ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1

טעמע: מיין פריוואטע חורבן בית המקדש - טעיתי 142 באזוכער

מיין פריוואטע חורבן בית המקדש - טעיתי י' אב התש"פ 06:09 #267883

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 145 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 147
  • האט שוין געלייקט: 220 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 208 מאל
  • קאָרמא: 13

א שטיק צייט צוריק האב איך בס"ד אנגעקניפט א קשר מיט א חשובע איד וואס האט מיר אנגעוויזן וואס אלץ כ'האב נישט געטוען ריכטיג און וואו כ'האב נישט מכבד געווען מיין ווייב ווי עס בעדארף צו זיין, מיך האט זייער געקוועטשט די גרויסע סוד וואס איך באהאלט פון איר, די סוד פון מיין לעבן מיין קראנקהייט און עדיקשאן, כ'האב עס איבערגערעדט מיט דעם איד און ער האט מיר געזאגט השמר והיזהר זאג איר גארנישט אבער גארנישט אהן פראפעסעניאלע הילף, נישט אויף די ריכטיגע וועג, ווייל היסטאריע ווייזט אונז אז נישט אויפדעקן אויף די ריכטיגע וועג כבר רבים חללים הפילה, טוה דאס נישט פאר דיר און פאר איר.

דערווייל האט ער מיר אנגעוויזן וויאזוי זיך אויפצופירן מיט אמת'ע געטריישאפט און ריכטיגע איבערגעגעבנהייט, וכך עשיתי, אונזער שלום בית און צוזאמען לעבן האט זיך געטוישט מקצה אל הקצה אויף אן אויסטערלישע פארנעם, ממש נישט קיין פארגלייך צו קיינמאל בעפאר און עס איז נאר געווארן בעסער און בעסער בע"ה מיט יעדן פארבייגייענדע טאג.

מיר האט אבער נאכאלס זייער געקוועטשט די סוד וואס איך האלט פון איר, און איך האב עס אדורך גערעדט איינמאל און נאכאמאל מיט יענעם איד אבער הוא באחת, ווען עס וועט קומען די ריכטיגע צייט און אויפן ריכטיגן אופן וועסטו איר שוין זאגן אויב וועט עס זיין וויכטיג דעמאלסט.

איין פרייטאג האט מיר דער איד פרובירט אראפלייגן ווי קאמפלעצירט דאס איז און אויף וואספארא אופן דאס דארף צוגיין, און מיר נאכאמאל אנגעווארנט אז איך זאל ח"ו נישט טוען סיי וועלכע איבערגעאיילטע שריט ווייל איך וועל נאר שאדן מאכן.

אבער איך מיט מיין הדיוט קופץ נאטור, האב געשפירט אז איך האב גענוג הדרכה פון יענעם און אז ער איז מיין פראפעשינאל, (וואס איז קלאר נישט געווען ריכטיג, איינס וויל ער איז נישט קיין פראפעשינעל און צוויי ווייל אפי' אויב ער וואלט יא געווען א פראפעשינעל האב איך נישט געטוען פונקט ווי ער האט מיר געזאגט) כ'בין אהיים געקומען און זיך אוועק געזעצט מיט מיין ווייב און איר פארציילט אלעס...!

זי האט עס ווי ערווארטעט זייער שווער אנגענומען, דער שבת איז פארביי מיט בכיות פון איר און פון מיר, כ'האב איר פארציילט אלעס, זיך פרובירט צו אנטשולדיגן און מבטיח געווען אויפן עתיד אז דאס אלעס וועט מער קיינמאל פאסירען.

היינט שטיי איך אפאר חדשים שפעטער, אונזער שלום בית איז ב"ה אויף גאר אן הויכע שטאפל, אונז האבן זיך ליב מיט אן אהבה עזה שמים רבים לא יכלו לכבותה.

אבער, און דא קומט די גרויסע אבער, די ווייטאג וואס כ'האב איר געמאכט איז אין לשער ולתאר, איך ווייס נישט צו ס'איז דא א וועג בעולם עס צו פארעכטן, יעדע שטיק צייט ווען דער ווייטאג קומט ארויף ווערט זי אינגאנצן איבערגענומען און ס'איז איר מורא'דיג שווער, זי איז צוריסען, זי שפירט זיך פארראטן און אויסגענארט, זי פילט אז יארן וואס זי האט זיך גענארט אין מיר, יארן וואס זי האט געמיינט אז זי האט די חשוב'סטע בעסטע ערליכסטע מאן בעולם און דא אזא פאטש.

יא, זי שטייט צו מיין זייט מיט א געטריישאפט, יא, זי העלפט אין מיין וועג, יא, זי איז מיר זייער מחשיב און זי פארשטייט ווי שווער ס'איז מיר יעדע נסיון, אבער זי? זי איז נעבעך אזוי צובראכען און אנטוישט.

איר ווייטאג האב איך אנגעמאכט מיט מיינע הענט, פאר מיין באקוועמליכקייט און סעלפישנעס, איך האב געטראכט פון מיר וויאזוי עס קען "מיר" זיין לייכטער און איך האב זיך בכלל נישט גערעכנט מיט אירע געפילן, ס'האט בכלל נישט אויסגעפעלט פאר די פארבעסערונג פון אונזער שלום בית, והא ראי' אז שוין פון א שטיק צייט פריער ווען איך האב אנגעהויבן זיך אויפפירן מער ריכטיג צו איר איז אונזער שלום בית געווארן אסאך אסאך פארבעסערט אפי' זי האט פון גארנישט געוואוסט.

איך ווייס אז מ'טאר נישט צוריק טראכטן אויף זאכן וואס איז שוין געשען אז כ'וואלט דאס נישט געדארפט טוען, ווייל אלעס ווערט דאך געפירט פון אויבן מיט א פונקטליכקייט אבער ווילאנג ס'איז נאך געווען מיין בחירה האב איך עס קאליע געמאכט.

לסכם, זי איז מיר געטריי און איבערגעבן אבער איך איך האב געפעלטשט אין איר, איך האב צוריסן איר הארץ זיך נישט רעכענענדיג זיך מיט אירע געפילן, איך האב איר פארשאפט א ווייטאג, איך בעט דעם באשעפער יעדן טאג ער זאל מיר העלפן פארעכטן וואס איך האב קאליע געמאכט, און ער זאל צוריק גאנץ מאכן איר הארץ.

ענטפער: מיין פריוואטע חורבן בית המקדש - טעיתי י' אב התש"פ 08:11 #267884

  • נטע׳לע
  • איצטיגע שטרעקע: 761 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1381
  • האט שוין געלייקט: 2039 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2018 מאל
  • קאָרמא: 14

איך פיל מיט מיט דיר.
איך רילעיט וויאזוי ווערבעל דייעריע מאכט חרוב מיין ווייבס לעבן, אבער מיטן הילף פונעם פראגראם און דער אייבישטער ליידט איך היינט מער נישט דערפון.

סאיז דא ענאן (ווי עלענאן אדער עסענאן) פראגראמס וואס געבן סיפארט און הילף פאר די ספאוסעס פון עדיקטס ווי מארבייט אויך די סטעפס, דאס האט געטוישט מיין ווייבס לעבן צו האבן סיפארט און צו קענען עקסעפטן, און צו ווייטער אנגיין מיטן לעבן.

קענסט קומען אין אישי

מיין אימעיל אדער הענגאוטס (בעסער הענגאוטס) איז אייביג אפן צו העלפן מיט וואס איך קען, צו  This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it

מיין פאון נאמבער צו טעקסטן איז +1 (802) 359-7167 (בעסטע אפשען)

איך וועל פרובירן און מיך פרייען צו העלפן.

נטע׳לע

ענטפער: מיין פריוואטע חורבן בית המקדש - טעיתי י"ב אב התש"פ 21:50 #267891

  • ואטהר ואתקדש
  • איצטיגע שטרעקע: 30 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 55
  • האט שוין געלייקט: 88 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 70 מאל
  • קאָרמא: 3

שלום! איך האב געליינט דיינע ווערטער מיט אן איינגעהאלטענעם אטעם, און מיט יעדע שורה איז מיין בלאד פרעשער ארויף, און מיין הארץ האט זיך גענומען באכענען פאר שרעק.....
ווייסט פארוואס? ווייל איך האלט נאך פאר דיין טעות, און איך האב שוין לאנג געטראכט דערפון, און גאר לעצטענס האב איך עס גענומען זייער ערענסט, און אנגעהויבן טראכטן צו באגיין דעם טעות, צוליב די זעלבע מאטיוון בערך וויאזוי דו לייגסטעס אראפ..
א פחד.......... שלום דו האסט מיך געראטעוועט.
שכח פארן אראפ שרייבן, יעצט ווייס איך שוין וואס איך האב צו טון, בעסער געזאגט וואס נישט צו טון..
און יעצט נאכן זיך אזוי טיף אריין לייגן אין דיין מצב, און עס שפירן כמעט אויף די אייגענע הויט, קען איך אמת'דיג פארשטיין דיין צער און ווייטאג...
וואס ס'איז דא צו טון ווייס איך נישט, אבער אזויפיל קען איך דיר זאגן, איך פיל מיט מיט דיר, און איך בין מתפלל פאר דיר און דיין ב"ב, דער באשעפער זאל ענק צו שיקן דעם ריכטיגן מהלך (דעם ריכטיגן מענטש), ארויס צו קריכן פונעם צער, און דו זאלסט זוכה זיין צו בנה "ביתך" כבתחילה, כאילו ס'וואלט גארנישט פאסירט אינצווישן.

אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו יודע כל מעשה בני אדם וכל מחשבותם שנאמר היוצר יחד לבם המבין אל כל מעשיהם.
אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו גומל טוב לשומרי מצותיו ומעניש לעוברי מצותיו.

ענטפער: מיין פריוואטע חורבן בית המקדש - טעיתי י"ב אב התש"פ 22:56 #267896

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 251 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 709
  • האט שוין געלייקט: 664 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1490 מאל
  • קאָרמא: 53

טייערע שלום יא איך קען רילעיטן צו דאס וואס דו רעדסט, איך האב שוין מיט געהאלטן אזוינע מעשיות, מען וויל "זיך" גרינגער מאכן און ממילא דערציילט מען פאר די ווייב אן די ריכטיגע הדרכה און גיידענס, און דאס קען אנמאכן א חורבן.

איך קען דיר זאגן וואס עס האט ביי מיר געהאלפן, איך האב געהאט א רב וואס איז א מומחה, וואס האט איר צוגעגרייט און גערעדט מיט מיר צוזאמען מיט איר, און צוביסלעך האט ער אויפגעפנט די גאנצע נושא, און מיין ווייב איז אוועק געגאנגען אן קיין שום קריץ, איז יכול להיות אז דו קענסט טרעפן איינער זאל רעדן מיט דיין ווייב אויך.

טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)

ענטפער: מיין פריוואטע חורבן בית המקדש - טעיתי י"ג אב התש"פ 08:20 #267901

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 145 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 147
  • האט שוין געלייקט: 220 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 208 מאל
  • קאָרמא: 13

ייש"כ אלע מגיבים.

ווי כ'האב געשריבן ארגינעל איז אונזער שלום בית בע"ה היינטיגע צייטן גאר גוט כן יעזור ה' הטוב הלאה, וואס די פראבלעם איז, איז די אומגעהויערע ווייטאג וואס כ'האב איר פארשאפט. דער גוטער באשעפער האט רחמנות געהאט אויף אונז און איר געגעבן די כוחות עס דורכצוטראגן און איר געגעבן א בינה יתירה מיר צו פארשטיין ועוד יותר א שטארקייט מיר צו העלפן און דורכגיין די ברויזענדע כוואליעס צוזאמען מיט א געטריישאפט, דאס אלעס אבער נעמט נישט אוועק פון די גרויסע ווייטאג וואס זי האט דורך מיינע מעשי ילדות ופחזות.
ב"ה גאט ב"ה האט צוגעשיקט איינעם צו וועם זי קען רעדן און זיך דורכשמועסן און בע"ה מיט גאטס ווילן, וועט איר ווייטאג ווערן פארהיילט בקרב הימים, אבער איך ווייס יסוד גדול א' אז געטריישאפט, ליבשאפט און גרייטקייט פאר איר אייביג, וועט זיין די בעסטע רפואה און איך בעט דעם אויבערשטען ער זאל ווייטער זיין מיט אונז אזויווי ער איז געווען מיט אונז ביז היינט, אמן.

ענטפער: מיין פריוואטע חורבן בית המקדש - טעיתי י"ג אב התש"פ 21:36 #267919

  • יונה מצאה
  • איצטיגע שטרעקע: 232 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר המאה
  • יונה מצאה בו מנוח
  • מעלדונגען: 211
  • האט שוין געלייקט: 297 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 258 מאל
  • קאָרמא: 24

איך פריי זיך צו הערן אז עס האט זיך אויסגעלאזט צום גוטן.
עס איז נישט פארפאלן. די פחדים און טראסט קען מען פארנייען. 
עס נעמט ארבעט און צייט אבער עס איז נישט אויסגעשלאסן.

זיי מצליח

ענטפער: מיין פריוואטע חורבן בית המקדש - טעיתי י"ד אב התש"פ 11:21 #267922

  • אפהיטן
  • איצטיגע שטרעקע: 128 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 178
  • האט שוין געלייקט: 58 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 267 מאל
  • קאָרמא: 11

שלום טייערע,
איך פיהל מיט מיט דיר די צער פונעם זומפ וואס עס איז דא צווישן די שיינע אויסגעפלאסטערטע פעלד,
מען דארף פשוט פראבירן צו שפאצירן ווי עס איז דא שיינע וועגן,
און מען דארף בעטן און נאכאמאל בעטן דעם אייבערשטען אוועקצונעמען איר צער,
עס איז יעצט דא זייער א דערהויבענע קלאס פאר ווייבער וואס האבן געהאט דעם דורכגאנג, און עס איז זייער אויסגעארבעט אויפן דרך השם ותורתו הקדושה, אז די פרויען זאלן עס לייכט קענען אננעמען,
קענסט מיר פרעגן אין אישי דערוועגן,
און דער אייבערשטער וואס האט אונז געהאלפן ביז אהער זאל אונז פאלייכטערן די שווערעקייטן און מיר זאלן קענען שטייגן און נאר זיין רצון זאל געטון ווערן נישט מיין, אמן

גדלי' - וואס איז און ארבעט אויף זיין הייליגקייט!


  • בלאט:
  • 1
אחראים: GYE YIDDISH
צייט צו מאכן א בלאט: 0.43 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא