ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1
  • 2
  • 3

טעמע: דער גנב אלץ שומר!! 1677 באזוכער

ענטפער: דער גנב אלץ שומר!! י"ד תמוז התש"פ 01:50 #267526

  • אפהיטן
  • איצטיגע שטרעקע: 128 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 178
  • האט שוין געלייקט: 58 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 267 מאל
  • קאָרמא: 11

ברוך הוא אלוקינו שבראנו לכבודו
הייליגער באשעפער איך טו דיך לויבן מיט מיין גאנצע הארץ אז די האסט מיר באשאפן פאר א סעקס עדיקט פאר דיין כבוד,

והבדילנו מן הטועים
און די הייליגע טאטע האסט מיר געהאלטן אפגעטון פון מיין עדיקשאן פאר די פארגאנגענע ניינציג טעג צום גוטן,

ונתן לנו תורת אמת
און די האסט מיר געגעבן די צוועלף סטעפס צו ארבעטן דערויף, שטענדיג און ערליך, מיט א שטארקייט און פעסטקייט,

וחיי עולם נטע בתוכינו
אהההה! א ריכטיגע גליקליכע לעבן האסטו צו מיר געברענגט 

בעהט איך דיר מיט טרערן אין די אויגן הייליגער זיסע טייערע טאטע
הוא יפתח לבינו בתורתו, וישם בלבינו אהבתו ויראתו בלבב שלם
גיב אריין אין מיין הארץ א ליעבשאפט און מורא אינגאנצן זיך צו פארלאזן נאר אויף דיר, און גארנישט איינרעדן אז איך קען אדער אז איך וועל,

למען לא נגע לריק, ולא נלד לבהלה
אז איך זאל חס וחלילה נישט אדורך פאלן, 
און דורך זיך איינרעדן אז איך בין אנגעקומען ביז אהער, צו טראכטן אז איך קען שוין אליין, און דאס איז א פארזיכערטער צוזאמברוך פון אדורכפאלן,

יהי רצון מלפניך וכו' שנשמור חקיך בעולם הזה, ונזכה ונחי' ונראה... וגומר 
אוי ווי עס ציטערט!
הייליגער באליבטע פארכטיגער טאטע!
ראטעווע דיין גדלי' וואס דו האסט אים אזוי באשאפן פאר דיין כבוד, אז ער זאל זיך ח"ו נישט איינרעדן אז ער האט עס ארלעדיגט און עס קומט זיך אים אפילו א פינטעלע קרעדיט, פאר די אנקום פון ניינציג טעג!
דער ייצר הרע קען אים טאקע דורך די געווינס פון ניינציג טעג אריינצוכאפן זייער גרינג צוריק אין זאק אריין!
העלף דיין גדלי' זאל זיך נאר פארלאזן אויף דיר טאטע אין הימל, און וויסן אז ער איז גארנישט און קען גארנישט און נאר דורך זיך פולקאם פארלאזן אויף דיר אנקומען צו זיך האלטן ריין א יעדן טאג באזונדער.

ווי עס שרייבט צו דיר פון טיעפן הארצן חיזקו ואמץ לבבכם כל המיחלים לה', 
גדלי'

גדלי' - וואס איז און ארבעט אויף זיין הייליגקייט!


ענטפער: דער גנב אלץ שומר!! י"ד תמוז התש"פ 09:35 #267531

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 145 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 147
  • האט שוין געלייקט: 220 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 208 מאל
  • קאָרמא: 13

גדלי', ביזט אונזער שטאלץ און מחייב, חזק ואמץ ה' עמך גבור החיל!

ענטפער: דער גנב אלץ שומר!! כ"ב תמוז התש"פ 23:09 #267659

  • אפהיטן
  • איצטיגע שטרעקע: 128 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 178
  • האט שוין געלייקט: 58 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 267 מאל
  • קאָרמא: 11
שטארק ווארט זיך היינט געלערנט, שטייט דארט אען טראדיציע געשריבן ווי מען דארף געדענקן און וויסן יעדע מינוט אז די לידערס און ספאנסערס  זענען נאר באדינערס, און קענען גארנישט געוועלטיגן, די ייצר הרע איז א שטארקע פיקוח און ער ווייסט זייער גוט וויאזוי צו זאגן און אפילו אויפווייזן אז דער אייבירשטער -טאקע יא אויף דעם וואס די ווילסט זיך פארלאזן- וויל דיך נישט און ער וויל דיר יעצט ווייזן אז עס איז צייט אז די זאלסט צוריקגיין צו די גליקליכע צייטן פון אמאל עפ"ל. האט טאקע דער אייבירשטער געוויזן אז היינט גייט מען הערן די ווערטער פאר די חיזוק אז גדלי' יא! די גייסט זיך פארלאזן מער אויף מיר גייסטו אנקומען און קענען בלייבן ריין מיט א שטאלץ, און זאל זיך דיין קרענק מיטן ייצר הרע אויסשטרעקן,,,

געלויבט איז דער אייבירשטער אז נאר מיט זיין הילף קענען מיר היינט ציילן 99 טעג, און טאקע נאר מיט זיין הילף האבן מיר געקענט דערגרייכען ביז אהער, און טאקע נאר מיט זיין הילף וועלן מיר דערגרייכען אסאך מער און מיט א שטארקייט,

ווייל איז דער בעה"ב אויף גדלי' און קיינער מער!

גדלי' - וואס איז און ארבעט אויף זיין הייליגקייט!


ענטפער: דער גנב אלץ שומר!! כ"ה תמוז התש"פ 11:57 #267713

  • אפהיטן
  • איצטיגע שטרעקע: 128 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 178
  • האט שוין געלייקט: 58 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 267 מאל
  • קאָרמא: 11
אינו דומה שונה פרקו מאה פעמים לשונה פרקו מאה ואחד
אוי איז דאס א ריכטיגע גלערענעכץ...
יעדען טאג א גאנצע זאך פאר זיך,
אבער נישט עס האט נישט מיט מיר, מיין ארבעט איז פשוט צו ארבעטן און זיכער מאכן אז איך ווייס און געדענק אז דאס האט מיט מיר נישט קיין שום שייכות,
איך וויסן און וויסן, געדענקן און געדענקן אז נאר דער באשעפער, ער איז דער איינער און מער איז קיינער וואס פירט מיין לעבן, און נאר ער קען און נאר ער פירט מיט צו קענען ציילן די טעג פון ריינקייט,

א ליכטיגע זיסע געהויבענע ריינע שבת!
גדלי'
גדלי' - וואס איז און ארבעט אויף זיין הייליגקייט!


ענטפער: דער גנב אלץ שומר!! כ"ה תמוז התש"פ 13:00 #267716

  • אפהיטן
  • איצטיגע שטרעקע: 128 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 178
  • האט שוין געלייקט: 58 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 267 מאל
  • קאָרמא: 11

מיר זענען דא נאר זיך פארלאזן אויפן אויבערשטען!!
און נאר דאס קען אונז האלטן ריין!!
אוודאי, עס איז עצות צוצוהעלפן,
אבער דאך דארף מען וויסן און געדענקן און חזר'ן: אז נאר דורך זיך פולקאם פארלאזן נאר אויף אים וועט מען זיך קענען האלטן און אנקומען,
קיינער אפילו נישט איך דער גדלי' קען מיר העלפן, נאר ער און טאקע נאר ער!
הייליגער באשעפער העלף מיר אז איך זאל זיך פולקאם איבערגעבן נאר פאר דיר,
דיר און נאר דיר,

א דאנק טאטע, פארן מיר געבן די זכי' צו וויסן אז עס איז נאר דיר, 
און יעצט בעהט איך דיר גיב מיר די כוחות צו וויסן און טון למעשה, 

גדלי' - וואס איז און ארבעט אויף זיין הייליגקייט!


ענטפער: דער גנב אלץ שומר!! ז' אב התש"פ 12:42 #267856

  • אפהיטן
  • איצטיגע שטרעקע: 128 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 178
  • האט שוין געלייקט: 58 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 267 מאל
  • קאָרמא: 11

זייער שטארקע זאכן ארויסגענומען די וואך ביים ליינען די ביג בוק,
די חלק פון ארבעטן צוזאמען מיט אנדערע,
אפילו מען מיינט אז מען העלפט יענעם ווען מען העלפט יענעם ארויס, דאך העלפט מען נישט קיין אנדערן ווי זיך אליין די מערסטע,
סיי די חלק פון סטעפ 12 צו זיין א ספאנסער, וואס אפילו עס קען זיך מאכן אז מען האט אריינגעארבעט די אלע סטעפס און דאך עפעס כאפט עס נישט,
ווען מען קומט אן צו סטעפ 12 וועט מען בעז"ה אנקומען און דערגרייכן דורכדעם צו ריינע טעג,
עס איז גאר א שטארקע יסוד, אפילו מען ספאנסערט נאכנישט אנדערע, אבער מען טוט פעלאושיפ מען רעדט מיט אנדערע, מען העלפט אנדערע, דאס טוט זיך אליין ארויסהעלפן,
און איך זע עס מיט די הילף פונעם אייבערשטען אויף יעדען טריט און שריט ווי מער עס קומט מיר אויס צו רעדן מיט אנדערע ווי מער עס קומט מיר אויס צו העלפן אנדערע ווער איך מער געוואר ווער איך גאר מער געלערנט צו קענען זיך האלטן, און קענען ארבעטן מיינע סטעפס,
הייליגער באשעפער איך דארנק דיר דערפאר,
און נאר די האסט מיר געקענט ברענגן צו די ריינע 112 טעג ב"ה

גדלי' - וואס איז און ארבעט אויף זיין הייליגקייט!


ענטפער: דער גנב אלץ שומר!! ט' אב התש"פ 18:34 #267882

  • אפהיטן
  • איצטיגע שטרעקע: 128 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 178
  • האט שוין געלייקט: 58 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 267 מאל
  • קאָרמא: 11

מיר שטייען דא תשעה באב תש"פ,
די יאר זענען מיר זיכער געווען אז מיר וועלן שוין זיצן דארט ונאכל שם מן הזבחים ומן הפסחים און ברוב עם זינגן דעם איכה מיט ירמי' הנביא ומשיח בן דוד בראש,
אבער מיר דארפן וויסן אז טאקע ווען די הייליגע בית המקדש האט אנגעהויבן צו ברענען אין ירושלים תשעה באב פארנאכטס, דעמאלטס זיצן מיר שוין אויפן הויעכן בענקל און מען הייבט שוין מיט נחמה ווייל משיח ווערט שוין געבוירן נאכמיטאג, און ביי מנחה זאגט מען שוין דאן נחם,
די אמת איז אז מיר דארפן געדענקן אז מיט דעם וואס די הייליגע בית ראשון ושני זענען חרוב געווארן ברענגט דאס אונז די נחמה אז דער הייליגער באשעפער גייט אויפבויען אונזער בית השלישי וואס גייט זיין קיים לעולמי עד און עס גייט בטול ווערן די גשמיות און די הבלי עולם הזה פון אונז, און מיר גייען שוין קענען לעבן די ריכטיגע לעבן און נישט זיין ווי הנאה האבן אומזינסט, נאר עס גייט זיין בבחינת פון הזורעים בדמה ברינה יקצורו בב"א,
און פארדעם אוודאי טוט אונז וויי אז די בית המקדש איז פארברענט געווארן און אוודאי ווארטן מיר צו וואוינען צוזאמען מיט אונזער טאטע אונזער איין דאך, אבער דאן האבן יודן שוין געמיינט אז דאס איז רח"ל די וועג וואס מען דארף זיך פירן און אזוי וועט עס שוין בלייבן ווען מיר אלע ווייסן אז בימים ההם איז געהעריג געווען די ייצר הרע און געווען ליידער נישט ערליכע יודן ביי כלל ישראל, און מען האט זיך שוין געפילט אביסל דערווייטערט פון אונזער טאטע,
און ווען די בית המקדש איז חרוב געווארן האט השי"ת אונז געוויזן אז ער גייט מיט מיט אונז אין גלות אז מיר זאלן זיך אויסלייטערן און דורכדעם וועלן מיר קענען דערנאך מיט אונזער ריינעריינע נשמות ארויפגיין תחת כנפי השכינה בביאת גואל צדק בקרוב בימינו מתוך רחמים וחסדים, אמן

ווען מיר אנערקענען אז מיר זענען א סעקס עדיקט,קומט אונז אויף אויפן געדאנק וואס וויל דער אייבערשטער פון מיר? ער באשאפט מיר מיט א קרענק ער לייגט אריין אין מיר אן עדיקשאן אז איך זאל מיר נישט קענען קאנטראלירן און וואס וויל ער איך זאל פלאקערן אין גיהנם? ער וויל איך זאל זיין בעל עבירה?
דער אמת איז אבער אז פארקערט, השי"ת וויל מיר האבן נאנט צו אים, ווען ער האט פארשיקט זיין פאלק אין גלות האט ער נאך אלץ זיי געדארפט פאר זיין פאלק און ער קוקט ארויס אויף יעדען יודיש קינד,
מיין טאטע אין הימל דארף מיר נאנט צו אים ער וויל איך זאל מיר ווענדן צו אים, און ער וויל אז איך זאל שטענדיג פילן נאנט צו אים, און ער וויל אז איך זאל זיך שטענדיג דורכרעדן מיט אים, און וויסן אז ער איז די נענסטער צו מיר און נאר ער קען מיר פירן און העלפן,
און טאקע פארדעם האט ער גענומען דעם גדלי' וואס ער וויל האבן נעבן זיך און אים געמאכט פאר א סעקס עדיקט, און דורכדעם וואס איך וועל איינזעהן אז איך קען גארנישט און ווי נידריג איך בין קען איך גארנישט טון, נאר אפילו איך זאל זיין איינגעזינקן געדענקן אז השי"ת ווארט אויף מיר און דורכדעם וואס איך רעד מיט אים און דורכדעם וואס איך פארלאז זיך נאר אויף אים צו יעדע צייט און יעדע רגע איז נאר ער, דאס ווערט א נאנטשאפט פון טאטען צום באליבטן זון, 
און טאטע אויב פיהל איך אמאל אז איך הייב אן צו פארלירן די נאנקייט, און איך פארלירר קאנטראל און פיל ווי איך קען נישט עס ווערט מיר שווער, איז טאקע מיין עצה תיכף צו מאכן סטעפ 1 2 3 וואס דאס ברענגט מיר נאכאמאל נענטער צו מיין פאטער און דאס בויעט נאר מיין נאנטקייט און איך ברענג א שטאלץ פארן אייבערשטען אז יא איך אנערקען אז איך קען נישט און ווען איך פארלאז זיך נאר אויף פירט ער מיר צום גוטן,


די ווערטער האב איך נעכטן ארויסגענומען ווי דער גרויסער נביא ובעל מסירות נפש וואס האט אזוי געארבעט צוריקצוהאלטן די חורבן הבית און פראבירט מיט אלע כוחות מחזיר בתשובה צו זיין כלל ישראל אז מען זאל קענען בלייבן נאנט צום אייבערשטען,
ווען ער האט געוויינט דעם איכה און געפילט ווי ער איז דערטראנקן אינעם טיעפניש פונעם וואסער האט געזאגט די מורא'דיגע ווערטער וואס איך האב מיר געפילט נאנט, און פרק ג' פסוק נד וויינט ער דארט
צפו מים על ראשי אמרתי נגזרתי,
די וואסער האט פארפלייצט העכער מיין קאפ, ווען מענטש קומט אין וואסער איבער דעם קאפ, מיינט ער אז זיין לעבן איך שוין פארשניטן, אבער איך ירמי' האב זיך פארזיכערט אין השי"ת
קראתי שמך ה' מבור תחתיות
דאך האב איך מתפלל געווען צו דיר ה' און גערופן דיין נאמען פונעם טיעפן גריב וואס איך בין געווען, און געזאגט
קולי שמעת אל תעלם אזנך לרוחתי לשועתי
אייביג הערסטו אויס מיין תפילה, וועגן דעם באהאלט דיר נישט און פארהויל נישט דיין אויער, מיר צו באפרייען און מיר צו העלפן,
קרבת ביום אקראך אמרת אל תירא
השי"ת דו האסט זיך דערנענטערט צו מיר אלע מאל וואס איך האב דיר גערופן, דו האסט מיר מחזק געווען אז איך זאל גארנישט מורא האבן,

מורא'דיגע ווערטער, ווי טיעף מען פילט זיך נאר, ווי שטארק דערטראנקן מען איז נאר, דארף מען געדענקן אז השי"ת איז מיט מיר און ווען איך בעהט אים דערנענטערט ער זיך צו מיר, און ער שטארקט מיר און פירט מיר אויפן ריכטיגן וועג,
און דאס דארפן מיר וויסן און געדענקןדי ווערטער פון ירמי', וואס ווי שטארק מען איז דערטראנקן מען איז אין וואסער איבערן קאפ, איך בין אן עדיקט איך ווייס ביי מיר איך קען מיר נישט ארויסזעהן דערפון, איך בין געשלאגן מיט א קרענק וואס אליין בין איך טיעף דערטראנקן און קען זיך נישט אליין ארויסזעהן, 
און קומט מיר שוין ירמי' לערנען, יא עס איז דא א מהלך פאר מיר עדיקט אויך, בעטן און רעדן און זיך פארלאזן אויפן אייבערשטען, ווי טיעף איך זאל זיין אין זיין פארטינקעלט דארף איך וויסן ווען איך רעד צום באשעפער וואס הערט מיר אייביג אויס, אז ער וועט זיך דערנענטערן צו מיר אזויווי אלעמאל און ער שטארקט מיר און פירט מיר אז איך זאל נישט דארפן מורא האבן,

זאלן מיר זיך שוין ארויסזעהן פונעם און וויסן ריכטיג זיך צו פארלאזן אויף השי"ת און וויסן אז נאר ער קען מיר העלפן, און אויסגעלייזט ווערן בקרוב בניקל, בבנין בית השלישי בביאת משיח צדקינו אמן

גדלי' - וואס איז און ארבעט אויף זיין הייליגקייט!


ענטפער: דער גנב אלץ שומר!! י"ד אב התש"פ 12:07 #267924

  • אפהיטן
  • איצטיגע שטרעקע: 128 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 178
  • האט שוין געלייקט: 58 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 267 מאל
  • קאָרמא: 11

ברוך השם היינט האבן מיר מיטן הילף פונעם אייבערשטען דערגרייכט דעם לאנגן קי"ט,
הייליגער באשעפער איך פארלאז זיך נאר אויף דיר,
ווייל נאר די קענסט מיר פירן, איך גיב אלעס איבער פאר דיר,
און געב מיר כוחות זיך שטענדיג אינגאנצן צו פארלאזן אויף דיר,

גדלי' - וואס איז און ארבעט אויף זיין הייליגקייט!


ענטפער: דער גנב אלץ שומר!! י"ד אב התש"פ 14:01 #267925

  • ואטהר ואתקדש
  • איצטיגע שטרעקע: 30 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 55
  • האט שוין געלייקט: 88 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 70 מאל
  • קאָרמא: 3

קדוש, יהודי טוב

אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו יודע כל מעשה בני אדם וכל מחשבותם שנאמר היוצר יחד לבם המבין אל כל מעשיהם.
אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו גומל טוב לשומרי מצותיו ומעניש לעוברי מצותיו.

ענטפער: דער גנב אלץ שומר!! ט"ו אב התש"פ 13:07 #267933

  • אפהיטן
  • איצטיגע שטרעקע: 128 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 178
  • האט שוין געלייקט: 58 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 267 מאל
  • קאָרמא: 11

לא היו ימים טובים לישראל כחמשה עשר באב

הייליגער באשעפער, איך דאנק דיר פון טיעפן הארצן פאר די פרישע ריינע טאג וואס דו האסט מיר געגעבן,
און פאר די שטארקייט וואס דו האסט מיר אריינגעגעבן צו וויסן אז איך קען נישט אליין און איך קען גארנישט טון אן דיר, און נאר דורך זיך אינגאנצן פארלאזן אויף דיר און וויסן אז איך קען נישט גארנישט,
האב איך די גרויסע זכי' היינט צו ציילן מיין הונדערט און צוואנציגסטע ריינע טאג, דאס איז ב"ה גאנצע ריינע פיר חדשים מיט די הילף און פירונג פון דיר גרויסע הייליגע טאטע,

היינט איז די גרויסע טאג פון ט"ו באב,
וואס די בנות ישראל האבן אויסגערופן: בחור! שא נא עיניך וראה מה אתה בורר לך, אל תתן עיניך בנוי, תן עיניך במשפחה,
אוי ווי די ווערטער רעדן צו שרייען גאר אריין אין מיר,
גדלי'! הער אויף זיך איינצורעדן אין די שטותים, קוק נישט אויף די זאכן וואס עס ציעט און וואס די רעדטס זיך איין אז עס וועט דיר ברענגן צו א גליקליך לעבן,
קוק אויף דיין משפחה! קוק די חילוק אויף דיין טייערע ווייב און זיסע קינדערלעך, קוק די חילוק אין זיי פון פאר די האסט אנגעהויבן צו ארבעטן אויף די פראגרעם, און וויאזוי זיי זעען היינט אויס ווען די האסט די ריינע טעג,
קוק וואס די האסט געהאט מיט זיי ווען די האסט זיך איינגערעדט אז אין סעקס ליגט באהאלטן דיין גליקליך און צופרידנקייט, און יעצט ווען די קענסט פארברענגן און זיך אפגעבן און אוועקגעבן פאר זיי מיטן נישט פארנומען זיין א גאנצן טאג מיט סעקס און פאנאגראפי, 
וואספארא חילוק האט עס געמאכט אין מיין טאג טעגליכע לעבן?! וואספארא חילוק האט עס געמאכט מיט די קשר מיט מיין ווייב און איר צופרידן שטעלן?! וואספארא חילוק האט עס געמאכט אין מיינע קינדער, סיי מיטן באקומען א טאטע, מיטן באקומען א רואיגע מענטש צו זיי, מיטן באקומען א טאטע מיט וועם צו פארברענגן?! 
אוי איז דאס אן אנדערע וועלט, א אנדערע לעבן, א נארמאלע לעבן, א גליקליכע לעבן, א רואיגע לעבן, 

מכאן ואילך דמוסיף יוסיף
הייליגער טאטע אין הימל, אזויווי איך האב זוכה געווען צו די 120 ריינע טעג, טעג וואס איך ארבעט זיך צו טוישן, בעטן מיר דיר באפריי פון קנעכטשאפט פאר מיר אליין אז איך זאל קענען טון דיין רצון און פון מיינע שווערעקייטן, גיב מיר די זכי' צו האבן ריינע און געזונטע טעג ביז די 120 יאר געזונטערהייט, און קענען וויסן און געדענקן אז גדלי' קען גארנישט אליין און איך דארף מיר פארלאזן נאר אויף דיר שטענדיג, און חזר'ן אז איך קען גארנישט אליין, און נאר מיט דיין כח קען איך אנקומען און איך וועל אנקומען גאר ווייט.

גדלי' - וואס איז און ארבעט אויף זיין הייליגקייט!


ענטפער: דער גנב אלץ שומר!! ט"ז אב התש"פ 16:50 #267955

  • ואטהר ואתקדש
  • איצטיגע שטרעקע: 30 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 55
  • האט שוין געלייקט: 88 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 70 מאל
  • קאָרמא: 3

כבוד קדושת............ מרן גדלי שליט"א

אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו יודע כל מעשה בני אדם וכל מחשבותם שנאמר היוצר יחד לבם המבין אל כל מעשיהם.
אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו גומל טוב לשומרי מצותיו ומעניש לעוברי מצותיו.

ענטפער: דער גנב אלץ שומר!! כ' אב התש"פ 11:35 #267980

  • אפהיטן
  • איצטיגע שטרעקע: 128 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 178
  • האט שוין געלייקט: 58 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 267 מאל
  • קאָרמא: 11

הייליגער באשעפער איך דאנק דיר פון טיעפן הארצן,
צו האבן די זכי' נאך א טאג צו ציילן ריין ב"ה,
נאך א טאג צו וויסן אז איך אליין קען גארנישט,
נאך א טאג צו זיך פולקאם פארלאזן אויף דיר,
און א דאנק פארן מיר מאכן אלץ דיין פערזענדליכע שליח, נאר צו טון דיין רצון,
און מיט דיין הילף צייל איך היינט הונדערט פינף און צוואנציג טעג צום גוטן, און נאנטקייט צום טאטען.

גדלי' - וואס איז און ארבעט אויף זיין הייליגקייט!


ענטפער: דער גנב אלץ שומר!! כ"א אב התש"פ 10:48 #267997

  • אפהיטן
  • איצטיגע שטרעקע: 128 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 178
  • האט שוין געלייקט: 58 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 267 מאל
  • קאָרמא: 11

אחד הוי"ה 
מען קען פאראיינציגן = 1 פון י-ה-ו-ה = 26 

גדלי' - וואס איז און ארבעט אויף זיין הייליגקייט!


ענטפער: דער גנב אלץ שומר!! כ"א אב התש"פ 13:04 #268001

  • אפהיטן
  • איצטיגע שטרעקע: 128 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 178
  • האט שוין געלייקט: 58 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 267 מאל
  • קאָרמא: 11
הייליגער באשעפער,
העלף מיר,
ראטעווע מיר,

איך הענג אויף א דינע דינע שטריק, 
איך ווארף מיר,
איך קען אראפ פאלן 

העלף מיר זיך שטארק אנהאלטן, 
עס קומט בייזע ווינטן, האלט מיר אונטער אז איך זאל קענען בלייבן שטארק און פעסט, קודם כאשט פאר די פאר מינוט וואס די ווינטן קומען צו שמייסן.
גדלי' - וואס איז און ארבעט אויף זיין הייליגקייט!


ענטפער: דער גנב אלץ שומר!! כ"א אב התש"פ 13:10 #268002

  • ואטהר ואתקדש
  • איצטיגע שטרעקע: 30 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 55
  • האט שוין געלייקט: 88 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 70 מאל
  • קאָרמא: 3
רבותי לאמיר זאגן אינאיינעם א קפיטל תהלים פאר ידידינו הרב גדלי טוטס ענק אן די גארטלעך:

{א} שִׁ֗יר לַֽמַּ֫עֲל֥וֹת אֶשָּׂ֣א עֵ֭ינַי אֶל־הֶהָרִ֑ים מֵ֝אַ֗יִן יָבֹ֥א עֶזְרִֽי׃
{ב} עֶ֭זְרִי מֵעִ֣ם יְהוָ֑ה עֹ֝שֵׂ֗ה שָׁמַ֥יִם וָאָֽרֶץ׃
{ג} אַל־יִתֵּ֣ן לַמּ֣וֹט רַגְלֶ֑ךָ אַל־יָ֝נ֗וּם שֹֽׁמְרֶֽךָ׃
{ד} הִנֵּ֣ה לֹֽא־יָ֭נוּם וְלֹ֣א יִישָׁ֑ן שׁ֝וֹמֵ֗ר יִשְׂרָאֵֽל׃
{ה} יְהוָ֥ה שֹׁמְרֶ֑ךָ יְהוָ֥ה צִ֝לְּךָ֗ עַל־יַ֥ד יְמִינֶֽךָ׃
{ו} יוֹמָ֗ם הַשֶּׁ֥מֶשׁ לֹֽא־יַכֶּ֗כָּה וְיָרֵ֥חַ בַּלָּֽיְלָה׃
{ז} יְֽהוָ֗ה יִשְׁמָרְךָ֥ מִכָּל־רָ֑ע יִ֝שְׁמֹ֗ר אֶת־נַפְשֶֽׁךָ׃
{ח} יְֽהוָ֗ה יִשְׁמָר־צֵאתְךָ֥ וּבוֹאֶ֑ךָ מֵֽ֝עַתָּ֗ה וְעַד־עוֹלָֽם׃

(קאפיטל גענומען פון כרעמזל, יישר כח)

זאל מיר האבן געפויעלט אלעס גוטס, אמן.

אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו יודע כל מעשה בני אדם וכל מחשבותם שנאמר היוצר יחד לבם המבין אל כל מעשיהם.
אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו גומל טוב לשומרי מצותיו ומעניש לעוברי מצותיו.

לעצט פארראכטן: כ"א אב התש"פ 13:12 דורך ואטהר ואתקדש.

ענטפער: דער גנב אלץ שומר!! כ"א אב התש"פ 13:11 #268003

  • אפהיטן
  • איצטיגע שטרעקע: 128 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 178
  • האט שוין געלייקט: 58 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 267 מאל
  • קאָרמא: 11

איך טאר קיין איין איינציגע רגע נישט טראכטן אז איך קען מיר פארלאזן אויף סיי וועם אויסער דיר,
דער ייצר הרע שטייט און שרייט.... 
ער איז גרייט אז איך זאל אפילו מתפלל זיין אז דער און יענער זאל מיר ווייטער קענען פירן, אבער די עיקר אז איך זאל אוועקטראכטן אז נאר דער אייבערשטער איז דער וואס פירט מיר.

גדלי' שריי הויעך אויס צוזאמען מיט מיר!
הייליגער באשעפער נאר די פירסט מיר, און איך קען מיך פארלאזן נאר אויף דיר, און קיינער קען מיר גארנישט טון אנדערש ווי די ווילסט, און נאר דיינע פעולות קען געטון ווערן צו מיר, און סיי וואס די טוסט מיר איז גוט צו מיר!

גדלי' - וואס איז און ארבעט אויף זיין הייליגקייט!


ענטפער: דער גנב אלץ שומר!! כ"א אב התש"פ 16:21 #268004

  • כרעמזל
  • איצטיגע שטרעקע: 103 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • חזקו ואמצו!
  • מעלדונגען: 1739
  • האט שוין געלייקט: 1008 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 3238 מאל
  • קאָרמא: 62
ואטהר ואתקדש געשריבן on כ"א אב התש"פ 13:10:
רבותי לאמיר זאגן אינאיינעם א קפיטל תהלים פאר ידידינו הרב גדלי טוטס ענק אן די גארטלעך:

{א} שִׁ֗יר לַֽמַּ֫עֲל֥וֹת אֶשָּׂ֣א עֵ֭ינַי אֶל־הֶהָרִ֑ים מֵ֝אַ֗יִן יָבֹ֥א עֶזְרִֽי׃
{ב} עֶ֭זְרִי מֵעִ֣ם יְהוָ֑ה עֹ֝שֵׂ֗ה שָׁמַ֥יִם וָאָֽרֶץ׃
{ג} אַל־יִתֵּ֣ן לַמּ֣וֹט רַגְלֶ֑ךָ אַל־יָ֝נ֗וּם שֹֽׁמְרֶֽךָ׃
{ד} הִנֵּ֣ה לֹֽא־יָ֭נוּם וְלֹ֣א יִישָׁ֑ן שׁ֝וֹמֵ֗ר יִשְׂרָאֵֽל׃
{ה} יְהוָ֥ה שֹׁמְרֶ֑ךָ יְהוָ֥ה צִ֝לְּךָ֗ עַל־יַ֥ד יְמִינֶֽךָ׃
{ו} יוֹמָ֗ם הַשֶּׁ֥מֶשׁ לֹֽא־יַכֶּ֗כָּה וְיָרֵ֥חַ בַּלָּֽיְלָה׃
{ז} יְֽהוָ֗ה יִשְׁמָרְךָ֥ מִכָּל־רָ֑ע יִ֝שְׁמֹ֗ר אֶת־נַפְשֶֽׁךָ׃
{ח} יְֽהוָ֗ה יִשְׁמָר־צֵאתְךָ֥ וּבוֹאֶ֑ךָ מֵֽ֝עַתָּ֗ה וְעַד־עוֹלָֽם׃

(קאפיטל גענומען פון כרעמזל, יישר כח)

זאל מיר האבן געפויעלט אלעס גוטס, אמן.

געזאגט

אויב ווילסטו מיר דאנקען ⇔ דאן דאווען אז איך זאל זיך האלטן ריין
 ביטע האלט מיט די טעגליכע תהילים 
 ענטפער פרעג קאמענטיר און באדאנק זיך אויפן פארעם כדי עס צו האלטן אקטיוו 

ענטפער: דער גנב אלץ שומר!! כ"א אב התש"פ 18:19 #268007

  • אפהיטן
  • איצטיגע שטרעקע: 128 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 178
  • האט שוין געלייקט: 58 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 267 מאל
  • קאָרמא: 11

איך בין דא ב"ה,
איך וויל דאנקן השי"ת פארן מיר אנהאלטן,
און אלע פריינד וואס האבן ארויפגעשיקט די שיץ קליידער, זיך צו קענען ארומנעמען כדי נישט געשעדיגט צו ווערן,

גדלי', האט עס איבערגעלעבט!!!!!!!
זיין טאטע אין הימל האט אים געפירט, און ער האט נאכגעפאלגט מיט צוגעמאכטע אויגן..

גדלי' - וואס איז און ארבעט אויף זיין הייליגקייט!


ענטפער: דער גנב אלץ שומר!! כ"א אב התש"פ 21:37 #268009

  • ואטהר ואתקדש
  • איצטיגע שטרעקע: 30 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 55
  • האט שוין געלייקט: 88 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 70 מאל
  • קאָרמא: 3

אהה! אפגעאטעמט............  יו בינעך געווען דערשראקן.
הודו לה' כי טוב, אז דו ביסט ארויס מיט גאנצע ביינער.
און געדענק... אלעס אין זכות פון הוי"ה אחד..
יא יא די הונדערט זעקס און צוואנציג טעג, האבן דיך ארום גרינגעלט ווי א חומה בצורה און דיך געהיטן פון אלעם בייזן. מיטן הילף פונעם הוי"ה אחד ברוך הוא וברוך שמו.

אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו יודע כל מעשה בני אדם וכל מחשבותם שנאמר היוצר יחד לבם המבין אל כל מעשיהם.
אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו גומל טוב לשומרי מצותיו ומעניש לעוברי מצותיו.

ענטפער: דער גנב אלץ שומר!! כ"ב אב התש"פ 11:12 #268016

  • אפהיטן
  • איצטיגע שטרעקע: 128 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 178
  • האט שוין געלייקט: 58 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 267 מאל
  • קאָרמא: 11
ואטהר ואתקדש געשריבן on כ"א אב התש"פ 21:37:

אהה! אפגעאטעמט............  יו בינעך געווען דערשראקן.
הודו לה' כי טוב, אז דו ביסט ארויס מיט גאנצע ביינער.
און געדענק... אלעס אין זכות פון הוי"ה אחד..
יא יא די הונדערט זעקס און צוואנציג טעג, האבן דיך ארום גרינגעלט ווי א חומה בצורה און דיך געהיטן פון אלעם בייזן. מיטן הילף פונעם הוי"ה אחד ברוך הוא וברוך שמו.


יא! נאר מיטן אין עוד בלבדו האב איך מיך געקענט האלטן,
און נאר דאס האלט מיך און היט מיר יעדע מינוט פון טאג,
און נאר מיטן וויסן און חזר'ן אז נאר ער קען, און נאר ער טוט, דאס האט מיר און דאס וועט מיר היטן און קענען שניידן זיינע ריינע הייליגע פירות, און לעבן א גליקליך צופרידן לעבן.

איין זאך גדלי',
פארגעס נישט, מע דארף ארבעטן די סטעפס..
עס קומט נישט אליין!

גדלי' - וואס איז און ארבעט אויף זיין הייליגקייט!


ענטפער: דער גנב אלץ שומר!! כ"ב אב התש"פ 13:38 #268021

  • טאטע העלף מיר
  • איצטיגע שטרעקע: 108 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 59
  • האט שוין געלייקט: 77 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 73 מאל
  • קאָרמא: 4
הייליגער באשעפער, העלף מיר, ראטעווע מיר, איך הענג אויף א דינע דינע שטריק,  איך ווארף מיר, איך קען אראפ פאלן  העלף מיר זיך שטארק אנהאלטן,  עס קומט בייזע ווינטן, האלט מיר אונטער אז איך זאל קענען בלייבן שטארק און פעסט, קודם כאשט פאר די פאר מינוט וואס די ווינטן קומען צו שמייסן.

גדלי' - וואס איז און ארבעט אויף זיין הייליגקייט!


יוא i feel your pain איך האלט שוין ביי העכער 100 טעג, אין ביי דעי נאמבערס פילט מען שוין אז נישט נאר מען קען צוריק פאלן נאר אזא אוצר וויל איך נישט פארלירן, איז די פרעשער אסאך גרעסער , אבער די יצר הרע וואקסט דאך אויך מיט,

שוין וואס קען איך זאגן דער באשעפער זאל אינז אלע העלפן.

לעצט פארראכטן: כ"ב אב התש"פ 13:39 דורך טאטע העלף מיר.

ענטפער: דער גנב אלץ שומר!! כ"ב אב התש"פ 14:05 #268023

  • אפהיטן
  • איצטיגע שטרעקע: 128 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 178
  • האט שוין געלייקט: 58 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 267 מאל
  • קאָרמא: 11
טאטע העלף מיר געשריבן on כ"ב אב התש"פ 13:38:
הייליגער באשעפער, העלף מיר, ראטעווע מיר, איך הענג אויף א דינע דינע שטריק,  איך ווארף מיר, איך קען אראפ פאלן  העלף מיר זיך שטארק אנהאלטן,  עס קומט בייזע ווינטן, האלט מיר אונטער אז איך זאל קענען בלייבן שטארק און פעסט, קודם כאשט פאר די פאר מינוט וואס די ווינטן קומען צו שמייסן.

גדלי' - וואס איז און ארבעט אויף זיין הייליגקייט!


יוא i feel your pain איך האלט שוין ביי העכער 100 טעג, אין ביי דעי נאמבערס פילט מען שוין אז נישט נאר מען קען צוריק פאלן נאר אזא אוצר וויל איך נישט פארלירן, איז די פרעשער אסאך גרעסער , אבער די יצר הרע וואקסט דאך אויך מיט,

שוין וואס קען איך זאגן דער באשעפער זאל אינז אלע העלפן.


יאפ, דער ייצר הרע לאזט נישט נאך, און ארבעט אריין מיט אזא אימפעט,
פארדעם דארפן מיר זעהן צו ארבעטן און פאלגן, און וויסן אז אליין קען יענער בעסער און נאך דער אייבערשטעער קען מיך היטן,
און טאקע מיטן ארבעט די סטעפס, און זיין אויפן פראגראם שטענדיג, דאס לייכט מיר אויף מיין לעבן ב"ה.

גדלי' - וואס איז און ארבעט אויף זיין הייליגקייט!


  • בלאט:
  • 1
  • 2
  • 3
אחראים: GYE YIDDISH
צייט צו מאכן א בלאט: 1.05 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא