ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1

טעמע: פאר די געפילישע צווישן אונז. 74 באזוכער

פאר די געפילישע צווישן אונז. ו' תמוז התש"פ 19:33 #267422

  • הכנעה
  • יעצט אנליין
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 50
  • האט שוין געלייקט: 16 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל
  • קאָרמא: 3
בס"ד

לאמיר נעמען שיע, אן עכטער ערליכער יונגערמאן, יעצט, פון די ערשטע מינוט האט ער צו א געוויסע יונגערמאן א מאדנע געפיל, א געפיל פון "איך וויל דיך זעהן אינגאנצן". פון וואו קומט דער געפיל, פון וואו קומט אריין אין א מענטש א געפיל, "איך וויל דיך זעהן אינגאנצן". וואס מיינט עס?

ס'איז מאדנע, ניין?

א מענטש איז אמאל געווען תחת כסא הכבוד, און ער האט געזעהן די הייליגע געטליכע שיין און געווען איבערגעפילט מיט איר שיינקייט. ער האט געפילט אז אלעס איז גוט מיט אים. ער האט זיך געפילט אינעם ריכטיגן פלאץ. מעין אזוי ווי דער געפיל וואס שיע מיינט אז ער גייט טרעפן ווען ער גייט יענעם זעהן אינגאנצן. בערך אזא געפיל האט שיע'ס נשמה געהאט זייענדיג תחת כסא כבודו, א מענטש זוכט נאכאמאל דעם געטליכן שיין און וויל עס זעהן. און פון דעם שאפט זיך אט דער געפיל.

דער געפיל קומט פונעם נפש. די נפש זוכט צו זעהן און צו געפינען דעם אייבערשטן.

ס'איז נישטא אזא זאך ווי טרעפן דעם אייגענעם נפש. אלעס איז דאך געטליכקייט. א מענטש מיינט אז ער זוכט יענעם, ווען באמת זוכט ער זיין אייגענעם נפש, און באמת זוכט ער דעם אייבערשטן. ער מיינט אז ער זוכט זיין אייגענעם נפש, ער וויל אז זיין נפש זאל זיך פילן גוט. עס זאל זיך אויפשיינען אין אים מיט א געפיל וואס גייט אלעס גוט מאכן. און דאס איז נאר ווען מ'טרעפט דעם אייבערשטן.

די רגע א מענטש זאגט צו זיך אליין מיט א התגברות "ס'גוט, איך מאך נישט וואוסנדיג אז יענער איז יעצט דא, איך גיי מיך מאכן כאילו יענער איז יעצט נישט דא, כאילו מיין הארץ האט נישט אנגעהויבן צו קלאפן מיט יענעמ'ס אנוועזנהייט" הייבט ער אן שפירן זיין אייגענעם ווייטאג.

זיין אייגענעם ווייטאג פון זיין אליין אן דעם אייבערשטן.

לאמיר דאס פארשטיין. ער האט יעצט א געלעגנהייט אז ס'זאל זיך אים דאכטן אז ער גייט דא טרעפן עפעס אזאנס און אזעלעכס, אלעס גייט שוין זיין גוט, "איך וויל נאר ווערן איינס מיט יענעם און אלעס גייט זיין גוט" ווען באמת גייט ער נאר ווערן עקלדיגער און נאך מער דערווייטערט פון באשעפער.

אבער אויב ער גייט זיך יעצט נישט וואוסנדיג מאכן אז יענער איז יעצט דא, גייט ער טאקע שפירן די ווייטאג וואס זיין נפש האט זייענדיג אוועקגעריסן פון באשעפער. עס גייט אים זייער ווייטון, אבער פון די אנדערע זייט האט ער מער געלעגנהייט צו ווערן אויסגעלייזט פון זיינע יסורים. און נישט חלילה ווערן מער אריינגעטינקען אין זיינע יסורים.

שיע איז א שטילער יונגערמאן, ער רעדט נישט צופיל צו קיינעם פון זיינע געפילן, ער שפירט נישט ווי איינער איז אינטערעסירט צו וויסן וואס ער האט צו דערציילן. ווען א מענטש פארציילט, גייט אביסל אוועק דער כלליות'דיגער ווייטאג פון זיין אפגעריסן פון די עכטע מקור פון וואו מ'קומט. ווען מ'פארציילט און מ'טיילט מיט דאס אייגענע לעבן מיט א צווייטן, שפירט מען זיך נישט אזוי אליין. אבער שיע פארציילט נישט פאר קיינעם גארנישט. נאר דא אויף הד"א שעמט ער זיך נישט צו קומען רעדן און פארציילן זיינע זאכן.

לאמיר פרעגן שיע'ן, פארוואס שפירסטו נישט אז איינער איז אינטערעסירט אין דיין וועלטל, אויב דו וועסט ווייטער אזוי אנגיין, קענען חלילה דיינע נסיונות אויך ווערן שטערקער. אבער שיע האט ליב צו האלטן זיינע סודות פאר זיך. שיע פילט אז טאמער ער גייט פארציילן פאר אנדערע זיינע פריוואטע געפילן, גייט ער פארלירן זיין גאנצע 'איך'. און דאס וויל ער נישט.

זאל דער אייבערשטער העלפן א יעדעם.
לעצט פארראכטן: ו' תמוז התש"פ 19:36 דורך הכנעה.

ענטפער: פאר די געפילישע צווישן אונז. ז' תמוז התש"פ 17:32 #267438

  • הכנעה
  • יעצט אנליין
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 50
  • האט שוין געלייקט: 16 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל
  • קאָרמא: 3
ב"ה
עס איז דא צומאל ווען א מענטש האט א מלחמה כבידה זיך צו לאזן טראכטן וואס מ'טאר נישט, און דאס קומט פון א קליינע אומבאקוועמליכקייט.

א מענטש קען פארטראגן אריינצוגיין אין א קאלטע סווימינג פול. אבער אין פאקט וועט מען זעהן אז דער מענטש קווענקלט פאר'ן אריינגיין, און ערשט נאך א שטיקל צייט וועט ער אריינגיין.

שטעלט זיך א וואונדער, אויב דו קענסט יא אריינגיין, פארוואס דארפסטו קווענקלן די ערשטע האלב מינוט פאר דו גייסט אריין?

די תירוץ איז איין ווארט, אריינצוגיין האט אין זיך א געוויסע שוועריגקייט. ווי שווער? בכלל נישט אזוי שווער. אבער דאך גענוג שווער אז דער מענטש זאל עס נישט טון לייכטערהייט.

די זעלבע זאך ביי א שלעכטע מחשבה, אדער געפיל.

ווי שווער איז צו זיין אן די שלעכטע מחשבה? ווי שווער איז צו זאגן "איך בין א יוד, און איך גיי מיך האלטן ריין אן די שלעכטע מחשבה, איך גיי עס נישט טראכטן, איך גיי מיך נישט שמוציג מאכן דערמיט" ווי שווער איז עס? נישט צו שווער. מ'קען עס טון. ס'איז נאר גענוג שווער אז ס'זאל זיך נישט טון גרינג.

א מענטש האט פעין. דאס איז א מענטש. יעדער קומט ארויף אויף הד"א און שרייבט: נוץ עס נישט אלץ אן אנטלויף פון דיינע פראבלעמען. יעדער האט פראבלעמען. יעדער קען חלילה נוצן אלץ אן אנטלויף. אלץ א וועג זיך צו ראטעווען פון זיך טרעפן פנים אל פנים מיט די אייגענע צער און ווייטאג וואס קוועלט ארויס פונעם נפש.

איז עס אוממעגליך? ניין. בכלל נישט. ס'איז גאנץ שווער צו זיין אנדעם.

ווער וויל נישט היינטיגע צייטן ברענגען א קרבן פאר השי"ת. זיך איינהאלטן פון א שלעכטע מחשבה, בעת ס'איז אזוי גוט אז נאר, איז א קרבן פאר השי"ת. מ'געט זיך אוועק פאר די רצון פון השי"ת. די פעין וואס מ'שפירט בלייבנדיג אליין אנעם שלעכטע מחשבה, איז די זריקת הדם שמכפר.

לאמיר זיך מחזק זיין טייערע הייליגע געהויבענע יודישע קינדער. און דער אייבערשטער זאל שוין העלפן.
  • בלאט:
  • 1
צייט צו מאכן א בלאט: 0.24 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא