ברוכים הבאים, גאסט

טעמע: דער גנב אלץ שומר!! 2102 באזוכער

ענטפער: דער גנב אלץ שומר!! כ' תשרי התשפ"א 17:09 #268689

  • אפהיטן
  • איצטיגע שטרעקע: 188 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 256
  • האט שוין געלייקט: 70 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 329 מאל
  • קאָרמא: 11

און עקסטער האב איך דא היינט אויך נאך א גאסט צווישן אונז
דאס איז דער גרויסער בעל מסירת נפש, וואס האטהאט געהאט אזעלעכע נסיונות ווי מיר, און ער פארשטייט מיר און ווייסט אז דאס זאגט זיך נישט אזוי פשוט, עס איז אז געהעריגע גראבע נסיון וואס עס גייט נישט אזוי פשוט אוועק מיטן אוועקשיצן די ייצר הרע,
דאס איז דער בעל נסיון יוסף צדיקא
וואס ווער נאך ווי אים קען עדות זאגן, אז אפילו ער איז געקומען פון אזא יחסן'דיגע משפחה, ער האט געהאט אזעלעכע גרויסע עלטערן און די גרעסטע אויסדערוועלטע משפחה פון די גאנצע וועלט געווען פון די אויסדערוועלטע וואס פון אים און זיינע געשוויסטער וועט ארויס קומען די פאלק וואס דער אייבערשטער וועט אויסוועלן פאר זיין פאלק,
און דאך איז אים געשטאנען א נסיון און ער האט עס נישט געקענט אזוי מיט איין בלאס אוועקשטיפן ער האט געדארפט האבן דעם שטופ צו קענען אנטלויפן עס האט געדארפט זיין א ריכטיגע מסירת נפש און דערפאר ווערט ער גערופן צדיק איבעראל נישט פאר די אלע מצות ומעשים טובים נאר ווייל ער האט געקענט טון איינמאל אזא זאך און זיך שטארקן און ער איז נישט דורכגעפאלן די רגע,
און ער איז דא נעבן מיר אין די סוכה היינט, און ער זעהט ווי איך קום מיט הונדערטער יוסף הצדיק'ס ביי מיר ווי איך האב זיך אלץ עדיקט אזויפיל מאל געשטארקט און אנטלאפן פונעם סעקס ייצר הרע און עס איבערגעלאזט פארן אייבערשטער צו פירן,
אוי ווי עס פיהלט זיך גוט צו זיצן צווישן די גרויסע און קענען שטאלצירן, אז טאקע מיך דער גדלי' האט דער אייבערשטער אויסגעוועלט צו זיין פון זיינע יוסף'ס יעדן טאג און יעדע רגע און זיין אונטער זיינע קדושה נסיונות צו יעדע צייט אלץ סעקס עדיקט,
און דערפאר דאנק איך דיר אז די האסט געזעהן א געוואלדיגע נחת רוח מיטן צוזעהן אז איך אלץ עדיקט שטארק זיך און עס איז דיר א פארגענוגן, 
איין זאך הייליגער באשעפער עס איז מיר א שטאלץ צו זיין פון דיין אויסדערוועלטע,
און עעס זאגט זיך גאר אנדערש דעם יו"ט די אתה בחרתנו ווען איך ווייס אז די האסט פון אויסדערוועלט פון דיין פאלק זיך צו פלאגן און קענען שטארקן אויף מיינע נסיונות,
און עס קלאפט אויס יעצט ווען איך שטארציר צו זיצן די אינעם סוכה מיטן אייבערשטן און יוסף הצדיק וואס טאקע ער איז באקאנט דערין, און איך דארף זיך נישט שעמען פון אים און איך קען מיך פילן אויף א העכערע שטאפל דעם סוכות, מיט די הילף פונעם אייבערשטען

גדלי', וואס ארבעט זיך צו האלטן הייליג און ווערן נענטער צום טאטען
This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it


ביג בוק קאפיטאל 7

לעבן וועט באקומען א נייע באדייט. מיטצוהאלטן ווי מענטשן ערהוילן זיך, צו זעהן ווי אזוי זיי העלפן אנדערע, מיטצוהאלטן ווי אזוי איינזאמקייט ווערט פארשווינדן, צו זעהן ווי אזוי א חברותא'שאפט וואקסט אויף ארום דיר, צו האבן א גרויסע קבוצה פון חברים - דאס איז אן איבערלעבעניש וואס דו טארסט נישט פארפאסן. מיר ווייסן אז דו וועסט עס נישט ווילן פארפאסן. א שטענדיגע פארבינדונג מיט נייע-צוקומער און מיט אנדערע איז די ליכטיגע ווינקל פון אונזער לעבן.

ענטפער: דער גנב אלץ שומר!! כ"ד תשרי התשפ"א 16:18 #268697

  • אפהיטן
  • איצטיגע שטרעקע: 188 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 256
  • האט שוין געלייקט: 70 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 329 מאל
  • קאָרמא: 11

א געזונטן ווינטער!
מען זאל מיטנעמען מיט זיך די פילע טאשן פון אזעלעכע טעג העעל"ט,

נישט פארגעסן

מיר בלייבן נאנט צום אייבערשטען,
און נאר אזוי קענען מיר זיך ארויסזעהן פון די עדיקשאן,

הצלחה רבה אלע טייערע פריינד

גדלי', וואס ארבעט זיך צו האלטן הייליג און ווערן נענטער צום טאטען
This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it


ביג בוק קאפיטאל 7

לעבן וועט באקומען א נייע באדייט. מיטצוהאלטן ווי מענטשן ערהוילן זיך, צו זעהן ווי אזוי זיי העלפן אנדערע, מיטצוהאלטן ווי אזוי איינזאמקייט ווערט פארשווינדן, צו זעהן ווי אזוי א חברותא'שאפט וואקסט אויף ארום דיר, צו האבן א גרויסע קבוצה פון חברים - דאס איז אן איבערלעבעניש וואס דו טארסט נישט פארפאסן. מיר ווייסן אז דו וועסט עס נישט ווילן פארפאסן. א שטענדיגע פארבינדונג מיט נייע-צוקומער און מיט אנדערע איז די ליכטיגע ווינקל פון אונזער לעבן.

ענטפער: דער גנב אלץ שומר!! כ"ז תשרי התשפ"א 20:57 #268747

  • אפהיטן
  • איצטיגע שטרעקע: 188 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 256
  • האט שוין געלייקט: 70 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 329 מאל
  • קאָרמא: 11

וויאזוי פלעגן זיי זאגן?!
אומגלויבליך אבער א פאקט!
דאס זענען די ווערטער וואס איך חזר איבער און איבער, 
יא עס לאזט זיך נישט גלייבן אז דער סעקס עדיקט גדלי' וואס קען זיך נישט קאנטראלירן האט די זכי' באקומען נעכטן צו ציילן זעקס הייליגע און ריינע חדשים,
די צייט און צו קורץ און די ווערטער זענען צו ארעם, צו קענען אפילו זיך פארשטעלן וואס דאס טוט פאר מיר מיינען ב"ה,

אבער איך דארף געדענקן אז איך קען מיך נאך אלץ נישט קאנטראלירן און האלטן אפילו איין מינוט ריין אן דעם פירונג פונעם הייליגן באשעפער, ווייל טאקע נאר אויב איך פארלאז זיך און איך געב מיך אינגאנצן איבער פאר אים קען איך די זכי' האבן צו ציילן 180 ריינע טעג, מיט די הילף פונעם אייבערשטען 

גדלי', וואס ארבעט זיך צו האלטן הייליג און ווערן נענטער צום טאטען
This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it


ביג בוק קאפיטאל 7

לעבן וועט באקומען א נייע באדייט. מיטצוהאלטן ווי מענטשן ערהוילן זיך, צו זעהן ווי אזוי זיי העלפן אנדערע, מיטצוהאלטן ווי אזוי איינזאמקייט ווערט פארשווינדן, צו זעהן ווי אזוי א חברותא'שאפט וואקסט אויף ארום דיר, צו האבן א גרויסע קבוצה פון חברים - דאס איז אן איבערלעבעניש וואס דו טארסט נישט פארפאסן. מיר ווייסן אז דו וועסט עס נישט ווילן פארפאסן. א שטענדיגע פארבינדונג מיט נייע-צוקומער און מיט אנדערע איז די ליכטיגע ווינקל פון אונזער לעבן.

אחראים: GYE YIDDISH
צייט צו מאכן א בלאט: 0.42 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא