דער ייצר הרע פראבירט אלע וועגן מיר צו ווייזן אז ער גייט מיר זיך מאכן ברעכן, ער ארבעט זייער זייער זייער שווער דערפאר, ער וויל מיר ווייזן אז ער איז שטערקער און ער מאכט אן מיר אן פילע מיני פראבלעמען די לעצטע שטיק צייט צו ווייזן, גיב א קוק די לעבן אז דיר גארנישט בעסער אזויווי די היטסט זיך יעצט, און ער ארבעט אריין ער מאכט זיכער יעדען טאג פון פריש צו קומען מיט א פרישע זאך, אז מען זאל ח"ו האבן א ניסיון צו אויפגעבן,
אבער....
מיר שפאנען אריין אינעם 23 טאג אויסשרייענדיג די ווערטער פון טיעפן הארצן: אספרה שמך לאחי, בתוך קהל אהללך, יא! ברוך השם טייערע ליעבע טאטע זיסער, מיר קענען דא ברבים מיט שטאלץ אויסשרייען און דערציילן דיין נאמען ברבים, און ברוב עם דאנקן דיין נאמען ווי מיר האבן די זכי' צו שטיין דא אין די יעצטיגע מאמענטן,
יא מיר זיצן דא מיט ביים טישל און מיט א וויינענדיגע פנים פון שמחה זאגן מיר איבער און איבער די הייליגע פסוקים פון קאפיטאל כ"ב ווען טרערן גיסן זיך פון אונזערע אויגן ווי מיר האבן די זכי' צו שטיין אין די יעצטיגע מינוטן און די יעצטיגע בחינה,
הייליגע באשעפער די ביסט דער איינציגסטער וואס ווייסט ווי מיר שטייען יעצט, און די ביסט דער איינציגסטער וואס ווייסט און וועלעכע צושטאנד מיר זענען און די יעצטיגע טעג, און די ווייסט וויפל מיר זענען גרייט צו פארווישן און פארקוקן צו קענען ווערן נענטער צו דיר, און זיך פירן ווי עס פאסט פאר דיין באליבטן זון,
הייליגע טאטע זיסער, איך בעט נישט פון דיר גארנישט ווייל מיר ווייסן אז די פירסט די וועלט און נאר די ווייסט וואס עס איז באמת גוט פאר מיר, און די ביסט דער וואס פירט אלעס פון מיר און מיין משפחה, און איך דארף נישט פון דיר גארנישט אויף דער וועלט,
נאר איין זאך "הייליגקייט און ריינקייט" איך פארקוק אויף אלעס פון מיין לעבן, און בעהט נישט פון דיר קיין שום זאך פאר מיין פארגענוגן נאר "קדושה ובטהרה",
יא! איך האב געוויסט אז די מלחמה וואס מיר נעמען דא אונטער גייט נישט גיין ווי אויסגעטרעטענעם וועג צום פאלאץ מיר האבן געוויסט און ווייסן ווייטער אז דער ייצר הרע דארף אונז אין זיין נעץ, און ער גייט נישט רוען ביז מיר וועלן אים ווייזן אז מיר זענען שטערקער, און וואס ער זאל נאר פראבירן צו טוען מיט אונז און סיי וועלעכע נסיון ער וועט אונז ברענגן און פראבירן אונז אונטערצוברעכן וועלן מיר אים ווייזן מיט די הילף פון השי"ת אז מיר זענען די שטארקע און מיר וועלן שטיין הייליג און ריין,
און ברבים טוען מיר דאנקן אונזער טאטע און הימל און מיר שרייען אויס מיט שטאלץ אז מיר זענען די גליקליכע וואס זענען נישט דורכגעפאלן און נישט צובראכן געווארן פון די שווערערע טעג און מיר וועלן זיך ווייטער האלטן שטארק און פעסט,
און לאמיר האפן צו ווייטער קענען דא ברבים ווייזן מיט שטאלץ אונזער שטארקייט און דערגרייכן צו די גרויסע צייטן פון פילע הייליגע און ריינע טעג, און קענען האבן די זכי' צו דערלעבן פילע הייליגע געזונטע טעג, יארן און לעבן,

מיט שטאלץ און שטארקייט, און מיט פילע דאנקן און לויב ווערטער פאר אונזער טייערע און הייליגע גאט, גדלי',

גדלי' - וואס וויל און ארבעט צו זיין הייליג!


ענטפער: דער גנב אלץ שומר!! י' שבט התש"פ 23:37 #264550

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 213 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 949
  • האט שוין געלייקט: 824 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל
  • קאָרמא: 47

א נחת צו קוקן וואס עס געשעהט דא, וואף! דער מאכט א גוטע סטעפ 3, גדלי' דו ארבייט'ס פיין, אט אזוי גיי ווייטער, עס ארבייט! אויב מען ארבייט עס!


דיין רצון, נישט מיינס זאל געטוהן ווערן!

לעצט פארראכטן: י' שבט התש"פ 23:38 דורך עד כאן.

ענטפער: דער גנב אלץ שומר!! ט"ו שבט התש"פ 09:52 #264592

  • כרעמזל
  • איצטיגע שטרעקע: 25 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • חזקו ואמצו!
  • מעלדונגען: 1623
  • האט שוין געלייקט: 949 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2937 מאל
  • קאָרמא: 59

מיר #שפאנען מיט ווארטונג מיר ווארטן אויף נאך!!!!

אויב ווילסטו מיר דאנקען ⇔ דאן דאווען אז איך זאל זיך האלטן ריין
 ביטע האלט מיט די טעגליכע תהילים 
 ענטפער פרעג קאמענטיר און באדאנק זיך אויפן פארעם כדי עס צו האלטן אקטיוו 

ענטפער: דער גנב אלץ שומר!! ט"ו שבט התש"פ 13:49 #264604

  • אפהיטן
  • איצטיגע שטרעקע: 55 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 102
  • האט שוין געלייקט: 28 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 210 מאל
  • קאָרמא: 5
א דאנק כרעמזיל!

מיר אלע שטייען און ווארטן אויף נאך א ריינע טאג און נאך א ריינע טאג,

יעדע נאכט ביים זיך לייגן, זענען מיר מתפלל אז מיר זאלן האבן די זכי' אויף א פרישע היליגע און ריינע טאג, 

בעזר השם יתברך
גדלי' - וואס וויל און ארבעט צו זיין הייליג!


ענטפער: דער גנב אלץ שומר!! ט"ו שבט התש"פ 14:08 #264605

  • אפהיטן
  • איצטיגע שטרעקע: 55 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 102
  • האט שוין געלייקט: 28 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 210 מאל
  • קאָרמא: 5

טייערע הייליגע ברידער שיחי'
היינט איז זייער א גרויסע טאג פאר אונז אלע, וואס מיר קוקן שטארק ארויס אויף אונזער רוחניות פון די קומענדיגע יאר, אז אלעס און שטענדיג זאל ארורכגיין מיט קדושה ובטהרה בעז"ה,
און פיל ספרים ווערט געברענגט אז די גרויסע טאג פון חמשה עשר בשבט, ווערט אנגעשריבן די רוחניות חלק פון א יוד, 
אזויווי שבועות איז טאקע די יו"ט פאר די ביימער, אבער דאך איז דא דעם טאג וואס איז די ר"ה פאר די פירות וואס אפילו די בוים וועט טאקע וואקסן שטארק און פעסט, דאך דארף ער האבן גרויס הצלחה אז עס זאל די יאר ארויסקומען פיינע פרישע און גוטע פרוכט, אז מען זאל קענען הנאה האבן, און דאס איז דעם טאג פון ט"ו בשבט, וואס מען פארשרייבט פאר אלע ביימער וואספארא פרוכט עס גייט ארויסקומען פון זיי דעם קעמענדיגן יאר אי"ה.
כי אדם עץ השדה, זענען די ספרים מסביר, אז טאקע ראש השנה שרייבט מען אן דעם לעבן און אלעס ארום, פאר די קומענדיגן גאנצן יאר וויאזוי עס וועט זעך פירן, אבער חמשה עשר בשבט - זענען זיי מסביר - איז די צייט וואס מען שרייבט אן פאר די פירות וואס דאס איז די רוחניות פונעם מענטש א יוד וואס שטייט דעם טאג אין א הייליגן שטאפל, דער וועט אנגעשריבן ווערן אויף א הייליגן יאר בעז"ה, און די ספרים זענען דאס אויך מסביר און די חלק פון שמחה, אויב מען איז באמת בשמחה דעם טאג און מען האט די זכי' צו לויבן און דאנקן אונזער פאטער אין הימל, שרייבט מען אן אז מען זאל האבן ווייטער דעם יאר די זכי' פאר א פרייליך יאר, און אז מען זאל קענען ווייטער לויבן און דאנקן גאט ב"ה,
לענינינו, מיר אלע דארפן באמת זיין בשמחה אז מיר האבן די זכי' דא צו שטיין און מיר ארבעטן אריין אז מיר זאלן שטענדיג בלייבן ריין, און טאקע דורכדעם בעטן מיר אז מיר זאלן האבן די אמת'ע זכי' ווייטער צו קענען ממשיך און גיין אויף דעם הייליגן אפגעהיטענעם וועג, און נישט דורכפאלן ח"ו, נאר קענען ווייטער שטראלן און לייכטן על דרך הקדושה און זיין נאנט צו השי"ת, און זיך מנדב זיין און זיך לאזן פירן נאר דורכדעם אייבירשטען, און אזוי וועלן מיר קענען שטייגן און זיך האלטן אויפן גוטן הייליגן און ריינעם וועג שטענדיג,

גדלי' - וואס וויל און ארבעט צו זיין הייליג!


ענטפער: דער גנב אלץ שומר!! ט"ו שבט התש"פ 15:08 #264608

  • חנוכה
  • איצטיגע שטרעקע: 95 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • הדר פשטה נר חנוכה עדיף משום פרסומי ניסא
  • מעלדונגען: 125
  • האט שוין געלייקט: 80 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 187 מאל
  • קאָרמא: 13

יישר כח רבי גדלי' שליט"א
מיר זענען אלע מתפלל אויף דיר, און אויף יעדעם דא.
און מיר אלע פרייען זיך מיט דיר, און מיט יעדעם דא.
"דיין שמחה איז אונזער שמחה!"

אויב מעג מען בעטן:
ביטע שרייבט מער!

נישט יעדע מלחמה ענדיגט זיך מיט א קלינגעדיגן נצחון,
אבער יעדער אנטשלאסענער קעמפער איז א העלד.

ענטפער: דער גנב אלץ שומר!! כ"ח שבט התש"פ 00:43 #265112

  • אפהיטן
  • איצטיגע שטרעקע: 55 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 102
  • האט שוין געלייקט: 28 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 210 מאל
  • קאָרמא: 5

א גוטע וואך!
א געזונטע וואך!
מיר אלע שטייען היינט, יעצט מוצאי שב"ק משפטים אין א פרישע סטעפ, וואס איז א טויש פון די טעג בעפאר,
קודם טרעטן מיר ארויס פון די ימי השובבי"ם וואס מיר זענען געשטאנען די פארגאנגענע עטליכע וואכן,
און שנית כל טרעטן מיר אריין אין די ימי שמחה פון חדשי אדר ניסן וואס דאס טוישט די יודישע יאר און די יאר פון טויש פון לאנגן טינקעלען וויטער צו די זומער טעג וואס הייבט אן צו קומען,
און פאר מיר איז עס נאך א געוואלדיגע צייט, וואס מיר האבן די זכי' צו מסיים זיין די ערשטע צייט פון 40 טעג וואס ר"ר אלימלך רעדט ארום די געוואלדיגע זאך פון זיך אפגעוויינען פון א שלעכטע מידה, וואס דאס איז פאר אונז די חלק פון די ערשטע מאל וואס מיר זענען ב"ה מסיים די פערציג טעג אויף א אופן פון לשמה צו טאקע ענדיגן די צייט וואס מיר זענען געווען פארזינקן אינעם עולם השפל, מיטן ציל ניטאמאל צוריק זיך אויסצודרייען צו ניטאמאל קוקן וואס עס טוט זיך אונטער אונז,
ב"ה עס איז אדורך די ימי השובבי"ם מיט גרויס קדושה וטהרה וואס מיר זענען סיי נישט הודו לה' דורכגעפאלן, נאר אויך ניטאמאל פראבירט צו טראכטן און פראבירן צו זעהן אויב מיר קענען זיך שטארקן....
עס איז נישט געווען ווי די פארגאנגענע שובבי"ם וואס מיר האבן זיך איינגעהאלטן נאר אויב די שובבי"ם וואכן צו אפווישן די חטאים ביז אהער און מיטן ציל תיכף צוריק ח"ו,
נאר ב"ה מיר האלטן דא נאך א שובבי"ם וואס מיר האבן ערייכט די צעטל קטן, און מיר פלאנען ווייטער אנצוגיין, בעזהשי"ת,
מיר דארפן לויפן, מיר וועלן אי"ה ממשיך זיין, 
מיט א ריינקייט!!

גדלי' - וואס וויל און ארבעט צו זיין הייליג!


ענטפער: דער גנב אלץ שומר!! כ"ח שבט התש"פ 02:48 #265113

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 182 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 614
  • האט שוין געלייקט: 576 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1304 מאל
  • קאָרמא: 50

א גוטע וואך
מזל טוב צו דיינע 40 ריינע טעג
דיין ארבעט איז גאר שטארק, סיי נישט דורכפאלן און סיי נישט לאסטן, נאר זיין אינגאנצן אפגעריסן פון די גאנצע נסיון, דאס איז גאר גאר א שטארקע שריט פון דיין זייט, און א אינספיראציע פאר אונז אלע.
גאט זאל דיר ווייטער שענקען הייליגע ריינע לעכטיגע טעג וואכן חדשים און יארן

טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)

ענטפער: דער גנב אלץ שומר!! כ"ח שבט התש"פ 11:53 #265117

  • כוויל זיין א צדיק
  • איצטיגע שטרעקע: 29 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 158
  • האט שוין געלייקט: 149 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 351 מאל
  • קאָרמא: 7

א גוט מארגן ר' גדלי' שליט"א
שוין לאנג נישט אדורך געליינט דיינע מאמרים. היינט האב איך געליינט אסאך פון דיינע חיזוק ווערטער. וואס זאל איך זאגן? פיל מיט חיזוק, אמונה. ער האט מיר געגעבן אסאאאאאאאך חיזוק!!
ווען ער וואלט ווען נאר געקומען 'זיך' צו רייניגען, דיינו. אבער יעצט קומט ער און רייניגט זיך מיט יענעם דעס איז עפעס א גרויסע זכות.
כל המזכה את הרבים

באשעפער האסט מיך ליב, און נאר מיט דיין הילף בין איך דא, און כ'גיי ווייטער

ענטפער: דער גנב אלץ שומר!! כ"ח שבט התש"פ 13:39 #265119

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 452 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1064
  • האט שוין געלייקט: 808 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2063 מאל
  • קאָרמא: 46

מזל טוב!

בן ארבעים לבינה.

ענטפער: דער גנב אלץ שומר!! כ"ח שבט התש"פ 13:47 #265121

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 13 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1609
  • האט שוין געלייקט: 3695 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2934 מאל
  • קאָרמא: 55

וואס קען זיין פאסיגער אז אין די וואך וואס די אינגעלעך אין חדר זיפן דורך הונדערטע מאל די דינים פון די "שומרים" זאל אונזער שומר גדליה ווייזן צו וואס ער טויגט און דערגרייכן א הערליכע מיילסטאון פון 40 טעג.
ס'פארבלייבט אונז נאר איבער צו וואונטשן...........

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

ענטפער: דער גנב אלץ שומר!! כ"ח שבט התש"פ 17:21 #265128

  • אפהיטן
  • איצטיגע שטרעקע: 55 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 102
  • האט שוין געלייקט: 28 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 210 מאל
  • קאָרמא: 5

ראשית א הערצליכע דאנק פאר די פילע דברי חיזוק און מיר בעקן, 
דאס טוט זיין פאר מיר א שטענדיגע הילף אנצוגיין אינעם יעדע סקונדע און מינוט מלחמה,
און טאקע נאר אזוי וואס מיר ווייסן אז םילע טיען ארויסקוקן און זעהן וויאזוי מיין שווערע מלחמה גייט צו, נאר אזוי קענען מיר ווייטער זיך האלטן ווי מיר האלטן ב"ה און נאר אזוי קענען מיר זיך ארויסשטעלן צו שטיין ווי מיר שטייען ב"ה,

גדלי' - וואס וויל און ארבעט צו זיין הייליג!


ענטפער: דער גנב אלץ שומר!! ל' שבט התש"פ 15:33 #265180

  • כרעמזל
  • איצטיגע שטרעקע: 25 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • חזקו ואמצו!
  • מעלדונגען: 1623
  • האט שוין געלייקט: 949 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2937 מאל
  • קאָרמא: 59
...................מיר ווארטן...............

41 טעג איז נישט קיין קלייניקייט

אויב ווילסטו מיר דאנקען ⇔ דאן דאווען אז איך זאל זיך האלטן ריין
 ביטע האלט מיט די טעגליכע תהילים 
 ענטפער פרעג קאמענטיר און באדאנק זיך אויפן פארעם כדי עס צו האלטן אקטיוו 

  • בלאט:
  • 1
  • 2
צייט צו מאכן א בלאט: 2.84 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא