די מצב איז ליידער ביטער, מען הערט בשורות איוב מיט יעדן פארבייגייענדן טאג, עס איז אלעס חסדים פון אויבערשטן, אבער ס'איז זייער באהאלטן, זייער טונקל, און עס טוט אזוי וויי.
הגם פערזענליך האב איך נישט פארלוירן קיין משפחה מיטגלידער, זענען אבער געגאנגען עטליכע נאנטע שכינים פון מיין געגענט וועמען מ'האט יעדן טאג געגריסט און זיך געטראפן, און אצינד האב איך געהערט פון נאך א עלטערע (נישט אזוי אלט) שכינה פון מיין גאס, אן אלמנה, וועמען מען האט ליידער דיאגנאזירט מיט די ביטערע מחלה עטליכע וואכן צוריק (נאך פאר קאראנא), און לאור המצב איז זי געווען אליינס אין שפיטאל און מען האט קיינעם נישט צוגעלאזט, און דייקא דארט האט זי געכאפט קאראנא, (ע"י אופן שאיכ"מ להאריך, אבל מה' יצא הדבר), וואס האט אנגערופן אירע קינדער די ערשטע נאכט פסח נאכן סדר זיך געזעגענען פון זיי, זי האט זיי באדאנקט פאר זייער געטריישאפט, געבעטן מען זאל זיך חלילה נישט קריגן, גיין און גוטע און ערליכע וועגן, און טון פאר איר נשמה וואס מען קען, ווייל מען לייגט איר אצינד ארויף אויף א רעספארעיטאר ל"ע ה"י, און מיט א קול געשטיקט פון טרערן האט זיך אראפגעלייגט דעם טרייבל, (לאמיר האפן אז זי וועט עס נאך יא דורכמאכן, דער באשעפער איז א כל יכול!).
אבער דאס האט מיך שוין בארירט, וואס שטארבן? פעיסן דעם פאקט אז מען גייט מיר יעצט לייגן אויף א רעספארעיטאר, און לויט די דרך הטבע וועל איך מער נישט אראפקומען פון דעם... ס'איז א פחד צו טראכטן, און דאס האט מיך געברענגט צו שרייבן די קומענדיגע שורות.
איך פיל פאר מיר אז עס מיין חובת השעה זיך צו שטארקן מיט "אמונה", ווייל נאר אזוי קען מען הערן אזאלכע זאכן און ניש/ט בארירט ווערן, און נאר אזוי קען מען עס אליינס דורכטראגן אויף זיך אליינס היל"ת (אויף קיין שום איד געזאגט).
צווייטענס, איז א חובת השעה, וואס איך שפיר פאר מיר, אז איך דארף מיך שטארקן מיט "תפלה", צו בעטן דעם אויבערשטן אז איך זאל קיינמאל נישט אנקומען צו אזא מצב, און ווען עס וועט קומען מיין צייט צו גיין פון דער וועלט לאחר אריכת ימי ושנותי, זאל עס זיין מיט מיינע קינדער ארומגענומען, און איך זאל קענען זאגן ווידוי בדעה צלולה און בענטשן אלע מיינע קינדער.
דריטענס, "הודאה", דאנקן השי"ת אז איך האב זיך ב"ה ארויסגעדרייעט דערפון. ר' אביגדור מיללער זצ"ל פלעגט צו זאגן אז ווען א מענטש קומט ארויס פון שפיטאל נאכן באזוכן א חולה, ליגט אויף אים א חיוב הודאה, ער דארף דאנקן השי"ת אז ער איז ב"ה געזונט, און ער איז נישט אויף דעם מצב פונעם חולה.
דעריבער וויל איך אצינד קלאר מאכן פאר מיר אליינס, דער ערשטער אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו הוא בורא ומנהיג לכל הברואים והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים! איך גלייב דערין מיט א שטארקייט און קלארקייט, און איך וועל בעז"ה ארבעטן צו פארשטערקערן מיין אמונה נאך מער.
גלייכצייטיג דאנק איך בשער בת רבים השי"ת, פאר כל החסד אשר עשה עמדי מעודי ועד היום הזה, און איך בין מתפלל א תפלה קצרה מעומק לבבי, שאל תטשינו ה' אלקינו לנצח! איך זאל זיין געזונט לאורך ימים ושנים טובים וארוכים, בבריות גופא ונהורא מעליא, און איך זאל קיינמאל נישט דארפן צוקומען צו הילף פון אנדערע, נישט פון מענטשן, און זיכער נישט פון א רעספארעיטאר ה"י, איך מיין ב"ב, מיינע קינדערלעך, און גאנץ כלל ישראל.
(אוודאי ב"ה האב איך אויך שוין אינשורענס מיט ערבים, וואס איך האלט אז עס איז א חוב פאר יעדן איד צו האבן, פוק חזי וויפיל קרנות מען שטעלט יעצט אוועק ליידער).
און אצינד צו ענק מיינע טייערע קינדערלעך שיחי', איך ווייס נישט צו ענק וועלן אמאל ליינען דאס וואס איך שרייב דא יעצט, אבער אויב יא, ענק וועלן זיך אמאל דערוויסן אז ענקער טאטע האט געהאט א ניק "אחכה לו" אויף הדא, און ענק וועלן עס ליינען, וועלן ענק געוויס טרעפן אויך דאס וואס איך שרייב יעצט דא פאר ענק וואס ענק זענען די נענטסטע צו מיין הארץ:
"איך האב זיך מוסר נפש געווען צו זיין א ערליכע איד בקדושה ובטהרה, איך האב אסאך תפלה געטאן דערפאר, און אסאך פעולות אנגעוואנדן, און תלי"ת אצינד ווען איך שרייב די שורות צייל איך 400 ריינע טעג בסייעתא דשמיא, ובחמלת ה' עלי. אזוי אויך האב איך אסאך צייט פרובירט אוועקגעבן פאר אנדערע אידן זיי צו העלפן אין די ענינים.
"איך שרייב דאס נישט זיך צו גרויסן חלילה, נאר ווייל איך וויל ענק בעטן מיינע טייערע קינדער און דורות, בני חביבי, גייטס אויך אין די ערליכע דרכים, זייטס הייליג און ערליך, און פירטס ענק אויף ווי עטץ דארפסט צו זיין, און אז ענק פילן אז ס'איז שווער און אוממעגליך, זייט וויסן אז עס איז דא הילף, און טוט'ס מה שבידכם צו אנקומען צו א ריינעם לעבן.
"איך האב ענק נאך זייער אסאך צו שרייבן און זאגן, אבער קודם זענען דאס די ווערטער וואס מיין הארץ האט מיך יעצט געבעטן צו שרייבן פאר ענק.
ועזבאעה"ח יום ג' דחוהמ"פ תש"פ לפ"ק.
ענקער טאטע וואס שרייבט צו ענק מיט טרערן אין די אויגן, און מיט תפילות אין הארץ, פול מיט ליבאשפאט:
טאטי, (אחכה לו)